זכרו חק לישראל - מפעל חזק ואמץ

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

זכרו חק לישראל - מפעל חזק ואמץ

תגובהדורך ווערעצקי » דינסטאג מאי 16, 2017 5:01 pm

אקארשט האבן מיר געזעהן צעטלעך איבער די חבורת זכרו חק לישראל - מפעל חזק ואמץ.
צו ווייסט איינער מער פרטים?
טוען זיי עפעס למעשה, ווי למשל שיעורים ברבים? אויפן טעלעפאן וכדו'?

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » דינסטאג מאי 16, 2017 5:57 pm

האבן מיר פרובירט אפיר זוכן מודעות אויף די "דבר יום ביומו" צעטלעך, וועלכע זענען מפרסם דעם ענין, אבער נישט געפינען. צו ווייסט איינער אויב מ'קען טרעפן "דער איד" אויפן געוועב, דארטן איז ווארשיינליך דא אלע צעטלעך?
לעצט פאראכטן דורך ווערעצקי אום דינסטאג מאי 16, 2017 6:14 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
פורים קטן
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2010 11:16 pm

תגובהדורך פורים קטן » דינסטאג מאי 16, 2017 6:06 pm

zichri.jpg
zichri.jpg (120.63 KiB) געזעהן 4913 מאל

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » דינסטאג מאי 16, 2017 6:14 pm

אה! עפעס זעהט מען שוין! איז דאס נאר אויף די הפטרה? נישט אויף גאנץ חק?

אוועטאר
שיעור בבא מציעא
שר מאה
תגובות: 101
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 25, 2016 2:20 pm

תגובהדורך שיעור בבא מציעא » דינסטאג מאי 16, 2017 7:08 pm

מודעות
צוגעלייגטע
Zichri C 1.jpg
Zichri C 1.jpg (150.7 KiB) געזעהן 4876 מאל
Zichri C 2.jpg
Zichri C 2.jpg (136.85 KiB) געזעהן 4876 מאל
Zichri C 3.jpg
Zichri C 3.jpg (131.75 KiB) געזעהן 4876 מאל

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » דינסטאג מאי 16, 2017 7:36 pm

איך כאפ נישט וואס די צעטלעך האבן שייכות דוקא מיט "אנש קרית יואל", בכל אופן א גרויסן יישר כח. וועלן מיר פרובירן הערן וואס דארט טוט זיך.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4430
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג מאי 16, 2017 9:46 pm

פורים קטן האט געשריבן:
zichri.jpg

דער שיעור האט עפעס מיט חק? אדער מיט די פרשת השבוע?

בכל אופן איז עס א גוטע זאך, און כ'בין זיכער אז דער ציבור וועט הנאה האבן.


גראדע דער מגיד שיער איז א ידען נפלא, שייף עייל שייף נפיק. געהערט פון אים אמאל א הערליכע באלערענדע שיעור איבער "הגדת מהר"ל" פון ר' יודל ראזענבערג והמסתעף, זייער ברייט און שיין אראפגעלייגט.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג מאי 16, 2017 11:11 pm

עס האט מיט חק, זינט אין חק לערנט מען די הפטורה פון די וואך ביי 'נביאים'.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » דינסטאג מאי 16, 2017 11:43 pm

אבער פארוואס מאכן זיי א באזונדערע שיעור נאר פאר נביאים וכתובים?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך מאי 17, 2017 12:05 am

ווי איך פארשטיי ווילן זיי אריינציען דעם עולם צו לערנען חק און זיי פרובירן דאס צו מאכן אינטערסאנט
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19053
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך מאי 17, 2017 8:57 am

ווערעצקי האט געשריבן:אבער פארוואס מאכן זיי א באזונדערע שיעור נאר פאר נביאים וכתובים?

פון מיין עקספחריענס, פילע חק לערנער דאווענען אפ די נביאים / הפטורה חלק, זיי פארשטייען שוין באלד גרינגער דעם זוה"ק אווי דעם נביא, ס'פעלט די יסודות וואו דאס געהערט לויטן סדר השנים און אויף וואס עס גייט ארויף וכו'.

לויט ווי איך קען דעם מג"ש איז ער דער רעכטער אויסוואל אריינצוברענגען דעם המון אין נביא.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך מאי 17, 2017 11:09 pm

איך האב אנגערופן דעם זכרו טעלעפאן ליניע און אנגעהויבן אויסהערן דעם הקדמה וואס ר' צבי אהרן גיבט אויף די הפטרת השבוע, עס געדויערט אומגעפער א האלבע שעה און עפנט די אויגן צו די גאנצע עפאכע ארום און ארום דעם קאפיטל. זייער קלאר און שיין!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » דאנארשטאג מאי 18, 2017 2:03 pm

לכאורה האט געשריבן:איך האב אנגערופן דעם זכרו טעלעפאן ליניע און אנגעהויבן אויסהערן דעם הקדמה וואס ר' צבי אהרן גיבט אויף די הפטרת השבוע, עס געדויערט אומגעפער א האלבע שעה און עפנט די אויגן צו די גאנצע עפאכע ארום און ארום דעם קאפיטל. זייער קלאר און שיין!


יאפס! אויך אזוי געטוהן, וואס זאל איך אייך זאגן, הפלא ופלא, געדענק נישט צו איך האב שוין אזאנס געהערט אמאל, שיין קלאר מיט פילע ידיעות ארום און ארום. איז ער טאקע פאסיג אויף דעם פאזיציע. לאמיר האפן אז ער וועט אנגיין דאס גאנצע יאר מיט די זעלבע פרישקייט.

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

פ' במדבר - הושע בן בארי

תגובהדורך ווערעצקי » מאנטאג מאי 22, 2017 5:01 pm

אויסגעהערט די הקדמה! הערליך שיין! בתוך הדברים אדרעסירט ער אויך די "סגולה" פון א סעודה פאר תלמידי חכמים לע"נ הושע בן בארי.
אויך זייער שיין אויפגעוויזן אז די ווערטער פונעם אר"י הק' אז די מערה אויפן בארג אין צפת איז "נישט" פון הושע בן בארי, איז מוכרח לפי ידיעת קורות הימים, ווען הושע בן בארי איז נפטר געווארן.

אוועטאר
פורים קטן
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2010 11:16 pm

תגובהדורך פורים קטן » מאנטאג מאי 22, 2017 5:14 pm

ווערעצקי האט געשריבן:אויסגעהערט די הקדמה! הערליך שיין! בתוך הדברים אדרעסירט ער אויך די "סגולה" פון א סעודה פאר תלמידי חכמים לע"נ הושע בן בארי.
אויך זייער שיין אויפגעוויזן אז די ווערטער פונעם אר"י הק' אז די מערה אויפן בארג אין צפת איז "נישט" פון הושע בן בארי, איז מוכרח לפי ידיעת קורות הימים, ווען הושע בן בארי איז נפטר געווארן.

http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=176

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » פרייטאג יוני 02, 2017 4:48 pm

נו, נישט אנטוישט. אויך די וואך פ' נשא, געמיינט האב איך אז וואס קען ער שוין מחדש זיין, יעדער קען דאך די מעשה פון שמשון, אבער, א הערליכע הקדמה, קודם וואס איז די חילוק פון א שופט ביז א מלך, וויאזוי אונזער בליק דארף זיין אויף שמשון הגבור, הערליך שיין. שמעו ותחי נפשכם!

עבודת_הבורא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » זונטאג יוני 04, 2017 6:36 pm

געוואלט פארשלאגן, עס איז אמאל ארויס געקומען פון ר' שמעון ווייס ז"ל (תמר יפרח) א משניות מיטן נאמען יוסיף לחק, וואס דארט האט ער איינגעטיילט אלע אנדערע פרקי משניות וואס עס פעלט פונעם חק און א באנד אדער צוויי, מיט א סדר פון לערנען בערך נאך איין פרק א טאג, אזוי ארום ענדיגן יעדעס יאר ששה סדרי משנה, עס וואלט אפשר געווען א גוטע געדאנק פארן מפעל דאס אויף צו ארבעטן, סיי אויף די טעל שיעורים און סיי אויף שיעורים אין בית מדרש, שטייצעך אלס אפשענעל ווער עס וויל עס.

אדיר איום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 335
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 16, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אדיר איום » מאנטאג יוני 05, 2017 1:27 pm

עבודת_הבורא האט געשריבן:געוואלט פארשלאגן, עס איז אמאל ארויס געקומען פון ר' שמעון ווייס ז"ל (תמר יפרח) א משניות מיטן נאמען יוסיף לחק, וואס דארט האט ער איינגעטיילט אלע אנדערע פרקי משניות וואס עס פעלט פונעם חק און א באנד אדער צוויי, מיט א סדר פון לערנען בערך נאך איין פרק א טאג, אזוי ארום ענדיגן יעדעס יאר ששה סדרי משנה, עס וואלט אפשר געווען א גוטע געדאנק פארן מפעל דאס אויף צו ארבעטן, סיי אויף די טעל שיעורים און סיי אויף שיעורים אין בית מדרש, שטייצעך אלס אפשענעל ווער עס וויל עס.

געראדע ווייס איך אז ר׳ אהרן וויינשטאק ע״ה לע״נ וועם די חזק ואמץ איז נתנדב געווארן האט ארויסגעגעבן אזא משניות וואס פעלט פונעם חק מיטן נאמען לחם חק

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » פרייטאג יוני 09, 2017 3:38 pm

פ' בהעלותך. די קאפ האט מיר כמעט וויי געטוהן ווי שנעל און פליסיג ער האט אראפגעלייגט די גאנצע השתלשלות פון בנין בית שני, אין די צייטן פון כורש מלך פרס, ביז דריוש בן אחשורוש, געמוזט דרוקן נומער 2 עטליכע מאל אינדערמיט, כדי זיך צו קענען קאנצענטרירן.

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » דינסטאג יוני 13, 2017 1:22 pm

פ' שלח. האבן מיר זיך מקדים געווען צו הערן, נאך פריער ווי פרייטאג. שמועסט אויס זייער שיין פארוואס יהושע בן נון האט יא געמעגט שיקן מרגלים, אנדערש ווי משה רבינו. - ס'איז שיין צוהערן אויף פאר לימוד חומש רש"י. - וועלן מיר מארגן הערן ווייטער.

עבודת_הבורא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 484
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2011 4:37 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך עבודת_הבורא » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 5:04 pm

אדיר איום האט געשריבן:
עבודת_הבורא האט געשריבן:געוואלט פארשלאגן, עס איז אמאל ארויס געקומען פון ר' שמעון ווייס ז"ל (תמר יפרח) א משניות מיטן נאמען יוסיף לחק, וואס דארט האט ער איינגעטיילט אלע אנדערע פרקי משניות וואס עס פעלט פונעם חק און א באנד אדער צוויי, מיט א סדר פון לערנען בערך נאך איין פרק א טאג, אזוי ארום ענדיגן יעדעס יאר ששה סדרי משנה, עס וואלט אפשר געווען א גוטע געדאנק פארן מפעל דאס אויף צו ארבעטן, סיי אויף די טעל שיעורים און סיי אויף שיעורים אין בית מדרש, שטייצעך אלס אפשענעל ווער עס וויל עס.

געראדע ווייס איך אז ר׳ אהרן וויינשטאק ע״ה לע״נ וועם די חזק ואמץ איז נתנדב געווארן האט ארויסגעגעבן אזא משניות וואס פעלט פונעם חק מיטן נאמען לחם חק


יא איך האב געזעהן דעם משניות פון ר' אהרן וואס ער האט געמאכט לע"נ זיין ווייב, ער מאכט דעם חשבון אז מיטן צו לערנען יעדן טאג א האלבע פרק און יעדן שבת א גאנצע פרק קען מען ענדיגן ששה סדרי משנה יעדעס יאר.
אז מען וועט נאך מאכן דעם זעלבן חשבון מיט תהילים וועט מען ענדיגן יעדעס יאר
גאנץ חמישה חומשי תורה מיט אלע הפטורת
גאנץ משלי
גאנץ תהלים
גאנץ ששה סדרי משנה
א הערליכע קנין

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

פרשת מטות

תגובהדורך ווערעצקי » מאנטאג אוגוסט 07, 2017 10:32 pm

האב מיר שוין לאנג נישט געהערט די הקדמה פון ר' צבי אהרן רייז, (ס'איז געווען צופיהל יודישקייט אויסצוהערן), איצטער אין די זומער וואכן האבן מיר זיך צוריק געכאפט אביסל, אין פרשת מטות זאגט ער גאר א שיינע הקדמה, סיי פון וואו ס'איז אריינגעפלויגן די קאפיטל וואס מ'לערנט אין חק (אין ספר יהושע), פארוואס נישט די געווענליכע סדר פון לערנען די הפטרה, און פארוואס פונקט יענע קאפיטל, ער האט אויפגעטראפן אז דאס איז א מנהג איטאליע, וועלכע ווערט שוין דערמאנט אין רמב"ם, אויך רעדט ער יענע וואך באריכות די גבולות פון די בני גד ובני ראובן בעבר הירדן, וואס איז גאנץ גוט צו קענען אויך ווען מ'לערנט חומש.
(אין די שבע דנחמתא קוקט אויס וועט נישט זיין קיין גרויסע חידושים אין די הקדמות, ס'איז דאך אלעס בערך די זעלבע ענין, אבער ווער ווייסט, אפשר וועט ער עפעס אויפקומען, וועלן מיר עס דא מודיע זיין).

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

פרשת ראה

תגובהדורך ווערעצקי » דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 11:32 pm

אוי האט ער די וואך צאמגעהאקט א פלפול גג על גג וועגן די מנהגי ההפטרה פון פרשת ראה, נישט גע'חלומ'ט אז אין מנהגי ההפטרה קען מען אויך מאכן פשט'לעך, א לאנגס און א ברייטס איבער די הפטרה פון די וואך, פארוואס ס'איז אזוי ווייניג פסוקים, עפעס שלא על הסדר פון די אנדערע שבע דנחמתא'ס, און נאר האלב פון די זעלבע הפטרה וועלכע מ'זאגט אויך אין פ' נח. - געדענק נישט פונקטליך די גאנצע פלפול, אבער בשעת'ן הערן האט דאס אויסגעקוקט געוואלדיג.
צום סוף האט ער מיך געלאזט מיטן צונג אינדרויסן, ווען ער איז מסיים די הקדמה זאגנדיג אז די גאנצע זאך איז נאר "בדרך אפשר" און ער האט נישט געטראפן קיין ראי' לדבריו, ס'איז נאר "יגדיל תורה ויאדיר". האט ער מיך גענומען אויף א רייד, און צום סוף ארויסגעלאזט די לופט פון די רעדער...
ווערטלעך אין די זייט, ביי אונז איז די גאנצע הפטרה עפעס ווי א אלט-מאדישע זאך, וואס געהערט נאר פאר די עלטערע אידן, ווער רעדט נאך ווען ס'איז דא צוויי הפטרות אין חומש, און ס'דא א שורה מיט אנווייזונגען וועלכע מ'זאל זאגן, דאן איז געווענליך די גרינגע אויסוועג נישט צו זאגן קיין איינס, לא כן ביי די ליטווישע (אדער אפשר נאר ירושלימ'ער פרושים) וועלכע ליינען די הפטרה געהעריג אין קלף, דארטן איז די הפטרה א גאנצע טוציך, שוין באלד מער ווי די קריאת התורה. אבער כ'מיין נאכן אויסהערן די הקדמה די וואך, הייב איך אן באקומען עפעס א שטיקל געשמאק צו וויסן טאקע ווען און וויאזוי די מנהגי הפטרה זענען איינגעשטעלט געווארן, וועלן מיר פרובירן זעהן נעקסטע וואך ווייטער.

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

שבת שובה

תגובהדורך ווערעצקי » מוצ"ש סעפטעמבער 23, 2017 10:22 pm

האב מיר שוין לאנג נישט געהערט, איצט לכבוד דעם נייעם יאר, האבן מיר געמאכט תשובה, און אויסגעהערט די הקדמה פון פרשת וילך, מ'לערנט עס נישט אין חק דאס יאר, וויבאלד נצבים וילך איז געגאנגען צוזאמען, אבער דארטן איז די הפטרה פון שבת שובה, האבן מיר צוגעלייגט אן אויער צום הקדמה, וואס זאל איך זאגן, גאר הערליך שיין מבאר די צוזאמשטעל פון די הפטרה, קודם האב איך געוואוסט דעם שבת אז די הפטרה איז צוזאם געשטעלט פון 3 אנדערע פלעצער, האבן מיר געוואוסט פארוואס, און אפילו געוואוסט וועלכע ס'קומט פריער, אזוי אז מ'האמיר גענומען א נ"ך תרי עשר, און זיך אליינס געטעסט צו איך קען אליינס צוזאמשטעלן די גאנצע הפטרה אן קוקן אין חומש, און ב"ה ס'געלונגען.
אויב זענט איר א חק לערנער, וועט איר דארט געוואויר ווערן אויך פארוואס אין חק לערנט מען פ' וילך נאר די האלבע הפטרה פון שבת שובה, און די צווייטע האלב איז די הפטרה פון צום גדליה ביי מנחה.

אוועטאר
פורים קטן
שר מאה
תגובות: 234
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2010 11:16 pm

תגובהדורך פורים קטן » זונטאג אוקטובער 22, 2017 4:48 pm



צוריק צו “ישראל ואורייתא”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט