די חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי, ניו זשערסי

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 778
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 6:04 pm

דאס הארץ קוועלט בה

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 6:06 pm

בערל ;l;p-
דיינע געפילן האבן זיך צו צישפילט
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

קלוגער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 6:45 pm

א נחת צו קוקען ב"ה ווי דשערזי סיטי וואקסט און בליהט!

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2830
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 8:58 pm

א נייער האט געשריבן:בערל ;l;p-
דיינע געפילן האבן זיך צו צישפילט

יא שעפעלע ווען דו וועסט קומען אין מיינע יארן.
עניוועי, איך ווער אלץ עמאציאנאל ווען דער אויבערשטער פירט אויס אנדערש ווי איך מיין/פארשטיי און ס'לאזט זיך אויס צום גוטן.
למעשה. איך האלט אז יעצט איז די צייט א געלונגענער דעוועלאפער זאל אויפקלאפן א פראדזשעקט פון צוויי דריי הונדערט דירות אין ד.ס.
און כ'וועל מסביר זיין וואס איז יעצט, ווייל געווענליך ווען א דעוועלאפער קומט צו א נייע געגנט באפאלט מען אים, וואס גייט זיין מיט מוסדות, וואס גייט זיין מיט א רב, מיט א בית מדרש וכו', דער חסרון דערמיט איז, אז אנשטאט דער דעוועלאפער זאל טון וואס ער טוט די בעסטע דאס איז "בויען דירות" איז ער פארנומען מיט טויזענט אנדערע זאכן,
משא"כ ד.ס. יעצט וואס אלעס איז שוין מער ווייניגער על תלה בנוי' העכסטענס וועט ער דארפן געבן א שיינע נדבה להחזקת הקהלה והמוסדות, אבער סוועט נישט זיין זיין דאגה. און ד.ס. איז גענוג ביליג פראפערטי אז מ'דארף נישט האבן קיין ביליאנען צו מאכן עפעס צו דער זאך.
און הגם איך ווייס אז די לופט איז קעגן די דעוועלאפערס וואס שרויפן ארויף די פרייזן, דארף מען אבער עפעס א מיטל וועג ווייל נאר א דעוועלאפמענט מאכט פון 100 זאל זיין 1000
הקטן בערעלע
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5125
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 9:56 pm

גם אני מצטרף לדברי דוב הקטן
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

ברזילי
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 6:20 pm

תגובהדורך ברזילי » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 10:17 pm

אזוי צו אזוי העט עס דויערן כמה ימים ושנים,

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 10:50 pm

ר' בערל, קודם א דאנק פאר אייערע ווארימע דברי חיזוק ועידוד.

צו אייערע רייד וועגן די לופט קעגן דעוועלאפער'ס, וויל איך קלארשטעלן, די לופט איז נישט קעגן קיינעם... ווער עס וויל בויען פאר אידן - כל הכבוד! נאר ווי כ'האב געשריבן דא איז דער מציאות איז אז לע"ע איז פארן אלגעמיינעם דעוועלאפער דזשערסי סיטי נישט קיין מציאה. און דאס באדייט אז עס איז אויסגעשטעלט אז אויב א דעוועלאפער קומט, איז עס נאר אזא איינער וואס קען בויען אפאר כאטקעס, און איז אזוי דעספערעט פאר יעדן חודש רענט, אז נאך א חודש צוויי אויב טרעפט ער נישט קיין טענענט וועט ער עס פארדינגען פאר גויים... און אט דאס טוט וויי, אזוינע וועלכע זענען אנגעקומען דא מיטן הייפ פון אידן וועלכע האבן געזוכט אוועקצושטעלן א ישוב און פאראידישן, גענאסן פונעם פאקט אז זיי אינוועסטן אין א סעמי אידישע געגנט (נכסיו קרובים לעיר) און צו דער זעלבער צייט אריינגעשטעלט דארט גויים ווייל אזוי האבן זיי נישט געברויכט איבערבויען און געשפארט אפאר סענט אויפן ווערי שארט טערם.

דאס באדייט אז די דעוועלאפערס זענען לע"ע אזוינע וועלכע ווילן דירעקט דאס פארקערטע פון וואס איר שרייבט... און עס איז וויכטיג צו באטאנען אז בויען העכערע געביידעס, 'סקילמאן' סטייל, איז לע"ע נישט ערלויבט לויט די זאנינג. ממילא קיין ריזיגע געביידעס - און צוריקמאכן ווייניגער געלט אבער אין וואליום - איז אויך נישט קיין רעדע.

וע"ע דא, א שטיקל - ווייטאגליכע - הסבר אויף דער צוריקהאלט פון דעוועלאפערס צו בויען רענטל'ס פאר אנ"ש אין די נייע געגנטער.

אדרבה, אויב איז דא א דעוועלאפער וועלכער וויל דאס טוהן און זיך האלטן ביים ציהל צו פארדינגען / פארקויפן פאר אידן, האט ער אינסטענטלי דעם בעקונג און פולע הסכמה פון אלע תושבי הישוב מיט די עסקנים און הנהלת המוסדות וחברי 'יעזורו'. נאו קוועסטשן אבאוט איט.

Goes without saying, גרינוויל - אווי גאנץ אמעריקא - איז א פרי מארקעט און ארבעט מיט סופליי און דימענד, און מיר וועלן מיט אפענע ארעמעס און עמערס פון הנאה אויפנעמען איינעם וועלכער וויל בויען און / אדער פארדינגען פאר אידן, זאל ער אויך בעטן טייערער ווי די פרייזן וואס מען האט געבעטן אין אנפאנג. עס איז נישט מער ווי קאמאן סענס. כמובן אויב ער וועט טאקע בויען הייזער וואס איז נארמאל פאר א היימישע פארפאלק מיט קינדער צו וואוינען, און ער וועט סטיקן צו דעם ענדציהל: 'פארדינגען פאר אידן', אפילו עס דויערט אביסל לענגער.

ומכאן הקריאה יוצאת, ווער עס האלט דערביי, און ברויך הילף פון ארטיגע תושבים און / אדער עסקנים, קען זיך ווענדן צו די עוסקים בעבודת הקודש הידועים לתהלה זה שלש שנים, אדער איינעם פון די לאקאלע ניק'ים וועלכע וועלן זיין מער ווי העפי אים צוצוהעלפן בעצה ובמעש.

כ'האף ס'איז גענוג קלאר און פארשטענדליך.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 12, 2014 10:19 pm

תגובהדורך בעמבא » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 10:55 pm

צולייגער ;l;p-

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5125
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 10:57 pm

עס איז געווען איינער וואס האט געבויעט אפאר נייע הייזער. איז עס געגאנגען פאר גויים ?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 11:06 pm

1. ער האט נישט געוואלט פארדינגען, נאר פארקויפן.
2. כמעט אלע פון די הייזער זענען געגאנגען פאר אידן. איינס אדער צוויי נישט (ס'פארט א פרי מארקעט, און א גוי'אישער דעוועלאפער האט עס געבויט).

.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 12, 2014 10:19 pm

תגובהדורך בעמבא » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 11:12 pm

צולייגער האט געשריבן:1. ער האט נישט געוואלט פארדינגען, נאר פארקויפן.
2. כמעט אלע פון די הייזער זענען געגאנגען פאר אידן. איינס אדער צוויי נישט (ס'פארט א פרי מארקעט, און א גוי'אישער דעוועלאפער האט עס געבויט).

.


אויב רעדסטו פון די הייזער אויף דיווייט. זענען צוויי געגאנגען פאר אידן די איבעריגע פאר גוים.

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 11:14 pm

עס איז געווען מערערע אזוינע הייזער איבערן ישוב.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 11:37 pm

וואס איז געווארן מיט ר' א. א. לעזער'ס דעוועלאפמענט?

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 11:39 pm

ווי איך פארשטיי איז ער געווארן פעד-אפ פון די ביוראקראטיע, זינט עס האט געברויכט דורכגיין א ספעציעלע זאנינג טויש, צו קענען בויען מיט מער דענסיטי, און ער'טס געלאזט לויפן.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9475
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 12:23 am

ס'איז דא פלענטי אוו רענטעלס אוועילעבל אינעם נייעם קאמפלעקס אויף אשען. מ'הייבט שוין אן אריינמופן דעם אוגאסט 29.

מ'רעדט פון הערליכע גרויסע הייזער אויפן זעלבן גאס פונעם נייעם ביהמ"ד, צוגעשטעלט מכל טוב וטוב (אינקלודינג פרי פארקינג) און ערגער ווי די קעלעמענטי פראזשעקטס וועט עס נישט זיין ווייל מ'נעמט נאר אן פולי איפלויד מענטשן..
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1357
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 7:33 am

כאפצעם האט געשריבן:ס'איז דא פלענטי אוו רענטעלס אוועילעבל אינעם נייעם קאמפלעקס אויף אשען. מ'הייבט שוין אן אריינמופן דעם אוגאסט 29.

מ'רעדט פון הערליכע גרויסע הייזער אויפן זעלבן גאס פונעם נייעם ביהמ"ד, צוגעשטעלט מכל טוב וטוב (אינקלודינג פרי פארקינג) און ערגער ווי די קעלעמענטי פראזשעקטס וועט עס נישט זיין ווייל מ'נעמט נאר אן פולי איפלויד מענטשן..

זאל טאקע דער עולם טוהן ווי די יעשיבישער עולם טוט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 9:23 am

Kosher Travel האט געשריבן:
כאפצעם האט געשריבן:ס'איז דא פלענטי אוו רענטעלס אוועילעבל אינעם נייעם קאמפלעקס אויף אשען. מ'הייבט שוין אן אריינמופן דעם אוגאסט 29.

מ'רעדט פון הערליכע גרויסע הייזער אויפן זעלבן גאס פונעם נייעם ביהמ"ד, צוגעשטעלט מכל טוב וטוב (אינקלודינג פרי פארקינג) און ערגער ווי די קעלעמענטי פראזשעקטס וועט עס נישט זיין ווייל מ'נעמט נאר אן פולי איפלויד מענטשן..

זאל טאקע דער עולם טוהן ווי די יעשיבישער עולם טוט.

איך האב פארלוירן די המשך. אויף וואס באציט זיך דיין תגובה?

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2830
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 1:19 pm

צולייגער האט געשריבן:ר' בערל, קודם א דאנק פאר אייערע ווארימע דברי חיזוק ועידוד.

צו אייערע רייד וועגן די לופט קעגן דעוועלאפער'ס, וויל איך קלארשטעלן, די לופט איז נישט קעגן קיינעם... ווער עס וויל בויען פאר אידן - כל הכבוד! נאר ווי כ'האב געשריבן דא איז דער מציאות איז אז לע"ע איז פארן אלגעמיינעם דעוועלאפער דזשערסי סיטי נישט קיין מציאה. און דאס באדייט אז עס איז אויסגעשטעלט אז אויב א דעוועלאפער קומט, איז עס נאר אזא איינער וואס קען בויען אפאר כאטקעס, און איז אזוי דעספערעט פאר יעדן חודש רענט, אז נאך א חודש צוויי אויב טרעפט ער נישט קיין טענענט וועט ער עס פארדינגען פאר גויים... און אט דאס טוט וויי, אזוינע וועלכע זענען אנגעקומען דא מיטן הייפ פון אידן וועלכע האבן געזוכט אוועקצושטעלן א ישוב און פאראידישן, גענאסן פונעם פאקט אז זיי אינוועסטן אין א סעמי אידישע געגנט (נכסיו קרובים לעיר) און צו דער זעלבער צייט אריינגעשטעלט דארט גויים ווייל אזוי האבן זיי נישט געברויכט איבערבויען און געשפארט אפאר סענט אויפן ווערי שארט טערם.

דאס באדייט אז די דעוועלאפערס זענען לע"ע אזוינע וועלכע ווילן דירעקט דאס פארקערטע פון וואס איר שרייבט... און עס איז וויכטיג צו באטאנען אז בויען העכערע געביידעס, 'סקילמאן' סטייל, איז לע"ע נישט ערלויבט לויט די זאנינג. ממילא קיין ריזיגע געביידעס - און צוריקמאכן ווייניגער געלט אבער אין וואליום - איז אויך נישט קיין רעדע.

וע"ע דא, א שטיקל - ווייטאגליכע - הסבר אויף דער צוריקהאלט פון דעוועלאפערס צו בויען רענטל'ס פאר אנ"ש אין די נייע געגנטער.

אדרבה, אויב איז דא א דעוועלאפער וועלכער וויל דאס טוהן און זיך האלטן ביים ציהל צו פארדינגען / פארקויפן פאר אידן, האט ער אינסטענטלי דעם בעקונג און פולע הסכמה פון אלע תושבי הישוב מיט די עסקנים און הנהלת המוסדות וחברי 'יעזורו'. נאו קוועסטשן אבאוט איט.

Goes without saying, גרינוויל - אווי גאנץ אמעריקא - איז א פרי מארקעט און ארבעט מיט סופליי און דימענד, און מיר וועלן מיט אפענע ארעמעס און עמערס פון הנאה אויפנעמען איינעם וועלכער וויל בויען און / אדער פארדינגען פאר אידן, זאל ער אויך בעטן טייערער ווי די פרייזן וואס מען האט געבעטן אין אנפאנג. עס איז נישט מער ווי קאמאן סענס. כמובן אויב ער וועט טאקע בויען הייזער וואס איז נארמאל פאר א היימישע פארפאלק מיט קינדער צו וואוינען, און ער וועט סטיקן צו דעם ענדציהל: 'פארדינגען פאר אידן', אפילו עס דויערט אביסל לענגער.

ומכאן הקריאה יוצאת, ווער עס האלט דערביי, און ברויך הילף פון ארטיגע תושבים און / אדער עסקנים, קען זיך ווענדן צו די עוסקים בעבודת הקודש הידועים לתהלה זה שלש שנים, אדער איינעם פון די לאקאלע ניק'ים וועלכע וועלן זיין מער ווי העפי אים צוצוהעלפן בעצה ובמעש.

כ'האף ס'איז גענוג קלאר און פארשטענדליך.


נו, דער אויבערשטער זאל אודאי העלפן, איך זע דאס פלאץ ווי א דעוועלאפער (כ'נוץ נאר פאר א משל, ראבסקי) קען ארויס גיין מיט שיין געלט אויב פארקויפט ער פאר 150 דאללער סק. פיס
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2830
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 1:52 pm

איי וועט איר פרעגן: מ'קען דאך בויען פאר גויים אין גרינפוינט וכדו' און ארויסנעמען סאך מער געלט? דער תירוץ איז: וואס וועט איר ענטפערן אויף יענער וועלט!
און אויב די גרויסע זעען נישט די אפארטוניטי דערצו שטופ איך די קליינע די בעגינערס, עך געדענק נאך נישט לאנג צוריק ווען מאיז דורכגעפארן אויף עיקערס רד. אין קרית יואל האט מען געוויזן אפאר דירות וואס ווערט געבויעט דורך צוויי שותפים ארץ ישראלדיגע אינגעלייטלעך עפעס א נייע פראדזשעקט פון צען פופצן דירות, איר ווייסט ווער ס'איז געווארן דערפון א ראבסקי גרופ.
נאכאמאל עשירים, ריעל עסטעיט דעוועלאפערס דאס איז די פלאץ צו גיין - א שיינע נייע דירה אין א אידישע דעוועלאפמענט פון 1800 סקווער פיס פאר 270 טויזענט דאלער קענסטו פארציקערן צוויי דריי יאר ארום (ווען איטס אל סעט ענד דאן) אין ד.ס. די צווייטע פאזע וועט שוין גיין פאר 285 און די דריטע פאזע רואיג פאר 300 אלפים און וועסט ארויס גיין מיט א ביוטיפיל ריוח און זיין א צדיק און נישט גע'הרג'עט און נישט געדזשאמפט די מארקעט.
כנלע"ד נכתב לע"נ רבותינו הקדושים והטהורים רבי שמואל צבי ב"ר אברהם אביש ורבי משולם פייש ב"ר מרדכי הלוי זכותם יגן בעד כל העוסקים בעניני דירות פאר אפארדעבל פרייזן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 2:03 pm

נאך א קליגע איד האט געמופט היינט

סארי פאר די וואס קענען נישט דולדן בילדער פון מאווינג טראקס
צוגעלייגטע
e67c04932b4a7511168eb81f7f8c297a.jpg
e67c04932b4a7511168eb81f7f8c297a.jpg (163.48 KiB) געזעהן 607 מאל

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 2:15 pm

כ'קלער, מ'רעדט איבער דעוועלאפערס צו ס'איז יא גוט אדער נישט. וואס דארף מען מער ווי קוקן אויף די מציאות. קניינע הרע די שטאט וואקסט אן קיין דעוועלאפערס און אז ס'זאל קומען איינער און אריינקוועטשן הונדרעט משפחות אויף איין גאס, איז נישט געווינטשן. די וועג ווי ס'בויעט זיך יעצט איז א מחי'. דער עולם איז צושפרייט אויף צענדליגע גאסן און דאס העלפט האלטן די פרייזן פארהעלמעסיג רואיג.

נאר דאס יא.
ס'זענען פארהאן אזעלכע וואס ווילן זיך אהינציען נאר זיי האבן נישט די צייט און נאלעזש קעיר צו נעמען פון קאנסטראקשן. אמת די יעזרו עסקנים העלפן אביסול מיט ראט אבער ס'וואלט בעסער געווען ווען ס'איז דא יונגעלייט וואס זאלן דאס טון פאר זייער פרנסה. אראפגיין מיט'ן פאטענטשיל קונה באקוקן א דירה זעהן וואס מ'דארף אריינלייגן און קעיר נעמען פון קאנסטראקשן. ער מוז נישט אליין זיין די קאנטראקטער נאר אזויפיל אז ער זאל קענען ארויסהעלפן און זאגן וועם צו קאנטאקטן. לאמיר זאגן אז ס'וועט קאסטן נאך א 5-10,000 איז עס אבער ווערד פאר אסאך מענטשן

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1795
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 2:28 pm

@ דריידל, ווי געזאגט מערערע מאל, עס זענען דא וואס טוען דאס אויף א רעגולער בעיסיס.

סיי אזוינע וועלכע קענען געבן אינישעל אדווייס און גיידענס לשם מצוה, און סיי אזוינע וועלכע טוען דאס טאקע פאר געלט.

אויב איז איינער אינטערסירט, קען ער קאנטאקטן אין אישי סיי וועמען פון די דזשערסי סיטי ניקים, און ער וועט אים אנצייגן א פאסיגער קאנדידאט לויט זיין געברויך.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2830
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

ס'איז א קאפי פעיסט וואס כ'האב באקומען אין אישי

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 3:31 pm

איך ווייס נישט פארוואס מענטשן האבן מער ליב צו שרייבן אין אישי ווי א תגובה, איך גיי גראד צו א תגובה חוץ ווען ס'יז פראבלעמאטיש, דיסקלעימער ק/פ'טן מיינט נישט סאיז מיין מיינונג: זהו:
איך וואלט געזאגט א געדאנק וואס קען שטארק ארויסהעלפן די וואוקס אין די נייע געגנטער (דזשערסי סיטי און בלומינגבורג) דורכ'ן צושטעלן רענטל דירות, און די אינוועסטירער זאלן דאך ארויסקומען מיט זייער פארדינטער ריווח. און דאס איז דורכ'ן בויען הייזער מיט עטליכע יוניטס, (אין בלומינגבורג איין גרויסע דירה אויפ'ן ערשטן שטאק, און צוויי קלענערע אויפ'ן צווייטן שטאק, און אין דזשערסי סיטי פיר שטאקיגע הייזער, ווי די אלטע הייזער אין וו"ב) און אזוי פארקויפן. עס וואלט לכאורה געלוינט סיי פאר די דעוועלאפערס, און סיי פאר'ן ציבור.
אז מ'לעבט דערלעבט מען

בעמבא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 399
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 12, 2014 10:19 pm

תגובהדורך בעמבא » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 3:46 pm

lebediger berel האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס מענטשן האבן מער ליב צו שרייבן אין אישי ווי א תגובה, איך גיי גראד צו א תגובה חוץ ווען ס'יז פראבלעמאטיש, דיסקלעימער ק/פ'טן מיינט נישט סאיז מיין מיינונג: זהו:
איך וואלט געזאגט א געדאנק וואס קען שטארק ארויסהעלפן די וואוקס אין די נייע געגנטער (דזשערסי סיטי און בלומינגבורג) דורכ'ן צושטעלן רענטל דירות, און די אינוועסטירער זאלן דאך ארויסקומען מיט זייער פארדינטער ריווח. און דאס איז דורכ'ן בויען הייזער מיט עטליכע יוניטס, (אין בלומינגבורג איין גרויסע דירה אויפ'ן ערשטן שטאק, און צוויי קלענערע אויפ'ן צווייטן שטאק, און אין דזשערסי סיטי פיר שטאקיגע הייזער, ווי די אלטע הייזער אין וו"ב) און אזוי פארקויפן. עס וואלט לכאורה געלוינט סיי פאר די דעוועלאפערס, און סיי פאר'ן ציבור.


עס איז דא א געוואלד מיט 6 פעמעלי הייזער וואס ווערט געאוינט ביי אידן, ווען מען זאל ווען דאס איבערבויען פאר 3 בעדרומ׳ס רענטעלס וואלט דאס געווען א געוואלדיגע דורכברויך.

וואס קען מען טוען עס איז דא אזעלכע מיט אנדערע אינטערעסן....

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 4:03 pm

צולייגער האט געשריבן:@ דריידל, ווי געזאגט מערערע מאל, עס זענען דא וואס טוען דאס אויף א רעגולער בעיסיס.

סיי אזוינע וועלכע קענען געבן אינישעל אדווייס און גיידענס לשם מצוה, און סיי אזוינע וועלכע טוען דאס טאקע פאר געלט.

אויב איז איינער אינטערסירט, קען ער קאנטאקטן אין אישי סיי וועמען פון די דזשערסי סיטי ניקים, און ער וועט אים אנצייגן א פאסיגער קאנדידאט לויט זיין געברויך.


נישט יעדער וואס איז אינטערעסירט אין ז. ס. האט א ניק אויף אייוועלט. דאס דארף ווערן געהעריג אדווערטייזט


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט