שיעור השבוע בפרשת השבוע ובענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25270
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוקטובער 26, 2016 4:14 pm

לא לנו האט געשריבן:ק"ג ע"א ווערט צוגעברענגט אין תוס' (ד"ה באנפיליא) פון דיני מנעל ביוה"כ.

די גמרא ברענגט שוין צו דיני מנעל ביוה"כ אויף דף קב: איך האב עס אבער נישט צוגעשטעלט אין דעם אשכול, ווייל דאס האט מען שוין געלערנט נאך יוה"כ דהאי שתא, ממילא באלאנגט עס שוין נישט צום מטרת האשכול

נאכאמאל א יישר כח פאר אייערע הוספות.

די וואך פרשת בראשית תשע"ז איז די שיעור השבוע אויף די צוויי בלאט ק"ה און ק"ו ממסכת יבמות, דאן וועט זיין די בחינה קומענדיגע זונטאג פרשת נח אויף די לעצטע פערצן בלאט.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25270
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג נובעמבער 11, 2016 12:02 pm

א גוטן ערב שבת,

יום ערב שבת קודש פרשת לך תשע"ז לפ"ק

בשיר וקול תודה נברך לה' על שהחיינו וקימנו והיגיענו זלמן הזה, נאך א זמן אנגעהויבן בלימוד התורה און אט אט גייען מיר זיין מברכים על המוגמר בסיום אחד מהמסכתות הגדולות והכי קשות שבש"ס, בעזרת השם יתברך

אויך דער אשכול וואס איז מיוחד צאמצוברענגען ענינא דיומא מיט די שיעור השבוע, האט ב"ה געברענגט שמחת התורה ותלי"ת שגדלה והצליחה וגם עשה פרי, אזוי ווי מ'הערט צוריק פון פארשידענע מקורות, זאל השי"ת העלפן אויך ווייטער לעסוק בדברי תורה ולשמוח ביחד, הנחמדים מזהב ומפז רב, מתוקים מדבש ונופת צופים.

די וואך פרשת לך האבן מיר חברי תורתך שעשועי אריינגעכאפט נאך א שווערע "יבמות סוגיא" פון קטנה וחרשת און די יסודות פון זייער קידושין צו דאס איז קנויה ומשוירת אדער קנויה ואינה קנויה, און אפשר האט נישט יעדער דערווייל אויספיעט משלים צו זיין דעם גאנצן שיעור השבוע פון דף קי"א ביז קי"ד ממסכת יבמות, און זיכער נישט יעדן תוס' אויף די בלעטער. אבער טייל האבן באמערקט אן אינטערעסאנטע קליינע תוספות'ל אויף דף קיב. ד"ה יעשו דרך בקשה וואס האט א שייכות מיט פרשת השבוע

די גמרא ברענגט א משנה אין מס' נדרים בראשונה היו אומרים שלש נשים יוצאות ונוטלות כתובה האומרת טמאה אני לך השמים ביני לבינך נטולה אני מן היהודים חזרו לומר שלא תהא אשה נותנת עיניה באחר ומקלקלת על בעלה אלא האומרת טמאה אני לך תביא ראיה לדבריה השמים ביני לבינך יעשו דרך בקשה נטולה אני מן היהודים יפר חלקו ומשמשתו ותהא נטולה מן היהודים.
איז דא צוויי וועגן אפצוטייטשן די פאל פון "השמים ביני ובינך", רשיה"ק טייטשט אז די פרוי טענה'ט גלוי וידוע לפניו שאינך נזקק לי כדרך בני אדם ואין איש עד להוכיח בין שנינו און אויף דעם האט מען מתקן געווען "שיעשו דרך בקשה" וואס רש"י זאגט (לבקש) לבעל להתנהג בה מנהג יפה. אבער תוס' זאגט אז אין די גמ' אין נדרים שטייט אז איר טענה איז געווען "שאינו יורה כחץ" אזוי ווי מיר האבן געלערנט אויבן אין די מסכתא אז זי האט די אויבערהאנט ביי אזא טענה ווייל זי איז קים לה אין דעם און ער נישט, אבער דאן איז שווער וואס הייסט "יעשו דרך בקשה", זי טענה'ט דאך אז ער איז נישט קיין בר הכי, וואס איז שייך אים צו בעטן? זאגט תוספות מורא'דיגע ווערטער וזל"ק: יעשו דרך בקשה. פר"ת יתפללו למקום ויתן להם בנים.

דער הייליגער רבינו תם ז"ל זאגט אז חז"ל האבן געזאגט, ווען א פארפאלק קומט וויינען צום בית דין אז מ'דארף זיך צוטיילן ווייל זיי זענען נישט געהאלפן געווארן בזש"ק, זאל דער בית דין זיך אוועקשטעלן און מתפלל זיין צום בוכ"ע אויספועלן א ישועה, און דאס איז גענוג מבטל צו זיין די אריגינעלע הלכה פון "יוצאת ונוטלות כתובתה"! הפלא ופלא די כח התפלה, און דאס איז פשוט פשט, נישט קיין פשט'ל פון א דרוש ספר (וידוע הסיפור בין מרן הדברי חיים זצ"ל עם החידושי הרי"ם זצ"ל אודות רבי יהושע מטומושוב זצ"ל שלא זכה לזש"ק ומה שהרי"ם השיב להדב"ח).

די וואך אין די סדרה דערציילט די תוה"ק אז נאכדעם וואס שרה אמנו האט נישט זוכה געווען להיבנות פון אברהם אבינו האט זי איבערגעגעבן איר שפחה הגר פאר אברהם אולי אבנה ממנה.
מה עשה הקב"ה מביאה ראשונה נתעברה הגר ותקל גבירתה בעיניה, פאר שרה האט עס וויי געטאן און זי האט געזאגט פאר אברהם (בראשית טז,ה) ישפוט ה' ביני ביניך.

דער ר"ן אין נדרים צ: ברענגט פון תוספתא סוטה אז שרה האט דערביי געזאגט די טענה פון די משנה "השמים ביני ובינך" און לויט ווי רשיה"ק אין חומש אויפן פסוק חמסי עליך זאגט, איז,די טענה געווען היה לך להתפלל על שנינו והייתי אני נפקדתי עמך.

צום סוף האט הקב"ה מבשר געווען אברהם אבינו ושרה אמנו אז סוכ"ס וועלן זיי געהאלפן ווערן בזש"ק נאך צענדליגע יארן. כדיוע חז"ל זאגן למה היו אמותינו עקרות לפי שהקב"ה מתאווה לתפלתן של צדיקים, דער הייליגער ייטב לב זצ"ל איז מבאר אז דער אייבירשטער איז מתאווה צו זייער תפלה ווייל מיט דעם מאכן זיי א פועל דמיוני און עפענען א צינור אז עד סוף כל הדורות ווען א איד וועט מתפלל זיין להיוושע ולהיפקד בדבר ישועה ורחמים וועט ער געהאלפן ווערן.

דער רבינו תם ז"ל האט פארשטאנען אז ווען א פארפאלק קומט צו בית דין אז זיי האבן נישט קיין קינדער, יעשו דרך בקשה, לערנט אייך אראפ פון אברהם ושרה, פון יצחק ורבקה, זייט'ס מתפלל צום הייליגען באשעפער, הביטו אל צור חצבתם ווי די גמרא זאגט אויבן, מי שענה לאבותינו ואמותינו הקדושים הוא יענה לנו וישמע צעקתינו, וימלא כל משאלות לבבינו לטובה אמן!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25270
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג נובעמבער 18, 2016 10:10 am

יום ערב שבת קודש פר' וירא תשע"ז לפ"ק

די וואך פר' וירא איז געווען די שיעור השבוע פון חבורתינו הק' תורתך שעשועי אויף די בלעטער קט"ו-קי"ח ממסכת יבמות, אט שטייען מיר ביים שוועל איידער מ'טרעט אריין אין די פרייליכע וואך פון פרשת חיי שרה ווען בני החבורה וועלן זוכה זיין מסיים צו זיין מסכת יבמות בכי טוב, און פייערן די שמחה אין די פראכטפולע זאלן פונעם הילטאן גאסט-הויז אין סטעמפארד, קאנעטיקוט בשעטומ"צ ולמז"ט.

די וואכן זענען מיר עוסק די סוגיות פון התרת עגונות, יסודות וועלכע האבן באורך הדורות געשפילט גאר א וויכטיגע ראלע בתולדות עם ישראל, ובפרט דורכאויס די פארשידענע ביטערע מאורעות און מלחמות אין וועלכע אידישע קינדער זענען אומגעקומען רח"ל אונטער אומשטענדן וואס מען איז ליידער קיינמאל נישט געקומען אויף זייערע שפירן, האט מען געדארפט צוקומען צו די קאמפליצירטע הלכות מתיר צו זיין נשותיהן לעלמא, והדברים ארוכים ואכמ"ל.

אינעם שיעור די וואך בדף קט"ז. דערציילט די גמרא איבער א שטר אין די שטאט סורא וואס דערציילט אז ענן בר חייא פון נהרדעא האט געגעבן א גט פאר זיין ווייב אין די שטאט סורא, און די גמרא קלערט אריין צו מ'קען זיך פארלאזן דערויף און מתיר זיין זיין פרוי לעלמא, אדער איך דארף חושש זיין אז עס זענען דא צוויי מענטשן אין נהרדעא מיט די זעלבע נאמען. למעשה האט מען בודק געווען און געפארשט און געוואור געווארן אז עס איז טאקע דא נאך איין מענטש מיט דעם נאמען, אבער עדות האבן מעיד געווען אז אינעם דאטום פון דעם שטר איז דער צווייטער ענן בר חייא געווען אין נהרדעא, איז ער לכאורה נישט דער וואס האט געגעבן יענעם טאג א גט אין סורא. למעשה איז דא א מחלוקת צווישן אביי ורבא צו מקען זיך אויף דעם פארלאזן, און רבא זאגט אז נישט "חיישינן דלמא בגמלא פרחא אזל" ד.ה. איך דארף טראכטן אז אפי' ער איז יענעם טאג געווען אין נהרדעא, אפשר האט ער גענומען א 'גמלא פרחא' (גמל ההולך מהר כעוף הפורח - רש"י) און אנגעקומען קיין סורא.

פרעגט תוס' בד"ה הכא פון א גמרא אין מכות דף ה' אז ווען עס האנדלט זיך אין א שאלה פון הרג'נען עדים זוממין זאגט די גמרא קלאר אז מען איז נישט חושש אויף 'גמלא פרחא' און מ'הרג'ט די עדים, טא פארוואס דא זאגט רבא אז מען איז יא חושש לגבי איסור אשת איש? און תוס' ענטפערט צוויי תירוצים עיי"ש

ברענגט רבי יוסף ענגיל בגליונותיו אז אין שו"ת מים עמוקים סי' ל"א פרעגט ער די זעלבע קשיא מסברא דנפשיה און ער ענטפערט אז איסור אשת איש איז מען מער מחמיר ווי אויף שפיכות דמים, ממילא איז נישט קיין קשיא פון דארט. שטעלט רבי יוסף ענגיל צו צו דעם תירוץ א באקאנטע שמועס וואס טוט זיך אפ צווישן די ראשונים און מפרשי התורה, סיי יענע וואך פרשת לך לך און אזוי אויך די וואך פרשת וירא, ווען אברהם אבינו האט מורא געהאט אז פרעה און אבימלך "והרגונו על דבר אשתי" (בראשית כ' יא) דערפאר האט ער געזאגט פאר שרה אמנו אמרו נא אחותי את, וחיתה נפשי בגללך.
פרעגן אלע, אויב די מצריים און פלשתים זענען גרייט אויף שפיכות דמים זענען זזיי דען נישט עלול אויף איסור אשת איש? ענטפערט דער ריב"א און אזוי אויך אנדערע ראשונים "י״ל שכך אמר אברהם יאמרו המצרים מוטב להם להרגני ויעברו אזהרת שפיכות דמים ואז תהיה אשתו מותרת להם ולא יחזיקוה באיסור אשת איש ימים רבים" ד.ה. איסור אשת איש איז אן איסור על כל ביאה וביאה, משא"כ שפיכות דמים איז אן איינמאליגע איסור, ממילא איז עס גרינגער. ודפח"ח

דברי הגרי"ע בפנים:
http://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... =&pgnum=38
דברי הריב"א בפנים:
http://beta.hebrewbooks.org/pdfpager.as ... =&pgnum=23
גם בבית מדרשינו פה דנו בזה מלפני תשע שנים בהרחבה:
viewtopic.php?p=61858#p61858

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25270
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מוצ"ש נובעמבער 19, 2016 8:26 pm

מוצש"ק פר' וירא תשע"ז

נאך אן ענין משיעור השבוע בפרשת השבוע, בדף קיח. זאגט די גמרא אז אמאל איז פארהאן ביי צוויי צרות, זאל איינע וועלן מקלקל זיין די אנדערע היות זי איז מקולקל זאל די צווייטע אויך זיין נתקלקל ותמות נפשי עם פלישתים.

דער דערמאנטער פסוק תמות נפשי עם פלישתים איז אין שופטים טז דאס האט שמשון הגבור געזאגט ווען ער האט געזען אז די פלשתים גייען אים הרג'נען האט ער געבעטן דעם אייבירשטן חזקני אך הפעם און מיט זיין זעלטענע גבורה האט ער געשאקלט די עמודי הבית און אומגעווארפן א גאנצן בנין אומברענגענדיג פילצאליגע פלשתים, ותמות נפשי מות פלשתים.

דער רשב"ם די וואכעדיגע סדרה ברענגט (מקורו בפסיקתא ושאר מדרשות) אויפן פסוק (בראשית כא ל) את שבע כבשות הצאן תקח מידי, וואס אברהם אבינו האט געזאגט פאר אבימלך מלך פלשתים "אמר לו הקב"ה אתה נתת לו שבע כבשות, חייך שבניו הורגין שבע צדיקים מבניך, ואלו הן שמשון חפני פנחס שאול וג' בניו" הייסט דאס אז אין פרשת וירא איז נגזר געווארן מיתת שמשון הגבור וואס איז מיטגעגאנגען מיט מות פלשתים וואס ווערט דערמאנט אין די גמרא ביינונז.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מיטוואך נובעמבער 23, 2016 12:15 pm

נאכ'ן ענדיגן יבמות און מ'גרייט זיך אנצוהייבן כתובות, איז פרשת חיי שרה א שיינע הקדמה בכלליות, וואו רש"י ברענגט "נשים בכתובה ופלגשים בלא כתובה" דער רמב"ן קריגט אז פלגשים זענען בלא כתובה וקידושין (און איז אזוי גורס אין גמ' סנהדרין אויף וואס רש"י באציט זיך), און ענדיגט צו אז כתובה איז נאר מדברי סופרים. מ'צייכנט צו אז רש"י מיט'ן רמב"ן זענען מחולק צי כתובה איז מדאורייתא אדער מדרבנן, וואס איז א מחלוקת התנאים אנהויב כתובות, צו וואס מ'וועט נאך צוקומען געציילטע וואכן ארום.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25270
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג נובעמבער 25, 2016 12:18 pm

ערב שבת קודש פר' חיי שרה תשע"ז לפ"ק

די הערצער זענען איבערגעפילט מיט פרייד, מ'שטייט אינעם היינטיגען טאג נאכ'ן מסיים זיין איינס פון די שווערסטע מסכתות אין ש"ס בחבורתינו היקרה תורתך שעשועי, אנדערע אידן האבן געפראוועט די פארגאנגענע טעג בשמחת התורה אין די הילטאן זאלן אין סטעמפארד, ווען הונדערטער אידן האבן אויסגענוצט די פאר טאג כל כולו ללימוד והתמדת התורה באגלייט מיט א מעמד נשגב לגומרה של תורה בסעודת סיום מסכת יבמות ומסיבת שבע ברכות נעכטן דאנערשטאג נאכט בהשתתפות המייסד ונשיא החבורה כ"ק אדמו"ר מהר"א שליט"א מ'סאטמאר, וועלכער האט משמיע געווען דברים חוצבים להבות אש בשבח החבורה, און מאציל געווען מברכותיו פאר בני החבורה צו קענען אנגיין ווייטער ביתר שאת צו מסכת כתובות והלאה, מחיל אל חיל

אשרינו מה טוב חלקינו!

דער שיעור די וואך פר' חיי שרה איז געווען אויף די לעצטע פיר בלאט ממסכת יבמות, מדף קי"ט ועד גמר המסכתא בדף קכ"ב:, לערנענדיג די לעצטע פאר דפים געפונען מיר מערערע סיפורים פון די הייליגע תנאים ואמוראים בענינים שונים, וואס יעדע סיפור פאר זיך איז מעורר צו יראת שמים און אמונת חכמים, עס איז ממחיש אפס קצהו מקדושת התורה שבעל פה, ווען מ'זעהט אז מ'רעדט פון מלאכי מעלה, מלומדי נסים מפליאי פלאות.

צווישן די סיפורים דערציילט די גמרא בדף קכ"א: די באקאנטע מעשה מיט די טאכטער פון נחוניא חופר שיחין, תנו רבנן מעשה בבתו של נחוניא חופר שיחין שנפלה לבור גדול באו והודיעו את רבי חנינא בן דוסא שעה ראשונה אמר להם שלום שניה אמר להם שלום שלישית אמר להם עלתה אמרו לה מי העלך אמרה להם זכר של רחלים נזדמן לי וזקן אחד מנהיגו אמרו לו נביא אתה אמר להם לא נביא אנכי ולא בן נביא אנכי אלא כך אמרתי דבר שאותו צדיק מצטער בו יכשל בו זרעו.

זאגט רש"י הק' אויפן פלאץ אז די זכר של רחלים איז געווען אילו של יצחק און דער זקן המנהיג איז געווען נישט קיין צווייטער ווי אברהם אבינו צו ראטעווען די טאכטער פון נחוניא פון ווערן דערטראנקען רח"ל. די מפרשים אויפן פלאץ אנגעהויבן ביים מהרש"א אין ח"א און אזוי אויך דער ערוך לנר און אנדערע זאגן פשט פארוואס פונקט איז בייגעשטאנען די זכות העקדה פון אברהם ויצחק להצלתה, אבער פאר אונז איז עס א דבר בעתו ווען מיר הייבן אן די וואכעדיגע סדרה פון פר' חיי שרה און רש"י ברענגט די סמיכות פון פטירת שרה מיט עקדת יצחק, ובפרט אז דער טיטול "זקן" אויף אברהם אבינו וואס די גמרא נוצט דא, איז כמובן דער מקור אין די וואכעדיגע סדרה אינעם פסוק ואברהם זקן בט בימים.

זאל דער אייבירשטער העלפן אז דער זכות פון די אבות הקדושים וזכות כל התנאים ואמוראים וועמענס נאמען מיר האבן דערמאנט אזויפיל מאל ביים לערנען און חזר'ן די שווערע בלעטער ממסכת יבמות, זאלן מגין זיין אויף אונז, שלא ימוש התורה הזאת מפינו ומפי זרענו מעתה ועד עולם, און מיר זאלן טאקע קענען ממשיך זיין בלימודין כסדרן, מתוך נחת והרחבת הדעת וברכה מרובה מעתה ועד עולם אמן

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4577
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג נובעמבער 25, 2016 1:00 pm

מזל טוב פאר אלע מסיימים, און הצלחה וברכה פאר אלע מתחילים.

פילע זאכן בשייכות למסכת כתובות לערענט מען ארויס פון די וואכעדיגע פרשה - חיי שרה פון די שמועס פון אליעזר מיט משפחת רבקה.

נותנין לבתולה שנים עשר חודש (כתובות פ"ה) לערנעט מען ארויס פון "תשב אתנו הנערה ימים או עשור".

חיוב קבורת אשתו, הגם שהוא כנגד ירושה, אבל הוא מרומז בפרשתן, שלכן אמר אברהם "ואקברה מתי מלפני", שהיה מוטל עליו לקוברה (מדרה"ג).

סבלונות.

ברכת אירוסין ונשואין

ועוד ועוד.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25270
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך נובעמבער 30, 2016 3:15 pm

בעזהשי"ת יום ד' לסדר ותלך לדרוש את ה' - בבית מדרשו של שם ועבר תשע"ז לפ"ק

די וואך פרשת תולדות איז די שיעור השבוע בהתחלת מסכת כתובות, די ערשטע פיר בלאט מדף ב' עד דף ה', יעזרנו ה' להמשיך ולהרבות חיילים מתוך בריות גופא ונהורא מעליא.

א חשוב'ער אינגערמאן מותיקי וחשובי לומדי חבורתינו תורתך שעשועי, האט מיר אויפמערקזאם געמאכט אויף אן אינטערעסאנטן מדרש וואס ווערט געברענגט אין ילקוט שמעוני (פרשת חיי שרה פרק ק"ט) וואס האט א שייכות מיט אונזער שיעור די וואך און מיט פרשת השבוע. די גמרא זאגט בדף ג: אז טראץ דעם וואס די משנה ברענגט די תקנות חז"ל אז בתולה נישאת ליום הרביעי, אבער מפני הסכנה נהגו העם ביום השלישי, און די גמ' איז מפרש די סכנה אז עס איז געווען א גזירה דאמרי בתולה הנישאת ליום הרביעי (עי' בתוס' שלאו דוקא ביום הרביעי) תיבעל להגמון תחלה.
די וואך הייבט די תורה אן דערציילן איבער יצחק ורבקה, און די גמרא רעכנט אויס די יחוס פון רבקה אלס בת בתואל הארמי, רש"י מערקט אן אז די תורה וויל ארויסברענגען אז טראץ דעם וואס זי האט געשטאמט פון אנשי רשע און א פלאץ פון שלעכטע מענטשן לא למדה ממעשיהם הרעים. ווי שלעכט איז בתואל הארמי געווען? דערציילט דער מדרש וז"ל: ומפני מה מת בתואל שהוא היה מלך בארם נהרים וכל בתולה שתנשא בועל אותה לילה ראשונה ואח"כ חוזר לבעלה נתקבצו כל השרים ואמרו אם הוא עושה לבתו כשם שעשה לבנותינו מוטב ואם לאו אנו הורגים אותו ואת בתו לפיכך מת כדי שינצל אליעזר ורבקה.
ד.ה. בתואל הרשע איז געווען פון די רשעים וואס האבן איינגעפירט אזא נידריגע גזירה, און צום סוף האט דאס געפירט אז ער זאל וועגן דעם שטארבן פריצייטיג.

ותשוח"ח חן לו פאר די אינטערעסאנטע מראה מקום, און טרעפליכע צושטעל צו שיעור השבוע

(מען קען צושטעלן נאך א נקודה פון רבקה בפרשת השבוע ושיעור השבוע, רש"י זאגט אז דערפאר האט יצחק געווארט דריי יאר נאך די עקידה שתהא ראויה לביאה, ועי' בתוס' כתובות ב. ד"ה שאם היה לו טענת שמשנתינו מיירי בעיקר בקטנה פחותה מבת ג' שנים, ואכמ"ל עכשיו בזה)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25270
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 07, 2016 12:24 pm

בס"ד

יום ד' לסדר וזה שער השמים (ויצא) תשע"ז לפ"ק

די וואך איז די ערשטע וואך אין א לאנגע צייט וואס דער שיעור השבוע בחבורתינו המפואר חבורת תורתך שעשועי איז צוריק צו די אריגינעלע סכום פון "פינף בלאט א וואך", די שיעור די וואך איז פון דף ו' במס' כתובות ביז דף י', ווען אינצווישן באגעגענען מיר זיך מיט פארשידענע שיינע עניני אגדתא המושכין את לבו של האדם, ומגדלתו ומרוממתו ומלבשתו ענווה ויראת שמים.

אייינע פון די הלכות וענינים וואס ווערן די וואך אויסגעשמועסט זענען די ברכות אירוסין וחתנים און אויך די חיוב פון מאכן "שבעת ימי המשתה" פאר א בחור או בתולה וואס האבן חתונה, ובלשון הגמרא כתובות ז: ת"ר מברכין ברכת חתנים בעשרה כל שבעה. דאס ברענגט אונז צו אונזער פרשת השבוע פרשת ויצא, ווען יעקב אבינו נאך די חתונה מיט לאה, זאגט אים לבן אז אויב וויל ער אויך רחל וועט ער דארפן ארבייטן נאך זיבן יאר, אבער איידער ער הייבט אן די ארבייט זאגט לבן (בראשית כט כז) "מלא שבוע זאת" ווארט אויס איין וואך, און רש"י ברענגט צו בשם די ירושלמי "והן שבעת ימי המשתה בגמרא ירושלמית במועד קטן"

וועט זיין אינטערעסאנט צו באמערקן אז דער רמב"ן הק' אביסל פריער אין פסוק כ"א, איז מחולק אז "שבוע זאת" גייט ארויף אויף די זיבן ארבייטס יארן וואס לבן האט פארלאנגט אז יעקב זאל אויספילן, און ער פרעגט אויף רש"י וואו איז שייך דאס צו זאגן אויף די שבעת ימי המשתה אמער אין ירושלמי ביינונז אין כתובות זאגט אז די ז' ימי המשתה איז פון די תקנות וואס משה רבינו ע"ה האט מתקן געווען, וז"ל הרמב"ן:
"כי מלאו ימי" - שאמרה לי אמי ועוד כי מלאו ימי הריני בן פ"ד שנה ואימתי אעמיד י"ב שבטים לשון רש"י מלא שבוע זאת דבק הוא בחטף שבוע של זאת והן ז' ימי המשתה גם זה לשון רש"י ואם כן למה לא פירש הרב מלאו ימי על שני העבודה והתנאי ששלמו כדברי אונקלוס והוא משמעות הכתוב באמת ובשביל הימים שאמרה לו אמו גם מפני זקנתו לא יתן לו לבן בתו קודם זמנו אשר התנו שניהם ודי שיקיים תנאו וכדברי אונקלוס הוא שנצטרך לפרש מלא שבוע זאת על ימי המשתה כי ימי העבודה שלמים היו כאשר אמר לו יעקב וכן פירש רבי אברהם ואני לא ידעתי כי שבעת ימי המשתה תקנת משה רבינו לישראל (ירושלמי כתובות פ"א ה"א) ואולי נאמר שנהגו בהם מתחלה נכבדי האומות כענין באבילות דכתיב (להלן נ י) ויעש לאביו אבל שבעת ימים ומה שלמדו כאן בירושלמי (מו"ק פ"א ה"ז) ובבראשית רבה (ע יט) שאין מערבין שמחה בשמחה סמך בעלמא ממנהגי הקדמונים קודם התורה אבל בגמרא שלנו (מו"ק ט) לא למדוה מכאן ודרשוה מויעש שלמה את החג (מלכים א ח סה)


הייסט דאס אז למעשה איז דא עטליכע מקורות איבער די שבעת ימי המשתה וואס ווערן אויסגעשמועסט אין די ראשונים די וואך.

א. מלא שבוע זאת בפרשת (ירושלמי מו"ק - וכן נקט רש"י)
ב. ויעש שלמה את החג שבעת ימים (במרא מו"ק (והובא גם בירושלמי שם) וכן נקט הרמב"ן)
ג. משה תיקן להם לישראל ז' ימי משתה לחתן וז' ימי אבילות (ירושלמי כתובות - הובא ברמב"ן)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25270
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג דעצמבער 18, 2016 12:09 am

מוצש"ק פר' וישלח תשע"ז לפ"ק

די פארגאנגענע וואך איז געווען די שיעור בחבורת תורתך שעשועי אויף די דפים יא-טו ממס' כתובות, בעזהשי"ת

אין די בלעטער לערנט מען ווייטער די הלכות כתובה וועלכע פרויען זענען בארעכטיגט צו מאתיים מנה און וועלכע זענען נאר כתובתן מנה אא"וו. איז ווערט צו נאטירן אז אין די וואכעדיגע סדרה שלאגט שכם בן חמור אן פאר די בני יעקב איבער די שידוך מיט דינה בת יעקב (בראשית לד, יב) הרבו עלי מוהר ומתן ואתנה וגו' און רש"י זאגט אויף מוהר: כתובה. און דער רמב"ן שטעלט צו דעם פסוק כמוהר הבתולות וואס די גמרא ברענגט אויבן צו אלס מקור אז כתובת אשה איז מן התורה (אולם הרמב"ן בעצמו כ' שהפירוש של מוהר הבתולות וכן הכא הם סבלונות ומתנות שהבחורים שולחים לבתולות כאשר ישאו אותן), און דער רמב"ן ברענגט די מדרש דא אויך אז מוהר איז די כתובה.

(ובדרך צחות חשבתי שהרי שכם אנס את דינה מקודם ואח"כ כשרצה לקיימה אמר הרבו עלי מוהר ומתן, והיינו שעכשיו מחויב הוא 'מוהר הבתולות' דכתיב גבי אונס ומפתה, ומדויק היטב הל' מוהר גם אם לא נדרשהו על כתובת אשה)

באמת קען מען צושטעלן די עצם פרשת דינה צו די וואכעדיגע שיעור, ווען מיר לערנען עטליכע מאל דעם ענין פון אנוסה, משארסתני נאנסתי, און אזוי אויך די לעצטע משנה אין ערשטן פרק א"ר יוסי מעשה בתינוקת שירדה למלאות מים מן העין ונאנסה וכו'

ביי דינה זאגט די תוה"ק (בראשית לד, ב) וישכב אותה ויענה. ורש"י פי' בשם המדרש מה היתה העינוי עיי"ש. דער רמב"ן נאכן ברענגען רש"י און דער אב"ע זאגט ער אז מ'דארף נישט קיין דרך דרוש און ער זאגט, ואין צורך, כי כל ביאה באונס תקרא עינוי וכו' ויגיד הכתוב כי היתה אנוסה ולא נתרצית לנשיא הארץ, לספר בשבחה. עכ"ל

השם ישמרנו ויצילנו מכל הפגעים ומרעין בישין בזכות לימוד התורה הק' דמגיני ומצלי בין בעידנא דעסיק בה ובין בעידנא דלא עסיק בה

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מיטוואך דעצמבער 21, 2016 4:25 pm

אין רש"י דף יז. ד"ה בוצינא דנהורא: על שהיה קלסתר פניו מבהיק כדאמרינן בב"ב (דף נח.) שופריה דרבי אבהו מעין שופריה דרבי יוחנן דנפקי זיהרורית מיניה.
אין ברכות (כ.) ברענגט די גמרא: ר' יוחנן (וברש"י: אדם יפה תואר היה דאמרי' בהשוכר את הפועלים (דף פד.) שופריה דר' אבהו מעין שופריה וכו') הוה רגיל דהוה קא אזיל ויתיב אשערי דטבילה אמר כי סלקן בנות ישראל ואתיין מטבילה מסתכלן בי ונהוי להו זרעא דשפירי כוותי אמרי ליה רבנן לא קא מסתפי מר מעינא בישא אמר להו אנא מזרעא דיוסף קא אתינא דלא שלטא ביה עינא בישא וכו' ואב"א עין שלא רצתה לזון ממה שאינו שלו אין עין הרע שולטת בו: וברש"י ד"ה שלא רצתה לזון: ליהנות מאשת אדוניו:

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25270
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 8:01 pm

יישר כח הרב לנו, ממנו ילמדו, הערליכער צושטעל

-


די וואך פר' וישב האבן מיר בס"ד אנגעהויב די צווייטע פרק ממס' כתובות, די שיעור גייט אויף דפים טז-כ ממס' כתובות.

די צווייטע פרק ווערט גערופען 'האשה שנתארמלה' איז כדאי צו באמערקן אז דער רבי ישעי' פיק אין מסורת הש"ס איז באלד מעיר אז די משנה ווערט דערמאנט אין מס' ב"ב דף צב: טבער דארט איז די גירסא 'האשה שנתאלמנה', וביתר ביאור זאגט ער אין זיין חיבור ראשון לציון אויף משניות וז"ל שם: ברי"ף ובר"ן וברא"ש איתא 'שנתאלמנה' וזה יותר נכון לפי שסידר רבינו הק' על פי רובא דרובא בלשון צח ולשון הקודש כמ"ש הרמב"ם בהקדמתו, ונתארמלה היא לשון תרגום. וקושטא קאי דבב"ב צב: הובא משנה זו האשה שנתאלמנה כו' עכ"ל הזך.

באמת האבן מיר געלערנט יענע וואך בדף י: אז דאס גאנצע ווארט 'אלמנה' איז א לשון ע"ש תקנת חכמים וואס האבן מתקן געווען א מנה לכתובת אלמנה, ואלמנה דכתיבא באורייתא איז נאר ע"ש העתיד (ולפי"ז צריך עיון על המלה בארמית 'ארמלתא' ועי' בהגהות גליון מהרש"א תחלת המסכתא מש"כ רבי שלמה איגר ז"ל בשם הרד"ק ומ"ש מישעי' יג, כב בזה)

וואו ווערט דאס ווארט 'אלמנה' דערמאנט דאס ערשטע מאל אין די תורה? איר האט צוגעטראפן, אין פרשת וישב (בראשית לח, יא) ויאמר יהודה לתמר כלתו שבי אלמנה בית אביך. וכדברי התרגום אונקלוס 'תיבי ארמלא בית אביך'.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25270
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג דעצמבער 25, 2016 9:40 am

איך גלייב אז אנדערע אידן האבן עס געטראפן, נאר נישט געהאט די צייט און מעגליכקייט מעתיק צו זיין. יענע וואך פר' וישב האבן מיר געהאט א רש"י אין די סדרה וואס ברענגט אראפ א שטיקל פון שיעור השבוע במס' כתובות ככתבה וכלשונה.

אויפן פסוק (בראשית לט, כא) ויהי ה' את יוסף ויט אליו חסד ויתן חנו בעיני שר בית הסהר. זאגט רש"י הק' בלשונו, ויט אליו חסד: שהיה מקובל לכל רואיו, לשון כלה נאה וחסודה ש'במשנה'.

אין טייל חומשים איז טאקע צוגעצייכנט כתובות יז. דאס איז די ברייתא וואס די גמ' ברענגט ת"ר כיצד מרקדין לפני הכלה בש"א כלה כמות שהיא ובה"א כלה נאה וחסודה. רש"י ביינונז טייטשט חסודה. חוט של חסד משוך עליה.

פארוואס דארף רש"י אין חומש ברענגען די ווערטער כלה נאה וחסודה אויף צו פארטייטשן דעם פסוק ויט אליו חסד?

באזונדער איז אינטערעסאנט אז רש"י רופט עס אן א 'משנה' ווען די מקור איז א ברייתא במס' דרך ארץ פ"ו און אין מס' כלה רבתי פרק י', סיידן איך וועל זאגן אז מס' דרך ארץ רופט מען משניות?

ועי' בחידושי מהר"ם שיף פה מש"כ דברים ערבים על מילת 'חסודה/חסידה'.

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » זונטאג דעצמבער 25, 2016 11:22 am

ווייל רוב מאל מיינט חסד גענאדע, נישט חן.
שנו חכמים בלשון המשנה, די אפטייטש פון משנה איז הלכות מה ששנו חכמים כולל וואס ווערט היינט גערופן משניות און אויך ברייתות.
משניות איז נאר געבליבן מיט דעם נאמען, אבער נישט נאר דאס הייסט משנה, א ברייתא איז א דרויסעדיגע משנה, מתניתין הייסט אונזער משנה, און נישט דער דרויסענדיגע משנה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25270
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג דעצמבער 25, 2016 3:44 pm

בלעטל האט געשריבן:.
שנו חכמים בלשון המשנה, די אפטייטש פון משנה איז הלכות מה ששנו חכמים כולל וואס ווערט היינט גערופן משניות און אויך ברייתות.
משניות איז נאר געבליבן מיט דעם נאמען, אבער נישט נאר דאס הייסט משנה, א ברייתא איז א דרויסעדיגע משנה, מתניתין הייסט אונזער משנה, און נישט דער דרויסענדיגע משנה.

איר האט נאך א מראה מקום צו די באהויפטונג, ווי רש"י רופט א ברייתא בל' משנה?

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג דעצמבער 25, 2016 3:50 pm

מיללער האט געשריבן:
בלעטל האט געשריבן:.
שנו חכמים בלשון המשנה, די אפטייטש פון משנה איז הלכות מה ששנו חכמים כולל וואס ווערט היינט גערופן משניות און אויך ברייתות.
משניות איז נאר געבליבן מיט דעם נאמען, אבער נישט נאר דאס הייסט משנה, א ברייתא איז א דרויסעדיגע משנה, מתניתין הייסט אונזער משנה, און נישט דער דרויסענדיגע משנה.

איר האט נאך א מראה מקום צו די באהויפטונג, ווי רש"י רופט א ברייתא בל' משנה?

ס'איז ערגעץ א געטועכץ צי רש"י קען זאגן מתני' אויף א ברייתא.

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » זונטאג דעצמבער 25, 2016 3:55 pm

ס'איז נישט קיין באהויפטונג און מ'דארף נישט קיין מראה מקום צו רש"י אמרתי דברים פשוטים, טייטש מקרא ומשנה בכל הש"ס, יכלה הזמן לציין מאות פעמים בחז"ל, רק לדוגמא עיי' ב"מ לג

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25270
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג דעצמבער 25, 2016 6:47 pm

בלעטל האט געשריבן:ס'איז נישט קיין באהויפטונג און מ'דארף נישט קיין מראה מקום צו רש"י אמרתי דברים פשוטים, טייטש מקרא ומשנה בכל הש"ס, יכלה הזמן לציין מאות פעמים בחז"ל, רק לדוגמא עיי' ב"מ לג

מה דפשיט ליה למר, מספקנא ליה לדידי, ובב"מ לג אין ראי' למה שהקשיתי

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » זונטאג דעצמבער 25, 2016 9:42 pm

מיללער האט געשריבן:
בלעטל האט געשריבן:.
שנו חכמים בלשון המשנה, די אפטייטש פון משנה איז הלכות מה ששנו חכמים כולל וואס ווערט היינט גערופן משניות און אויך ברייתות.
משניות איז נאר געבליבן מיט דעם נאמען, אבער נישט נאר דאס הייסט משנה, א ברייתא איז א דרויסעדיגע משנה, מתניתין הייסט אונזער משנה, און נישט דער דרויסענדיגע משנה.

איר האט נאך א מראה מקום צו די באהויפטונג, ווי רש"י רופט א ברייתא בל' משנה?

ראה ברש"ש במס' שבת דף פג: וביש סדר למשנה עמ"ס מעשרות פ"י מ"ג.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25270
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג דעצמבער 25, 2016 10:48 pm

יישר כח גדול הרב פייערמאן על המ"מ ברש"ש, קולע אל השערה!

(הפניה ליש סדר למשנה שגוי לכאורה שאין במעשרות פרק י')

אוועטאר
פייערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 721
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 05, 2016 10:57 pm

תגובהדורך פייערמאן » זונטאג דעצמבער 25, 2016 11:28 pm

גערעכט, דארף שטיין פארקערט פ"ג מ"י

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מאנטאג דעצמבער 26, 2016 2:25 am

מיללער האט געשריבן:יישר כח גדול הרב פייערמאן על המ"מ ברש"ש, קולע אל השערה!

(הפניה ליש סדר למשנה שגוי לכאורה שאין במעשרות פרק י')

הרש"ש קשה שמביא גם מגמרא ב"מ לג הרי אין ראי' משם?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25270
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 4:38 pm

ב"ה

יום ה' מקץ - ה' דחנוכה - ער"ח טבת תשע"ז לפ"ק

ביומי דחנוכה אילין גרייטן מיר חברי חבורת תורתך שעשועי צו די ערשטע בחינה במסכת כתובות אויף די ערשטע 22 בלאט פון די מסכתא, ווען די וואך פון חנוכה זענען מיר משלים די לעצטע דריי בלאט פון די מחזור, דפים כ"א-כ"ג ממסכת כתובות בעזהשי"ת

אויף דף כ"ב ע"א געפונען מיר די משנה וואס איז ממשיך דן צו זיין איבער די נאמנות פון א מענטשן באופן וואס ער האט אן הוכחה פון "הפה שאסר הוא הפה שהתיר" און די משנה ברענגט צוויי פעללער בנאמנות אשה אין דעם, די ערשטע איז איבער די שאלה פון אן אשת איש שנתגרשה און די צווייטע איז איבער א שבויה שנשארה בטהרתה, ובלשון המשנה: אמרה נשביתי וטהורה אני נאמנת שהפה שאסר הוא הפה שהתיר ואם יש עדים שנשבית והיא אומרת טהורה אני אינה נאמנת. רש"י אויפן פלאץ איז מסביר אז די שאלה איז צו די פרוי איז נבעל געווארן צום גוי וואס דאן איז זי אסור לכהונה. אין די גמרא שפעטער בדף כ"ג. זעהט מען טאקע אז די שאלה איז לגבי א כהן, און לפי"ז רעדט מען פון נשים אפי' פניות, אבער ווי מיר האבן געלערנט אין די גמרא אין מס' יבמות איז דא א פסוק וואס ר' יוחנן בשם ר' ישמעאל לערנט ארויס אז עכו"ם ועבד הבא על בת ישראל פסלה מכהונה.

ווען מ'לערנט די גמרא ביומי דחנוכה קומט ארויף אויפן געדאנק דאס וואס די מדרש רעכנט אויס אלס איינע פון די גזירות וואס די יונים האבן גוזר געווען, וואס דאס איז דאס וואס מיר האבן בעצם געלערנט אויף במס' כתובות דף ג' ע"ב ובלשון המדרש (הובא גם ברש"י שבת כג. ד"ה ביו באותו הנס) ועוד גזרו שכל מי שנושא אשה תבעל להגמון תחלה ואח"כ תחזור לבעלה. ונהגו בדבר הזה שלש שנים ושמונה חדשים עד שנשאת בתו של יוחנן כ"ג וכו' ד.ה. אז עס איז געווען א גזירה אז אלע פרויען זאלן מוזן נבעל ווערן להגמון תחלה.

ולפי"ז קומט אויס אז דאס איז אין די זעלבע צייט געווען א גזירה אויף די כהנים אז זיי זאלן נישט קענען חתונה האבן, ווייל די פרויען זענען דאך אסור לכהונה, און אזוי זאגט טאקע די צל"ח בדרשותיו על חנוכה וז"ל: אמנם לפי שעיקר כונת אנטיוכוס היתה לעקור משפחת כהונה מישראל להכרית זרעו של אהרן, והיתה כונתו כי בזה תושבת העבודה וקדושת המקדש ותיבטל קדושת ישראל, ולכן גזרו שכל בתולה הנישאת תבעל להגמון תחלה והנה אונס בישראל משרי שרי, אמנם הכהנים אונס אסור להם ואם כן לא היה באפשרי להם לישא אשה כלל וממילא כלו להם הכהנים.

ואולי פארדעם האבן זיך דייקא די הכהנים החשמונאים מוסר נפש געווען צו די מלחמה מיט די יונים, ווייל זיי זענען געווען א ספעציעלער ציהל, שתוסר קדושת הכהונה ועבודת בית המקדש, ואפשר לומר שלזה מדייקים בנוסח ההדלקה "על ידי כהניך הקדושים" היינו שרצו להישאר בקדושת הכהונה ומסרו נפשם על זה ודו"ק

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25270
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 05, 2017 11:12 pm

ליל שישי פר' ויגש תשע"ז לפ"ק

די וואך גייען מיר ווייטער מיטן שיעור במסכת כתובות, אויף די בלעטער כד-כז נאך די געלונגענע בחינה אויף די ערשטע 23 בלאט מן המסכתא פארגאנגענעם מאנטאג אויפדערנאכט בסיעתא דשמיא.

די פשוט'ע זאך וואס יעדער האט מן הסתם באגעגנט אינעם שיעור וואס האט א שייכות מיט די וואכעדיגע סדרה, איז די לעצטע שטיקל גמרא פון די וואכעדיגע שיעור בדף כז: ווען רב חסדא גיט גערעכט פארן ברודער פון מרי אדער חנא בר איסק, טראץ וואס דער ברודער דערקענט אים נישט, זאגט רב חסדא אז,גענוי דאס איז געווען צווישן יוסף און די שבטים ווען יוסף האט זיי יא דערקענט אבער זיי נישט צוליב דעם וואס ער איז נאך געווען בלי חתימת זקן ביים פארקויפט ווערן משא"כ דו ברודערס.

אבער לערנענדיג דעם פסוק חומש די וואך (בראשית מו, ד) ווען דער אייבירשטער פארזיכערט יעקב אבינו "אנכי ארד עמך מצרימה ואנכי אעלך גם עלה" אויף וואס דער תרגום זאגט "אנא אחות עמך למצרים ואנא אסקינך אף אסקא", האט ביינונז אויפגעבליצט אז אולי איז די מליצה וואס די גמרא נוצט אינעם שיעור בדף כו: "אנן אחתינן ליה ואנן מסקינן ליה" באזירט אויף אט דעם פסוק חומש.

ווערט ערגעצוואו דערמאנט אזא צאמשטעל?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25270
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג ינואר 08, 2017 11:08 am

בעזהשי"ת יום א' פר' ויחי - צום העשירי - עשרה בטבת תשע"ז לפ"ק שיתהפך לנו בקרוב לשמחה ולששון

די וואך פר' ויחי הייבן מיר אן דעם שיעור במסכת כתובות דף כח וואס וועט גיין ביז נאך דף לב בסיעתא דשמיא.

דער שיעור היינט בדף כ"ח איז זייער פאסיג צום היינטיגן טאג עשרה בטבת, ווען כלל ישראל טרויערט אויף פילע צרות וואס האבן פאסירט לאורך הדורות אין די טעג אנגעהויבן פון ח' טבת ביום שחושך כסה את העולם על שתרגמו את התורה ליונית, והאחרון הכביד ביום עשרה בטבת בעצם היום הזה סמך מלך בבל און ער האט אריינגעלייגט ירושלים עיה"ק במצור, אין יוצא ואין בא וואס האט ענדגילטיג געפירט צום שריפת בית אלקינו בעוה"ר ביום תשעה באב, ועדיין לא נושענו השי"ת ירחם עלינו.

די משנה תחלת אונזער שיעור בדף כז: דערציילט אז אין רעזולטאט פון די ביטערע צרות וואס כלל ישרא' האט געליטן ביים חורבן, האט דער תנא רבי זכריה בן הקצב וואס איז געווען א כהן, מער נישט געקענט צוריקגיין וואונען מיט זיין פרוי טראץ וואס ער האט זעלבסט מעיד געווען לא נטמאה ע"י הצוררים ולא זזה ידו מתוך ידה, האבן חז"ל נישט געקענט מתיר זיין לפי שאין אדם מעיד על עצמו, און ווי די ברייתא דערציילט האט מען אים מתיר געווען צו זיין בחצר אחד ע"י שומרים.

די ראשונים זענען מבאר אז כאטש די הלכה איז אז אויב איז דא א 'מחבואה' קען אפי' די פרוי אדער איר מאן אליינס זיין באגלייבט, ווי מיר האבן געלערנט פריער בדף כז, איז אבער ביים חורבן ליידער נישט געווען קיין איין לעכל וואס די רשעים האבן נישט געלייגט קיין האנט דערויף, ווי חז"ל דרש'נען אויפן פסוק ויצא מבת ציון כל הדרה, כל חדרה אפי' בחדרי חדרים.

און עס איז ליידער ידוע אז די רשעים האבן ליידער טאקע שולט געווען אויף בנות ישראל, ווי די גמרא דערציילט אין יבמות טז: בשעה שנכנסו עכו"ם להיכל, הכל נפנו על כסף וזהב והם נפנו על בנות ירושלים שנא' נשים בציון ענו בתולות בערי יהודה, רח"ל.

אוודאי אז מיר לערנען די משנה אין אזא טאג, ווערן מיר נתעורר צו די ווערטער וואס מיר האבן געזאגט ביי די סליחות, בית יעקב (אלו הנשים) לבזה, ללעג ולעזה, והעיר העליזה למטעי כרמים. אויספירנדיג מיט די בקשה, חדש ימינו כקדם, מעונה אלקי קדם, ולבן כצמר אדן, והעבר כתמים. חזקני ביראתך, ובקיום תורתך, ופקדנו בישועתך, קל מלא רחמים.


צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט