מיין לעבן ווי א מלחמה

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

מח בקדקדו
שר מאה
תגובות: 231
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 2:14 pm

מיין לעבן ווי א מלחמה

תגובהדורך מח בקדקדו » זונטאג דעצמבער 10, 2017 10:07 pm

טויזנטער סאלדאטן נאכאנאנד טוען מארשירן
אויפן פראנט קעגן דעם שונא טוט מען זיי פירן
א מלחמה, דאס איז דאך נישט קיין פשוטע זאך
עס שטייט זיי נאך אין וועג שווערע שטיינער אסאך
פחדים און פארלוירנקייט, דעם טויט זעט מען פאר די אויגן
דארף מען דאך פון פאראויס זען אז אלעס זאל טויגן

אז דער סאלדאט וועט זיך אין קאפ גוט אריין נעמען
אז איך גלייב אז קען דאס אלעס פארנעמען
איך האב די יכולת מיין תפקיד דורכצופירן
און איך וועל אין מיין הארץ דעם טעם פון נצחון שפירן

און נאך א זאך דארף איך זיך פון פאראויס צוגרייטן
אז דער וועג צו נצחון זאל דאס מיך באגלייטן

תכסיסי מלחמה וויאזוי דעם פיינט צו אטאקירן
און מיט חכמה דעם זיג נענטער צו פירן
אז איך וועל וויסן די מניעות וואס קענען זיך מאכן
און אויף יעדן פראבלעם אן עצה צו דערגרייכן
וועט דאס באגלייטן מיין וועג צו א נצחון א רייכן

***************

טייערע ברודער אין דעם נמשל טוט גוט אריין קלערן
דאס לעבן איז ווי א מלחמה טוט דאס ערקלערן
אויפן פראנט קעגן דעם שונא מען שטייט
עס כאפט א פחד ווען מען פארשטייט דעם באדייט

שווערע כוואליעס וואס ווילן אונז פארשוועמען
אבער פון א מלחמה איז עס נאך שווערער צו פארנעמען
טאקע איך דארף מיר אין קאפ גוט אריין נעמען
אז איך גלייב אז איך קען דאס אלעס פארנעמען
איך האב די יכולת מיין תפקיד דורכצופירן
און איך וועל אין מיין הארץ דעם טעם פון נצחון שפירן

אבער פון א מלחמה איז עס מיט איין זאך אנדערש
וועלכע פראבלעם עס וועט זיך מאכן מען ווייסט נישט
רבוש"ע ווי גיט מען זיך דא אן עצה
איך בין פארלוירן ליייג מיר צו א פלייצע
דעם אמת'דיגן וועג טאטע הראנו
לאז מיך נישט אליין בעצה טובה מלפניך תקנני:
לעצט פאראכטן דורך מח בקדקדו אום דינסטאג דעצמבער 12, 2017 5:27 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.

פרידן
שר האלף
תגובות: 1734
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מאנטאג דעצמבער 11, 2017 12:01 am

שיין ארבייט סיי מצד די טאלאנט סיי מצד די תוכן

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » מאנטאג דעצמבער 11, 2017 12:11 am

שיין!
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1270
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג דעצמבער 11, 2017 2:26 am

זייער גוט! אסאך ארבעט אריינגעלייגט...
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5094
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג דעצמבער 11, 2017 10:18 am

שיינע וויכטיגע געדאנק.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19257
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג דעצמבער 11, 2017 10:20 am

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:שיין!
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג דעצמבער 11, 2017 12:53 pm

זייער שיין 'מח'. הערליך שיין.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט