מודעות שונות

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25457
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מוצ"ש אוגוסט 27, 2016 10:39 pm

קומענדיגע מאנטאג לסדר ראה אנכי נותן לפניכם ברכה תשע"ו לפ"ק, קומט פאר די מאנאטליכע פארהער פאר חבורת תורתך שעשועי אויף די דפים פון ס"ב ביז ע"ז ממס' יבמות, הזורעים בדמעה ברנה יקצורו, ללמוד ולשנן לחזור ולגרוס כדי שיהא דברי התורה מחודדים בפינו ונבלע באברינו.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25457
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 22, 2016 11:07 pm

קומענדיגען זונטאג לסדר אתם נצבים היום, א' סליחות, הבעל"ט קומט פאר די רעגלמעסיגע פארהער פאר חבורתינו הרוממה חבורת תורתך שעשועי, די פארהער וועט זיין אויף דפים עח-צג ממסכת יבמות, בעזהשי"ת.

יהי רצון שנזכה לעמוד בנסיון ולהצליח, ובזכות זה להינצל מכל נסיון ומכל בזיון, ולהצליח בכל הענינים, ובזכות ההכנה לימי הנסיון נזכה להכנה דרבה להימים הנוראים הבעל"ט, ולזכות בדין להגיד ליעקב דבר חוק ומשפט, להצדיקנו במשפט המלך המשפט.

shalsheles
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

תגובהדורך shalsheles » פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 1:47 am

מיללער האט געשריבן:קומענדיגען זונטאג לסדר אתם נצבים היום, א' סליחות, הבעל"ט קומט פאר די רעגלמעסיגע פארהער פאר חבורתינו הרוממה חבורת תורתך שעשועי, די פארהער וועט זיין אויף דפים עח-צג ממסכת יבמות, בעזהשי"ת.

יהי רצון שנזכה לעמוד בנסיון ולהצליח, ובזכות זה להינצל מכל נסיון ומכל בזיון, ולהצליח בכל הענינים, ובזכות ההכנה לימי הנסיון נזכה להכנה דרבה להימים הנוראים הבעל"ט, ולזכות בדין להגיד ליעקב דבר חוק ומשפט, להצדיקנו במשפט המלך המשפט.


דער אייבערשטער זאל העלפן עס זאל מקויים ווערן אלע ברכות הנ״ל ובזכות לימוד התורה עוז חיינו, נזכה לקבל בקרוב משיח צדקנו, בהרחבת הדעת ובאנפין נהירין.
(אגב,דערמאנט מיך א ווערטל אמאל געהערט, אז א ארץ ישראלדיגער מגי״ש אין אמעריקע האט אמאל געהערט פון א בחור אז ער גייט פאר א קולטשור, פרעגט ער וואס איז דאס, זאגט מען אים א טעסט, די אנדערע וואך פאר די בחינה רופט ער אויס ״עס גייט זיין א קולטשור״...)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25457
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מוצ"ש אוקטובער 29, 2016 9:54 pm

מארגן נאכט, זונטאג פר' נח תשע"ז קומט פאר די חודש'ליכע פארהער פאר חבורת תורתך שעשועי, די יעצטיגע בחינה נעמט אריין נאר דרייצן בלאט פון דף צד ממס' יבמות ביז דף קו, די קומענדיגע בחינה בעזהשי"ת וועט אי"ה זיין צום סיום המסכתא בסיעתא דשמיא און הכנה להתחלת מסכת כתובות מיט'ן אייבירשטענס הילף.

מחיל אל חיל נלך, מיום ליום מחודש לחודש ומשנה לשנה

מיר ענדיגען ש"ס, איין בלאט אויפאמאל!

אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

תגובהדורך ישמחו » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 12:06 pm

היינט באקומען אן אימעיל פונעם לוח אויף מס' כתובות, און דערצו א גאר הארציגער בריוו געשריבן דורך די הנהלת תורתך שעשועי.

ברוך שנתן תורה
שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה.

כשם שעזרתנו לסיים מסכת יבמות... כן תעזרנו להתחיל מסכת כתובות ולסיימו! (בייגעלייגט איז דער לוח הלימוד אויף שנת תשע"ז לפ"ק).

בשיר ושבח להשי"ת האבן מיר דערגרייכט דעם קלימאקס פון 925(!) דפים גמרא אין ש"ס! מיט דעם יעצטיגן סיום פון מסכתא יבמות, פון די שווערסטע מסכתות שבש"ס, מיט די פארצווייגטע סוגיות בדיני יבום וחליצה, וואס מיר האבן געהאט די זכי' צו ענדיגן און אדורכלערנען, יחד אלפי ישראל אין ראם פון די חבורה.

מי מילל ומי פילל! מיט בלויז 4 יאר צוריק ווען "תורתך שעשועי" האט געמאלדן די בשורה מרנינה איבער איר התייסדות, ווער האט זיך עס געקענט גלייבן אז אזויפיל
שווערע הונדערטער חתני התורה וועלן שטיין ביי דעם מאמענט, בחודש מרחשון שנת תשע"ז לפ"ק, און אויסשרייען "הדרן עלך מסכת יבמות"!

פון בלויז 100 געמאלדענע לומדים צו די ערשטע בחינה, איז "תורתך שעשועי" זיך צעוואקסן בליעה"ר צו העכער 2,000 לומדים בלויז אין ניו יארק, אין צוגאב צו א ריזן ציבור אנשי שלומינו בארבע פינות העולם, פון לעיקוואוד ביז מאנטשעסטער, און פון בית שמש ביז בראזיל, ובכל הארץ יצא קוום, אלס די סוקסעספולע חבורה וואס האט אויסגעטרעטן דעם וועג פאר "אלע" אנדערע חבורות התורה ביים היימישן ציבור, צו מסדר זיין דעם סדר פון חזרה און בחינות, וואס נאר אזוי קען מען מצליח זיין.

מסכתא יבמות האט אונז אפגעקאסט אסאך יגיעה און פלאג, עמל התורה וואס קומט יעצט צום זיסטן קלימאקס! דאס דערמאנט אונז די גמרא סוף מס' סוכה, אז לעתיד לבא וועט זיין א דאפעלטע בכי, הללו והללו בוכים, צדיקים נדמה להם כהר גבוה, די צדיקים וועלן וויינען פאר שמחה, היאך יכולנו לכבוש הר גבוה כזה, מ'וועט זיך וואונדערן וויאזוי האבן מיר געקענט בייקומען אזעלכע שווערע בערג פון תורה ומצוות, והללו בוכים, און אנדערע וועלן וויינען מיט אן אנדערע סארט געוויין, היאך לא יכולנו לכבוש את חוט השערה הזה, פארוואס האבן מיר נישט געהאט דעם שכל זיך צוצושטעלן און אינאיינעם איבערקומען די שווערע בערג.

איינס פון די שווערסטע בערג דורכאויס ש"ס תלמוד בבלי, וואס ליגט פארן יעדן איד צו לערנען, איז ווי יעדער פארשטייט אויך מסכת יבמות מיט אירע זעכצן פרקים, און הונדערט-צוויי-און-צוואנציג דפים, אנגעפילט מיט די שווערסטע מושגים און חשבונות בדיני יבום וחליצה.


די אלע אידן פון אונזער חבורה, די גליקליכע לומדים וועלכע זענען יעצט מסיים מס' יבמות, איז זייער הארץ אנגעפילט מיט א בכי של שמחה, הללו בוכים היאך יכולנו לכבוש הר גבוה כזה! ס'לאזט זיך נישט גלייבן וויאזוי מיר האבן געקענט אדורכלערנען איין מאל, צוויי מאל און דריי מאל אזא לאנגע, שווערע, און פארצווייגטע מסכתא אין ש"ס, דאס לערנען און חזר'ן, בשבתך בביתך ובלכתך בדרך, אנגעהויבן פארגאנגענעם ב' ניסן, אזוי דעם גאנצן זומער, די ימים נוראים און ימים טובים, ביז מ'שטייט יעצט ביים סיום המסכתא, בעזרת ה' יתברך.

הללו והללו בוכים...

פון די אנדערע זייט איז אבער פאראן נאך א בכי!
וויפיל אידן זיצן אין די יעצטיגע טעג מיט פארקלעמטע הערצער און וויינען, שם ישבנו גם בכינו, זייער הארץ וויינט, זייער נפש טוט וויי, זיי זענען פיל מיט חרטה פארוואס זיי האבן נישט געהאט דעם שכל און פארשטאנד זיך מיטצוכאפן מיט אכט חדשים צוריק און ארויפגיין אויפן סוקסעספולן וואגן פון "תורתך שעשועי"!!

און ווי די גמרא פירט דארט אויס, ואף הקב"ה תמה עמהם, כביכול דער רבוש"ע אליין וואונדערט זיך אויך, ווי דער פסוק זאגט אין זכרי', "כֹּה אָמַר ה' צְבָאוֹת, כִּי יִפָּלֵא בְּעֵינֵי שְׁאֵרִית הָעָם הַזֶּה בַּיָּמִים הָהֵם גַּם בְּעֵינַי יִפָּלֵא", ס'איז ממש א פלא וויאזוי אין אזא שווערן דור, מיט אזעלכע שווערע נסיונות און תקופות, האבן אזויפיל אידן געקענט לערנען און מסיים זיין מסכתא יבמות, און דאס טאקע קענען ישר והפך.

יעצט, ווען מיר שטייען ביים שוועל פון די נייע מסכתא, די באקאנטע ישיבה'שע מסכתא כתובות, איז די צייט ווען מיר רופען אויס צו אלעמען: מנעי קולך מבכי ועיניך מדמעה!

מיר שפאנען ב"ה מחיל אל חיל, בעזרת ה' הייבן מיר אן מס' כתובות, וואס מיר וועלן אדורכלערנען בהבנה ישרה בליבון ובדיבוק חברים דורכאויס די קומענדיגע חדשים, דבר יום ביומו, מיט א פעסטן קביעות מדי יום ביומו.

אויב האט איר פארפאסט ביז אהער; יעצט איז די טיר ווידער אפען מיט א פרישע התחלה!

מיר שטעלן אייך צו חברותות צו יעדע צייט, מעלדט אייך צו די עסקנים אין אייער געגנט און איר וועט בעז"ה ווערן מסודר מיט א פאסיגע חברותא.

מתן שכרה פאר פרישע לומדים: לרגל די פריידיגע געלעגנהייט מיט די התחלת מסכת כתובות, ווערט יעצט אנגענומען א פרישע צאל פון 50 פרישע בעלי בתים העוסקים על המחיה ועל הכלכלה, צו ווערן באצאלט "מתן שכרה בצדה" באלד פון אנהויב מסכתא. (נאך די צווייטע בחינה וועט ווערן באצאלט די ערשטע צוויי בחינות, און פון דארט וועט מען באקומען באצאלט חודש'ליך).

יעצט איז די צייט פארן ברייטן ציבור, וועלכע האבן נאכנישט טועם געווען דעם געשמאקן טעם הלימוד, זיך אויך אנצושליסן אין ראם פון אונזער הייליגע חבורה, צו קענען אדורכלערנען מסכת כתובות אין בלויז עטליכע חדשים, טעמו וראו כי טוב!

בברכת התורה
הנהלת תורתך שעשועי
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!

חלה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

ימי התמדת התורה

תגובהדורך חלה » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 11:20 pm

מארגען מיטוואך אין דאנערשטאג גייט נאכאמאל פאר קומען די ימי התמדת התורה

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

סיום מסכת יבמות אינאיינעם מיט ש"ב פאר פטרון החבורה

תגובהדורך ליינער » דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 7:39 pm

אין די יעצטיגע מינוטען קומט פאר די סיום אויף מסכת יבמות קאמבאנירט מיט א שבע ברכות פאר בת הרבני הנגיד ר' יצחק שווארץ פטרון תורתך שעשוע אין די הערליכע זאל פון קראון פלאזא אין סטעמפארד קאנעקטיקאט
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1467
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 7:43 pm

בהשתתפות האדמו"ר מסאטמאר?
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

מאטכע
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 8:09 pm

תגובהדורך מאטכע » דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 8:08 pm

האדמו״ר מסאטמאר איז זיך משתתף

אוועטאר
קאר אינשורענס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 318
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 04, 2008 5:48 pm

תגובהדורך קאר אינשורענס » דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 9:49 pm

אין הילטאן האטעל נישט קראון פלאזא
קראון האט צו קליינע זאלן פאר אזא עולם

שיק יונגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 21, 2016 12:59 pm

תגובהדורך שיק יונגל » דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 10:01 pm

עפעס באריכטען אדער בילדער ביטע פאר די וואס קענען זיך נישט משתתתף זיין

להתחדד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 08, 2014 12:08 pm

תגובהדורך להתחדד » דינסטאג נובעמבער 29, 2016 10:48 pm

די ריקארדיג פון די סיום

https://www.dropbox.com/sh/qr0i2ezksg74 ... Aejda?dl=0

תורה סחורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 8:12 pm

תגובהדורך תורה סחורה » פרייטאג דעצמבער 02, 2016 12:37 pm

בילדער מסיום מסכת יבמות

http://theahblick.com/?p=74732

תורה סחורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 8:12 pm

תגובהדורך תורה סחורה » פרייטאג דעצמבער 02, 2016 12:49 pm

בילדער מסיום מסכת יבמות

צוגעלייגטע
27214 Siyum Mesechtes Yevumos in Satmar (16).jpg
27214 Siyum Mesechtes Yevumos in Satmar (25).jpg
27214 Siyum Mesechtes Yevumos in Satmar (29).jpg

תורה סחורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 8:12 pm

תגובהדורך תורה סחורה » פרייטאג דעצמבער 02, 2016 12:50 pm

בילדער מסיום מסכת יבמות

צוגעלייגטע
27214 Siyum Mesechtes Yevumos in Satmar (62).jpg
27214 Siyum Mesechtes Yevumos in Satmar (30).jpg
27214 Siyum Mesechtes Yevumos in Satmar (61).jpg

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » זונטאג דעצמבער 04, 2016 10:47 am

קען איינער ארויפשטעלן דעם לוח אהער ביטע?
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » זונטאג דעצמבער 04, 2016 11:09 am

לוח כתובות נדרים

אויך קען מען דארט דאונלאודען די שיעורים פון הר"ר יואל בערגער http://learnshas.com/oldShiurim.htmlhttp://learnshas.com/oldShiurim.html

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25457
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 22, 2016 11:38 pm

*
צוגעלייגטע
Screenshot_20161222-233712_1.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25457
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 4:39 pm

מודעה נחוצה מהנהלת תורתך שעשועי - געקומען אין אימעיל היינט:

שינוי זמן הבחינה!
אויף די בקשה פון א גרויסן ציבור קביעות'דיגע לומדים ונבחנים, וויבאלד די יעצטיגע ערשטע בחינה אין מס' כתובות - וואס קומט אויס באלד נאך שבת און מוצ"ש חנוכה ווען די עיכובים זענען גרויס - איז אויף א גרעסערע צאל דפים ווי געווענליך (ב-כג), און עס פארלאנגט זיך מער צייט פאר חזרה, ובנוסף איז קומענדיגן זונטאג און מאנטאג די גוי'שע חגאות ווען אסאך בעלי-בתים זענען פריי פון די ארבעט און מ'קען מייחד זיין דעם גאנצען זונטאג און מאנטאג אויף חזרה.
דעריבער איז געווארן באשטימט לתועלת הלומדים החשובים, אז די ערשטע בחינה אין מס' כתובות (דפים ב-כג) וועט פארקומען בעז"ה קומענדיגן "מאנטאג" פר' ויגש, ד' טבת הבעל"ט בשעה 7:30 אווענט (נישט "זונטאג" אווענט ווי געמאלדן).
ימי התמדת התורה! נוצט אויס די צוויי פרייע טעג זונטאג און מאנטאג אויף התמדת התורה צו זיין גרייט צו די ערשטע בחינה אין מס' כתובות, מיט אירע הערליכע סוגיות עמוקות
חברך חברא אית לי'! אויב ווייסט איר פון א נייע חבר אין אונזער חבורה וואס באקומט מעגליך נישט די מעלדונגען, ביטע זייט אים מודיע איבער דעם שינוי זמן.
בברכת התורה
הנהלת תורתך שעשועי

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25457
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 27, 2017 8:04 pm

מודעה חשובה
צוגעלייגטע
Screenshot_20170327-200039_1.jpg

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » זונטאג אוקטובער 22, 2017 12:13 pm

וואס איז פשט פון די מעלדונג אז מ'גייט לערנען מס' נזיר עם פירוש הרא"ש? איך האב געמיינט אז מס' נזיר לערנט מען מיט תוס'.
איז דאס געווען סתם מיין איינרעדעניש?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25457
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוקטובער 22, 2017 2:00 pm

yahoo האט געשריבן:וואס איז פשט פון די מעלדונג אז מ'גייט לערנען מס' נזיר עם פירוש הרא"ש? איך האב געמיינט אז מס' נזיר לערנט מען מיט תוס'.
איז דאס געווען סתם מיין איינרעדעניש?

די וועלט לערנט מסכת נזיר מיט תוספות - פארהאן א שטארק פאפולערער פירוש אויף תוספות נזיר 'ארזי הלבנון' - טאקע אינטערעסאנט אז תורתך שעשועי האט בוחר געווען צו לערנען מיט'ן רא"ש, זיי שרייבן אז דאס קומט בהתיעצות פון רבנים.

-

אין אנדערע 'תורתך' נייעס גייט היי-יאר די 'התמדת התורה' טעג זיין זונטאג און מאנטאג פר' ויחי - א ספעציעלער חזרה-לוח איז ערצייגט געווארן צו חזר'ן מסכת נדרים פון מאנטאג לך לך ביז מאנטאג ויחי ווען עס וועט פארקומען א גרויסארטיגער סיום דארט אין קאנטיקוט.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1391
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג אוקטובער 22, 2017 2:13 pm

yahoo האט געשריבן:וואס איז פשט פון די מעלדונג אז מ'גייט לערנען מס' נזיר עם פירוש הרא"ש? איך האב געמיינט אז מס' נזיר לערנט מען מיט תוס'.
איז דאס געווען סתם מיין איינרעדעניש?

הנאה געהאט פון די מליצה, כ'דענק שוין נישט דעם פסוק

yahoo
שר חמישים ומאתים
תגובות: 250
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:35 pm

תגובהדורך yahoo » זונטאג אוקטובער 22, 2017 2:42 pm

ולקח את שער ראש נזרו

איך האף אז ס'נאכנישט נחתם די גז"ד אז מ'גייט לערנען מיט רא"ש, אויב ס'איז אנגענומען צו לערנען מיט תוספות וויל איך נישט זיין אנדערש.

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 7:53 pm

די ראש איז גרינגער ווי תוספות? איז עס ווייל עס איז קלענער?


צוריק צו “תורתך שעשועי”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט