פאום פאר ב"ב פאר א מתנה לכבוד פסח

א סוב-פארום ספעציעל פאר פאעזיע און פיוטים

די אחראים: אחראי, געלעגער

יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

פאום פאר ב"ב פאר א מתנה לכבוד פסח

תגובהדורך יחזקאלע » דינסטאג אפריל 19, 2016 8:41 am

בס"ד
ענדליך נאך לאנגע וואכן זיך גרייטן, הנה זה בא
אט האלט מיר שוין ביים געהויבענעם יו"ט און א גיטע שעה
נאך הארעוואניע פון טעג וואכן און שלאפלאזע נעכט
גייט מען שוין לכבוד יו"ט אנצינדן די הייליגע לעכט
די פעדער איז צו ארים אין די פאפיר איז צו קורץ
ארויסצוברענגן די געפילן וואס ליגן טיף און הארץ
געפילן פון שעצונג און אנערקענונג פאר די שווערע מי
אריינצוברענגן דעם יו"ט, און די טאג טעגליכע ווערטשאפט דערצי
עס איז זיכער אז די ארבעט איז נישט גרינג אנגעקומען
אבער און הימל ווי א קרבן אין ביהמ"ק ווערט דאס אנגענומען
חז"ל וואס באלייכטן אונז די וועגן אויף יעדע טריט און שריט
האבן אינז געלערנט ווי אזוי אויסדריקן הכרת הטוב מען טוט
א מתנה איז ביכולת אביסל צו ערפילן דעם גרויסן חוב
זאל דאס זיין א צייכן פון דאנקבארקייט, פון הכרת הטוב
נאר דער רבוש"ע וואס אלעס ווייסט און אלעס ער זעהט
קען און וועט אי"ה ערפילן יעדע בקשה יעדע געבעט
זאלן די אלע זכותים פון ק'ראצן ר'ייבן ש'ארן ק'ערן
פארן באשעפער אין הימל לרחמים אנגענומען ווערן
בזכות זה זאלן מיר שוין בקרוב זוכה זיין צי די גרויסע ישועה
ווען מיר וועלן זען דעם אייבירשטענס הויז על תלה בנוי'

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2530
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג אפריל 19, 2016 9:02 am

זייער שיין יחזקאלע!

וואס קויפט מען צו דערמיט?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

תגובהדורך יחזקאלע » דינסטאג אפריל 19, 2016 10:46 am

וואס איך האב געקויפט ? מיינד יור אן ביזנעס.... (איך בין נישט חושד אז פרייליך זאל דאס אננעמען צו ערנסט.....) איך האב אין די שנעלעקייט צוזאמגעקלאפט די פאר ווערטער האב איך געקלערט אל תמנע טוב.........

מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

תגובהדורך מלה בסלע ודי לחכימא » דינסטאג אפריל 19, 2016 1:17 pm

יישר כח
אויב האסטו עס אויף א פייל וואלט איך מער הנאה געהאט.

יחזקאלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 415
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 29, 2014 6:01 pm

תגובהדורך יחזקאלע » דינסטאג אפריל 19, 2016 1:42 pm

איך האב מיך קיינמאל נישט אויסלערענט ווי אזוי צו עטטשען דא אויפן וועלטל אויב ווילסטו מיר שיקן אן אישי אן אימעיל קען איך דיר עס שיקן און WORD, PDF

מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

תגובהדורך מגיה » מיטוואך אפריל 20, 2016 4:05 pm

הערליך, יחזקאלע. ממך ילמדו וכן יעשו.

דיין פאעמע איז באמת שיין, איך וויל נאר ארויסברענגען אז אפילו איינער וואס קען נישט שרייבן קיין פאום אדער גראמען קען פונקט אזוי שרייבן אפאר שיינע דאנק ווערטער פאר די ב"ב.
איך, למשל, וואלט אפילו דוקא נישט געשריבן קיין פאעמעס אדער גראמען, ווייל איך וויל עס מאכן ווי מער פערזענליך. דער ציל איז דאך נישט דא צו שרייבן קונצליך און פענסי, נאר גראד פון הארץ ארויס. די הכרת הטוב געפילן זאלן ארויסשרייען די העכסטע מעגליך און זיך הערן אמת'דיג און גאנץ.
דערפאר דארף עס אויך נישט זיין קיין גאנצע מגילה, נאר קורצע שורות, צום פוינט, אז זי זאל דערהערן דעם ריזיגן הויכן יישר כוח און שפירן ווי מער די עכטע אפרישיעישאן, נישט עס זאל פארלוירן ווערן אין א מגילה פון מליצות און פסוקים און וואונטשן.
גאר גוט איז אויב מקען אריינמישן עפעס פערזענליך, עפעס א דעטאל אלס ביישפיל וואס ווייזט אז דו האסט באמערקט ווי שווער יענץ איז איר אנגעקומען, ווי ווייט דו ווייסט און אנערקענסט איר שווערע ארבעט, און דאס וועט געבן דעם בעסטן געפיל אויף וואס מען קוקט ארויס און געבן חיזוק פאר ווייטער.

איין בערך'דיגע דוגמא:

יא, איך ווייס. יא, איך האב געזען.
איך ווייס ווי שווער דו האסט געארבעט. איך האב געזען וויפיל צייט און מי עס האט גענומען צו פסחדיג מאכן. איך ווייס וויפיל כוחות דו האסט אריינגעלייגט. איך האב געזען די אומגעהויערע הארעוואניע דו האסט אריינגעלייגט די גאנצע צייט. איך ווייס וויפיל שעה דו האסט אריינגעלייגט יעדן טאג און וויפיל נעכט נישט געענדיגט פאר חצות. איך ווייס גוט, אז עס קומט בכלל נישט אן גרינג!
מיט די קליינע מתנה'לע וויל איך פרובירן אויסדרוקן מיין הארציגע הכרת הטוב און דאנק געפילן פאר אלעם וואס דו טוסט. כאטש קיין שום מתנה אין דער וועלט קען דאס נישט גענוג באצאלן!


צוריק צו “פאעזיע און גראמען”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט