שיעור השבוע בפרשת השבוע ובענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » פרייטאג אוגוסט 25, 2017 5:48 pm

די סוף ווערטער פון יענע דרשת הפסוקים פון רבא איז: אויב דער בעל גאוה טוט תשובה הייבט אים די באשעפער אויף,
דאס איז דאך ממש מעניני דיומא מיר האבן נארוואס אריינגעטראטען אינעם זמן ווען מלך בשדה, די קעניג איז אין פעלד און אלע קענען יעצט גרינג זיך אומקערן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוגוסט 25, 2017 5:58 pm

רצון טוב האט געשריבן:@מיללער מורא'דיגע דיבורים

ויעוי' בר"מ הל' שמיטה ויובל פי"ג הל' י"ב י"ג ווי ער רעדט מיט זיין הייליג לשון איבער די גרויסקייט פון בני לוי און יעדער איד וואס איז זיך מקדיש צו שטיין פארן באשעפער לשורתו ולעובדו
ער ניצט די לשון: אז די באשעפער איז זוכה להם שנ' אני "חלקך ונחלתך"
ויהי' ד' חלקו ונחלתו לעולם ולעולמי עולמים
די לשון הר"מ איז מדוייק לויט די פשט פון מהרש"ק בספרו אז נחלה איז די עדיפות אז ס'איז "לעולם ולעולמי עולמים"

יישר כח פארן מראה מקום, נורא נוראות הפלא ופלא

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » מוצ"ש אוגוסט 26, 2017 10:24 pm

שב"ק האמיר באמערקט נאכן האבן די ריכטיגער בליק אינעם פסוק ד' הוא נחלתו, אז די המשך הפרשה פון פרשת המלך אהער איז מדוייק, די לעצטער פסוק ביים פרשת המלך איז איבער די חומר העון פון גאוה וואס אז מען איז דאס מתקן כדבעי איז מען זוכה אז ד' הוא נחלתו
ועי' ברמב"ן אז די מקור צו איסור גאוה אין די תורה איז פינעם מלך וואס אלע פשוטי המון דארפן זיך לערנען פינעם מנהיג אז מכ ק"ו זענען זיי אסור בגאוה
ולפירוש האוחה"ק איז מאוד מדוייק אז נאכן לערנען די תורה ברענגט אים עס צו עניוות וואס דורך דעם קומט מען ביז ד' הוא נחלתו.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:08 pm

גאנץ א נאנטער קישור געפונען.
אין דף נה. ברענגט די גמ' וואס רבא האט געזאגט "הדין מיזגא דמי למיזגא דרבא בריה דרב יוסף בר חמא", און דער ר"ן ברענגט אז דאס איז געווען מזיג על חד תלתא מיא דרבא הוא דאמר כל חמרא דלא דרי על חד תלתא מיא לאו חמרא הוא.
פרשת שופטים איז דאך די מצוה פון מניות שופטים בישראל. דרש'נען חז"ל (סנהדרין לז.) פונעם פסוק אל יחסר המזג, שאם הוצרך אחד מהם לצאת (מסנהדרין גדולה) רואין אם יש שם עשרים ושלשה כנגד סנהדרין קטנה יוצא ואם לאו אינו יוצא. תוס' (שבת עז. וכן בסנהדרין יד: ובעוד מקומות) ברענגט "והיינו כמזיגה דעל חד תרי, ואע"ג דסתם מזיגה על חד תלת כדאמרינן בריש המוציא יין, היינו דווקא רבא שהיה רגיל למזוג כן שהוא כמשפט המזיגה על חד תלת אבל שאר בני אדם האוהבין יין חזק אין מוזגין אלא על חד תרי כדמשמע בשילהי הזהב (ב"מ דף ס. ושם) שהיתה מזיגתו משונה דאמר רבא מזיגה דידי מידע ידיע ואמר נמי בכיצד מעברין (עירובין דף נד. וכ"ה בגמ' דידן) דמיא האי מזיגה למזיגה דרבא בריה דרב יוסף בר חמא".

ס'האט נאך א טיפערער שייכות, לויט וואס די גמרא ברענגט אראפ דעם דרש פון אל יחסר המזג אין סנהדרין יד: ביים דן זיין דעם ענין פון ויצאו זקניך ושופטיך, ביי עריפת העגלה, צי מ'ברויך האבן דעם גאנצן סנהדרין, יעיי"ש.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוגוסט 31, 2017 8:12 pm

בעזהשי"ת יום ה' כי תצא תשע"ז לפ"ק

בריך רחמנא שזיכנו לסיים פרק הנודר מן הירק בשבוע הזה, עם הג' הדפים - אולי הכי קשים - האחרונים מלאים מענינים עמוקים ומסובכים מעניני זרעים, דיני שביעית, טבל, תרומה ערלה וכלאים והמסתעף, סוגיא עמוקה של גידולין מעלין את העיקר, ובסיעתא דשמיא למדנו וחזרנו עליה, יה"ר שנזכה להמשיך עד סוף המסוכתא וכולא תלמודא מתוך הרחבת הדעת.

דבר בעתו מה טוב, לערנענדיג אין די גמ' צווישן די אנדערע ענינים, דער דין פון (דף נז:) בצל שנטעו בכרם ונעקר הכרם אסור, איז עס פאסיג לפרשת השבוע (דברים כב, ט) ווי די תורה הק' ווארנט לא תזרע כרמך כלאים פן תקדש המלאה הזרע אשר תזרע ותבואת הכרם. פלאנצן ירק אין א כרם איז כלאים מה"ת און סיי די ירק און סיי דער כרם ביידע ווערן אסור.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג סעפטעמבער 03, 2017 9:23 am

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
די שאלה איז צו ביום ל' לחודש שהוא יום א' דראש חודש שרייבט מען שוין "ראש חודש אייר", וואס דעמאלס איז פארשטענדליך די גמרא, ווייל שפעטער ווי כ"ט בניסן וואלט שוין נישט געשטאנען בסתמא 'בחודש ניסן' און ווען די גמרא פרעגט 'וליכתוב ליה טירפא מאייר ואילך' מיינט טאקע די גמרא ווי רש"י זאגט "מראש חודש אייר" אפי' אויב עס איז נאך ל' בניסן. אבער צו דעם דארף מען וויסן וואס די הלכה איז ביי הלכות שטרות, ווייסט איינער דער דין?



עס איז א בפירוש'ער סימן אין שלחן ערוך ארוח חיים סימן תכ"ז ווי דער מחבר פסק'נט וז"ל: כשראש חודש שני ימים כותבין בשטרות ביום הראשון ביום ראש חודש שהוא יום שלשים לחודש שעבר.
האב איך געטראפן א שיינער ליקוט איבער דעם ענין:
http://asif.co.il/?wpfb_dl=1858
און ער ברענגט צו אז דער מרדכי דא אין כתובות אות רמ"ה און נאך אנדערע ראשונים ברענגען טאקע א ראיה פון אונזער גמרא איבער די שאלה פון כתיבת הזמן בשטרות, פון דעם וואס די גמרא זאגט נישט "בר ל' בניסן את".

ברוך שכיוונתי אלעס בזכות וואס מיר לערנען דאס אינעם היינטיגען טאג ווען די שאלה איז טאקע נוגע למעשה, בריך רחמנא דיהיב לן אורייתא

בשיעור היום דף ס: מבואר בר"ן ד"ה ומהא שמעינן, כמו שנפסק בשו"ע דביום א' של ר"ח אף אם הוי יום ל' של חודש העבר כותבין בשטרות שהוא ראש חודש, אולם הר"ן מרחיק שאף לענין מנין ימי החודש מתחילים מראש חודש ויום ב' לחודש כותבין בשטרות יום ג' וזה חידוש

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 9:19 pm

בדרך צחות האט מיר א איד געזאגט אז היינט ווערט אין די אמעריקאנער וועלט געפראוועט דער טאג באקאנט אלס לעיבא"ר דע"י, דער טאג ווערט באצייכנט אלס די עפיציעלע ענדע פונעם זומער סעזאן, נו איז פאסיג צו לערנען היינט בשיעור היום די משנה אין נדרים סא: "עד שיעבור הקיץ"

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 10:10 pm

אין אן ערנסטערן מינע, האבן מיר ב"ה די זכיה צו לערנען א גאנצע פרק ממסכת נדרים, דאס זענען די פיר בלאט פון פרק שמיני פרק קונם יין, דפים ס-סג מן המסכתא, עטוואס לייכטערע בלעטער אפצואטעמען פון די קאמפליצירטע סוגיא דגידולין שרבו על העיקר וואס מ'האמיר געלערנט יענע וואך

די וואך פרשת כי תבא איז דאך די פרשה פון ביכורים, אין די גמרא דף סא: שמועסט די משנה און גמרא איבער די זמנים פון בציר, קציר, מסיק און קיץ וואס די אלע זאכן רעדן פון קצערת התבואה והפירות וועלכע זענען מחייב א מענטשן צו ברענגען ביכורים משבעת המינים בזמן שביהמ"ק היה קיים שיבנה במהרה.

איז אינטערעסאנט אז,דער רא"ש בפירושו איז מדייק אז ביי קציר, בציר און מסיק זאגט נישט די משנה דער חידוש אז אפי' עד שיהא איז נאר אסור עד שיגיע, ווייל די זאכן זענען זמן משיכתן יא ידוע כמו פסח וממילא איז דארט דער דין טאקע אז ער איז אסור עד שיעבור, נאר דוקא ביי עד הקיץ וואס רעדט פון 'תאנים' דארט זאגט די משנה אז עד שיהא איז נאר עד שיגיע ווייל 'אין לקיטת תאנים כאחת ואין קצב לזמן הקיץ'.

רשיה"ק אין חומש (דברים כו, ב ד"ה מראשית) ברענגט צו די משנה פון ביכורים (פ"ג, א) אדם יורד לתוך שדהו ורואה 'תאנה' שבכרה כורך עליה גמי לסימן ואומר הרי זה ביכורים. דער שפתי חכמים ברענגט צו א תוי"ט אין מס' ברכות (פ"ו, ח) פארוואס די משנה כאפט אן דוקא תאנה, ולפי"ד הרא"ש י"ל דכיון דתאנה אין ביכורה ולקיטתה כאחד צריך לכרוך עליה גמי לסמן איזהו מהן ביכרה ראשונה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 07, 2017 9:02 pm

עוד משהו משיעור השבוע בפרשת כי תבוא פרשת השבוע

בדף סב למדנו מעניין מסים וגולגוליות שמעלים לשרים והמלכות, ואיך שכהני וכומרי עבוד"ז פטורין מהמכס. ברש"י הק' עה"ת בפרשת התוכחה (דברים כח, סד) עה"כ ועבדת שם אלהים אחרים פירוש: כתרגומו, לא עבדות אלהות ממש אלא מעלים מס וגולגליות לכומרי עבודה זרה. ע"כ

ובדרך צחות, נוכל לפרש דברי רש"י עפ"י דברי רבא בדף סב: שרי ליה לצורבא מרבנן למימר עבדא דנורא אנא לא יהיבנא אכרגא מ"ט לאברוחי אריא מיניה קאמר. ופי' הר"ן שעבדי הכהן לעובדי האש פטורים מכרגא, ואעפ"כ לא הוי כמודה בעבודה כוכבים דמוכחא מילתא דלא אמר הכי אלא לאפטורי מכרגא.

ולפי"ז נמצא שמחמת המסים וגלגליות שישומו עליהם בגלות העכו"ם יצטרכו לאבריח מעליהם הארי ולומר מילתא דמישתמע לתרי אנפין עם נדנוד עבודה זרה, וזה מרומז בהכתוב ועבדתם שם אלהים אחרים.

-

ועוד בה שלישיה לסיים בברכה, למדנו בדף סב:-סג. סוגית הגמ' בענין זמני הגשמים, רביעה ראשונה לשאול שלישית להתענות - אם לא ירדו, יה"ר שיתקיים בנו דברי הכתוב בפרשתן (דברים כח, יב) יפתח ה' לך את אוצרו הטוב את השמים, לתת מטר ארצך 'בעתו' ולברך את כל מעשה ידיך, אמן ואמן

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 9:40 pm

בס"ד אור ליום ג' שנכפל בה כי טוב פר' נצבים-וילך שלהי שנת תשע"ז לפ"ק

ממשיכים בעזר הויה ב"ה מיט די לעצטע פיר בלאט פון דעם מעגל, אריינטרעטנדיג צו די אונטערשטע בחינה דהאי שתא במסגרת תורתך שעשועי, קומענדיגען זונטאג האזינו א' סליחות הבעל"ט, לסיים את השנה בברכה שלימה בזכות לימוד וחזרת התורה בסיעתא דשמיא, ולקבל את השנה הבעל"ט מתוך אנפין נהירין.

די וואך לערנען מיר די דריי בלאט פרק תשיעי ממסכת נדרים פרקא דרבי אליעזר, און צום שלוס הייבן מיר אן די ערשטע בלאט מפרק נערה המאורסה, דפים סד-סז.

בדף סה. ברענגט די גמ' א ברייתא אז המודר הנאה מחבירו אין מתירין אלא בפניו ונלמד מהתרת שבועת משה רבינו לחותנו יתרו דכ' ויואל משה לשבת את האיש, ואין אלה אלא שבועה דכתיב ויבא אתו באלה וכו' די מפרשים אויפן פלאץ באמערקן שוין פארוואס דארף די גמ' קריכן ביז יחזקאל צו לערנען אז אין אלה אלא שבועה און ער ברענגט נישט כמה פסוקי התורה (ותירצו דרצה להכניס לשבועת צדקיהו לנבוכדנצר ולהמשיך בה).

איינע פון די כמה פסוקי התורה ווי עס ווערט דערמאנט דאס לשון 'אלה' אויף א שבוהע, איז די וואכעדיגע סדרה פרשת נצבים (דברים כט, יא) לעברך בברית ה' אלקיך ובאלתו און ווי דער תרגום זאגט דערויף 'ובמומתיה'.

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 3:53 pm

אינטערסאנט אין עטליכע פסוקים שפעטער בפרשתן שטייט אלות הברית
און דארט מיינט עס די קללות
אין פסוק י"ח דברי האלה הזאת מיינט ווידער א לשון שבועה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 5:03 pm

רצון טוב האט געשריבן:אינטערסאנט אין עטליכע פסוקים שפעטער בפרשתן שטייט אלות הברית
און דארט מיינט עס די קללות
אין פסוק י"ח דברי האלה הזאת מיינט ווידער א לשון שבועה.

ריכטיג - דארט ווי די באדייט איז קללה זאגט דער תרגום לווטות און ביי שבועה איז עס מומתיה

ולפי"ז דאס וואס די גמרא זאגט "אין אלה אלא שבועה" גייט אריין אין די כלל פון אלע אנדערע 'אין.... אלא...' וואס עס מיינט נישט בדוקא נאר דאס והדברים עתיקין, וכלשון השיטמ"ק "ואין אלה זאת אלא שבועה" היינו שכאן הפירוש שבועה
צוגעלייגטע
IMG_20170912_212321651.jpg
IMG_20170912_212321651.jpg (622.65 KiB) געזעהן 7880 מאל

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2278
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 5:18 pm

וויאזוי גייט שבועה און קללה אינטער איין ווארט
מען געפינט אין פסוק "שבועת האלה"

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 7:12 pm

רצון טוב האט געשריבן:וויאזוי גייט שבועה און קללה אינטער איין ווארט
מען געפינט אין פסוק "שבועת האלה"

שמות נרדפין

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג סעפטעמבער 12, 2017 9:41 pm

לערנענדיג די גמרא אינעם שאטן פון די קומענדיגע ימי הרחמים והסליחות, איז אולי אינטערעסאנט צוצושטעלן א תוס' אין מס' גיטין וואס דער ר"ן ביי אונז בדף סה. איז מעתיק א חלק, ביי די סוגיא פון המודר הנאה מחבירו אין מתירין אלא בפניו.

דער ר"ת שמועסט ארום צו די הלכה איז דוקא ווען דער נדר איז געווען להנאת ולטובת חבירו אדער נישט, ברענגט דער ר"ת א ראיה פון ירושלמי וואס דער ר"ן ברענגט אויך דא צוויי, איבער די טעם פון די הלכה אין מתירין לו אלא בפניו ונחלקו אמוראי ר' יוחנן אמר מםני בושה וריב"ל אמר מפני החשד, ברענגט תוס' די המשך הירושלמי: ואתא הדא פלוגתא כהדין פלוגתא, דתניא יוה"כ צריך לפרט את מעשיו דברי ר יהודה בן בתירא, ר' עקיבא אומר א"צ לפרט את מעשיו, עיי"ש הסבר ופירוש בדברי התוס'.

הפנים דברי וידוי ביום הכיפורים האט א שייכות מיט דער דין פון התרת נדרים

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 10:50 pm

בדרך הלצה. פאריגע וואך פרשת נצבים, איז געווען אין שיעור די גמ' (סד.) כל מקום שנאמר נצים ונצבים אינן אלא דתן ואבירם, וואס איז בנוגע דעם אתם נצבים היום?
פארשטענדליך מיינט די גמ' כל מקום שנאמר נצבים ביי א מחלוקת, נצים, רעדט מען פון די טרויעריג בארימטע העצער, דתן ואבירם.
חוץ מזה קען נישט זיין אז דתן ואבירם זענען דארט געווען, אפי' פון די האלץ האקער און וואסער שעפער, ווייל זיי זענען דאך געשטארבן ביי בקיעת הארץ. אבער לויט ווי רש"י זאגט ואת אשר איננו פה, אף דורות העתידים, קען זיין זייערע נשמות העתידות לבוא איז דארט געווען, לויט ווי כ'האב געזען ברענגען אין סדר הדורות אז דואג ואחיתופל זענען געווען גלגולים פון דתן ואבירם, און שפעטער זענען זיי נאכאמאל מגולגל געווארן אין די ב' פרים ביי אליהו הנביא. ופטפוטי דאורייתא טבין.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 20, 2017 10:52 am

בעזהשי"ת שלהי שנת תשע"ז - יום ד' ערב ראש השנה שנת תשע"ח הבעל"ט לפ"ק

שטייענדיג אין די לעצטע שעות פונעם יאר, אין אזא פלאץ וואו מיר האבן זוכה געווען בס"ד בדיבוק חברים נהנה צו זיין איינער פונעם אנדערן בלימוד וחזרת התורה, שיעורין כסדרן, מידי שבוע בשובע, איז אוודאי די פלאץ און צייט אנצוואונטשען פאר חברי החבורה און משתתפי המקום, א כתיבה וחתימה טובה, מיר זאלן אלע זוכה זיין להיכתב בחמשה ספרים של צדיקים גמורים און זוכה זיין צו א גרינג יאר, א יאר פון מרבה זיין בעסק ולימוד התורה להגדיל תורה ולהאדריה, א יאר פון אהבת חברים שנראה מעלת חברינו ולא חסרונם, ושנדבר כל אחד על חברו בדרך הישר והרצוי, און א שנת גאולה וישועה לנו לכל בני ישראל

-

זאגנדיג היינט אינדערפרי די נוסח המקובל פון 'התרת נדרים' איז אדורך א סקרוך אין די ביינער, וואוסענדיג אז דאס זענען די סוגיות מיט וועלכע מיר זענען פארנומען די לעצטע פאר חדשים זינט מיר האבן זוכה געווען בחבורתינו הקדושה חבורת תורתך שעשועי אנצוהייבן און דורכצולערנען שוין רוב מסכת נדרים בס"ד, און עומד זיין אויף די חומר הענין פון נדרים ושבועות, די אופני התרה והפרה און די פארשידענע נפק"מ צווישן נדרים, שבועות חרמים און איסורים וואס ווערן דערמאנט אינעם נוסח פון התרת נדרים.

ובפרט, אז אט די וואך האבן מיר אפיציעל אריינגעשפרינגען אין די לומד'ישע פרק פון 'נערה המאורסה' ווי יעדעס ווארט פונעם ר"ן הקדוש איז טובא גניז בגוויהו, א שלל מיט סברות און דקות'דיגע חילוקים, און דא שטייען מיר אין די הייליגע טעג ווען אידישע קינדער זענען מסובב במצוות און מ'רייסט זיך אוועק צו לערנען די תורה הקדושה, איז אוודאי וועט דאס צוגעלייגט ווערן צום כף המאזניים המה לעלות יחד, אז עס זאל זיין 'היתר נדרים פורחות באויר' און די אלע תנאים ואמוראים און דברי הראשונים כמלאכים וועמענס נאמען ווערט דערמאנט מיט פארכט דורכ'ן הייליגען ר"ן אזויפיל צענדליגע מאל, זאלן זיין פאר אונז א מליץ יושר ביים כסא הכבוד, ולחיים טובים תכתבינו לשלום.

בדרך צחות האב איך היינט געכאפט א שטיקל התעוררות, עס איז דאך באקאנט אז נאך כל נדרי זאגן מיר די הייליגע שטיקל פונעם זוהר הקדוש 'קם רבי שמעון' וואו עס ווערט מרומז גאר הויכע ענינים אין די התרת נדרים ווען מיר בעטן ביים רבוש"ע אז ער זאל שוין מתיר זיין ומפר זיין די שבועה ונדר איבער גאולת ישראל במהרה, און דער זוהר הקדוש זאגט אז הקב"ה האט די כח מפר צו זיין די נדרים מדין אב שמפר נדרי בתו, והדברים נסתרים עמיקא וטמירא

אולי קען זיין אז 'ביום שמעו' גייט ארויף ברמז אויף ראש השנה, דער יום השמיעה ווען מיר זענען מצווה לשמוע קול שופר, און דאס וועט מעורר זיין אז עס זאל זיין ואם הניא אביה אותה ביום שמעו והפר כל נדריה, לאסור איסר ולענות נפש, און מיר זאלן שוין זוכה זיין בקרוב צוריקצוגיין צו די שנים קדמוניות, בנעוריה בית אביה בביאת משיח צדקינו בב"א

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 3:47 pm

וקול דממה דקה ישמע - עפעס שפירט זיך אז דער עולם איז פארנומען בטירדות החגים וימים הנוראים האלו און דאס ווינקעלע פון תורתך שעשועי דא אויפן פארום שלאפט עטוואס, לאמיר פרובירן געבן א פייף, א שריי אריין 'עורו ישנים משינתכם' און מחיה זיין די עצמות היבשות, אולי נזכה צו הערן מהני מעלייתא פון חברי החבורה וועלכע האבן פאראיארן אונז מחיה געווען מיט בליציגע מאמרים, שיינע הערות, און גוטע קשיות ופירוקים בדפי השיעורים, יה"ר כן לשנה החדשה שאנו עומדים בתחלתה שנת תשע"ח לפ"ק

-

יום ד' עשי"ת בין כסא לעשור תשע"ח - די וואך די ערשטע וואך פונעם נייעם יאר, האבן מיר פרישע פיר בלאט מפרק נערה המאורסה דפים ע-ע"ג ממסכת נדרים, יעדעס עמוד א פערלשטיין און יעדע שטיקל אין ר"ן א דיאמאנד, יה"ר שנזכה ללמוד ולחזור ולעמוד על עומק דבריו הקדושים וזכותו הגדול יעמוד לנו להיכנס לעיצומו של יום הגדול והנורא עם זכות לימוד התורה, ויהי' לנו למליץ.

שטייענדיג אין די טעג ווען מיר זענען מסובב במצוות, פונעם שופר פארגאנגענעם ראש השנה העעל"ט ביזן בויען די סוכה און איינקויפן די ד' מינים לכבוד דעם יו"ט סוכות הבעל"ט, איז געווען דערפרישענד צו לערנען די וואך די ווערטער פונעם מהר"צ חיות בהגהותיו למס' נדרים דף עב: דער מהרצ"ח באציעט זיך אויף די ווערטער פונעם פי' הרא"ש אויף די קשיא וואס אויך דער ר"ן פרעגט ביי די מחלוקת פון רבי יאשיה און רבי יונתן צו מקען מאכן א שליח להפרה אדער נישט, און די גמרא פרעגט דער מאן הערט דאך נישט דעם נדר טא וויאזוי זאל דער שליח קענען מפיר זיין, פרעגט דער ר"ן פארוואס זאל נישט דער שליח אויך זיין א שליח אויף די שמיעה כדין שליחו של אדם כמותו, און ער ענטפערט א תירוץ בשם התוספות.

דער רא"ש ווידער ענטפערט אויף די קשיא אז אויף א "מידי דממילא" העלפט נישט קיין שליחות, וואס די סברא איז א הויפט יסוד אין די סוגיא פון שליחות, און ווי דער מהרצ"ח איז מעתיק נוצט מען די סברא צו באפעסטיגן שיטת הרמב"ם ביי די מצות תקיעת שופר אז די מצוה איז די שמיעה און נישט די תקיעה, ווייל אז יא וואלט נישט גענוצט אז א שליח ציבור זאל בלאזן און יעדער זאל יוצא זיין, נאר יעדער יחיד וואלט געדארפט בלאזן שופר גענוי ווי אנדערע מצות מעשיות ווי סוכה, לולב און מצה וכדו' וואס מ'קען אוודאי נישט מאכן א שליח, וכדברי התוס' הרי"ד המפורסמים במס' קידושין דעל מצות שבגופו לא מהני שליחות.

דער חידוש איז אבער אויף דעם רא"ש, פארוואס אויף הפרה זעלבסט זאל זאל מען יא קענען מאכן קיין שליח, אפשר איז די הפרה זעלבסט אויך א מצוה שבגוף האב/והבעל, פונקט ווי מ'קען נישט מאכן א שליח אז אן אנדערער זאל דאווענען אדער ליינען קריאת שמע פאר אים?

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 7:20 pm

מיללער האט געשריבן:דער חידוש איז אבער אויף דעם רא"ש, פארוואס אויף הפרה זעלבסט זאל זאל מען יא קענען מאכן קיין שליח, אפשר איז די הפרה זעלבסט אויך א מצוה שבגוף האב/והבעל, פונקט ווי מ'קען נישט מאכן א שליח אז אן אנדערער זאל דאווענען אדער ליינען קריאת שמע פאר אים?

דער חילוק איז לכאורה פשוט, דאווענען אדער ליינען קרי"ש איז נישט קיין חלות, נאר דער מענטש דארף דאס זאגן מיט זיין מויל, ממילא כדי יוצא צו זיין דורך א שליח, מוז ווערן גערעכענט - ווען דער שליח זאגט - כאילו איך זאג, און אויף דעם איז געזאגט געווארען די יסוד פונעם תוס' רי"ד אז ווען דער שליח טוט עפעס מיט זיין גוף, קען נישט שליחות מאכן כאילו עס איז געטון געווארען מיטן גוף פונעם משלח, משא"כ הפרת נדרים איז א חלות פונקט ווי קנינים, דהיינו כידוע די יסוד פון ר' שמעון (ראה שערי ישר ש"ז פ"ז) אז שליחות ביי קנינים איז מסירת כח פונעם משלח צום שליח, דאס הייסט אז די כח וואס דער משלח האט צו פועל זיין קנינים, דאס גיבט ער איבער פארן שליח, אבער די עצם מעשה קנין דארף מען נישט רעכענען כאילו דער משלח טוט עס, (אליבא דאמת - ביי א פעולה - קען זיין אז מ'קען מען דאס אויך מייחס זיין צום משלח, אבער אפילו אן דעם וואלט עס געארבעט, והא ראי' אז א אשה קען שיקן א שליח מקבל צו זיין א גט פאר איר, וואס דא איז דאך שוין נישט דא קיין שום פעולה, נאר די עצם קבלה אז די גט דארף אנקומען אין איר האנט, וואס אויף דעם איז דאך שוין נישט שייך אז שליחות זאל מייחס זיין אז דעם שליח'ס האנט איז אזוי ווי איר'ס כנ"ל), און די זעלבע זאך איז ביי שליחות ביי הפרת נדרים, דער בעל גיבט איבער זיין כח פארן שליח, און דער שליח איז מפיר מיט זיין מויל, און מען דארף נישט מייחס זיין כאילו דער בעל רעדט.

ואגב בענין שליחות במצוה שבגופו, ראה במטה אפרים בדיני קדיש יתום שער ד' באלף למטה סק"ט אריכות בענין זה, ומביא שם קושיא ממהר"צ חיות מתוס' סוכה עיי"ש.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 28, 2017 8:12 pm

יישר כח הרב פייערמאן פאר די טיפזיניגע תגובה, דבר דיבור על אופניו ומתקבל על הלב

למעשה האב איך געטראפן אז עס איז טאקע א גאנצער שמועס לגבי ממנה זיין א שליח לבטל חמצו באזירט אויף א ר"ן אין פסחים, וואס דער טור איז מעתיק אין סי' תל"ד און דער ב"י איז שקיל וטרי דערינען, און דער גר"א בביאורו ברענגט טאקע פון אונזער גמרא א ראי' אז מ'קען מאכן א שליח אויף אן אמירה פון הפרת נדרים. ועי' בחי' הגרעק"א מס' גיטין לב שהאריך בענינים אלו.

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 1:12 am

גערעכט, טאקע געוואלט מציין זיין צו דעם רע"א, אבער דארט איז די שמועס אלס מילי לא מימסרי לשליח, וואס איז אביסל אן אנדערע געדאנק, ראה בקהילות יעקב על גיטין סי' כ"ד אות ג'.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1469
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג אוקטובער 01, 2017 10:42 am

בשיעור השבוע העבר (עב.) דערמאנט דער ר"ן בתו"ד די מחלוקה פון הני כהני שלוחא דידן או דשמיא, איז עס פאסיג לגבי יום כיפור, ווי די גמ' אין יומא (יט.) שטעלט זיך אויפ'ן לשון המתני' ביי השבעת כהן גדול וואס מיר האבן אלע געהאט די זכי' צו דערמאנען נעכטן בסדר העבודה: "אישי כהן גדול אנו שלוחי בית דין ואתה שלוחנו", אז ס'איז א סתירה למאן דאמר כהני שלוחי דשמיא, עיי"ש.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 4:40 pm

יום ג' שנכפל בו כי טוב - וזאת הברכה (ב) בין יום הקדוש לחג הסוכות הבעל"ט תשע"ח לפ"ק

בעת וואס חברי חבורתינו הק' תורתך שעשועי גרייטן זיך מיט שמחה צום געהויבענעם חג האסיף, באספך את תבואת מעשיך מן השדה, זענען מיר בד בבד עוסק צאמצונעמען און חזר'ן די לימודים פון מס' נדרים, און בעזהשי"ת האבן מיר די זכי' מוסיף צו זיין די וואך מחיל אל חיל מיט נאך דריי הייליגע און הערליכע בלעטער פון די מחודש'דיגע מסכתא 'נדרים מיטן ר"ן' וואס יעדע בלאט האט זיינע איינגארטיגע חידושים און סברות, כן יתן ה' וכה יוסיף שנוכל להמשיך באנפין נהירין, די שיעור די וואך איז אויף די דריי בלאט עד-עו ממסכת נדרים.

דבר בעתו מה טוב, מיר גרייטן זיך צום הייליגן יו"ט בלימוד התורה אן מיט די הכנות לימי חג הסוכות, און די זעלבע צייט האבן מיר אינזינען אז ומפני חטאינו גלינו מארצינו און מיר געדענקען אז בזמן שביהמ"ק היה קיים שיבנה במהרה בימינו, האבן די הכנות אויך אריינגענומען די ענין פון טהרה, חייב אדם לטהר א"ע ברגל, ובפרט אז אידישע קינדער האבן עולה רגל געווען לראות ולהשתחוות בבית תפארתינו, און געברעגנט די קרבנות החג און אנדערע נדרים ונדבות, האט מען זיך געדארפט גרייטן מיט טהרה וטבילה כדת וכדין.

אט לערנען מיר די וואך בדפים עה-עו א הערליכער שקלא וטריא צווישן רבי אליעזר מיט די רבנן איבער די אפציע פון מפיר זיין נדרי אשתו נאך איידער זי האט בכלל געמאכט דעם נדר, און ביידע ווארפן צאם פון אלע עקן ש"ס ראיות ווי מ'געפונט ענליכע סברות, ובתוכם פון די הלכות פון טהרת אדם וטבילת כלים במקוה, וואס ווען מ'לערנט מס' ביצה און זענען דאס שטארק נוגע להלכות יום טוב וואס מ'מעג יא און וואס מטאר נישט טובל'ן אום יו"ט.

איז פארהאן א וועלטס בארימטע חידוש אין כסף משנה הל' שאר אבות הטומאות, דארט ווי דער רמב"ם ברענגט אראפ די הלכה וואס ווערט דערמאנט אין די גמרא דא (לויט איין גירסא אינעם ר"ן) אז א מענטש וואס איז טובל במקוה ושרץ בידו בלייבט טמא כל זמן ער כאפט אן דעם שרץ, וואס דער הייליגער בית יוסף בחיבורו כס"מ דארט לערנט אפ פשט אין רמב"ם אז דער רמב"ם איז מחדש אז טבילה במקוה איז מטהר דעם מענטש נישט ווען ער איז אין וואסער נאר ווען ער קומט ארויס! (עי' ברש"ש כאן על האתר שציין לדבריו הנפלאים שם, והוסיף שיש אכן משמעות ברמב"ם אולם הדברים מחודשים מאד).

וראה זה פלא, דער הייליגער אבני נזר האט געהאט א קשיא אויף די גמרא אין מס' ביצה (יח.) מערמת אשה נדה וטובלת בבגדיה ביו"ט, איז געקומען צו גיין דער גאון הנורא והקדוש מאסטראווצא זצ"ל און ער האט פרובירט בכח הפלפול צו פארענטפערן די קשיא, באזירט אויף אט דעם חידוש פונעם רמב"ם מיט א פשט'ל גג על גג כדרכו בקודש, און ווי דער שטייגער ביי אזעלכע לייבן, וחד בחד כי סביך גייט א פייערדיגער זויל, ענטפערט אים דער אבני נזר צוריק א תשובה וואס איז געדרוקט בחלק חו"מ סי' ע"ב און ער צואווארפט דעם פלפול ווי א זייפן בלאז, און ער איז מוסיף תמיהות וקשיות חמורות אויף דעם חידוש פונעם כסף משנה, וואס יעדעס איינע איז אייזן פעסט.

אויב ווילט איר א שמחת יו"ט, לערנט אדורך די תשובה אין אבני נזר:
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=101

ויה"ר שנזכה לקבל את יום שמחתינו מתוך שמחה ורוב כל, ונזכה לעלות לרגל ולטהר ולקדש עצמינו בביאת משיח בן דוד גואלינו במהרה אמן נצ"ו.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 09, 2017 3:40 pm

בעזהשי"ת יום ב' ג' דחוהמ"ס תשע"ח לפ"ק - הושענא הוגי שעשעות הושענא!

לא ניתנה מועדים אלא לעסוק בהן בתורה, א הערליכער יו"ט מיט נאך צוויי בלאט ממס' נדרים אויפן לוח דפים עז-עח מפרק נערה המאורסה עם פי' הר"ן המתוק מדבש!

אז מ'רעדט פונעם שיעור השבוע מענינא דיומא, קען מען באמת דא מצרף זיין עטליכע ענינים, הן מעניני והלכות יום טוב, הן מפרשת וזאת הברכה און אזוי אויך פרשת בראשית, וואס יעדע פון זיי ווערן עטליכע מאל מרומז אין די לעצטערע דפים, אבער הויפטזעכליך דארף מען אנהייבן מיטן פסוק 'וידבר משה את מועדי ה' אל בנ"י' און די עניני מועדי ה' וואס מיר לערנען היינט בדף עח. בנשימה אחת מיט 'שבת בראשית', היש לנו שמחה גדולה מזו? איז דאס נישט די בעסטע עונג יו"ט צו שפירן אז פון הימל האט מען מזמין געווען צו לערנען פונקט דעם בלאט אום חול המועד?

אשרינו מה טוב חלקינו!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוקטובער 22, 2017 9:39 am

בס"ד יום א' לך תשע"ח לפ"ק - יום הבחינה על דפים סח-פב ממסכת נדרים בסיעתא דשמיא

יענע וואך פרשת נח העעל"ט האבן מיר בס"ד זוכה געווען אריינצוטרעטן אינעם נייעם זמן החורף מיטן אנהייבן די לעצטע פרק ממסכת נדרים פרק ואלו נדרים און אט גרייטן מיר זיך מיטן אייבירשטנס הילף בקרוב מסיים צו זיין די הערליכע מסכתא, באנפין נהירין.

דער שיעור פרשת נח איז געווען אויף דפים עט-פב ווען אינצווישן האבן מיר אריינגעכאפט צו לערנען די וועלט בארימטע גמרא פון (פא.) על מה אבדה הארץ - על שלא ברכו בתורה תחלה, ווען דער ר"ן ברענגט צו די הייליגע ווערטער פון רבינו יונה במגילת סתרים אז דאס מיינט זיי האבן נישט געלערנט די תורה הקדושה לשמה וממילא היו מזלזלין בברכתו, איז אוודאי אז מ'לערנט פלייסיג לעסוק בדברי תורה און מ'שעצט לימוד התורה בזכות זה נזכה לגאולה השלימה בקרוב.

לערנענדיג חומש רש"י פרשת נח, נאכן מבול ביי די פרשה פון חם אבי כנען דערציילט רש"י (בראשית ט, כא) אויך דארט מפי חז"ל 'על מה אבדה הארץ' ווען די עשרת השבטים הנקראים 'אהלה' זענען פארטריבן געווארן השתים במזרקי יין - און בכלל דארט אין די פרשה (שם ט, כו) ברענגט רש"י פארוואס כלל ישראל האט בכלל זוכה געווען צו ארץ כנען אויפן פסוק 'ברוך ה' אלקים שם - שעתיד לשמור הבטחתו לזרעו לתת להם את ארץ כנען'.

און אז מ'דערמאנט די פרשה - אויפן פסוק (שם ט, כ) ויחל נח איש האדמה, טייטשן אלע מפרשים דאס ווארט 'ויחל' מלשון התחלה, אבער רשיה"ק טייטשט עס עפ"י המדרש רבה מלשון 'חולין' - עשה עצמו חולין שהיה לו לעסוק תחלה בנטיעה אחרת'.
פאר אונז לומדי מסכת נדרים קומט די טייטש אריין 'הענדי' ווען מ'לערנט פונקט יענע וואך דף פא: די פירושים אויף 'לא יחל דברו - לא יעשה דברו חולין' סיי אז א חכם אינו מיפר נדרי עצמו, און סיי דער ענין פון אפי' דיבורו של אדם לא יהי' חולין בעיניו, איז דאך עס ממש מענינא דפרשת השבוע.

און אלס הוספה - לייגט דער רמב"ן הק' צו ביי די דערנאנטע פרשה (שם כו) וז"ל: ונכתב ענין היין בנח כי יש בו אזהרה ממנו יותר 'מפרשת נזירות' כי הצדיק תמים אשר הציל כל העולם, גם אותו החטיא היין והביא אותו לידי בזיון וקללת זרעו.
האמיר שוין דער ענין פון פרשת נזירות וואס מיר לערנען און חזר'ן די לעצטע פאר חדשים, און אט זענען מיר שוען באלד אין די מסכתא המיוחדת לכך מסכת נזיר מיט געזונט צו דערלעבן.

ויה"ר שלא נבוש ולא נכלם בעוה"ז ובעוה"ב ונזכה לראות ברכה בעמלינו ויתקיים בנו מקרא שכתוב בהפטרת ראש חודש שאמרנו בשב"ק העעל"ט שישו אתה משוש כל המתאבלים עליה - היפך מעל עזבם את תורתי ולא הלכו בה - בזכות לימוד התורה 'בחבורה' נזכה לראות במהרה בשמחת ישראל בבנין ציון וירושלים אמן.


צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט