ברוך שהחיינו - בתי נפש אויף שבועות

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

ברוך שהחיינו - בתי נפש אויף שבועות

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג מאי 21, 2015 10:53 am

מיט פרייד בין איך מודיע אויף די בשורה טובה אז דער בתי נפש - בית מועד איז ארויסגעקומען ברוב פאר והדר. די הייליגע ווארימע מוסר רייד מתובל מיט דרוש ואגדה, איז כמים קרים על נפש עיפה. מיר האבן צוגעלייגט הונדערטע מראה מקומות והגהות, אז עס זאל זיך לערנען געשמאק און לייכט.
מיר האבן צוגעלייגט צוויי דרושים פון דעם מחבר'ס ספר "פני שלמה - פנים לאגדה", די צוויי דרושים זענען כולל צענדליגע הקדמות און יסודות פון דרוש ספרים, עס איז כדאי מפרסם צו זיין לאוהבי ושוחרי דרוש. צום סוף האבן מיר צוגעלייגט א פלפול פון דעם מחבר'ס ספר אויף חידושי סוגיות, דאס איז א סוגיא אויף שבועות, וואס כנראה האט דער מחבר פארגעלערנט במשך דעם יום טוב.
מה נהדר מראה כהן, טעמו וראו כי טוב, און זייט מזכה אנדערע אויך.
יישר כח פאר אלע משתתפים אין דעם הייליגן ארבעט, קביעין כן תהוון בהנהו חבורתא, ותזכון די תיתבון בעילא דרתא, ארי תציתון למלי דנפקין בהדרתא.
א גוט יו"ט!!
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג מאי 21, 2015 9:15 pm

זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו!!

איך האב נישט די ריכטיגע ווערטער ארויסצוברענגען מיינע טיפע געפילן פון די שמחה וואס הוצאת ספרים "אייוועלט - עולם הספרים" האט זוכה געווען, צו מקריב זיין א הערליכען "מנחה חדשה לה'" לכבוד דעם הייליגן יו"ט שבועות, חכז"ל זאגן (כתובות ק"ה ע"ב): כל המביא דורן לתלמיד חכם כאילו מקריב ביכורים, אפילו היינטיגע צייטן וואס דער ביהמ"ק איז שוין נישט דא, איז דען דא א גרעסערע "דורון" פאר א תלמיד חכם ווי ארויסגעבן מחידושי תורתו אשר עמל ויגע עליו, ויהא שפתותיו דובבות בקבר, ? ניין!! דאס איז די גרעסטע דורן וואס מען קען ברענגן פאר א תלמיד חכם.

טייערע חברים איר האט זוכה געווען מקריב צו זיין ביכורים לכבוד דעם הייליגן יו"ט, "שמחה לאיש במענה פיו ודבר בעתו מה טוב".

נישט סתם ביכורים נאר ס'איז באקרוינט און באצירט אזוי ווי מען דארף ברענגען ביכורים, א הערליען אויסלאגע, נקי מטעותים וכדומה, און באצירט מיט הונדערטער אדער גאר טויזענטער מראי מקומות המוסיפים חכמה ובינה.

דער תוכן איז דאך ממש מוראדיג, עס איז דא אין דעם פון אלע ד' חלקי תורה - פ'שט ר'מז ד'רוש ס'וד, די פשטים די דרושים די פלפולים, ס'איז משמחת לב לומדיהן. דאס איז ריכטיגע "תכשיטין להכלה" לכבוד דעם הייליגן יו"ט.

איך וויל מיך דא באדאנקען פאר ראש המערכת הרב "יידישע קהילות" פארן אוועקגעבן טאג נאכט כח און מוח און וואס נישט להצלחת המפעל, און דאס אלעס טוט שלא על מנת לקבל פרס, און אזוי אויך ברויך מען זיך באדאנקען פאר אלע מעתיקים מגיהים גרעפיקער'ס וכו'. קיינער האט נישט געגלייבט ווען מען האט אנגעהויבן דעם פרויקט אז מוועט אנקומען אזוי ווייט אויף שבועות, אבער איר מיט אייער התנדבות האבן מיר עס באוויזען.

עטס האט טאקע געטון א "חסד של אמת" אבער ס'איז זיכער אז "ישלם ה' פעלכם ותהי משכורתכם שלימה מעם ה' אלקי ישראל", אמן כן יהי רצון, וכן יעזור ה' להלאה שנזכה להוציא כל ספריו ושאר ספרן של צדיקים.

א פרייליכען יום טוב!!
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג מאי 21, 2015 10:47 pm

מורא'דיג מורא'דיג שישו ושמחו בשמחת התורה, א פריידיגע געפיהל פאר אייוועלט און אירע מעמבערס!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » דאנארשטאג מאי 21, 2015 11:08 pm

איך האלט יעצט ביים טויזענטסטע תגובה, און איך דריי מיך ארום שוין די לעצטע שטיקעל צייט וואס צו שרייבן לכבוד המאורע, איך האב געטראכט אפשר א אשכול צו עפענען, עפעס א שיינע ארטיקעל אראפלייגען, אבער היות אז א שרייבער בין איך נישט, האב איך מיר נישט געקענט צאם נעמען צו שרייבען.

אבער יעצט איז מיר איינגעפאלן די פסוק אין שיר השירים "האלף לך שלמה", די 'טויזענטסטע' תגובה געב איך אוועק לרגל הופעת הגליון בתי נפש להגאון ר' 'שלמה' כהן זצ"ל אבד"ק צילץ.

קודם איז פותחין בכבוד אכסני', וואס שטעלט צו שוין צען יאר פון ריינע אויסגעהאלטן מאטעריאל אן לשו"ה רכילות פאליטיק וכל שם כינוי, א פלאץ צו פארברענגען געשמאק אן צו דארפן חושש זיין אויף אריין טרעטען אין בלאטעס און שמוציג ווערן.

עס קען נישט זיין קיין שענערע פלאץ וואו דא, א רויאיגע ווינקעל ארויס פון די רוישיגע אל-געמיינע וועלט, און צו זאמען מיט די כח פון אחדות האבן מיר צוזאמען ארויסגעגעבן די גליון.

איך האב קודם געמיינט אז ס'וועט זיין דאפעלט אדער צוויי מאל דיק וואו א נארמאלע וואך, למעשה ביים דאונלאודען האב איך געזען אז ס'איז 31 בלעטער, אנגעפילט מיט הערליכע שיינע דרשות לכבוד חד השבועות. איך האב גלייך ארויסגעפרינט צוויי (איינס פאר מיר און איינס פארן ביהמ"ד).

א גרויסן יישר פאר אונזער ראש, "אידישע קהילות", וואס איז עוסק יום ולילה, און די אלע וואס לייגען צו א האנט אז עס זאל ארויסקומען א דבר השלום.
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16625
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » פרייטאג מאי 22, 2015 12:57 am

ענדע צדיק! האט געשריבן:מורא'דיג מורא'דיג שישו ושמחו בשמחת התורה, א פריידיגע געפיהל פאר אייוועלט און אירע מעמבערס!

----
מז"ט הרב יאפין

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20299
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג מאי 22, 2015 8:47 am

ענדע צדיק! האט געשריבן:מורא'דיג מורא'דיג שישו ושמחו בשמחת התורה, א פריידיגע געפיהל פאר אייוועלט און אירע מעמבערס!
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “מפעל הוצאת ספרים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט