שיעור השבוע בפרשת השבוע ובענינא דיומא

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

תגובהדורך קושר כתרים » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 11:44 am

דברים נפלאים.
הרב מיללער, אל מי תדמיונ"י ואשו"ה (גוטער צושטעל... ודו"ק)

ראוי לציין פירושו של הספורנו בפסוק ויאבדם וגו' עד היום הזה, "כי אז טבעו שלישי מצרים וחילם, באופן שגם מ' שנה אחרי כן היו מרגישים באבידת אותם הגבורים, שלא קמו עדיין ממלאים את מקומם".
ולדבריו הכוונה 'עד היום הזה', היינו ביום דיבר משה אל ישראל. (ועיין יומא נ"ד ע"א אם כל היכא דכתיב עד היום הזה לעולם הוא).
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25271
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 1:03 pm

קושר כתרים האט געשריבן:דברים נפלאים.
הרב מיללער, אל מי תדמיונ"י ואשו"ה (גוטער צושטעל... ודו"ק)

ראוי לציין פירושו של הספורנו בפסוק ויאבדם וגו' עד היום הזה, "כי אז טבעו שלישי מצרים וחילם, באופן שגם מ' שנה אחרי כן היו מרגישים באבידת אותם הגבורים, שלא קמו עדיין ממלאים את מקומם".
ולדבריו הכוונה 'עד היום הזה', היינו ביום דיבר משה אל ישראל. (ועיין יומא נ"ד ע"א אם כל היכא דכתיב עד היום הזה לעולם הוא).

יישר כח הרב הכותר

אכן כן, ביסודו נראה כי הספורנו מפרש כפי' הרמב"ן, ומחודש הוא שמפרש את 'היום הזה' רק על זמן ההוא ודלא כדברי הגמ' ביומא שהזכרתם, אבל אולי שונה היא כשמשה רבינו מדבר ומספר לישראל דור המדבר, מזה שהתורה הק' כותבת 'היום הזה' כמו 'מצבת קבורת רחל עד היום הזה' ודו"ק.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25271
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוגוסט 26, 2016 4:41 pm

נאך אן ענין בפרשת השבוע משיעור השבוע.

די פסוק (דברים י ח) זאגט: בעת ההוא הבדיל ה' את שבט הלוי לשאת את ארון ברית ה', לעמוד לפני ה' לשרתו ולברך בשמו עד היום הזה.

וברש"י: ולברך בשמו. הכהנים, והוא נשיאת כפים.

בסוגית הגמ' יבמות עו. רעדט די גמרא איבער קדושת הכהונה, און די גמ' איז דן צו א פצוע דכא בלייבט מיט קדושת כהונה לגבי חתונה האבן מיט א גיורת ומשוחררת.

דער מחבר אין אהע"ז סי' ה' ס"א פסקנ'ט אז א כהן א פצוע דכא איז מער נישט בקדושת הכהונה, זאגט דער חלקת מחוקק (שם סק"א) אז לפי"ז קען אזא כהן נישט דוכנ'ען, ער איז נישט קדוש בקדושתו של אהרן הכהן.

להלכה איז דאס א שטארקע דיון בספרי הפוסקים, א שאלה וואס קען נעבעך נוגע זיין למעשה רח"ל, ומעניין לציין שבספר שו"ת ממעמקים להרב אשרי מקאוונא, בה הביא תשובות לשאלות שנשאלו בשנות הזעם והמלחמה, ובתוכם נשאל מכהן אחד הי"ד שהרשעים חבלו והשחיתו אותו רח"ל ונעשה פ"ד רח"ל ושאלתו היתה אם יכול לעלות לכהן ולישא את כפיו.

יהי רצון שנהי' זוכים להתיסרנו קה ע"י מתורתך ללמדנו, ללמוד להלכה ולא למעשה, ענינים רעים כאלה, רחמנא יצילנו מכל צרה וצוקה, ומכל נגע ומחלה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25271
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 4:12 pm

ב"ה יום ה' לסדר ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה תשע"ו - ערב ראש חודש אלול מוקדם - יום כיפור הקטן יום התחלת ימי הרחמים והרצון בסיעתא דשמיא

ממשיכים בשיעור השבוע, מסכת יבמות דפים ע"ח-פ"א

די וואך האבן מיר ווידער אביסל אגדות חז"ל וואס כידוע ליגט דערינען באהאלטן די יינה של תורה, סודות עמוקים טמירין דכל טמירא, שווער אריבערצוגיין אזעלכע בלעטער אין די איילעניש, דאס הארץ גלוסט צו האבן א שטיקל ידיעה בתוככי הענינים, יה"ר שנזכה ללמוד מתוך שלות הנפש ומתוך מיעוט עוונות, ומתוך סליחה וכפרה גמורה, תכלה שנה וקללותיה.

אין די גמרא בדף עט. דערציילן חז"ל איבער א שרעקליכע פרשה בימי דוד מלך ישראל, ווען עס האט געהערשט אן הונגער דריי יאר נאכאנאנד און נאכדעם וואס דוד המלך האט געפארשט ביי כלל ישראל איבער וועלכע עבירה דאס קען האבן געקומען, האט ער שפעטער געדארפט גיין צום אורים ותומים ווי ער האט געהערט די ווערטער "על שאול ועל בית הדמים וגו" און באלד האט דוד המלך אנגעהויבן צו פרובירן איבערצובעטן די נתינים/גבעונים אז זיי זאלן מוחל זיין שאול המלך אויף הריגת נוב עיר הכהנים, אבער די נתינים האבן נישט געוואלט מוחל זיין.

ווען דוד המלך האט געזען אז עס גייט נישט, האט ער גמוזט מקיים פסק זיין און אויספירן די שרעקליכע משפט אויף זיבן מענטשן מבית שאול המלך כמבורא בגמ' אבער אויך די גבעונים האט ער נישט אפגעשוינט און ער האט ארויפגעלייגט אן איסור פאר זיי לבוא בקהל לעולם, וואס זינט דאן איז זייער נאמען 'נתינים' אריין אין די היסטאריע פון כלל ישראל לדראון עולם, און כמעט איבעראל ווי דער "ממזר" ווערט דערמאנט אין ש"ס קומט דער "נתין" מיט ווי תזריע און מצורע.

זאגט די גמרא אז דאס וואס דוד המלך האט זיי אויסגעשלאסן פון קהל ה' איז ווייל ער האט געזען אז זיי פארמאגן נישט די דריי סימנים וואס בני אברהם יצחק ויעקב האבן, און איינס פון די דריי סימנים לערנט זיך ארויס פון א פסוק אין די וואכעדיגע סדרה פרשת ראה. די תורה הק' זאגט ביי די פרשה פון עיר הנדחת (דברים יג יח) ולא ידבק בידך מאומה מן החרם למען ישוב יהוה מחרון אפו ונתן לך רחמים ורחמך והרבך כאשר נשבע לאבתיך, דער אייבירשטער פארשפרעכט פאר כלל ישראל אז זיי וועלן אלעמאל האבן די מדה פון רחמנות, אפי' נאכן אויספירן אזא אקט ווי אויסהרגנען א גאנצע שטאט, וועט דאס נישט אפעקטירן זייער מדת רחמנות וואס איז נשרש בקרבינו מדור דור פון די אבות הקדושים, און דאס האבן די גבעונים נישט ארויסגעצייגט צווישן אנדערע ווען זיי האבן נישט געוואלט מוחל זיין פאר שאול המלך.

למדנו מזה עד כמה מיר דארפן נוצן די מדת רחמנות, די מדה פון מעביר על מדותיו, אפי' ווען שאול המלך איז באגאנגען א שטארקע עולה קעגן די גבעונים מיטן אויסהרגנען נוב עיר הכהנים, שהיו מספקים להם מים ומזון, ווערט אבער ערווארטעט פון א איד זיך צו קענען גובר זיין אויף די הרגשים און זיך מדבק זיין במדותיו של הקב"ה, מה הוא רחום אף אתה רחום, דער אייבירשטער כביכול איז א מעביר ראשון ראשון אזוי ווי מיר גייען בקרוב זאגן צענדליגע מאל, אנגעהויבן היינט אינעם נוסח פון יום כיפור קטן, מרבה מחילה לחטאים וסליחה לפושעים, לאמיר אין די טעג זיך מחזק זיין מיטיב צו זיין אונזערע מדות בין אדם לחבירו, פארגינען א צווייטן, נישט מקפיד זיין אויף א צווייטן, ארויסהעלפן איינער דעם אנדערן בגשמיות און אוודאי ברוחניות ובזכות זה, לאמיר זוכה זיין צו א גוט געבענטשט יאר.

רחמנא אידכר לן קימיה דדוד מלכא משיחא!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25271
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 1:45 pm

איך האף אז עס איז נאכנישט צו שפעט, אבער לכבוד ידידי היקר הי"ו אשר ידיו רב לו בהצלחת חבורת תורתך שעשועי וועלכער האט מיר מעורר געווען איבער נאך אן ענין אין יענע וואכעדיגע שיעור וואס האט געהאט מיט פרשת השבוע פרשת ראה העעל"ט, שטעל איך עס דא צו, תיתי ליה ותשוח"ח לו, יה"ר שיראה ברכה בעמלו ויצליח בכל דרכיו.

-

אין פרשת ראה איז דא די פרשה פון בכור, די תורה הק' זאגט (דברים טוב יט-כג):
כל הבכור אשר יולד בבקרך ובצאנך הזכר תקדיש לה' אלקיך לא תעבד בבכר שורך ולא תגז בכור צאנך. לפני ה' אלקיך תאכלנו שנה בשנה במקום אשר יבחר יהוה אתה וביתך. וכי יהיה בו מום פסח או עור כל מום רע לא תזבחנו לה' אלקיך. בשעריך תאכלנו הטמא והטהור יחדו כצבי וכאיל. רק את דמו לא תאכל על הארץ תשפכנו כמים

אין די שיעור יענע וואך במס' יבמות דף פ. רעדט די גמרא וועגן א סריס חמה וויאזוי ווייסט מען אז דאס איז ממעי אמו ולא הבריא בנתיים, זאגט די גמ' כיון דתחלתו וסופו לקוי לא חיישינן, שטעלט די גמרא צו די צו די ענין פון א מום אין א בכור וואס דארט דארף מען בודק זיין דריי מאל אין די אכציג טאג און ווי רש"י שטעלט עס פאר במתק לשונו: בבכורות קאי חוורור והמים הקבועים הרי זה מום ואיזה הוא חוורור הקבוע כל ששהה שמונים יום רבי חנינא בן אנטיגנוס אומר בודקין אותו שלש פעמים בתוך פ' יום בראש פ' ובאמצע פ' ובסוף פ' אבל בבדיקה תחלה וסוף לא סגי שמא בינתים עבר ונמצא שאין קבוע ולא אמרינן הואיל ותחלתו וסופו לקוי ודאי לא עבר. און די גמרא מאכט א חילוק.

הפנים האמיר נאך ענין פון א מום בבכור וואס איז מתיר לאכלו, וואס ווערט דערמאנט בפרשת השבוע ובשיעור השבוע

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25271
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 5:00 pm

בעזהשי"ת יום ד' לסדר שופטים ושוטרים תתן לך תשע"ו לפ"ק

די וואך פרשת שופטים איז דער שיעור במסגרת חבורתינו אויף די דפים פב-פה ממסכת יבמות

די שיעור הייבט זיך אן בדף פ"ב טיף אינמיטן א סוגיא עמוקה וואס איז זיך מסתעף צו כמה סניפים; ביטול ברוב, דבר שבמנין, דברי שיל"מ, תרומה בזמן הזה, אנדרוגינוס בהלכה, ועוד, די התחלת הסוגיא איז יענע וואך אין די משנה איבער אן אנדרוגינוס שנשא אשה צו ער קען מאכיל זיין אשתו בתרומה דאורייתא אדער נאר בתרומה דרבנן, און דאס ציעט זיך אריבער ביז טיעף אין די וואכעדיגע שיעור.

די וואך אין די סדרה - משנה תורה - ווערט איבערגע'חזר'ט די מצוה פון געבן תרומה גדולה וואס שטייט שוין אין פרשת קרח, די תורה זאגט (דברים יח ד) ראשית דגנך תירשך ויצהרך וראשית גז צאנך תתן לו, און רש"י ברענגט שוין ארויס אז מה"ת איז נישטא קיין שיעור אויף תרומה נאר חטה אחת פוטרת כל הכרי אבער די חכמים האבן יא געגעבן דריי שיעורים, פאר אן עין יפה, בינונות און עין רעה וכו'.

דאס וואס דער פסוק דרוקט די ווערטער "דגנך תירושך ויצהרך" איז דער מקור אז תרומה מן התורה גייט נאר אן ביי דגן (חמשת מיני דגן) תירוש (טרויבן/וויין) און יצהר (שמן/זיתים), אבער אלע אנדערע פירות האילן און ירקות זענען נאר מחויב בתרומה מדרבנן, און דער פאר שמועסט דא די גמרא איבער דעם עיגול של דבילה של תרומה טהורה/טמאה וואס האט זיך אויסגעמישט ודין ביטולה ברוב, וואס די תרומה ביי דבילה/תאנים איז נאר מדרבנן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25271
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 08, 2016 12:45 pm

נאך אן ענין בשיעור השבוע שנמצא בפרשת השבוע, פרשת שופטים

צום שלוס פון פרק הערל בדף פ"ג ע"ב איז די גמרא מסיים מיט דעם ענין פון אנדרוגינוס בהלכה, און די גמרא ברענגט פון רב חסדא אז לא לכל א"ר אליעזר אנדרוגינוס זכר מעליא הוא און די גמרא ברענגט דערצו א ראיה פון א ברייתא וואס איז דן לגבי מליקה ביי עופות וועלכע זענען נישט ראוי להקריב ע"ג מזבח אז ווען מען איז מולק אזא עוף איז דאס נבלת עוף טהור וואס איז מטמא בגדים בבית הביליעה, און די ברייתא רעכנט אויס א רשימה פון פסולים "הנרבע והמוקצה והנעבד והאתנן ומחיר וטומטום ואנדרוגינוס מטמאין בגדים אבית הבליעה"

די וואך אנהייב סדרה (דברים יז א) זאגט די תורה לא תזבח לה' אלקיך שור ושה אשר יהיה בו מום כל דבר רע כי תועבת ה' אלקיך הוא. און רש"י אויפן פלאץ זאגט אז "דבר רע" מיינט אזהרה למפגל בקדשים און עס לערנט זיך פון "דיבור רע", און רש"י לייגט צו "ועוד נדרשו בו שאר דרשות בשחיטת קדשים". דער רמב"ן הק' ברענגט אראפ רש"י און ער איז מבאר דבריו, און ער איז מוסיף אז די סוף הפסוק "כי תועבת ה' אלקיך הוא" איז בפשטות נאר אן אויספיר צום איסור הקרבת בעל מום און פיגול, אבער ער ברענגט אז דער מדרש אין ספרי זאגט אז די ווארט "תועבת" מיינט "רובע ונרבע באתנן ומחיר שהם תועבות" עכ"ל.

איז אינטערעסאנט טאקע פארוואס פונקט די פיר פסולים זאגט דער ספרי אז דאס גייט אריין בגדר 'תועבה' און נישט 'מוקצה ונעבד' וואס ווערט דערמאנט אין די ברייתא ביי אונז (סיידען מ'וועט זאגן אויפן ספרי תני ושייר), חשבתי לומר שדוקא עניני זנות נקראים תועבה ולא ע"ז, אבל לכאורה 'מחיר כלב' אין בה ענין זנות, וגם ע"ז מיקרי תועבה שקץ תשקצנו ותעב תתעבנו וגו'

(העירני ע"ז ידידי היקר ת"ח ויר"ש הי"ו תשוח"ח לו)

-

נאכן אריינקוקען בפנים אינעם ספרי האב איך געזען אז,דער ספרי ברענגט יא מוקצה ונעבד נאר דער רמב"ן ברענגט עס בקיצור.

אגב, דער פי' ספרי דבי רב שטעלט זיך פארוואס דער ספרי לאזט אויס טומטום ואנדרוגינוס און ער זאגט אז דאס איז נכלל אין בעל מום שאין לך מום גדול מזה ודפח"ח

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25271
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 11:22 am

אינעם דערנענבנדיגען אשכול האט א חשוב'ער ניק בשם ל' לנו צוגעשטעלט נאך א נפלא'דיגער צאמשטעל פון די שיעור השובע בפרשת השבוע, אין יענע וואכעדיגע שיעור פר' שופטים העעל"ט.

צווישן די פיר מחלוקות פון רבי יוסי ורבי שמעון וחבריהם וואס די גמ' ברענגט אראפ בדף פג. און די רב ושמואל זענען מחולק ביי וועלכע פון די פיר איז הלכה כרבי יוסי, דערמאנט די גמרא א סוגיא אין מסכת נדה דף לו: וואס איז נוגע א שאלה פון א יולדת בזיבה שמתקשה בצער לידה, וואס קען זיין א מציאות אז די פרוי זאל נישט טמא ווערן בזיבה על אף וואס לויטן לוח איז זי יעצט בי"א יום שבין נדה לנדה וואס דאן איז דער דין אז אם ראתה ג' ימים איז זי א זבה, פארט וויבאלד זי האט בענעזאם א קישוי של לידה לערן איך עס פון פסוק אז דאס איז נישט מטמא בזיבה, און אין דעם איז די מחלוקת פון ווי פריה פאר די לידה איך קען תולה זיין די צער אז דאס האט מיט די לידה.

למעשה אין די משנה זעלבסט אין מס' נדה איז קודם דא א מחלוקת פון רבי אליעזר ורבי יהושע אין נאך א פרט פון די דין פון קושי, און דאס איבער דער דין פון "שפתה" וואס זאגט אז אויב די צער וקושי האט זיך אויפגעהערט און פאר א שטיקל צייט דאן בין איך מער נישט תולה אז די זיבת הדם האט געהאט מיט די לידה, און איבער דעם איז דא א מחלקות כנ"ל ווילאנד די שופי דארף זיין, צו א מעת לעת אדער דוקא א לילה ויום כסדר הזה.

יענע וואך אין די סדרה איז דא די פרשה פון זקן ממרא, די תורה הק' הייבט אן מיטן פסוק (דברים יז ח) כי יפלא ממך דבר למשפט בין דם לדם בין דין לדין ובין נגע לנגע דברי ריבת בשעריך וקמת ועלית אל המקום אשר יבחר וג' און צום סוף פירט דער פסוק אויס (שם יב) והאיש אשר יעשה בזדון לבלתי שמע אל הכהן העמד לשרת שם את ה' אלקיך או אל השפט ומת האיש ההוא ובערת הרע מישראל. און די גמרא אין סנהדרין פז. איז מבאר דער דין פון זקן ממרא עפ"י די פסוקים, בזמן שביהמ"ק קיים אז עס האט זיך געמאכט חילוקי דעות אין א מצוה שיש בו כרת, הללו אוסרין והללו מתירין, איז מען קודם געגאנגען צו די קלענערע בתי דינין און אויב דארט איז מען נישט געקומען לידי עמק השוה האט מען עס געברענגט העכער און צום סוף איז עס אנגעקומען צום בי"ד הגדול די סנהדרין בשלכת הגזית וואס דאן איז מען געגאנגען נאך רוב, און אויב נאכן פסק בית דין קומט א יחיד א זקן שקנה חכמה און ער איז ממרא אינעם ספק בי"ד און ער פסק'נט אנדערש ווי זיי, קומט דעם איד מיתה.

לייגט די גמרא אראפ אויפן פסוק "בין דם לדם" אז די מחלוקת קען זיין אביער דריי ערליי דמים וואס די שאלה קען זיין א שאלה םון חייבי כריתות; דם נדה, דם לידה און דם זיבה, און ביי דם זיבה ברענגט די גמרא די מחלוקת ר"א ור"י בנוגע שפתה בקושיה ווילאנג דאס דארף זיין, וואס לויט איין דעה קען זיי זיין א זבה וואס אויב ווארט זי נישט קיין ז' נקיים און זי עסט קדשים אדער זי קומט אריין למקדש איז דאס א שאלה פון כריתות און לויטן די אנדערע מ"ד איז זי נישט קיין זבה און זי דארף נישט קיין ז' נקיים נאר ווי א געווענליכע יולדת.

תשוח"ח להרב הנ"ל פאר די זיכוי הרבים, זייער הנאה געהאט דורכצוגיין די עטליכע פרטים פון די צוויי ענינים, יה"ר שיהא כן לשבוע הבא, ברענגט נאך און אנדערע אויך, מינן ומינכון תסתיים שמעתתא

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25271
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 9:35 am

בעזהשי"ת יום ו' עש"ק לסדר למען יטב לך והארכת ימים (כי תצא) תשע"ו לפ"ק

ממשיכים בס"ד לילך מחיל אל חיל, במסגרת חבורתינו הק' תורתך שעשועי, שיעור השבוע פרשת כי תצא בדפים פו-פט ממסכת יבמות, בעזרת השם נעלה ונצליח

די וואך דאכציך דארף מען בכלל נישט טרעפן קיינע רמזים וואו עס ווערט דערמאנט עפעס אן ענין פון די שיעור השבוע בפרשת השבוע, מיר לערנען שוין פרשת כי תצא אין מסכת יבמות פון די ערשטע מינוט אן, דאס איז דאך די סרה אין וועלכע די גאנצע מצוה פון יבום וחליצה ווערט דערמאנט, און דאס איז פון די געציילטע ענינים וואס ווערט נאר דערמאנט אין משנה תורה, וואס פון די פרשה האבן מיר שוין ארויסגעלערנט צענדליגע הלכות ורפטים בדיני יבום וחליצה, ועוד ידינו נטויה עד סוף המסכת בסיעתא דשמיא.

די וואך אינעם שיעור האבן מיר אויך א פרט פון הלכות יבום וואס לערנט זיך ארויס פון די פרשה פון ביום אין די תורה, און דאס איז די שאלה פון וועלכע קינד פטר'ט יא אדער נישט די מאמע פון יבום וחליצה און וויאזוי דאס איז אנדערש פון הלכות תרומה וואס דארט קען אויך א מאמע, אן אלמנה פון א כהן, עסן תרומה לאחר מיתת בעלה אויב איז געבליבן א קינד, אבער דארט זענען די הלכות פון א קינד אנדערש ווי ביי יבופ.

די גמרא הייבט זיך אן בדף פז. און ציעט זיך אריבער ביז סוף פון פרק יש מותרות בדף פז: ציענדיג א פאראלעל צווישן די צוויי דערמאנטע שאלות אין דריי באזונדערע מציאות; מעוברת צו עובר כילוד, ולד מן הראשון צו דאס איז כולד מן האחרון און מתים צו דאס איז כחיים לגבי תרומה און לגבי יבום.

ביי יבום איז דער דין אז אויך אן עובר פטר'ט די מאמע פון חליצה ויבום און די גמרא לערנט עס ארויס פונעם פסוק די וואך (דברים כב ה) די ערשטע פסוק בפרשת יבום: כי ישבו אחים יחדו ומת אחד מהם ובן אין לו לא תהיה אשת המת החוצה לאיש זר יבמה יבא עליה ולקחה לו לאשה ויבמה. 'אין לו' דרש'נט מען 'עיין עליו' וואס דאס מיינט אז אפי' אן עובר פוטר. לעומת זה אויב האט זי געהאט א קינד פון א פריערדיגע מאן איז דער ולד מן הראשון נישט פוטר ווייל די תורה זאגט "ובן אין לו" אלעס ווענדט זיך אינעם נפטר צו ער האט געהאט א קינד. ווידעראום אויב איז יא געווען א קינד בשעת מיתת האב קען די פרוי חתונה האבן לשוק, אפי' אויב שפעטער איז דאס קינד אוועק זאג איך נישט אז למפרע איז זי א יבמה וואס דארף יבום וחליצה, און כאטש מכח א קל וחומר פון תורמה וואלט איך יא אזוי געדארפט זאגן האבן אבער די חכמים מקבל געווען פונעם פסוק 'דרכיה דרכי נועם' אז די תורה איז נישט מחייב אזא זאך וואס קען פאראורזאכן ממזרים און אנדערע אומאנגענעמליכקייטן.

-

די ענין פון חליצה ויבום ווערט אויך דערמאנט אין די ערשטע משנה פון האשה רבה בדף פז: אז ווען א פרוי האט חתונה געהאט לאחר שעד אחד העיד שמת בעלה במדינת הים און שפעטער שטעלט זיך ארויס אלס פאלש, האבן חז"ל מורא'דיג מחמיר געווען מיט פארשידענע קנסות און איינע פון די זאכן אז אז אחיו של זה ושל זה חולצין ולא מייבמין לדברי הת"ק און ר"ש האלט אז דער ערשטער מאנ'ס ברודער קען יא מייבם זיין.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25271
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 9:47 am

באמת כמעט יעדע פרשה פון כי תצא האבן מיר שוין בארירט אין יבמות, לכאורה מער ווי אלע סדרות שבתורה, עס איז נישט דא דאס פלאץ אויסצורעכענען באריכות, אבער נאר צו דערמאנען עטליכע; יפת תואר ודיניה, נחלת הבכור - בן השנואה - פי שנים, לא תלין נבלתו, כלאי הכרם, שעטנז, גדילים תעשה לך, מוציא שם רע, אונס וקנס, אשת אביו, שומרת יבם, פצוע דכא, עמוני ומואבי, ממזר, אדומי ומצרי, קדשה וקדש, אתנן ומחיר ועוד

אבער די וואך אינעם שיעור ווערט דערמאנט נאך א פרשה פון כי תצא וואס מיר האבן שוין געהאט עטליכע מאל, און דאס איז די פרשה פון גיטין, די פרשה (דברים כד א) הייבט זיך אן מיט די הלכה פון געבן א גט, און ענדיגט זיך (שם ה) מיט די איסור פון מחזיר גרושה לאחר שנשאת אזוי ווי די פסוק פירט אויס: לא יוכל בעלה הראשון אשר שלחה לשוב לקחתה להיות לו לאשה אחרי אשר הטמאה כי תועבה הוא.

די וואך אינעם שיעור (יבמות פח:) ברענגט די גמרא צו א מחלוקת תנאים וואס מיר האבן שוין געהאט עטליכע מאל, איבער די שאלה צו אויב די פרוי איז נאר נתקדש געווארן באירוסין צו א צווייע מאן לאחר גירושי הראשון, און דער צווייטער האט איר גע'גט, צו דאן איז אויך דא דער איסור פון מחזיר גרושה. דער תנא רבי יוסי בין כיפר האלט אז נאר משנישאת איז דא דער איסור ווייל די תורה זאגט "אחרי אשר הוטמאה" וואס דאס מיינט בעילה, אבער די חכמים זענען מחולק און זיי אסר'ן אפי' באירוסין, און דער פסוק אחרי אשר הוטמאה זעצן זיי איין ביי א סוטה שנסתרה.

יה"ר שנזכה לעלות מעלות רמות בתורה, ללמוד וללמד לשמור ולעשות

אוועטאר
קושר כתרים
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 13, 2014 3:59 pm

לא יבא ממזר... דור עשירי

תגובהדורך קושר כתרים » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 12:25 pm

תודה לכבוד הרב מיללער על הערותיך הנחמדות וקישור סוגיות הגמרא בליבון פסוקי הפרשה.

אחד מאיסורי לאוין שלמדנו רבות בדפים האחרונים, הוא הפסוק של "לא יבוא ממזר בקהל ה' גם דור אסירי לא יבוא לו בקהל ה'" (דברים כג ג).

לתועלת הלומדים החשובים, אצטט חשבון נפלא [אולי נודע קצת בין המופלגים] מרבינו הגדול הגר"א ז"ל (הובא בס' נפש חיה להג"ר מרגלית, סי' נג סעי' ו'), מדוע נקט הפסוק דוקא "דור עשירי" שלא יבא לו בקהל ה', וגם יבואר בזה שיטת ריש לקיש (יבמות ע"ח ע"ב) ממזרת אחר עשרה דורות מותרת, ויש להבין זאת.

ומפרש הגר"א, כי עד עשרה דורות עדיין נמצא לחלוחית האב בזרעו, ופירוש הדבר שהרי בכל ולד יש רק חצי מכח האב [שהחצי בא מכח האם], ולפי זה בדור שלישי דהיינו נכד, יש רק רבע מכח האב (1/4), ובדור שלישי יש רק חלק שמינית מן האב (1/8), ובדור רביעי יש רק אחד מששה עשר (1/16), ובדור חמישי רק חלק אחד מל"ב (1/32), ובדור שישי אחד מס"ד (1/64), ובדור שביעי אחד מקכ"ח (1/128), ובדור שמיני אחד מרנ"ו (1/256), ובדור תשיעי חלק אחד מתקי"ב (1/512), ובדור עשירי אחד מאלף וכ"ד (1/1,024), כלומר שבדור עשירי יש מחלק האב הממזר רק אחד חלקי אלף וכ"ד.

ואיתא בירושלמי (תרומות פ"ח ה"י) ששיעור ביטול של בריה הוא באחד מתתק"ס (960), נמצא שבדור עשירי שהוא בריה בטל החלק ממזר שבו שהוא רק אחד חלקי אלף וכ"ד [שהוא יותר משיעור תתק"ס הנצרך לביטול בריה], לכך סובר ר"ל שדור עשירי מותר. ולכן גם משמיענו התורה על ממזר [זכר] שאסור אפילו עד "דור עשירי", דלא תימא כיון שכבר בטל ביותר מתתק"ס הרי נתבטל איסור הממזר של הזקן, אלא באיסורו עומד עד עולם, ודפח"ח.

ומבאר שזהו אף הביאור בגמ' סנהדרין (צד.) שעד "עשרה דורות" לא תבזי ארמאה באפיה, כי עד דור עשירי יש בו חלק מהאב הגוי, ודו"ק.
ראוי שיהיו ישראל מוכתרים בשלשה כתרים, חכמים, ונבונים, וידועים (שו"ת חת"ס ח"ז סי' טז)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25271
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג סעפטעמבער 16, 2016 1:27 pm

הערליך! יישר כח הרב הקושר כתרים, חזק ואמץ, ברענגט נאך פון די געשמאקע סחורה

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25271
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 4:12 pm

יום ד' לסדר ושמחת בכל הטוב (כי תבוא) - אין טוב אלא תורה - תשע"ו לפ"ק

בסיעתא דשמיא ובעזרתו יתברך רוקן זיך די דפים ווייטער, אט די וואך האבן מיר אריינגעשפרייזט אינעם לעצטן פערטל פון מסכת יבמות, די שיעור השבוע זענען אין די דפים צ-צג ממסכת יבמות, א געניטער אויג זעהט שוין די סיום המסכתא אין ווייניגער וויי דרייסיג בלאט, אשר נגיע שם בקרוב אי"ה מיט געזונט צו דערלעבן.

די וואך איז פרשת השבוע פרשת כי תבוא, די פרשה הייבט זיך אן מיט הבאת ביכורים און ווידוי מעשר, פארשידענע הלכות האבן מיר געלערנט אין די פארגאנענע חודש-צוויי וואס לערנען זיך ארויס פון די וואכעדיגע סדרה, בהלכות תרומות, מעשרות וביכורים.

אויך די וואך אינעם שיעור השבוע בדף צ איז די גמרא דן אינעם יסוד פון יש כח ביד חכמים לעקור דבר מה"ת, און די גמרא שמועסט אויס פארשידענע פרטים בהלכות תרומה, ובתוך הענינים ברענגט די גמרא א ברייתא פון האוכל תרומה טמאה וואס ער דארף באצאלן. די גמרא זאגט אז ווען א זר עסט תרומה טמאה נעמט ער פונעם כהן "מידי דלא קא חזי ליה בימי טומאתו" און רש"י איז מבאר (בד"ה תרומה טמאה לא חזיא) "כהן טהור קאי עלה בעשה בפ' הערל (לעיל עג:) וכהן טמא קאי עלה במיתה דלא חלק הכתוב לגבי טומאת הגוף בין קדשים טהורים לקדשים טמאים". דארט אין הערל ברענגט די גמרא ארויס די חילוק צווישן מעשר/ביכורים און תרומה אז טראץ דעם וואס ביי מעשר און ביכורים איז האוכל בטומאת עצמו לוקה, וואס לערנט זיך ארויס פון די וואכעדיגע סדרה "לא בערתי ממנו בטמא" אבער ביי תרומה איז עס נאר אן עשה פון "ואכלו בשעריך" עיי"ש.

ובדרך אגב, רש"י זאגט דא אז די ברייתא אכל תרומה טמאה רעדט בשוגג, און תוס' איז מבאר באריכות אז ביי מזיד איז דא אנדערע הלכות ווייל דארט איז נישט דער דין אז די תשלומין ווערט תרומה, נאר דער זר דארף באצאלן פארן כהן אזוי ווי יעדע גנב/מזיק, און דער דין איז נאר שייך ביי תרומה ווייל אפי' תרומה טמאה איז חזי להסיק תחת תבשילו משא"כ מעשר טאר ער נישט נהנה זיין אפי' לבער ממנו בטומאה, און דער דין לערנט זיך אויך פון די וואכעדיגע סדרה (לויט איין דעה אויבן) פונעם דערמאנטן פסוק "לא ביערתי ממנו בטמא" - ממנו אי אתה מבעיר אבל אתה מבעיר בשמן של תרומה שנטמאה.

*

שמועסנדיג מיט א חשוב'ער תלמיד חכם א חבר נכבד בחבורתינו, איבער די צאמשטעל פון פרשת השבוע בשיעור השבוע, האט ער מיר געזאגט א גוטע צחות, וואס איך טייל דא מיט מיט די חשובע חברים, להגדיל תורה ולהאדירה. די וואך זענען מיר עוסק אין די הלכה פון האשה שהלך בעלה למדה"י וניסת און למעשה איז דער מאן אהיימגעקומען, זאגט מיר דער איד אז דאס איינע פון די זאכן וואס ווערן דערמאנט אין די תוכחה די וואך (דברים כח ל) אשה תארש ואיש אחר (ישגלנה) ישכבנה! ודפח"ח

יהי רצון שיהפוך השם עלינו את הקללות לברכה, ונזכה כולנו שתכלה השנה וקללותיה, תחל שנה וברכותיה

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 2:50 pm

בשיעור השבוע צו:
מתני' בן תשע שנים ויום אחד שבא על יבמתו ומת חולצת ולא מתייבמת נשא אשה ומת הרי זו פטורה
ובתוס' ד"ה נשא אשה:
ואע"ג דלא תקינו רבנן נשואין לקטן. מ"מ אר"י דליכא איסור' דלא חשיבא ביאת זנות ומצוה נמי איכא להשיא אשה לבנו קטן כדאמר בהנשרפין (סנהדרין דף עו: ושם) דעליו הכתוב אומר וידעת כי שלום אהלך וגו'
סנהדרין עו:
אמר רב יהודה אמר רב המשיא את בתו לזקן והמשיא אשה לבנו קטן והמחזיר אבידה לכותי עליו הכתוב אומר (דברים כט, יח) למען ספות הרוה את הצמאה לא יאבה ה' סלוח לו מיתיבי האוהב את אשתו כגופו והמכבדה יותר מגופו והמדריך בניו ובנותיו בדרך ישרה והמשיאן סמוך לפירקן עליו הכתוב אומר וידעת כי שלום אהלך ופקדת נוך ולא תחטא סמוך לפירקן שאני
ובתוס' ד"ה סמוך לפרקן:
משמע הכא דאבנו נמי קאי וקשה דבפרק חרש (יבמות דף קיב:) אמרינן דקטן לא תקינו ליה נישואין ואמר בהאשה רבה (שם דף צו:) דנשותיהן פטורות מן החליצה ומן הייבום אלמא בעילת זנות היא וי"ל דלא חשיב מיהא בעילת זנות דהא אמר בפרק הכותב (כתובות דף צ.) דקטן שהשיאו אביו אשה כתובתה קיימת:

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25271
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 3:46 pm

לא לנו האט געשריבן:בשיעור השבוע צו:

זייער שיין, מענין לענין ובאותו ענין, כה לחי! ברענגט נאך מהני מילי מעלייתא

ועי' בהגהות מהריעב"ץ כאן שציין לזה, והוסיף שסמוך לפירקן היינו בשנה הסמוכה לגדלות דהו"ל מופלא הסמוך לאיש אבל מקמי הכי עליו הכ' אומר לא יאבה ה' סלוח לו!

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 11:46 am

מיללער האט געשריבן:

ייש"כ. ליכא מידי דלא רמיזא בפרשיות השבוע, אפי' אין אזא קורצע סדרה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25271
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 12:03 pm

בעזהשי"ת לקראת סיום השנה שנת תשע"ו העעל"ט בלימודין כסדרן על סדר הש"ס, נברך את ה' אשר יעצנו ונתן בלבינו להצטרף להאי חבורתא קדושתא חבורת תורתך שעשועי, ללמוד ולחזור, לשנן ולגרוס, ולעמוד על הבחינה מדי חודש בחדשו, מודה אני לפניך א' אלקי ששמת חלקינו מיושבי בית המדרש הזה, בית אולפנא רבתי, ומודים ומשבחים אנחנו להנהו ראשי ועסקני החבורה שעוסקים בלי ליאות להצלחת החבורה וגם לרבות לפטרוני חבורתינו די בכל אתר ואתר, מתן שכרם בצדם לראות ברכה בעמלם, וברכת ה' היא תעשיר להתקיים בהם ובזרעם שלא ימוש התורה מפיהם ומפי צאצאיהם עד עולם, ויזכו לשנה טובה ומבורכת וכט"ס

והאי שעתא נשא לבבינו אל כפים להתפלל על להבא שהשי"ת יצליח את דרכינו גם להבא, לסיים בכי טוב מסכת יבמות וללכת מחיל אל חיל מפרק לפרק, ממסכתא למסכתא ומסדר לסדר, ללמוד בהתמדה עד שיהי' תורת ה' תמימה בקרבינו, נטוע בלבינו נבלע באברינו וחקוק על מוחינו, ונזכה ללמוד וללמד לשמור ולעשות ולקיים את כל דברי תלמוד תורתינו באהבה ובשמחה. ובזה אנחנו עומדים בתפלה ובתחנה, תורה הקדושה התחננו בבקשה, פני קל נערץ בקדושה, להתברך משמי מעל בברכת השנים, תכלה שנה וקללותיה תחל שנה וברכותיה, להתברך בשנה טובה ומבורכת, שנת אורה ושנת גאולה, שנה שתוליכנו בה לקראת משיח בן דוד צדקינו, לעלות לציון ברנה אמן.

-

ובזה נסיים את השנה באשכול הזה, ואל נפטר אלא מתוך דבר הלכה, כמדי שבוע בשבוע להעלות על נס ענין אחד או יותר שנמצא בפרשתינו פרשת השובע או מענינא דיומא שלמדנו מזה בשיעור השובע

די וואך פרשת נצבים איז געווען די שיעור אויף דפים צד-צז ממסכת יבמות, בתוך די שווערע ענינים בסוגיות חמורות אגעהויבן מיט די סוגיות פון האשה שהלכה בעלה למדנה"י ביז צו די סוגיות פון דיני קטן בן תשע שנים ויום אחד בסוף פרקין האשה רבה און אריין מיט א פיס אינעם פרק נושאין על האנוסה בסיעתא דשמיא. בתוך פון די שווערע סוגיות פאלט אריין אן ענין בדברי אגדות חז"ל, וואס יעדעס ווארט איז דאך רזין דאורייתא וסודות נפלאים.

די גמרא דערציילט בדף צו: אז דער הייליגער אמורא רבי יוחנן האט וויי געטאן דאס וואס זיין תלמיד רבי אלעזר ווען ער האט נאכגעזאגט א מימרא פון אים האט ער עס נישט נאכגעזאגט משמו, די זעלבע גמרא האבן מיר שוין באמת געהאט אין ירושלמי שקלים, ביז רבי יעקב בר אידי האט אים בארואיגט מיט א ראיה פון יהושע בן נון תלמידו של משה רבינו עיי"ש. צום סוף פרעגט די גמרא, פארוואס האט רבי יוחנן אזוי באנג געטאן דער גאנצער עסק? זאגט די גמרא די באקאנטע מאמר חז"ל: דאמר רבי יוחנן משום רבי שמעון בן יוחי כל ת"ח שאומרים דבר שמועה מפיו בעולם הזה שפתותיו דובבות בקבר אמר ר' יצחק בן זעירא ואיתימא שמעון נזירא מאי קראה (שיר השירים ז, י) וחכך כיין הטוב הולך לדודי למישרים דובב שפתי ישנים ככומר של ענבים מה כומר של ענבים כיון שמניח אדם אצבעו עליו מיד דובב אף תלמידי חכמים כיון שאומרים דבר שמועה מפיהם בעוה"ז שפתותיהם דובבות בקבר

די ספרים הקדושים זענען מסביר דער ענין פון שפתותיו דובבות בקבר אז דאס מיינט אז זיי זענען מתפלל פאר די אידן וואס טוען א טובה בעד נשמתם מיט דעם וואס זיי דערמאנען א דבר שמועה מפיהם, כידוע דאס ענין. איז אינטערעסאנט אז אין די דרשות חתם סופר סוף חלק ב' ביי די דרשות פון כ"ז אלול, רעדט דער הייליגער חתם סופר אויף די וואכעדיגע סדרה "מחוטב עציך ועד שואב מימיך" און ער ברענגט א מדרש זה שאמר הכ' הפוך רשעים ואינם ובית צדיקים יעמוד, טייטשט דער חת"ס אז מחוטב עציך ועד שואב מימיך גייט ארויף אויף די קשר פון א רבי צו א תלמיד בעוה"ז ובעוה"ב, און ער ברענגט ארויס אז דאס גייט ביידע וועגן, א רבי קען טאן א טובה פאר די תלמידים און די זעלבע צייט וואס תלמידים קענען א טובה טאן פאר זייער רבי, דאס איז נאר דא ביי צדיקים, הפוך רשעים ואינם, דאס אז מען זאל קענען זעהן ווי א גלגל החוזר דאס איז נישט דא ביי רשעים עיי"ש דבריו הנפלאים ומתוקים מדבש.

זאל דער אייבירשטער העלפן אז דער זכות פון די הלייגע תנאים ואמוראים וועמענס מאמרים מיר האבן געלערנט און גע'חזר'ט דורכאויס דעם יאר העעל"ט זאלן אונז מכיר טוה זיין בעולם הבא און זיין פאר אונז אלע א מליץ יושר געבענטשט צו ווערן מיט א זיס יאר, און אלעס וואס א אידישע שטוב ברויך צו האבן בשלימות

-

ובחדא מחתא וויל איך דא אנוואונטשען פאר ידידי וחברי היקרים, מלערן מיר דא אינאיינעם און מ'איז מברר ומלבן סוגיות חמורות, עס קומט א גרויסן דאנק פאר די אלע וואס זענען זיך משתתף, תתברכו כולם ממעון הברכות והישועות א גוט געבענטשט יאר אייך אלע, צום ווידערזעהן איבערעס יאר מיט געזונט צו דערלעבן!

כ"ד המאחד והמעתיר מעומקא דלבא
הק' יעקב דוב מיללער חו"פ סקרענטאן יצ"ו
נשיא מכון מורשת חכמי אמעריקא

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25271
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 10, 2016 2:04 pm

בעזהשי"ת יום ב' שלש עשרה מדות של רחמים - האזינו - עשי"ת תשע"ז לפ"ק

א גוט יאר און א גוט געבענטשט יאר לנו ולכל ישראל, לאמיר האפן אז יעדער האט אויסגעבעטן בראש השנה העעל"ט א געזונט יאר און א יאר פון ישועות בכלל ובפרט, און אויף לעתיד יעדער זאל זוכה זיין צו א ריכטיגע סליחה וכפרה ביום הקדוש הבעל"ט מארגן נאכט בסיעתא דשמיא.

אין די טעג בין כסא לעשור ווען כלל ישראל איז מסובב במצוות, פארגעסן נישט חברי חבורת תורתך שעשועי משלים צו זיין די פאר בלעטער וואס מ'האט אנגעצייכנט בשיעורים כסדרם אויפן לוח הלימודים, די בלעטער פון מסכת יבמות דף צ"ח ביז ק"ג ווערן געלערנט אין די צוויי וואכן פון ר"ה ביז סוכות, און פין הימל איז מען אונז ממציא בתוך תוכיות פון די שווערע בלעטער פון יבמות, עטליכע שורות וואס דינט אלס א דערמאנונג צום געהויבענעם זמן אין וועלכע מיר געפונען זיך.

אנגעהויבן טאקע בדף צח. ווען די גמרא איז דן איבער גאר אן אנדערן ענין לגבי גרים בעניני אישות, ברענגט די גמרא אז דער תנא [רבי יוסי] בן יאסיין (איבער די פונקטליכע אידענטיטעט פון דעם תנא זעה דא) האט דערציילט אז ער איז אמאל געווען אין איינע פון די ווייטע שטעט "בכרכי הים" האט ער דארט געטראפן א גר וואס האט געהייראט מיט א גיורת די געוועזענע פרוי פון זיין ברודער (זי איז געווען זיין ברודער'ס ווייב בגויותן) האט אים בן יאסיין געפרעגט "בני מי הרשך?" ווער האט דיר געגעבן רשות צו חתונה האבן מיט איר, האט דער גר דערציילט אז דא אויף דעם פלאץ, אויף דיזע בענקל איז מיט א צייט צוריק געזעצן דער הייליגער תנא רבי עקיבא ׁ און ער האט דעמאלס געזאגט צוויי זאכן: איינס די שאלה וואס איר פרעגט האט ער גע'פסקנט אז א גר נושא את אשת אחיו מאמו, און דאס אנדערע איז אונז יעצט נוגע, מיר ברענגען עס בלשון הגמרא מיט די ווייטערדיגע שקלא וטריא דערוועגן

ויהי דבר ה' אל יונה שנית לאמר שנית דברה עמו שכינה שלישית לא דברה עמו. והא כתיב (מלכים ב יד, כה) הוא השיב [את] גבול ישראל מלבא חמת עד ים הערבה כדבר ה' אשר דבר ביד עבדו יונה בן אמתי הנביא אמר רבינא על עסקי נינוה קאמר רב נחמן בר יצחק אמר הכי קאמר כדבר ה' אשר דבר ביד עבדו הנביא כשם שנהפך לנינוה מרעה לטובה כך בימי ירבעם בן יואש נהפך להם לישראל מרעה לטובה

דער הייליגער תנא רבי עקיבא זיצענדיג אויפן בענקל אין א ווייטע מדינה בכרכי הים, לערנט פשט בדברי הנביא יונה בן אמתי וואס כלל ישראל גייט די וואך זאגן אין די העכסטע מאמענטן פון יאר, ביי הפטרה פון מנחה יום הקדוש לפני נעילת שער. מיר דערציילן די מעשה פון יונה הנביא מיט זיין נבואה צו די שטאט ננוה עיר הגדולה, נאכדעם וואס ער איז שוין אנטלאפן קיין תרשיש, געווען אין צוויי פישן, מתפלל געווען צום רבוש"ע ממעי הדגה און דער גרויסער מי שענה ליונה במעי הדגה האט צוגעהערט זיין תפלה און אים געשיקט ווידעראמאל קיין נינוה צו פאדערן אז זיי זאלן תשובה טאן. זאגט דער פסוק (יונה ג א) ויהי דבר ה' אל יונה שנית לאמר קום לך אל נינוה העיר הגדולה וקרא אליה את הקריאה אשר אנכי דבר אליך. זאגט רבי עקיבא אז דאס איז געווען דאס לעצטע מאל וואס דער רבוש"ע האט גערעדט צו יונה הנביא, און די גמרא איז דן ווייטער צו נאר בענין נינוה אדער בכלל, און תוס' איז אויך מוסיף פרטים איבער נבואת יונה הנביא.

אשרינו מה טוב חלקינו, ווי בא'טעמ'ט איז צו טרעפן יונה הנביא, זיין דערמאנונג צו תשובה, צווישן פארווארפענע ענינים בהלכות גרים ואישות, געברענגט צו אונז דורך דעם הייליגען תנא רבי עקיבא, השם ינקום דמו, אליינס א בן גרים, וואס אט גייען מיר אים מספיד זיין ביום הכיפורים הבעל"ט צווישן די ארזי הלבנון ואדירי התורה וועלכע האבן רעפרעזענטירט כלל ישראל אלס קרבנות מכפר צו זיין אויף די עון פון מכירת יוסף ביי די שרעקליכע גזירה פון די עשרה הרוגי מלכות, דער תנא רבי עקיבא זאגן דאך די ספרים הקדושים איז געווען כביכול קעגן דעם רבונו של עולם אליינס, זייענדיג א בן גרים וכידוע דברי הרה"ק מהר"ש מאוסטראפאליע זצ"ל עה"כ והעשירי יהי' קודש לה'.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מאנטאג אוקטובער 10, 2016 2:54 pm

מיללער האט געשריבן:בעזהשי"ת יום ב' שלש עשרה מדות של רחמים - האזינו - עשי"ת תשע"ז לפ"ק

א גוט יאר און א גוט געבענטשט יאר לנו ולכל ישראל, לאמיר האפן אז יעדער האט אויסגעבעטן בראש השנה העעל"ט א געזונט יאר און א יאר פון ישועות בכלל ובפרט, און אויף לעתיד יעדער זאל זוכה זיין צו א ריכטיגע סליחה וכפרה ביום הקדוש הבעל"ט מארגן נאכט בסיעתא דשמיא.

אין די טעג בין כסא לעשור ווען כלל ישראל איז מסובב במצוות, פארגעסן נישט חברי חבורת תורתך שעשועי משלים צו זיין די פאר בלעטער וואס מ'האט אנגעצייכנט בשיעורים כסדרם אויפן לוח הלימודים, די בלעטער פון מסכת יבמות דף צ"ח ביז ק"ג ווערן געלערנט אין די צוויי וואכן פון ר"ה ביז סוכות, און פין הימל איז מען אונז ממציא בתוך תוכיות פון די שווערע בלעטער פון יבמות, עטליכע שורות וואס דינט אלס א דערמאנונג צום געהויבענעם זמן אין וועלכע מיר געפונען זיך.

אנגעהויבן טאקע בדף צח. ווען די גמרא איז דן איבער גאר אן אנדערן ענין לגבי גרים בעניני אישות, ברענגט די גמרא אז דער תנא [רבי יוסי] בן יאסיין (איבער די פונקטליכע אידענטיטעט פון דעם תנא זעה דא) האט דערציילט אז ער איז אמאל געווען אין איינע פון די ווייטע שטעט "בכרכי הים" האט ער דארט געטראפן א גר וואס האט געהייראט מיט א גיורת די געוועזענע פרוי פון זיין ברודער (זי איז געווען זיין ברודער'ס ווייב בגויותן) האט אים בן יאסיין געפרעגט "בני מי הרשך?" ווער האט דיר געגעבן רשות צו חתונה האבן מיט איר, האט דער גר דערציילט אז דא אויף דעם פלאץ, אויף דיזע בענקל איז מיט א צייט צוריק געזעצן דער הייליגער תנא רבי עקיבא ׁ און ער האט דעמאלס געזאגט צוויי זאכן: איינס די שאלה וואס איר פרעגט האט ער גע'פסקנט אז א גר נושא את אשת אחיו מאמו, און דאס אנדערע איז אונז יעצט נוגע, מיר ברענגען עס בלשון הגמרא מיט די ווייטערדיגע שקלא וטריא דערוועגן

ויהי דבר ה' אל יונה שנית לאמר שנית דברה עמו שכינה שלישית לא דברה עמו. והא כתיב (מלכים ב יד, כה) הוא השיב [את] גבול ישראל מלבא חמת עד ים הערבה כדבר ה' אשר דבר ביד עבדו יונה בן אמתי הנביא אמר רבינא על עסקי נינוה קאמר רב נחמן בר יצחק אמר הכי קאמר כדבר ה' אשר דבר ביד עבדו הנביא כשם שנהפך לנינוה מרעה לטובה כך בימי ירבעם בן יואש נהפך להם לישראל מרעה לטובה

דער הייליגער תנא רבי עקיבא זיצענדיג אויפן בענקל אין א ווייטע מדינה בכרכי הים, לערנט פשט בדברי הנביא יונה בן אמתי וואס כלל ישראל גייט די וואך זאגן אין די העכסטע מאמענטן פון יאר, ביי הפטרה פון מנחה יום הקדוש לפני נעילת שער, דערציילן מיר די מעשה פון יונה הנביא מיט זיין נבואה צו די שטאט ננוה עיר הגדולה, נאכדעם וואס ער איז שוין אנטלאפן קיין תרשיש, געווען אין צוויי פישן, מתפלל געווען צום רבוש"ע ממעי הדגה און דער גרויסער מי שענה ליונה במעי הדגה האט צוגעהערט זיין תפלה און אים געשיקט ווידעראמאל קיין נינוה צו פאדערן אז זיי זאלן תשובה טאן. זאגט דער פסוק (יונה ג א) ויהי דבר ה' אל יונה שנית לאמר קום לך אל נינוה העיר הגדולה וקרא אליה את הקריאה אשר אנכי דבר אליך. זאגט רבי עקיבא אז דאס איז געווען דאס לעצטע מאל וואס דער רבוש"ע האט גערעדט צו יונה הנביא, און די גמרא איז דן ווייטער צו נאר בענין נינוה אדער בכלל, און תוס' איז אויך מוסיף פרטים איבער נבואת יונה הנביא.

אשרינו מה טוב חלקינו, ווי בא'טעמ'ט איז צו טרעפן יונה הנביא, זיין דערמאנונג צו תשובה, צווישן פארווארפענע ענינים בהלכות גרים ואישות, געברענגט צו אונז דורך דעם הייליגען תנא רבי עקיבא, השם ינקום דמו, אליינס א בן גרים, וואס אט גייען מיר אים מספיד זיין ביום הכיפורים הבעל"ט צווישן די ארזי הלבנון ואדירי התורה וועלכע האבן רעפרעזענטירט כלל ישראל אלס קרבנות מכפר צו זיין אויף די עון פון מכירת יוסף ביי די שרעקליכע גזירה פון די עשרה הרוגי מלכות, דער תנא רבי עקיבא זאגן דאך די ספרים הקדושים איז געווען כביכול קעגן דעם רבונו של עולם אליינס, זייענדיג א בן גרים וכידוע דברי הרה"ק מהר"ש מאוסטראפאליע זצ"ל עה"כ והעשירי יהי' קודש לה'.

אז מ'רעדט פון ר' עקיבא. מארגן ערב יו"כ איז די יארצייט. רמז צום ענין כפרות, אויף וואס דער מחבר איז מפקפק.
ר' אליעזר האט געזאגט פאר ר' עקיבא ביי דער מחלוקת פון קרבן פסח בשבת שחל ערב פסח "בשחיטה השבינו ובשחיטה תהא מיתתך" (פסחים סט.). האט ר' אליעזר מרמז געווען "בשחיטה" אין טאג ווען כלל ישראל איז עוסק בשחיטת התרנגל (חוץ מהפשוט שנהרג רח"ל במסרקות של ברזל).
אדער האט ער געזאגט "בשחיטה תהא מיתתך" אויף ערב יום כיפור, וואס איז איינע פון די פרקים (כדברי ר' יוסי הגלילי) שמשחיטין טבח בעל כרחו (עירובין פא) און מ'ברויך זאגן אמה מכרתי לשחוט (עבו"ז ה), ווי רש"י זאגט ווייל דעמאלטס איז יעדער עוסק בשחיטת בהמות לסעודתו.
ר' אליעזר האט זיך טאקע אויסגעדרוקט "עקיבא וכו' בשחיטה תהא מיתתך", ווייל דייקא לשיטת ר' עקיבא איז דא דער לימוד פון ועיניתם את נפשותיכם, אז ס'איז א מצוה צו עסן ערב יו"כ וכאילו התענה תשיעי ועשירי, משא"כ לויט ר' גמליאל מעג מען פאסטן (תוס' ר"ה ט: ד"ה כאילו).

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25271
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 10, 2016 2:57 pm

יישר כח הרב לנו, הגם עס קומט נישט אריין דא ממש אבער מענין לענין ובאותו ענין איז דאך עס זיכער.

וואו איז דער מקור אז עיו"כ איז די יארצייט פון רבי עקיבא?

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מאנטאג אוקטובער 10, 2016 3:07 pm

מיללער האט געשריבן:יישר כח הרב לנו, הגם עס קומט נישט אריין דא ממש אבער מענין לענין ובאותו ענין איז דאך עס זיכער.

וואו איז דער מקור אז עיו"כ איז די יארצייט פון רבי עקיבא?

אזוי שטייט אין מיין לוח היארצייטן (שבח אחים לוח), און אויף יארצייט צעטליך ביי די לעכט-באקסעס.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25271
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 10, 2016 3:13 pm

לא לנו האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:יישר כח הרב לנו, הגם עס קומט נישט אריין דא ממש אבער מענין לענין ובאותו ענין איז דאך עס זיכער.

וואו איז דער מקור אז עיו"כ איז די יארצייט פון רבי עקיבא?

אזוי שטייט אין מיין לוח היארצייטן (שבח אחים לוח), און אויף יארצייט צעטליך ביי די לעכט-באקסעס.

אין טור אורח חיים סי' תק"פ ברענגט ער פון בה"ג אויף ה' תשרי בה' בו מתו כ' איש מישראל, ונחבש ר' עקיבא בן יוסף בבית האסורים ומת

איך זעה טאקע אז דאס איז שרוי במחלוקת:
http://www.zadikim.org/?catID=17540

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מאנטאג אוקטובער 10, 2016 3:25 pm

מיללער האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:יישר כח הרב לנו, הגם עס קומט נישט אריין דא ממש אבער מענין לענין ובאותו ענין איז דאך עס זיכער.

וואו איז דער מקור אז עיו"כ איז די יארצייט פון רבי עקיבא?

אזוי שטייט אין מיין לוח היארצייטן (שבח אחים לוח), און אויף יארצייט צעטליך ביי די לעכט-באקסעס.

אין טור אורח חיים סי' תק"פ ברענגט ער פון בה"ג אויף ה' תשרי בה' בו מתו כ' איש מישראל, ונחבש ר' עקיבא בן יוסף בבית האסורים ומת

איך זעה טאקע אז דאס איז שרוי במחלוקת:
http://www.zadikim.org/?catID=17540

לויט ווי ער ברענגט פון תולדות תנאים ואמוראים איז פון טור אויך נישט מוכח אז די פטירה איז געווען בה' תשרי.
ס'האט אן אנדער משמעות ווען מ'לערט די גמ' סנהדרין יב. ר' עקיבא עיבר שלש שנים זו אחר זו, ווען ער איז געווען אין תפיסה. דאס אלעס האט זיך אפגעשפילט אין איינצלנע טעג.
רש"י זאגט דארט "אלא מפני שר"ע חכם גדול היה ובקי בעיבור השנה והוא עומד ליהרג באו ב"ד וישבו עמו ועיינו בעיבור ג' שנים". א פחד נורא, מ'רעדט דא בעת עינוי הדין, בין הגזירה למיתתו "והוא עומד ליהרג", מיט דעם אלעם, "ישבו עמו ועיינו בעיבור ג' שנים". ס'פארשטייט זיך לויט דעם אנדערש דעם "כיון שהגיע לדורו של ר' עקיבא שמח בתורתו ונתעצב במיתתו" (עבו"ז ה.)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25271
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג אוקטובער 21, 2016 12:29 pm

א גוטן מועד

יום ערב שבת קודש ג' דחוהמ"ס פה חו"ל תשע"ז לפ"ק

היינט אינדערפרי זאגנדיג די הושענות פון א-ל למושעות ביי די ווערטער "הושענא הוגי שעשועות - וחידותיו משתעשעות הושענא" האב איך זיך געטראכט פון די הוגי ולומדי חבורת תורתך שעשועי וועלכע זענען זיך משתעשע בחידות התורה, מסכת יבמות די מסכתא וועלכע מיר גייען אט אט מסיים זיין, און זעהט אויס ווי א חידה סתומה איידער מ'שפרינגט אריין דערין אבער נאכדעם איז עס משמח את הלב ומאיר את העינים, כן יעזור ה' להלאה אינעם נייעם יאר הבעל"ט.

אין די צוויי טעג פון חול המועד סוכות, קלאפט דער זייגער פון תורתך שעשועי אויף די צוויי בלעטער פון מסכת יבמות אין פרק מצות חליצה, דפים ק"ג וק"ד, און ווי מיר זענען שוין געוואונט איז דער לוח אונז מזמין צו טרעפן מענינא דיומא אינעם שיעור השבוע, האבן מיר בעזהשי"ת דאסמאל צוויי זאכן וואס האבן א שייכות מיט יו"ט סוכות.

בדף קג. ברענגט די גמרא צו דער דין פון עליית הרגל און די פטור פון בעלי קבין באזירט אויפן פסוק (שמות כג) שלש רגלים תחוג (ועי' בתוס' ד"ה פרט לבעלי קבין שהעיר ממס' חגיגה שעיקר הלימוד היא מהכ' שלש פעמים בשנה יראה כל זכורך - שאנו מזכירין בכל יום במוספין)

ובדף קג: דערמאנט די גמ' לגבי חליצה בסנדל של ע"ז ותקרובת ע"ז ושל עיר הנידחת, ברענגט תוס' בד"ה סנדל של עכו"ם צו באריכות די גאנצע סוגיא פון לולב של אשירה פון די גמ' אין סוכה לא: וואס נעמט אריין הערליכע ענינים פון סוגיות בעניני ד' מינים.

בריך רחמנא דיהיב לן אורייתא, אט גייען מיר זיך משמח זיין בשמחת התורה בימים האחרונים של חג, זאלן מיר אלע געבענטשט ווערן בברכת התורה ובהשפעות טובות.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1312
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מיטוואך אוקטובער 26, 2016 1:15 pm

ק"ג ע"א ווערט צוגעברענגט אין תוס' (ד"ה באנפיליא) פון דיני מנעל ביוה"כ.

צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט