די חסידישע ישוב אין גרינוויל, זשערסי סיטי, ניו זשערסי

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

ליבלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » פרייטאג אוקטובער 20, 2017 2:24 pm

לחיים ולשלום האט געשריבן:איך ווינדער מיך באמת פארוואס מ'טענה'ט זיך נאך צוריק צו דער ישוב וועט זיך יא אויסארבעטן צו נישט אויסארבעטן. דער שמועס איז געווען אקטועל גענוי פאר צוויי יאר צוריק פרשת נח תשע"ו ווען ס'איז געווען דאס ערשטע מאל מנין אין גרינוויל אויף שבת, נאך וואס דער ערשטער תושב משפחת איידליס האט זיך אהין ארויסגעצויגן בשעטו"מ.
מעגליך אז זאכן רוקן שטייטער ווי גערעכנט, ווייל אזוי איז דער סדר העולם אפילו ביי ריזיגע דעוועלאפמענטס וואו ס'איז אינוואלווד ריזיגע מיליאנערן מיט גרויסע פראפיטן, אבער שפעקולירן און זיך דינגען פונדאסניי צו יא צו נישט איז דאך ממש זינלאז!

קיינער טענהט זיך נישט, קיינער דינגט זיך נישט, מ'שמועסט פשוט אויס די זאך

לחיים ולשלום
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 7:15 pm

תגובהדורך לחיים ולשלום » פרייטאג אוקטובער 20, 2017 2:28 pm

יא יא מ'שמועסט נאר אויס און מ'הייבט זיך פריש אן דינגען כצפיחית בדבש אויף זאכן וואס זענען שוין אויסגעדראשן געווארן צענדליגער מאל דא אין דעם אשכול אליין.

דריידל
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » פרייטאג אוקטובער 20, 2017 3:47 pm

יא אויסארבעטן, נישט אויסארבעטן. למעשה וואינען מענטשן דארט שוין צוויי יאר און האבן זיך שוין געשפארט א קנאפע פופציג אלפים נישמירנישדיר

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מוצ"ש אוקטובער 21, 2017 8:08 pm

א געהויבענער שבת פאריבער אין גרינוויל ב"ה, ביידע בתי מדרשים זענען געווען פול עד אפס מקום, און דאס איז שוין מיט דעם וואס שכונת ווען-נאסטרענד האט געהאט אן אייגענער מנין.

היינט ביי שלש סעודות האט דער רב שליט"א מרחיב הדיבור געווען איבער דעם פאקט אז דאס איז שוין דער דריטער שבת נח וואס איז אריבער אויפן נייעם ישוב, און וואס דאס באדייט זייענדיג די ערשטע אידישע ישוב אין צענדליגער יארן וואס האט אנגעהויבן פון אל"ף אין א באוואוינטע גוי'אישע געגנט, און ווי ווייט מען האלט שוין ב"ה, און דערביי ארויסגעברענגט דעם גרויסן מאס חסד וואס די תושבים און עסקנים טוען, סיי פאר די וועלכע זוכן א פלאץ וואו צו וואוינען מיטן אהערשטעלן דעם ישוב, און סיי מיטן זיך ארויסהעלפן די תושבים איינער דעם צווייטן על כל צעד ושעל, און דאס אוודאי היא שעמדה אז דער ישוב וואקסט און בליהט ב"ה, כה יעזור ה' להלאה.

דערביי איז פארשפרייט געווארן די בשורה המרנינה איבער די פלענער פון עפענען דעם נייעם ביהמ"ד הגדול אויף שבתים וימים טובים, נאך בעפאר מען וועט אויפבויען דעם ביהמ"ד געהעריג לשם ולתפארת, פשוט צו לינדערן דעם שטארקן געדרענג וואס זעהט זיך אן, און וועט נאר גרעסער ווערן מיט דעם פלייץ פון נייע תושבים וועלכע קומען אהער בימים הקרובים אי"ה.

ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מוצ"ש אוקטובער 21, 2017 8:11 pm

דער באס פאר די בית רחל פארנט פון בנין המוסדות (וועסט סייד)
צוגעלייגטע
1019171444.jpg
1019171444.jpg (52.11 KiB) געזעהן 1430 מאל
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2542
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מוצ"ש אוקטובער 21, 2017 8:32 pm

פרייליכע באריכט, יישר כח
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

ליבלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » זונטאג אוקטובער 22, 2017 12:51 am

צולייגער האט געשריבן:א געהויבענער שבת פאריבער אין גרינוויל ב"ה, ביידע בתי מדרשים זענען געווען פול עד אפס מקום, און דאס איז שוין מיט דעם וואס שכונת ווען-נאסטרענד האט געהאט אן אייגענער מנין.

היינט ביי שלש סעודות האט דער רב שליט"א מרחיב הדיבור געווען איבער דעם פאקט אז דאס איז שוין דער דריטער שבת נח וואס איז אריבער אויפן נייעם ישוב, און וואס דאס באדייט זייענדיג די ערשטע אידישע ישוב אין צענדליגער יארן וואס האט אנגעהויבן פון אל"ף אין א באוואוינטע גוי'אישע געגנט, און ווי ווייט מען האלט שוין ב"ה, און דערביי ארויסגעברענגט דעם גרויסן מאס חסד וואס די תושבים און עסקנים טוען, סיי פאר די וועלכע זוכן א פלאץ וואו צו וואוינען מיטן אהערשטעלן דעם ישוב, און סיי מיטן זיך ארויסהעלפן די תושבים איינער דעם צווייטן על כל צעד ושעל, און דאס אוודאי היא שעמדה אז דער ישוב וואקסט און בליהט ב"ה, כה יעזור ה' להלאה.

דערביי איז פארשפרייט געווארן די בשורה המרנינה איבער די פלענער פון עפענען דעם נייעם ביהמ"ד הגדול אויף שבתים וימים טובים, נאך בעפאר מען וועט אויפבויען דעם ביהמ"ד געהעריג לשם ולתפארת, פשוט צו לינדערן דעם שטארקן געדרענג וואס זעהט זיך אן, און וועט נאר גרעסער ווערן מיט דעם פלייץ פון נייע תושבים וועלכע קומען אהער בימים הקרובים אי"ה.

ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ.

ביי וויפיל משפחות האלט עס אזוי מוצאי נח???
שוין דא 60???

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3704
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » זונטאג אוקטובער 22, 2017 12:54 am

צולייגער האט געשריבן:דער באס פאר די בית רחל פארנט פון בנין המוסדות (וועסט סייד)

וועסד סייד "עוועניא" כצ"ל.

די סקול הייסט בית רחל?
נאט אייך א גרינע...

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג אוקטובער 22, 2017 2:11 am

ליבלעך האט געשריבן:ביי וויפיל משפחות האלט עס אזוי מוצאי נח???
שוין דא 60???

א גוטע וואך.

מען האט שוין דיסקוסירט דעם מספר התושבים איבער א טויזנט מאל אין די ראמען פון דעם זייטל, און אויף די מינוט מאכט עס נישט קיין שום נפק"מ צו עס זענען דא פערציג, פופציג, זעכציג אדער הונדערט תושבים.

די וועלכע האבן א פלאן פון אהערקומען, אדער טראכטן נאר פון אהערקומען, און אנגעבליך מאכט זיי אויס צו מען איז שוין אריבערגעגאנגען דעם זעכציגער מילשטיין, וועלן געווענליך מאכן א טראפקעלע עפארט, אויפהייבן א טעלעפאן צו איינעם פון די תושבים, אדער זאגאר זיך פארבינדן מיט זיי דורך איינע פון די פילצאליגע מיטלען וועלכע זענען פארהאן א דאנק די טעכנאלאגיע, און זיי אנפרעגן. אזוי איז געווען מיט עטליכע פון מיינע באקאנטע, וועלכע האבן מיר אנגערופן פרעגן וואס איז נייעס אינעם ישוב, און אנגעפרעגט אויף זייערע ספעציפישע געברויכן, וועלנדיג וויסן ווי אזוי מען גיבט זיך אן עצה דא אינעם מדבר שממה, וועלכע האט אמאל געהאט א חלום פון ווערן א אידישע ישוב (אין קעיס יו מיסד איט, דאס איז נאר א וויץ), און יעדער איינער פאסט אליין א ניכטערע באשלוס צו ער (זי) וויל יא אדער נישט אהערקומען.

למעשה, מוצאי נח עז ווי ספיק איז מסתמא דא ווייניגער ווי פופציג, זינט א גרויסער עולם איז אריינגעפארן אין וויליאמסבורג צו די עלטערן אויף מלוה מלכה.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג אוקטובער 22, 2017 2:13 am

פליגל האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:דער באס פאר די בית רחל פארנט פון בנין המוסדות (וועסט סייד)

וועסד סייד "עוועניא" כצ"ל.

די סקול הייסט בית רחל?

א דאנק פאר די הערה

--
יא, עס הייסט בית רחל ד'גרינוויל.

די ת"ת הייסט תלמוד תורה ד'גרינוויל.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

ליבלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » זונטאג אוקטובער 22, 2017 2:41 am

צולייגער האט געשריבן:
פליגל האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:דער באס פאר די בית רחל פארנט פון בנין המוסדות (וועסט סייד)

וועסד סייד "עוועניא" כצ"ל.

די סקול הייסט בית רחל?

א דאנק פאר די הערה

--
יא, עס הייסט בית רחל ד'גרינוויל.

די ת"ת הייסט תלמוד תורה ד'גרינוויל.

ת"ת איז אפיציעל סאטמאר?

אוועטאר
כאפצעם
שר שבעת אלפים
תגובות: 7144
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג אוקטובער 22, 2017 3:16 am

אקעי, אראפ פון די געהירן ביטע
Mr. President Pls STOP! We are soooo tired of winning

רעסטאראנט
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג אוקטובער 22, 2017 4:05 am

צולייגער האט געשריבן:דער באס פאר די בית רחל פארנט פון בנין המוסדות (וועסט סייד)

איז נישט דעס בילד אויף בעדפארד עוועניא אין ווילאמסבורג?

רעסטאראנט
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג אוקטובער 22, 2017 4:07 am

ליבלעך האט געשריבן:איך האב מורא די ישוב איז א פארגאנגענהייט

יאפ די לעצטע משפחה מופט מארגן אוועק ,מען בעט די לעצטע מענטש אויסצולעשן די לעקטער

א דאנק

רעסטאראנט
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג אוקטובער 22, 2017 4:13 am

זשערסי סיטי למעשה אין פילן זין פון ווארט האט די מערסטע דירות און הייזער עוועליבעל מארגן צו מופן מער פין וויליאמסבורג, בארא פארק און קרית יואל

דארט איז דא צווישן 500 און טויזענט דירות רעדי מארגן אריינצומופן פארשטייט זיך די מענטשן דארפן קומען ,מיינענדיג מיט דעם אז נענטער ווי ווייטער וועלן די דירות אי"ה ווערן אנגעפילט מיט יודן , די מצב אין וויליאמסבורג אין אין בארא פארק ווערט ערגער יעדן טאג , אפילו מיט סעקשאן 8 קען מען נישט טרעפען קיין לייטישע דירה , דער שכל זאגט אז אלול תשע"ט וועלן שוין וואינען אפאר הונדערט משפחות אין זשערסי סיטי לויט ווי עס איז געפארן ביז יעצט און פארט ווייטער , וויליאמסבורג ווערט א פארגאנגענהייט פאר יעדן בר דעת וואס טראכט פון פלענער און נישט צו לעבן אויף טיי אווענטס

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2542
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג אוקטובער 22, 2017 9:03 am

צולייגער האט געשריבן:למעשה, מוצאי נח עז ווי ספיק איז מסתמא דא ווייניגער ווי פופציג, זינט א גרויסער עולם איז אריינגעפארן אין וויליאמסבורג צו די עלטערן אויף מלוה מלכה.

:lol: :lol: :lol:
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

העניך
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

תגובהדורך העניך » זונטאג אוקטובער 22, 2017 12:25 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
ליבלעך האט געשריבן:איך האב מורא די ישוב איז א פארגאנגענהייט

יאפ די לעצטע משפחה מופט מארגן אוועק ,מען בעט די לעצטע מענטש אויסצולעשן די לעקטער

א דאנק

;l;p-

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8685
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג אוקטובער 22, 2017 2:19 pm

לויט ווי כ'האב געקריגן מיין אינערליכע אינפארמאציע, איז אזוי
מענטשן זענען ב"ה דא גענוג און נאך, כן ירבו
עס איז אבער שטארק ניכר אז סי'ז דא א מאנגל אין געלט,
כלומר 'פארמעגליכע' אידן מעג ווען זיין מער, ובעיקר נדיבי עם פאר די מוסדות,
והשי"ת יעזור
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » זונטאג אוקטובער 22, 2017 2:52 pm

יהיה כן האט געשריבן:לויט ווי כ'האב געקריגן מיין אינערליכע אינפארמאציע, איז אזוי
מענטשן זענען ב"ה דא גענוג און נאך, כן ירבו
עס איז אבער שטארק ניכר אז סי'ז דא א מאנגל אין געלט,
כלומר 'פארמעגליכע' אידן מעג ווען זיין מער, ובעיקר נדיבי עם פאר די מוסדות,
והשי"ת יעזור

פוילע תירוצים פון פוילע לייט

פונקט זאגט מיר איינער שבת אז זיינס א באקאנטען וואינט אויף דעוויזשאן /קליימער אינעם נייעם רענטעל בנין פיל מיט דירות אום ער שימפט אויף די וויליאמסבורגע לענדלארדס , וואס גייט פאר פרעג איך ,זאגט ער וואס הייסט ער האט פארדינגען א האלבן בנין פאר אפיסעס און נישט נאר סתם נאר פאר גוים און זייערע קינדער קוקן זיך אן מיט גויטעס , זאג איך אים איז וואס , דאס איז ווילאמסבורג פון די טייערסטע מקומות פון די וועלט צו וואינען ,סא זיי גליקלעך ער וואינט דארט ,זאגט ער ביזט אינגאנצען ער צרלט פיר טויזענט דאלאר סעקשאן 8 פאר א פיצעלע פיר בעדרום דירה מיט 8 קינדער ניטאמאל האט ער פלאץ דארט און דא דארף ער וועינען מיט אויסגעלאסענע גויטעס

די מענטשן האבן די פוילע תירוצים און האבן טענות אויף די גאנצע וועלט וועגן דירות , אויף די לענדלארדס אויף די רבנים יעדער איז שילדיג פארוואס ער צאלט איבריגע 25 אלפים א יאר רענט פון זיין טאש וואס ער האט נישט

ער האט געקענט גיין וואינען אין זשערסי סיטי ,קרית יואל ,מאנס י בלומענבורג ,מאנטיסעלא

און אוועקלייגן געלט חתונה צו מאכן די קינדער אבער אנשטאט טרעפט ער עצות צו בלעימען די גאנצע וועלט פארוואס ער קען נישט מופן

אבער דעס אז ער צאלט אוועק 25 אלפים א יאר פארן לענדלארד טרעפט ער נישט קיין תירוץ
לעצט פאראכטן דורך ווייסע זאקן אום זונטאג אוקטובער 22, 2017 3:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8685
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג אוקטובער 22, 2017 2:57 pm

איך האב געשריבן די טרוקענע מציאות!! [בכלל נישט קיין תירוצים]
עס פעלט נאך אסאך 'געלט' צו עסטעבלישמענט פונם נייעם ישוב, אפגעזעהן וואספארא מענטשן וואוינען אין וומבס"ג.....
ווער ס'קען ברענגען נדיבי עם, און פארמעגליכע אידן זאלן קויפן\מופן\צישטייער געבן (נישט אינוועסטן פאר ביזנעס...) צום נייעם ישוב, זאכן זאלן זיך רוקן געשמירט, שכרו הרבה מאוד!
מיט קבצנים קען מען קיין שטעטל ניקס בויען!!......
שוין, גענוג געשריבן,
ואידך פירושא זיל גמור, ויותר ממה שכתבתי לפניכם כתוב כאן....
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » זונטאג אוקטובער 22, 2017 3:07 pm

יהיה כן האט געשריבן:איך האב געשריבן די טרוקענע מציאות!! [בכלל נישט קיין תירוצים]
עס פעלט נאך אסאך 'געלט' צו עסטעבלישמענט פונם נייעם ישוב, אפגעזעהן וואספארא מענטשן וואוינען אין וומבס"ג.....
ווער ס'קען ברענגען נדיבי עם, און פארמעגליכע אידן זאלן קויפן\מופן\צישטייער געבן (נישט אינוועסטן פאר ביזנעס...) צום נייעם ישוב, זאכן זאלן זיך רוקן געשמירט, שכרו הרבה מאוד!
מיט קבצנים קען מען קיין שטעטל ניקס בויען!!......
שוין, גענוג געשריבן,
ואידך פירושא זיל גמור, ויותר ממה שכתבתי לפניכם כתוב כאן....

סתם אבי גערעדט ,בנינים פאר מוסדות ,קהלה מקוה און נאך ווי א פארגעשריטענע קהלה

סא מענטשן מופן נישט וועגן די מוסדות האט א דעפעציט ?

איך קען אסאך מוסדות אין ווילי וואס האבן א דעפעציט

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8685
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג אוקטובער 22, 2017 3:10 pm

ווייסע זאקן האט געשריבן:

נא נא, אבער איך שרייב וואס איך ווייס ערשטהאנטיג, נישט וואס ס'דאכציך מיר און אודאי נישט 'אבי גערעדט'...
דער אויבערשטער זאל העלפן אז ס'זאל זיך אויסארבעטן די פראגראמען-פלענער, אבער דערווייל ווערט די לאך גרעסער און גרעסער,
און ביני לביני קענט איר נאך מתפלל זיין אויף אייערע ברודער אין דזשערסי סיטי, ס'זאל זיך אויסארבעטן בשלמות אן קיינע מכשולות, והמתפלל בעד חבירו הוא נענה תחילה .......
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » זונטאג אוקטובער 22, 2017 3:14 pm

יהיה כן האט געשריבן:

דער אויבערשטער זאל העלפן אז ס'זאל זיך אויסארבעטן די פראגראמען-פלענער, אבער דערווייל ווערט די לאך גרעסער און גרעסער....

די ווייסט ערשטהאנטיג אז די מוסדות מוטשענען זיך

כאב דאס קיינמאל נישט אפגעפרעגט וועגן איך ווייס נישט

אבער אז מענטשן מופן נישט און די מאסן ווי צענדליגע יעדע וואך האט גארנישט דערמיט

מען רעדט פון מענטשן מופן

איך ווייס ערשט האנטיג אז א גרויסע מוסד אין ווילי האט פראבלעמען מיט שטאטישע פראגראמען און די לאך וואקסט גרעסער און גרעסער אבער אפילו איינער האט נישט ארויסגענומען קיין קינדער פון די מוסדות

אוועטאר
יהיה כן
שר שמונת אלפים
תגובות: 8685
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג אוקטובער 22, 2017 3:18 pm

גראדע ווייסיך פון אידן וואס האבן זיך אפגעהאלטן פון אהין, [זיי האבן געמופט קיין מאנסי צו אנדערש וואו], און עס מופן בכלל נישט אזויפיל 'מאסן', ווייל קיין מאנסי מופן 'וועכענטליך' סאך סאך סאך מער משפחות פון ווילי, ווי קיין דזשערסי סיטי.

און די וועלכע מופן יא, זענען [קיינער זאל זיך נישט באליידיגן] נישט קיין בעלי כיסין, וד"ל...
מען רעדט פון 'אויפשטעלן' מוסדות פון דאסניי, אן כמעט קיין טראפ ערנסטע הילף פון נדיבי עם אינדרויסן!!, דו ווייסט וואספארא אינטערנעמונג דאס איז???
יהי כן ה׳ עמכם וכו׳ לא כן לכו נא, כשאדם אומר כל דעביד רחמנא לטב עביד ואם רצון הבורא כן 'יהי כן', אזי 'ה' עמכם' - מדת הרחמים, 'לא כן' היינו שקורא תגר ואומר 'לא כן', אזי 'לכו נא הגברים', ממשיך גבורות ודינים (דברי ישראל פ' בא ד"ה יהי כן)

ווייסע זאקן
שר חמש מאות
תגובות: 675
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 21, 2014 5:01 pm

תגובהדורך ווייסע זאקן » זונטאג אוקטובער 22, 2017 3:21 pm

יהיה כן האט געשריבן:
ווייסע זאקן האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:איך האב געשריבן די טרוקענע מציאות!! [בכלל נישט קיין תירוצים]
עס פעלט נאך אסאך 'געלט' צו עסטעבלישמענט פונם נייעם ישוב, אפגעזעהן וואספארא מענטשן וואוינען אין וומבס"ג.....
ווער ס'קען ברענגען נדיבי עם, און פארמעגליכע אידן זאלן קויפן\מופן\צישטייער געבן (נישט אינוועסטן פאר ביזנעס...) צום נייעם ישוב, זאכן זאלן זיך רוקן געשמירט, שכרו הרבה מאוד!
מיט קבצנים קען מען קיין שטעטל ניקס בויען!!......
שוין, גענוג געשריבן,
ואידך פירושא זיל גמור, ויותר ממה שכתבתי לפניכם כתוב כאן....

סתם אבי גערעדט ,בנינים פאר מוסדות ,קהלה מקוה און נאך ווי א פארגעשריטענע קהלה

סא מענטשן מופן נישט וועגן די מוסדות האט א דעפעציט ?

איך קען אסאך מוסדות אין ווילי וואס האבן א דעפעציט

נא נא, אבער איך שרייב וואס איך ווייס ערשטהאנטיג, נישט וואס ס'דאכציך מיר און אודאי נישט 'אבי גערעדט'...
דער אויבערשטער זאל העלפן אז ס'זאל זיך אויסארבעטן די פראגראמען-פלענער, אבער דערווייל ווערט די לאך גרעסער און גרעסער,
און ביני לביני קענט איר נאך מתפלל זיין אויף אייערע ברודער אין דזשערסי סיטי, ס'זאל זיך אויסארבעטן בשלמות אן קיינע מכשולות, והמתפלל בעד חבירו הוא נענה תחילה .......

ר' איד טייערע

זשערסי סיטי איז א פאקט און איטס העיר טא סטעי אי"ה און עס גייט ארויף יעדן טאג מיט נאך בעבי סטעפס צו ווערן און די נעקסטע פאר יאר א עיר ואם בישראל, איר און אלע יודן מכלומרשט מיט די געפילן יעדן דריטען טאג מיט א צווייטע קאפ שטיק פארוואס די געגענט אדער בלומינגבורג אדער א אנדערע נייע געגענט גייט בקרוב אינטערגיין איז הוילע שטותים וואס דער עולם דא האט שוין לאנג אויסגעוואקסן

איך זאג עס נאר יא הויך דר וועגן כסדר הער איך מענטשן זאגן נא גענוי וואס שטייט אויף אייוועלט פארשטייט זיך א כלי רביעי, שרייב איך קלאר אז אייערע און אנדערע נעגעטיוו מיינונגען איז ערגער ווי די פראבלעם פון געלט אדער סיי וועלכע הילף

אז איר קענט נישט געבן קיין חיזוק, גיטס נישט אויס אייערע נעגעטעוויטי אויף א פובליק פארום וואס איז א שפיל מיט פייער און אייער חברס בלוט וועמען איר שוינט אזוי שטארק

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט