לכבוד פסח תשע"ז: אמונה מיט אפטימיזם

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וואסערפאל
שר חמש מאות
תגובות: 530
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 10, 2012 9:27 pm

לכבוד פסח תשע"ז: אמונה מיט אפטימיזם

תגובהדורך וואסערפאל » פרייטאג מארטש 31, 2017 1:43 pm

בס"ד
פארווארט

עס האט מיר אמאל געזאגט א היסטאריע ליינער, אז יעדער וואס שרייבט א ביאגראפיע, וכדו. האט עפעס הונטערן באוואוסטזיין, א 'מעסעדזש' וואס ער וויל ארויסברענגן. ואני הק' וויל איך מיט די דאזיגע שורות ארויסברענגן א 'מעסעדזש' פאר מיר, און אפשר וועלן דאס אנדערע אויך פערסיוון.

ס'איז פארהאן מצות אין די תורה, וואס באשטייט פון טוהן א פעולה, א שטייגער ווי שופר בלאזן, וכדו. ווידער איז פארהאן מצות, וואס אפי' די 'מצות עשה' דערפון איז 'נישט' טוהן, דהיינו, רוען שבת, מיט דעם וואס מען רוהט, און מען ארבייט נישט איז מען מקיים יעדע רגע א מצוה.

מצה וואס מ'גרייט צו פאר פסח, האט אין זיך ביידע חלקים, סיי דעם חלק וואס מ'טוט, דהיינו מ'באקט שנעל, מעל, וואסער,קנעטן, וועלגרן, וכו. און אויך וואס מ'טוט נישט, דהיינו, מ'לייגט נישט מער וואסער ווי מ'מעג, נישט קיין צוקער זאלץ, וכו.

מצה איז דאך איין שטיק אמונה, כמבואר בספרים, אבער א שטיקעלע נקודה וואס כ'האב געוואלט ארויס-ברענגן: אין די היינטיגע וועלט, ווען נייעס ווערט בליץ שנעל פארשפרייט, און די טבע איז אז, נעגאטיווע נייעס כאפט מער דעם מח, ד.ה. נישט אז אמאליגע צייטן איז געווען אנדערש, עס איז אלץ געווען אביסל בעסער, וכן להיפוך, 'ואין כל חדש תחת השמש' אזוי זאגט אונז שלמה המלך אין קהלת. נאר די מציאות איז היינט, אז מ'ווייסט אלעס אין איין סעקאנד, און מ'איז מער אויפ-פאסנד, קען זיך דער מענטשעלע איינרעדן אז ער באגרייפט די וועלט, און מ'ווערט פעסעמיסטיש, שווארץ-קוקעריש וכו.

דו בעסטע זאך איז צו זיין אפטימיסטיש, פאזעטיוו, טראכטן בלויז גוט, און דאן איז דאך א מחי', ס'איז פארט פארהאן א גרויס חלק, וואס זענען פעסעמיטש, און דאס פעזעמיזם ווערט מער פראגרעסיוו, און מ'פארלירט די שמחת החיים, דערפאר איז זיך וויכטיג מתבוננן צו זיין, מער און מער און מער, אז יעדע רגע וואס די וועלט פירט זיך, און א יעדע רגע'לע וואס א מענטש קען טוהן א פעולה, זיך רירן, פונעם אטעם - ביזן פיטערן דאס קינד וואס עסט, ביזן גיין און קומען בשלום, פונעם צענליגע מאל אפקומען מיט שרעק, זאל דער מענטש אריינקלערן אז, יעדע רגע, איז איין קייט פון השגחה, הנהגה, מיט נסים פונעם בורא עולם, און אפי' עס פאסירט צומאל עפעס וואס קוקט נישט אויס גוט, איז דאס נישט קיין פורצופאל, נאר כביכול האט – ווי ס'זעט אויס אין אונזער פליישיג אויגן – אוועק-גענומען זיין השגחה לטובתינו. ווען א איד איז זיך אין דעם מתבוננן, קען ער זעען גלייך, וויזוי די וועלט, און אזוי אויך וויאזוי יעדע מענטש וואלט חלילה אויסגעזען, ווען דער בורא, זאל ח"ו, איין פיצינקע רגע'לע אפלאזן זיין שמירה, מילא, אנערקען און פראקטיציר אין מח נאכאמאל און נאכאמאל דעם רעאליטעיט, אז אין יעדע סעקונדע פון לעבן איז מען אונטער קאנטראול פונעם מקור הטוב והמטיב, הבורא ברוך הוא, און אזוי וועט מען אוטומאטיש אפטימיסטיש און פאזעטיוו.

דאס איז 'מצה'! א לעבן רינדעכיג, ארומגענומען פול מיט השגחה נסים ונפלאות. חסדים ארום און ארום, מער איבער דעם צושטעל, ליינט דעם משל.

[אויפן ניגון 'כל הנשמה', פון אברהם פריעד]

אין א שיין פרעכטיג זאל
געסט פון איבעראל

אינמיטן ים א פראכט
נעבן א שיף יאכט

אלעס שיינט און גלאנצט
בלומען אייגעפלאנצט

א רייכע סעודה ווערט געגרייט

בלינץ געבלעטערטע טייג
גאלדענע עס צייג

סעלמאן טעלאפיע גריללד
גרינצייג אריינגעפילט

לעמב - קאטשקע - סטעיק
אייזקריעם אויף ווארעמע קעיק

א אנגענעמע ריח פארשפרייט
[b]
[b]יעדע נשמה נשמה נשמה
וועט דאנקן און בענשן דעם קעכער

יעדע נשמה נשמה נשמה
דערקוויקט זיך מיט די עסן זיכער
[/b]
[/b]אינעם שיינע זאל
וויין ווי פון א קוואל

איין טאץ נאכן צווייט
סארווירער זענען צושפרייט

זופ מיט קריעם און שמאלץ
איי, עס פעילט זאלץ

אביסל מער טעם די זופ ברויך

פרעגט מען אים אליין
אלעס אזוי פיין

פלייש גערייכערט געשמאק
וויסקי מיט קאניאק

וויזוי האט פאסירט
אז איר האט נישט געשפירט

אז עס פעילט טעם אין די יויך

יעדע נשמה נשמה נשמה
וועט דאנקן און לויבן און בענשן דעם קעכער

יעדע נשמה נשמה נשמה
דערקוויק זיך מיט די עסן זיכער

קוקט אן מיינע הענט
אלעס איז אנגעווענדט

יעדע ברעקל ספייס
ווי קאלט און ווי הייס

מיין מח שטייט און היט
ווילאנג דאס עסן גליהט

דאס איז מיין ספעציעל טאלאנט

די זעלבע מח גענוצט
קיין זאלץ אין זופ געשפריצט

נישט קיין טעות אין זופ
בכוונה איבערגעהיפט

קיין סיבה נישט וויכטיג
נאר זעען ווי ריכטיג

מכיר טובה זיין מיין געבענשטע האנט

יעדע נשמה נשמה נשמה
וועט דאנקן און לויבן און בענשן דעם קעכער

יעדע נשמה נשמה נשמה
דערקוויק זיך מיט די עסן זיכער

הללהו
די נמשל הערט אייך צו

פון ביינאכט ביז אינדערפרי
סיי ווען סיי וואו

נסים אין איין צו
חסדים הביטו וראו

מאת הבורא יתברך שמו

איז וויזוי קען דאס זיין
אז מזמן לזמן

א ווייטאג א פיין
פונקט אינמיטן שפאן

וואס געשען מיטן פלאן
ביים בורא קיין טעות פארהאן

א אידיש קינד פרעגט נישט אזוי

נאר כל הנשמה נשמה נשמה תהלל קה הללוקה
כל הנשמה נשמה נשמה תהלל קה הללוקה

דער גרויסער גאט
באשאפן די וועלט האט

ער קוקט אויף אונז אראפ
קיין רגעל'ע לאזט נישט אפ

פון די גרעסטע פרטים
ביז א פשוטע אטעם

אלעס בלויז אין באשעפער געוואנדט

אפגעקומען מיט שרעק
אבער דאן מ'גיבט זיך א וועק

דער וואס היט און שיצט
קיין זאלץ אין זופ געשפריצט

האב שכל און פארשטאנד
לויב דעם בורא נאכאנאנד

אויף יעדע אטעם זונגען איר קאנט

כל הנשמה נשמה נשמה תהלל קה הללוקה
כל הנשמה נשמה נשמה תהלל קה הללוקה


בניסן נגאלו, ובניסן עתידין להיגאל, חג כשר ושמח
וואסערפאל
על מי מנוחות ינהלנו

אוועטאר
פטיש
שר חמש מאות
תגובות: 687
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 11, 2016 5:15 am

תגובהדורך פטיש » זונטאג אפריל 02, 2017 1:56 pm

זייער שיין ארויסגעברענגט דעם געדאנק הידוע מספרים הק'

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מאנטאג אפריל 03, 2017 8:01 am

א שטיק טאלאנט
לייכט און שיינט
אראפ געלייגט שמאלציג
אז ביי מצבים זאלציג
זאל מען געדענקען
און דאס הארץ שווענקן
מיט אמונה א פעסטע
אז אויך דארט בהסתר
הוא לבדו עשה ועושה
דער באשעפער דער גרויסע
גיבט אמאל א פעטשעלע
אבער גיב נישט קיין קוועטשעלע
נאר דעם שכל ניץ
צו אנערקענען די פיהל גוטס.

טענקס וואסערפאל!
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט