חק לישראל: דיונים ועיונים בשיעור היומי

שיעורי הקהילות און אנדערע שיעורי תורה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2600
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך אוקטובער 02, 2013 11:25 am

אההה.. נאכאמאל אריינגעבליקט אינעם נייעם מייסטער שיינע חק פון 'מפעל החק' אויף די בראשית סדרות, עס לערנט זיך גאר אנדערש.

קומען זיי ארויס מיט די ווייטערדיגע פרשיות היי יאר?

אויך וואלט איך מציע געווען זיי זאלן מאכן א קליינעם פארמאט אויך, אזוי ווי אסאך ואני בתוכם לערנען עס אינטערוועגענס.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:41 pm

די טעגליכער חק לישראל לימוד

תגובהדורך חסיד נלהב » זונטאג מאי 18, 2014 10:32 am

עס הערט זיך לעצטענס א פארלאנג פון הינדערטער לומדי חק לישראל אלוועלטליך, למה נגרע! אמער אלע חבורות האבען שוין א אשכול פארזארגער דא אין דעם וועלטל, וואס געט זיך אפ מיט די געברויכען פון די לומדי החבורה, איז דאך נישט מער ווי רעכט אז די הייליגע לימוד פון חק זאל ווערן טעגליך באגלייט מיט איר ברייט פארצווייגטע לימוד, בתורה, נביאים, כתובים, משנה, גמרא, הלכה, זוה''ק, מוסר.
כ'הייב יעצט אהן לכבוד אלפי משתתפי השיעור, מיטן היינטיגען לימוד יום א' במדבר
אין די גמ' לערנט מען היינט ברכות דף ל''ב דארטען ברעגט די גמ' די מעשה מיטן חסיד וואס האט נישט געוואלט איבערהאקען אינמיטען דאווענען פאר'ן שר, די שר ווען ער האט פארגעהאלטען דעם חסיד ברענגט עטליכע מקורות אויפען איסור פון זיך אריינלייגען אין א סכנה איינס פון דעי איז דער פסוק רק השמר לך ושמור נפשך מאוד וגו' באמת איז ממש א פלא וויאזוי דער פסוק וואס די משנה אין אבות לערנט עס אויף די איסור פון שכחת התורה ווערט גאר באניצט אויף די חיוב פון שמירת הגוף?
די פלא איז נאכמער אז די רמב''ם בהל' רוצח איז מעתיק להלכה די חיוב פון זיך היטען פון אלע סארט סכנות פון דעם פסוק הנ''ל
ס'דא וואס ווילען'ס מיישב זיין אז היות א שוכח דבר אחד ממשנתו הרי''ז מתחייב בנפשו, א''כ איז דא דער מקור אז מען ברויך זיך היטען פון אלע סארט סכנות.

......
אינעם היינטיגען זוה''ק איז אינטערסאנט אז ס'געפאלט ביום ל''ג בעומר און עס ענדיגט זיך מיט כי שם צוה ד' את הברכה חיים עד העולם.

די זוה''ק רעדט אויך ארום איבער געוויסע סארט סכנות וואס מען ברויך זיך היטען ווי ציילען מענטשען און נזהר זיין צו בענטשען יענעם אויף א ברכה וואס ער האט געקריגען.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג מאי 19, 2014 8:24 am

כה לחי!
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג מאי 22, 2014 2:56 pm

חסיד נלהב האט געשריבן:אין די גמ' לערנט מען היינט ברכות דף ל''ב דארטען ברעגט די גמ' די מעשה מיטן חסיד וואס האט נישט געוואלט איבערהאקען אינמיטען דאווענען פאר'ן שר, די שר ווען ער האט פארגעהאלטען דעם חסיד ברענגט עטליכע מקורות אויפען איסור פון זיך אריינלייגען אין א סכנה איינס פון דעי איז דער פסוק רק השמר לך ושמור נפשך מאוד וגו' באמת איז ממש א פלא וויאזוי דער פסוק וואס די משנה אין אבות לערנט עס אויף די איסור פון שכחת התורה ווערט גאר באניצט אויף די חיוב פון שמירת הגוף?
די פלא איז נאכמער אז די רמב''ם בהל' רוצח איז מעתיק להלכה די חיוב פון זיך היטען פון אלע סארט סכנות פון דעם פסוק הנ''ל
ס'דא וואס ווילען'ס מיישב זיין אז היות א שוכח דבר אחד ממשנתו הרי''ז מתחייב בנפשו, א''כ איז דא דער מקור אז מען ברויך זיך היטען פון אלע סארט סכנות.

שמועס בענין זה

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובהדורך חסיד נלהב » דאנארשטאג מאי 22, 2014 6:42 pm

ייש''כ ווינקל פאר'ן מראה מקום, זייער שיין דארט בפרט די העתקה פון רבי י''א אונסדארפער.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד

גבר ישראל
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 07, 2014 12:39 pm

תגובהדורך גבר ישראל » דינסטאג מאי 26, 2015 6:24 am

וועלכע חק לישראל איז די בעסטע צו קויפען צו לערנעןן בקביעות אין דעם, עס איז דא א גרויסע אויסוואהל, המאור, וכדומה..... איך וואלט לכתחילה געוואלט מיט א פירוש אויף משניות למשל משנת אליעזר אדער סייעתא דשמיא (אויב עס איז בכלל דא) אויף איינס וואס האט א גוטע פירוש אויף זוהר הקדוש.

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11635
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » דינסטאג מאי 26, 2015 9:02 am

איך נוץ "המפורש" פון א. בלום

האט משנת אליעזר און א ביאור אויפן זוה"ק
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2600
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מאנטאג ינואר 25, 2016 10:18 am

מפעל החק
צוגעלייגטע
chuk.jpg
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג ינואר 25, 2016 10:51 am

פריילאך האט געשריבן:מפעל החק

הייסט דאס אז "עוז והדר" נעמט איבער די פראיעקט פון "מפעל החק" בראשות הרב ר' מרדכי זאב האלבערשטאם מקרעניץ?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22308
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג ינואר 25, 2016 11:23 am

מקרעניץ? מפען סט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג ינואר 25, 2016 12:34 pm

farshlufen האט געשריבן:מקרעניץ? מפען סט.

איך קען אים פון קרעניצער כולל און קרעניצער קאנטרי אין סאוט פאולסבורג, וואונען וואונט ער אויף פענן סט. אבער ברבנות איז ער משמש בקרעניצא

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11635
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג ינואר 25, 2016 1:41 pm

צאנז-קרעניץ, טו בי עקזעקט
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » מוצ"ש סעפטעמבער 23, 2017 11:12 pm

יעקעלע פוקס האט געשריבן:נביאים די וואך איז אינטערעסאנט
יעדע וואך איז די נביאים פון די הפטרה פון פרשת השבוע, די וואך פ' כי תצא איז עס פון ספר יהושע די מעשה מיט גלית,
ווער ס'קען זאגען פשט איז מכובד.
הגם די זוה"ק איז געווענדליך אויך פון פרשת השבוע, אבער אסאך מאל איז עס לפי הזמן ווי למשל די וואכען פון שובבים איז עז מעין הזמן וכד', און די וואך איז עס אויך נישט פון די פרשת השבוע, נאר שטיקלעך פון תשובה, וואס ווי פארשטענדליך מעין הזמן, אבער די נביאים איז מיר א פלא


האבן מיר זיך אויך געוואונדערט אויף דעם, אבער מיר האבן אויסגעהערט די "הקדמה" פון די "חק שיעור" אויף "זכרו-חק לישראל" פון הרה"ג ר' צבי אהרן רייז שליט"א, (ס'דא אן עקסטערע אשכול אויף דעם), און דארט איז ער מבאר בארוכה די גאנצע ענין. תמצית הדבר, די הפטרה "רני עקרה" פון פ' כי תצא, איז אויך די הפטרה פון פ' נח, ממילא לערנט מען עס נישט איבער נאכאמאל. - ווייטער די מעשה פון גלית, איז די הפטרה פון די וואך לפי מנהג איטאליא. די איטליאנים פלעגן נישט זאגן די שבע דנחמתא אין די 7 וואכן נאך תשעה באב, נאר א געהעריגע הפטרה מעין הפרשה, און דאס פלעגן זיי זאגן פרשת כי תצא. - דוכט זיך אז ערגעץ אין רמב"ם ווערט שוין דערמאנט אזא זאך. איך געדענק שוין נישט די גאנצע, אבער מ'קען עס הערן אויף די זכרו טעלפאן ליין 718-387-1010, פאר חק לישראל דרוקט 3 און דערנאך 2 פאר דעם מגיד שיעור. (ער לערנט נאר פאר די נביאים וכתובים פון יעדע וואך).

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 12:04 am

דער רב רייז איז פיינע נייעס!
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 12:06 am

וויאזוי איז די סדר יעצט די וואך פון יוכ"פ און סוכות, ווען לערנט מען וזאת הברכה? בראשית?

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 733
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 2:25 am

farshlufen האט געשריבן:דא איז געוועזן א שמועס איבער די שינוים אינעם סדר המשניות, אצינד האט היברו בוקס דנן ארייפגעשטעלט אן אלטן חק פון ליווארנא, וואלט כדי געוועזן צו זען וועלכע סדר דארט איז געדרוקט.


האסט מיך כמעט אריינגענארט, בין איך שנעל געגאנגען קוקן אין היברו-בוקס, און ס'איז א "ספר חק לישראל" פון ר' חנניא בהר"מ קאזיס, השגות אויפן פרי חדש בדיני איסור והיתר.

משה בעלז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

תגובהדורך משה בעלז » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 9:38 am

image055.jpg
image055.jpg (74.87 KiB) געזעהן 5069 מאל

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6513
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 3:29 pm

האט איינער א ליסטע פון די אלע פרקים משניות וואס מ'לערנט 'נישט' אינעם סדר פון חק?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 3:54 pm

משה בעלז האט געשריבן:
image055.jpg

ווייסט איינער וואו מען קען באקומען דעם טאשן סייז חק פון עוז והדר, געזוכט אין לאקאלע געשעפטן און נישט געפינען.

משה בעלז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

תגובהדורך משה בעלז » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 4:28 pm

http://www.oz-vehadar.com/he/%D7%9E%D7% ... 7%A8%D7%94
3d3e5f9f-5217-42d2-9ad5-51272610df78_big.jpg
3d3e5f9f-5217-42d2-9ad5-51272610df78_big.jpg (21.76 KiB) געזעהן 4885 מאל

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11635
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג אוקטובער 30, 2017 9:07 pm

מי יודע האט געשריבן:האט איינער א ליסטע פון די אלע פרקים משניות וואס מ'לערנט 'נישט' אינעם סדר פון חק?

איך שרייב פון קאפ ארויס, מעגליך אומפונקטליך (למעשה בלייבט 200 פרקים משלים צו זיין)
סדר זרעים = פון מסכת מעשרות ביז צום סוף
סדר מועד = מס' שקלים, ר"ה, יומא, סוכה, תענית, מגילה, מו"ק פ"ג
סדר נשים = מס' נדרים מפ"ג ואילך, מס' נזיר
סדר נזיקין = מס' מכות פ"א וב', מס' ע"ז מפ"ג ואילך, מס' עדיות מפ"ג ואילך, מס' אבות, מס' הוריות
סדר קדשים = מס' ערכין מפ"ז ואילך, מס' תמורה, מס' כריתות, מס' מעילה, מס' תמיד, מס' מדות, מס' קנים
סדר טהרות = מס' כלים, מס' נדה, מס' נגעים מפי"א ואילך, מס' טהרות, מס' מכשירין, מס' זבים, מס' טבול יום, מס' עוקצין
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 751
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

תגובהדורך קאמענטאטאר » מאנטאג ינואר 01, 2018 10:47 pm

איז דא אן אימעיל סערוויס ענליך צו זכרו פאר חק? דהיינו צו קריגן יעדן טאג אין קעסטל א pdf פונעם שיעור מיט אן mp3 פון א היימישן מגי''ש?
קאמענטארן זענען איבריג

שלום עליכם אייך
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 29, 2015 12:28 pm

תגובהדורך שלום עליכם אייך » דאנארשטאג מאי 24, 2018 11:10 am

ווי קען מען דאונלאודען יעדן טאג די שעור פין די חק אדער באקימען אויף אימעיל אדער אפילי טעלעפאן ליין?

משה בעלז
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

תגובהדורך משה בעלז » דאנארשטאג מאי 24, 2018 11:23 am

גא"מ

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6513
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג מאי 24, 2018 11:29 am

קאמענטאטאר האט געשריבן:איז דא אן אימעיל סערוויס ענליך צו זכרו פאר חק? דהיינו צו קריגן יעדן טאג אין קעסטל א pdf פונעם שיעור מיט אן mp3 פון א היימישן מגי''ש?

גא"מ
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.


צוריק צו “שיעורי הקהילות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט