קושיות והערות על שיעור היום - מסכת ביצה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

הבוחר בטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

קושיות והערות על שיעור היום - מסכת ביצה

תגובהדורך הבוחר בטוב » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2015 8:34 am

דף ג. ואף ר' יוחנן סבר גזירה משום משקין שזבו וכו' ר"י אומר אם לאוכלין היוצא מהן מותר, ואם למשקין היוצא מהן אסור, אלמא כל לאוכלין אוכלא דאפרת הוא. ורמינהו ועוד אמר ר"י וכו' וכן ביצה שנולדה בראשון תאכל בשני, בשני אין בראשון לא.

דאס וואס ר"י איז נישט גוזר בעומדת לאכילה איז מבואר אין רש"י וויבאלד ס'איז לא ניחא ליה ליכא למיגזר שמא יסחוט, נאר נאכדעם וואס די חכמים האבן גוזר געווען אויף משקין שזבו, איז יעדע זאך וואס איז זב מדבר אחר בכלל, אלא מאי כל לאוכלין אוכלא דאפרת הוא, און ס'איז בכלל נישט דבר הזב מחבירו נאר דבר הנפרד מחבירו, אויב אזוי די זעלבע זאך ביצה מתרנגולת העומדת לאכילה, פאסט אויך נישט גזירה משום משקין שזבו.

לכאורה אויב אזוי האט דאך ר' יוחנן געקענט איינזעצן אז ר"י רעדט פון א ביצה העומדת לגדל ביצים, וואס דארט פאסט יא א גזירה משום משקין שזבו;

אזוי אויך דארט ווי עס האנדלט זיך פון א איסור בעצם ווי למשל הפרשת תרו"מ, הכנה, פארשטיי איך דעם חשבון בשני ימים טובים אז חד מיניהו חול, אבער ביי א גזירה ווי משקין שזבו שמא יבא ליסחוט, וואס איז א נפק"מ אז חד מיניהו חול, למעשה פירן אונז זיך ביידע קודש בין איך גוזר אויב וועט מען מתיר זיין ביו"ט שני מה שיצא מעצמו ביו"ט ראשון, וועט אן ע"ה זאגען אז ס'איז נישט דא קיין איסור, און גיין סוחט זיין להדיא ביו"ט שני;

ביי א תרנגולת איז דאך לכאורה נישט שייך סחיטה אויסצוקוועטשן די ביצים, ס'איז נאר שייך צו זאגן אז ער גייט אריין אינעם כללות'דיגן איסור פון משקין שזבו, איז מיר אביסל דחוק די לשון רש"י ג: ד"ה אוכלא דאיפרת הוא. וכיון דמשום סחיטה ליכא, משום משקין שזבו נמי ליכא בעומדת לאכילה: ביי א תרנגולת איז נישט שייך סחיטה אפי' בעומדת לגדל ביצים, אפי' מיר וועלן לערנען פשט אזוי, וכיון דמשום סחיטה ליכא קיינמאל, משום משקין שזהו נמי ליכא בעומדת לאכילה, וואס א שייכות האט עס, ר"י אפי' ביי פירות וואס איז יא שייך סחיטה, איז ער מתיר בעומדת לאכילה;

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 777
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובהדורך בעל דעת » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2015 8:47 am

קיקט אביסל ווייטער וועט איר זיען אז דע גמרא האט ציגעטרפן דיין תירוץ
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

הבוחר בטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2015 9:00 am

בעל דעת האט געשריבן:קיקט אביסל ווייטער וועט איר זיען אז דע גמרא האט ציגעטרפן דיין תירוץ

רבינא ענטפערט אלטס מוקצה איך פרעג משום משקין שזבו

הבוחר בטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 7:03 am

ה. ואם באו עדים מן המנחה ולמעלה נוהגין אותו היום קדש ולמחר קדש, פרש"י ומונין מיום המחרת ליוהכ"פ וסוכות.

רש"י אין מנחות ק: ד"ה שני ימים טובים של ר"ה לערנט אז לענין יוהכ"פ רעכנט מען יא פונעם ערשטן טאג, תוס' דארט קריגט און לערנט ווי רש"י דא

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:00 am

הבוחר בטוב האט געשריבן:דף ג. ואף ר' יוחנן סבר גזירה משום משקין שזבו וכו' ר"י אומר אם לאוכלין היוצא מהן מותר, ואם למשקין היוצא מהן אסור, אלמא כל לאוכלין אוכלא דאפרת הוא. ורמינהו ועוד אמר ר"י וכו' וכן ביצה שנולדה בראשון תאכל בשני, בשני אין בראשון לא.

דאס וואס ר"י איז נישט גוזר בעומדת לאכילה איז מבואר אין רש"י וויבאלד ס'איז לא ניחא ליה ליכא למיגזר שמא יסחוט, נאר נאכדעם וואס די חכמים האבן גוזר געווען אויף משקין שזבו, איז יעדע זאך וואס איז זב מדבר אחר בכלל, אלא מאי כל לאוכלין אוכלא דאפרת הוא, און ס'איז בכלל נישט דבר הזב מחבירו נאר דבר הנפרד מחבירו, אויב אזוי די זעלבע זאך ביצה מתרנגולת העומדת לאכילה, פאסט אויך נישט גזירה משום משקין שזבו.

לכאורה אויב אזוי האט דאך ר' יוחנן געקענט איינזעצן אז ר"י רעדט פון א ביצה העומדת לגדל ביצים, וואס דארט פאסט יא א גזירה משום משקין שזבו;

אזוי אויך דארט ווי עס האנדלט זיך פון א איסור בעצם ווי למשל הפרשת תרו"מ, הכנה, פארשטיי איך דעם חשבון בשני ימים טובים אז חד מיניהו חול, אבער ביי א גזירה ווי משקין שזבו שמא יבא ליסחוט, וואס איז א נפק"מ אז חד מיניהו חול, למעשה פירן אונז זיך ביידע קודש בין איך גוזר אויב וועט מען מתיר זיין ביו"ט שני מה שיצא מעצמו ביו"ט ראשון, וועט אן ע"ה זאגען אז ס'איז נישט דא קיין איסור, און גיין סוחט זיין להדיא ביו"ט שני;

ביי א תרנגולת איז דאך לכאורה נישט שייך סחיטה אויסצוקוועטשן די ביצים, ס'איז נאר שייך צו זאגן אז ער גייט אריין אינעם כללות'דיגן איסור פון משקין שזבו, איז מיר אביסל דחוק די לשון רש"י ג: ד"ה אוכלא דאיפרת הוא. וכיון דמשום סחיטה ליכא, משום משקין שזבו נמי ליכא בעומדת לאכילה: ביי א תרנגולת איז נישט שייך סחיטה אפי' בעומדת לגדל ביצים, אפי' מיר וועלן לערנען פשט אזוי, וכיון דמשום סחיטה ליכא קיינמאל, משום משקין שזהו נמי ליכא בעומדת לאכילה, וואס א שייכות האט עס, ר"י אפי' ביי פירות וואס איז יא שייך סחיטה, איז ער מתיר בעומדת לאכילה;

בפשטות מיין איך אז אייערע קושיות זענען חדא מתורצת בחברתה. רבי יודא האלט אז די גזירה פון משקין שזבו איז נישט קיין גזירה כללי, נאר ווען מען עס איז באמת דא א חשש אז ער גייט קוועטשען. ביי עומד לאכילה ווי עס איז נישטא קיין חשש איז יא מותר.

ביי א ביצה נישט קיין חילוק אויף וואס עס איז עומד, איז נישטא קיין חשש סחיטה, און דאס איז רבי יוחנןס קושיא. שטימט?

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג אוגוסט 23, 2015 1:09 am

הבוחר בטוב האט געשריבן:דף ג.

אזוי אויך דארט ווי עס האנדלט זיך פון א איסור בעצם ווי למשל הפרשת תרו"מ, הכנה, פארשטיי איך דעם חשבון בשני ימים טובים אז חד מיניהו חול, אבער ביי א גזירה ווי משקין שזבו שמא יבא ליסחוט, וואס איז א נפק"מ אז חד מיניהו חול, למעשה פירן אונז זיך ביידע קודש בין איך גוזר אויב וועט מען מתיר זיין ביו"ט שני מה שיצא מעצמו ביו"ט ראשון, וועט אן ע"ה זאגען אז ס'איז נישט דא קיין איסור, און גיין סוחט זיין להדיא ביו"ט שני;

א סך מאל טרעפט מען אז ווי באלד מען האט אים נאר מתיר גווען נעקסטען טאג איז דאס שוין גענוג ער זאל נישט צוקומען צו קיין איסור. (אזוי ווי איר פארשטייט, אז משקין שזבו פאריגען שבת דארף נישט זיין אסור דעם שבת)

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג אוגוסט 23, 2015 2:19 am

דף ב.

בש"א שאור בכזית וחמץ בכותבת.

אין די גמרא ווערט מבואר אז דאס איז אלס בבל יראה, אבער לגבי אכילה איז יעדר מודה אז דער שיעור איז בכזית. ביסוד דארף מען פארשטיין מהיכי תיתי בכלל אז דער שיעור פון בל יראה איז א כזית? אז די תורה זאגט בל יראה אפשר מיינט עס א משהו אויך?

הבוחר בטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » זונטאג אוגוסט 23, 2015 9:05 am

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
הבוחר בטוב האט געשריבן:דף ג. ואף ר' יוחנן סבר גזירה משום משקין שזבו וכו' ר"י אומר אם לאוכלין היוצא מהן מותר, ואם למשקין היוצא מהן אסור, אלמא כל לאוכלין אוכלא דאפרת הוא. ורמינהו ועוד אמר ר"י וכו' וכן ביצה שנולדה בראשון תאכל בשני, בשני אין בראשון לא.

דאס וואס ר"י איז נישט גוזר בעומדת לאכילה איז מבואר אין רש"י וויבאלד ס'איז לא ניחא ליה ליכא למיגזר שמא יסחוט, נאר נאכדעם וואס די חכמים האבן גוזר געווען אויף משקין שזבו, איז יעדע זאך וואס איז זב מדבר אחר בכלל, אלא מאי כל לאוכלין אוכלא דאפרת הוא, און ס'איז בכלל נישט דבר הזב מחבירו נאר דבר הנפרד מחבירו, אויב אזוי די זעלבע זאך ביצה מתרנגולת העומדת לאכילה, פאסט אויך נישט גזירה משום משקין שזבו.

לכאורה אויב אזוי האט דאך ר' יוחנן געקענט איינזעצן אז ר"י רעדט פון א ביצה העומדת לגדל ביצים, וואס דארט פאסט יא א גזירה משום משקין שזבו;

בפשטות מיין איך אז אייערע קושיות זענען חדא מתורצת בחברתה. רבי יודא האלט אז די גזירה פון משקין שזבו איז נישט קיין גזירה כללי, נאר ווען מען עס איז באמת דא א חשש אז ער גייט קוועטשען. ביי עומד לאכילה ווי עס איז נישטא קיין חשש איז יא מותר.

ביי א ביצה נישט קיין חילוק אויף וואס עס איז עומד, איז נישטא קיין חשש סחיטה, און דאס איז רבי יוחנןס קושיא. שטימט?

רש"י איז מסביר שיטת ר' יהודה אם לאוכלין איז מותר דכיון דלא ניחא ליה בהני משקין ליכא למגזר שמא יסחוט, אבער די גמ' איז ממשיך ווייטער אלמא לר"י אוכלא דאפרת הוא, פרש"י מדקאמר אם לאוכלין היוצא מהן מותר כל לאוכלין אמרינן בדבר היוצא מהן אוכלא דאפרת הוא ואינו בכלל גזירת משקין שזבו. זעהט מען אפי' במקום שלא שייך הגזירה וואלט עס נאך אלטס אריין בכלל הגזירה ווען נישט די סברא לחלק אז אוכלא דאפרת, ממילא ביצה שלא שייך הגזירה שמא יסחוט דארף זיין מותר, אבער אויך נאר ווי ס'איז דא די סברא אוכלא דאפרת היא דהיינו בעומדת לאכילה.
וכן מבואר בגמ' ע"ב לדידי אפי' בראשון נמי שריא 'דאוכלא דאפרת הוא', וברש"י וכיון דמשום סחיטה ליכא משום משקין שזבו נמי ליכא 'בעומדת לאכילה'.

הבוחר בטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » זונטאג אוגוסט 23, 2015 9:16 am

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
הבוחר בטוב האט געשריבן:דף ג.

אזוי אויך דארט ווי עס האנדלט זיך פון א איסור בעצם ווי למשל הפרשת תרו"מ, הכנה, פארשטיי איך דעם חשבון בשני ימים טובים אז חד מיניהו חול, אבער ביי א גזירה ווי משקין שזבו שמא יבא ליסחוט, וואס איז א נפק"מ אז חד מיניהו חול, למעשה פירן אונז זיך ביידע קודש בין איך גוזר אויב וועט מען מתיר זיין ביו"ט שני מה שיצא מעצמו ביו"ט ראשון, וועט אן ע"ה זאגען אז ס'איז נישט דא קיין איסור, און גיין סוחט זיין להדיא ביו"ט שני;

א סך מאל טרעפט מען אז ווי באלד מען האט אים נאר מתיר גווען נעקסטען טאג איז דאס שוין גענוג ער זאל נישט צוקומען צו קיין איסור. (אזוי ווי איר פארשטייט, אז משקין שזבו פאריגען שבת דארף נישט זיין אסור דעם שבת)

האט דאך עס נישט מיט חד מינייהו חול.
נאר איה"נ בפשטות איז די עיקר נקודה ווייל ס'איז שתי קדושות און אזוי ווי שתי שבתות, נאר דאס וואס ער כאפט אן האחד חול והאחד יו"ט איז ווייל צו ס'איז שתי קדושות אדער קדושה אחת איז תלוי אויב ס'איז מספק וחד מיניהו חול אדער א תקנה קבועה.
אבער ביי הפרשת תרו"מ וואס ער טוט א איסור בידים מוז ער יא צוקומען אז חד מיניהו חול ער זאל עס מעגן טוהן, קומט אויס ס'איז דא א חילוק בטעם ההיתר פון תרו"מ און ביצה נאר ביסוד ווענד זיך ביידע אויב קדושה אחת אוי שתי קדושות

הבוחר בטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » זונטאג אוגוסט 23, 2015 9:40 am

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:דף ב.

בש"א שאור בכזית וחמץ בכותבת.

אין די גמרא ווערט מבואר אז דאס איז אלס בבל יראה, אבער לגבי אכילה איז יעדר מודה אז דער שיעור איז בכזית. ביסוד דארף מען פארשטיין מהיכי תיתי בכלל אז דער שיעור פון בל יראה איז א כזית? אז די תורה זאגט בל יראה אפשר מיינט עס א משהו אויך?

עיין יומא עט: רש"י ד"ה שיעורו של זה.
קרעדיט ספר מאיר נתיב

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג אוגוסט 23, 2015 12:05 pm

הבוחר בטוב האט געשריבן:

יא, איר האט טאקע גוט מדייק גווען אין רש"י. איך וואלט אבער נאך אלס פארשטאנען אז רש"י און די גמארא כאפן אן וואס איז מער פשוט און שטייט קלאר אין די ווערטער פון רבי יודא, אז בעומדת לאכילה איז נישטא קיין גזירת משקין שזבו, און מען דארף נישט צוקומען צו קיין "הסברים". אבער אליבא דאמת וועט אפילו בעומדת לגדל ביצים אויך נישט זיין קיין גזירת משקין שזבו לויט רבי יודא, וויבאלד עס איז נישט שייך קיין סחיטה. זו מה שנראה לענ"ד

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג אוגוסט 23, 2015 12:19 pm

הבוחר בטוב האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
הבוחר בטוב האט געשריבן:דף ג.

אזוי אויך דארט ווי עס האנדלט זיך פון א איסור בעצם ווי למשל הפרשת תרו"מ, הכנה, פארשטיי איך דעם חשבון בשני ימים טובים אז חד מיניהו חול, אבער ביי א גזירה ווי משקין שזבו שמא יבא ליסחוט, וואס איז א נפק"מ אז חד מיניהו חול, למעשה פירן אונז זיך ביידע קודש בין איך גוזר אויב וועט מען מתיר זיין ביו"ט שני מה שיצא מעצמו ביו"ט ראשון, וועט אן ע"ה זאגען אז ס'איז נישט דא קיין איסור, און גיין סוחט זיין להדיא ביו"ט שני;

א סך מאל טרעפט מען אז ווי באלד מען האט אים נאר מתיר גווען נעקסטען טאג איז דאס שוין גענוג ער זאל נישט צוקומען צו קיין איסור. (אזוי ווי איר פארשטייט, אז משקין שזבו פאריגען שבת דארף נישט זיין אסור דעם שבת)

האט דאך עס נישט מיט חד מינייהו חול.
נאר איה"נ בפשטות איז די עיקר נקודה ווייל ס'איז שתי קדושות און אזוי ווי שתי שבתות, נאר דאס וואס ער כאפט אן האחד חול והאחד יו"ט איז ווייל צו ס'איז שתי קדושות אדער קדושה אחת איז תלוי אויב ס'איז מספק וחד מיניהו חול אדער א תקנה קבועה.
אבער ביי הפרשת תרו"מ וואס ער טוט א איסור בידים מוז ער יא צוקומען אז חד מיניהו חול ער זאל עס מעגן טוהן, קומט אויס ס'איז דא א חילוק בטעם ההיתר פון תרו"מ און ביצה נאר ביסוד ווענד זיך ביידע אויב קדושה אחת אוי שתי קדושות

ווען איינע פון די איז חול איז זיכער אז די חכמים האבן נישט גוזר גווען אויף משקין שזבו. אבער ווען ביידע זענען קודש ברויך מען טאקע וויסען.

די גמרא אויף דף ד' האט א שמועס לגבי שבת ויו"ט הסמוכים זה לזה לגבי ביצה, נו וואס וועט זיין אליבא דאמת ביי משקין היוצא מן הענבים בשבת צו עס וועט זיין מותר ביו"ט שלאחריו. לכאורה גייט עס אריין אין די זעלבע שאלה ווי ביצה, קדושה אחת אדער הכנה.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג אוגוסט 23, 2015 3:12 pm

הבוחר בטוב האט געשריבן:
היימישער אינגערמאן האט געשריבן:דף ב.

בש"א שאור בכזית וחמץ בכותבת.

אין די גמרא ווערט מבואר אז דאס איז אלס בבל יראה, אבער לגבי אכילה איז יעדר מודה אז דער שיעור איז בכזית. ביסוד דארף מען פארשטיין מהיכי תיתי בכלל אז דער שיעור פון בל יראה איז א כזית? אז די תורה זאגט בל יראה אפשר מיינט עס א משהו אויך?

עיין יומא עט: רש"י ד"ה שיעורו של זה.
קרעדיט ספר מאיר נתיב

זייער פיין צוגעצייכענט. רש"י זאגט דארט אז עס קען נישט זיין ווייניגער ווי א כזית וועגן לא תהא ראיה חמורה מאכילה.
הערה, עס זעט אויס פון רש"י אז דוקא לויט ב"ש ברויך מען צוקומען צי די סברא, אבער לויט ב"ה איז פשוט אז עס דארף זיין א כזית. קען זיין אז רש"י האט געלערנט אז דער גאנצער איסור בל יראה גייט צוזאמען מיטן איסור אכילה שמא יבוא לאוכלו, אזוי ווי עס איז משמע אין פסוק שאור לא ימצא בבתיכם כי כל אוכל מחמצת, דאכט זיך מיר אז עס איז דא א שמועס אין די אחרונים צו בל יראה גייט צוזאמען מיטן איסור אכילה אדער נישט.

(באמת אפילו לויט ב"ש וואלט מען געקענט מסביר זיין, אז אפילו דער שיעור איז אנדערש ווי אכילה, מוז אבער עכ"פ זיין שייך ביי דעם שיעור אכילה, אז נישט שטימט נישט דער פסוק כי כל אוכל).

הבוחר בטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » פרייטאג אוגוסט 28, 2015 9:41 am

ז: ב"ש אומרים שאור בכזית וכו'.
די מח' איז אינעם פסוק(שמות יג ז) ולא יראה לך חמץ ולא יראה לך שאור בכל גבלך. צו ילפינן ביעור מאכילה צו נישט, זענען סיי דער ראש יוסף, סיי דער חת"ס מבאר אז זיי קריגען צו בל יראה איז שמא יבא לאכלו צו מגזירת הכתוב.

ר"ז זאגט פתח הכתוב בשאור וסיים בחמץ לומר לך זהו שאור זהו חמץ, און דארט איז יעדער מודה אז ביידע זענען איין שיעור א כזית, לויט די ב"ה איז דאך פשוט סתם אכילה איז דאך בכזית און ילפינן ביעור מאכילה איז דארט אויך א כזית, לויט די ב"ש וואס ביי ביעור איז חמץ בכותבת מדחלקן הכתוב, נו אפשר ביי אכילה זאל איך זאגן שהן שווין זל"ז תרוויהו בכותבת, נאר ס'איז דא א כלל לחומרא מקשינן, אויסערדעם זאגט דאך רש"י אין יומא(עט:) א כלל לא תהא ראיה חמורה מאכילה אויב וועל איך זאגן אז דא איז שאור אויך בכותבת אין ביי ראיה בכזית וועט דאך אויסקומען אז ראיה איז חמורה.

פון ווי ווייס איך בכלל כרת בשאור לויט ב"ש מקו"ח פון חמץ, לב"ה זאגט תוס' פון היקש דר"ז, רש"י אין חומש איז מבאר דעם פסוק (שמות יב יט-כ) כל מחמצת לא תאכלו, כי כל אוכל מחמצת ונכרתה אויף שאור, דארף מען וויסען וויאזוי וועט ער פארענטפערען תוס' קשיא אויף ב"ה וואס דארף מען ר"ז.

אין ראש יוסף האב איך געזען אז ער זאגט וז"ל וזה דפריך וב"ש לית להו דר"ז, ומשני באכילה כו"ע לא פליגי 'דבכזית', ובא הכתוב להשוותן שיהו שניהם 'בכותבת באכילה' דיליף אכילה מראיה בחמץ ומינה בשאור דאתיא מיניה נמי אין חייב 'כרת' עד שיאכל כותבת, וראיה לוקה על שאור בכזית ושאני כרת וכו', וה"ה לענין מלקות על אכילה שיעוריהן שווין בכזית וביעור פליגי עכ"ל.
איז ער צוטיילט עס און דריי ביעור שטייט דאך אין די גמ' אז דארט קריגען זיי צו ילפינן ביעור מאכילה, לערן'ט ער פשט ילפינן ביעור מאכילה מיינט מען פון מלקות פון אכילת חמץ (כגון נוקשה או בתערובות) און ער צוטיילט לב"ש באכילה בין כרת למלקות, אז ביי ביעור איז שאור בכזית וחמץ בכותבת, און ביי כרת לערנט מען חמץ אכילה פון ראיה וחייב רק בכותבת, און השווהו זל"ז שאור לחמץ שחייב כרת רק בכותבת, משא"כ מלקות איז ער יא חייב אפי' בכזית בתרוויהו, און ער זאגט ושאני כרת מיט דעם פארענטפערט ער וואס רש"י זאגט לא תהא ראיה חמורה מאכילה.

דאס הייסט ער לערנט ווען די גמ' פרעגט וב"ש לית להו דר"ז, דהיינו אויב ביי ביעור חלוקין זמ"ז איז ילפינן אכילה מביעור און דארט איז אויך חלוקין זמ"ז ענטפערט די גמ' דארטאיז ב"ש מודה ששווין, מ"מ בלייבט אבער די סברא שילפינן אכילה מביעור און חמץ איז נאר בכותבת און ממילא איז שאור אויך נאר בכותבת, משא"כ לענין מלקות קענסט דו נישט זאגן ילפינן אכילה מביעור ותרוויהו בכותבת ווייל אויב אזוי וועט אויסקומען ביי מלקות ראיית שאור בכזית אז ס'איז חמור מאכילה, וא"כ ע"כ אז ביי מלקות באכילה איז אויך שיעורו בכזית.
והדברים מחודשים ונפלאים

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » זונטאג אוגוסט 30, 2015 3:22 pm

הבוחר בטוב האט געשריבן:ז: ב"ש אומרים שאור בכזית וכו'.

גאר א גרויסער חידוש, אייביג פארשטאנען פאר א פשטות אז דער שיעור פון לאו און כרת גייט צוזאמען. אזוי איז דער כלל אין די גאנצע תורה אז דער שיעור פון מלקות מיט כרת גייט צוזאמעו, צו ביי שבת אדער ביי יוה"כ. טרעפט מען נאך ערגעץ אזא זאך אז די שיעור פון מלקות און כרת זאל זיין אפגעטיילט? אפשר יא, איך דענק נאר נישט אזאנס

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 1:03 pm

דף יג:

א"ל רב פפא לאביי אי הכי אפי' הקדימו בכרי נמי א"ל עליך אמר קרא מכל מעשרותיכם תרימו את כל תרומת ד'. מ'לערנט ארויס פון פסוק אז טאמער די לוי האט גענומען ווען ס'שוין געווען א כרי אז ער דארף אפגעבן פאר'ן כהן די תרומה גדולה וואס די ישראל וואלט ווען געגעבן אויף די חלק. פארוואס זאג איך נישט אז די לוי ווערט ג'פטר'ט מיט דעם וואס די ישראל גייט נאכדעם געבן פון דעם כרי תרומה גדולה פאר'ן כהן? מן התורה איז דאך נישט דא קיין שיעור און אפי' חטה אחת פוטרת את הכרי, איז וואס האט די לוי שאדן געמאכט פאר'ן כהן?

(איך קען פארשטיין אז די חכמים האבן אים ג'קנס'ט ווייל למעשה גיבט מען דאך אחד מחמישים, אבער וואס איז שייך צו זאגן אז איף לערן עס ארויס פון פסוק?)

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דאנארשטאג סעפטעמבער 03, 2015 1:25 pm

yahoo האט געשריבן:דף יג:

מסתמא ווערט גערעדט דערפון
אבער במושכל ראשון קען מען קלערן, וואס וועט זיין אויב די חלק הכרי פון דעם ישראל ווערט נאבד מן העולם פאר ער האט מפריש געווען תרומה
דארף דער לוי יעצט מפריש זיין מחלקו?
לכאורה נישט, ווייל עס איז דאך דא א לימוד פון פסוק, נאר מעשר מן המעשר
דעמאלס איז דא א הפסד פארן כהן

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 12:35 am

קודם ווי לאנג דער ישראל האט נאך נישט אפגעשיידט קיין תרומה, איז נאך דעם לויס חלק טבול לתרומה גדולה. נאכדעם, אפילו נאכדעם וואס דער איד איז מפריש, ווייס איך בכלל נישט צו ער קען פטר'ן דעם לויס חלק, וויבאלד עס געהערט שוין נישט צו אים, אזוי ווי איינער איז תורם על שאינו שלו.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 12:47 am

דף י"ד ע"א וע"ב.

עס איז דא א מחלוקת ב"ש וב"ה, וועגן כותש זיין זיין תבלין ומלח. שמואל נעמט אן ווי די ברייתא אז ב"ה זענען מתיר מלח כדרכו, אעפ"כ זאגט די גמרא מען זאל מאכן א קליינער שינוי. דאס איז לגבי תבלין ומלח.

דערנאך איז דא א שאלה כלפי מאכן טיסני, און כותש זיין במכתשת, ווי די גמרא האט צוויי מהלכים, צו מען איז מתיר גווען מכתשת קטנה, אדער אפשר איז מען מתיר נאר אין בבל.

שפעטר אין די משנה אויף ע"ב שטייט אז מען טאר נישט שיקען קיין תבואה ווי באלד עס איז נישט ראוי אין יו"ט. רש"י איז מסביר אז טחינה איז אסור ביו"ט.

ברויך מען פארשטיין די גדר און חילוק צווישן די 3 זאכן. תבלין ומלח וואס מען האט מתיר גווען אינגאנצען אפילו מלח איז אפשר מאתמול. דערנאך כתישת חטים וואס איז מותר במכתשת קטנה, און טחינת חטים וואס איז אסור אינגאנצען אפילו מיט א שינוי.??

בעצם גייט עס אריין אין די כלליותדיגע שאלה אויף ווי ווייט איז מותר געווארען אוכל נפש, בפרט אזוינע זאכן וואס איז אפשר מאתמול. דאס איז א זאך וואס איז זייער שטארק נוגע אין פארשטיין די פארשידענע הלכות אין יום טוב.

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1121
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 9:59 am

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
yahoo האט געשריבן:דף יג:

א"ל רב פפא לאביי אי הכי אפי' הקדימו בכרי נמי א"ל עליך אמר קרא מכל מעשרותיכם תרימו את כל תרומת ד'. מ'לערנט ארויס פון פסוק אז טאמער די לוי האט גענומען ווען ס'שוין געווען א כרי אז ער דארף אפגעבן פאר'ן כהן די תרומה גדולה וואס די ישראל וואלט ווען געגעבן אויף די חלק. פארוואס זאג איך נישט אז די לוי ווערט ג'פטר'ט מיט דעם וואס די ישראל גייט נאכדעם געבן פון דעם כרי תרומה גדולה פאר'ן כהן? מן התורה איז דאך נישט דא קיין שיעור און אפי' חטה אחת פוטרת את הכרי, איז וואס האט די לוי שאדן געמאכט פאר'ן כהן?

(איך קען פארשטיין אז די חכמים האבן אים ג'קנס'ט ווייל למעשה גיבט מען דאך אחד מחמישים, אבער וואס איז שייך צו זאגן אז איף לערן עס ארויס פון פסוק?)

קודם ווי לאנג דער ישראל האט נאך נישט אפגעשיידט קיין תרומה, איז נאך דעם לויס חלק טבול לתרומה גדולה. נאכדעם, אפילו נאכדעם וואס דער איד איז מפריש, ווייס איך בכלל נישט צו ער קען פטר'ן דעם לויס חלק, וויבאלד עס געהערט שוין נישט צו אים, אזוי ווי איינער איז תורם על שאינו שלו.

זיין קשיא איז געווען, וואס פאר א הפסד האט דער כהן, אויב וואלט עס דער לוי נישט גענומען וואלט אויך געווען גענוג חטה אחת

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » מיטוואך סעפטעמבער 09, 2015 10:30 am

דרךהמלך האט געשריבן:
yahoo האט געשריבן:דף יג:

א"ל רב פפא לאביי אי הכי אפי' הקדימו בכרי נמי א"ל עליך אמר קרא מכל מעשרותיכם תרימו את כל תרומת ד'. מ'לערנט ארויס פון פסוק אז טאמער די לוי האט גענומען ווען ס'שוין געווען א כרי אז ער דארף אפגעבן פאר'ן כהן די תרומה גדולה וואס די ישראל וואלט ווען געגעבן אויף די חלק. פארוואס זאג איך נישט אז די לוי ווערט ג'פטר'ט מיט דעם וואס די ישראל גייט נאכדעם געבן פון דעם כרי תרומה גדולה פאר'ן כהן? מן התורה איז דאך נישט דא קיין שיעור און אפי' חטה אחת פוטרת את הכרי, איז וואס האט די לוי שאדן געמאכט פאר'ן כהן?

(איך קען פארשטיין אז די חכמים האבן אים ג'קנס'ט ווייל למעשה גיבט מען דאך אחד מחמישים, אבער וואס איז שייך צו זאגן אז איף לערן עס ארויס פון פסוק?)

מסתמא ווערט גערעדט דערפון
אבער במושכל ראשון קען מען קלערן, וואס וועט זיין אויב די חלק הכרי פון דעם ישראל ווערט נאבד מן העולם פאר ער האט מפריש געווען תרומה
דארף דער לוי יעצט מפריש זיין מחלקו?
לכאורה נישט, ווייל עס איז דאך דא א לימוד פון פסוק, נאר מעשר מן המעשר
דעמאלס איז דא א הפסד פארן כהן

איך האב געזען אין מתיבתא (ביי די ילקוט ביאורים) ער ברענגט אראפ די קשיא בשם א ספר אפיקי ים, די תירוץ דארט האב איך נישט עכט פארשטאנען. דיין תירוץ איז שוין פיל בעסער.

הבוחר בטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2015 8:09 am

טו: מאי טעמא אמר רבא כדי שיברור מנה יפה וכו' רא"א כדי שיאמרו אין אופין וכו', פון אונזער גמ' וואלט אויסגעוויזן אז בעצם איז מותר מה"ת צו קאכן פון שבת אויף יו"ט נאר אלטס די צוויי טעמים האבן די חכמים מתקן געווען אן עירוב.

אבער אין די גמ' פסחים מו: איז מבואר אז דאס איז א מח' צווישען רב חסדא וואס האלט אז מה"ת צרכי שבת נעשין ביו"ט ורבנן היא דגזרו גזירה שמא יאמרו אופין מיו"ט אף לחול, און רבה וואס האלט אז מה"ת איז אסור להכין מיו"ט לשבת משום הכנה, נאר מדין הואיל ומקלעי ליה אורחים חזי ליה הייסט עס צרכי יו"ט, איי פארוואס דארף מען אן עירוב אויף דעם איז דא די צוויי טעמים און די גמ'.

דער רמב"ם(ה' יו"ט פ"ו ה"א) פסקענט ווי ר"ח און צרכי שבת נעשין ביו"ט מה"ת אן דעם דין הואיל, אנדערע ראשונים (בעל המאור שם פסחים סמ"ג) פסקענען ווי רבה אז די היתר מה"ת איז נאר אלטס הואיל, ונפק"מ צו מען מעג קאכן נאנט צו נאכט וואס ס'איז שוין נישט שייך צו זאגן אי מקלעי אורחים חזי ליה איז אסור, און אזוי פסקע מיר אונז(סי' תקכז)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25457
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2015 10:38 am

הבוחר בטוב האט געשריבן:
אבער אין די גמ' פסחים מו: איז מבואר אז דאס איז א מח' צווישען רב חסדא וואס האלט אז מה"ת צרכי שבת נעשין ביו"ט ורבנן היא דגזרו גזירה שמא יאמרו אופין מיו"ט אף לחול, און רבה וואס האלט אז מה"ת איז אסור להכין מיו"ט לשבת משום הכנה, נאר מדין הואיל ומקלעי ליה אורחים חזי ליה הייסט עס צרכי יו"ט, איי פארוואס דארף מען אן עירוב אויף דעם איז דא די צוויי טעמים און די גמ'.

א. לויט רב חסדא איז דאך היינו הך וואס רב אשי זאגט, אז באמת איז בישול מיו"ט לשבת מותר מה"ת נאר כדי שיאמרו מיו"ט לחול לא כש"כ האבן די חכמים מתקן געווען אן עירוב תבשילין, וממילא איז נישט מדויק וואס איר שרייבט אז די צוויי טעמים און די גמ' איז דוקא לויט רבה פון מס' פסחים.

ב. לויט רבה אז עס איז דא אן איסור משום הכנה און דערויף דער היתר פון הואיל, מיט דעם אלעם האבן חז"ל צוגעלייגט אן איסור דרבנן לבשל בלי עירוב און אויף דעם זאגט איר איז דא די צוויי טעמים אין די גמ'. אבער די אחרונים מוטשען זיך לפי"ז טעמא דרב אשי, ווייל בעצם איז בישול מיו"ט לחול נישט ארגער ווי בישול מיו"ט לשבת, רבה האלט דאך נישט צרכי שבת נעשין ביו"ט, און הואיל איז דאך דא סיי ביים קאכן מיו"ט לחול און סיי ביים קאכן מיו"ט לשבת, נו פארוואס דארף מען מאכן א גדר אז מ'זאל נאר קאכן מיו"ט לשבת ע"י עירוב כדי שלא יאמרו וכו' אפי' אויב ער וועט קאכן מיו"ט לחול איז דאך אויך נישט געפערליך וועגן הואיל?

ועי' בפני יהושע מש"כ בזה

הבוחר בטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » דאנארשטאג סעפטעמבער 10, 2015 12:36 pm

מיללער האט געשריבן:
הבוחר בטוב האט געשריבן:
אבער אין די גמ' פסחים מו: איז מבואר אז דאס איז א מח' צווישען רב חסדא וואס האלט אז מה"ת צרכי שבת נעשין ביו"ט ורבנן היא דגזרו גזירה שמא יאמרו אופין מיו"ט אף לחול, און רבה וואס האלט אז מה"ת איז אסור להכין מיו"ט לשבת משום הכנה, נאר מדין הואיל ומקלעי ליה אורחים חזי ליה הייסט עס צרכי יו"ט, איי פארוואס דארף מען אן עירוב אויף דעם איז דא די צוויי טעמים און די גמ'.

א. לויט רב חסדא איז דאך היינו הך וואס רב אשי זאגט, אז באמת איז בישול מיו"ט לשבת מותר מה"ת נאר כדי שיאמרו מיו"ט לחול לא כש"כ האבן די חכמים מתקן געווען אן עירוב תבשילין, וממילא איז נישט מדויק וואס איר שרייבט אז די צוויי טעמים און די גמ' איז דוקא לויט רבה פון מס' פסחים.

ב. לויט רבה אז עס איז דא אן איסור משום הכנה און דערויף דער היתר פון הואיל, מיט דעם אלעם האבן חז"ל צוגעלייגט אן איסור דרבנן לבשל בלי עירוב און אויף דעם זאגט איר איז דא די צוויי טעמים אין די גמ'. אבער די אחרונים מוטשען זיך לפי"ז טעמא דרב אשי, ווייל בעצם איז בישול מיו"ט לחול נישט ארגער ווי בישול מיו"ט לשבת, רבה האלט דאך נישט צרכי שבת נעשין ביו"ט, און הואיל איז דאך דא סיי ביים קאכן מיו"ט לחול און סיי ביים קאכן מיו"ט לשבת, נו פארוואס דארף מען מאכן א גדר אז מ'זאל נאר קאכן מיו"ט לשבת ע"י עירוב כדי שלא יאמרו וכו' אפי' אויב ער וועט קאכן מיו"ט לחול איז דאך אויך נישט געפערליך וועגן הואיל?

ועי' בפני יהושע מש"כ בזה

איך האב מיך נישט גוט אויסגעדריקט, איך האב געמיינט צוזאגען אז דאס צו מען מעג בפשוטות מה"ת קאכן משבת ליו"ט איז א מח' דהיינו אז לויט רבה דארף מען אויך האבן א היתר פון הואיל.

דאס וואס די זאגסט אז רב אשי און ר"ח איז היינו הך, נראה לי שהם חלוקין, לויט ר"ח איז עס א פשוטע גזירה שבת אטו חול און מיט א "היכר" פון א עירוב וועט ער זיך דערמאנען.
רב אשי זאגט דאך אנדערע ווערטער, די גמ' פרעגט מאי טעמא וואס מען דארף אן עירוב, ענטפערט רבא כדי שיברור מנה יפה ס'הייסט בעצם איז נישט דא קיין שום סיבה לאסור אלטס יו"ט די ערוב איז לכבוד שבת, רב אשי זאגט כדי שיאמרו אין אופין מיו"ט לשבת כשכ"כ מיו"ט לחול, פרש"י אלא א"כ התחיל מבעוד יום דאינו אלא כגומר והולך אבל אתחילו לא: וכן בד"ה בשלמא.
לויט רב חסדא וויל איך נישט ער זאל זאגן אז מען טאר נישט אנהייבן אום יו"ט איך דארף נאר א היכר ער זאל געדענקן אז נאר אויף שבת מעג מען נישט לחול.
ס'איז משמע אין די גמ' אז ר"א איז אויך מודה אז בעצם איז נישט דא קיין שום סיבה לאסור ס'איז נאר מוסיף צו זיין בכבוד יו"ט ובזה מתורץ מה שהבית מהפנ"י עיין שו"ע הרב סימן תקכז וינעם לך.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מיטוואך סעפטעמבער 16, 2015 5:11 pm

דף טז ע"ב.

רש"י ד"ה צריכים דעת וכו' דאיהו עדיף שעושהו לשם כך. וואס איז די הו"א, אז מען זאל נישט דארפן קיין דעת מניח אויך נישט? וואס דען א צווייטער זאל עס מאכן בלי ידיעתו? אדער אפשר איז א הו"א אז דער עצם זאך פון קאכן עריו"ט פאר שבת זאל מען שוין יוצא זיין עיר"ת. (אין ר"ח שטייט ודאי המניח צריך לומר כי לפלוני ופלוני אני מערב, זעט אויס אז דער חידוש איז במערב על אחרים, אויך זאגט ער לשון אמירה, נישט זיכער אויב.ער מיינט דוקא אמירה).

רש"י ד"ה עד תחום שבת, ולהעומדים חוץ לתחום לא היה דעתו של מניח עליהם. זעט אויס אז טאמער האט ער.בפירוש יא אינזין קען ער אפשר מוציא זיין איינעם פון א צווייטען שטאט אויך?

ד"ה לשנה אחרת, וראש השנה היה. פריער ביי סמוך אדידי האט רש"י נישט געזאגט אז עס איז גווען ר"ה, קען זיין אז רש"י האט געלערענט אז אפילו סתם א יו"ט איז בעסער סומך צו זיין ווי מתנה זיין.

צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט