חסידישע דעוועלאפמענטס אין לעיקוואודער אומגעגנט

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

תגובהדורך לטב עביד » מיטוואך נובעמבער 05, 2014 8:28 pm

פיצי קעפעלע האט געשריבן:איך האב גערעדט מיט כ"ק מוהרז "ל שליט"א איבער די דעוועלעפמענט. די רבי האט מיר געזאגט אז ער האט געזאגט פאר די די עסקנים אז אויב וועט זיך פארמירען א גרופע סאטמאר 'ע אינגעלייט וואס וועלן אהין גיין, איז ער גרייט ארויסצוהעלפען מיט מוסדות אין אנדערע קהל'ישע ענינים.

האב'ן מיר אפילו א קלארע עד אחד

לעיקוואד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובהדורך לעיקוואד » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 1:15 am

לטב עביד האט געשריבן:היינט געהערט קראנט אז סאטמערע יונגעלייט פון ווילימסבורג דערווייל בערך 15 - 20 האבן שוין געסיינט קאנטראקט אין לייקוואד! עס רעדט זיך פון הערליכע הייזער אריבער 4000 סקווער פוס אינקלודעט א סעמי בעסמענט אויפגעפיקסט פאר א טענענט פלאס א רויע עריק,
דאס אלעס פאר אונטער 400,000, מיט א צוזאג פון סאטמער צו בויען מוסדות,

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!!!



Just to clarify, i dont think its under 400K, also are you sure they are getting a raw attic? i didn't saw it in the plans
Sorry for writing in english, dont have yiddish now

געוואלדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 4:27 am

תגובהדורך געוואלדיק » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 2:04 am

לטב עביד האט געשריבן:היינט געהערט קראנט אז סאטמערע יונגעלייט פון ווילימסבורג דערווייל בערך 15 - 20 האבן שוין געסיינט קאנטראקט אין לייקוואד! עס רעדט זיך פון הערליכע הייזער אריבער 4000 סקווער פוס אינקלודעט א סעמי בעסמענט אויפגעפיקסט פאר א טענענט פלאס א רויע עריק,
דאס אלעס פאר אונטער 400,000, מיט א צוזאג פון סאטמער צו בויען מוסדות,

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!!!

חסדי השם
דאס וועט זיכער געבן א שטופ די וואס ווילן אויפטאן צו נידערן פרייזן אין ק"י און אדער כאטש געבן קאראש פאר עטליכע צו גיין נעבן ק"י וואו סאיז שוין דא מוסדות און מיט דעם וועט מען זיכער פארטראסקען די פרייזן פון דירות אין ק"י

געוואלדיק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 388
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 4:27 am

תגובהדורך געוואלדיק » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 2:05 am

אגב וויפיל איז דער דאון פענימענט?

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 2:13 am

לעיקוואד האט געשריבן:
לטב עביד האט געשריבן:היינט געהערט קראנט אז סאטמערע יונגעלייט פון ווילימסבורג דערווייל בערך 15 - 20 האבן שוין געסיינט קאנטראקט אין לייקוואד! עס רעדט זיך פון הערליכע הייזער אריבער 4000 סקווער פוס אינקלודעט א סעמי בעסמענט אויפגעפיקסט פאר א טענענט פלאס א רויע עריק,
דאס אלעס פאר אונטער 400,000, מיט א צוזאג פון סאטמער צו בויען מוסדות,

בורא עולם בקנין השלם זה הבנין!!!



Just to clarify, i dont think its under 400K, also are you sure they are getting a raw attic? i didn't saw it in the plans
Sorry for writing in english, dont have yiddish now


די פרייז איז 399 פאר א הויז, און 420 פאר א קארנער הויז מיט פענסטער אויף דריי זייטן.

די ערשטע שטאק איז א דריי בעדרום רענטעל אפט, צווייטע שטאק האט א דיינינג רום, ליווינג רום, ספרים שטוב, פעמילי רום, קאך, פסח קאך, דיינעט און איין טוילעט, די דריטע שטאק האט פינף שיינע סייז בעדרום'ס מיט צוויי טוילעטס און א וואש רום, און דער בוידעם איז נישט פארענדיגט.

מען קען באקומען בערך ניינציג פראצענט פיינענסינג, און דער דעוועלאפער איז גרייט צו בארגן די 40 טויזענט דאללער פאר די דאון פעימענט פאר א צייט פון פינעף יאר פאר די ערשטע צוואנציג אפליקאנטן.

לויט ווי איך פארשטיי זענען דא בערך א מנין אידן וואס האבן זיך קאמיטעד צו קומען 'אבער' מען האט נאך פון קיינעם נישט גענומען קיין דעפאזיט'ס.

איך האב די פלענס אין מיין באזיץ און וועל אי"ה סקענען מארגן.

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 2:18 am

וויכטיג צו באטאנען אז די לעיאוט איז הערליך שיין און פאר די פרייז באקומט מען א קאמפלעט פארטיגע הויז מיט אלע צוגעהערן, אריינגערעכנט אפפלייענסעס און קלאזעט שעלוו'ס וכדומה.

דמתה לתמר
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 4:20 pm

תגובהדורך דמתה לתמר » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 2:21 am

ווארטען מיר אויף די לעיאיט, נישט ווייל איך האב א הוה אמינא נאר כ'האב ליב צו זעהן ווי אידען באקימען שיינע דירות, זאל דער בורא אונז אלע העלפען.

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9497
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 2:25 am

אויב כהאב גוט פארשטאנען איז דעס די זעלבע דעוועלאפער פון די בעלזא דעוועלאפמענט,
איז עס די זעלבע דיזיין/פרייזן ווי דארט?
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 2:26 am

דער דעוועלאפער איז די זעלבע אבער די לעיאוט און פרייזן זענען נישט.

אוועטאר
כאפצעם
שר תשעת אלפים
תגובות: 9497
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 2:34 am

כהאב פארשטאנען ס'וועט קאסטן מער ווייל מ'האט דאך אים געאפערט א בעסערן פרייז,
כפרעג דיטעילס,
וויפיל מער, מיט וואס אנדערש?
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 3:20 am

איך האב נישט די לעיאוט'ס פארנט פון מיר אבער לויט ווי איך געדענק האט דער בעלזער פראיעקט איין שטוב ווייניגער אויף יעדע שטאק (עס האט נאר פיר בעדרום'ס אויבן און דער בעיסמענט רענטאל האט נאר צוויי בעדרום'ס א.א.וו.)

וועגן פרייז, אין בעלזא שלב א' איז א הויז מיט א בעיסמענט געגאנגען פאר 310 אקעגן דעם יעצטיגער סאטמארער פראיעקט וועלכער גייט פאר 399.

אט האט איר די פרייזן פון שלב א' און ב' פון בעלזא.
צוגעלייגטע
2014-11-06 03.09.07.png

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 8:24 am

כ'פארשטיי נישט. ניינציג פארצענט פיינענסד מיינט אז מ'גייט דארפן אראפלייגן בערך פערציג/פיפציג טויזענט און פערציג איז די דעוועלעפאר גרייט צו בארגן? דאס מיינט א דירה פאר כמעט בחינם??

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6919
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 8:33 am

יא‎!
לאמפ האט געשריבן:און דער דעוועלאפער איז גרייט צו בארגן די 40 טויזענט דאללער פאר די דאון פעימענט פאר א צייט פון פינעף יאר פאר די ערשטע צוואנציג אפליקאנטן.
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 8:37 am

Wow טו גוד טו בי טרו

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 8:37 am

יאפ, אויב די ביזט פון די ערשטע צוואנציג און די ביסט אפראווד פאר ניינציג פראצענט פיינענס קענסטו קויפן דעם הויז אן ארויסנעמען א דיים פון טאש.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20051
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 8:40 am

לאמפ, קלאוזינג קאסטן איז ווינציגער ווי א דיים?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 8:40 am

די זאך איז נאר אז נישט יעדער קען באקומען א לאון פון ניינציג פראצענט, דאס ווענד זיך שוין אין יעדע מארדגעדש אפליקאציע באזונדער.

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 8:44 am

farshlufen האט געשריבן:לאמפ, קלאוזינג קאסטן איז ווינציגער ווי א דיים?


געטראכט פון דעם, אבער איבערקוקענדיג די נומערן וואס דער דעוועלאפער גיבט פון אלע עקפענסעס ביים קויפן, רעכענען זיי נישט אויס קיין קלאוזינג קאסט, קען זיין ס'איז אריינגערעכענט אין די לאון, איך בין נישט זיכער.

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 9:01 am

ווייסט איינער וואס די tax וועט זיין,

כידוע האט די ליבעראלע סטעיט א באזונדערן אפעטיט צו נוגן די homeowners טאש,
און דער איבערוואגיגער governor איז נישט קיין סאך ווערט געווען אין דעם הינזיכט אויסער פראדוצירן אפאר פאפולערא you tube קליפס
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 9:05 am

לאמפ האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:לאמפ, קלאוזינג קאסטן איז ווינציגער ווי א דיים?


געטראכט פון דעם, אבער איבערקוקענדיג די נומערן וואס דער דעוועלאפער גיבט פון אלע עקפענסעס ביים קויפן, רעכענען זיי נישט אויס קיין קלאוזינג קאסט, קען זיין ס'איז אריינגערעכענט אין די לאון, איך בין נישט זיכער.


איך האב נאכאמאל איבער געקוקט און יעצט באמערקט די קליינע אומלעזבארע ווערטער ווי זיי שרייבן אז די קלאוזינג קאסט איז נישט אריינגערעכנט אין די חשבונות וואס זיי געבן.

במילא סטעפ איך אראפ פון וואס איך האב פריער געשריבן, ווייל מען דארף יא אראפלייגן א שיינע פאר אלפים פאר 'קלאזינג קאסט' און ארום.

יעצט גיימער שנעל איבערליינען אלע איבריגע קליינע אותיות ווייל ווער ווייסט וואס נאך דארט שטייט..
לעצט פאראכטן דורך לאמפ אום דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 9:07 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 9:06 am

סמארט גאי האט געשריבן:ווייסט איינער וואס די tax וועט זיין,

כידוע האט די ליבעראלע סטעיט א באזונדערן אפעטיט צו נוגן די homeowners טאש,
און דער איבערוואגיגער governor איז נישט קיין סאך ווערט געווען אין דעם הינזיכט אויסער פראדוצירן אפאר פאפולערא you tube קליפס


צווישן זעקס און אכט טויזענט א יאר, ווענד זיך אין די הויז סייז וכדומה.

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 9:13 am

לויט דעם דעוועלאפער באטרעפט די קלאוזינג קאסט בערך צען אלפים (אין ניו יארק קאסט עס היבש מער).

אוועטאר
לאמפ
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 06, 2014 8:16 am

תגובהדורך לאמפ » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 9:17 am

געלעגער האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט. ניינציג פארצענט פיינענסד מיינט אז מ'גייט דארפן אראפלייגן בערך פערציג/פיפציג טויזענט און פערציג איז די דעוועלעפאר גרייט צו בארגן? דאס מיינט א דירה פאר כמעט בחינם??


נישט ממש בחינם, בערך צען אלפים פאר 'קלאזינג קאסט'.

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 9:25 am

סמארט גאי האט געשריבן:ווייסט איינער וואס די tax וועט זיין,

כידוע האט די ליבעראלע סטעיט א באזונדערן אפעטיט צו נוגן די homeowners טאש,
און דער איבערוואגיגער governor איז נישט קיין סאך ווערט געווען אין דעם הינזיכט אויסער פראדוצירן אפאר פאפולערא you tube קליפס


קארגע אכט טויזנט דאלאר.

(געזען אויף זייער׳ס אן עד וואס גיבט א ברעיקדאון פון די חודש׳ליכע קאסטן).
ישראל אשר בך אתפאר

כרם
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2014 10:46 am
לאקאציע: ביים טאטען אין וויינגארטן

תגובהדורך כרם » דאנארשטאג נובעמבער 06, 2014 9:34 am

סראלי האט געשריבן:
סמארט גאי האט געשריבן:ווייסט איינער וואס די tax וועט זיין,

כידוע האט די ליבעראלע סטעיט א באזונדערן אפעטיט צו נוגן די homeowners טאש,
און דער איבערוואגיגער governor איז נישט קיין סאך ווערט געווען אין דעם הינזיכט אויסער פראדוצירן אפאר פאפולערא you tube קליפס


קארגע אכט טויזנט דאלאר.

(געזען אויף זייער׳ס אן עד וואס גיבט א ברעיקדאון פון די חודש׳ליכע קאסטן).

דאס מיינט אז צו ווערן עפראווט פאר א מארטגעדש דארפסטו פארדינען אן ערך פון פינף און זיבעציג - אכציג אלפים?


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט