אבגדהוזחטי האט געשריבן:תלמוד תורה האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:זאכליך האט געשריבן:אויב איך מעג פרעגן, וואס איז פשט פון "לשמוח להתעלות להתחזק"?
ס'סאונד אביסל מאדערן. בייםרבין זיע פלעגט מען קיינמאל נישט אזוי שרייבן.
סטאפ איט!
1. ביי א חתונה אינוועטעישן שרייבט מען נישט די נאמען פון זאל אין ענגליש (אויף די אידישע זייט)
2. קומט נישט אריין רבי זי"ע דא. ס'איז מאדנע אז סאטמאר זאל ניצן עברית'שע ווערטער. איך ווייס אז ס'איז דא אסאך ווערטער וואס מ'ניצט שוין לאנג אבער אריינברענגן נייע ווערטער איז אנדערש
יא, דאס איז די מציאות, היפש אפאר אויסדריקן וואס דער המון עם ניצט, קומט פון דארט,
אפאר יאר צוריק איז ארויסגעקומען א קונטרס, (איך געדענק נישט אויף די מינווט וויאזוי עס האט געהייסן) וואס ביישרייבט די גאנצע היסטאריע פון די שפראך, האט ער דארט געהאט אסאך אינטערסאנטע משלים,
אזעלכע עבירות איז נכשל געווארן אפי' רביה"ק אליין
געהערט אמאל אזא מעשה אז מען האט געפרעגט רביה"ק פארוואס ער האט זיך אויסגעדריקט אין די הקדמה פון 'ויואל משה', אז די נאציס האבן גע'הרג'ט "מיליונים" אידן? האט דער רבי ג'ענטפערט, אז איה"נ, נאר ער קוקט אסאך די 'החומה' האט זיך עס אריינגעכאפט.
קיינער זאל מיר יעצט נישט הענגן אינמיטן שטאט... אזוי האב איך געהערט...
אגב: די קונטרס וואס איך רעד, איז נישט ארויסגעקומען דורך א סאטמא'רער, ער דערמאנט נישט קיין איין ווארט פון רביה"ק,