"די וועלט" - אידישע אויסגאבע

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4650
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

"די וועלט" - אידישע אויסגאבע

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג יולי 16, 2018 4:29 pm

אין די אשכול איבער ארטילען פון ר' סענדר דייטש ע"ה האט זיך געמאכט א שמועס איבער דעם:

נא_שכל האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:
בראשית ברא האט געשריבן:איינער האט אפשר דאס וואס ר' סענדר דייטש שרייבט ועוגן קו התאריך מיטן רבין ז"ל ?


עס איז געדריקט אין זיין ספר בוצינא קדישא. דארט ברענגט ער א וועלט מיט שמועסן וואס ער האט געהאט מיט'ן סאטמאר רבי'ן זצ"ל. גאר אינטערסאנטע זאכן.

אז מען רעדט שוין, הרה"ח המפורסם ר' אלימלך לייפער (מטאהש-אנטווערפן) האט אין זיין אוצר אסאך שמועסן וואס ער האט געהערט פון ר' סענדער ז"ל

אגב אז מען רעדט שוין... מען מעג שוין מאכן אן אשכול איבער ר' אלימלך'ס ארטיקלן וואס פלעגן לויפן אין די "די וועלט" אויסגאבע.


ווי אויך איז דא ניקים פונעם אינגען דור אשר לא ידעו את המֵלך, פרעגן זיי וואס איז דאס "די וועלט"?

דאס איז א אויסגאבע וואס הרה"ח בנש"ק ר' אלימלך לייפער שליט"א האט רעדאגירט און ארויסגעגעבן. כ'מיין א נאר ער פלעגט דארט שרייבן, ס'האט אינגאנצען געהאט עטליכע ארטיקלן, מ'האט געקעוואלן פון יעדען ארטיקל עקסטער. ער פלעגט דארט מאכן פיל שימוש פון ר' סענדער'ס ארטיקלן. כמדומה ער האט זיך געהאלטן א תלמיד אין שרייבעריי פון אים.

דער אמת איך בין נישט דער וואס קען עס באשרייבן, אויף דעם קען מען ריכטיג זאגן, ניתי ספר ונחזי!

על כן מאך איך אויף דעם אשכול, ווער ס'האט נאך עפעס אלטע פאפירן פון "די וועלט" איז געבעטן מהנה צו זיין דעם עולם דערמיט.

***

און אנהייב פלעגט עס ארויסקומען און גאר א גרויסע בלעטל וואס מ'האט געדארפט פארקיינטשען, שפעטער האט ער עס פארקלענערט.

די אויסגאבע קומט שוין היינט נישט ארויס, אבער אפשר וועט ר' אלימלך זיך נאך צוריק נעמען דערצו.

דא האט איר א סקען פון איינע פון די שער בלעטלעך פון די וועלט - ניסן תשס"ח. ווי אויך איין ארטיקל "בריך מתייך לשלם", וואס דארט ווערט באגריסט די עפענוג פון די "דינוב"ער קהילה אין ווילאמסבורג.

ליינט און האט הנאה!

די וועלט ניסן תשסח.png
די וועלט ניסן תשסח.png (592.13 KiB) געזעהן 1281 מאל


די וועלט - בריך מתייך_Page_1.png
די וועלט - בריך מתייך_Page_1.png (589.29 KiB) געזעהן 1281 מאל


די וועלט - בריך מתייך_Page_2.png
די וועלט - בריך מתייך_Page_2.png (533.2 KiB) געזעהן 1281 מאל
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 654
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מאנטאג יולי 16, 2018 4:32 pm

ווער האט די בית קויפמאן ארטיקל? מתוק מדבש געוועזן!

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1392
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מאנטאג יולי 16, 2018 4:36 pm

אוי ר' אלימלך ר' אלימלך, למה עזבתנו? וואו קען מען אים טרעפן היינט צוטאגס?

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 737
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » מאנטאג יולי 16, 2018 5:19 pm

מן הסתם אין איינע פין זיינע קרעטשמעס...
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג יולי 16, 2018 5:20 pm

נישט ארויסגעקומען מער ווי געציילטע אויסגאבעס. חבל על דאבדין!
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג יולי 16, 2018 5:21 pm

יא! מ'פלעג מיר זיך באלעקן מיט זיינע ארטיקלען...

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 967
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג יולי 16, 2018 5:32 pm

געדענק מיר דאס פון אלס בחור, ס'איז אנגעקומען אויף די פאסט.
געשריבן - געמעקט. געשריבן - געמעקט. ---- געשריבן!

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2850
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » מאנטאג יולי 16, 2018 5:37 pm

אוי איז דאס זכרונות... געווען צום באלעקן זיינע געשרייבאכץ...
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2062
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מאנטאג יולי 16, 2018 5:47 pm

איך וועל נישט פארגעסן... יוי איז דאס געווען א זיסע ארטיקל מיט'ן בייגעלייגטן אדווערטייזמענט.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4650
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מאנטאג יולי 16, 2018 6:59 pm

להודיע האט געשריבן:איך וועל נישט פארגעסן... יוי איז דאס געווען א זיסע ארטיקל מיט'ן בייגעלייגטן אדווערטייזמענט.

יא יא!

דא איז די ענדע פון יענע ארטיקל.
צוגעלייגטע
איך-וועל-נישט-פארגעסן-2.jpg
איך-וועל-נישט-פארגעסן-2.jpg (593.98 KiB) געזעהן 1008 מאל
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

Jeff
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 13, 2011 3:53 pm

תגובהדורך Jeff » מאנטאג יולי 16, 2018 8:34 pm

אוי!!! נאסטלאגישע זכרונות פון ׳די וועלט׳ מתוק מדבש!!

וויפיל מאל כ׳האב עם שוין געפרעגט ווען ס׳קומט ארויס די נעקסטע אויסגאבע? יא מ׳ארבעט דערויף נאך אפאר טעג...

פלעגט באשרייבען אמאליגע וומסב׳ג / אנווערפען!!

ר׳ מיילעך מיר בענקען זיך!! מיר האפען אז די זאלסט נאך נאכאמאל ארויסקומען..!!

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג יולי 16, 2018 11:20 pm

מיר געדענקן נאך ווי זיס זיינע ארטיקלען פלעגן זיין. עס וואלט אונז אלע געווען פיל געשמאקער ווען ער באשליסט ווייטער ארויסצוקומען מיט זיינע הערליכע ווערק.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

Naftule
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » מאנטאג יולי 16, 2018 11:26 pm

לעצטע יאר זומער האט ער באשריבן אפאר וואכן אין איד זיינע קינדער יארן אין קעמפ אין אנטוורפן זייער געשמאק געווען

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2850
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דינסטאג יולי 17, 2018 12:58 am

וויאזוי האט ער בכלל געקענט אנגיין אהן קיין שום הכנסות? געטיילט בחינם און קיין שום עדס וכדומה
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

Naftule
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » דינסטאג יולי 17, 2018 1:00 am

אויב איך געדענק גוט האט עס געקאסט אפאר דאלער ביים מקווה איד

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1359
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דינסטאג יולי 17, 2018 1:29 am

נאופ! געקומען בחינם אין די מעיל.... עכ"פ ביי מיר..

נכד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » זונטאג נובעמבער 11, 2018 11:44 pm

געטראפן דעם אשכול אין די ריכטיגע מינוט.

די וואך פרשת תולדות שרייבט ר מילך לייפער אינעם ״קהילות אפטיילונג״ אין ״דער איד״ זייט 86 א פרישן סעריע .

״יאקאב יאקאבס שטראסע נומער זעקס״.
צו די זעקסטע יארצייט פון הרב פרץ לעפקאוויטש זל.

מיטן זעלבן אייגנארטיקן גישמאק ווי אמאל. רבותי עס לוינט צו לעזען. ווער ווייסט וואס ער גייט אלץ אנדעקן און דערמאנען.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט