דער ווינקל - נייע טעגליכע אויסגאבע

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1083
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

דער ווינקל - נייע טעגליכע אויסגאבע

תגובהדורך יאסעלע » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 3:16 pm

אומבאשטעטיגטע שמועות דערציילן איבער א נייע טעגליכער אויסגאבע "דער ווינקל", וואס וועט זיין צו באקומען פון חנוכה און ווייטער, אנגעפירט דורך גאר געניטע שרייבער. די פלאנירונגען זענען נאך אין די ערשטע שטאפלען, מיר האפן צו אפדעיטן ווי נאר עס וועט זיין פרישע נייעס.
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 3:22 pm

טעגליך? וויפיל וועט קאסטן אזאנס?
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1083
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » דינסטאג אוגוסט 28, 2018 6:24 pm

מען האלט עס נאך אינמיטן אויסארבעטן, אבער לכאורה וועט דאס קאסטן ארום 1.50 לויט ווי ס'הייסט יעצט. די רעדאקציע האלט נאך אינמיטן צאמשטעלן א ליסטע פון שרייבערס און מגיהים וואס זענען גרייט צו ארבעטן אין די ביינאכט שעות, ווייל עס וועט זיין געאייגנט אויך פאר נייעס טעגליך, געדאנקען, און נאך פילע פרישע חידושים און ערשטמאליגע געדאנקען אין די היסטאריע פון אידישע היימישע און אויסגעהאלטענע לייען מאטריאל. מיר האפן צו אפדעיטן ווי נאר עס וועט זיין פרישע נייעס.
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

אוועטאר
שטיין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:33 am

תגובהדורך שטיין » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 1:16 pm

זאכן דארפן מאכן סענס
די מאמענט איז אזוי נאריש .
ביז יעצט איז ער געווען די איינציגסטע אין אידיש, אבער אז עס קומט יעצט ארויס נאך א סך ווער גייט אים קויפן? אז די ביסט פין די מאמענט מאך עפעס דארט, עס איז זייער נישט אינהאלטסרייך, איך ווייס נישט אויב עס איז דא איינער וואס קריגט זיך מיט דעים.
לעצט פאראכטן דורך שטיין אום מיטוואך אוגוסט 29, 2018 2:44 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
Have it in mind don't be right be smart

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 1:44 pm

בס"ד

לכאורה ווייסן די מייסדים אין וואס זיי לאזן זיך אריין, אבער לענ"ד ווייסן זיי נישט גענוג, עס איז עמוק עמוק מאוד, בגשמיות ורוחניות.

אפשר וויל מען פארצייטונגען די מהלך פון טעגליכע לוח-שמחה-קלעסיפייד צעטלעך? ווער ווייסט. ס'איז אן אנדערע פלאנעט, און פארלאנגט לכאורה א פאראויס אינוועסטמענט פון א שיינע פאר מעלאנעס.

בלויז אויפ'ן שפיץ גאפל,

1) מ'קען נישט נאכבאמבלען פון ענגליש, ווייל דארפסט האבן סחורה פון "יעצט," פראדוצירט אין די זעלבע צייט וואס די ענגליש.
2) ערנסטע פראגע צי "נייעס מיטהאלטערס" וועלן דארפן אידיש.
3) טוישט "טאטאל" דעם סדר היום פון צופרי וד"ל.
4) טוישט "טאטאל" דעם סדר היום פון צענדליגער היימישע אידן צו ארבייטן ביינאכט, נישט ווי א "שיפט" אין וועירהאוז, נאר אין די "גרויסע נייעס וועלט," אויך פורים, בדיקת חמץ, מוצאי פסח, וכו' וכו'.
5) טוישט טאטאל דעם מהלך פון נייעס און קאמיוניקאציע, אינטערוויוס, פאפאראצי, ביים יהדות החרדית.
6) רוב טעגליכע בלעטער אין אמעריקע דערלייגן גרויסע געלטער פון פרינט, און ס'איז שווער צו גלייבן אז די סטראגל פון גרויסע אידישע צייטונגען און מאגאזינען אויף עדס וועט איבערהיפן א טעגליכע צייטונג.

די טעגליכע צעטעלעך האבן נישט "קיין איינע" פון די אישוס.

איי המודיע? א גרויסע פראגע וויפיל זיי פארדינען, אויב בכלל, אויף די טעגליכע, אין אמעריקע אדער פראנקרייך.

און אין ארץ ישראל איז אינגאנצן אן אנדערע עקאנאמיע און מארקעט וואס מ'קען נישט איינפירן אין אמעריקע (עי' ערך קאוקא קאלע עדס אין פרומע אויסגאבעס).

עניוועי, ס'איבעריגע אויף אפוינטמענט...
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

Naftule
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » מיטוואך אוגוסט 29, 2018 2:25 pm

שטיין האט געשריבן:זאכן דארפן מאכן סענס
די מאמענט איז א זוי נאריש .
ביז יעסט איז ער געווין די אנסגסטע אין יודש אבער אז עס קימען יעסט א רויס נאך א סך ווער גייט עים קויפן אז די ביסט פין די מטמענט מאך אפעס דארט עס איז זייער נישט אנהאטסראך איך ווייס נישט אויב עס איז דא אינער וואס קריגט זיך מיט

viewtopic.php?f=21&t=37814

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1083
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 4:16 pm

ר' מזל מידיע איך האב איבערגעזאגט פאר די ארויסגעבער אייערע פוינטס, און ער זאגט אז ער האט אלעס גענומען אין באטראכט. מער פרטים ווייס איך נישט.
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 4:34 pm

איז נישט ארויסגעקומען לעצטנס א טעגליכע אויסגאבע אין מאנסי מיטן נאמען 'די ווינקל' וואס האט זיך פארשפארט נאך 2-3 וואכן ? איז דאס די זעלבע ?

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1643
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 5:08 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

1) מ'קען נישט נאכבאמבלען פון ענגליש, ווייל דארפסט האבן סחורה פון "יעצט," פראדוצירט אין די זעלבע צייט וואס די ענגליש.

מ'קען יא, די וואס ליינען ענגליש קענען עס סיי ווי זען אין ענגליש. אויב ס'געמאכט פאר אידיש רעדענדע קען עס זען פון א טאג פארדעם נאכמיטאג.

2) ערנסטע פראגע צי "נייעס מיטהאלטערס" וועלן דארפן אידיש.

אידישע ליינער זענען נישט קיין נייעס מיטהאלטער? מען ליינט אין קורצן טוויטס פון קול העולם, א באריכות'דיגער באריכט איז לייכטער אויף אידיש.

3) טוישט "טאטאל" דעם סדר היום פון צופרי וד"ל.

ווער ס'וויל מוז נישט קויפן.

4) טוישט "טאטאל" דעם סדר היום פון צענדליגער היימישע אידן צו ארבייטן ביינאכט, נישט ווי א "שיפט" אין וועירהאוז, נאר אין די "גרויסע נייעס וועלט," אויך פורים, בדיקת חמץ, מוצאי פסח, וכו' וכו'.

אזוי ווי די שרייבער פון רוב טעגליכע אויסגאבעס, לוח הציבור, קול ברמה, וכו'. גענוג היימישע אידן קענען ארבעטן ביינאכט היינט.

5) טוישט טאטאל דעם מהלך פון נייעס און קאמיוניקאציע, אינטערוויוס, פאפאראצי, ביים יהדות החרדית.

לא זכיתי להבין שורה זו.

6) רוב טעגליכע בלעטער אין אמעריקע דערלייגן גרויסע געלטער פון פרינט, און ס'איז שווער צו גלייבן אז די סטראגל פון גרויסע אידישע צייטונגען און מאגאזינען אויף עדס וועט איבערהיפן א טעגליכע צייטונג.

אידישע צייטונגען שטייגן פון יאר צו יאר, אנדערש ווי די גויאישע.

די טעגליכע צעטעלעך האבן נישט "קיין איינע" פון די אישוס.

זיי מסביר פארוואס.

איי המודיע? א גרויסע פראגע וויפיל זיי פארדינען, אויב בכלל, אויף די טעגליכע, אין אמעריקע אדער פראנקרייך.

מ'מוז נישט מאכן אויף אזא באמבאסטישע פארנעם ווי המודיע.

און אין ארץ ישראל איז אינגאנצן אן אנדערע עקאנאמיע און מארקעט וואס מ'קען נישט איינפירן אין אמעריקע (עי' ערך קאוקא קאלע עדס אין פרומע אויסגאבעס).

די מארקעטינג אין אמעריקע וואקסט פון יאר צו יאר.

עניוועי, ס'איבעריגע אויף אפוינטמענט...

איך פארשטיי עס נעמט אוועק עדס פון אנדערע... אבער עס קען לכאורה מצליח זיין אויב וועלן זיי זיין גענוג אויסגערעכנט וואו יא און נישט צו אינוועסטירן.

שבתי בוים
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

תגובהדורך שבתי בוים » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 5:13 pm

בס"ד

לכאורה ווייסן די מייסדים אין וואס זיי לאזן זיך אריין, אבער לענ"ד ווייסן זיי נישט גענוג, עס איז עמוק עמוק מאוד, בגשמיות ורוחניות.

עס איז שטארק יתכן אז ווייסן נישט וואס זיי טוען, כבר היה בעולם מענטשן וואס זאלן זיך אריינלאזן אין די אידישע מידיע מארקעט אן די מינדעסטע אנונג דערין און זענען טאקע עווענטועל דורכגעפאלן.


אפשר וויל מען פארצייטונגען די מהלך פון טעגליכע לוח-שמחה-קלעסיפייד צעטלעך? ווער ווייסט. ס'איז אן אנדערע פלאנעט, און פארלאנגט לכאורה א פאראויס אינוועסטמענט פון א שיינע פאר מעלאנעס.

ווען איינער האט ווען מעלאנעס זוכט ער בעסערע אינוועסטירונגען.
כ'זע נישט די גרויסע טויש אין די אינדוסטריע, אין בארא פארק איז דא טעגליכע נייעס אין לוח הציבור, אין וויליאמסבורג אין די קלאסיפיידס וכו'

מ'קען נישט נאכבאמבלען פון ענגליש, ווייל דארפסט האבן סחורה פון "יעצט," פראדוצירט אין די זעלבע צייט וואס די ענגליש.


כ'פארשטיי נישט גענוי דיין טענה, קודם כל רוב שרייבערס באמבלען נישט נאך כלשונך, נאר מ'נאשט פון דא און דארט און מ'שטעלט צוזאם א שטיקל בילד. טרענסלעישאן איז שווערער ווי שרייבן פון פריש ווי אויך דערקענט זיך עס אויף די ארבעט און מאכט עס שטומפיג. השנית, וואס מיינט סחורה פון יעצט? אז דער שרייבער מוז אנוועזנד זיין בשעת עס געשעט א שיסעריי אין פלארידע? זיכער וועט ער נעמען פון די אלגעמיינע באריכטן, וואס דען זאל ער טון? השלישית, יעצט מיינט געוויס נישט באותו רגע, א טעגליכער צייטונג דעקט די נייעס פון די פארלאפענע פיר און צוואנציג שעה לויט וויפיל ס'איז אוועילעבל אין די שעות פאר'ן גיין צום דרוק.

ערנסטע פראגע צי "נייעס מיטהאלטערס" וועלן דארפן אידיש.


פארוואס נישט? ס'איז דא טויזנטער אידיש רעדנדע אידן וואס האלטן מיט די נייעס, די פראבלעם איז פשוט די ביזנעס מאדעל פון פארקויפן אן אויסגאבע טעגליך. א גוטע וועבזייטל אין אידיש איז שטארק יתכן אז עס וואלט פיין געארבעט.


טוישט "טאטאל" דעם סדר היום פון צופרי וד"ל.


אז סקומט ארויס טעגליך שפעט פארמיטאג אדער אז מ'לייגט עס נישט אין די שולן איז נישט קיין פראבלעם און ס'איז נישטא קיין שום וד"ל.

טוישט "טאטאל" דעם סדר היום פון צענדליגער היימישע אידן צו ארבייטן ביינאכט, נישט ווי א "שיפט" אין וועירהאוז, נאר אין די "גרויסע נייעס וועלט," אויך פורים, בדיקת חמץ, מוצאי פסח, וכו' וכו'.


סדא גענוג בדחנים און שפילערס און סתם אידן וואס האבן נאכט שיפט, און יעדער זאל טון וואס ס'לוינט זיך אים פערזענליך. בדיקת חמץ איז א געהעריגע ארבעטס טאג אין דער גאנצע וועלט, שושן פורים וועט נישט ארויסקומען קיין בלעטל גענוי ווי דער דעילי איד. צופרידן?

טוישט טאטאל דעם מהלך פון נייעס און קאמיוניקאציע, אינטערוויוס, פאפאראצי, ביים יהדות החרדית.

אדער יא אדער נישט, ס'איז אפשר א גוטע זאך, אפשר א שלעכטע זאך, ווענדט זיך וואס זיי טוען און וואס זיי ברענגען און ס'איז בכלל נישט מוכרח ס'וועט זיין עפעס ניי וכו'.

רוב טעגליכע בלעטער אין אמעריקע דערלייגן גרויסע געלטער פון פרינט, און ס'איז שווער צו גלייבן אז די סטראגל פון גרויסע אידישע צייטונגען און מאגאזינען אויף עדס וועט איבערהיפן א טעגליכע צייטונג.


דאס איז כמובן א שטארקע טענה, אבער נישט נאר צוליב אנאנסן, נאר ווייל מ'דארף זיין משוגע אז אין די היינטיגע טעג וועלן מענטשן גיין קויפן טעגליך א צייטונג פאר געלט ווען האסט אלעס צו דער האנט ביי דיין פינגער, (רוב מענטשן האבן ניטאמאל די צייט דערפאר צו גיין אין געשעפט) נאכדערצו וואס דו גייסט יעצט אנהויבן אזא קאטאגאריע אין אידיש און פארלאנגסט פון מענטשן נייע זאכן אנדערש ווי אין דער אלגעמיינער וועלט.


איי המודיע? א גרויסע פראגע וויפיל זיי פארדינען, אויב בכלל, אויף די טעגליכע, אין אמעריקע אדער פראנקרייך.

ס'הייסט אז זיי מאכן נישט קיין געלט און ווען יא איז עס אויך די גרעסטע ראי' אז קיינער דארף נישט אזא פראיעקט ווייל ווער רעדט בכלל פון דער המודיע און זאג מיר איינמאל וואס די המודיע איז געווען רעלעוואנט אין די לעצטע יאר צייט.



עניוועי, ס'איבעריגע אויף אפוינטמענט...


איך געב אויך אפוינטמענטס, אומזיסט און דא אויף אייוועלט.

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 834
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 6:02 pm

בס"ד

פיינע ווארע, הרב אסדר און הרב שבתי.

בקיצור נמרץ מאוד

1) "מ'קען נישט נאכבאמבלען פון ענגליש." נישט געמיינט "באמבלען" נעגאטיוו, נאר פשוט נעמען פון ענגלישע קוועלער, ווי אלע היינטיגע אידישע צייטונגען. א "טעגליכע צייטונג" קען בהכרח נישט "נאכשרייבן" פון אנדערע, נאר מוז האבן אייגענע מקור ראשון. וועסט שרייבן מאנטאג פון די זונטאג צייטונגען?... נאכשרייבן פון די ענגלישע נייעס שפעט נאכמיטאג? הייסט אז מ'וועט נאר האבן נייעס פון "ביז" 6 אזייגער אווענט...? קוק ווייטער ביי 5.

2) מענטשן וואס "האלטן מיט" די נייעס, וועלן נישט זוכן סתם נייעס אויף אידיש די נעקסטע טאג, חוץ אויב ס'וועט זיין פריש און אויטענטיש כנ"ל.

3) טוישן דעם גאנצן סדר היום פון צופרי. ביידע האבן מרגיש געווען דעם וד"ל. איינער זאגט, "נו, נו,"... און דער צווייטער זאגט ס'וועט ארויסקומען נאכמיטאג (יענץ געלעכטער) אדער נישט אין די שולן. נאר אין גראסערי? נישט גענוג. אויף די גאס, פת שחרית? קומט עס דאך יא אין שוהל וד"ל, וזו אחת מן העיקרים, אל תפתח פה.

4-5) טוישט דעם מהלך פון נייט-שיפט, ווי אויך נייעס, קאמיוניקאציע, פאפאראצי, ביים יהדות החרדית. זייער פשוט, למשל א דינער פון זונטאג נאכט וועט מען באשרייבן מיטוואך צופרי...? אה, ס'הייבט זיך אן... נאכאמאל אל תפתח פה. אזוי אויך וועט מען דארפן אנפילן די בלעטער בכל אופן, וועט זיין פאפאראצי לרחצה, מחוטב עציך ושואב מימיך.

6) רוב טעגליכע צייטונגען אין אמעריקע "דערלייגן" געלט. ווי הרב שבתי זאגט, מ'דארף זיין משוגע צו גיין יעדן צופרי קויפן פרישע נייעס אין גראסערי. נאך דערצו אויף אידיש ככל הנ"ל. אידישע צייטונגען שטייגן? א לאנגע שמועס נישט דא.

טעגליכע לוח צעטלעך האבן נישט קיין פראבלעם מיט ענגליש-אידישע נייעס, נייעס מיטהאלטערס, סדר היום פון צופרי, נייט-שיפט (חוץ יחידים ממש איז אלעס פארטיג 10-11 אזייגער אדער פריער), "חרדישע נייעס," און זענען ב"ה מצליח עפ"י רוב. מוז נישט זיין אזוי באמבאסטיש ווי המודיע? פרוביר עפעס שוואך פארעווע... גרעסטע ראי' אז מ'דארף נישט אזא פראיעקט? נו, הוא הדבר אשר דברנו.

געוויסע מענטשן טראכטן שוין פון דעם "צענדליגער" יארן, און פאר א סיבה, פאר אסאך סיבות, איז עס נאך נישט דא.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5842
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 6:08 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

פיינע ווארע, הרב אסדר און הרב שבתי.

בקיצור נמרץ מאוד

1) "מ'קען נישט נאכבאמבלען פון ענגליש." נישט געמיינט "באמבלען" נעגאטיוו, נאר פשוט נעמען פון ענגלישע קוועלער, ווי אלע היינטיגע אידישע צייטונגען. א "טעגליכע צייטונג" קען בהכרח נישט "נאכשרייבן" פון אנדערע, נאר מוז האבן אייגענע מקור ראשון. וועסט שרייבן מאנטאג פון די זונטאג צייטונגען?... נאכשרייבן פון די ענגלישע נייעס שפעט נאכמיטאג? הייסט אז מ'וועט נאר האבן נייעס פון "ביז" 6 אזייגער אווענט...? קוק ווייטער ביי 5.

2) מענטשן וואס "האלטן מיט" די נייעס, וועלן נישט זוכן סתם נייעס אויף אידיש די נעקסטע טאג, חוץ אויב ס'וועט זיין פריש און אויטענטיש כנ"ל.

3) טוישן דעם גאנצן סדר היום פון צופרי. ביידע האבן מרגיש געווען דעם וד"ל. איינער זאגט, "נו, נו,"... און דער צווייטער זאגט ס'וועט ארויסקומען נאכמיטאג (יענץ געלעכטער) אדער נישט אין די שולן. נאר אין גראסערי? נישט גענוג. אויף די גאס, פת שחרית? קומט עס דאך יא אין שוהל וד"ל, וזו אחת מן העיקרים, אל תפתח פה.

4-5) טוישט דעם מהלך פון נייט-שיפט, ווי אויך נייעס, קאמיוניקאציע, פאפאראצי, ביים יהדות החרדית. זייער פשוט, למשל א דינער פון זונטאג נאכט וועט מען באשרייבן מיטוואך צופרי...? אה, ס'הייבט זיך אן... נאכאמאל אל תפתח פה. אזוי אויך וועט מען דארפן אנפילן די בלעטער בכל אופן, וועט זיין פאפאראצי לרחצה, מחוטב עציך ושואב מימיך.

6) רוב טעגליכע צייטונגען אין אמעריקע "דערלייגן" געלט. ווי הרב שבתי זאגט, מ'דארף זיין משוגע צו גיין יעדן צופרי קויפן פרישע נייעס אין גראסערי. נאך דערצו אויף אידיש ככל הנ"ל. אידישע צייטונגען שטייגן? א לאנגע שמועס נישט דא.

טעגליכע לוח צעטלעך האבן נישט קיין פראבלעם מיט ענגליש-אידישע נייעס, נייעס מיטהאלטערס, סדר היום פון צופרי, נייט-שיפט (חוץ יחידים ממש איז אלעס פארטיג 10-11 אזייגער אדער פריער), "חרדישע נייעס," און זענען ב"ה מצליח עפ"י רוב. מוז נישט זיין אזוי באמבאסטיש ווי המודיע? פרוביר עפעס שוואך פארעווע... גרעסטע ראי' אז מ'דארף נישט אזא פראיעקט? נו, הוא הדבר אשר דברנו.

געוויסע מענטשן טראכטן שוין פון דעם "צענדליגער" יארן, און פאר א סיבה, פאר אסאך סיבות, איז עס נאך נישט דא.

;l;p-

כ'האב מורא דער נייער רעדאקטער פון ווינקל מישט אויס צווישן אידישע צייטונגען (נייעס) און אידישע מאגאזינען (באשרייבונגען), מאגאזינען איז אולי דא א מקום צו זאגן אז ס'שטייגט, אבער נייעס? איך מיין אז נישט, דא גענוג אומזינסטע נייעס קוועלער היינט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1501
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 6:25 pm

די ענגלישע המודיע פלעגט לויפן א טעגליכע צייטונג. עס האלט נאך אן?

אגב. קען עמיצער ערקלערן די באדייט פון דעם ערשטע ווארט אין דעם דאזיגן אשכול...? לכאורה א סתירה צו אלעס וואס דער חשובער ניק האט געשריבן אין די פאלגנדע שורות און תגובות.)

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1643
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 9:19 pm

מונאוויטש האט געשריבן:די ענגלישע המודיע פלעגט לויפן א טעגליכע צייטונג. עס האלט נאך אן?

אגב. קען עמיצער ערקלערן די באדייט פון דעם ערשטע ווארט אין דעם דאזיגן אשכול...? לכאורה א סתירה צו אלעס וואס דער חשובער ניק האט געשריבן אין די פאלגנדע שורות און תגובות.)

יא, מ'קען עס זען בחינם אויף זייער זייטל, המודיע דאט קאם.

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1643
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 9:21 pm

שבתי בוים האט געשריבן:בס"ד

ברוך שכונתי. כמעט ווארט ביי ווארט...

שבתי בוים
שר מאה
תגובות: 232
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

תגובהדורך שבתי בוים » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2018 9:52 pm

יאפ, אדאנק. כ'האב געזען ערשט נאכ'ן שרייבן, גרעיט מיינדס טינק עלייק. אדאנק פאר אייער באריכטן איבער די פארכאפטע אין טיילאנד הייל. כ'האב מיך נאכנישט באדאנקט.

אוועטאר
עס עפעס
שר האלפיים
תגובות: 2212
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 11, 2009 2:26 pm
לאקאציע: ביים טעלער
פארבינד זיך:

תגובהדורך עס עפעס » פרייטאג אוגוסט 31, 2018 11:23 am

אויב רעדט מען פון די ארבעט וואס דארף אריינגעלייגט ווערן אין א טעגליכע צייטונג, קען עס זייער רואיג און גרינג עררייכט ווערן - וה"דעילי איד" און "פיינע נייעס" יוכיח, הגם ס'איז אויף א קלענערן פארנעם.

אויב רעדט מען צי ס'איז דא א פארלאנג, און צי מענטשן וועלן זיין גרייט צו צאלן געלט טעגליך פאר א צייטונג, איז שוין אן אנדערע מעשה.

אני הקטן פלעג ארויסגעבן "טאגשריפט", א טעגליכע צייטונג אנליין אין 2008, אבער ס'האט אנגעהאלטן 3 מאנאט. דער פראבלעם איז נישט אזוי ווייט געווען אז ס'איז געווען שווער די ארבעט פון שרייבן, מגיה זיין און אויסשטעלן, נאר מ'איז אריינגעשפרינגען דערין אן קיין קלארע וויזיע אויף וויפיל כוחות און קאנסיסטענסי ס'וועט זיך פאדערן.

סתם אפאר יונגעלייט וואס זענען ענטוזיאסטיש איבער שרייבן נייעס, וואס ס'האט מיט זיך צומאל א גאנץ געשמאקע אדרענעלין-טרייב, איז נישט גענוג צו קענען אנגיין טעגליך מיט א צייטונג.

איך מיין נישט צו זאגן אז מ'דארף אפילו מאכן געהעריג ריסוירטש צי ס'איז דא א "דעמענד" פאר אזא זאך, ווייל צומאל קען מען שאפן א נייעם טרענד, אפילו מענטשן האבן ביז יעצט נישט געשפירט אז עפעס פעלט זיי. נאר אזויפיל יא, די וואס געבן עס ארויס, דארפן פארשטיין אז דער "גריינד" פון א טעגליכע זאך איז ביטער ביטער שווער, און מ'קען זיך נישט געבן א תירוץ, כמאך א שמחה, כ'האב א חתונה פון א שוועסטער, וכדומה, און נישט ערשיינען איין טאג, ווייל דאן פארלירט מען די גאנצע זאך.

עניוועי.
א ליידיגער מאגן איז א נעגאטיווער ראטגעבער, טא עס עפעס!

אוועטאר
שמועסער
שר חמש מאות
תגובות: 884
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 07, 2014 1:30 am

תגובהדורך שמועסער » זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 9:47 pm

האט א שייכות מיט די לעצטיגע טעגליך-לויפנדע עד אינעם דבר יום "א טעגליכע בלעטל זוכט פירמעס וואס זאלן צושטעלן טיפס וכדו'.." ?
אייוועלט איז א פלאטפארמע זיך אויסצובלאזן ווען מ'גייט ליידיג... נישט צו בלאזן ווען מ'איז באליידיגט...
קרעדיט: שמועסער ענד יאצמעך

אוועטער קרעדיטס: טראבל מעיקער מיט די גאנצע טריסקע הויף...

בויער
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 04, 2018 7:44 pm

תגובהדורך בויער » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 1:32 pm

יאסעלע האט געשריבן:אומבאשטעטיגטע שמועות דערציילן איבער א נייע טעגליכער אויסגאבע "דער ווינקל", וואס וועט זיין צו באקומען פון חנוכה און ווייטער, אנגעפירט דורך גאר געניטע שרייבער. די פלאנירונגען זענען נאך אין די ערשטע שטאפלען, מיר האפן צו אפדעיטן ווי נאר עס וועט זיין פרישע נייעס.


ווען פלאנט מען צו באשטעטיגן די שמועות?

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1083
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 9:51 pm

מ'האפט אויף חנוכה. זאכן זענען טעטיג.
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: El Rushbo, בריוועלע און 11 געסט