א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי/פנחס גלויבער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10477
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 6:15 pm

בסד האט געשריבן:א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי/פנחס גלויבער :אימפיטשמענט הירינגס אין קאנגרעס #2
https://www.yiddish24.com/analysis/147/9847

פול פארס איינזייטיג... קודאס פארן עס לכה"פ קלאר מודה זיין (זאגענדיג אז די רעפובליקאנער און דעמאקראטן האבן אנדערע פאקטן, און ער גייט זאגן "די" פאקטן...)

ר' פנחס ביטע פעל ווייניגער... צוזאמען איז עס גוט, עקסטער #נו שוין.

אגב א קארעקשאן, ניקסאן האט רעזיגנירט בעפארן ווערן אימפיטשט דורך קאנגרעס.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

צווייער
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 11, 2019 2:56 pm

תגובהדורך צווייער » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 6:24 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
צווייער האט געשריבן:
בסד האט געשריבן:א טראפ טיפער - שמעון ראלניצקי/פנחס גלויבער :אימפיטשמענט הירינגס אין קאנגרעס #2
https://www.yiddish24.com/analysis/147/9847

איינער ווייסט צו מקען דאונלאודן פון יודיש 24?

נישט אפעציעל, אבער טעקניקלי קען מען. זע דא http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 5#p2040765

יש"כ

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » דינסטאג נובעמבער 26, 2019 7:21 pm

ווער רעדט היינט?

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2953
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 9:21 am

האט שױן ר׳ שמעון געגעבען א שמיס אן זאגן די װערטער קאנספאראציע טיאריקער יעדע 2 מוניט?

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » מיטוואך נובעמבער 27, 2019 5:34 pm

רעבוינעשעלוילעם!!!

גיימיר נאך איין מאל פראבירן (צוריק?)צולייגן דעם אפטיילונג אויף די רעלסן. און די פאריגע צוויי שמועסן, איז די איינציגסטע זאך ווואס איז געווען א טראפ טיפער, געווען די ערקלערן די ציל און די היסטאריע פון די National Security Council. די צוויי מינוט איז געווען אינטערסאנט. אויסער דעם, איז דאס געווען ריין פאליטישע אנאליזן. פאר דעם האמיר דאך שוין אן אפטיילונג.

אויב ווילסטו גיין א טראפ טיפער לגבי די אימפיטשמענט, גיי בערך אזוי

ח"א
1) וואס מיינט אימפיטשמענט
2) וואס איז געווען די משא ומתן ביים לכתחלה אויסשטעלן די אימפיטשמענט פראצעדור, און פארוואס האט מען עס אויסגעשטעלט אויף דעם אופן
3) ווען איז פארגעקומען די פאריגע מאלן וואס מען האט אימפיטשט א פרעזידענט. איז עס אויך געווען אזוי פארטייאיש?

ח"ב
1) וואס ווייסן מיר פאקטיש איבער די אוקריינע פרשה.
(וואס פיאנע היל זאגט איז 'ביי דעפינישען' נישט קיין פאקט, וויבאלד זי קען זאגן ליגענט. די רעפאבליקאנע קענען שרייען אז זי איז דיפ סטעיט [אדער סטעיבעל סטעיט ווי אנאנימעס רופט דאס...]. דאס אז מען האט אפגעשטיפט די געלטער למשל, איז יא א פאקט, פון דעם איז אינטערסאנט צו הערן, ווי לאנג, ווען האט מען עס רעליסט וכו')
2) ווער זענען די עדות, און ווער האט זיי גערופן?
3) מוזן זיי קומען?

תן לחכם ויעכקאם אויד. ביטע האלט דעם אפטיילונג כמטחוי קשת פון די פאליטישע אנאליזן, כדי מיר זאל קענען הנאה האבן.

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6588
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 12:04 am

די מוזיק ביים אנפאנג איז דאס וואס מאכט אז דער אנאליז זאל זיין א טראפ טיפער?
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2033
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 12:20 am

אויב 1 1 5 איז פאליטישע נייעס, און אויטאמאטיש די הויפט קול מבשר פאליטישע נייעס סטאנציע פאר אלע אינגעלייט וואס שלינגען מיט תמימות די נייטראלע נייעס, (וואס ער נוצט אויף טוויטער ביים למשל פערזענליך מיאוס באללידיגן טשעלסיע קלינטאן איבער איר טאטן'ס שמוץ, און ער זאגט אז ער האט צענדליגער טויזענטער צוהערער פונעם חסידישן עולם) און קיינעם פון אייך האט עס נאכנישט געשטערט ביז היינט, הערטס אויף האקן דא א טשייניק.....

פארגין פאר אידן פון אלע זייטן פרנסה
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר האלף
תגובות: 1347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: אין דזשים

תגובהדורך לעגאו מענטשעלע » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 11:06 am

Goodmorning האט געשריבן:אויב 1 1 5 איז פאליטישע נייעס, און אויטאמאטיש די הויפט קול מבשר פאליטישע נייעס סטאנציע פאר אלע אינגעלייט וואס שלינגען מיט תמימות די נייטראלע נייעס, (וואס ער נוצט אויף טוויטער ביים למשל פערזענליך מיאוס באללידיגן טשעלסיע קלינטאן איבער איר טאטן'ס שמוץ, און ער זאגט אז ער האט צענדליגער טויזענטער צוהערער פונעם חסידישן עולם) און קיינעם פון אייך האט עס נאכנישט געשטערט ביז היינט, הערטס אויף האקן דא א טשייניק.....

פארגין פאר אידן פון אלע זייטן פרנסה

1 1 5 איז עפ"ר נייטראל, 1 1 8 איז קלאר איינזייטיג [עס קען אריינפאלן ביי 5 א איינזייטיגקייט אויך, אבער רוב מאל נישט], משא"כ א טראפ טיפער "וואס איז אפציעל געגרינדעט געווארן צו געבן די טרוקענע פאקטן" און דערווייל.... שוין, קען איך פארשטיין די אנטוישונג.

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2033
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 11:47 am

115 איז נייטראל דא האב איך גענדיגט ליינען.... א גוטע נאכט
שויתי ה' לנגדי תמיד

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2033
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 11:47 am

למען האמת האב איך עס שוין לאנג אויפגעהערט הערן, אפשר האט ער געטוישט?
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
אחת ואחת
שר האלף
תגובות: 1225
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 11:49 am

Goodmorning האט געשריבן:115 איז נייטראל דא האב איך גענדיגט ליינען.... א גוטע נאכט

איך בין דאך קוים אויפגעשטאנען, ווי אויך דיין ניק זאגט דאך אש עס איז נאך צופרי.
איי די די דיי דיי איי די די דיי דיי אחת ושבע

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5757
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 11:51 am

איך ווייס נישט ווען דו האסט עס אויפגעהערט הערן, אבער ער פלעגט זיין אמאל זייער בייעס, למעשה האט ער געטוישט זיין מהלך. יא קען זיין אז ער זוכט נישט צו מעלדן קיין אנטי טראמפ נייעס אויב איז עס נישט צו וויכטיג, אבער בייעס איז ער עפ"י רוב נישט. 118 יא.
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2033
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 11:54 am

קען טאקע זיין זאכן האבן זיך געטוישט, איך הער שוין לאנג נישט.ער רעגט זיך מער נישט אזוי סאך?
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
פעיק נוז
שר חמשת אלפים
תגובות: 5757
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג דעצמבער 03, 2019 12:23 pm

נישט אויף 115

אפי אויף 118 רעגט ער זיך נישט, ער רעדט ס"ה פון זיין פאליטיקל פוינט אף וויו, און אויף 115 מעלדט ער סתם נייעס.
ווילט איר פארלירן אייער נאמנות? דאן באריכטעט 'עכטע' נייעס.

אוועטאר
בלא בלא בלא
שר חמישים
תגובות: 51
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 18, 2019 11:34 pm

אייזן גוט די אפטיילונג:

תגובהדורך בלא בלא בלא » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 6:50 pm

דער אפטיילונג איז מעכטיג.
די מוזיק איז היינט נישטא. ב"ה!...
עס נערווירט אביסל די מוזיק, ניין?
בלא... בלא... בלא...

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10477
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 6:56 pm

איינער פון די חברה - אדער סתם פון קאלמע - ליינען דא? אויב איך מעג זאגן א טעכנישע הערה, שמעון און פנחס זענען אויף די אנדערע זייט פון די סטיריאו און ווען מען הערט עס אינעם עפפ מיט נאר איין אויער עירפאון (אזויווי אסאך טוען היינט) הערט זיך דער צווייטער גאר גאר גאר שטיל.

איך מיין אז אנהויב איז נישט אזוי געווען און איך וואלט געזאגט אז עס וואלט געברויכט ווערן געמאכט ביידע זייטן די זעלבע. (זע אודיאו פייל דייעגרעם דא):
63iP7aBVvt.png
63iP7aBVvt.png (66.81 KiB) געזעהן 863 מאל

בלא בלא בלא האט געשריבן:דער אפטיילונג איז מעכטיג.
די מוזיק איז היינט נישטא. ב"ה!...
עס נערווירט אביסל די מוזיק, ניין?

איך האב גראדע יא ליב די מוזיק.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11904
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 8:21 pm

איך האב נישט קיין מושג וואס די פשט פון דעם פראגרעם איז. עפעס כאפ איך נישט די מוזיק חלק. און שמעון ווען ער רעדט הערט זיך עס אביסל ווי ״אלעקסע״ פון עפפל.
ער קומט אריין צומאל אפגעהאקט און צומאל צוזגמגעכאפט ווי א מאשין וואס רעדט. עפעס אן אומגעסעטעלטע זאך דערווייל

גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 9:34 pm

תגובהדורך גיט » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 9:58 pm

קוקט מיר אויך אויס אז מען זיכט דא נאכצומאכן א רעדיא סטעשאן, לויט ווי שמעון הייבט יעדע פאר מינוט אן צו רעדן אזוי הויך און שנעל, קען זיין אז עס איז סתם א טעקניקעל אישא?

הא קנאס?

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10477
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 10:39 pm

גיט האט געשריבן:קוקט מיר אויך אויס אז מען זיכט דא נאכצומאכן א רעדיא סטעשאן, לויט ווי שמעון הייבט יעדע פאר מינוט אן צו רעדן אזוי הויך און שנעל, קען זיין אז עס איז סתם א טעקניקעל אישא?

הא קנאס?

דער הויעך/שטיל שטאט/שנעל קוקט אויס ווייל עס איז רעקארדירט (כמובן) אין שטיקלעך. סאו עס איז דא דער מעין שמועס און דאן לייגט ער אריין שטיקלעך רעקארדירט אינגאנצן עקסטער.
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

אוועטאר
טויגליכער איד
שר האלף
תגובות: 1073
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 11:58 pm

מיר קוקט אויס אז זיי נוצן א פראגרעם צו פארמעקן די "ספעיסעס" צווישן די ווערטער, הערט זיך עס אזוי: אגוטןהיינטוועטמען רעדןפוןדיאומרועןאיןאיראן רעבפינחסוואסזאגטאיר וואסאזידימצביעצטאיןאיראן...
אז מרעדט שוין, אלעקסע איז פון אמאזאן, עפל'ס הייסט סירי...
אויסשטעלן ספרים אין אינדעזיין פאר מתחילים: http://indesign.toiglicher.com/

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 8:11 am

די עיקר שכחתם. די תוכן האט זיך ב"ה אסאך פארבעסערט

אוועטאר
פעטער יעקל
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

תגובהדורך פעטער יעקל » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 9:41 am

די לעצטע צוויי שמועסן זייער אינטערעסאנט געוועזן, וועגן איראן און איראק,
גראדע איך גלייך יא די מוזיק,

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:14 am

זייער הנאה פון די צוויי חברה
היבש אינטערעסאנט
גראדע גלייך איך די סטייל פון די מוזיק אין ארויסנעמען די ספעיס סזאל אויסזען פראפעשענאל
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

געבורטסטאג
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:35 pm

תגובהדורך געבורטסטאג » פרייטאג דעצמבער 06, 2019 10:20 am

איי לאוו איט! פיינעלי א פראפעשענאל פראגראם מיט אלע פיצעווקעס, וואס הערט זיך נישט ווי א רעקארדינג פון א שיעור אין ארגון שיעורי תורה. אויב אלע קול-מבשר רעדנער וואלטן פארמעקט די ספעיסעס וואלט מען געקענט שפארן אסאך אסאך צייט...

ווער איז די עדיטאר?

טראק דרייווער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

תגובהדורך טראק דרייווער » מיטוואך דעצמבער 11, 2019 10:54 pm

פנחס גלויבער האלט אינמיטן פארציילן און מסביר זיין אז די שנאה פון די גרופע איזרעילייט קומט פון.... און בומ'ס! שמעון האקט אים אריין מיט די דאקטאר אין מאנהעטן.

ר' שמעון פארוואס בין איך נישט בארעכטיגט צו הערן פון וואס די שנאה פון די גרופע קומט?
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט