קרית ברסלב - הורליוויל ניו יארק Hurleyville NY

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: אחראי, געלעגער

קאטאגאריש
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » דאנארשטאג יוני 13, 2019 7:52 pm

Kosher Travel האט געשריבן:history האט קלאהר געוויזן אז ווען מען טוישט די זאונינג גייען פרייזן ארויף. ממילא...

דער סתם, עמך עולם, דערלייגט נאר ווען מען טוישט די זאונינג, ווייל די פרייזן גייער ארויף.
די quality of life גייט אראפ down the drain. מען באקומט קלענערע, פארשטופטע הייזער, פאר מער געלט.


פונקט פארקערט, ווען פרייזען גייען זייער שטארק ארויף טוישט מען זאונינג אין מען בויט ציקוועטשט, וזה פשוט

קרית ויואל משה האט מן הסתם 10 דירות אויף א עיקר פאר 220 א פיס, מיינסט ווען ער קען נאר בויען א צענטל דירות וואלט עס געווען ביליגער?

איך האלט מען זאל מאכען ווילידשעס ווי מען וואוינט פארשטיפט ווי די טשיקענס (קרית ויאל משה) אין ווי מען וואוינט אביסעל ברייט (וואדבערי דשאנקשען) אין צישפרייט ווי (איך ווייס נישט)

אין יעדער זאל וואוינען ווי זיין הארץ (טאש) באגערט

וועם שטערט אז מען טוישט די טאון זאנינג?, איך פארשטיי אז איינער וואוינט אין קרית יואל, מאנסי אין ארים זיין הויז בויט מען בנינים אז סבאדערט, אבער נייע געגנטער?

וועגען דעים האט NYC פארשידענע זאנינגס אז יעדער זאל קענען לעבען אין א סביבה וואס שמעקט עים
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1933
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דאנארשטאג יוני 13, 2019 7:57 pm

איך עגרי מיט אייך אז עס איז דא פארשידענע זאונינגס, און איעדער זאל זיך קלויבן וואס איהם שמעקט.
אבער איך עגרי נישט מיט אייך אז פרייזן גייען קודם ארויף און דערנאך בויעט מען ציקוועטש. ניין, פרייזן גייען קודם ארויף. דערנאך טוישט מען זאונינג און פרייזן גייען נאך מער ארויף.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » דאנארשטאג יוני 13, 2019 8:16 pm

די קרית יואלע זאנינג איז יעצט בערך 30 דירות אויף א עיקער

שכונות ויואל משה איז מער ווי 30 דירות אויף א עיקער

א עיקער פראפערטי אין קרית יואל פארקויפט זיך איבער 2 מיליאן אפשר 3 מיליאן

אינדרויסן פון די וויליזש גייט עס בערך 200 טויזענט מיט עפפראווד פלענס

פארווייטאגט
שר מאה
תגובות: 167
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 1:29 pm

תגובהדורך פארווייטאגט » דאנארשטאג יוני 13, 2019 8:31 pm

Kosher Travel האט געשריבן:איהר שרייבט ווי א ברסלב'ער.
ועושה שלום במרומיו, הוא יעשה שלום עלינו.
איך מיין מיהר האלטן די זעלבע זאך.


איך?

נאר דאס נישט.

ווי האסטו דאס געזעהן? איך וועל עס שוין אויסמעקען :cry:

כ'האפ אז דו מיינסט נישט מיר....

אוועטאר
נו שוין
שר האלף
תגובות: 1110
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דאנארשטאג יוני 13, 2019 9:43 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:די קרית יואלע זאנינג איז יעצט בערך 30 דירות אויף א עיקער

שכונות ויואל משה איז מער ווי 30 דירות אויף א עיקער

א עיקער פראפערטי אין קרית יואל פארקויפט זיך איבער 2 מיליאן אפשר 3 מיליאן

אינדרויסן פון די וויליזש גייט עס בערך 200 טויזענט מיט עפפראווד פלענס

כזוך שוין א לאנגע צייט אזא לאט, אויב קענסט ביטע שערן, טענקס.

קאטאגאריש
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » פרייטאג יוני 14, 2019 10:22 am

ווען פרייזען פון דירות גייען ארויף ווייל עס איז נישטא געניג לאנד, בויעט מען ציקוועטשט, אין ווען מען בויעט ציקוועטשט גייען ארויף די פרייזען פון לאטס,

עס טרייבט ארויף די פרייז אויף לאנד אין האלט די פרייזען פון דירות ביליגער
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

Blooming
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 26, 2018 7:24 pm

תגובהדורך Blooming » מאנטאג יוני 24, 2019 5:45 pm

געהערט אז די ערשטע מנין משפחות מופען ארויס די וואך






20190624_174826.jpg
20190624_174826.jpg (154.52 KiB) געזעהן 3999 מאל

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלף
תגובות: 1933
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מאנטאג יוני 24, 2019 6:43 pm

קאטאגאריש האט געשריבן:ווען פרייזען פון דירות גייען ארויף ווייל עס איז נישטא געניג לאנד, בויעט מען ציקוועטשט, אין ווען מען בויעט ציקוועטשט גייען ארויף די פרייזען פון לאטס,

עס טרייבט ארויף די פרייז אויף לאנד אין האלט די פרייזען פון דירות ביליגער

איהר קריגט אייך מיטן מציאות. אין מאנסי, ווען מען האט גענומען ספליטען אלע פראפעטיס, און אויף א וואן פעמילי לאט, קומט ארויף א attached town house, וואס איעדע האט אויך א בעיסמענט רענטעל (עמטליך צו נישט), קאסטן די האלבע הייזער, אסאך מער ווי אמאהל. דאס איז א פאקט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1573
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

פון די עשרה ראשונים אינעם נייעם שטעטל

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דינסטאג יוני 25, 2019 11:14 am

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת בהעלותך, י"ח סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן


מרת ... תחי'.


וואויל איז אייער חלק אז איר האט זיך ארויסגעצויגן קיין קרית ברסלב, ליבערטי יצ"ו.


איר זענט פון די עשרה ראשונים צו בויען א פלאץ וואו מיר וועלן מחנך זיין אונזערע דורות בקדושה ובטהרה אויפ'ן וועג ווי דער רבי האט אונז געלערנט ווי אזוי מוהרא"ש האט אונז דאס איבערגעגעבן.


חכמינו זכרונם לברכה זאגן (מדרש תנחומא עקב, סימן ו; הובא ברש"י דברים ח, א): "אִם הִתְחַלְתָּ בְּמִצְוָה, גְמוֹר אוֹתָהּ", איר זענט געווען פון די ערשטע משפחות ווען מיר האבן געעפנט די חדר אין ברוקלין, וויליאמסבורג און אויך פון די ערשטע משפחות אריין צו שיקן אינעם מיידל סקול, יעצט זענט איר די ערשטע צו עפענען מוסדות אין ליבערטי.


דער אייבערשטער זאל אייך געבן כח אויפצוציען די קינדער געזונטערהייט צוזאמען מיט אייער טייערער מאן נרו יאיר.


איך פריי זיך צו הערן אז אייער שטוב וועט דינען אלץ אן אכסניא לתורה ולתפלה, מען וועט אנהייבן ביי אייך אין שטוב מיט א מנין.


אין דעם זכות זאלט איר האבן שפע, ברכה און הצלחה.


א פרייליכן שבת.


פון דא

https://breslevcenter.com/letters/עשרה- ... ייעם-שטעטל

staten island
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 06, 2017 11:11 am

נישט אויפהויבן די פרייזן אין קרית ברסלב

תגובהדורך staten island » מאנטאג יולי 08, 2019 4:07 pm

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שלח, כ"ד סיון, שנת תשע"ט לפרט קטן





לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר.


איך האב ערהאלטן דיין נדבה פאר די ישיבה, יישר כח.


וואויל איז דיר און וואויל איז דיין חלק אז דו העלפסט מיר אויפשטעלן א שטעטל על שם רבינו; א פלאץ וואו מיר וועלן לעבן מיט די עצות פון רבי'ן און מיר וועלן קענען ערציען אונזערע קינדער אויף דעם וועג ווי מוהרא"ש האט אונז געלערנט.


איך וויל דיר בעטן א פערזענליכע טובה, זאלסט איבערגעבן פאר אלע וואס ווילן קויפן אדער דינגען א הויז אינעם שטעטל אז דאס קען מען נישט טון אליינס, מען מוז זיך ווענדן צום "ועד הקריה" און נאר דורך זיי קען מען קויפן אדער דינגען. ווער עס וויל גיין אליינס וכו' וועט נישט האבן א מקום ביי אונז אין מוסד.


עס זענען דא יחידים וואס זוכן נאר צו מאכן געלט, זיי קויפן פאר אינוועסטמענט וכו' און דורכדעם הייבן זיי די פרייז פונעם געגנט, דעריבער מוז איך שטיין אויף דעם און נישט לאזן אז די פרייזן זאלן זיך הייבן.


געדענק, דער בעל תפלה האט געזאגט (סיפורי מעשיות, מעשה יב) אז פון אלע תאוות קען מען ארויסנעמען דעם מענטש, נאר נישט פון תאוות ממון; מיר זענען פון די אנשי בעל תפלה און אונזער הצלחה איז נאר ווילאנג אונזער קאפ ליגט נישט אין תאות ממון.


דו געדענקסט דאך אוודאי ווי מוהרא"ש פלעגט זיך בארימען ביי די שיעורים, ער פלעגט אויפהייבן זיינע הייליגע צען פינגערס און זאגן מיט א שטארקייט: "איך בין ריין פון תאוות ממון", "איך וועל אוועק גיין פון די וועלט אן האבן גענומען א פרוטה פון א צווייטן"; איך קען נישט זאגן אזעלכע ווערטער, אבער איך קען זאגן אז איך ליג נישט אין תאות ממון און מען קען מיר נישט אונטערקויפן מיט געלט.


איך וויל נישט, און איך וועל שטיין אויף דעם אז מען זאל נישט אויפהייבן די פרייזן כדי אז יונגעלייט זאלן קענען לעבן מיט שלוות הנפש, מען זאל האבן גרויסע דירות פאר ביליג וואס מען זאל קענען דעקן די הוצאות.


איך האף אז דו וועסט טון מיין ווילן און דו וועסט דאס איבערגעבן פאר אלע וואס ווילן זיך ארויסצוען, זיי זאלן נישט דינגען א דירה פאר זיי רעדן צום "ועד הקריה", וואס זאלן זאגן צי די פרייז פון די רענט איז נארמאל אדער איבערגעטריבן.


דו קענסט ווייזן דעם בריוו פאר אלע וואס ווילן זיך דארט באזעצן.


בעפאר דו הייבסט אן דיין טאג זאלסטו גיין א שפאציר פאר אפאר מינוט רעדן צום אייבערשטן, וועסטו זען גרויסע וואונדער.

פון דא


https://breslevcenter.com/letters/נישט- ... קרית-ברסלב

אוועטאר
א.ב.ג
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2019 1:13 pm

תגובהדורך א.ב.ג » מאנטאג יולי 08, 2019 5:32 pm

וויפיל אידן וואוינען שוין כהיום דארט? ס׳ריקט זיך עפעס?

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג יולי 08, 2019 5:53 pm

איך ווייס איינער וואס האט אהינגעמאפט א וואך צוויי צוריק

ליל שישי
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 6:02 pm

תגובהדורך ליל שישי » מאנטאג יולי 22, 2019 1:53 am

זעה איך אויף גאגל אז סאיז שוין דא א בית המדרש בית המדרש היכל הקודש ברסלב

מוח
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 01, 2018 5:42 am

תגובהדורך מוח » זונטאג אוקטובער 06, 2019 9:51 am

איך האב גיערט גיטע נייעס סי שוין דא 15 תושבים אין שטעטל !!!
סי גרייטזעך נאך א פאר משפחות צי מופן .. נאך יום טוב ..
איינער ווייסט פרייזן פון דירות ?

אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

תגובהדורך א גוטע ניק » זונטאג אוקטובער 06, 2019 10:11 am

ליל שישי האט געשריבן:זעה איך אויף גאגל אז סאיז שוין דא א בית המדרש בית המדרש היכל הקודש ברסלב

מ'קען זעהן בילדער אויכט?

פרייליכען
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 04, 2017 4:55 pm

תגובהדורך פרייליכען » זונטאג אוקטובער 06, 2019 10:31 am

פארוואס שרייבט ר' יואל אגאנצן צייט ליבערטי, ווען די שטעטל איז קלאר אין הורליוויל?

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3670
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג אוקטובער 06, 2019 10:45 am

גייט די ראש ישיבה ארויסמופן?


צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט