משנה יומי

שיעורי הקהילות און אנדערע שיעורי תורה

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
snax
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 12:09 pm

משנה יומי

תגובהדורך snax » מאנטאג יולי 13, 2015 9:02 am

ברון שהחיינו וקימנו לזמן הזה, מיר פאנגן היינט אן מסכת אבות בס"ד, זאל דער אייבערשטער העלפען מיר זאלן זיך קענען מחזק מיט דברי תורה צוזאמען, ובשם ה' נעשה ונצליח.

די פירוש איז ע"פ משניות משנה ערוכה.

ווער עס האט הגהות והערות קען צושרייבן,

מפתח

מסכת אבות

פרק א'

לעצט פאראכטן דורך snax אום פרייטאג יולי 17, 2015 8:46 am, פאראכטן געווארן 7 מאל סך הכל.

אוועטאר
snax
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 12:09 pm

תגובהדורך snax » מאנטאג יולי 13, 2015 9:07 am

מסכת אבות

פרק א'
משנה א

משֶׁה קִבֵּל תּוֹרָה מִסִּינַי, וּמְסָרָהּ לִיהוֹשֻׁעַ, וִיהוֹשֻׁעַ לִזְקֵנִים, וּזְקֵנִים לִנְבִיאִים, וּנְבִיאִים מְסָרוּהָ לְאַנְשֵׁי כְנֶסֶת הַגְּדוֹלָה. הֵם אָמְרוּ שְׁלשָׁה דְבָרִים: הֱווּ מְתוּנִים בַּדִּין, וְהַעֲמִידוּ תַלְמִידִים הַרְבֵּה, וַעֲשׂוּ סְיָג לַתּוֹרָה.

משֶׁה קִבֵּל תּוֹרָה מִסִּינַי - משה האט מקבל געווען די תורה פון הקב"ה אויף הר סיני, וּמְסָרָהּ - און ער האט עס אויסגעלערענט לִיהוֹשֻׁעַ, וִיהוֹשֻׁעַ לִזְקֵנִים - וואס האבן מאריך ימים געווען נאך אים, אזוי איז עס אריבער מדור לדור ביז נאך די שופטים, וּזְקֵנִים - בסוף ימי השופטים וואס דאס איז עלי הכהן די לעצטע שופט, לִנְבִיאִים – שמואל הנביא, וּנְבִיאִים – חגי זכרי' ומלאכי וחבריהם וואס זענען געווען פון די לעצטע נביאים, מְסָרוּהָ לְאַנְשֵׁי כְנֶסֶת הַגְּדוֹלָה – בתחלת בית שני זענען געווען א פארזאמלונג פון 120 זקנים וואס ווערן אנגערופן אנשי כנסת הגדולה, הֵם - די אנשי כנסת הגדולה אָמְרוּ – פלעגען כסדר זאגן, שְׁלשָׁה דְבָרִים: הֱווּ מְתוּנִים בַּדִּין –די דיינים וואס פסק'נן דין תורות זאלען זיך נישט איילען צו פסק'נן ביז זיי וועלען גוט אדורך טוען די צדדים, אפי' עס איז שוין אמאל געווען אזא דין תורה, ווייל עס קען ארויס קומען א טעות, וְהַעֲמִידוּ תַלְמִידִים הַרְבֵּה – אפי' מען האט שוין אהער געשטעלט תלמידים און דער יוגענט, זאל מען זיך נישט צוריק האלטן פון שטעלן נאך תלמידים אין די ימי זקנה, ווייל אז מען איז זוכה קען מען אויף שטעלן בעסערע תלמידים, וַעֲשׂוּ סְיָג לַתּוֹרָה – די מנהיגי הדור זאלן מאכן גדרים וסיגים אז מען זאל נישט צוקומען נכשל צו ווערן אין די תורה אליין.

תמימות
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 25, 2015 7:53 pm

תגובהדורך תמימות » מאנטאג יולי 13, 2015 10:40 am

זייער שיין! יעצט דארף איך שוין אפילו נישט ארויס נעמען די משניות..
ביזן מויל אריין..
שקויעך..

אוועטאר
snax
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 12:09 pm

תגובהדורך snax » דינסטאג יולי 14, 2015 8:50 am

משנה ב

שִׁמְעוֹן הַצַּדִּיק הָיָה מִשְּׁיָרֵי כְנֶסֶת הַגְּדוֹלָה. הוּא הָיָה אוֹמֵר: עַל שְׁלשָׁה דְבָרִים הָעוֹלָם עוֹמֵד, עַל הַתּוֹרָה וְעַל הָעֲבוֹדָה וְעַל גְּמִילוּת חֲסָדִים.

שִׁמְעוֹן הַצַּדִּיק הָיָה מִשְּׁיָרֵי כְנֶסֶת הַגְּדוֹלָה – שמעון הצדיק איז געווען די לעצטע פון די אנשי כנסת הגדולה, הוּא הָיָה אוֹמֵר: עַל שְׁלשָׁה דְבָרִים הָעוֹלָם עוֹמֵד – די וועלט איז באשאפען געווארן וועגען די דריי זאכן, עַל הַתּוֹרָה – אז די אידן זאלן מקבל זיין די תורה, וְעַל הָעֲבוֹדָה – אז די אידן זאלן עוסק זיין אין קרבנות, וְעַל גְּמִילוּת חֲסָדִים – אז אידן זאלן טוען גמילת חסדים איינער מיט די אנדערע.

אוועטאר
snax
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 12:09 pm

תגובהדורך snax » מיטוואך יולי 15, 2015 9:14 am

משנה ג

אַנְטִיגְנוֹס אִישׁ סוֹכוֹ קִבֵּל מִשִּׁמְעוֹן הַצַּדִּיק. הוּא הָיָה אוֹמֵר: אַל תִּהְיוּ כַעֲבָדִים הַמְשַׁמְּשִׁין אֶת הָרַב עַל מְנָת לְקַבֵּל פְּרָס, אֶלָּא הֱווּ כַעֲבָדִים הַמְשַׁמְּשִׁין אֶת הָרַב שֶׁלֹּא עַל מְנָת לְקַבֵּל פְּרָס, וִיהִי מוֹרָא שָׁמַיִם עֲלֵיכֶם.

אַנְטִיגְנוֹס אִישׁ סוֹכוֹ – גדול החכמים פון די שטאט סוכו, קִבֵּל מִשִּׁמְעוֹן הַצַּדִּיק, הוּא הָיָה אוֹמֵר: אַל תִּהְיוּ כַעֲבָדִים הַמְשַׁמְּשִׁין אֶת הָרַב עַל מְנָת לְקַבֵּל פְּרָס – מען זאל נישט טוען די מצוות מיט א כוונה אז מען וועט באקומען שכר פאר דעם, כאטש מען דארף גלייבן אז דער אייבישטער וועט געבן שכר אני מאמין באמונה שלמה.... גומל טוב לשומרי מצוותיו, אֶלָּא הֱווּ כַעֲבָדִים הַמְשַׁמְּשִׁין אֶת הָרַב שֶׁלֹּא עַל מְנָת לְקַבֵּל פְּרָס – מען זאל אינזין האבן צו טוען די מצוות נאר וועגן אהבת השי"ת, דאס האט אנטיגנוס געזאגט פאר זיינע גרויסע תלמידים משא"כ פאר די פשוטי עם זאגט שוין די גמ' (פסחים נ:) שמתוך שלא לשמה בא לשמה, וִיהִי מוֹרָא שָׁמַיִם עֲלֵיכֶם – עס זאל זיין אויף ענק די מורא פון די אייבישטער וואס איז אין הימל נישט עובר צו זיין אויף א לא תעשה, אזוי וועט מען דינען השי"ת מתוך אהבה ויראה.

אוועטאר
snax
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 12:09 pm

תגובהדורך snax » דאנארשטאג יולי 16, 2015 8:38 am

משנה ד

פון דא און ווייטער זענען אלע תנאים זוגות די ערשטע איז די נשיא און די צווייטער איז די אב"ד.

יוֹסֵי בֶּן יוֹעֶזֶר אִישׁ צְרֵדָה וְיוֹסֵי בֶּן יוֹחָנָן אִישׁ יְרוּשָׁלַיִם קִבְּלוּ מֵהֶם. יוֹסֵי בֶן יוֹעֶזֶר אִישׁ צְרֵדָה אוֹמֵר: יְהִי בֵיתְךָ בֵּית וַעַד לַחֲכָמִים, וֶהֱוֵי מִתְאַבֵּק בַּעֲפַר רַגְלֵיהֶם, וֶהֱוֵי שׁוֹתֶה בַצָּמָא אֶת דִּבְרֵיהֶם.

יוֹסֵי בֶּן יוֹעֶזֶר אִישׁ צְרֵדָה וְיוֹסֵי בֶּן יוֹחָנָן אִישׁ יְרוּשָׁלַיִם קִבְּלוּ מֵהֶם – פון שמעון הצדיק און פון אנטיגנוס, יוֹסֵי בֶן יוֹעֶזֶר אִישׁ צְרֵדָה אוֹמֵר: יְהִי בֵיתְךָ בֵּית וַעַד לַחֲכָמִים – דיין הויז זאלן שטענדיג זיין גרייט אויב די חכמים ווילן זיך דארט צוזאם קומען, אזוי וועסטו זיך אפלערנען פון זיי, וֶהֱוֵי מִתְאַבֵּק בַּעֲפַר רַגְלֵיהֶם – זאלסט ווערן אזוי ווי א תלמוד פון זיי, אמאל פלעגט מען זיצען אויף די ערד נעבן די רבי און די שטויב פון די רבי'ס פוס פלעגט ארויף גיין אויף די תלמידים, וֶהֱוֵי שׁוֹתֶה בַצָּמָא אֶת דִּבְרֵיהֶם – און די זאלסט לערנען פון זיי מיט א חשק און א צמאון.

אוועטאר
snax
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 12:09 pm

תגובהדורך snax » פרייטאג יולי 17, 2015 8:43 am

משנה ה

יוֹסֵי בֶּן יוֹחָנָן אִישׁ יְרוּשָׁלַיִם אוֹמֵר: יְהִי בֵיתְךָ פָּתוּחַ לִרְוָחָה, וְיִהְיוּ עֲנִיִּים בְּנֵי בֵיתֶךָ, וְאַל תַּרְבֶּה שִׂיחָה עִם הָאִשָּׁה. בְּאִשְׁתּוֹ אָמְרוּ, קַל וָחֹמֶר בְּאֵשֶׁת חֲבֵרוֹ. מִכָּאן אָמְרוּ חֲכָמִים, כָּל זְמַן שֶׁאָדָם מַרְבֶּה שִׂיחָה עִם הָאִשָּׁה, גּוֹרֵם רָעָה לְעַצְמוֹ, וּבוֹטֵל מִדִּבְרֵי תוֹרָה, וְסוֹפוֹ יוֹרֵשׁ גֵּיהִנָּם.

יוֹסֵי בֶּן יוֹחָנָן אִישׁ יְרוּשָׁלַיִם אוֹמֵר: יְהִי בֵיתְךָ פָּתוּחַ לִרְוָחָה – דיין הויז זאל זיין אפען פאר נצרכים אז זיי זאלן שטענדיג טרעפן דארט הרווחה, אכילה, שתייה ושאר צרכים, וְיִהְיוּ עֲנִיִּים בְּנֵי בֵיתֶךָ – דו זאלסט אויפנעמן עניים בסבר פנים יפות און דורך דעם וועלן זיי זיין א שטענדיגער גאסט ביי דיר אין שטוב, וְאַל תַּרְבֶּה שִׂיחָה עִם הָאִשָּׁה – דו זאלסט נישט רעדן מיט אן אשה שלא לצורך, בְּאִשְׁתּוֹ אָמְרוּ – האשה מיט א ה' הידיעה אפי' מיט די אייגענע פרוי זאל מען נישט מרבה זיין שיחה, קַל וָחֹמֶר בְּאֵשֶׁת חֲבֵרוֹ. מִכָּאן אָמְרוּ חֲכָמִים, כָּל זְמַן שֶׁאָדָם מַרְבֶּה שִׂיחָה עִם הָאִשָּׁה, גּוֹרֵם רָעָה לְעַצְמוֹ – ווייל ער וועט איר דערציילען וועגן זיינע חברים און זי וועט אים איבער רעדן זיך צו קריגן מיט די חבר, (אזוי ווי קרח האט דערציילט זיין ווייב וועגן משה רבינו און זי האט אים איבער גערעדט צום מחלוקות, וּבוֹטֵל מִדִּבְרֵי תוֹרָה – ווייל ער וועט רעדן דברים בטלים, וְסוֹפוֹ יוֹרֵשׁ גֵּיהִנָּם – דורך לשון הרע ומחלוקות.

אוועטאר
snax
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 13, 2011 12:09 pm

תגובהדורך snax » פרייטאג יולי 17, 2015 8:44 am

משנה ו

יְהוֹשֻׁעַ בֶּן פְּרַחְיָה וְנִתַּאי הָאַרְבֵּלִי קִבְּלוּ מֵהֶם. יְהוֹשֻׁעַ בֶּן פְּרַחְיָה אוֹמֵר: עֲשֵׂה לְךָ רַב, וּקְנֵה לְךָ חָבֵר, וֶהֱוֵי דָן אֶת כָל הָאָדָם לְכַף זְכוּת.

יְהוֹשֻׁעַ בֶּן פְּרַחְיָה וְנִתַּאי הָאַרְבֵּלִי קִבְּלוּ מֵהֶם. יְהוֹשֻׁעַ בֶּן פְּרַחְיָה אוֹמֵר: עֲשֵׂה לְךָ רַב – צו לערנען תורה, ווייל וואס מען לערנט פון א רבי געדענקט מען בעסער און אסאך לימודים דארפן קבלה מדור דור צו וויסן פשט, וּקְנֵה לְךָ חָבֵר –צו לערנען תורה, און ער זאל דיר זאגן מוסר, און פאר סתם א גוטע עצה, וֶהֱוֵי דָן אֶת כָל הָאָדָם לְכַף זְכוּת – אויב זעהט מען אז א מענטש טוט עפעס און מען איז נישט ברור אויב עס איז גוט אדער שלעכט זאלסטו אים דן זיין לכף זכות, (דאס איז ביי איינעם וואס מען קען נישט, אבער א רשע דארף מען דן זיין לכף חובה).

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

תגובהדורך האנטעך » מיטוואך יולי 29, 2015 9:33 pm

נו וואס איז געווארען מיט דעם שיעור?
מ'דארף לערנען די פאר משנה'ס מאה פעמים ואחד? פארדעם גייט מען נישט ווייטער?

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2734
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג יולי 30, 2015 12:49 am

איך בין מציע, אויב שוין א משנה יומי, לאמיר צוזאמען לערנען משניות פון סדר זרעים אדער טהרות, ערקלערט און דורכגעשמועסט דא אויף אונזער וועלטל. איך וואלט עס געטוהן ווען נישט איך בין פארנומען מיט מיין מפעל הוצאת ספרים. קען זיין איך זאל יענץ אויפגעבן לטובת די משניות שיעור.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
האנטעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 04, 2015 12:12 pm

תגובהדורך האנטעך » דאנארשטאג יולי 30, 2015 9:24 am

עס איז דא א מין שיעור אין בית המדרש וואס הייסט שיעור ע"י אחד מן החבריא, דאס איז אז יעדען טאג זאגט אן אנדערער די שיעור לויט די רייע, עס האט מורא'דיגע מעלות, איינס אז יעדער איז א חלק פון די שיעור, און צווייטנס אז יעדער דארף נאר אנגרייטען די שיעור איינמאל אין א שטיק צייט, אפשר קען מען פארשלאגען דא אזא זאך?
נאר פארשטייט זיך אז איינער דארף זיך מתנדב זיין צו זיין די גבאי, און זעהן ווער זענען די חברייא און וועמענס רייע איז היינט, און אויב איינער קען נישט איינמאל מאכן די שיעור, זאל ער זעהן צו שאפן א צווייטען פאר די טאג וכדומה.

יידישע קהלות: מעלין בקודש ולא מורידין, די צדיקים ווארטען שוין הונדערטער יארען, אז דיין נשמה זאל שוין קומען אין די וועלט, און אויסלייזען זייערע כתבים!!!

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2734
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג יולי 30, 2015 5:58 pm

האנטעך האט געשריבן:עס איז דא א מין שיעור אין בית המדרש וואס הייסט שיעור ע"י אחד מן החבריא, דאס איז אז יעדען טאג זאגט אן אנדערער די שיעור לויט די רייע, עס האט מורא'דיגע מעלות, איינס אז יעדער איז א חלק פון די שיעור, און צווייטנס אז יעדער דארף נאר אנגרייטען די שיעור איינמאל אין א שטיק צייט, אפשר קען מען פארשלאגען דא אזא זאך?
נאר פארשטייט זיך אז איינער דארף זיך מתנדב זיין צו זיין די גבאי, און זעהן ווער זענען די חברייא און וועמענס רייע איז היינט, און אויב איינער קען נישט איינמאל מאכן די שיעור, זאל ער זעהן צו שאפן א צווייטען פאר די טאג וכדומה.

יידישע קהלות: מעלין בקודש ולא מורידין, די צדיקים ווארטען שוין הונדערטער יארען, אז דיין נשמה זאל שוין קומען אין די וועלט, און אויסלייזען זייערע כתבים!!!

וואס וועט אבער זיין מיט מיין נשמה?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6927
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג אוגוסט 07, 2015 12:23 pm

אלס דיין נשמה אויס מוזטו נאכנישט ווערן קיין מגי"ש (און נאכדערצו בכתב, וואס איז אן עבודה קשה)
וואו איז דָוִי?


צוריק צו “שיעורי הקהילות”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט