אנקעטע: מאמענט

די אחראים: אחראי, געלעגער

ווי אפט קויפט איר דעם "מאמענט"?

וועכענטליך
35
20%
פון צייט צו צייט (ווען דער דעקל ציט וכו')
38
22%
פסח און סכות
29
17%
קיינמאל
70
41%
 
סך הכול שטימען: 172

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » פרייטאג יוני 22, 2018 1:39 pm

מיט דיר האט געשריבן:ליידער איז נישט דא קיין איין יודישע צייטונג וואס איז עכט טיף אין אינעטרסאנט וואס בארייכערט די וויסנשאפט, ליידער ליידער.

עכט היימיש
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
לאקאציע: כיכר השבת פון וויליאמסבורג (קרעדיט: מאמענט)

תגובהדורך עכט היימיש » פרייטאג יוני 22, 2018 1:49 pm

וואס הייסט עס איז נישט דא?, סתם געשאסן, עס קען זיין אז איך בין סתם א ליידיגער קאפ, אבער מיר בארייכערט ווכענטליך די 'תורה אפטיילונג' פון "דער איד", אין די לעצטע תקופה אויך 'דער אוצר' פון "דער בלאט", און די 'אידישע צייט' פון "די צייטונג".
עס קען זיין מיר פעלט עפעס, אדער אז ענק זענען שוין מורא'דיג גרויסע ידענים.
שרייב צו דער 'זאך.....'

אוי וויי טאטע
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 16, 2018 8:56 pm
לאקאציע: בין נפש אלוקית והבהמית

תגובהדורך אוי וויי טאטע » פרייטאג יוני 22, 2018 3:25 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:
מיט דיר האט געשריבן:ליידער איז נישט דא קיין איין יודישע צייטונג וואס איז עכט טיף אין אינעטרסאנט וואס בארייכערט די וויסנשאפט, ליידער ליידער.

100% גערעכט, כאטש עס איז דא 'עפעס' אזוי ווי עכט היימיש זאגט, אבער גאנץ ווייניג און שוואך פאר א מענטש וואס גלייכט וויסנשאפט און אינטעלעגאציע.
מיין נאמען סימבאליזירט נישט מיין אלגעמיינע וועזן, נאר א שוואכקייט אין די מינוט פון זיך ברעכן קאפ פאר א 'ניק'...

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1781
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » פרייטאג יוני 22, 2018 3:39 pm

מיט דיר האט געשריבן:ליידער עס איז נישט דא קיין אין ידשע ציטאנג וואס איז עכט טיף אין אינטירסאנט וואס בארכייכערט דין וויסנשאפט ליידער ליידער

איי איי אמת איך שפיר דיין ווייטאג. דו וואלסט מיך געקענט געבן א משל וואס דו מיינסט מיט טיף און אינטערסאנט א דאנק.

כוכבי לכת
שר חמישים
תגובות: 53
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 10:48 pm

תגובהדורך כוכבי לכת » פרייטאג יוני 22, 2018 4:02 pm

ס'איז אביסל א פארפירערישע אנקעטע וואס זאגט נישט עכט גארנישט, ווייל נעמט סיי וועלכע גוט פארקויפנדע אויסגאבע, לאמיר זאגן דער איד, לאמיר זאגן זיי פארקויפן דער ריזיגער ציפער פון 15 טויזנט קאפיס, וועט נאך אלץ באדייטן אז 90 פראצענט אידיש רעדנדע שטיבער קויפען נישט דער איד, און דאך איז עס גאר א שטארקע ציפער און א צייטונג מיט א ריזיגער ליינער באזע.
אביסל א מער אויפריכטיגע און נויאנסד אנקעטע וואלט געווען צום ביישפיל, באגרעניצט צו בלויז מענטשן וואס קויפן כאטש עפעס וועכנטליך, וועלכע צייטונג קויפט איר און צי קויפט איר דער מאמענט, וואלט עס געגעבן עטוואס א שטיקל אנדייטונג.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2062
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג יוני 24, 2018 2:35 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:
מיט דיר האט געשריבן:ליידער איז נישט דא קיין איין יודישע צייטונג וואס איז עכט טיף אין אינעטרסאנט וואס בארייכערט די וויסנשאפט, ליידער ליידער.

הערט אייך אויף פאפן, די אמת'ע טיפקייט און אינטעליגיענציע ליגט נאר אין די תורה הק', הפוך בה והפוך בה דכולא בה. אויסגאבעס זענען פוסט און דאס וועט אלעמאל אזוי בלייבן, ס'גוט מהיכי תיתי פאר נייעסלעך און אינפארמאציע אויב/ווילאנג ס'איז ע"פ תורה.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

מיט דיר
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 7:10 pm

תגובהדורך מיט דיר » זונטאג יוני 24, 2018 3:13 am

אַבּערוואַס האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:
מיט דיר האט געשריבן:ליידער איז נישט דא קיין איין יודישע צייטונג וואס איז עכט טיף אין אינעטרסאנט וואס בארייכערט די וויסנשאפט, ליידער ליידער.

הערט אייך אויף פאפן, די אמת'ע טיפקייט און אינטעליגיענציע ליגט נאר אין די תורה הק', הפוך בה והפוך בה דכולא בה. אויסגאבעס זענען פוסט און דאס וועט אלעמאל אזוי בלייבן, ס'גוט מהיכי תיתי פאר נייעסלעך און אינפארמאציע אויב/ווילאנג ס'איז ע"פ תורה.

אמת אבער פאר וואס ווען מען וויל זיך יא אויסליפטערן זאל עס נישט זיין עפס טיף אין עפס וואס זאל אנפילן די קאפ עס איז דא אזויפיל אינפאמעישן וואס מען וויסט נישט
לדגמה איינשטיי'ס אויפטען ווי אזוי זאכן ארבעטן למשל אלקטריק ארפלאנען ועוד נישט פלעין שרייבן זאכן וואס יעדר ווייסט אין צי לייגן אביסל וואס מען האט גליינט אין א גוישע צייטאנג נאר נארמאל בארבטן א סאבטשעקט עס איז נישט דא געהריג עס איז דא גיטע אויסגאבעס אבער זיי זענען פארנימען מיט מלחמות וואס איז עס נוגיע אס איז אפשר אנטערסנט צי ליינען אביר עס געט דיר גארנישט צי זאל דער אייברשטער העלפן
קיינער האט נישט קיין צייט צו טרכאטן פון דיר
וואל ער איז פארנומען צו טרכאטן וואס די טראכסט אויף אים.

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » זונטאג יוני 24, 2018 3:21 am

כוכבי לכת האט געשריבן:ס'איז אביסל א פארפירערישע אנקעטע וואס זאגט נישט עכט גארנישט, ווייל נעמט סיי וועלכע גוט פארקויפנדע אויסגאבע, לאמיר זאגן דער איד, לאמיר זאגן זיי פארקויפן דער ריזיגער ציפער פון 15 טויזנט קאפיס, וועט נאך אלץ באדייטן אז 90 פראצענט אידיש רעדנדע שטיבער קויפען נישט דער איד, און דאך איז עס גאר א שטארקע ציפער און א צייטונג מיט א ריזיגער ליינער באזע.
אביסל א מער אויפריכטיגע און נויאנסד אנקעטע וואלט געווען צום ביישפיל, באגרעניצט צו בלויז מענטשן וואס קויפן כאטש עפעס וועכנטליך, וועלכע צייטונג קויפט איר און צי קויפט איר דער מאמענט, וואלט עס געגעבן עטוואס א שטיקל אנדייטונג.

אייוועלט ליינער נאכדערצו שרייבער, וואלטן געדארפט זיין א באדייטנדע צאל פון קויפערס, צוליב זייער ליבשאפט צו ליינען און צום אידישן שפראך.
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » זונטאג יוני 24, 2018 3:23 am

מיט דיר האט געשריבן:
אַבּערוואַס האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:
מיט דיר האט געשריבן:ליידער איז נישט דא קיין איין יודישע צייטונג וואס איז עכט טיף אין אינעטרסאנט וואס בארייכערט די וויסנשאפט, ליידער ליידער.

הערט אייך אויף פאפן, די אמת'ע טיפקייט און אינטעליגיענציע ליגט נאר אין די תורה הק', הפוך בה והפוך בה דכולא בה. אויסגאבעס זענען פוסט און דאס וועט אלעמאל אזוי בלייבן, ס'גוט מהיכי תיתי פאר נייעסלעך און אינפארמאציע אויב/ווילאנג ס'איז ע"פ תורה.

אמת אבער פאר וואס ווען מען וויל זיך יא אויסליפטערן זאל עס נישט זיין עפס טיף אין עפס וואס זאל אנפילן די קאפ עס איז דא אזויפיל אינפאמעישן וואס מען וויסט נישט
לדגמה איינשטיי'ס אויפטען ווי אזוי זאכן ארבעטן למשל אלקטריק ארפלאנען ועוד נישט פלעין שרייבן זאכן וואס יעדר ווייסט אין צי לייגן אביסל וואס מען האט גליינט אין א גוישע צייטאנג נאר נארמאל בארבטן א סאבטשעקט עס איז נישט דא געהריג עס איז דא גיטע אויסגאבעס אבער זיי זענען פארנימען מיט מלחמות וואס איז עס נוגיע אס איז אפשר אנטערסנט צי ליינען אביר עס געט דיר גארנישט צי זאל דער אייברשטער העלפן

דער איד ביזנעס אפטיילונג וואלט לכאורה געווען אינטערעסאנט פאר אייך. זיי האבן לעצטנס צוויי פארזעצונגען מיט היסטאריע, איינס איבער וואשינגטאן און איינס איבער דעם אנטוויקלונג פונעם אטאם באמבע.
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

נכד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » זונטאג יוני 24, 2018 3:26 am

אויב האלטסטו עס איז נישטא קיין גוטע און אינהאלטפולע ארטיקלן צום ליינען אין די אידישע ליינען מארקעט, דאן זאג דו, וואס וואלטסטו געוואלט זעהן באשריבן? וועלכע נושא האלטסטו דארף באשריבן ווערן? אויב וועט די נושאים ווערן א טייל פון די יעצטיגע אויסגאבעס דאן איז דער פראבלעם מסודר?
געב אפאר דוגמאות.

רעסטאראנט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג יוני 24, 2018 5:54 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:איך ווייס נישט צו איין אויסגאבע קען אפשפיגלען די גאנצע מארקעט, איך למשל קויף אנדערע אויסגאבעס אבער בכוונה נישט דעם מאמענט, און מן הסתם איז דא אנדערע פאקערט.
באט עניוועי...

איך שאץ אז די עיקר קויפערס פון די מאמענט זענען מענטשן וואס קויפן יעדן אויסגאבע אויפן פאליצע , וועגן צו ליינען פאר א נארמאלע בר דעת איז עס נישט ,פיל מיט גרייזן,ספעלינג מיסטעיקס ,גרעממער שלעכט, און נישט קיין הויך קאליבאר באשריבן אויסער דעם וואס זיי לאזן די ליינער מיט די צינג אינדרויסן ביי רוב ארטיקלעך און נישט באשרייבען א נושא אינגאנצען ,איבערהויפט די ארטיקלעך פון די הויפט רייסערישע דעקלעך, וואס זייער מנהג איז צו לאזן די ליינער הענגן...

נ.ב. כאב קיינמאל געקויפט די מאמענט נאר אויסגעקומען צו ליינען דא און דארט , און איך זע טאקע דא אז פיל מיט שרייבערס דא ערווענען די זעלבע סיבה

מיט דיר
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 27, 2018 7:10 pm

תגובהדורך מיט דיר » זונטאג יוני 24, 2018 10:11 am

רעסטאראנט האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:איך ווייס נישט צו איין אויסגאבע קען אפשפיגלען די גאנצע מארקעט, איך למשל קויף אנדערע אויסגאבעס אבער בכוונה נישט דעם מאמענט, און מן הסתם איז דא אנדערע פאקערט.
באט עניוועי...

איך שאץ אז די עיקר קויפערס פון די מאמענט זענען מענטשן וואס קויפן יעדן אויסגאבע אויפן פאליצע , וועגן צו ליינען פאר א נארמאלע בר דעת איז עס נישט ,פיל מיט גרייזן,ספעלינג מיסטעיקס ,גרעממער שלעכט, און נישט קיין הויך קאליבאר באשריבן אויסער דעם וואס זיי לאזן די ליינער מיט די צינג אינדרויסן ביי רוב ארטיקלעך און נישט באשרייבען א נושא אינגאנצען ,איבערהויפט די ארטיקלעך פון די הויפט רייסערישע דעקלעך, וואס זייער מנהג איז צו לאזן די ליינער הענגן...

נ.ב. כאב קיינמאל געקויפט די מאמענט נאר אויסגעקומען צו ליינען דא און דארט , און איך זע טאקע דא אז פיל מיט שרייבערס דא ערווענען די זעלבע סיבה

100%
קיינער האט נישט קיין צייט צו טרכאטן פון דיר
וואל ער איז פארנומען צו טרכאטן וואס די טראכסט אויף אים.

אוועטאר
פרינדזשעס..
שר מאה
תגובות: 154
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

תגובהדורך פרינדזשעס.. » זונטאג יוני 24, 2018 10:58 am

הגם איך האב געשטימט פאר "קיינמאל":
וויל איך אבער ממליץ טוב זיין אז זיי זענען גורם אז אסאך אנדערע זאלן נישט קויפן די אומאויסגעהאלטענע מאגאזינען א שטייגער ווי די אמי/משפחה/בינה וכו' וכו' וכדו'.
זאג איך צו אייך מיינע טייערע ברודער אין אמעריקא
איר קאנט האלטן שבת!!!(הרה"ק המנחת אלעזר מ'מונקאטש זצוקללה"ה)

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » זונטאג יוני 24, 2018 11:01 am

פרינדזשעס.. האט געשריבן:הגם איך האב געשטימט פאר "קיינמאל":
וויל איך אבער ממליץ טוב זיין אז זיי זענען גורם אז אסאך אנדערע זאלן נישט קויפן די אומאויסגעהאלטענע מאגאזינען א שטייגער ווי די אמי/משפחה/בינה וכו' וכו' וכדו'.

נישט זיכער. ווער ס'קען ליינען ענגליש, קויפט ווייטער עמי, משפחה אנשטאט מאמענט.

לגבי 'בינה' ביזטו אפשר גערעכט... א מאן וואס איז געווען צופרידן מיט בינה, איז מאמענט אויך גוט....
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

עכט היימיש
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
לאקאציע: כיכר השבת פון וויליאמסבורג (קרעדיט: מאמענט)

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג יוני 24, 2018 11:17 am

איין מינוט, וואס גייט דא פאר, פארוואס יעדער וואס רייסט עס אראפ לייגט צו הגם איך קויף עס קיינמאל נישט....
איך קויף אויך נישט די מאמענט וועכענטליך, אבער, א וואך וואס דער דעקל רעד צו מיר קויף איך עס און זיי האבן מיר נאך קיינמאל נישט געלאזט הענגען, חוץ די וואך ווען דער דארמאטישער ארטיקל פון חיים יעקב גרין איבער צפון קארעא קומט מיט א פארזעצונג, ממילא וויל ער מיר צווינגען עס צו קויפן נאך א וואך. עמיר זעהן, איך גלייב אז מיט א גאנצע וואך אינצווישן וועט מיין נייגער אויסוועפן, און אויב זיי וועלן נישט האבן א שטארק ציענדע דעקל, גלייב איך אז איך וועל זיך קענען מתגבר זיין.
לעניניו, מיר האט קיין שום ראזען פריעקט נאכנישט אנטוישט, און איך אלץ איינער וואס גלייכט שרייבעריי (אלץ בחור פלעג איך שרייבן אינעם פורים גליון, אה... אויך פאר די שבת התוועדות קנטרוס) איז ראזען א אייזענער אינטערוויוער, און זיין קאלעגע חנוך גרינבסערגער א מעכטיגע זושרנאליסט, וואס האט מיר נאך קיין איינמאל נישט אנטוישט.
אוודאי... מען ליינט אמאל דא און דארט און מען באגעגענט פונקט א ענין וואס אינטערעסירט נישט, מיטן נישט בעסטן שרייבער סטעמפעלט מען שוין אפ אז מאמענט איז נישט אינטערסאנט.
עניוועי על טעם וריח אין להתכווח
שרייב צו דער 'זאך.....'

אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

תגובהדורך קוגל מיט פיקל » זונטאג יוני 24, 2018 5:27 pm

יאיר גאלד האט געשריבן:
פרינדזשעס.. האט געשריבן:הגם איך האב געשטימט פאר "קיינמאל":
וויל איך אבער ממליץ טוב זיין אז זיי זענען גורם אז אסאך אנדערע זאלן נישט קויפן די אומאויסגעהאלטענע מאגאזינען א שטייגער ווי די אמי/משפחה/בינה וכו' וכו' וכדו'.

נישט זיכער. ווער ס'קען ליינען ענגליש, קויפט ווייטער עמי, משפחה אנשטאט מאמענט.

לגבי 'בינה' ביזטו אפשר גערעכט... א מאן וואס איז געווען צופרידן מיט בינה, איז מאמענט אויך גוט....

סתם אונטערגעפליקט די 'בינה', גראדע שטייען זיי גאר הויעך און דערוילעם האט זייער הנאה פון זייערע ווערק. און מיט א צינישע תגובה וועט בינה נישט שוואכער ווערן...

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 696
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am

תגובהדורך משה כהן » זונטאג יוני 24, 2018 5:32 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:איך ווייס נישט צו איין אויסגאבע קען אפשפיגלען די גאנצע מארקעט, איך למשל קויף אנדערע אויסגאבעס אבער בכוונה נישט דעם מאמענט, און מן הסתם איז דא אנדערע פאקערט.
באט עניוועי...

איך שאץ אז די עיקר קויפערס פון די מאמענט זענען מענטשן וואס קויפן יעדן אויסגאבע אויפן פאליצע , וועגן צו ליינען פאר א נארמאלע בר דעת איז עס נישט ,פיל מיט גרייזן,ספעלינג מיסטעיקס ,גרעממער שלעכט, און נישט קיין הויך קאליבאר באשריבן אויסער דעם וואס זיי לאזן די ליינער מיט די צינג אינדרויסן ביי רוב ארטיקלעך און נישט באשרייבען א נושא אינגאנצען ,איבערהויפט די ארטיקלעך פון די הויפט רייסערישע דעקלעך, וואס זייער מנהג איז צו לאזן די ליינער הענגן...

נ.ב. כאב קיינמאל געקויפט די מאמענט נאר אויסגעקומען צו ליינען דא און דארט , און איך זע טאקע דא אז פיל מיט שרייבערס דא ערווענען די זעלבע סיבה

גראדע לייגן זיי גאר א שטארקן דגוש אויף די גראמאר און אידשע שפראך כללים, פארמאגט כמעט נישט קיין גרייזן, און פיינעם קאליבער.
האביך מורא אז איר פארשטייט נישט צום אידישן שפראך אדער צו קיין ליין מאטריאל.
סתם צו קומען מיט פארריקטע אויסגעזויגענע חסרונות, האט נישט קיין פשט.
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...

לייפציק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » זונטאג יוני 24, 2018 5:59 pm

כלל ישראל האט א נאז... מ'דערשמעקט זאכן, און מ'הערט אויף קויפן ווען ס'שמעקט נישט גוט.

ווען א אויסגאבע קומט ארויס, לאמיר זאגן די מעלות צו די באלייכטונג, אדער די שטערן אויף די אנדערע זייט, און זאגן פונקטלעך וואס זיי צילן, און דו קענסט גלייך זען צו דו קענסט פארן מיט זיי אדער נישט, ווילאנג ס'איז נישטא קיין סופרייזעס, פארט עס גוט.

למשל די מעלות שטעלט זיך אהער סיי אלץ די פאן טרעגער פון די שטארק פרומע שטובער, און פייט פאר די רעכטן און ווירדן פון ערליכקייט און פרומקייט, און סיי אלץ הויך אינטעליגענטער אויסגאבע, לגבי שפראך, הלכה, ענינים, תורת הנפש, און זיי שטייען אונטער דעם פולי, און די מענטשן וואס קויפן עס שוין אזוי פיל יאר פילן אז דאס רעדט צו זיי, קויפט מען עס ווייטער, און וועם עס שמעקט נישט זייער פרעכקייט, און איינזייטיגקייט, קויפט עס נישט, אדער פארקוקט דערויף לכבוד די תוכן, (איך בין פון די לעצטע..)

דער שטערן שטעלט זיך אהער אלץ אידיש - גואישער אויסגאבע, מיט העכסט אינטערסאנטע וועלטליכע באשרייבונגען, ביזט ברוגז אויף די איידיע, קויף עס נישט, האסט עס ליב, און דו האלטס ס'איז נישט קיין פראבלעם קויפסטו עס, דו ווייסט פונקטלעך ווי דו האלסט מיט אים.

ווען א אויסגאבע שטייט פאר גארנישט, ער איז דא צו מאכן העדליינס, אויפרעגן אפאר מענטשן, און מאכן סענזאציעס, דו ווייסט נישט פארוואס ער שטייט, און צו דו קענסט עס געבן פאר דיינע קינדער, יעדע וואך א פרישע משוגעת, קויפט מען איינמאל צוויי מאל און דאס איז עס.

צייטונגען צו דער איד - בלאט - צייטונג איז עפעס אנדערש, ס'איז געמאכט פאר נייעס, כאטש מ'ווייסט שוין די נייעס היינט פריער, וויל מען דאך זען וויאזוי מיין צייטונג לייגט עס אראפ, מ'קויפט עס אויב מ'האט ליב זייער סיסטעם פון ריפארטן, אבער דא איז אויך אמת אז ווען זיי לייגן צו תוכן, ווי דער איד האט לעצטענס געטון (קען זיין אנדערע אויך, איך קויף צומאל די איד, און איך זע סיי די תורה - נשים אויסגאבע'ס, הערליכע אינטערוויאס, זייער שיין) און ווערט א אינהאלטס אויסגאבע, באקומט עס מער קונים, און ווען זיי נעמען א זייט ווי קעגן טראמפ, פארלירן זיי קונים, אבער די פוינט איז, זיי זענען א נייעס פלאטפורמע, גאר אנדערש פון א אידישע אינהאלטס אויסגאבע.

אין קורצן, א אידישע אינהאלטס אויסגאבע דארף וויסן ווי ער שטייט און וועם ער צילט, און צו ס'איז דא פון די סארט מענטשן וואס ווילן צאלן געלט פאר אויסגאבעס, און טאמער האט ער א אגענדע גרויס צו מאכן איינעם אדער אונטערצוברענגן איינעם וועט מען עס דערשמעקן זייער שנעל, צו ס'יאז א קינדער אויסגאבע וואס איז נישט צופרידן מיט איין קהלה, צו א חודישליכע אויסגאבע וואס איז קעגן יעדעם, צו מאכן העדליינס.

אבער אין דשענערל צו אידישע גוטע אויסגאבעס קען גיין? לויט די שעלווס אין מיין געשעפט, און לויט די נומבערס וואס איך הער פון מעלות און קינדליין (דערווייל, מ'קען נאך נישט וויסן, ס'איז נאך ניי) זעט אויס אז ס'קען שוין איינמאל גיין.

נאך פונדערהיים
שר חמש מאות
תגובות: 683
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » זונטאג יוני 24, 2018 8:02 pm

@לייפציג, גוט געזאגט!
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

עכט היימיש
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
לאקאציע: כיכר השבת פון וויליאמסבורג (קרעדיט: מאמענט)

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג יוני 24, 2018 8:13 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:@לייפציג, גוט געזאגט!

ניין, נישט גערעכט, די מאמענט איז איין ווארט "א מאגאזין אין אידיש"
טוט די זעלבע וואס יעדע מאגאזין טוט נאר פארן היימישן עולם מיט די היימישע סטאנדאררטן.
און אגב קוק די קיינמאל קויפער זענען דא דער מועט, רעכן עס צוזאם...
שרייב צו דער 'זאך.....'

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 501
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » זונטאג יוני 24, 2018 9:07 pm

עכט היימיש האט געשריבן:
נאך פונדערהיים האט געשריבן:@לייפציג, גוט געזאגט!

ניין, נישט גערעכט, די מאמענט איז איין ווארט "א מאגאזין אין אידיש"
טוט די זעלבע וואס יעדע מאגאזין טוט נאר פארן היימישן עולם מיט די היימישע סטאנדאררטן.
און אגב קוק די קיינמאל קויפער זענען דא דער מועט, רעכן עס צוזאם...

ביסט נישט אינגאנצן גערעכט, איך קויף עס כמעט יעדע וואך, נעם א משל די מאמענט פון פארלאפענע וואך איך וואלט עס גערעיט א 0! א באשרייבונג אויף מעלבארן רב האבעך געליינט אין די איד/בלאט, פאר דעם דארף איך נישט קיין מאגעזין לאז עס פאר די צייטונגען וואס זענען געמאכט פארדעם צו באריכטן נייעס, ווייטער די צפון קאריע מעשה, נו שוין, פאר דעם צאלן 6 טאלער? ווייטער דעי חזן איז א פשוטע קול מבשר אינטערוויו, (אויב האבן זיי אים נאכנישט געהאט העלן זיי אים האבן בקרוב..) ווי ס'קוקט אויס האבן זיי גענומען די 'אפענע שמועסען' פון יושע דאסקאל אין מחליט געווען פון דעם צו מאכן די צווייטע גרויסע ארטיקעל, די זעלבע אויך געטוהן פאריגע וואך מיט די פיינעפל שערורי',

כ'זאג נישט גאנץ אסאך וואכן איז דא געלונגענע ארטיקלען אבער קומט נישט צו צום קנעכיל פון די ענגליש מאגעזינען.

נאך א קלייניקייט, וואס האט ער געוואלט מיט די ארטיקעל פון די וויזשניץ ווימסב''ג חתונה? צוויי זייטן ליצי ליצנות פון א חסידות, פארוואס אין פארווען? ווי לייפציק האט ארויסגעברענגט איז דא די זאך געמישט מיט א מהלך פון אראפרייסן אנדערע, אין רוב מענטשן גלייכן דאס נישט.

עכט היימיש
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
לאקאציע: כיכר השבת פון וויליאמסבורג (קרעדיט: מאמענט)

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג יוני 24, 2018 9:15 pm

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:

פאריגע וואך איז די מעין ארטיקל טאקע געווען אין די וועלט אריין ווי אזוי זאגסטו א צייטונג ארטיקל!
אבער קוק בעפאר, איך גיי נישט גיין וועכנטליך וואס איך געדענק.
עמרם אקער, א שיינע מאגאזין סטייל ארטיקל.
ראב"ד, אינטערוויו מיט זוהן און אייניקל, א פרעזענליכע אריינבליק אין זיין לעבן, א שיינע מאגאזין איידיע.
חנוך'ס באריכט פונעם כינוס, עכט מאגאזין סטייל וכו
שרייב צו דער 'זאך.....'

מה יקר
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 15, 2015 1:06 pm

תגובהדורך מה יקר » זונטאג יוני 24, 2018 9:19 pm

ב"ה קיינמאל, בכוונה, שלא לחזקם מיט זייערע בלוי אפ קאווערס און מחשבה ארטיקלען וואס זאגן מוסר אן א הסכמה. וד"ל

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג יוני 24, 2018 9:42 pm

עכט היימיש האט געשריבן:פאריגע וואך איז די מעין ארטיקל טאקע געווען אין די וועלט אריין ווי אזוי זאגסטו א צייטונג ארטיקל!
אבער קוק בעפאר, איך גיי נישט גיין וועכנטליך וואס איך געדענק.
עמרם אקער, א שיינע מאגאזין סטייל ארטיקל.
ראב"ד, אינטערוויו מיט זוהן און אייניקל, א פרעזענליכע אריינבליק אין זיין לעבן, א שיינע מאגאזין איידיע.
חנוך'ס באריכט פונעם כינוס, עכט מאגאזין סטייל וכו

איר מיינט צו זאגן אז איר האט הנאה ווען מ'דעקט אייער קרייז?...

עכט היימיש
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm
לאקאציע: כיכר השבת פון וויליאמסבורג (קרעדיט: מאמענט)

תגובהדורך עכט היימיש » זונטאג יוני 24, 2018 9:44 pm

שמואל בארג האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:פאריגע וואך איז די מעין ארטיקל טאקע געווען אין די וועלט אריין ווי אזוי זאגסטו א צייטונג ארטיקל!
אבער קוק בעפאר, איך גיי נישט גיין וועכנטליך וואס איך געדענק.
עמרם אקער, א שיינע מאגאזין סטייל ארטיקל.
ראב"ד, אינטערוויו מיט זוהן און אייניקל, א פרעזענליכע אריינבליק אין זיין לעבן, א שיינע מאגאזין איידיע.
חנוך'ס באריכט פונעם כינוס, עכט מאגאזין סטייל וכו

איר מיינט צו זאגן אז איר האט הנאה ווען מ'דעקט אייער קרייז?...

גראדע נישט געכאפט ביז יעצט.
די ביזט אפשר שמואל בארג פון מרכז הצלה?
שרייב צו דער 'זאך.....'

צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט