איינזייטיגקייט אין היימישע צייטונגן

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 8:00 am

קאמפיוטער עקספערט האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:די חלק וואס שטערט מיר איז די טוויטער אקאונט ווי ער דערקלערט זיך אלס חרדישער און שיסט ווילדע סטעיטמענטס ווי פערזענליך טעגן קלינטאןס טאכטער איבער זיינע פערזענליכע סקאנדאלן א.א.וו. מיר זענען אין גלות און דארפן לייגן איד פאר פארטיי

צו מאכען פאר זיך אליינס א טעסט צו עס באדערד אמתדיג לשם שמים קוק צו עס שטערט דיך ווען יונה כהן און אזעלכע טוהון דאס

געב מיר א טוויטער הענדל צו סורטשען. איך האב נישט באמערקט קיינמאל.
למשל אז איינער ערקלערט אז מיר זענען אימיגראנטן אפשטאמיגע און שטיצן אימיגראנטען איז צו פארשטיין, אבער גיין קעגן טראמפ'ס סקאנדאלן, זיך טענה'ן מיט זיינע גויאישע גרויסע שטיצער און קינדער קומט נישט פאר א איד צו טון נישט קיין חילוק וואס איך האלט.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלפיים
תגובות: 2094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 8:52 am

Goodmorning האט געשריבן:איך בין נייגעריג אויב איינער פון די אנטי בייעסניקעס שטערט אז די אפיציעלע פאליטישע נייעס אויף קול מבשר איז נישט נייטראל?

י.ג. שטעלט זיך קיינמאל נישט אהער אלץ נייטראל. העסט אים פרעגן וועט ער דיר זאגן אז ער איז א רעכטע קאמענטעטאר, משא"כ עס עפעס וואס שטעלט זיך אהער אלץ א זעלבסטשטענדיגער דזשארנאליסט. ופשוט הוא

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 8:58 am

ער איז אפיציעל פאליטישע נייעס. נישט אנאליזן סא עס איז נישט גערעכט אז דו קענסט נישט הערן בעיסיק נייעס
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלפיים
תגובות: 2094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 9:13 am

ניין די אפיציעלע נייעס איז 112, די קשיא איז אויף זלמן פארוואס ס'הייסט פאליטישע נייעס נישט אויף י.ג.

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 9:15 am

Goodmorning האט געשריבן:ער איז אפיציעל פאליטישע נייעס. נישט אנאליזן סא עס איז נישט גערעכט אז דו קענסט נישט הערן בעיסיק נייעס

ער שטעלט זיך ארויס מיט זיין נאמען, יעדער ווייסט זיין שטעלונג, אז ביסט גרייט הער אים אויס אז נישט נישט.

והשנית, פאר קול מבשר צאל איך נישט קיין געלט, וואס ער שטעלט מיר צו איז הכל ריוח, אז איך קויף דער איד מעג איך אויך קריטיקירן.

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 12:19 pm

גארנישט מיט נישט האט געשריבן:ניין די אפיציעלע נייעס איז 112, די קשיא איז אויף זלמן פארוואס ס'הייסט פאליטישע נייעס נישט אויף י.ג.

גערעכט
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » פרייטאג אוגוסט 17, 2018 12:20 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:ער איז אפיציעל פאליטישע נייעס. נישט אנאליזן סא עס איז נישט גערעכט אז דו קענסט נישט הערן בעיסיק נייעס

ער שטעלט זיך ארויס מיט זיין נאמען, יעדער ווייסט זיין שטעלונג, אז ביסט גרייט הער אים אויס אז נישט נישט.

והשנית, פאר קול מבשר צאל איך נישט קיין געלט, וואס ער שטעלט מיר צו איז הכל ריוח, אז איך קויף דער איד מעג איך אויך קריטיקירן.

דו באקומט דאך אזוי סאך פאר דיינע $3 ליין די אנדערע
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2088
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:18 am

וואס גייט פאר איז מורא'דיג, די חברה הרבן געהעריג פארגעסן אז זיי זענען סה"כ אין גלות (ליין: תפיסה) אין אמעריקא, נאר א צייטווייליגע דורכגאנג, נאר זיי פילן זיך אזוי היימיש אין אמעריקא, זיי זענען ממש פארברענטע פארטריאטן, דער איז א הייסער טראמפ שטיצער, רעדט מיט שוים קעגן די וואס זענען קעגן איהם, און נאר הארבער איז זיין חבר וואס איז א הייסער שונא זיינער, מען קען הערן רעדן אזער זיין שרייבעכצער מיט אזא האס קעגן טראמפ, כאילו ער איז זיינס א פערזענליכער שונא, די שוים ליגט אויפן ליפן ווען יענער בארעדט טראמפ, ער מאכט דאך חרוב אונזער הייליגער אמעריקא (ליין: דעמעקראטישע תועבה פארטיי) ס'דאך ממש געפערליך, ה' ירחם.

איך האב געזעהן א דרשה אין דרך יבחר, וועלכער איז געווען א אדם גדול, א זוהן פונעם הייליגען מראה יחזקאל, רעדט ער דארט קעגן וואס די בונטעווען קעגן דער קיר"ה פראנץ יוזעף, ער זאגט אז דער וואס איז קעגן מלך איז כאילו ער איז קעגן כביכול אליין (להבדיל עד אין סוף הבדלות פארשטייט זיך), ווייל דער רבש"ע האט געפירט אז ער זאל זיין אונזער מלך, און דאס זאגט דאך דער פסוק דרשו... שלו' העיר.

דער מערסטער אבסורד, אז א בלאט שפעטער אין דער זעלבער צייטונג, גארטעלט ער זיך אן מיט א איצטלא דקדושה, און שרייט מיט רוממות קל, נו נו נו, התגרות באומות, דרשו שלו' העיר...

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:32 am

יע יע יו גאט יור פוינט עקראס.

אונזער מערכה אנטקעגן ציונות איז הייליג און ערליך והא ראי׳ מיר האבען עס נישט אנגעפאנגען עס איז יסודתו מהררי קודש.

פאליטיקס איז אונזער פאן.

יעצט, ענקער פאליטיק איז אפשר פאן אבער קומט מיסוד קודש? לאמיר בלייבען ביי דעם.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג אוגוסט 19, 2018 2:32 am

לחם לשובע האט געשריבן:וואס גייט פאר איז מורא'דיג, די חברה הרבן געהעריג פארגעסן אז זיי זענען סה"כ אין גלות (ליין: תפיסה) אין אמעריקא, נאר א צייטווייליגע דורכגאנג, נאר זיי פילן זיך אזוי היימיש אין אמעריקא, זיי זענען ממש פארברענטע פארטריאטן, דער איז א הייסער טראמפ שטיצער, רעדט מיט שוים קעגן די וואס זענען קעגן איהם, און נאר הארבער איז זיין חבר וואס איז א הייסער שונא זיינער, מען קען הערן רעדן אזער זיין שרייבעכצער מיט אזא האס קעגן טראמפ, כאילו ער איז זיינס א פערזענליכער שונא, די שוים ליגט אויפן ליפן ווען יענער בארעדט טראמפ, ער מאכט דאך חרוב אונזער הייליגער אמעריקא (ליין: דעמעקראטישע תועבה פארטיי) ס'דאך ממש געפערליך, ה' ירחם.

איך האב געזעהן א דרשה אין דרך יבחר, וועלכער איז געווען א אדם גדול, א זוהן פונעם הייליגען מראה יחזקאל, רעדט ער דארט קעגן וואס די בונטעווען קעגן דער קיר"ה פראנץ יוזעף, ער זאגט אז דער וואס איז קעגן מלך איז כאילו ער איז קעגן כביכול אליין (להבדיל עד אין סוף הבדלות פארשטייט זיך), ווייל דער רבש"ע האט געפירט אז ער זאל זיין אונזער מלך, און דאס זאגט דאך דער פסוק דרשו... שלו' העיר.

דער מערסטער אבסורד, אז א בלאט שפעטער אין דער זעלבער צייטונג, גארטעלט ער זיך אן מיט א איצטלא דקדושה, און שרייט מיט רוממות קל, נו נו נו, התגרות באומות, דרשו שלו' העיר...

ער מאכט קאליע מענטשליכקייט און פאליטיקעל קארעקטנעס וואס פון דארט איז זייער נאנט צו אפענע אנטיסעמיזם אז מען מעג זאגן און טון וואס מען וויל. אלע וויסט רעכטע נאציס האבן זיך טאקע אנגעהויבן הייבן קעפ. דערפאר, ווייל מיר זענען אין גלות איז עס באזארגענד.

אמעריקע האט נישט קיין קעניג ווי אמאל ב''ה און מען ערוועלט סך הכל א מענטש אויף פיר יאר. מען דארף אכטונג געבן צו נישט אויפשרייבן און געבן רעספעקט אין די עפנטליכקייט, נישט ח''ו ווי אגודת ישראל מיט זייערע פארדאמונגען קעגן אבאמא אדער טייל חרדישע ''עסקנים'' מיט זייערע פובליק טשעפערייען פון ערוועלטע אנטי טראמפ באאמטע אויף טוויטער וכדומה.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2088
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » זונטאג אוגוסט 19, 2018 3:09 am

מטעמים האט געשריבן:יע יע יו גאט יור פוינט עקראס.

אונזער מערכה אנטקעגן ציונות איז הייליג און ערליך והא ראי׳ מיר האבען עס נישט אנגעפאנגען עס איז יסודתו מהררי קודש.

פאליטיקס איז אונזער פאן.

יעצט, ענקער פאליטיק איז אפשר פאן אבער קומט מיסוד קודש? לאמיר בלייבען ביי דעם.

עפעס שרייבסטו נישט קלאר, ווייל איך פארשטיי נישט קיין מילה אחת וואס דו שרייבסט, איך ווייס נישט וואס דו מיינסט מיט "אונז" און וואס דו מיינסט מיט "ענק", און כ'ווייס נישט וואס דו מיינסט מיט "פאליטיק", און וואס מייינט "הררי קודש", וכי לצורך פאליטיק מותר להתגרות באומות, ולצורך מדינה או הגנה על יהודים אסור? און צי טראמפ הייסט דען נישט קיין אומה, נאר דער אפגעריסענער פארשאלטענער אראבישער טעראריסט? אתמהה

און וואס איז מיט הכרת הטוב (רובשקין ועוד) וואס א איד דארף האבן, איז דאס דען נישט שייך ביי אונזער פאל?

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג אוגוסט 19, 2018 3:31 am

לחם לשובע האט געשריבן:

דו ווילסט נאר אראפ ברענגען די דיסקאושען אז דער איד שרייבט באיצטלא דרבנן איבער התגרות באומות אין ארץ ישראל און דא טוהען זיי די זעלבע, ריכטיג?

זאג איך דיר אז ווען דער איד שרייבט איבער טראמפ איז עס אדער נייעס אדער פאן - פאר ווער עס ליגט אין פאליטיק - און זיי בארעדן נישט אבאמא אדער טראמפ אויף א וועג ווי עס דארף אפיציעל רעפערזענטירען אפיציעל דעם דעת היהדות החרדית אין אמעריקע.

און דער וואס שרייבט און רעדט יא קעגן עני פרעזידענט און ער פארריפט זיך אלס פרעזענטירער פון כלל ישראל, איז דא די פלאץ אזא איינעם אראפצורייסען ווייל עס טאר אזוי נישט זיין.

צוריק צו ציונות, עס איז אסור טריפה ווייל אזוי האבען אונזערע צדיקים געזאגט.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2088
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » זונטאג אוגוסט 19, 2018 7:36 am

הייסט עס אז התגרות באומות איז נאר אסור ווען מען פאררופט זיך אלס פרעזענטירער פון כלל ישראל...

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלפיים
תגובות: 2094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 2:37 pm

עס עפעס האט געשריבן:כ'זעה נאר נישט וואו אין מיין תגובה איך האב מודה געווען אדער געלייקנט אז איך שרייב אנטי-טראמפ אדער פרא-טראמפ.

שיין פון דיר פארן דיר פארן זיך מגלה זיין האמיר יעצט איבער 2000 תגובות פון וואס מקען זיך קלאר איבערצייגן אויף וועלעכע זייט איר זענט נוטה..

שטיגליץ
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

תגובהדורך שטיגליץ » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 2:52 pm

מיין מיינונג באזירט אויף פערזענליכע געשפרעכן מיט עטליכע פאליטישע שרייבער אין היימישע אויסגאבעס, קומען די איינזייטיגקייט פון דעם אז א גרויסע חלק פון היימישע שרייבער זענען פערסאנעלי מער ליבעראליש געשטימט (פארוואס ווייסעך נישט, קאן זיין וויבאלד זיי ברויכן זיך אנליינען און הערן מיט די אלגעמיינע מידיא באריכטן) און וויבאלד עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז א ריזן מערהייט פון חרדישע אידן זענען טראמפ שטיצער (וואלן דעמאגראפיעס יוכיח) פילן זיי פאר א חוב קדוש צו אויפקלערן דעם ציבור.

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלפיים
תגובות: 2094
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » דאנארשטאג אוגוסט 23, 2018 3:23 pm

שטיגליץ האט געשריבן:מיין מיינונג באזירט אויף פערזענליכע געשפרעכן מיט עטליכע פאליטישע שרייבער אין היימישע אויסגאבעס, קומען די איינזייטיגקייט פון דעם אז א גרויסע חלק פון היימישע שרייבער זענען פערסאנעלי מער ליבעראליש געשטימט (פארוואס ווייסעך נישט, קאן זיין וויבאלד זיי ברויכן זיך אנליינען און הערן מיט די אלגעמיינע מידיא באריכטן) און וויבאלד עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז א ריזן מערהייט פון חרדישע אידן זענען טראמפ שטיצער (וואלן דעמאגראפיעס יוכיח) פילן זיי פאר א חוב קדוש צו אויפקלערן דעם ציבור.

און נאכדעם וויינט מען פארוואס מען רייסט זיי אראפ..

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2018 10:43 pm

די איינזייטיגקייט אין דער איד ביים באשרייבן מעקעין און אלע זייטיגע ארטיקלן ארום זיין הסתלקות און די לויה, איז שרעקליך נאריש, פאלש און פאטריאטיש. עס קוקט אויס ווי א דירעקטער נקמה צו דעם אשכול.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מוצ"ש סעפטעמבער 01, 2018 11:27 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:די איינזייטיגקייט אין דער איד ביים באשרייבן מעקעין און אלע זייטיגע ארטיקלן ארום זיין הסתלקות און די לויה, איז שרעקליך נאריש, פאלש און פאטריאטיש. עס קוקט אויס ווי א דירעקטער נקמה צו דעם אשכול.

נישט סתם, איין-שינע-טראכטער
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5922
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 12:59 pm

וי איינער האט דא אויבן געשריבן, דער עס עפעס וחביריו זעהט אויס נעמען טאקע אן אז זיי טוישן וועכנטליך אריבער הונדערטער אינגעלייט צו די אנדערע זייט, זיי טוען עס פשוט אלס חוב קדוש..
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 1:36 pm

מיינט נישט מאוועריק א ברוינע שעפעלע צווישען א סטאדע פון ווייסע שעפעלעך, דער איד האט עס געטייטשט אלס אויבער חכם, זעהט מיר אויס ווי א טעות מצדם.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 4:38 pm

מטעמים האט געשריבן:מיינט נישט מאוועריק א ברוינע שעפעלע צווישען א סטאדע פון ווייסע שעפעלעך, דער איד האט עס געטייטשט אלס אויבער חכם, זעהט מיר אויס ווי א טעות מצדם.

מ'נוצט עס צי באצייכנען אן אויבער חכם
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 4:47 pm

איך ווייס, דער שרייבער האט עס געשריבען אז דאס איז די טייטש וואס איז לכאורה א טעות.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
שקר_הדייעט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 310
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2007 7:21 pm
לאקאציע: ביים פרידזשידער

תגובהדורך שקר_הדייעט » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:38 pm

An unorthodox or independent-minded person.

An independent individual who does not go along with a group or party.

A person who shows independence of thought and action, especially by refusing to adhere to the policies of a group to which he or she belongs.

אין ערגעץ שטייט נישט "אויבער חכם". מען ניצט עס צו באצייכענען א זעלבסטשטענדיגער מענטש וועלכע גייט נישט אלעמאל אין שפאן פון די פארטיי.

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4534
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 6:37 pm

יעצט אנגעקומען צו ליינען די אשכול
כ'מוז מודה אלץ איינער וואס ליינט דורך דער איד יעדע וואך פון דעקל צו דעקל אז ס'איז אזוי עקעלדיג ווי זיי באריכטן די טראמפ נייעס אז ס'איז א שרעק.
ס'איז נאר אינטערסאנט ווי אין די דעלי איד קענען זיי באשרייבן פונקט פארקערט ווי אין דער איד. (ווען כ'קען ווען עס אראפברענגען דא פון ביידע וואלט די עולם שטארק געשמייכעלט) שוין אפגערעדט פון א. שרייבער און י. קאהן וואס זיי זענען טאטעלי בייעס קעגן טראמפ און האבן כמעט נאכנישט געטראפן א גוט ווארט אויף טראמפ.
הקיצור דער איד איז ווי שוין געשריבן ק/פ פון די ניו יארק טיימס, און זענען א געהעריגע פארט פון די פעיק נייעס.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4534
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 6:48 pm

עכט היימיש האט געשריבן:רייכע אינטערוויו אין "מאמענט" מיט די שרייבער פון די פאליטישע נייעס אין "דער איד".
ווי ער קלארט אויס זיין שטעלונג בנוגע טראמפ.
#אייוועלט

איך האב נישט געקויפט יענע מאמענט אין ס'איז מיר זייער אינטערסאנט צו ליינען די אינטערוויא קען מיר איינער ביטע שיקן די אינטערוויא ? א קלארע בילד איז אויך גוט
א ריזן דאנק
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט