מגילת רות בשייכות למסכת יבמות

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25457
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

מגילת רות בשייכות למסכת יבמות

תגובהדורך מיללער » דינסטאג יוני 14, 2016 4:31 pm

ב"ה אסרו חג שבועות (יום טבוח של עצרת לשיטת בית שמאי ויום א' של תשלומין לכו"ע) תשע"ו לפ"ק

אלס לומד בחבורת תורתך שעשועי איז געווען דער יו"ט שבועות א זעלטענע, מיט אן הודאה על העבר און א בקשה אל לעתיד צו קענען ענדיגען מסכת יבמות באנפין נהירין, ללמוד וללמד לחזור ולשנן עד שיהא נבלע ברמ"ח אברינו, וללכת מחיל אל חיל בעזהשי"ת. אבער פון אן אנדערן שטאנדפונקט האט "תורתך שעשועי" געמאכט דעם שבועות באדייטענד, דאס איז געווען ביים דורכלערנען מגילת רות ביינאכט ביי תיקון ליל שבועות און שפעטער ביום ב' בייטאג, און זיך אנטרעפן מיט "היימישע" מושגים.

א. רש"י זאגט אז ווען נעמי האט פארשיקט ערפה און רות מיט די ווערטער (רות א:י"ב) שבנה בנתי לכן כי זקנתי מהיות לאיש כי אמרתי יש לי תקוה גם הייתי הלילה לאיש וגם ילדתי בנים, זאגט רש"י אז זי האט געזאגט: שאנשא לו ואוליד בנים, ותנשאו להם. שאינם אסורים לכן, ואינכן אסורות להם משום אשת אחיו שלא היה בעולמו; שאינה זקוקה ליבם, לפי שלא היה למחלון וכליון קדושין בהן. שנכריות היו ולא נתגיירו, ועכשיו הן באות להתגייר, כמו שנאמר: "כי אתך נשוב לעמך": מעתה נהיה לעם אחד.

ד.ה. אז אויב וואלט נעמי געהאט נאך זון שפעטער וואלטן יענע געקענט חתונה האבן מיט ערפה ורות לאחר שיתגיירו ווייל עס וועט נישט האבן קיין דין פון א"א שלא היה בעולמו. באמת זאגן די מפרשים אז די זעלבע וואלט רש"י געקענט זאגן אלס אשת אחיו מן האם וואס איז אויך נישט דא קיין יבום. אבער לכאורה מדרבנן ווייסן מיר דאך איז יא דא אן איסור פאר גרים חתונה צו האבן מיט ערוה דאורייתות אזוי ווי מיר האבן געלערנט אויבן בדף כב.

ב. אויפן פסוק (רות א: טז) ושם אקבר ברענגט רש"י הק' "שני קברים נמסרו לבית דין אחד לנסקלין ונשרפין ואחד לנהרגין ונחנקין אמרה לה ושם אקבר" - היימיש

ג. שפעטער איז שווער צו פארשטיין די מעשה מיט בועז און דער גואל פלוני אלמוני, עס איז משמע אז דאס האט געהאט א שייכות מיט מצות יבום, לויט ווי רש"י זאגט דאך אויבן איז דאך דא בכלל נישט געווען קיין שאלה פון יבום ווייל מחלון האט דאך חתונה געהאט מיט רות אלס נכרית, טא וואו קומט דא אריין מקים צו זיין זיין נחלה?

אינטערעסאנט איז צו לערנען די מהרש"א בחידושי אגדות שפעטער בדף עז. וואו די גמ' רעדט וועגן דואג מיט דוד המלך וועגן רות המואביה און די היתר פון מואבי ולא מואבית, זאגט די מהרש"א אז לכאורה וואס האט זיך דואג יעצט דערמאנט, בועז האט מיט דורות צוריק חתונה געהאט מיט רות עפ"י השופטים, וואלט מען אים דען געלאזט עובר זיין אן איסור דאוריתא? זאגט די מהרש"א אז בימי בועז איז נאך נישט געווען די גזירה פון ביאה ראשונה אטו ביאה שניה, וממילא איז נישט קיין ראיה צום דין פון מואבי ולא מואבית, ווייל אפשר האט בועז חתונה געהאט מיט איר אלס עשה דוחה ל"ת און איר גע'גט נאך ביאה ראשונה, עיי"ש

ותמה תמה אקרא, קודם איז דען דא א מ"ע מה"ת מייבם צו זיין א קרובה - נישט אשת אח - אז איך זאל קלערן אז דארט איז דא עשה דוחה ל"ת? ויותר מזה, זי איז דאך געווען א נכרית און ווי רש"י זאגט אז הערשט עכשיו לאחר מיתת בעליה האט זי זיך מגייר געווען, ווי קומט דא אריין מצות יבום בכלל?

איינער האט געזען מפרשים רעדן דערוועגן?

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1939
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » דינסטאג יוני 14, 2016 6:49 pm

נישט געזען אין די מפרשים, אבער רות האט נישט געוואלט קיין יבום, זי האט געוואלט אז די נחלה פון איר מאן זאל בלייבן אויף זיין נאמען, און כדי דאס זאל געשען זאל זי אויך ווערן זיין נחלה און דער וואס וועט נעמען די פעלדער וועט איר אויך נעמען, און מ׳וועט זאגן אשת מחלון באה השדה (אזוי געדענק איך פון רש״י אויסנווייניג).
וא״כ כדי זי זאל הייסן אשת מחלון און דער גואל זאל קענען נעמען די פעלדער, דאס קען שוין זיין נאך ביאה ראשונה, און דער מהרש״א קען שטימען - נישט מצד יבום נאר מצד נחלה.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25457
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יוני 15, 2016 9:29 am

ר' זאלער,

כ'האב נישט פארשטאנען אייערע ווערטער, דאס אז בועז/נעמי/רות האבן בעיקר געוואלט די חלק הנחלה און נישט מצות יבום דאס קען מען הערן, אבער קיין מצות עשה דאורייתא איז דאך עס זיכער נישט אז,דערפאר זאל עס דוחה זיין א לאו פון לא יבוא עמוני?

עי' בדברי המהרש"א שם בפנים וצ"ע

הבוחר בטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » מיטוואך יוני 15, 2016 10:51 am

איו רמב"ן ביי די פרשה פון יהודה ותמר איז מבואר אז דא איז יא געווען א ענין פון יבום עיי"ש, די מהרש"א צייכנט עס צו דא, נאר דאס וואס ער וויל זאגען אז ס'זאל זיין עשה דוחה לא תעשה צ"ע, א עשה איז אוודאי נאר ביי א ברודער, און דאס וואס ער וויל זאגן אז ימי בועז איז נכלל אין די דורות הראשונים וואס די רמב"ן רעדט, צ"ע אין רמב"ן איז קלאר ער רעדט לפני מתן תורה, סוף דבר דברי המהרש"א צריכים נגר ובר נגר להולמן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25457
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יוני 15, 2016 11:46 am

אז מ'רעדט פון מגילת רות מיט מסכת יבמות, האט מיך ידידי היקר הי"ו מעורר געווען אז,דער מלבי"ם לערנט זייער שיין פשט בדברי נעמי ווען זי רעדט צו ערפה ורות איבער האבן נאך קינדער, אז,דאס האט א שייכות מיט די גמ' במכילתין אז אשה ששהתה עשר שנים אחרי בעלה איז מער נישט מסוגל צו האבן קינדער, עיי"ש בדבריו המתוקים ונפלאים

שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2014 6:19 pm

תגובהדורך שלך לחמך » מיטוואך יוני 15, 2016 4:27 pm

ר' זאלער אויב איז נישט דא קיין יבום איז די יורש אלימלך'ס טאטע און נישט נעמי (א ווייב ירשנט נישט) און אויך נישט רות.

אבער מילער דע קשיא וואס די פרעגסט איז בכלל נישט פארענטפערט. נעמי האט נישט געהאט נאך קינדער איז נישט דא קיין יבום און פארטיג, ווי קימט א פעטער אריין און יבום?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25457
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יוני 15, 2016 4:37 pm

שלך לחמך האט געשריבן:ר' זאלער אויב איז נישט דא קיין יבום איז די יורש אלימלך'ס טאטע און נישט נעמי (א ווייב ירשנט נישט) און אויך נישט רות.

אבער מילער דע קשיא וואס די פרעגסט איז בכלל נישט פארענטפערט. נעמי האט נישט געהאט נאך קינדער איז נישט דא קיין יבום און פארטיג, ווי קימט א פעטער אריין און יבום?


עס קומט נישט אריין קיין יבום מן התורה, דאס איז אמת, אבער בפשטות האט נעמי געוואלט אז נחלת משפחת אלימלך ובניו זאל בלייבן צווישן די משפחה און נישט פארקויפט ווערן, האט זי געזוכט א 'גואל' און יענער האט באקומען רות פאר א ווייב אויך, דאס איז עפ"י הפשט.

דער רמב"ן הנ"ל אין פר' וישב איז מוסיף אז דער וואס פארשטייט די רזין דאורייתא אינעם ענין פון יבום, פארשטייט אז טראץ וואס עס איז נישט דא קיין מצות יבום ביי אנדערע משפחה מיטגלידער איז פארט אן ענין אז די אלמנה זאל בלייבן צווישן די משפחה, און דאס איז,געווען דא ביי בועז ורות.

אבער אויף דעם רמב"ן איז שווער וואס רש"י זאגט, אמער רות איז דאך נישט באמת געווען אשת מחלון ווייל זי איז,דאך געווען א נכרית, הערשט נאך מיתת מחלון האט זי זיך מגייר געווען וצ"ע

איך האב געזען אנדערע וואס לערנען יא אז רות האט זיך מגייר געווען נאך בחיי מחלון, ואולי יש בזה מדרשות חלוקות, און דער רמב"ן גייט לשיטתם.

הבוחר בטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » מיטוואך יוני 15, 2016 9:37 pm

אגב אויף די קשיות פון מהרש"א וואס איז פשט אז מען האט דן געווען בימי דוד אויף אזאך וואס איז שוין לכאורה אויסגעפסק'נט בימי בועז, און פארוואס דער פלוני אלמוני האט נאר חייש געווען על זרעיו לכאורה איז דאך דא אן איסור אויף עם אליין וכו',
איז דא א שיין פשט פון בריסקער רב, די הלכה איז אז בי"ד פסק'נט אויס א דין קען שפעטער קומען א צווייטע בי"ד שגדול כמותן בחכמה ובמנין און פסק'נן פארקערט, איז אוודאי בימי בועז האט בי"ד געפסק'נט מואבי ולא מואבית און ממילא איז אויפן גואל נישט געווען קיין איסור ער האט אבער חושש געווען אז שפעטערדיגע דורות קען קומען א צווייטע בי"ד און פסק'נן פארקערט און פסלן זיינע קינדער, וכך הווה אז דואג האדומי האט געפרעגט קשיות אויפן לימוד און געוואלט פסלן דוד המלך, איז גקומען עמשה און געזאגט כך מקובלני מבית שמואל וכו' און דאס איז מהלכה למשה מסיני וואס דאס קען מען נישט מבטל זיין.

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1842
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך יוני 15, 2016 11:45 pm

@ מיללער, דער ב״ח אין זיין חיבור אויף רות, שמועסט שיין אויס דעם ענין פון די צוויי גיורים פון רות, עיין בדבריו הקדושים על אדני הפשט ואגדה משולבים, ותמצא נחת.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25457
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך יוני 15, 2016 11:47 pm

צולייגער האט געשריבן:@ מיללער, דער ב״ח אין זיין חיבור אויף רות, שמועסט שיין אויס דעם ענין פון די צוויי גיורים פון רות, עיין בדבריו הקדושים על אדני הפשט ואגדה משולבים, ותמצא נחת.


לינק?

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1842
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מיטוואך יוני 15, 2016 11:57 pm

פון דא און ווייטער
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » דאנארשטאג יוני 16, 2016 10:32 am

מיללער;

איבער דיין קשיא וועגן עשה דוחה ל"ת איז דא א ספר ישרש יעקב אויף יבמות וואס ער שרייבט אז די מהרש"א האט עס נאר געשריבן בדרך דרוש.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25457
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יוני 16, 2016 11:05 am

צולייגער האט געשריבן:פון דא און ווייטער


יישר כח גדול ונורא.

איך זעה אז הייבן הייבט זיך עס נאך פריער, דא, וואו דער ב"ח ז"ל ברענגט טאקע מדרשות חלוקות איבער די נישואין פון מחלון וכליון צו זיי האבן קודם מגייר געווען רות וערפה אדער נישט.

yahoo האט געשריבן:מיללער;

איבער דיין קשיא וועגן עשה דוחה ל"ת איז דא א ספר ישרש יעקב אויף יבמות וואס ער שרייבט אז די מהרש"א האט עס נאר געשריבן בדרך דרוש.


הערליך! ער פרעגט טאקע די אנדערע קשיא אויך אז לכאורה דא איז בכלל נישט געווען קיין יבום ווייל זיי זענען דאך געווען נכריות, עיי"ש

א גרויסן יישר כח

אוועטאר
סיגוט
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 18, 2011 11:11 am
לאקאציע: אין מארמאראש

תגובהדורך סיגוט » פרייטאג יוני 17, 2016 10:25 am

הבוחר בטוב האט געשריבן:איו רמב"ן ביי די פרשה פון יהודה ותמר איז מבואר אז דא איז יא געווען א ענין פון יבום עיי"ש, די מהרש"א צייכנט עס צו דא, נאר דאס וואס ער וויל זאגען אז ס'זאל זיין עשה דוחה לא תעשה צ"ע, א עשה איז אוודאי נאר ביי א ברודער, און דאס וואס ער וויל זאגן אז ימי בועז איז נכלל אין די דורות הראשונים וואס די רמב"ן רעדט, צ"ע אין רמב"ן איז קלאר ער רעדט לפני מתן תורה, סוף דבר דברי המהרש"א צריכים נגר ובר נגר להולמן.


דא האסטו דעם לשון הרמב"ן:
ויבם אותה והקם זרע לאחיך הבן יקרא על שם המת, לשון רש"י ואין זה אמת, כי במצות התורה נאמר גם כן (דברים כה ו) יקום על שם אחיו המת ולא ימחה שמו מישראל, ואין היבם מצווה לקרא לבנו כשם אחיו המת, ואמר בבועז וגם את רות המואביה אשת מחלון קניתי לי לאשה להקים שם המת על נחלתו ולא יכרת שם המת מעם אחיו ומשער מקומו ותקראנה אותו עובד לא מחלון (רות ד י):
ועוד, שאמר וידע אונן כי לא לו יהיה הזרע, ומה הרעה אשר תבא עליו עד כי השחית זרעו מפניה אם יקרא שם בנו כשם אחיו המת, ורוב בני האדם מתאוים לעשות כן ולא אמר הכתוב "ויאמר אונן" אבל אמר וידע אונן כי לא לו יהיה הזרע, כי ידיעה ברורה היתה לו בזה שלא יהיה לו הזרע:
אבל הענין סוד גדול מסודות התורה בתולדת האדם, ונכר הוא לעיני רואים אשר נתן להם השם עינים לראות ואזנים לשמוע והיו החכמים הקדמונים קודם התורה יודעים כי יש תועלת גדולה ביבום האח, והוא הראוי להיות קודם בו ואחריו הקרוב במשפחה, כי כל שארו הקרוב אליו ממשפחתו אשר הוא יורש נחלה יגיע ממנו תועלת.
והיו נוהגים לישא אשת המת האח או האב או הקרוב מן המשפחה - ולא ידענו אם היה המנהג קדמון לפני יהודה ובבראשית רבה (פה ה) אמרו כי יהודה התחיל במצות יבום תחלה, כי כאשר קבל הסוד מאבותיו נזדרז להקים אותו וכאשר באתה התורה ואסרה אשת קצת הקרובים, רצה הקב"ה להתיר איסור אשת האח מפני היבום, ולא רצה שידחה מפניו איסור אשת אחי האב והבן וזולתם, כי באח הורגל הדבר ותועלת קרובה ולא בהם, כמו שהזכרתי:
והנה נחשב לאכזריות גדולה באח כאשר לא יחפוץ ליבם, וקוראים אותו בית חלוץ הנעל (דברים כה י) כי עתה חלץ מהם, וראוי הוא שתעשה המצוה זאת בחליצת הנעל, וחכמי ישראל הקדמונים מדעתם הענין הנכבד הזה הנהיגו לפנים בישראל לעשות המעשה הזה בכל יורשי הנחלה, באותם שלא יהיה בהם איסור השאר, קראו אותו גאולה, וזהו ענין בועז וטעם נעמי והשכנות והמשכיל יבין:
זעהט מען פון רמב"ן קלאר אז דאס איז א ענין פון גאולה וואס דאס איז שייך געווען אויך ביי בועז ווי דער רמב"ן דערמאנט עס.

שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 394
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2014 6:19 pm

תגובהדורך שלך לחמך » פרייטאג יוני 17, 2016 11:18 am

סיגוט יישר כח פארן ציברענגען.

לויט דעם אז די מצוה יבום גייט נאך די ירושה שטימט שוין אלעס.

ווייל מען קיקט ווער די יורש אויף די נכסים איז, און יענער האט די מצוה פון יבום, זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער, גייט די גאנצע פארמעגן ציריק צי אלימלך׳ס טאטע און אא״וו.

נישט ווי איך האב פארשטאנען ביז יעצט, אז די פארמעגן גייט פאר רות און ווער עס איז איר מיבם באקומט די געלט, ממילא איז מיר שווער געווען אז עס איז דאך נישט אמת, נאר פינקט פארקערט, ווער עס איז דער יורש דער האט די מצות יבום.

יישר כח נאכאמאל פארן ציברענגען.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12226
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » פרייטאג יוני 17, 2016 1:09 pm

אייוועלט בתפארתו!

מתוק מדבש! א יישר כח פאר ידידי וידיד כל בית ישראל הרב מיללער שליט"א און אלע אנדערע קאנטריביוטערס פאר ריכטיג מהנה זיין. (כ'האב אויך אייביג געהאט דער קשיא; אבער געטראכט אז פון קיין קשיות שטארבט מען נישט. פון קיין קשיות שטארבט מען טאקע נישט, אבער פון תירוצים לעבט מען דאך אויף).

אזעליכע אשכולות ירבו בישראל!

א שאד אונזער גרויסע תלמיד חכם, עוקר הרים, רבי מנחם שלום דרייט זיך מער נישט דא. עס איז שטארק ניכר (אין אלע תחומים) זיין עבסענס.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » פרייטאג יוני 17, 2016 1:25 pm

בס"ד
מיללער האט געשריבן:...אמער רות איז דאך נישט באמת געווען אשת מחלון ווייל זי איז,דאך געווען א נכרית, הערשט נאך מיתת מחלון האט זי זיך מגייר געווען וצ"ע. איך האב געזען אנדערע וואס לערנען יא אז רות האט זיך מגייר געווען נאך בחיי מחלון, ואולי יש בזה מדרשות חלוקות, און דער רמב"ן גייט לשיטתם.

געזען שבועות ערגעץ אין די ספה"ק אז ביים נענטערן גואל, פלוני אלמוני, האט מען נאך נישט גערעדט פון מואבי ולא מואבית, נאר שפעטער ווען בועז איז געקומען גואל זיין רות איז די הלכה נתגלה געווארן, אלעס מן השמים פאר השתלשלות דוד מלך ישראל וכו'. ממילא אפשר קען מען זאגן אז די עצם גיור כהלכה איז טאקע געווען נאך דעם וואס פלוני אלמוני האט נישט געוואלט.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

Surface
שר חמישים ומאתים
תגובות: 432
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 10:29 pm

תגובהדורך Surface » פרייטאג יוני 17, 2016 3:46 pm

מיללער האט געשריבן:א. רש"י זאגט אז ווען נעמי האט פארשיקט ערפה און רות מיט די ווערטער (רות א:י"ב) שבנה בנתי לכן כי זקנתי מהיות לאיש כי אמרתי יש לי תקוה גם הייתי הלילה לאיש וגם ילדתי בנים, זאגט רש"י אז זי האט געזאגט: שאנשא לו ואוליד בנים, ותנשאו להם. שאינם אסורים לכן, ואינכן אסורות להם משום אשת אחיו שלא היה בעולמו; שאינה זקוקה ליבם, לפי שלא היה למחלון וכליון קדושין בהן. שנכריות היו ולא נתגיירו, ועכשיו הן באות להתגייר, כמו שנאמר: "כי אתך נשוב לעמך": מעתה נהיה לעם אחד.

להערה בעלמא, ביים לערנען דעם רש"י איז מיר שווער געווארן, נניח אז ס'איז טאקע נישט קיין פראבלעם אלס א"א שלא הי' בעולמו, אבער 'גם הייתי הלילה לאיש וגם ילדתי בנים', דער פרישער בן וועט דאך נישט זיין קיין ברודער פונעם זעלבן טאטן, איז דאך ווייטער נישט שייך קיין ייבום.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25457
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יוני 17, 2016 3:47 pm

איך האב דאך דאס געשריבן דארט, אז היינו הך, עיי"ש

הבוחר בטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » זונטאג יוני 19, 2016 12:21 pm

לז: רעדט די גמ' פון דם חימוד, די פוסקים אין יו"ד פרעגן פון תמר ורות היתכן דארט האט מען נישט געווארט קיין שבעה נקיים, עיי"ש כמה מהלכים.

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1468
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » זונטאג יוני 19, 2016 2:00 pm

וויאזוי שרייבט נאר דער רמב"ם אל יעלה על דעתך כו' (עיי' פי"ג מה' אס"ב)
בנוגע איסור דרבנן לגרים לישא עריות, י"ל דאיסור זו הוי לאחר מכן.
ערגעץ האב איך געזען אז די פגן פון מחלון וכליון איז געווען אז כאטש ס'איז געווען א גיור איז נאכנישט געווען נתברר געווארן בבי"ד די דין פון ולא מואבית ביז בועז איז געגאנגען יענעם טאג צו די סנהדרין, און זיי האבן דאס נישט געוואוסט.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25457
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יוני 19, 2016 2:33 pm

יישר הרב גלאזער, את התירוץ על האיסור דרבנן שגרים ישאו עריות, גם אני בתומי חשבתי כן, והייתי מעניין אם זה נמצא כבר בספרי המפרשים, אבל כמובן נאמנים עלי דבריכם ג"כ וברוך שכוונתי.

גלאזער
שר האלף
תגובות: 1468
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 12, 2015 11:25 pm

תגובהדורך גלאזער » זונטאג יוני 19, 2016 3:14 pm

מיללער האט געשריבן:יישר הרב גלאזער, את התירוץ על האיסור דרבנן שגרים ישאו עריות, גם אני בתומי חשבתי כן, והייתי מעניין אם זה נמצא כבר בספרי המפרשים, אבל כמובן נאמנים עלי דבריכם ג"כ וברוך שכוונתי.

דברי סבבו על הערתך בהדרבנן, אבל לגופו של ענין חושבני שאין הגר אסור רק בדברים שהי' אסור מקודם אחותו ואמו או שארו מאם, לא קרובי הבעל. וצריך לעיין הדין בזה

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4650
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג יוני 19, 2016 3:42 pm

הבוחר בטוב האט געשריבן:לז: רעדט די גמ' פון דם חימוד, די פוסקים אין יו"ד פרעגן פון תמר ורות היתכן דארט האט מען נישט געווארט קיין שבעה נקיים, עיי"ש כמה מהלכים.

דער חת"ס אין די דרשות שרייבט דברים נפלאים בענין זה.

קודם ברענגט ער די תירוץ פון טו"ז אז ווען די נידון איז חתונה האבן תומ"י בשעת תביעה איז נישט דא קיין דם חימוד, ווייל ס'דא פת בסלו. שרייבט דער חת"ס אז דאס איז געווען כוונת נעמי אז זי זאל אהינגיין ביינאכט אן פארדעם מודיע זיין פאר בועז, ווייל זי האט געוויסט אז בועז האט נאך געציילטע טעג, און זי האט געוואלט אז רות זאל נישט דארפן ווארטען קיין ז' נקיים.

אבער למעשה האט בועז גארנישט געטון, און דאך שוין יעצט געווען א פראבלעם מיט דם חימוד, אויף דעם טוט דער חת"ס אויף א געוואלדיגע חידוש, אז באמת דם חימוד אסר'ט נישט מעיקר הדין, די חשש איז נאר אז ס'איז אויסגעמישט מיט טיפת דם נדה, און אויב איינער קען ווען מבחין זיין דעם חילוק דורך שמעקן די דמים וואלט מען עס ווען געקענט מתיר זיין, נאר סתם מענטשען קענען נישט מבחין זיין, ממילא איז עס מטמא. אבער בועז און אזוי אויך יהודה האבן געקענט מבחין זיין בריח, ממילא איז נישט געווען קיין איסור.
לעצט פאראכטן דורך נא_שכל אום זונטאג יוני 19, 2016 4:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25457
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג יוני 19, 2016 4:05 pm

גלאזער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:יישר הרב גלאזער, את התירוץ על האיסור דרבנן שגרים ישאו עריות, גם אני בתומי חשבתי כן, והייתי מעניין אם זה נמצא כבר בספרי המפרשים, אבל כמובן נאמנים עלי דבריכם ג"כ וברוך שכוונתי.

דברי סבבו על הערתך בהדרבנן, אבל לגופו של ענין חושבני שאין הגר אסור רק בדברים שהי' אסור מקודם אחותו ואמו או שארו מאם, לא קרובי הבעל. וצריך לעיין הדין בזה

לכאורה לפי הטעם של 'שלא יאמרו באנו מקדושה חמורה לקדושה קלה' צדקו דבריכם.

ואשת אחיו מאמו לא נאסר בבני נח?


צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט