תשעה באב - מחשבות

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בכלל נישט דאהי...

תשעה באב - מחשבות

תגובהדורך טישטוך » מאנטאג יולי 31, 2017 5:21 am

ליכט אין די זייט
די מחשבות זענען פארפלויגן ווייט
טרערן זיי פאלן
און שפיגלען זיך אפ אין די זון שטראלן

אויפן ערד זיי זיצן
אין די היצן
מען האט זיי פארטריבן
שוין גארנישט פארבליבן

ירמיהו הייסט מעשים פאררעכטן
געלאכט נאך פון אים נעכטן
היינט האט עס פאסירט
די רשעים אויף אונזער ביהמ"ק פארפירט

די ווייטאג איז אבנערמאל
עס איז ביטער ווי גאל
די קעפ אראפגעלאזט צום ערד
קיין ריר נישט מען הערט

קיינער עסט נישט קיינער טרינקט נישט
מחשבות פליען און מאכן צומישט
איז עס טאקע וואר
נישטא קיין קרבנות, נישטא קיין ביהמ"ק דאס יאר?

מען הערט א קליין שארך
א שטיל קול שניידט אדורך
שטארקט זיך מיינע קינדער
אויב טוט איר תשובה וועל איך ווייזן וואונדער

שוין צוויי טויזענט יאר
וויינען מיר גאר
די זעלבע מצב מען זיצט אויפן ערד
און די זעלבע קינות מען הערט

טרערן נאכאלס זיי פליסן
יעדער זיינע אייגענע טוט פארגיסן
אבער דער שטיל קול יעדעס יאר קומט נאך
היינט וויינט זי שוין איך וויל היילן דיין בראך

לאמיר יעצט אהייבן
אבער מיר מוזן גלייבן
אז עס איז פארהאן אזא פלאן
מארגן זאל נישט קיין תענית זיין

אויב וועלן מיר תשובה טון
היום אם בקולו תשמעון
וועט גאט שוין היינט אונז נעמען
און מיר וועלן פארגעסן פון די קלעמען
איך האב אויסגעמעקט מיין אונטערשריפט, האסט אן איידיע פאר מיר? קום אין אישי...

אוועטאר
בערל קראקאווער
שר חמש מאות
תגובות: 829
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 1:18 pm
לאקאציע: אויפ'ן וועג צום רבי'ן

תגובהדורך בערל קראקאווער » מאנטאג יולי 31, 2017 3:05 pm

זייער שיין!
ראש הקהל
הויפט געווינער פון שרייבעריי פארמעסט תשע''ז
וואס האט מען צו זארגן וואס וועט זיין מארגן, בעסער פאררעכטן וואס איז געווען נעכטן...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19285
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג יולי 31, 2017 3:07 pm

ווי הארציג!
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
גין-גאלד
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:02 pm
לאקאציע: נישט אהער און נישט אהין

תגובהדורך גין-גאלד » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 5:55 pm

הערליך און זייער רייך. שטארק זיך אויסגעדריקט.
גוט געגראמט און ליינט זיך פליסיג.

דער אייבערשטער זאל העלפן, אז זאלסט בקרוב בימינו קענען אויסגראמען משיח צדקינו'ס אנקום, בעגלא ובזמן קרוב!
האלט! איידער איר זאגט אויס פאר אייער ''נאנטסטער חבר'' ווער עס פארשלייערט זיך אונטער אייער ניק, ביטע ליינט דא.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4573
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מיטוואך אוגוסט 02, 2017 5:59 pm

זייער שיין.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט