בלאט 1 פון 1

מזל טוב מסיימים

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 10:20 am
דורך גליטשעדיג
היינט איז א גרויסער טאג פאר די לומדים פון חבורת ישראל ואורייתא. זכרו. צום ענדיגן מסכת קידושין. און דערמיט סדר נזיקין.
ילכו מחיל אל חיל.
מזל טוב!

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 10:25 am
דורך משה יענקל
גליטשעדיג האט געשריבן:היינט איז א גרויסער טאג פאר די לומדים פון חבורת ישראל ואורייתא. זכרו. צום ענדיגן מסכת קידושין. און דערמיט סדר נזיקין.
ילכו מחיל אל חיל.
מזל טוב!

ב"ה סיימתי היום

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 10:52 am
דורך פארבינדן
מזל טוב

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 10:52 am
דורך מיללער
גליטשעדיג האט געשריבן:היינט איז א גרויסער טאג פאר די לומדים פון חבורת ישראל ואורייתא. זכרו. צום ענדיגן מסכת קידושין. און דערמיט סדר נזיקין.
ילכו מחיל אל חיל.
מזל טוב!

איר מיינט אדער אז זיי האבן מסיים געווען סדר נשים אדער אז זיי הייבן אן סדר נזיקין

-

מזל טוב לכל המסיימים, יה"ר כשם שסיימתם מסכת קידושין וסדר נשים כן תזכו להתחיל ולסיים מסכות וסדרים אחרים מתוך בריות גופא ונהורא מעליא

אולי איז יעצט דער זמן אויפצולעבן אביסל דעם פארום, מן הסתם וועט זיין א כח הרבים וואס וועט אנהייבן מס' בבא קמא, ובתוכם מיטגלידער דא אויפן וועלטל, לאמיר זיך מחזק זיין און מאכן א קנאת סופרים דורכן מברר זיין ומלבן זיין די שווערע סוגיות פון פרק ארבעה אבות דף על דף, און גיין מחיל אל חיל בדיבוק חברים, ומינן ומינכון תסתיים שמעתתא

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 12:41 pm
דורך היסטאריקער
איך מיין אז די קעפל דארף זיין ״מזל טוב מסיימים חבורת ישראל ואורייתא. זכרו״, אין א תקופה פון אזויפיל חבורות התורה בליעה״ר
מזל טוב!

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 12:59 pm
דורך שמעלקא טויב
מזל טוב מזל טוב

כשם שזכיתם לסיים מסכת זו כן תזכה ללמוד ולסיים מסכת וספרים אחרים בקרוב וזכות התורה יגן על כל הלומדים והמסיימים לכתיבה וחתימה טובה ושנת גאולה וישועה.

כמדומה לי שרוח התורה בתוככי קהילות הקדושות יהיה לימוד זכות נאה ליום הדין הבעל"ט.

געשריבן: דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 8:52 pm
דורך פיצי קעפעלע
איינער מיט די נומבער פון ר' פייוועל קליין? כ'מיין איך קום א גרויסען דאנק

געשריבן: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 5:22 pm
דורך תכלית הידיעה שלא נדע
איינער מיט עפעס דעטאלען פון די גרויסארטיגע סיום וואס ווערט געפלאנט??

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:38 am
דורך kyshtiper
הדרן עלך מסכת בבא קמא!
היינט ענדיגן מיר מסכת בבא קמא!

געשריבן: זונטאג אוגוסט 07, 2016 4:40 pm
דורך פיצי קעפעלע
Mazel Tov to all of us

געשריבן: זונטאג אוגוסט 07, 2016 5:00 pm
דורך אלף בית
מזל טוב @ק״י_שטיפער
מזל טוב @פיצי קעפעלע
אז מ׳ענדיגט מס׳ בבא קמא איז מען שוין גארנישט קיין ״שטיפער״ און אודאי נישט קיין ״פיצי קעפעלע״...

מזל טוב פאר אלע מסיימים ומתחילים.
דער אייבערשטער זאל העלפן איז זאלט ווייטער אנגיין ביזן סיום הש״ס בירושלים עיה״ק מיט משיח אינאיינעם!

געשריבן: זונטאג אוגוסט 07, 2016 5:13 pm
דורך מיללער
אלף בית האט געשריבן:מזל טוב @ק״י_שטיפער
מזל טוב @פיצי קעפעלע
אז מ׳ענדיגט מס׳ בבא קמא איז מען שוין גארנישט קיין ״שטיפער״ און אודאי נישט קיין ״פיצי קעפעלע״...

מזל טוב פאר אלע מסיימים ומתחילים.
דער אייבערשטער זאל העלפן איז זאלט ווייטער אנגיין ביזן סיום הש״ס בירושלים עיה״ק מיט משיח אינאיינעם!

אין ירושלים מיט משיח גייט זיין א סיום הש"ס?

א ריזיגער סיום אויפן גלות המר, דאס גייט זיין במהרה דידן!

געשריבן: זונטאג אוגוסט 07, 2016 5:17 pm
דורך אלף בית
מיללער האט געשריבן:
אלף בית האט געשריבן:מזל טוב @ק״י_שטיפער
מזל טוב @פיצי קעפעלע
אז מ׳ענדיגט מס׳ בבא קמא איז מען שוין גארנישט קיין ״שטיפער״ און אודאי נישט קיין ״פיצי קעפעלע״...

מזל טוב פאר אלע מסיימים ומתחילים.
דער אייבערשטער זאל העלפן איז זאלט ווייטער אנגיין ביזן סיום הש״ס בירושלים עיה״ק מיט משיח אינאיינעם!

אין ירושלים מיט משיח גייט זיין א סיום הש"ס?

א ריזיגער סיום אויפן גלות המר, דאס גייט זיין במהרה דידן!

ווען משיח גייט קומען גייט מען אויפהערן צו לערנען?
אודאי וועט זיין א סיום הש״ס, מ׳לערנט אין גלות און מ׳וועט ממשיך זיין נאך די גאולה ווייטער.

געשריבן: זונטאג אוגוסט 07, 2016 9:50 pm
דורך פארבינדן
kyshtiper האט געשריבן:הדרן עלך מסכת בבא קמא!
היינט ענדיגן מיר מסכת בבא קמא!

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 8:23 am
דורך רצון טוב
מזל טוב אלע חשובע מסיימים וואס טאנצען אצינד אריין אין מסכת בבא מציעא
עס קען זיין אז פארדעם איז נתקן געווארען צו מאכן אזא גרויסע עסק פינעם סיום מסכת עד כדי כך אז אפילו אין די 9 טעג עסט מען בשר לכבוד השמחה
ווייל ווי די ספרים הק' זענען מסביר דארף מען אויך דעם גוף עפעס משחד זיין ער זאל גרייט זיין מיטצוגיין מיט די נשמה, ווי עס איז מבואר לגבי שב"ק אז די גוף ווערט פארגיטיגט מיט די סעודות שב"ק, און אזוי לאזט ער די נשמה זיך פרייען.

ווען מען אקערט דורך אזעלכע שווערע סוגיות הש"ס ווי ב"ק און בבא מציעא דארף מען דעם גוף אביסל אינטערקויפען מיט גרויסע מסיבות אזוי וועט ער צורוה לאזען ביזען סיום אויף מס' ב"מ און התחלת מס' ב"ב אי"ה.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 6:57 pm
דורך פארבינדן
צוגרייטונגען צום גרויסען סיום אויף מסכת בבא קמא במסגרת זכרו אין ביהמ"ד הגדול קיט"ל ראדני

IMG-20160808-WA0062.jpg


IMG-20160808-WA0064.jpg

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 7:28 pm
דורך דעוויס
מ'מעג מיטעסן פלייש אויב איך האב נישט געענדיגט?

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 10:12 pm
דורך בוחר בשירי זמרה
דעוויס האט געשריבן:מ'מעג מיטעסן פלייש אויב איך האב נישט געענדיגט?


ביי חסידים איז אנגענומען ווי די פוסקים וואס זענען מתיר.

בפרט היי יאר, וואס לויט איין דעה אין שו"ע איז נישט שבוע שחל בו.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 08, 2016 10:16 pm
דורך בוחר בשירי זמרה
רצון טוב האט געשריבן:מזל טוב אלע חשובע מסיימים וואס טאנצען אצינד אריין אין מסכת בבא מציעא
עס קען זיין אז פארדעם איז נתקן געווארען צו מאכן אזא גרויסע עסק פינעם סיום מסכת עד כדי כך אז אפילו אין די 9 טעג עסט מען בשר לכבוד השמחה
ווייל ווי די ספרים הק' זענען מסביר דארף מען אויך דעם גוף עפעס משחד זיין ער זאל גרייט זיין מיטצוגיין מיט די נשמה, ווי עס איז מבואר לגבי שב"ק אז די גוף ווערט פארגיטיגט מיט די סעודות שב"ק, און אזוי לאזט ער די נשמה זיך פרייען.

ווען מען אקערט דורך אזעלכע שווערע סוגיות הש"ס ווי ב"ק און בבא מציעא דארף מען דעם גוף אביסל אינטערקויפען מיט גרויסע מסיבות אזוי וועט ער צורוה לאזען ביזען סיום אויף מס' ב"מ און התחלת מס' ב"ב אי"ה.


גערעכט

און פונדעסנוועגן דארף מען צולייגן:

ווער ס'לערנט -חזר'ט און פארהערט זיך, שפירט א ריכטיגע עולם הזה

גלייבט מיר נישט אויפן ווארט.
פרובירט עס אויס.

איך האב עס אויך נישט געגלייבט,
היינט האלט איך ב"ה ביים 3'טע מסכת און צו מיין עוה"ז קען זיך קיינער פארגלייכן.

געשריבן: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 8:31 pm
דורך פארבינדן
בחסדי ה' האבען מיר זיך היינט פארהערט די ערשטע בחינה פון מסכת בבא מציעא, מיט די לעצטע בלעטער פון בבא קמא