קושיות והערות על שיעור היום - מסכת ביצה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25464
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 26, 2015 11:10 am

יישר כח כבוד הרב הבוחר בטוב פארן מנתח זיין די סוגיא עמוקה ונפלאה פון ביטול המים והמלח לגבי עיסה, וואס דער היייליגער פנh יהושע שרייבט שוין אז דאס איז ממש כספר החתום און אנדערע זאגט אז דאס איז פון די שווערסטע עמודים אין ש"ס אפצולערנען פשוט פשט אז עס זאל קלעבן איין שורה מיט די אנדערע.

אויף אוצה"ח איז פארהאן אן הצעה וואס אן אנדערער איד האט אפגעשריבן כהצעה להבנת הענין, איך ברענג עס אהער אולי יש מי שימצא בו טעם טוב, ודברי תורה כפטיש יפוצץ סלע:
http://forum.otzar.org/forums/viewtopic ... 99#p172599
צוגעלייגטע
ביצה דף לח ב.pdf
(23.88 KiB) דאונלאודעד 90 מאל

הבוחר בטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » מאנטאג אוקטובער 26, 2015 4:43 pm

כ'הב יעצט געזען די בעל המאור אויף די סוגיא ער דרייט אויס דעם גאנצען געשעפט, לוינט זיך אריינצוקוקען

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25464
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג נובעמבער 15, 2015 1:08 pm

איבערחזר'נדיג די לעצטע בלעטער פון ביצה נאכן זוכה זיין צו לערנען די ערשטע בלעטער פון תענית, איז מיר נולד געווארן א קשיא אויף דף לו: בדברי רב אשי 'ביומי ניסן וביומי תשרי דאיכא גשמים ואיכא חמה'.

מיר ווייסן פון מס' תענית אז יורה בחשון ומלקוש בניסן, וועלכע גשמים איז דא תשרי?

אגב, סוף ביצה איז הערליך משולב מיט תענית בעניני גשמים, בדף מ. כל שיוצאות בפסח ורועות באפר ונכנסות 'ברביעה ראשונה'.

אפשר וועט דער שואל ביים בחינה פרעגן "ווען קומען די בהמות מדבריות צוריק?"

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » זונטאג נובעמבער 15, 2015 1:10 pm

די כלל פון יורה ומלקוש איז דען נישט נאר אין ארץ ישראל?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25464
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג נובעמבער 15, 2015 1:12 pm

דרךהמלך האט געשריבן:די כלל פון יורה ומלקוש איז דען נישט נאר אין ארץ ישראל?

און אין ביצה רעדט מען פון וואו? ערגעץ אנדערש איז דאך קושיא מעיקרא ליתא

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » זונטאג נובעמבער 15, 2015 2:41 pm

מיללער האט געשריבן:איבערחזר'נדיג די לעצטע בלעטער פון ביצה נאכן זוכה זיין צו לערנען די ערשטע בלעטער פון תענית, איז מיר נולד געווארן א קשיא אויף דף לו: בדברי רב אשי 'ביומי ניסן וביומי תשרי דאיכא גשמים ואיכא חמה'.

מיר ווייסן פון מס' תענית אז יורה בחשון ומלקוש בניסן, וועלכע גשמים איז דא תשרי?

אין די נייע (בלויע) עוז והדר גמרות איז צוגעצייכענט א גירסא מכת"י דאיכא צינה און אז אזוי איז אויך די גירסא אין מס' שבת.

ובאמת איז דאך די נקודה נישט די גשמים, ס'נאר א שם המושאל אויף די ווינטער טעג, ווען די דבורים מאכן נישט קיין פרישע האניג.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25464
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג נובעמבער 15, 2015 3:22 pm

yahoo האט געשריבן:

יאהו, ער דעקט דאך צו דעם כוורת וועגן עס 'רעגנט', נישט אזוי?

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג נובעמבער 15, 2015 5:54 pm

הבוחר, די גמרא אויף דף ל"ח איז זייער א שווערע גמרא די קושיות מיט די תירוצים.

איך געדענק אז פון עטליכע אחרונים שטייט אז צריך נגר דליפריקיניה.

הבוחר בטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » זונטאג נובעמבער 15, 2015 6:20 pm

אבערגייענדיג איז מיר נתעורר געווארן עטליכע הערות.

1) לו: ולא מקדשין והא מצוה קעביד לא צריכא דאית ליה אשה ובנים, פרש"י שנשא אשה לפרות ולרבות ואמאי קא קרי ליה רשות, דאית ליה אשה ובנים ותו לא מפקד,
דער רמב"ם(פ"א מאישות ה"ב) רעכנט אויס מצוות קידושין אלס א עקסטרע מצוה חוץ מצוות פיו"ר, און לכאורה דאס איז דאך א מצוה אפי' יש לו אשה ובנים, איי וועסטו זאגן אז דאס איז נישט קיין מצוה חיובית, איז דען מקדישין מעריכין מחרימין יא א מצוה חיובית, עיין ברא"ש כתובות פ"א סי' יב וואס לערנט אז קידושין איז נאר אן הכנה צו פריה ורביה, אבער לפי דעם רמב"ם צ"ע.

2) לז. ולא מגביהין תרו"מ פשיטא אמר ר"י לא נצרכא אלא ליתנה לכהן בו ביום, פרש"י דאין ידוע שלתקוני שריים מכוין ומחזי דכולה מלתא משום שמחת יו"ט דכהן שצריך לה, לכאורה פארוואס הייסט עס נישט תיקון מנא כלפי דעם כהן גופא, איסור טבל איז פאר יעדן אפי' כהנים. (ויש חקירה בצפנת פנעח ובאתווין דאורייתה אם איסור טבל היא משום תרו"מ המערבין בו ולפי"ז אפשר שהתרומה מעולם מתוקן היא, אבל זה דוחק דלמעשה אסור לאכלו והוא במיתה עד שמפרישו)

3)לז: שאני בהמה דינקי תחומין מהדדי, פארוואס זאל איך נישט זאגן אז דאס וואס דער חלק האט יונק געווען און אריבער געברענגט צו זיך, איז אויך הוברר למפרע אז ס'איז זיין חלק.(ואפשר קוק מען עס אן אזויווי איך האב עס שוין צוטיילט ערב יו"ט, און ממילא א חלק וואס ערב יו"ט איז ער גווען אף די זייט און אום יו"ט אויף די אנדערע זייט איז א פראבלעם)

4) לט. נהרות המושכין ומעינות הנובעים הרי הן כרגלי כל אדם, פרש"י אין להם שום שביתה וכו' דכל מידי דנייד לית ליה שביתה, פארשטיי איך נישט, בשלמא לר' יוחנן בן נורי דחפצי הפקר קונין שביתה פארשטיי איך אז עס דארף שובת זיין במקומו משא"כ נייד איז נישט קונה שביתה ווייל ער איז דאך בכלל נישט שובת, אבער לרבנן וואס ע"כ רעדט מען פון מעיינות ונהרות וואס באללאנגט צו איינעם איז דאך עס נישט שובת בעצמן, נאר וויבאלד זיי בלאנגען צו אים איז אויף זיי חל די דין פון די שביתת בעליהם, צו דען אז איינעמ'ס בהמה וועט ארום לויפן בין השמשות וועט דען נישט חל זיין אויף זיי שביתת בעליהן?, אין עירובין מו. מח. ברענגט די גמ' די ברייתה לר' יוחנן בן נורי.

6) מ. מח' רב ושמואל בהמפקיד פירות רב סובר כרגלי מי שהפקידו אצלו ושמואל סובר כרגלי המפקיד, וואס איז עס אנדערשט ווי אויבן מוסר בהמתו לרעה וואס איז אויך נאר א שומר וואס ס'איז כרגלי הרועה.

הבוחר בטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » זונטאג נובעמבער 15, 2015 7:15 pm

מיללער האט געשריבן:איבערחזר'נדיג די לעצטע בלעטער פון ביצה נאכן זוכה זיין צו לערנען די ערשטע בלעטער פון תענית, איז מיר נולד געווארן א קשיא אויף דף לו: בדברי רב אשי 'ביומי ניסן וביומי תשרי דאיכא גשמים ואיכא חמה'.

מיר ווייסן פון מס' תענית אז יורה בחשון ומלקוש בניסן, וועלכע גשמים איז דא תשרי?

אגב, סוף ביצה איז הערליך משולב מיט תענית בעניני גשמים, בדף מ. כל שיוצאות בפסח ורועות באפר ונכנסות 'ברביעה ראשונה'.

אפשר וועט דער שואל ביים בחינה פרעגן "ווען קומען די בהמות מדבריות צוריק?"

יומי דניסן ויומי דתשרי מיינט מען ליכאורה תקופת ניסן, ותקופת תשרי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25464
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג נובעמבער 15, 2015 8:16 pm

איר זענט ווארשיינליך גערעכט הרב הבוחר, יישר כחכם

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » מאנטאג נובעמבער 16, 2015 9:30 am

מיללער האט געשריבן:
yahoo האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:איבערחזר'נדיג די לעצטע בלעטער פון ביצה נאכן זוכה זיין צו לערנען די ערשטע בלעטער פון תענית, איז מיר נולד געווארן א קשיא אויף דף לו: בדברי רב אשי 'ביומי ניסן וביומי תשרי דאיכא גשמים ואיכא חמה'.

מיר ווייסן פון מס' תענית אז יורה בחשון ומלקוש בניסן, וועלכע גשמים איז דא תשרי?

אין די נייע (בלויע) עוז והדר גמרות איז צוגעצייכענט א גירסא מכת"י דאיכא צינה און אז אזוי איז אויך די גירסא אין מס' שבת.

ובאמת איז דאך די נקודה נישט די גשמים, ס'נאר א שם המושאל אויף די ווינטער טעג, ווען די דבורים מאכן נישט קיין פרישע האניג.

יאהו, ער דעקט דאך צו דעם כוורת וועגן עס 'רעגנט', נישט אזוי?

גערעכט גערעכט.

(אזוי קוקט מען אויס ווען מען טראכט נישט וואס מען רעדט)

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » מאנטאג נובעמבער 16, 2015 9:44 am

הבוחר בטוב האט געשריבן:אבערגייענדיג איז מיר נתעורר געווארן עטליכע הערות.

1) לו: ולא מקדשין והא מצוה קעביד לא צריכא דאית ליה אשה ובנים, פרש"י שנשא אשה לפרות ולרבות ואמאי קא קרי ליה רשות, דאית ליה אשה ובנים ותו לא מפקד,
דער רמב"ם(פ"א מאישות ה"ב) רעכנט אויס מצוות קידושין אלס א עקסטרע מצוה חוץ מצוות פיו"ר, און לכאורה דאס איז דאך א מצוה אפי' יש לו אשה ובנים, איי וועסטו זאגן אז דאס איז נישט קיין מצוה חיובית, איז דען מקדישין מעריכין מחרימין יא א מצוה חיובית, עיין ברא"ש כתובות פ"א סי' יב וואס לערנט אז קידושין איז נאר אן הכנה צו פריה ורביה, אבער לפי דעם רמב"ם צ"ע.

פון רש"י קוקט טאקע אויס אז ס'האט מיט מקיים זיין די מצוה פון פרי' ורבי' אבער די גמרא כאפט דאך אן די לשון דאית לי' אשה ובנים, און וואס טוט זיך אויב ער האט שוין מקיים געווען פרי' ורבי' אבער ער האט נישט קיין אשה, איז פשטות לשון הגמרא אז דאן ווערט דאס יא גערעכנט פאר א מצוה און נישט קיין רשות. (איך האב נישט נאכגעקוקט דעם רמב"ם און אפשר רעדט די רמב"ם אויך נאר אויף אן אופן וואס ער האט נישט יעצט קיין אשה.)

הבוחר בטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » מאנטאג נובעמבער 16, 2015 10:44 am

דער לשון הרמב"ם איז, כיון שנתנה תורה נצטוו ישראל שאם ירצה האיש לישא אישה יקנה אותה תחילה בפני עדים ואח"כ תהיה לו לאשה שנאמר כי יקח איש אשה ובא עליה, ולקוחין אלו מצות עשה של תורה הם.
בפשטות איז יעדע פרוי וואס ער נעמט אפי' ער פארמאגט שוין איינס, א פרישע מצוה.

נאר מען קען אפשר זאגן אזוי, דער כסף משנה אויפן פלאץ ברענגט פון ר' אברהם בן הרמב"ם, שבמנין המצות בתחילת ההלכה אמר שהמצוה לישא אשה בכתובה וקידושין ולא אמר לקדש אשה, וזה שאמר ולקוחין אלו מצות עשה לפי שהיא תחלת מצות הנשואין אבל אירוסין בלא נשואין ודאי לא השלים המצוה עדיין עכ"ל.

איז קען מען זאגען אז מיט די קידושין איז ער נאך נישט מקיים די מצוה איז ממילה הייסט עס א רשות, אבער דאס איז לכאורה נישט ריכטיג ווייל אויב אזוי אפי' אין לו אשה ובנים קען מען דאך זאגען די זעלבע, וע"כ אז אוודאי איז דאס די תחילת המצוה און ווען ער מאכט נשואין השלים המצוה און מיט דעם ווערט לקוחין אלו מצות עשה של תורה

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25464
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג נובעמבער 16, 2015 9:02 pm

הבוחר בטוב האט געשריבן:אבערגייענדיג איז מיר נתעורר געווארן עטליכע הערות.

1) לו: ולא מקדשין והא מצוה קעביד לא צריכא דאית ליה אשה ובנים, פרש"י שנשא אשה לפרות ולרבות ואמאי קא קרי ליה רשות, דאית ליה אשה ובנים ותו לא מפקד,
דער רמב"ם(פ"א מאישות ה"ב) רעכנט אויס מצוות קידושין אלס א עקסטרע מצוה חוץ מצוות פיו"ר, און לכאורה דאס איז דאך א מצוה אפי' יש לו אשה ובנים, איי וועסטו זאגן אז דאס איז נישט קיין מצוה חיובית, איז דען מקדישין מעריכין מחרימין יא א מצוה חיובית, עיין ברא"ש כתובות פ"א סי' יב וואס לערנט אז קידושין איז נאר אן הכנה צו פריה ורביה, אבער לפי דעם רמב"ם צ"ע.

2) לז. ולא מגביהין תרו"מ פשיטא אמר ר"י לא נצרכא אלא ליתנה לכהן בו ביום, פרש"י דאין ידוע שלתקוני שריים מכוין ומחזי דכולה מלתא משום שמחת יו"ט דכהן שצריך לה, לכאורה פארוואס הייסט עס נישט תיקון מנא כלפי דעם כהן גופא, איסור טבל איז פאר יעדן אפי' כהנים. (ויש חקירה בצפנת פנעח ובאתווין דאורייתה אם איסור טבל היא משום תרו"מ המערבין בו ולפי"ז אפשר שהתרומה מעולם מתוקן היא, אבל זה דוחק דלמעשה אסור לאכלו והוא במיתה עד שמפרישו)

3)לז: שאני בהמה דינקי תחומין מהדדי, פארוואס זאל איך נישט זאגן אז דאס וואס דער חלק האט יונק געווען און אריבער געברענגט צו זיך, איז אויך הוברר למפרע אז ס'איז זיין חלק.(ואפשר קוק מען עס אן אזויווי איך האב עס שוין צוטיילט ערב יו"ט, און ממילא א חלק וואס ערב יו"ט איז ער גווען אף די זייט און אום יו"ט אויף די אנדערע זייט איז א פראבלעם)

4) לט. נהרות המושכין ומעינות הנובעים הרי הן כרגלי כל אדם, פרש"י אין להם שום שביתה וכו' דכל מידי דנייד לית ליה שביתה, פארשטיי איך נישט, בשלמא לר' יוחנן בן נורי דחפצי הפקר קונין שביתה פארשטיי איך אז עס דארף שובת זיין במקומו משא"כ נייד איז נישט קונה שביתה ווייל ער איז דאך בכלל נישט שובת, אבער לרבנן וואס ע"כ רעדט מען פון מעיינות ונהרות וואס באללאנגט צו איינעם איז דאך עס נישט שובת בעצמן, נאר וויבאלד זיי בלאנגען צו אים איז אויף זיי חל די דין פון די שביתת בעליהם, צו דען אז איינעמ'ס בהמה וועט ארום לויפן בין השמשות וועט דען נישט חל זיין אויף זיי שביתת בעליהן?, אין עירובין מו. מח. ברענגט די גמ' די ברייתה לר' יוחנן בן נורי.

6) מ. מח' רב ושמואל בהמפקיד פירות רב סובר כרגלי מי שהפקידו אצלו ושמואל סובר כרגלי המפקיד, וואס איז עס אנדערשט ווי אויבן מוסר בהמתו לרעה וואס איז אויך נאר א שומר וואס ס'איז כרגלי הרועה.

1. לויטן רמב"ם איז מען מקיים א מצוה ביי קידושין, אבער אולי איז דאס נישט קיין מצוה חיובית אזוי ווי תפלין וציצית, נאר אזוי ווי גיטין און אנדערע מצות וואס ווערט פאררעכנט פון די תרי"ג מצות אבער מען איז נישט מחויב דאס צוטאן בכל אופן, נאר ווען מ'טוט דאס איז מען מקיים א מצוה. משא"כ כשאין לו אשה ובנים איז דא א מצוה חיובית (הכשר מצוה) פון פריה ורביה

2. ווען ער נעמט תרומה און ער גיט עס בו ביום פארן כהן, באמערקט מען נישט די הפרשת התרומה ותיקון המותר, נאר עס זעהט אויס ווי ער נעמט א שטיקל צו געבן פארן כהן.

3. די שאלה איז וואס "ברירה" באדייט, ובזה נחלקו רב ושמואל, מ'קען לערנען אז בשעת צוויי שותפים קויפן א חבית אדער א בהמה בשותפות, איז דער לומדות פון שותפות תיכף ומיד אז האלב באלאנגט פאר ראובן און די צווייטע האלב פאר שמעון, די שאלה איז נאר וועלכע האלב; און אויף דעם זאגט מען אז ווען מען איז זיך בפועל מחלק איז הוברר למפרע אז מה שהגיע לראובן איז מתחלה געווען זיינס פון די מינוט וואס מ'האט עס געקויפט, וממילא ווען עס איז געקומען בין השמשות איז שוין "בכח" געווען א חלוקה און יעדע חלק איז קונה שביתה כרגלי הבעלים.

די פראבלעם ווערט אז א מינוט נאך די בין השמשות ווערט פארדרייט אלע יוצרות, און עס הייבט זיך אן א נייע ערבוב און יניקה מהדדי, חלקים וואס זענען שוין געווען הוברר פאר ראובן פארן אריין צו שמעון וכן להיפך, און דערפאר האלט רב אז דא העלפט נישט קיין ברירה.

די אנדערע מהלך איז אז די גאנצע ברירה הייבט זיך אן ביים סוף, און די לומדות איז נישט אז די חלוקה איז שוין געווען ביי די לקיחה, נאר ווען מ'צוטיילט זיך בפועל זאגט די "הלכה" פון ברירה אז איך באטראכט יעדע חלק אז עפ"י דין איז דאס געווען זיינס משעה ראשונה (ליטוויש גערעדט: איז ברירה אז סיבה/דין אדער א סימן)

4. בפשטות א זאך וואס איז אמאל נייד און אמאל נישט ווי א עבד אדער א בהמה אנדערש ווי א מעיין וואס איז אלעמאל נייד

5. א רועה איז מער ווי א שומר, ער נעמט "קעיר" דערפון, ער איז א שטיקל בעה"ב, דאכציך אז ער באקומט אפי' למחצה לשליש ולרביע און נישט קיין שכר ווי א שומר שכיר אדער א פועל

6. חסר, וחבל עד לאבדין

הבוחר בטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » מאנטאג נובעמבער 16, 2015 9:35 pm

1) עיין בדברי מה שהבאתי ממקדישין ומחרימין

2) התרומה בעצמה נתקן ע"י ההפרשה שלפני זה היה עליה דין טבל

3) הזכרתי סברא זו בסגריים, אלא שכבודו רוצה לעשות מזה גופא מח' בין רב ושמואל

4) א פיינע חילוק, אבער די סברא כשלעצמה פארשטיי איך נישט פארוואס לויט די חכמים וואס ס'איז חל עליהם שביתת בעליהן טאר עס נישט זיין ניידי, לרי' יוחנן בן נורי מובן כמבואר.

נישט יעדע רועה איז למחצה לשליש ולרביע נאר א מקבל, עיין ב"מ סח. וועט מען דארפן איינזעצן די משנה דוקא במקבל.

6) לח: גזירה שמא תעשה עיסה בשותפות, וואס פרעגט נישט די גמ' ש"מ תחומין דאורייתה כדלעיל לו:

צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט