תמצית הדפים שקלא וטריא - מסכת סוכה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

חזרה
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 29, 2015 1:46 pm

תמצית הדפים שקלא וטריא - מסכת סוכה

תגובהדורך חזרה » מאנטאג יוני 08, 2015 4:18 pm

אזוי איך בין אויך ב"ה איינע פון די גליקליכע חברים אין חבורת תורתך שעשועי די מוטער פון נאכפאלגענדע אזעלכע חבורות ביים חסידישן עולם און איך האב א וועג פאר מיר ווי זוי איך לערן אפ דעם בלאט ארויסצונעמען דעם תמצית אויף אן אופן אז מ'זאל עס געדענקן ע"כ האב איך געטראכט אל תמנע טוב מחבירינו מזכה צו זיין דעם עולם מיט'ן אראפשרייבן תמצית הענינים פון יעדע דף גמרא אי"ה און אויב וועט זיין הלל דער עולם וועט הנאה האבן דערפון דעמאלט נרצה וועל מיר אי"ה באוויליגן צו שרייבן יעדע בלאט און אין צייט

וזה החלי אי"ה
פרק ראשון במס' סוכה

דף ב' ע"א הייבט זיך אן מיט די משנה ווי די משנה רעכנט אויס עטליכע הלכות בנוגע ווי אזוי א סוכה דארף געבויעט ווערן להלכה דהיינו די משנה רעדט פונעם געבוי פונעם סוכה ד.ה. ווען דו שטעלסטוך בויען די סוכה ווי זוי דאס דארף געבויעט ווערן

ווי רש"י לערנט אונז אין ד"ה ושחמתה אז די עיקר מצות סוכה איז די צל הסכך ד. ה. דאס זיצן אונטער די שאטן פונעם סכך דאס איז די עיקר מצוה מיט דעם ביסטו מקיים די מצוה

זאגט די הייליגע משנה

סוכה שהיא גבוה למעלה מעשרים אמה פסולה ור"י מכשיר ובגמ' יתבאר
טאמער ס'איז למטה מעשרה טפחים איז פסולה ובגמרא יתבאר
ושאין לה שלש דפנות איז אויך פסול דאס איז א הלכה למשה מסיני בד"א איז אינטערסאנט צו באמערקן די שינו לשו' הרש"י ביי דעם פאל זאגט רש"י ובגמרא ילי"ף
ושחמתה מרובה מצלתה איז אויך פסול אויף דעם זאגט רש"י אז די עיקר שם הסוכה איז וועגן די סכך

איז פאר דו גייסט בויען די סוכה געדענק עס צו מאכן אויף אן אופן כשרה דהיינו נישט העכער 20 אמה לויט די רבנן נישט קלענער פון י' טפחים דריי ווענט (מוז נישט זיין אלע דריי גאנצע ווענט ) און מיט גענוג סכך

יעצט גייט די גמרא מבאר זיין די משנה

די גמרא דא אויף עמו' א' ווערט צוטיילט אויף צוויי ענינים

ענין א' מבאר זיין דעם לשון פסולה אויף צוויי אופנים
ענין ב' די טעם פון די פסול אויף גבוה למעלה מעשרים אמה אויף דעם איז דא דריי טעמים

ענין א'- די גמרא שטעלט זיך אויף די ווארט פסולה

ברענגט די גמרא א לשון פון אן אנדערע משנה א משנה אין מס' עירובין די משנה רעדט דארט פון א מבי וואס דאס איז א גאס ווי עס גייען ארויס צו די גאס תושבים פון עטליכע חצירות

המשך מארגן אי"ה

חזרה
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 29, 2015 1:46 pm

המשך ענין א' ב' ע"א

תגובהדורך חזרה » מיטוואך יוני 10, 2015 4:39 pm

א מבוי איז א גאס (בלאק) וואס אסאך תושבים גייען ארויס פון זייערע חצירות (הייזער) צום זעלבן גאס וואס כאטש מדאורייתא (אין קורצן דער גאס ווערט באנוצט דורך א רבים) איז עס נישט קיין רשות הרבים ווייל ס'איז פארמאכט פון דריי זייטן -אנדערש ווי א רשות הרבים וואס דארף זיין אפען פון ביידע זייטן- האבן אבער חז"ל חייש געווען וועגן מראית עין און חז"ל האבן געהייסן לייגן א קורה אדער לחי העכער די גאס פון איין זייט צום צווייטן ביים וואונקעל ווי די גאס איז אפען צום הויפט גאס

יעצא זאגט דארט די משנה מבוי ד.ה. דער קורה אויב ס'איז העכער 20 אמות ימעט זאל מען עס אראפנידערן נידריגער מאכן

באמערקט די גמרא די חילוק פון די צוויי לשונות דא ביי סוכה שטייט פסולה און דארט -כאטש ס'איז אויך פסול ד.ה. ס'איז נישט גוט דער מבוי אויב ס'איז העכער פון 20 אמות- שטייט אבער נישט פסולה נאר ס'שטייט א תקנתא שטייט אז דו זאלסט עס פארעכטן. שטעלט זיך יעצט די גמרא אויפ'ן שינו הלשון

און די גמרא ענטפערט צוויי תירוצים

א' סוכה דאורייתא תני פסולה רש"י לערנט אז וויבאלד ס'איז א דאורייתא פאסט זיך מער די לשון פסול"ה ס'איז א בחינה פון מושבע ועומד ד.ה. חז"ל קומען דיר יעצט מודיע זיין די הלכה אז דאס איז מן התורה פסול משא"כ ביי מבוי ווערט דאך הערשט יעצט די זאך געבוירן די חכמים זענען דיר יעצט מודיע די חידוש פון מבוי קענסטו נישט זאגן פסול ווייל פון ווען איז דען דעס פסול ? מילא איז מער פאסיג די תקנתא תוס' איז נישט צופרידן פון די תי' ווייל אי הכי אז ביי א זאך וואס איז דאורייתא קומט ענדערש די ווארט פסולה דאן וואס איז די צווייטע תי' פ"וו ציהט די גמרא צוריק פון דעם כלל אלא מאי זאגט תוס' אז דאס האט צו טון מיט לשנא מעליא נקט

ב' צווייטע תירוץ איז אז ביי סוכה כאפט ער אן פסולה אלס דרך קצרה

תמצית ענין א'
די גמ' שטעלט זיך אויף די שינו לשון פון סוכה ביז מבוי
און די גמ' ענטפערט צוויי תירוצים
א' אדער ס'איז א שיפור הלשון (רש"י) אדער ס'איז א לישנא מעליא (תוס') ב' ער כאפט אן דא פסולה אלס לישנא קצרא

חזרה
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 29, 2015 1:46 pm

ח"ג ענין ב' ע"א

תגובהדורך חזרה » דאנארשטאג יוני 11, 2015 3:07 pm

מנא הני מילי
פון ווי נעמט זיך די ווערטער אז סוכה שהיא גבוה למעלה מעשרים אמה איז פסולה

רבה : א פסוק אין די תורה למען ידעו דורותיכם כי בסוכות הושבתי דרש'ן איך אזוי ידעו דו דארפסט וויסן כי בסוכות הושבתי אז דו זיצט יעצט אין א סוכה ד.ה. בשעת דו זיצט יעצט אין סוכה מוז עס זיין אויף אן אופן אז דו ווייסט אז דו ביסט יעצט אונטער סכך און נישט אונטער א דאך עד עשרים אמה אדם יודע ווייל ווען דו קוקסט ארויף אויפ'ן דאך זעהסטו יעצט אז דו ביסט אונטער סכך למעלה מעשרים אמה ווייסטו שוין נישט ווייל דו קענסט עס שוין נישט זעהן דלא שלטא בה עינא

ר' זירא : א צווייטע פסוק וסוכה תהי' לצל יומם ווען משיח וועט קומען וועט מען מער נישט דארפן קיין דעכער זעי איך אז ווען רופט די פסוק אן די זאך סוכה ווען דו זיצט אונטערן שאטן פון די זאך אזוי זעי איך פון יענע פסוק. יעצט ווען די תורה שרייבט דא אז דו דארפסט זיצן אין די סוכה רעדט די תורה -פונקט ווי דארט- רעדט ער דא אויך פון די צל מיינט דאס אז די סוכה מוז זיין געבויעט אזוי אז דו זאלסט זיצן אונטערן שאטן פון די סכך עד עשרים אמה -און מ'רעדט פון א ד' על ד' סוכה עיי' רש"י און די נומער 20 קים להו לרבנן- למעלה מעשרים זיצטו שוין נישט בצל סכך נאר די שאטן פון די ווענט קומען זיך צוזאם: אביי פרעגט אויף דעם, אז לויט דעם וועט מען נישט טארן מאכן א סוכה אין א טאל צווישן בערג דארט ווי דו האסט שאטן פון די בערג אזוי ווי מ'טאר נישט העכער עשרים אמה, אויף דעם ענטפערט ר' זירא און קלארט אויס זיין מימרא אז די פראבלעים איז נאר דעמאלט ווען די צל קומט פון די ווענט פון די סוכה וואס דעמאלט איז עס א פסול אויב קומט עס אבער פון עפעס אנדערש ווי למשל גרויסע בערג וואס ווען מ'קען ווען אוועק נעמען די שאטן פון די בערג וואלט די סוכה -עס איז- געהאט די צל פון די סכך דאן איז נישט קיין פראבלעים

רבא : בסוכות תשבו שבעת ימים ס'מוז זיין געבויעט ווי א דירה של שבעה ימים, ביז עשרים אמה קען א דירת עראי שטיין, למעלה מעשרים אמה מוזטו שוין בויען פעסטע יסודות איז עס שוין נישט קיין דירה של שבעה ד.ה. אז די דירה ווי די תורה האט דיך געהייסן וואוינען זיבן טעג אונטער די צל פון סוכה מוז זיין געבויט ווי א דירת עראי, אויף דעם פרעגט אביי אויב בוי איך א דירה פון אונטער 20 אמות און טאקע מיט שוואכע יסודות אבער מיט געהעריגע אייזענע ווענט בין איך שוין אויך נישט יוצא ווייל א דירת עראי ווערט נישט געבויט מיט אייזענע ווענט, ענטפערט רבא ניין ס'ווענדט זיך אין די יסוד ס'מוז זיין געבויעט אויף א אופן ווי א דירת עראי וואלט ווען געבויעט געווארן דהיינו ביז 20 אמות קען זיך נאך האלטען א דירת עראי העכער דעם איז שוין נישט מעגליך אז ס'זאל זיין א דירת עראי'דיגע אופן, אבער מ'מעג עס בועין מיט א דירת קבוע'דיגע מאטריאל

תמצית ע"ב ע"א
דריי לימודים פון ווי איך לערן אז סוכה למעלה מעשרים אמה איז פסולה
רבה למען ידעו
ר' זירא וסוכה תהי' לצל
רבא דירה של שבעה

אוועטאר
קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

תגובהדורך קאווע באנדל » דאנארשטאג יוני 11, 2015 4:01 pm

ש'כח הרב חזרה, מיר האבן שטארק הנאה פון אייער אשכול.
I'm sorry for writing in English. I don't have a Yiddish keyboard right now

חזרה
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 29, 2015 1:46 pm

ח"ד ענין א' ב' ע"ב

תגובהדורך חזרה » מאנטאג יוני 15, 2015 4:00 pm

נאכדעם וואס די גמרא האט געברענגט די דריי שיטות ברענגט די גמרא פארוואס יעדער האלט זיך צו זיין טעם

ר' זירא מיט רבא ווילן נישט זאגן כרבה ווייל די פסוק פון למען ידעו רעדט בכלל נישט פון יעצט נאר פון ידיעה לדורות דץהץ פשוט אז מ'מאכט די סוכה כדי מ'זאל דערציילן די נס פון די עננים במדבר

רבא מיט רבא ווילן נישטלערנען כר' זירא ווייל דארט רעדט מען פון די מציאות וואס גייט זיין לימות המשיח קענסט אבער נישט א ראי' ברענגען צו מצות סוכה אז דעס זאל זיין א הוחכה לגבי דעם אופן ווי אזוי א צל דארף ווערן געמאכט ר' זירא ענטפערט אויף דעם אז אויב אזוי וואלט געקענט שטיין וחופה תהי' לצל יומם וואס עפעס וסוכה אלא מאי שמעת מינה תרתי

רבה מיט ר' זירא ווילן נישט לערנען כרבא וועגן קטשיא דאביי און זיי האבן נישט אנגענומען די תי' פון רבא

המשך יבוא וגם תוס' ביאור אויף די יעצטיגע גמרא

איך וויל פרעגן צו איינער קען מיר ענטפערן וואס איז די כונת הגמרא מיט די לעצטע פאר שורות מ'געפונט אסאך מאל אזעלגע גמרות איך מיין אז די גמרא וויל מיט דעם צוקומען סוכ"ס צו א סיכום הלכה (אין ביצה דף ג' זעהט אויך אזוי אויס )

חזרה
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 29, 2015 1:46 pm

מודעה

תגובהדורך חזרה » דינסטאג יוני 16, 2015 11:10 am

אזוי ווי מ'גרייט זיך ב"ה דעם קומענדיגן וואך אנהייבן פרק שני ממס' סוכה וועל מיר אי"ה דעמאלט אויך אנהייבן דא פרק שני אזוי וועט עס אי"ה צוהעלפן צום קומענדיגן בחינה אויף דערווייל וועל מיר אי"ה ממשיך זיין ווי מ'האלט מיר אויף דף ב' ע"ב אי"ה שפעטער

חזרה
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 29, 2015 1:46 pm

ח"ה תוס' ביאור ענין א' ב' ע"ב וענין ב' ותמציתה

תגובהדורך חזרה » מיטוואך יוני 17, 2015 1:24 pm

כולהו כרבה לא, ההיא לדורות ופשוט היא זיי האבן נישט אנגענומען די דרש פון רבה (עי' ברי"ף דרבה דרש מלמען ידעו דורותיכם דהיא מיותר ווייל ס'וואלט געקענט שטיין ישבו בסוכות כי בסוכות הושבתי ולא יותר)
כר' זירא לא, ההיא לימות המשיח: דהיינו אז דארט זאגט די פסוק אז בימות המשיח ווען ס'גייט מער נישט זיין קיין פחד אויף די וועלט פון גנבים גזלנים חומסים מלחמה וכדו' גייט מען מער נישט דארפן א דאך אויפ'ן קאפ נאר וועגן די רעגן און די זון , און אויף דעם גייט גענוג זיין סתם א דעק (לשו' רבינו חננאל ) יעצט טענה'ן די תנאים אז פון די מציאות וואס עס גייט זיין פון וואס די פסוק רעדט קענסטו ניט א ראי' ברענגען צו מצות סוכה אז מ'מוז זיצן בצל סוכה דוקא ד.ה. אמת אז די תנאים קריגן נישט אויף די עצם זאך אז עיקר סוכה איז דער צל הסכך (מפרשים געזען אין ארטסקול דענק נישט יעצט גענוי וועלכע מפרש אבער פשוט היא) נאר פון דעם פסו"ק (צו פסל'ן העכער 20 איז נישט גענוג שטארק אפשר האט זיי אויך געבאדערט דעס אז לויט ר' זירא וועט א סוכה יותר מד' מותר ווערן העכער 20 כפי הגמרא להלן קומט אויס אז די פסול פון מל דפנות וועט זיך אלס ווענדן לויט די סייז פון א סוכה (אייגענע הבנה )מילא פון דעם פסוק) קען מען נישט א ראי' ברענגען צו די מצוה פון סוכה און ר' זירא זאגט אז פון דעם וואס די פסוק דרוקט זיך אויס -אויף דעם דעק- מיט דעם ווארט סוכה מער ווי אנדערע לשונות ווי למשל חופה, שמעת מינה תרתי סיי די פשוטו של מקרא און סיי אז ווען די תורה רעדט פון סוכה מיינט עס א זאך וואס דו נוצט דעס אלס א צל

כרבא לא משום קושיא דאביי אז דירה של שבעת ימים און דירת קבע איז בכלל נישט קיין סתירה זיי האבן נישט אנגענומען רבא'ס תי' צו אביי (רש"י ) בד"א פאר ר' זירא האט אויך אביי געפרעגט אבער דארטן האבן זיי יא אנגענומען ר' זירא'ס תי' (תוס')

קומט אויס לויט די גמרא אז יעדער פון די תנאים האבן געהאט א אייגנארטיגע מהלך אינעם טעם פונעם פסול און מיט דעם וועט מען בעסער פארשטיין ענין ב' (אייגענע הבנה)

ענין ב' בקיצור

די גמרא ברענגט דריי אמוראים מיט מימרות בשם רב בענין המחלוקת בין הת"ק לר"י

א' ר' יאשי' מחלוקת בשאין דפנות מגיעות לסכך אבער ביי מגיעות לסכך זענען די רבנן מודה אז ס'איז נישטא קיין פסול
ב' רב הונא מחלוקת בסוכת ד' על ד' אבער מער ווי א ד' על ד' זענען די רבנן מודה אז ס'איז נישטא קיין פסול
ג' רב חנן בר רבה מחלוקת ביי א סוכה שאינה מחזקת ראשו ורובו אבער מחזקת זענען די רבנן מודה אז ס'איז נישטא קיין פסול

און די גמרא איז מסביר יעדע אמורא כמאן ? ווי וועלכע פון די דריי אויבענדערמאנטע תנאים וואס ברענגען דעם טעם הפסול וועט שטימען די מימרות בשם רב

זאגט די גמרא מימרא א' וועט זיין לויט רבה וואס זיין טעם איז אז דו דארפסט יעצט זעין די סכך איז סתם עשרים אמה איז לא שלטה בה עינא אבער דרך דפנות קען מען יא זעין אפילו ס'איז העכער עשרים -ווייל מ'קוקט פון אונטן ארויף די גאנצע וואנטביז די סכך- (פשטות) ווייל לגבי די טעם פון עראי רבא וואס איז א נפקא מינא יא מגיעות נישט מגיעות א עראי קען נישט געבויעט ווערן העכער 20 סיי ווי זוי, אזוי אויך לגבי צל ר' זירא וועט מיר אויך נישט העלפן מגיעות (רש"י)
אבער ביי מבוי וויבאלד די קורה איז דארט א טפח אנדערש ווי א סוכה וואס איז מער ברייט וועט ביי מבוי נישט העלפן דרך דפנות (תוס')

מימרא ב' וועט גיין לויט ר' זירא ווייל ביי מער ווי ד' איז דא צל סכך אפי' ביי העכער 20 אזוי איז קום להו לרבנן (רש"י ע"א)

מימרא ג' איז נישט ווי קיינעם וויל לא משלט בה עינא איז אפילו ביי א סוכה וואס איז מחזקת יותר די זעלבע די פראבלעים פון צל דפנות איז נאך אלס דא (ביז ד' אמות ומובן) און די זעלבע לגבי די טעם פון עראי כנ"ל (רש"י) וואס איז יא די טעם ההיתר לויט רב חנן בר רבה עי' תוס'

תמצית ענין א' וענין ב' ביחד
כרבה לא סבירא להו ההיא לדורות און לויט רבה וועט זיין כשר כשדפנות מגיעות לסכך ר' יאשיהו אמר רב (וכן פסקינן ר"ח)
כר' זירא לא סבירא להו ההיא לימות המשיח און לויט ר' זירא וועט זיין כשר בסוכת ד' על ד' ויותר רב הונא אמר רב
כרבא לא סבירא להו משום קשיא דאביי און לויט רבא וועט נישט זיין קיין אופן היתר למעלה מעשרים אמה

חזרה
שר חמש מאות
תגובות: 682
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 29, 2015 1:46 pm

תגובהדורך חזרה » דינסטאג יוני 23, 2015 12:56 pm

ליידער האב איך נישט צייט ממשיך צו זיין האף מיר נעקסטע וואך ממשיך צו זיין אגב ווער ס'האט הנאה פון דעם אשכול זאל מיר ביטע שיקן ין אישי כדי צו וויסן


צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט