בלאט 2 פון 2

שבת תולדות - מחר חודש

געשריבן: דאנארשטאג נובעמבער 23, 2017 12:00 pm
דורך ווערעצקי
אזא דורכפאל שוין לאנג נישט געהאט!
אזויווי פארגאנגענע וואך פ' תולדות, איז געווען אדווערטייזט אויף די בלעטלעך די שיעור פון חק לישראל, האבן מיר געכאפט אן התעוררות און אויסגעהערט, כדרכו איז עס געווען גאר שיין, און מ'האמיר זיך געשפירט "משה גרויס" שבת אין ביהמ"ד, איך קען די טייטש פון די הפטרה, אבער נאכן אויסזינגען הויך אויפן קול די ווערטער ביים סוף "כי מלאך ה' צבאות הוא", באקום איך א קלאפ פונעם שכן וואס שרייט מיר: נא, מחר חודש...
נישט געוואוסט וואו זיך אהין צו טוהן פאר בושה.
האמיר זיך טאקע געוואונדערט פארוואס האבן זיי עס אדווערטייזט פונקט אזא וואך.

געשריבן: זונטאג פאברואר 11, 2018 10:50 pm
דורך בשבילי נברא
האב מיר פרובירט צו הערן ר' צבי אהרן רייז פון די וואך פרשת תרומה, איז עס אבער נישט דא אויפן סיסטעם.

ווייסט איינער אויב עס גייט נאך זיין אזא שיעור פון אים, אדער איז טאקע נישט דא פון אים אויף אלע וואכן?

געשריבן: זונטאג פאברואר 11, 2018 11:22 pm
דורך ווערעצקי
בשבילי נברא האט געשריבן:האב מיר פרובירט צו הערן ר' צבי אהרן רייז פון די וואך פרשת תרומה, איז עס אבער נישט דא אויפן סיסטעם.

ווייסט איינער אויב עס גייט נאך זיין אזא שיעור פון אים, אדער איז טאקע נישט דא פון אים אויף אלע וואכן?


דוכט זיך אז די לעצטע פאר וואכן גייט עס ארויף שפעט, מאנטאג אדער דינסטאג. איך ווייס נישט פארוואס, אבער פ' יתרו איז ארויף צוזאמען מיט פ' משפטים (מאנטאג אדער דינסטאג משפטים). לאמיר האפן אז ס'וועט זיין מארגן אויפן סיסטעם.

געשריבן: מאנטאג פאברואר 12, 2018 5:11 pm
דורך דונש
רעקאמענדאציע!

רבותי רופט אריין 718-387-1010 דריקט נומער 3 נומער 1 און זייט אייך מחיה מיט א געשמאקע שיעור אין חק,
דא קענט איר מיטהאלטן פון אינעווייניג

מתוק מדבש ונופת צופים

געשריבן: מאנטאג פאברואר 12, 2018 8:33 pm
דורך לכאורה
רט