קושיות והערות על שיעור היום - מס' ראש השנה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » מיטוואך דעצמבער 10, 2014 7:47 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:שטימט מיר עפעס נישט דא, אויף דף ח' ע"א בלייבט די גמרא אז לכו"ע איז לבשו כרים צאן אין אדר און "אויך" אין ניסן, און אויף דף י"א ע"א זעהט אויס די גמ' נעמט אן בפשטות אז דאס איז א זמן בהמה ווייל ס'שטייט לבשו כרים צאן וכו' יתרועעו אף ישירו, און דאס איז חודש ניסן.

לכאו' אידאך ניסן נאר "אויך" א זמן בהמה אבער דער עיקר איז אדר?


די רש״ש ענפערט אז די גמרא אויף דף ח׳ זאגעט דאך אז די שפעטערדיגע איז דע זמן ניסן אויף דעם איז תרועעו אף ישירו,
אין דא ביי בריאת העולם איז דאך נישט געווען קיין בהמות אדר איז דאך אלעס געווען שפעטערדיגע איז די זמן ניסן

ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

דף ט''ז.

תגובהדורך ביבער היט » זונטאג דעצמבער 14, 2014 1:19 pm

אויף דף ט''ז אין די משנה איז מבואר א פלאדיגע זאך אז א חוץ וואס די מענטש בפרטיות ווערט נידון אויף זיינע פערזענליכע צרכים אום ר'ה איז נאך חוץ מזה דא דריי דינים בפרטיות אויף 'מים' 'תבואה' און 'פירות' לויט ווי די ר''ן לערנט איז חוץ פון וואס עס ווערט אפגעפסקנט פאר די מענטש א דין איז עקסטער דא א נידון אויף די כלליות הבריאה און לפי זה איז מען דן יעדן באזינדער וויפיל זכות ער זאל האבן פון די כלליותדיגע פסק

מען דארף נאר פארשטיין לפי''ז וואס האט די זכות האדם בדין אום ר''ה א שייכות צו די פראצענטן וואס די וועלט בכלליות האט באקומען אין תבואה, אויב די מענטש איז זוכה אין א גיטע יאר פארוואס זאל זיך די פסק ווענדן אין די כלליות העולם?
די טורי אבן האט א שיינע אריכות בכלל אין די זמנים וואס די דינים קומען פאר

לפי ביאור הריטב''א איז די נידון אויף תבואה/פירות/מים נאר אין די זמנים הנ''ל און נישט אום ר''ה ר''ה איז מען נאר דן אויף די אנדערע צרכי בני אדם
די ריטב''א זאגט אז די נוסח פון אינזער תפילה ביי מוסף ר''ה איזו לרעב ואיזו לשובע שטימט נישט מיט די דברי המשנה די ריטב''א ברענגט א אנדערע כוונה אין איזו לרעב אז דאס איז א פרטיותדיגע זאך אויף די מענטש צו ער זאל זאט ווערן פון זיין עסן צו נישט ווייל אמאל איז א מענטש אין א מהומה און ער ווערט נישט געזעטיגט

באמת די גמרא אין ביצה זאגט קלאר אז מזונותיו של אדם קצובין לו מר''ה

ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

תגובהדורך ביבער היט » זונטאג דעצמבער 14, 2014 1:23 pm

אין די גמרא שטייט אז א מענטש זאל שנעל אנזייען נאך תבואה אויב זעהט ער אז די שניט איז מצליח
איז רש''י מבאר ווייל אזוי וועט ער קענען פארזיכערן די נייע תבואה ניצול צו ווערן פינעם קומענדיגער דין אין פסח
וואס איז די ביאור אז אויב מען האט שוין אנגעזייט איז שוין גרינגער די פסק?

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » זונטאג דעצמבער 14, 2014 2:58 pm

ביבער היט האט געשריבן:אין די גמרא שטייט אז א מענטש זאל שנעל אנזייען נאך תבואה אויב זעהט ער אז די שניט איז מצליח
איז רש''י מבאר ווייל אזוי וועט ער קענען פארזיכערן די נייע תבואה ניצול צו ווערן פינעם קומענדיגער דין אין פסח
וואס איז די ביאור אז אויב מען האט שוין אנגעזייט איז שוין גרינגער די פסק?


לויט וויאזוי רש"י זאגט "וגדל קצת ואינו ממהר שוב להתקלקל" איז עס איינמאל ס'וואקסט ווערט עס שוין נישט אזוי שנעל נתקלקל.

ועיין ברש"ש אז ער זאגט ס'פעלט אפילו נישט אויס אנצופלאנצען פריער. עיי"ש

null
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 05, 2014 4:33 pm
לאקאציע: dev/null/

תגובהדורך null » זונטאג דעצמבער 14, 2014 2:58 pm

ביבער היט האט געשריבן:אין די גמרא שטייט אז א מענטש זאל שנעל אנזייען נאך תבואה אויב זעהט ער אז די שניט איז מצליח
איז רש''י מבאר ווייל אזוי וועט ער קענען פארזיכערן די נייע תבואה ניצול צו ווערן פינעם קומענדיגער דין אין פסח
וואס איז די ביאור אז אויב מען האט שוין אנגעזייט איז שוין גרינגער די פסק?

רש"י איז מסביר אז מען זאל אנזייען ביים רביעה שני' (לפי זכרוני איז דאס כסלו) אנשטאט אדר, לכאו' איז דער פשט אז כדי עס זאל שוין זיין פערטיג אויף פסח

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » זונטאג דעצמבער 14, 2014 4:51 pm

דף יד.

די גמרא זאגט אז ביי אילנות גייט מען בתר חנטה כתבואת גורן ויקב שגדילין על מי שנה שעברה ומתעשרין לשנה שעברה אף כל שגדילין וכו'.

איך פארשטיי נישט וואס טוט זיך מיט זיתים וענבים זענען דאך אויך אילנות און מ'גייט ביי זיי בתר שנה שהביאו שליש? און פארוואס זאל איך נישט זאגן אז אלע אילנות זאל מען גיין אזויווי זיתים וענבים בתר שליש?

null
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 05, 2014 4:33 pm
לאקאציע: dev/null/

תגובהדורך null » מאנטאג דעצמבער 15, 2014 5:43 am

דאס איז די גמ' קשי' מנה"מ. (דף י"ב עמו' ב')
עיין רש"י יב עמו' ב' ד"ה התבואה, אז תירוש איז תבואה, וע"ע ד"ה מנה"מ.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25464
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

קושיות והערות על שיעור היום - מס' ראש השנה

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 15, 2014 7:18 am

זמני וסיבות התחדשות השנה במיני צמחים לגבי מעשרות ושביעת

1. ירקות - בתר לקיטה (היינו אחר גמר הפרי עי' תוס' יג: ד"ה אחר גמר פרי) מדרבנן ואסמכוהו אקרא של באספך מגרנך ומיקבך למר כדאית ליה ולמר כדאית ליה - ר"ה דידהו בתשרי

2. פירות האילן - בתר חנטה מדרבנן ואסמכוהו אקרא דלעיל למכדא"ל ולמכדא"ל, ר"ה דידהו בא' בשבט לב"ש וט"ו בשבט לב"ה - נלמד מובשנה הרביעית ובשנה החמישית שר"ה שלהם אינו בתשרי - ובשבט משום שעאע"פ שרוב התקופה עדיין מבחוץ נשתלמו רוב גשמי השנה (גמ' דף יד. ובתוס' שם)

3. תבואה וזיתים (דגן תירוש ויצהר) בתר הבאת שליש מדאורייתא - ילפינן לה (למסקנת הגמ') מועשת התבואה לשלש א"ת לשלש אלא לשליש - ר"ה של תבואה בתשרי ושל זיתים וענבים בט"ו בשבט

4. זרעים וקטניות - אזלינן בתר השרשה משום דעשיין פרכין פרכין, בין לת"ק ובין לר"ש שזורי אבל שמואל מצא תנא דפליג וס"ל שגם בהן אזלינן בתר גמר פרי - ר"ה שלהן בתשרי


(מקען מאכן א טעות אז 'התלתן השתצמח' איז א באזונדערע שיעור, אבער תוס' באווארנט דאס אז איז דער הבאת שליש ביי תלתן עיי"ש - משתצמח איז טייטש אז,דער זרע פון אינעווייניג איז גענוג גרויס שאם מזריעין אותה יהי' צומח והיינו שהביאה שליש)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25464
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 15, 2014 7:22 am

yahoo האט געשריבן:דף יד.

די גמרא זאגט אז ביי אילנות גייט מען בתר חנטה כתבואת גורן ויקב שגדילין על מי שנה שעברה ומתעשרין לשנה שעברה אף כל שגדילין וכו'.

איך פארשטיי נישט וואס טוט זיך מיט זיתים וענבים זענען דאך אויך אילנות און מ'גייט ביי זיי בתר שנה שהביאו שליש? און פארוואס זאל איך נישט זאגן אז אלע אילנות זאל מען גיין אזויווי זיתים וענבים בתר שליש?

זעה באריכות בדף יב: בתוד"ה התבואה, תוס' לערנט מהאי טעמא אנדערש ווי רש"י בפשט דברי הגמ' און חגבי שביעית למשל גייט מען אפי' ביי ענבים אחר חנטה, נאר לגבי שיתחייבו במעשרות גייט מען בתר הבאת שליש.

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » מאנטאג דעצמבער 15, 2014 2:55 pm

איך האב נישט יעצט נאכגעקוקט דעם תוס' אבער ביים לערנען יענע דף האב איך געגעבן א שנעלע בליק אריין אין דעם תוס' און לויט וויאזוי איך געדענק איז תוס' נאר מחולק מיט דעם וואס רש"י זאגט אז תבואה מיינט ענבים אויך, אבער אז דו זאגסט אז תוספת רעדט פון זיתים אויך, העמיר זיך דארפן געהעריג זעצן לערנען דעם תוס'.

ייש"כ פאר דען מראה מקום

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » מאנטאג דעצמבער 15, 2014 2:57 pm

null האט געשריבן:דאס איז די גמ' קשי' מנה"מ. (דף י"ב עמו' ב')
עיין רש"י יב עמו' ב' ד"ה התבואה, אז תירוש איז תבואה, וע"ע ד"ה מנה"מ.


די גמרא'ס קשיא איז נאר מנה"מ אז ביי תבואה וזיתים אזלינן בתר שליש, און מ'רעדט נישט דארט פון שאר אילנות

null
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 05, 2014 4:33 pm
לאקאציע: dev/null/

תגובהדורך null » מאנטאג דעצמבער 15, 2014 9:52 pm

yahoo האט געשריבן:
null האט געשריבן:דאס איז די גמ' קשי' מנה"מ. (דף י"ב עמו' ב')
עיין רש"י יב עמו' ב' ד"ה התבואה, אז תירוש איז תבואה, וע"ע ד"ה מנה"מ.


די גמרא'ס קשיא איז נאר מנה"מ אז ביי תבואה וזיתים אזלינן בתר שליש, און מ'רעדט נישט דארט פון שאר אילנות

גערעכט, כ'האב נישט גיט פארשטאנען (לייען געלייענט) וואס די האסט געפרעגט,
אבער דאס קען מען אויך פארשטיין פון רש"י ד"ה מנה"מ צוזאמען מיט רש"י ד"ה באספך מגרנך ומיקבך דף יד עמו' א', סוף רש"י מנה"מ זאגט ער שע"י שרף שבא וכו' ובו נגמרין, אין סוף ד"ה באספך, שהבאת שליש שלהן היא גדילתן וכו'.
איז משמע די פשט אז מעשר געט מען לויט די יאר וואס איז גורם אז עס זאל וואקסן, ביי תבואה איז דאס ביים הבאת שליש (שהבאת שליש היא גדילתן) משא"כ ביי א אילן דאס וואקס אויפן רעגן פון ביז די חנטה (שע"י שרף האילן שבא לפני חנטה ... ובו נגמרין)
ווידעראום ירקות וואקסט אויף די גשמים ממש פארן שניידן (על מי שנה הבאה) גייט מען בתר לקיטה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25464
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 3:10 pm

yahoo האט געשריבן:
null האט געשריבן:דאס איז די גמ' קשי' מנה"מ. (דף י"ב עמו' ב')
עיין רש"י יב עמו' ב' ד"ה התבואה, אז תירוש איז תבואה, וע"ע ד"ה מנה"מ.


די גמרא'ס קשיא איז נאר מנה"מ אז ביי תבואה וזיתים אזלינן בתר שליש, און מ'רעדט נישט דארט פון שאר אילנות

דאס אז ביי שאר אילנות גייט מען בתר חנטה איז לויט רש"י נכלל און די לימודים פון באספך מגרנך ומיקבך, און דאס וואס זייער ר"ה איז שבט און נישט תשרי לערנט זיך פון ובשנה הרביעית ובשנה החמישית פון דף יא. - אינאיינעם מיט די סברא פון רוב גשמי השנה זענען שוין געווען פון דף יד.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25464
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 17, 2014 10:59 am

דא האבן מיר געשריבן איבער די גמרא אויף דף טו בנוגע די פטור פון מעשר ביי פירות שביעית, וואס מיר האבן אויך געלערנט דערוועגן אין שקלים ג.

רש"י דא ברענגט אז דער לימוד אז פירות שביעית זענען פטור פון מעשרות לערנט זיך פון ואכלו אביוני עמך ויתרם תאכל חיית השדה, בין איך מקיש אז גענוי ווי חיות מוזן נישט געבן מעשר (מ'רעדט נישט דא פון חמורו של רפב"י..) איז דער מענטש אויך פטור ממעשר.
למעשה איז דא א באזונדערע פסוק אז הפקר איז פטור פון מעשר, מ'לערנט דאס פון ובא הלוי שאין לו חלק ונחלה עמך, נאר דארט ווי ער האט נישט קיין חלק ונחלה עמך אבער אין הפקר איז ער דאך אן אייניגער מחותן.

דער טורי אבן דא אויפן פלאץ פרעגט פארוואס מען דארף צוויי באזונדערע לימודים, שביעית איז דאך אלעס הפקר און הפקר איז דאך פטור ממעשר, ועי' גם ברש"ש דא אויפן פלאץ וואס ער רעדט דערוועגן.

איבער די שאלה צו יד הכל ממשמשין בה אליינס איז שוין א פטור פאר מעשר, מ'זעהט דא א מחלוקת און רש"י זאגט ווייל דאס איז ווי א הפקר בע"כ און באמת איז דאס גזל, דאס שטימט מיט די איבעיא פון די גמ' דארט אין שקלים צו הפקר בי"ד הפקר איז אויך לגבי פטור ממעשר, און די קשיא איז, פארוואס דען נישט? איינמאל דער זאך איז הפקר איז דאך דא א פסוק אז הפקר איז פטור ממעשר, נאר ווילבאלד די חכמים זענען עס מפקיר בע"כ פונעם בעה"ב אפשר זאל דאס נישט האבן אן הלכה פון הפקר לגבי מעשר ווי מ'זעהט דא ביים אתרוג של ששית הנכנסת לשביעית, ודו"ק.

-

וואס טוט זיך מיט תרומה, איז פירות שביעית פטור מתרומה? און פירות של הפקר?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25464
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 17, 2014 5:11 pm

בנוגע תרומה, דער רמב"ם אין הל' מתנ"ע פ"ו ה"ה פסקנט קלאר, שנת השמטה כולה הפקר ואין בה לא תרומה ולא מעשרות כלל.

ובפשטות םונעם לימוד וואס,רש"י ברענגט פון ואכלו אביוני עמך איז נישט קיין חילוק צווישן תרומות אדער מעשרות.

אבער ביי אלגעמיינע הפקר וואס מ'לערנט פון ובא הלוי, איז,אויך פטור פון תרומה?

זאגט דער הייליגער רמב"ם אין הל' תרומות פ"ב הי"א, וכן ההפקר פטור מן התרומה.

זעה איך דארט אין ספר המפתח אז,עס זענען לעולם פארהאן דריי פסוקים, אויסער די צוויי וואס מהאמיר שוין דערמאנט איז דא א לימוד 'זרעך ולא הפקר'.

ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

קושיות והערות על שיעור היום - פרק אם אין מכירין

תגובהדורך ביבער היט » דינסטאג דעצמבער 23, 2014 1:21 pm

אויף דף כ''ב ע''ב איז די גמרא מבאר וויאזוי עס איז געווארן די תקנה שאין מקבלין אלא מן המכירין נאכדעים וואס די בייתוסין האבן פרובירט צו איינארען די חכמים מיט די זמן פון ר''ח ווייל זיי האבן געהאט א אינטערעס אז מען זאל קובע זיין פסח לויט זייער חשבון
ועי' במהרש''א ווי ער גלייכט צו די גאנצע סיפור הדברים צו גמרות ווי מען געפינט אז די מלכות הרשעה האט געוואלט עוקר זיין סמוכין פון כלל ישראל
די גמרא איז צוגעפאסט צו די ימי החנוכה ווי די יוונים מיט די מיטארבעט פון די מתיוונים האבן געוואלט אויסרייסען די תורה פינעם כלל ישראל און עס איז בחסדי ד' נישט געלונגען.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25464
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 24, 2014 11:27 pm

בדף יט: פירט אויס די גמרא אז די איינציגע צוויי ימים טובים פון מגילת תענית וואס זענען נישט בטל געווארן בחורבן הבית זענען חנוכה און פורים.

וואס האט 'פורים' מיט די מגילת תענית, דאס איז,דאך נאך פון פריער מימי הנבואה פון מרדכי ואסתר וחגי זכריה ומלאכי?

-

שוב מצאתי שהטורי אבן בתוה"ד עמד ע"ז ותירוץ דקאי על מה שהוסיפו במגילת תענית ליתן את של י"ד לבני ט"ו וכן להיפך עיי"ש ובגמ' מגילה דף ה'

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » דאנארשטאג דעצמבער 25, 2014 4:47 pm

דף כ:

ביים סוף פונעם עמוד, די גמרא פרעגט 'וליעבד נמי ארביסר דלמא חסרוה לאב' איך פארשטיי נישט וויאזוי דעס ארבעט, אין דף יח. האט מען געלערנט אז אויף אלול שיקט מען ארויס שלוחים נו ווייסט מען דאך אויב אב איז חסר אדער נישט?
און די תירוץ פון די גמרא איז אויך עפעס וואס איך פארשטיי נישט אזוי גוט, 'תרי ירחי חסרי קלא אית להו' און רש"י זאגט אז טבת און תמוז זענען שטענדיג חסר לפי הסדר אחד מלא ואחד חסר, אויב גיי איך מיט א סדר דאן וואס איז די גאנצע שאלה פארוואס גיי איך נישט ווייטער מיט'ן סדר?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25464
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג ינואר 04, 2015 3:49 pm

בדף כו: אין די משנה ביי ופיו מצופה זהב זאגט רש"י 'בשל מקדש קאמר' און שפעטער אין די גמ' כז. זאגט אז דאס וואס די משנה זאגט שתי חצוצרות מן הצדדין איז נאר געווען אין ביהמ"ק, ברענגט די גמ' א ראיה פון פסוק בחצוצרות וקול שופר. איז פון וואנעט נעמט רש"י אז אויך דער פיו מצופה זהב איז נאר במקדש?

בכלל, וואס הייסט במקדש, איז עפעס געווען א באזונדערע מצוה צו בלאזן שופר אין בית המקדש אום ראש השנה? האט דאס געהאט מיט די הקרבת המוספין?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25464
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג ינואר 04, 2015 4:00 pm

לולי תורתך שעשועי האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:להערה בעלמא: די תוספות בדף ז. ד"ה לתקופות איז א יסוד מוסד ובסיס פאר חשבון התקופות והמולדות, עס לוינט אדורכצולערנען.

צום סוף בלייבט תוס' מיט א מורא'דיגע קשיא איבער די מחלוקת פון ר"א ור"י צו בניסן אדער בתשרי נברא העולם, ווייל די מחלוקת מאכט דאך שטארק אויס לחשבון המולדות, נו דער מולד הלבנה איז דאך א מציאות ומעשים בכל יום, קען מען זיך דאך איבערצייגן ווען דאס קומט פאר, איז וויאזוי איז,שייך צו קריגן אין א מציאות?

איז דא עפעס א גוטע תירוץ אויף תוס' קשיא? איך דענק אז יש אומרים שבמציאות גם ר' יהושע מודה שבתשרי נברא העולם אלא שבמחשבה עלתה כביכול לפניו לברוא מניסן ורבי יהושע מונה גם את הבריאה במחשבה, ווער איז דער מקור ראשון צו דעם תירוץ?


עי' בתוס' להלן דף כז. (ד"ה כמאן) וז"ל בסו"ד: ומה שיסד ר"א הקליר בגשם דשמיני עצרת כר"א דאמר בתשרי נברא העולם ובשל פסח יסד כר' יהושע, אומר ר"ת דאלו ואלו דברי אלקים חיים ואיכא למימר דבתשרי עלה במחשבה לבראות ולא נברא עד ניסן ודכוותה אשכחן בפרק עושין פסין (עירובין דף יח. ושם) גבי אדם שעלה במחשבה לבראות שנים ולבסוף לא נברא אלא אחד:

רבי יוסף ענגיל זצ"ל אין זיינע גליונות דא בדף כז. ברענגט אז דער הייליגער אוה"ח הק' אין פר' בראשית זאגט מדעת עצמו דער ענין פון מישבה און מעשה און ער זאגט אז עס קען גיין ביידע וועגן, לייגט ר"י ענגיל צו אז פון אריה"ק שטייט דוקא אזוי ווי תוס' אז די מחשבה איז געווען תשרי, און דאס זאגן מיר 'היום הרת עולם' מלשון הריון היינו מחשבה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25464
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג ינואר 04, 2015 4:19 pm

מיללער האט געשריבן:
בכלל, וואס הייסט במקדש, איז עפעס געווען א באזונדערע מצוה צו בלאזן שופר אין בית המקדש אום ראש השנה? האט דאס געהאט מיט די הקרבת המוספין?


יעצט קלער איך אז מ'רעדט דא פון די אלגעמיינע מצוה פון תקיעה בשופר וחצוצרות אין ביהמ"ק וואס איז דא א מצוה אין פר' בהעלותך אז ביי הקרבת קרבנות האט מען אלעמאל געבלאזן בחצוצרות וקול שופר, האט מען ביום ראש השנה געשטעלט דעם שופר אין צענטער מיט חצוצרות פון די צדדין להראות אז היינט איז דא א ספעציעלער חביבות צום שופר.

אבער א וודאי איז אויסער דעם דא א מצוה פון תקיעת שופר בפני עצמו וואס האט נישט מיטן מקדש.

(ולפי"ז אפשר לתרץ דברי רש"י שפיו מצופה זהב היה דוקא במקדש והקשינו מנ"ל לרש"י הא [ואח"כ ראיתי שגם הרש"ש עמד ונדחק בזה], אבל לאור הנ"ל מדיוק שהרי האחרונים הקשו איפה ציפהו השופר בזהב הרי אין קטיגור נעשה סניגור וכיון דלזכרון אתי כלפנים דמי כדלעיל בדף כו. לזה פי' רש"י שהמשנה בע"כ מיירי בשופר שבמקדש מהא דשתי חצוצרות מן הצדדין, ובמקדש מדובר בתקיעות שעל הקרבנות שאינה לזכרון ואינה כלפנים ושם ליכא הענין של אין קטיגור נכשה סניגור, אבל אה"נ שלמצוות תקיעת שופר אינם מצפים השופר בזהב משום איח קטיגור ודו"ק)

איך ווייס אבער נישט צו דאס איז,דער ריכטיגער פשט

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » מאנטאג ינואר 05, 2015 3:10 pm

איך האלט נישט אז דאס איז די ריכטיגע פשט, אבער מקום הניחו לך להתגדר און דו קענסט עס אריינשרייבן אין דיין ספר וואס דו וועסט ארויסגעבן על הש"ס

וועגן די אין קטיגור נעשה סניגור גלויב איך אז דו האסט אויך געזען וואס דער יכין אות יד האט צוזאגן אויף דעם

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג ינואר 05, 2015 3:18 pm

ס'דא א שיינע קשיא, מ'האמיר דאך געלערנט אין פסחים אז "קול מראה וריח" אין בהם משום מעילה, טא וויאזוי איז מען מועל אינעם שופר של עולה דורך בלאזן?

איין תירוץ איז אז מ'איז מועל דורכן זיך משתמש זיין מיטן עצם שופר.

-

מאידך גיסא, אויב כ'זאג מצות לאו ליהנות נתנו, און דער רשב"א האלט אז ס'ווערט נישט נחשב אלץ א הנאה, אויב אזוי פארוואס הנודר מן המעיין טובל בו בימות הגשמים אבל לא בימות החמה, לכאו' איז דאך דאס נישט קיין הנאה כלל וכלל לא?

איין תירוץ אין שער המלך אז כ'האב מורא ער וועט זיך זוימן אינעם מעיין א מינוט נאכן טבילה, איז שוין נישטא קיין מצוה אבער ער האט הנאה.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25464
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 06, 2015 9:03 am

בדף ל: במוסף מהו אומר, הרנינו וגו' 'במנחה' מהו אומר, קול ה' יחיל מדבר וגו'

בפשטות 'במנחה' מיינט דעם תמיד של בין הערבים און די גמרא רופט עס 'מנחה', איז אינטערעסאנט אז מיר האבן געלערנט אין פסחים סמוך למנחה שטעלט זיך תוס' (דף קז. ד"ה סמוך) פארוואס מער רופן תפלת מנחה בשם מנחה, און ער ברענגט נישט אז,דער תמיד זעלבסט האט שוין געהייסן מנחה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25464
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג ינואר 08, 2015 6:07 am

בדף ל-לא גייט די גמ' אריבער די שיר של יום וואס די לוים האבן געזינגען בביהמ"ק, ביי די תמידים של שחר און מוספי היום.

דא שטייט נישט אין א געווענליכען טאג וואס מען האט געזינגען ביים תמיד של בין הערבים (נאר שבת און ר"ה שמועסט די גמ' אויס) סיידן איך וועל זאגן אז מ'האט דעם טעגליכן שיר געזינגען צוויי מאל ביי ביידע תמידים.


צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט