נייע חסידישע געגנט אין "בלומינג-גראוו" נ.י.

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 658
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » זונטאג מאי 13, 2018 11:20 pm

בן אחר בן האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:בשביל התורה שנקרא ראשית
בלומינגראָוו גרייט זיך מיט שפּאַנונג צו פייערן די ערשטע 'הכנסת ספר תורה' דעם קומענדיגן יו"ט שבועות הבעל"ט
וועט אריינגעגעבן ווערן צום ביהמ"ד החדש 'מאורות נתן' דורך הרבני הנגיד רבי משה וואלף יאַקאָבאָוויטש הי"ו מבאי בית המדרש


איינער מיט דעטאלן? זמנים אד''ג?

rsz_20180513_231317.png
rsz_20180513_231317.png (402.12 KiB) געזעהן 3232 מאל

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » מאנטאג מאי 14, 2018 10:11 am

פרישע נאמען מאורות נתן ד"ראדאוויץ"?

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1852
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מאנטאג מאי 14, 2018 10:57 am

ggg האט געשריבן:פרישע נאמען מאורות נתן ד"ראדאוויץ"?


איינע פון רנ"י'ס קינדער, דאכצעמער די וואס לעבט שוין נישט האט אמאל געהאט אזא שיל.

בלומינג ג
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 03, 2017 2:21 pm

ביהמ"ד החדש דקיט"ל "בלומינג-גראוו" ערהאלט פערמיטן פאר פערמאנענטע מקוה און מרחיב זיין ביהמ"ד

תגובהדורך בלומינג ג » דינסטאג מאי 15, 2018 10:50 am

בלומינג-גראוו – מיט גרויס פרייד איז ערהאלטן געווארן די פרייליכע בשורה בגלילות קרית יואל, ווען די ארטיגע פלענינג-באורד האט דינסטאג געשאנקען די ענדגילטיגע פערמיטן אויפצובויען די לאנג-ערווארטעטע פערמאנענטע מקוה אין אונטערשטן שטאק, און אויף אויסצוברייטערן די גבולי היכל ביהמ"ד און ווייבער-שול.

דער ביהמ"ד איז נתחנך געווארן פאריגן יום הקדוש, און געציילטע טעג דערויף, צווישן יו"כ און סוכות האט מרן הגה"ק מסאטמאר שליט"א מכתיר געווען זיין פלומעניק הגה"צ רבי יואל האלבערשטאם שליט"א בן הגה"צ רבי זלמן מטשאקאווע שליט"א וחתן גיסו הגה"צ אבדק"ק סאטמאר-בארא פארק שליט"א, אלס רב הביהמ"ד.

מיום הוסדה דאן גייט דער ביהמ"ד אן לשם ולתפארת מיט מתפללים ולומדים יעדן שבת ויו"ט. אויך פונקציאנירט דאס יעדן אויפדערנאכט צו מנחה-מעריב און חברותות לשיעורי תורה.

דער בנין הביהמ"ד איז אפגעקויפט געווארן דורך די הנהלת הקהלה עטליכע חדשים פאר דער באנייאונג. וויבאלד ס'האט דאן געהערשט א "מאראטאריום", וואס די בלומינג-גראוו טאון האט איינגעפרוירן געבוי אויף פרישע געביידעס, און אפי' ווען מ'וויל בלויז צובויען צו א געביידע איז דאס פארבאטן, האט מען זיך געמוזט באגנוגן צו באנייען דעם ביהמ"ד אויף איר אריגינעלער גרויסקייט, טראצדעם וואס דער פלאן איז געווען ארויסצובויען א גרויסן עקסטענשאן צום עקזיסטירנדן בנין, און אינעם אונטערשטן שטאק וועט מען אהערשטעלן א פראכטפולע מקוה, און אין אויבערשטן שטאק וועט מען פארברייטערן דעם היכל ביהמ"ד, און פאר אנדערע צוגעהערן און באקוועמליכקייטן.

צו וואס מ'איז יא דאן ערלויבט געווען, אפערירן מיט אינערליכע בוי-אקטיוויטעטן, ווילאנג דער בנין זעלבסט ווערט נישט ארויסגעבויט. וויבאלד מ'האט דאן מצליח געווען צו האבן כאטש די פערמיטן, האט מען מיט פלייס אהערגעשטעלט א הערליכן היכל ביהמ"ד, אויפברעכנדיג די אינערליכע ווענט אינעם אויבערשטן שטאק, און אונטן האט מען אויך אהערגעשטעלט א ליידיגן באדן וואו מ'האט אהערגעשטעלט א צייטווייליגע פראוויזארישע מקוה.

וויבאלד די מאראטאריום איז לעצטנס אפגעלאפן, און די טאון האט דאס נישט פון פריש באנייט, האבן די ארכיטעקט איבערגעארבעט די ארויסבוי-פלענער, און דאס צוגעשיקט צום פלענינג באורד פאר באשטעטיגונג. אצינד קומט אריין די גינסטיגע נייעס, אז מ'האט בשעטומ"צ ערהאלטן די נויטיגע פערמיטן נאכ'ן באשטעטיגן די פלענער אלס לעגאל אויסגעהאלטן פון אלע אספעקטן.

מ'האפט בעז"ה אצינד דורכצופירן א מאסיווע פראיעקט מרחיב צו זיין די גבולי ביהמ"ד איבער ביידע שטאקן. אין אונטערשטן שטאק וועט די הרחבה אקאמאדירן א שיינע פערמאנענטע מקוה און שויערס, וואס זאל שטיין צום באנוץ לימות החול און לשבת ויו"ט. אינעם אויבערשטן שטאק וועט דער עקסטענשאן אהערשטעלן א פארגרעסערטער היכל ביהמ"ד – נאכדעם וואס דער עקזיסטירנדער היכל איז שוין ב"ה אויסגעוואקסן פון פלאץ בליעה"ר – אן עזרת נשים, שטיבלעך צום דאווענען בימות החול, און אנדערע באקוועמליכקייטן פאר'ן ביהמ"ד. לויט'ן פלאן, איינמאל ס'וועט זיין שטיבלעך צום דאווענען, וועט דער היכל ביהמ"ד זיין געווידמעט אויסשליסליך ללימוד התורה.

די ענדגילטיגע פלענער ווערן אצינד אויסגעארבעט, און מ'האפט אי"ה אנצוהייבן קאנסטרוקציע בקרוב. גלייכצייטיג ווערן אצינד אויסגעארבעט די לעצטע פלענער פונעם נייעם רב שליט"א, בנוגע זיין אריבערציאונג צום געגענט, וואס איז געפלאנט אויף ענדע זומער.

אין אנדערע נייעס בקרב הביהמ"ד, האט זיך נארוואס אנגעהויבן א טעגליכער מנין שחרית אום 7:20 ברכות, וואס גייט אן די לעצטע צוויי וואכן מיט גרויס ערפאלג. זונטאג איז גאר דא צוויי מנינים, 8:30 און 9:30. עס שטייט יעדן טאג גרייט די רויע מקוה פאר די מתפללים, און מ'האפט וואס שנעלער צו קענען האבן פארטיג די נייע מקוה, צו קענען ריכטיג אהערשטעלן א ווירבלנדן ביהמ"ד בימות החול.

צו מנחה-מעריב איז דא א טעגליכער מנין, און דערביי קומען די מתפללים זיך צונויף שיעורי תורה בחברותות. אין די יעצטיגע טעג טוט דער חשוב'ער גבאי פונעם מפעל קביעת עתים דקיט"ל הרב ר' יואל וויינבערגער שליט"א, דורכפירן א גרויסן "חברותא קאמפיין" אראפקומענדיג אין ביהמ"ד עוסק צו זיין בעניני 'שידוכין', צאמצושטעלן פאסיגע חברותות צו מרומם זיין דעם קרן התורה בביהמ"ד.

אידיש.טייפינג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

תגובהדורך אידיש.טייפינג » דינסטאג מאי 15, 2018 11:12 am

אינטערעסאנט, אז די אנדערע בתי מדרשים וועלכע האבן ארויסגעבויעט האבן נישט געהאט קיין פראבלעם מיט די מאראטאריום...

מענדל
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 26, 2016 7:26 pm

תגובהדורך מענדל » דינסטאג מאי 15, 2018 11:24 am

אידיש.טייפינג האט געשריבן:אינטערעסאנט, אז די אנדערע בתי מדרשים וועלכע האבן ארויסגעבויעט האבן נישט געהאט קיין פראבלעם מיט די מאראטאריום...

אלא מאי, פיר אױס?

בלומינג ג
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 03, 2017 2:21 pm

תגובהדורך בלומינג ג » דינסטאג מאי 15, 2018 11:54 am

אידיש.טייפינג האט געשריבן:אינטערעסאנט, אז די אנדערע בתי מדרשים וועלכע האבן ארויסגעבויעט האבן נישט געהאט קיין פראבלעם מיט די מאראטאריום...


קיין איין בהמ"ד האט נישט ארויסגעבויט בשעת'ן מאראטאריום. די מאראטאריום איז שוין נישט דא פאר אפאר חדשים, די אנדערע האבן נישט געהאט עפעס אנדערש האבן זיי געארבעט שנעלער ווי בהמ"ד מהר"א וואס האט שוין יא געהאט ווי צו דאווענען נאר יעצט גייט מען נאר אויסברייטערן און ענדיגען די גאנצע ארבייט.

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » דינסטאג מאי 15, 2018 12:08 pm

אידיש.טייפינג האט געשריבן:אינטערעסאנט, אז די אנדערע בתי מדרשים וועלכע האבן ארויסגעבויעט האבן נישט געהאט קיין פראבלעם מיט די מאראטאריום...

חוץ ראדאוויץ האט קיינער נישט געבויט זיי האבן אראף גענימען 2 גראדשעס און צוגעלייגט נישט צו סאך האט די טאון געלאזט אפי' מיט די מאראטארים

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג מאי 15, 2018 12:14 pm

ראדאוויץ האט שוין געהאט א פערמיט פון פאר די מאראטאריום.
געשריבן - געמעקט. געשריבן - געמעקט. ---- געשריבן!

קאווליר
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:06 pm
לאקאציע: בין שבעים זאבים

תגובהדורך קאווליר » דינסטאג מאי 15, 2018 12:16 pm

רצון טוב האט געשריבן:
ggg האט געשריבן:פרישע נאמען מאורות נתן ד"ראדאוויץ"?


איינע פון רנ"י'ס קינדער, דאכצעמער די וואס לעבט שוין נישט האט אמאל געהאט אזא שיל.

נישט ראדאוויץ האט עס געהייסען נאר שארמאשאג
דעס איז פריש

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דינסטאג מאי 15, 2018 12:17 pm

בלומינג ג האט געשריבן:בלומינג-גראוו – מיט גרויס פרייד איז ערהאלטן געווארן די פרייליכע בשורה בגלילות קרית יואל, ווען די ארטיגע פלענינג-באורד האט דינסטאג געשאנקען די ענדגילטיגע פערמיטן אויפצובויען די לאנג-ערווארטעטע פערמאנענטע מקוה אין אונטערשטן שטאק, און אויף אויסצוברייטערן די גבולי היכל ביהמ"ד און ווייבער-שול.
וכו' וכו'

מעגסט ווען צולייגן ק/פ פון די ק"י בולעטין
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

בלומינג ג
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 03, 2017 2:21 pm

תגובהדורך בלומינג ג » דינסטאג מאי 15, 2018 12:36 pm

איך האב געזאגט עפעס שלעכט'ס?

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דינסטאג מאי 15, 2018 12:39 pm

בכלל נישט, מעגסט עס נאר זאגן בשם אומרו
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

אידיש.טייפינג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

תגובהדורך אידיש.טייפינג » מיטוואך מאי 16, 2018 1:30 am

בלומינג ג האט געשריבן:
אידיש.טייפינג האט געשריבן:אינטערעסאנט, אז די אנדערע בתי מדרשים וועלכע האבן ארויסגעבויעט האבן נישט געהאט קיין פראבלעם מיט די מאראטאריום...


קיין איין בהמ"ד האט נישט ארויסגעבויט בשעת'ן מאראטאריום. די מאראטאריום איז שוין נישט דא פאר אפאר חדשים, די אנדערע האבן נישט געהאט עפעס אנדערש האבן זיי געארבעט שנעלער ווי בהמ"ד מהר"א וואס האט שוין יא געהאט ווי צו דאווענען נאר יעצט גייט מען נאר אויסברייטערן און ענדיגען די גאנצע ארבייט.


די מהר"א שוהל איז פון די לעצטע זיך צו עפענען.
די אנדערע וועלכע האבן זיך געעפנט ביים מאראטאריום, האבן שוין לאנג באקומען פערמיטן.
דאס מיינט אז די נייעס אין בולעטין איז סתם געמאלן וואסער...

בלומינג ג
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 03, 2017 2:21 pm

תגובהדורך בלומינג ג » מיטוואך מאי 16, 2018 9:48 am

זעהט אויס אז איר זענט נישט אינפארמירט. בשעת ווען מהר"א האט געפענט איז און בלומונג גראוו געווען צווי בעיסמענט שול'ן 1. 34 VIRGINIA און 2. 13 DALLAS און בעיסמענט. און קיין איין כשרע מקווה.

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2904
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מיטוואך מאי 16, 2018 9:57 am

אידיש.טייפינג האט געשריבן:
בלומינג ג האט געשריבן:
אידיש.טייפינג האט געשריבן:אינטערעסאנט, אז די אנדערע בתי מדרשים וועלכע האבן ארויסגעבויעט האבן נישט געהאט קיין פראבלעם מיט די מאראטאריום...


קיין איין בהמ"ד האט נישט ארויסגעבויט בשעת'ן מאראטאריום. די מאראטאריום איז שוין נישט דא פאר אפאר חדשים, די אנדערע האבן נישט געהאט עפעס אנדערש האבן זיי געארבעט שנעלער ווי בהמ"ד מהר"א וואס האט שוין יא געהאט ווי צו דאווענען נאר יעצט גייט מען נאר אויסברייטערן און ענדיגען די גאנצע ארבייט.


די מהר"א שוהל איז פון די לעצטע זיך צו עפענען.
די אנדערע וועלכע האבן זיך געעפנט ביים מאראטאריום, האבן שוין לאנג באקומען פערמיטן.
דאס מיינט אז די נייעס אין בולעטין איז סתם געמאלן וואסער...


הרב טייפינג

אויב דער אשכול ברענגט אייך ארויף בלוט אין קאפ אפשר נישט אריינקומען דא און לאזן די לופט קלאר.

ייש״כ

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1852
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מיטוואך מאי 16, 2018 11:04 am

ר' יום טוב האט געשריבן:ראדאוויץ האט שוין געהאט א פערמיט פון פאר די מאראטאריום.


וויאזוי שטימט עס
ראדאוויץ האט ערשט לעצטענס געבויעט
די מארטאריום איז שוין דארט א היבשע פאר יאר

..
ווייסט איינער ווי סך מען מעג יעצט בויען? אויב די מאראטאריעם איז אראפ קען איך עקסטענדן מיין הויז מיט נאך 1000 סק. פוס?

zurech
שר מאה
תגובות: 200
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 10, 2017 2:48 pm

תגובהדורך zurech » מיטוואך מאי 16, 2018 12:14 pm

ווען הייסט וועט זיך דער זשימיגראדער רבי זיך ארויסציען

אידיש.טייפינג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 293
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2012 12:29 pm

תגובהדורך אידיש.טייפינג » מיטוואך מאי 16, 2018 12:51 pm

מצב כללי האט געשריבן:
אידיש.טייפינג האט געשריבן:
בלומינג ג האט געשריבן:
אידיש.טייפינג האט געשריבן:אינטערעסאנט, אז די אנדערע בתי מדרשים וועלכע האבן ארויסגעבויעט האבן נישט געהאט קיין פראבלעם מיט די מאראטאריום...


קיין איין בהמ"ד האט נישט ארויסגעבויט בשעת'ן מאראטאריום. די מאראטאריום איז שוין נישט דא פאר אפאר חדשים, די אנדערע האבן נישט געהאט עפעס אנדערש האבן זיי געארבעט שנעלער ווי בהמ"ד מהר"א וואס האט שוין יא געהאט ווי צו דאווענען נאר יעצט גייט מען נאר אויסברייטערן און ענדיגען די גאנצע ארבייט.


די מהר"א שוהל איז פון די לעצטע זיך צו עפענען.
די אנדערע וועלכע האבן זיך געעפנט ביים מאראטאריום, האבן שוין לאנג באקומען פערמיטן.
דאס מיינט אז די נייעס אין בולעטין איז סתם געמאלן וואסער...


הרב טייפינג

אויב דער אשכול ברענגט אייך ארויף בלוט אין קאפ אפשר נישט אריינקומען דא און לאזן די לופט קלאר.

ייש״כ

דערווייל קוקט אויס ווי איר האט עפעס א קאמפלעקס דערמיט.
איך רעדט פון פאקטן.

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » מיטוואך מאי 16, 2018 1:02 pm

מצב כללי האט געשריבן:הרב טייפינג

אויב דער אשכול ברענגט אייך ארויף בלוט אין קאפ אפשר נישט אריינקומען דא און לאזן די לופט קלאר.

ייש״כ

הארץ
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש יוני 18, 2016 11:15 pm

תגובהדורך הארץ » מיטוואך מאי 16, 2018 9:26 pm

בלומינג ג האט געשריבן:זעהט אויס אז איר זענט נישט אינפארמירט. בשעת ווען מהר"א האט געפענט איז און בלומונג גראוו געווען צווי בעיסמענט שול'ן 1. 34 VIRGINIA און 2. 13 DALLAS און בעיסמענט. און קיין איין כשרע מקווה.

ברסלב בעיסמענט, מאורות נתן בעיסמענט, משה האלפערן בעיסמענט,

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » דאנארשטאג מאי 17, 2018 10:16 am

היינט און יום ביומו
צוגעלייגטע
Cap55.JPG
Cap55.JPG (92.53 KiB) געזעהן 1484 מאל

ggg
שר חמש מאות
תגובות: 619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » דאנארשטאג מאי 17, 2018 10:18 am

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:
בן אחר בן האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:בשביל התורה שנקרא ראשית
בלומינגראָוו גרייט זיך מיט שפּאַנונג צו פייערן די ערשטע 'הכנסת ספר תורה' דעם קומענדיגן יו"ט שבועות הבעל"ט
וועט אריינגעגעבן ווערן צום ביהמ"ד החדש 'מאורות נתן' דורך הרבני הנגיד רבי משה וואלף יאַקאָבאָוויטש הי"ו מבאי בית המדרש


איינער מיט דעטאלן? זמנים אד''ג?

Cap56.JPG
Cap56.JPG (101.37 KiB) געזעהן 1470 מאל

בלומינג ג
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 03, 2017 2:21 pm

תגובהדורך בלומינג ג » דאנארשטאג מאי 17, 2018 11:38 am

פרייליכע נייעס!

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1852
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דאנארשטאג מאי 17, 2018 11:20 pm

ggg האט געשריבן:היינט און יום ביומו
Cap56.JPG
Cap56.JPG (101.37 KiB) געזעהן 1182 מאל


26.JPG
26.JPG (92.53 KiB) געזעהן 1182 מאל




וואכנשריפט ביזי מיט בלומינגראוו
232.jpg
232.jpg (96.81 KiB) געזעהן 1182 מאל


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט