"אינטערעסאנט" פרישע היימישע אויסגאבע מיט רייכע ארטיקלן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 1:44 pm

Wow a1 האט געשריבן:
זכאי האט געשריבן:וואס פונקטלעך איז די מטרה פון שרייבן א קינדערישע זינלאזע תגובה מיט קליינע אותיות?! אדרבה אז דו האסט קריטיק פליז שרייב עס אראפ און אולי וועט עס אויפטוען און מען וועט עס פאררעכטן אבער סתם נערישקייטן על לא דבר??!!
איי וואס גייט מיך אן? עס גייט מיך שוין איינמאל אן, ווייל די אידיש ליין מאטריאל מארקעט איז א בחינה פון תענית אסתר ביז פורים און דא איז געקומען איינער מיט גאר א נייע שניט וואס איז ביז יעצט נאכנישט געווען און איך וואלט געגענט באשטיין ער זאל מצליח זיין.

דער אולם העלפט אים מצליח זיי קרטיג איז זייער א גיטע זאך ר אבגדיר מילער זצ'ל האט געזאגט אז מען וואלט געדארפט צאלן 10.000 דאלער פאר קרטיג און אז מען באקימט עס פאר פרי ...

פרוועס שריבסטי נשיט נערמיל?

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 2:56 pm

מיללער האט געשריבן:
Wow a1 האט געשריבן:
זכאי האט געשריבן:וואס פונקטלעך איז די מטרה פון שרייבן א קינדערישע זינלאזע תגובה מיט קליינע אותיות?! אדרבה אז דו האסט קריטיק פליז שרייב עס אראפ און אולי וועט עס אויפטוען און מען וועט עס פאררעכטן אבער סתם נערישקייטן על לא דבר??!!
איי וואס גייט מיך אן? עס גייט מיך שוין איינמאל אן, ווייל די אידיש ליין מאטריאל מארקעט איז א בחינה פון תענית אסתר ביז פורים און דא איז געקומען איינער מיט גאר א נייע שניט וואס איז ביז יעצט נאכנישט געווען און איך וואלט געגענט באשטיין ער זאל מצליח זיין.

דער אולם העלפט אים מצליח זיי קרטיג איז זייער א גיטע זאך ר אבגדיר מילער זצ'ל האט געזאגט אז מען וואלט געדארפט צאלן 10.000 דאלער פאר קרטיג און אז מען באקימט עס פאר פרי ...

פרוועס שריבסטי נשיט נערמיל?

עס זענען דא קלוגע מענטשן וואס ווערטער אויסלייג איז נישט זייער שטארקער פונקט, און טיילמאל וועלן אויטאמאטישע קיבאורדס אריינלייגן אליין אינטערעסאנטע זאכן... עס מאכט נערוועז, אבער עס איז ראטזאם צו שיקן די פארראכטענע ווערסיע אין אישי אז יענער זאל עס קענען איבערלייגן.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 691
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:31 pm

עס מאכט מער ווי נערוועז,מ'קען פשוט נישט לייינען.
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20711
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 10:41 am

וויכטיג מאכער האט געשריבן:
Wow a1 האט געשריבן:פארוואס שרייבן זיי נישט ביי ר אברהם מרדכי אז עס איז פון זיין שיעור



אריינגעקומען דורכליינען דעם אשכול צו זעהן צו איינער דערמאנט דאס...

טייערע בריוועלע, איך האב געקויפט די אויסגאבע, אנגעפאנגן ליינען, איך זעה אז ר' אברהם מרדכי מלאך שרייבט... נייס! א מעסיוו איידיע, אבער וואס... גענומען א דרשה וואס ר' אברהם מרדכי האט געזאגט, און אפגעשריבן...

טו בי האנעסט, די רעסט פון די אויסגאבע איז מיר גראדע געפאלן, אבער די פוירסט אימפרעשן איז געווען גאר שלעכט! א רייכע אויסגאבע מיינט נישט גענומען פון א סידי וואס האלבער עולם האט שוין געהערט! סארי!



געווענליך שרייב איך נישט, אבער אז כאב שוין געשריבן מוז איך ענדיגן... כאב געענדיגט ליינען די רעסט, באמת א רייכע ארבייט!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20711
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 10:42 am

מיסטעריעז האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:BCML אלערט...

טוצעך וויכי?



דו ביסט דאהי? סינייעס!

גוט גע'בענטשט יאר...
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
בריוועלע
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:34 am

אינטערעסאנט אפדעיט

תגובהדורך בריוועלע » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:08 am

נאך דעם וואס אונזער ערשטע אויסגאבע איז שוין אויסגעלאפן אין אסאך געשעפטן, איז אנגעקומען א פרישע שיפמענט פונעם אינטערעסאנט לחודש תשרי, פאר די וואס האבן עס נאך נישט אנגעיאגט צו קויפן.
לויפט און קויפט!, ווילאנג עס איז נאך דא אין די געשעפטן.
ווארט נישט אויף די לעצטע מינוט.
אוי בריוועלע, אוי בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(קרעדיט: מוטי שטיינמעץ)

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:44 pm

איך האב געליינט דעם אינטערסאנט אויבערפלעכליך. דאס מערסטע האט מיר געפעלן די דרשה וואס זיי ברענגען אראפ פון הרב מלאך, עס איז אבער עפעס וואס איך ליין שוין היינט צו טאג וועכענטליך אין די אפיציעלע גליון "שירת המלאכים" פון הרב מלאך אין די "גליונות לש"ק, וואס קומט ארויס יעדע וואך, וואס דארט איז עס פון אים אפיציעל. ווייס עך נישט פון וואו זיי האבן די דרשה, צו האט הרב מלאך עפעס מיט דעם אינטערסאנט? ווייל דאס וועט מיר שוין זיין איינמאל אינטערסאנט...

איך וואלט זייער געוואלט וויסן צו הרב מלאך שיקט די סחורה אדער זיי נעמען דאס פון די זעלבע שעלוו ווי איך נעם עס. ס'מאכט א גרויסע דיפערענץ לענ"ד.

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 912
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 1:26 pm

זאלץוואסער האט געשריבן:איך האב געליינט דעם אינטערסאנט אויבערפלעכליך. דאס מערסטע האט מיר געפעלן די דרשה וואס זיי ברענגען אראפ פון הרב מלאך, עס איז אבער עפעס וואס איך ליין שוין היינט צו טאג וועכענטליך אין די אפיציעלע גליון "שירת המלאכים" פון הרב מלאך אין די "גליונות לש"ק, וואס קומט ארויס יעדע וואך, וואס דארט איז עס פון אים אפיציעל. ווייס עך נישט פון וואו זיי האבן די דרשה, צו האט הרב מלאך עפעס מיט דעם אינטערסאנט? ווייל דאס וועט מיר שוין זיין איינמאל אינטערסאנט...

איך וואלט זייער געוואלט וויסן צו הרב מלאך שיקט די סחורה אדער זיי נעמען דאס פון די זעלבע שעלוו ווי איך נעם עס. ס'מאכט א גרויסע דיפערענץ לענ"ד.

אויב וועט אינטערסאנט "איבערשרייבן" אנדערע אויסגאבעס און "נאכמאכען" יענעם. איז ער בכלל נישט אינטערסאנט, מיר ליינען שוין א האלב יאר די שירת המלאכים וועכענטליך, זיי דארפן אויפקומען מיט עפעס בעסער'ס.
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...

אוועטאר
בריוועלע
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:34 am

תגובהדורך בריוועלע » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 2:31 pm

משה כהן האט געשריבן:
זאלץוואסער האט געשריבן:איך האב געליינט דעם אינטערסאנט אויבערפלעכליך. דאס מערסטע האט מיר געפעלן די דרשה וואס זיי ברענגען אראפ פון הרב מלאך, עס איז אבער עפעס וואס איך ליין שוין היינט צו טאג וועכענטליך אין די אפיציעלע גליון "שירת המלאכים" פון הרב מלאך אין די "גליונות לש"ק, וואס קומט ארויס יעדע וואך, וואס דארט איז עס פון אים אפיציעל. ווייס עך נישט פון וואו זיי האבן די דרשה, צו האט הרב מלאך עפעס מיט דעם אינטערסאנט? ווייל דאס וועט מיר שוין זיין איינמאל אינטערסאנט...

איך וואלט זייער געוואלט וויסן צו הרב מלאך שיקט די סחורה אדער זיי נעמען דאס פון די זעלבע שעלוו ווי איך נעם עס. ס'מאכט א גרויסע דיפערענץ לענ"ד.

אויב וועט אינטערסאנט "איבערשרייבן" אנדערע אויסגאבעס און "נאכמאכען" יענעם. איז ער בכלל נישט אינטערסאנט, מיר ליינען שוין א האלב יאר די שירת המלאכים וועכענטליך, זיי דארפן אויפקומען מיט עפעס בעסער'ס.

איך וויל נישט אריינגיין אין צופיל פרטים, אבער וויפיל איך בין באקאנט האט מערכת 'אינטערעסאנט' שוין געפלאנט און ערהאלטן די פילע הסכמה פון הר"ר אברהם מרדכי שליט"א צו דריקן זיינע מאמרים, א לאנגע תקופה פאר די גליון שירת המלאכים האבן אנגעהויבן צו אפשרייבן זיינע שיעורים, ואכמ"ל.
באמת ליגט אויפ'ן טיש פון די חברי המערכת אסאך רייכע און אינטערעסאנטע אפציעס און געדאנקען פאר די קומענדיגע אויסגאבעס, און דעריבער איז געווען א גרויסע קלער אז מען זאל נישט ממשיך זיין אין די קומענדיגע אויסגאבע מיט'ן דריקן די מאמרים פון הר"ר אברהם מרדכי שליט"א.
אבער אזוי ווי זייער אסאך מענטשען האבן אריינגעשיקט און איבער געגעבן פאר'ן מערכת, ווי שטארק זיי האבן הנאה געהאט פון די הערליכע קאלום, צווישן זיי אסאך בחורי חמד תלמידי הישיבות וואס האבן ארויסגענומען פונעם תשרי שמועס שטארקע דברי חיזוק צו שטייגן בהתמדת התורה, בפרט ווען מען שטעלט נישט אריין א גאנצע דרשה אדער שיעור, נאר חלקים און געדאנקן איבער א געוויסע נושא, ממילא האפט מען בעז"ה ווייטער צו ממשיך זיין מיט די הערליכע 'קאלום, פאר די צופרידענהייט און הנאה פון אונזערע חשובע ליינער.
ווי אויך פלאנט די מערכת כסדר צו גיין מעלה מעלה, און אהערשטעלן פאר זייערע צופרידענע ליינער, רייכע און אינהאלטסרייכע ארטיקלן אין פארשידענע אינטערעסאנטע טעמעס.
אוי בריוועלע, אוי בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(קרעדיט: מוטי שטיינמעץ)

Wow a1
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2018 3:38 pm

תגובהדורך Wow a1 » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 3:16 pm

שרייב אז עס איז פון א דרשה וואס צי מישטע דעים עולם
People are looking for the place of happiness they are not realizing that it is located in the brain

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 4:50 pm

עס איז א חידוש אויב איז עס אמת אז ר' אברהם מרדכי האט שוין מיט "אינטערסאנט" געמאכט א דיעל פאר ער האט געמאכט מיט "גליונות" עס איז נישט ביזנעס עז יוזשועל, עפעס פעלט פון די דיטעילס,

באמת איז מיר עס נישט נוגע פערזענליך, און וויאזוי ס'זאל נישט זיין זאל יעדער מצליח זיין מיט וואס מ'טוט.

גליונות לשבת
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 4:43 pm

תגובהדורך גליונות לשבת » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 5:25 pm

"שירת המלאכים" אויף סוכות איז שוין ב"ה ארויס פון דריק צוזאם מיט נאך צענדליגע הערליכע גליונות לכבוד יו"ט, שירת המלאכים וועט זיין אין ביידע חלקים לכבוד יו"ט
דא קענט איז זעהן א דוגמה
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 19&gil=320

אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

תגובהדורך קוגל מיט פיקל » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 6:13 pm

בריוועלע האט געשריבן:
משה כהן האט געשריבן:
זאלץוואסער האט געשריבן:איך האב געליינט דעם אינטערסאנט אויבערפלעכליך. דאס מערסטע האט מיר געפעלן די דרשה וואס זיי ברענגען אראפ פון הרב מלאך, עס איז אבער עפעס וואס איך ליין שוין היינט צו טאג וועכענטליך אין די אפיציעלע גליון "שירת המלאכים" פון הרב מלאך אין די "גליונות לש"ק, וואס קומט ארויס יעדע וואך, וואס דארט איז עס פון אים אפיציעל. ווייס עך נישט פון וואו זיי האבן די דרשה, צו האט הרב מלאך עפעס מיט דעם אינטערסאנט? ווייל דאס וועט מיר שוין זיין איינמאל אינטערסאנט...

איך וואלט זייער געוואלט וויסן צו הרב מלאך שיקט די סחורה אדער זיי נעמען דאס פון די זעלבע שעלוו ווי איך נעם עס. ס'מאכט א גרויסע דיפערענץ לענ"ד.

אויב וועט אינטערסאנט "איבערשרייבן" אנדערע אויסגאבעס און "נאכמאכען" יענעם. איז ער בכלל נישט אינטערסאנט, מיר ליינען שוין א האלב יאר די שירת המלאכים וועכענטליך, זיי דארפן אויפקומען מיט עפעס בעסער'ס.

איך וויל נישט אריינגיין אין צופיל פרטים, אבער וויפיל איך בין באקאנט האט מערכת 'אינטערעסאנט' שוין געפלאנט און ערהאלטן די פילע הסכמה פון הר"ר אברהם מרדכי שליט"א צו דריקן זיינע מאמרים, א לאנגע תקופה פאר די גליון שירת המלאכים האבן אנגעהויבן צו אפשרייבן זיינע שיעורים, ואכמ"ל.

סארא חילוק ווי לאנג א פלאן ליגט אויפן טיש אדער אונטערן טיש, באנק און פענסטער?
אז איך האבן געפלאנט צוויי יאר צייט ארויסצוגעבן אן אויסגאבע מיט'ן נאמען "אינטערעסאנט" און איך וועל עס נישט האבן ארויסגעגעבן, און אינצווישן וועט א צווייטער קומען און ארויסגעבן א אויסגאבע כמעט אקוראט ווי מיינע פלענער פון וואס איך חלום שוין צוויי יאר, האב איך א רעכט יענעם נאכצוטוהן?!?
וואס איז א חילוק ווי לאנג מען "פלאנט"? "זייער אינטערעסאנט"

שמעון לעווי
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 9:53 pm

תגובהדורך שמעון לעווי » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 8:08 pm

גליונות לשבת האט געשריבן:"שירת המלאכים" אויף סוכות איז שוין ב"ה ארויס פון דריק צוזאם מיט נאך צענדליגע הערליכע גליונות לכבוד יו"ט, שירת המלאכים וועט זיין אין ביידע חלקים לכבוד יו"ט
דא קענט איז זעהן א דוגמה
http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 19&gil=320

איך וויל נאר אנמערקן פארן מגיב אז לכאורה האט ער דאס בטעות אריינגעשטעלט אין דעם אשכול אנשטאט אינעם גליונות אשכול

שמעון לעווי
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 9:53 pm

תגובהדורך שמעון לעווי » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 8:16 pm

קוגל מיט פיקל האט געשריבן:
בריוועלע האט געשריבן:
משה כהן האט געשריבן:
זאלץוואסער האט געשריבן:איך האב געליינט דעם אינטערסאנט אויבערפלעכליך. דאס מערסטע האט מיר געפעלן די דרשה וואס זיי ברענגען אראפ פון הרב מלאך, עס איז אבער עפעס וואס איך ליין שוין היינט צו טאג וועכענטליך אין די אפיציעלע גליון "שירת המלאכים" פון הרב מלאך אין די "גליונות לש"ק, וואס קומט ארויס יעדע וואך, וואס דארט איז עס פון אים אפיציעל. ווייס עך נישט פון וואו זיי האבן די דרשה, צו האט הרב מלאך עפעס מיט דעם אינטערסאנט? ווייל דאס וועט מיר שוין זיין איינמאל אינטערסאנט...

איך וואלט זייער געוואלט וויסן צו הרב מלאך שיקט די סחורה אדער זיי נעמען דאס פון די זעלבע שעלוו ווי איך נעם עס. ס'מאכט א גרויסע דיפערענץ לענ"ד.

אויב וועט אינטערסאנט "איבערשרייבן" אנדערע אויסגאבעס און "נאכמאכען" יענעם. איז ער בכלל נישט אינטערסאנט, מיר ליינען שוין א האלב יאר די שירת המלאכים וועכענטליך, זיי דארפן אויפקומען מיט עפעס בעסער'ס.

איך וויל נישט אריינגיין אין צופיל פרטים, אבער וויפיל איך בין באקאנט האט מערכת 'אינטערעסאנט' שוין געפלאנט און ערהאלטן די פילע הסכמה פון הר"ר אברהם מרדכי שליט"א צו דריקן זיינע מאמרים, א לאנגע תקופה פאר די גליון שירת המלאכים האבן אנגעהויבן צו אפשרייבן זיינע שיעורים, ואכמ"ל.

סארא חילוק ווי לאנג א פלאן ליגט אויפן טיש אדער אונטערן טיש, באנק און פענסטער?
אז איך האבן געפלאנט צוויי יאר צייט ארויסצוגעבן אן אויסגאבע מיט'ן נאמען "אינטערעסאנט" און איך וועל עס נישט האבן ארויסגעגעבן, און אינצווישן וועט א צווייטער קומען און ארויסגעבן א אויסגאבע כמעט אקוראט ווי מיינע פלענער פון וואס איך חלום שוין צוויי יאר, האב איך א רעכט יענעם נאכצוטוהן?!?
וואס איז א חילוק ווי לאנג מען "פלאנט"? "זייער אינטערעסאנט"

איך זעה נאכנישט וואס אינטערעסאנט האט "נאכגעטוהן" דעם שירת המלאכים... ווען בוני עולם נעמט מארגן ר' אברהם מרדכי אלס רעדנער האבן זיי "נאכגעטוהן" RCCS? ר' אברהם מרדכי איז א רעדנער און ווער עס וויל קען אים רופן, און די זעלבע זאך לגבי שרייבן זיינע עס איז אזוי אין רוב אויסגאבעס וואס מען שרייבט נאך פון בעלי דרשנים, איז אויב איז ווי בריוועלע שרייבט אז זיי האבן זיין הסכמה, האט קיינער נישט נאכגעמאכט קיינעם, נאר וואזשע דען, אז מארגן וועט איינער קומען און ארויסגעבן א אייגענעם קובצל פון גליונות אין נעמען הרב מלאך'ס דרשות און נאכקאפירן ווארט ביי וארט דעמאלס קען מען שרייבן אז זיי האבן "נאכגעטון"
אגב: באמערקט אן אינטערעסאנטער זאך ס'רוב פון די קריטיקירער דא האבן עפעס זייער אסאך פאזיטיווע תגובות אינעם שכינות'דיגען אשכול פון אן אנדערן אויסגאבע.....
לעצט פאראכטן דורך שמעון לעווי אום מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 8:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שמעון לעווי
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 9:53 pm

תגובהדורך שמעון לעווי » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 8:20 pm

משה כהן האט געשריבן:
זאלץוואסער האט געשריבן:איך האב געליינט דעם אינטערסאנט אויבערפלעכליך. דאס מערסטע האט מיר געפעלן די דרשה וואס זיי ברענגען אראפ פון הרב מלאך, עס איז אבער עפעס וואס איך ליין שוין היינט צו טאג וועכענטליך אין די אפיציעלע גליון "שירת המלאכים" פון הרב מלאך אין די "גליונות לש"ק, וואס קומט ארויס יעדע וואך, וואס דארט איז עס פון אים אפיציעל.

גראדע מיר האט מער געפאלן אנדערע ארטיקלען, אבער אויב האט דיר עס טאקע אזוי געפאלן און דו ליינסט טאקע דעם שירת המאלכים יעדער וואך וואלסטו זיך געדארפט פרייען אז יעצט וועסטו עס האבן 5 מאל א חודש :lol: :lol:

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1895
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:53 pm

שמעון לעווי האט געשריבן:אגב: באמערקט אן אינטערעסאנטער זאך ס'רוב פון די קריטיקירער דא האבן עפעס זייער אסאך פאזיטיווע תגובות אינעם שכינות'דיגען אשכול פון אן אנדערן אויסגאבע.....

וכן להיפוך...

שמעון לעווי
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 9:53 pm

תגובהדורך שמעון לעווי » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2018 10:37 pm

משה כהן האט געשריבן:
זאלץוואסער האט געשריבן: מיר ליינען שוין א האלב יאר די שירת המלאכים וועכענטליך, זיי דארפן אויפקומען מיט עפעס בעסער'ס.

ווי ווייט איך ווייס איז דער שירת המלאכים נישט מער ווי 13 וואכן, אדרבה ווי טרעפט מען ס'איבריגע?...

שמעון לעווי
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 29, 2018 9:53 pm

תגובהדורך שמעון לעווי » מיטוואך סעפטעמבער 19, 2018 10:50 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
שמעון לעווי האט געשריבן:אגב: באמערקט אן אינטערעסאנטער זאך ס'רוב פון די קריטיקירער דא האבן עפעס זייער אסאך פאזיטיווע תגובות אינעם שכינות'דיגען אשכול פון אן אנדערן אויסגאבע.....

וכן להיפוך...

אויב איז אמת וואס דו זאגסט אז רוב פאזיטיו קאמענטארן (אריינגערעכענט איינס פון דיר) האבן א שיכות מיטן אינטערעסאנט איז נאך אלץ נישט קיין פארגלייך. פארוואס? זייער פשוט, ווען א מענטש האט א פראדוקט איז נישט מער ווי נארמאל אז ער זאל ארויסהייבן דעם פראדוקט, ס'נאך נישט געווען אין היסטאריע זינט ששת ימי בראשית א מענטש זאל קריטיקירן זיין אייגן פראדוקט, משא"כ ווען ס'קומט א שרייבער אדער גאר דער ארויסגעבער פון אן אנדערן אויסגאבע און קומט כמשיח לפי תומו שרייבן דא לעכירלעכע קריטיק איז שוין אן אנדערע פרשה דעטס אלל! אגב וואלט געווען שיין אז זיי זאלן ארויסשרייבן אז זיי פארמאגן אן אויסגאבע אדער א קונטרסל, אזוי וועט שוין יעדער פארשטויין וואס ליגט אונטער די תמימותדיגע תגובות, און אויך איז וויכטיג צונעמען אין אכט אז פרנסה קומט פון הימל (און אויך שכל....)
ווי עס שרייבט א פאטריאט פארן אמת און פאר "אינטערעסאנט" 8.)

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 10:17 am

די אינטערעסאנט איז א הערליכע אויסגאבע, אבער 100 זייטן איז צו ווייניג...
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 1:58 pm

איך האב עס געקויפט און דורכגעליינט. וואס זאל איך אייך זאגן? - מלא תוכן, זאפטיגע ארטיקלען מיט גוטע נושאים. זיי ערפילן א חלל וואס הערשט באמת אין דעם היימישן מארקעט. האפנטליך אז זיי וועלן זיין מוסיף והולך און אנגיין.

די חסרונות:
1. די נאמען איז זייער נאריש. ווען איך האב געהערט אז עס קומט ארויס אן אויסגאבע מיטן נאמען "אינטערעסאנט", האב איך געטראכט, אז אויב א נאמען קענען זיי נישט אויסוועלן א לייטישן, דעמאלס ווי אזוי קען שוין זיין די אויסגאבע?!

2. נארישע גראפיקס, נישט גוט געמאכט.

3. ווייניג זייטן, אזא תוכנ'דיגע אויסגאבע און פולע אויסגאבע, וואלט געמעגט פארמאגן מער בלעטער און מער חומר.

4. אפשר מעג אויך זיין א תיקון אין ספעלינג, בפרט אין די הקדמה, און הרב מלאכ'ס דרשה.

בלויע טינט
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 12:30 pm

תגובהדורך בלויע טינט » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 3:06 pm

הערליכע אויסגאבע.
הנאה געהאט פון אלעס, אבער די חפץ חיים ארטיקל פעהלט עפעס אביסל זאפטיגקייט און קלארקייט.
גרעפיקס מעג אויך ניצן א פארבעסערונג.
אבער אווער-אלל איז עס א הערליכע פראדוקט.
נישט רויט און אויך נישט שווארץ, נאר בלוי...

תפארת התורה
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 07, 2017 8:21 pm

תגובהדורך תפארת התורה » זונטאג אוקטובער 14, 2018 2:13 pm

דעקל.jpg
דעקל.jpg (429.51 KiB) געזעהן 539 מאל

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1895
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » זונטאג אוקטובער 14, 2018 2:46 pm

אויג פארכאפנד דער דעקל

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1349
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג אוקטובער 14, 2018 2:57 pm

מיין אויג האט עס נישט פארכאפט.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט