ר' יוסי געשטעטנער שיקט געדאנקן אויף אי-מעיל

די אחראים: אחראי, געלעגער

משה בעלז
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

ר' יוסי געשטעטנער שיקט געדאנקן אויף אי-מעיל

תגובהדורך משה בעלז » מאנטאג דעצמבער 25, 2017 2:29 pm

YG.JPG
YG.JPG (30.17 KiB) געזעהן 3140 מאל

https://goo.gl/ju3pcF

משה בעלז
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

די רובאשקין באפרייאונג

תגובהדורך משה בעלז » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 10:29 am

---------- Forwarded message ----------
From: Gestetner List <gestetnerlist@gmail.com>
Date: 2017-12-25 18:35 GMT-05:00
Subject: The Rubashkin Release

די רובאשקין באפרייאונג
עטליכע געדאנקן ארום די באפרייאונג פון שלום מרדכי רובאשקין

פּרעזידענט טראמפּ האט 1) אין די ערשטע יאר פון זיין טערמין 2) ארויס געלאזט איינעם פון טורמע 3) אויפ׳ן ארט 4) אנע דעם וואס אנדערע זאלן אויך ווערן באפרייט אין די זעלבע צייט און 5) דער באפרייטער איז א היימישע איד. דאס איז א פינף-שטאקיגע ברכה וואס איז נאכנישט געווען אין אמעריקע צי סיי ווי אין פרייע וועלט. הודו לה׳ כי טוב און א דאנק אייך פּרעזידענט טראמפּ

די באפרייאונג קומט ניין יאר נאכדעם וואס מען האט דורכגעפירט אַן אבּלאווע אויף רובאשקינ׳ס פּלענט אין אייאווע און זיבן א האלב יאר נאכדעם וואס עס האט זיך אנגעהויבן א קאמפּיין מיט די שטיצע פון טויזנטער מענטשן צו אויפהייבן א ווייגעשריי קעגן דעם אורטייל. מען זעט פון די ווייסע הויז סטעיטמענט וואס האט אין טייל זיך פארלאזט אויף בריוון און מיינונגען געשריבן פינף, זעקס יאר צוריק אז מען קען נישט וויסן ווען און וויאזוי שתדלנות וועט זיך אויסצאלן. נאכמער, די געזעץ געבער וועלכע האבן געשריבן פרישע בריוו די לעצטע שטיק צייט האבן געטאן אזוי אין גרויס טייל צוליב די אלטע בריוון. אלזא ווען עס קומט אונטער אַ צוועק איז גוט זיך אנצוגארטלן מיט לאנג טערמיניגע כוחות

א טייל פונעם לינקע חדר פרעגן הלמאי מען פרייט זיך מיט איינער וואס הייסט א פעלאָן לויט די געזעץ? די תירוץ איז אז כלל ישראל איז געווען אנגעווייטאגט אויף די אומיוסטיץ וואס איז געטאן געווארן קעגן אים; פרייט מען זיך מיט די יוסטיץ וואס איז געטאן געווארן דורך אים. זיך טועה זיין מיט די געזעץ מיינט נישט אז א מענטש דארף פארניכטעט ווערן. ״איר האט געטאן די קריים; זאלט איר טאן די טיים,״ איז דא אַן אויסדריק אין ענגליש. פיין אבער די דעבאטע איז וואס איז די נויטיגע טיים וואס מען זאל זיצן? אין דעם פאל איז קלאר אז באקומען אזויפיל יאר און זיצן אזויפיל יאר קעגן די באשולדיגונגען איז אַן אומרעכט. אלזא ווען די אומרעכט איז פארראכטן געווארן - נאך יארן וואס כלל ישראל און אנדערע האבן גע׳שתדל׳ט יעדער לויט זיין מעגליכקייט - פרייט מען זיך אז יוסטיץ איז געטאן געווארן

די ענדגילטיגע שפּיץ איז אז די איבערפאל אויף רובאשקינ׳ס פּלענע איז געקומען נאך יארן וואס די מידיא און אקטיוויסטן האבן געהאקט אויף אים. זעענדיג דאס האבן לינקע פּראקורארן און א רעכטע ריכטער זיך ארויף געווארפן אויף אים. די פּאינט איז נישט אז די רעגירונג זאל איגנארירן זאכן. די פּאינט איז אז ווען און וויאזוי די רעגירונג נעמט זיך צו א זאך זאל עס זיין באלאנצירט און מיט יושר; דאס איז דאך א יסוד אין די ביל אוו רייטס. אבער ווען די מוחות ווערן צוהיצט און פארמישט צוליב העצערייען אין די מידיא וויל שוין קיינער נישט טראכטן גראד. צוליב דעם בעט איך אייביג אז מען זאל ארויס העלפן אין די צוועק פון פארזיכערן אז די מידיא דעקט היימישע אידן נארמאל; עס וואלט פארמיטן אזויפיל ווייטאגן און צרות פאר׳ן כלל און פאר׳ן פּרט; פון פּלאטסוויל און לעיקוואד צו מאַווא און מאנסי. דאס איז אַן אנגייענדע קאמפּיין וואס עפּ״י רוב איז שווער צו מעסטען די סוקסעס אבער מען דארף טאן דערין צו יעדע צייט וואס איך טו ב״ה דורך או דזשעי פּעהק

א דאנק פאר׳ן ליינען. איר קענט פאַלאָוען GestetnerList אויף טוויטער וואו איך שרייב אין אידיש און איר קענט געבן דעם לינק דא אונטען פאר פריינט און באקאנטע וועלכע ווילן אויך באקומען די אימעילס. זעט נאר אריין צולייגן דעם אימעיל אדרעס gestetnerlist@gmail.com אין די קאנטאקט סיסטעם צו רעדוצירן דעם טשאנס אז די אימעיל זאל לאנדען אין ספּעם
דרוק דא זיך אויפצוסיינען צום ליסט

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3728
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג דעצמבער 26, 2017 10:36 am

By submitting this form, you are granting: Yossi Gestetner, 101 America Ave, United States, NY, 00000 United States, permission to email you

בד"וו יוסי, אז דו לייענסט דא, איך גלייך נישט די פינטלעך אין די פ"א'ס און אין די בּ. די פתח און קמץ איז א האלבע צרה... די פינטל איז א גאנצע..
...

משה בעלז
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

די שליסל צו סוקסעס

תגובהדורך משה בעלז » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 10:10 am

די שליסל צו סוקסעס אין די אימעיל ליסטעס איז צו האבן א גוטע העדליין. צווייטענס איז נישט צו שיקן זאכן צו אפט; איינמאל, צוויי מאל א וואך איז מער ווי גענוג. דריטענס איז זיכער צו מאכן אז די אינהאלט איז קורץ און שארף. אויב האלט מען זיך דערצו וועלן מער מענטשן בס"ד עפענען די אימעילס ווען מען שיקט עס

צוליב דעם קען מען זיך וואונדערן פארוואס שיקט מען איצט א נייע אימעיל אזא קורצע צייט נאכ'ן שיקן אן אנדערע אימעיל, אבער דאס איז א וויכטיגע אישו

כלל ישראל איז געווען פאראייניגט ארויס צו העלפן אז ר' שלום מרדכי רובאשקין זאל בס"ד באפרייט ווערן פון טורמע. איצט לאמיר אלע ארבייטן ארויס צו העלפן אידן וועלכע זיצן נאך אין טורמע

די ניו יארק סטעיט קורעקשאנס דערפארטמענט האלט אינמיטן איינפירן א סיסטעם ווי די צאל, מאס און סארט עסן און חפצים וואס מען מעג אריין שיקן אין די טורמעס פאר ארעסטאנטן וועט ווערן דראסטיש רעדוצירט. טייל זאכן וועלן גאר ווערן גענצליך פארבאטן! דאס וועט שווער מאכן פאר אלע ארעסטאנטן ספעציעל פאר היימישע אידן וועלכע זענען מער אנגעוויזן אויף הילף פון אינדרויסן

א דריי פערטל יאר צוריק האט מען דורך א פעטיציע און פריוואטע שתדלנות אפגעשטעלט א געפלאנטע טויש אין די טעג און שעות וואס מען קען באזוכן מענטשן אין טורמע. איצט לאמיר אלע אונטערשרייבן דעם פעטיציע וואו מען בעט דער אנפירער פון די טורמע סיסטעם אז ער זאל איבער צו טראכטן דעם פלאן און בס"ד וועט מען מצליח זיין

ביטע גיי צום לינק און געבט אייער נאמען פאר די פעטיציע

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » זונטאג דעצמבער 31, 2017 2:07 pm

יישר כח יאסי פאר די אימעיל אפדעיט'ס. אני כשלעצמי האלט פון די סטיל פון יוסי, זיין קלארקייט, אבזשעקטיווקייט, כח העסקנות אויף אן ערליכן אידישען שטייגער. ממילא האב איך מיך אויך אויפגעסיינט צו באקומען זיינע געדאנקען אויף אימעיל.

כה לחי
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

דער פּרעזידענט׳ס רעדע

תגובהדורך פאר'מוח'ט » דאנארשטאג פאברואר 22, 2018 5:27 am

די צושטאנד פון די פאראיינונג רעדע איז געווען פון די לענגסטע אין די היסטאריע. עס איז געווען א גוטע ספּעקטעקאל פאר די וואס האבן עס מיטגעהאלטן אין כמעט האלבוואס האבן עס מיטגעהאלטן זענען רעפּובליקאנער; לויט אַן אינסטענט פּאָול פון סי בי עס 70 פּראצענט אין א סי ען ען אנקעטע און 75 לויט סי בי עס פון די וואס האבן עס מיטגעהאלטן זענען צופרידן דערפון

וויאזוי עס העלפט דעם פּרעזידענט ווייס איך נישט. רעדעס קומען און גייען; נייעסן טוישט זיך אזוי שנעל אזש ביי פרייטאג קען די רעדע זיך שפּירן ווי עס איז געווען גאר לאנג צוריק. זיינע אנקעטע נאמבערס קענען ארויף גיין מיט עטליכע פּונקטן אבער וואס האט ער דערפון? ווען וויילער גייען ארויס שטימען אין ניין חדשים ארום וועלן זיי גיין באזירט אויף פאליסי, נייעס און אויפברויז אויף זאכן וועלכע וועלן זיך קאכן נאכ׳ן זימער

גלייכצייטיג וועט דעם דאנערשטאג אווענט פון 6:45 ביז 9:45 בס״ד געבאקן ווערן מצות אין וויליאמסבורג פאר די הונדערטער אידן שומרי תורה ומצוות וואס זיצן אין אמעריקאנער טורמעס. מצות און אנדערע פּסח זאכן איז זאכן אויף וואס די צובראכענע אידן קוקן ארויס. אויב איר קענט אנטייל נעמען אלס וועלגערער, רעדלער, קנעטער, איבערקנעטער, צי אויף סיי וועלכע אופן, רופט לאסורים 718-513-2525 ביז שפּעטסטענס דאנערשטאג מיטאג און ביטע לאזט א נאמען, נאמבער און זאגן אז מען רופט וועגן מצות באקן

בנוגע די סטאק מארקעט וואו מער און מער סתם עמך מענטשן לייגן לעצטענס אריין געלט, דערמאנט עס פון 1999 און 2007 ווען יעדער איז געלאפן אין מארקעט אריין אבער אין ביידע פעלער האט די מארקעט געמאכט א טיפע ריקצוג א יאר צי אביסל מער דערויף. די פּאינט איז אז מען דארף אייביג גרייט זיין צו פארלירן געלט אבער אויב איז מען אין די מארקעט פאר די לאנגע טערמין (לאנג רעד איך פון גאר לאנגע יארן) און מען באדערט נישט די געלט, איז דא וואו די ברכה זאל חל זיין בס"ד

צום ביישפיל אויב איינער האט אנפאנג 2007 אריין געלייגט $10,000 דאלאר אין אַן אינדעקס פאנד וואס שפּיגעלט אָפּ די עס ענד פּי, האט ער געהאט בלויז $6,000 אנפאנג 2009 ביי די טיפע אפּגרינטן פון די קריזיס, אבער ביי אנפאנג 2013 וואלט ער געווען צוריק ביי עטוואס איבער $10,000 און אנפאנג פאריגע יאר וואלט ער געווען ביי $16,000 און נעכטן דינסטאג נאכט וואלט ער געהאלטן ביי $19,810. נאכמער, אפילו אויב די עס ענד פּי זאל אריין גיין אין א טיפע בער מארקעט און אפּווישן א פערטל פון די איצטיגע שטאפּל, בלייבט דער מענטש מיט $14,857

איך געב נישט ראט פאר מענטשן וואס יא אדער נישט צו טאן אין די מארקעט. איך שמועס נאר אויס אז א היבשע ציבור איז לעיט דאָ די פּאַרטי אבער פון די אנדערע זייט אפילו איינער וואס קומט שפּעט ווי דער יעניגער פון 2007 איז דא וואו די ברכה קען חל זיין אויב זיצט מען מיט גאר אסאך געדולד

עס זענען דא אזעלכע וואס זיצן מיט געלט אינדערזייט גרייט אין פאל די מארקעט טראסקעט וואס נישט בלויז וואס זיי אנטלויפן נישט פונעם מארקעט מיט די ארגינעלע געלט, נאר זיי לייגן גאר אריין פרישע געלט! אויב איינער האט אריין געלייגט א פרישע צענער אנפאנג 2009, וואלט עס געווען נעכטן נאכט ביי $32,600! צוזאמען מיט זייןארגינעלע צענער, וואלט ער איצט געהאט 52,410 דאלאר און אפילו אויב די מארקעט זאל פארלירן א דריטל די ווערד די נעקסטע יאר צייט בלייבט אים נאך $35,114

פארדינט געלט און פארגעסטס נישט צו ביישטייערן די מעשר צו אוי דזשי פעהק און קומען באקן מצות דאנערשטאג אווענט

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » זונטאג מארטש 11, 2018 9:21 pm

זייער א זיסע אימעיל היינט....

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1456
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » זונטאג מארטש 11, 2018 9:30 pm

אהער דערמיט
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1748
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » זונטאג מארטש 11, 2018 9:37 pm

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:אהער דערמיט


וואס איז די פלאן
אקעי, דו האסט א געדאנק פון א ביזנעס, סערוויס אדער פראדוקט וואס איז שוין דא אין דיין אומגעגענט, קאמיוניטי צי גארער וועלט אבער דו האלסט אז די קענסט מחדש זיין עפעס דערין וואס אנדערע האבן נאכנישט געטאן, אדער האסטו א געדאנק פון א נייע סארט סערוויס צי ביזנעס וואס איז נישטא

זייער גוט; עס איז געוואלדיג צו טראכן גרויס. אבער בעפאר דו הייבסט אן דארפסטו זיך פרעגן וואס איז די פלאן

א ביישפיל דערפון איז טאקע די געשטעטנער ליסטע. עטליכע יאר צוריק האב איך אנגעהויבן דעם ליסטע. די געדאנק פונעם נאמען איז זייער פשוט: מענטשן קענען ארויף גיין אויף די ליסטע פון געשטעטנער און באקומען אימעילס אין אידיש פון אים. "נו, ביסט שוין אויף די ליסט?" זייער זיס. געוואלדיג. אבער וואס איז די פלאן

וואו אפט וועט מען שרייבן? וואס וועט מען שרייבן? ווילאנג וועט די שרייבעריי זיין? וויאזוי וועט די ליסטע וואקסן? וויאזוי וועט מען וויסן וועלכע סארט אישוס ליינער זענען נייגעריג צו ליינען? אין וועלכע פארמאט וועט מען עס שיקן, אלס פי די עף אזויווי די ערשטע אדער די ווערטער אין אן אימעיל אזויווי דעם אימעיל? וויאזוי וועט מען "איינקעשן" אויף די ליסטע? וועט עס האבן רעקלאמעס? אויב יא, וויאזוי וועסטו אנקומען צו ספאנסערס? וויפיל וועט עס קאסטן? וועט מען האבן מער ווי איין רעקלאמע אויף איינמאל? וועט עס זיין אן אינדארסירונג סארט רעקלאמע – דאס הייסט איך וועל שרייבן לויב פון א פראדוקט אינערהאלב דעם פראדאקט – אדער וועט עס זיין א געווענליכע דיספלעי עד? זאל מען בעטן פון מענטשן אויך זייער סעל פאון און אדרעסע? אויב יא, פארוואס יא? אויב נישט, פארוואס נישט? אויב יא, וועט מען שיקן אן אויסגאבע פון צייט צו צייט אויף פאסט? אויב מען וועט נישט שיקן זאכן אויף פאסט, דאן צו וואס זאל מען בעטן די אינפארמאציע

איך האלט איצט פיר יאר נאך דעם ערשטן אימעיל און רוב פון די פראגעס האב איך ביז לעצטענס נאכנישט געענטפערט און עס דערקענט זיך טאקע. איך זיך נישט איצט א שטויס מיט אימעילס פון מענטשן מיט ענטפערס אויף די אלע פראגן ווייל דאס וואס איק ווילט מיינט נישט אז איך וויל און דאס וואס איך וויל מיינט נישט אז די ציבור וויל. איך ברענג פשוט ארויס די פאינט אז יעדע זאך דארף האבן ש טיקל פלאן צו פארבעסערן די טשאנסן צו האבן סוקסעס דערין

איז ווילאנג איך אינוועסטיר בלויז אביסל צייט דא און דארט אויף א זאך אנע האבן א געהעריגע פלאן פון וואו מען קומט און צו וועם מען גייט אזוי ווי די ליסטע, דאן איז נישט געפערליך. איבער טויזנט מענטשן זענען ב"ה אויף דעם ליסט, און רוב אימעילס ווערן געעעפנט דורך צוויי דריטל ליינער. מענטשן האבן הנאה ווען די אימעיל קומט אריין, און קיינער וויינט נישט ווען עס גייט דורך זיבן וואכן און גארנישט קומט אריין. אבער ווען מען גייט אריין אין א ביזנעס וואס מען דארף פאר פרנסה; א ביזנעס וואס וועט קאסטן געלט פאר אינוועסטירער; א ביזנעס וואס וועט אויפעסען א האלב וואך פון דיר אדער מער, מוז מען האבן א שטיקל בלו פרינט וואו מען גייט און קומט

איך האב גענוצט מיין ליסטע אלס א ביישפיל, אבער נישט ענטפערן יסודת'דיגע זאכן איז א פראבלעם וואס איך זע סיי ביי די וואס קומען אריין בלויז פאר איין זיצונג פון א שעה אויסצושמועסן ביזנעס זאכן, און סיי מיט דעם וואס אנדערע זענען דא מער לאנג-טערמין פאר וועם מען שטעלט צו פי אר סערוויסעס. בעצם בין איך אפילו גארנישט מחדש. א פירוש אויף משניות שרייבט "כשירצה אדם לברר לעיניו שום דבר יפה, צריך להשיב לעצמו תחילה על שבע שאלות יפה: מי, מה, למי, את-מי, מתי, איה, איך ולמה." מען האפט אז ווען מען קומט אריין אויף א זיצונג קען מען העלפן פארענטפערן די זאכן און מען קען בס"ד דערנאך פארן אויף בעסערע רעלסן
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

פאר'מוח'ט
שר חמש מאות
תגובות: 574
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 03, 2017 6:57 am

תגובהדורך פאר'מוח'ט » מאנטאג מארטש 12, 2018 7:03 am

ס'איז א שאד ער לייגט נישט אריין צופיל קאפ אין דער פראפעשינעלקייט פונעם שרייבן, לדוגמה ס'קען זיין אסאך ספעלינג מיסטעיקס... נישט פראפעישנעל מסודר דעם אויס שטעל פונעם ארטיקל וכו', ס'זעהט אויס ווי ער טוט דאס אבי יוצא צו זיין...

ברוינע באנאנע
שר חמש מאות
תגובות: 745
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

האלאקאוסט און אימיגראציע

תגובהדורך ברוינע באנאנע » פרייטאג יוני 22, 2018 1:05 pm

ווען מען דעבאטירט אמעריקע'ס אימיגראציע סיסטעם ביים גרעניץ פון מעקסיקא זענען דא אזעלכע וואס דערמאנען אונזערע זיידעס וואס זענען אהער געקומען נאכ'ן קריג. אבער אונזערע זיידעס האבן איבערגעלעבט א האלאקאוסט וואו מען האט אויסגעמארדעוועט גאנצע פאמיליעס, און ווען זיי זענען צוריק אהיימגעגאנגען צו זייערע שטעטלעך האט מען ווייטער גע'הרג'עט; זיי האבן נישט געהאט צופיל לענדער וואו אריינצוגיין, און פונדעסטוועגן זענען זיי על פי רוב געשטאנען אין ליניע אסאך מאל יארן צו אריין קומען, און ווען זיי
זענען אריין געקומען איז עס געווען בעיקר לעגאל


פון די אנדערע זייט האט מען מענטשן קעגן וועם עס איז נישטא א האלאקאוסט; מענטשן וועלכע קענען מופן צו אנדערע שטעט אין זייערע היים לענדער אויב האבן זיי לאקאלע שוועריגקייטן; מענטשן וועלכע האבן א צאל לענדער אויף די דרום זייט פון די גרעניץ וואו צו גיין וואוינען מיט די זעלבע שפראך און קולטור, און מענטשן וועלכע באקומען א מאיאריטעט פון די יערליכע איין מיליאן וויזאס פאר נייע בירגערשאפט אין אמעריקע. מען קען דעבאטירן צי אמעריקע דארף אריין נעמען מער אדער ווייניגער מענטשן יערליך; מען קען דאבעטירן וויפיל פון די 450 מיליאן מענטשן וואס וואוינען דרום פונעם גרעניץ זאלן אריין קומען צוליב די שוועריגקייטן וואס עס הערשט דרום פונעם גרעניץ, אבער צו זאגן אז מען דארף שטיצן געזעצלאזיגקייט און כאאס ביים גרעניץ ווייל
אונז זענען אייניקלעך פון מלחמה איבערלעבער, איז שאנדפול מיאוס


עס איז קלאר אז עס פעלט זיך אויס צו האבן הארץ און געפיל ווען עס קומט צו געזעץ אינפארסירונג; צי עס ביים גרעניץ און צי עס איז ביי מענטשן אין אמעריקע ספעציעל ווען עס האנדלעט זיך פון קלענערע פארלעצונגען, מען זאל אבער נישט גרינג שעצן און פאליטיזירן די פיין פון מלחמה געליטענע

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1475
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » פרייטאג יוני 22, 2018 5:03 pm

ווייס איך נאך אלץ נישט פארוואס יוסי שרייבט נישט קיין פינטלעך ווען ער ענדיגט א פאראגראף. ויהי לפלא. ער איז דאך א שרייבער פון פאך.
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

אוועטאר
הודו להשם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו

תגובהדורך הודו להשם » זונטאג יוני 24, 2018 1:17 pm

ממש אזוי האט געשריבן:ווייס איך נאך אלץ נישט פארוואס יוסי שרייבט נישט קיין פינטלעך ווען ער ענדיגט א פאראגראף. ויהי לפלא. ער איז דאך א שרייבער פון פאך.

אין א געלעגענהייט האט ער מיר געענטפערט אויף די שאלה בזה"ל:
Due to the platform I use, it will be a mess if I use periods at the end
אויב האט איר הנאה פון די תגובה אדער איר האט קריטיק, ביטע לאזט אייך הערן דא אדער אין אישי. יישר כח

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:15 pm

---------- Forwarded message ---------
From: Gestetner List <gestetnerlist@gmail.com>
Date: Thu, Oct 11, 2018, 8:12 PM
Subject: Not Just Bias But LIARS

אין 2016 איז געווען א נייעס אז פרעזידענט טראמפ האט געזאגט מען זאל ארויסווארפן א פראטעסטירער פון זיין ראלי און אז מען זאל יענעם נישט איבערלאזן אפילו מיטן מאנטל. א סי ען ען קאמענטאטאר האט אין רעקאציע געשריבן אויף טוויטער "זיג הייל," די נאצישע סאלוט

די וואך מאנטאג נח האט איינער פריש אפירגעזוכט דעם טוויט. ווען די קאמענטאטאר האט באמערקט ווי מען מאכט צימעס פון די טוויט, האט זי געשריבן אז 'מענטשן ווילן מיך אראפלייגן אלס א נאצי באזירט אויף א טוויט וואס איז געווארן געהעקט און ניטאמאל גוט געספעלט.' אין אנדערע ווערטער יענער זאגט אז זי האט עס נישט נישט געשריבן. אזוי ווי איך זאל זאגן אז די אימעיל האב איך נישט געשיקט נאר איינער האט געהעקט מיין אקאונט. ווען מען האט אנגעפרעגט ביי די סי ען ען פובליק רילעישאנס ארעם וועגן דעם טוויט האבן זיי געצייגט אויף די אויסרייד ווי צו זאגן אז זיי נעמען אן דאס וואס יענער ענטפערט און זיי גייען מיט מיט דעם

אבער די אויסרייד איז א פאלנער ליגנט ווייל א האלבע יאר נאך די אריגינעלע נאצי סאלוט טוויט האט די זעלבע שרייבער נאכאמאל גענוצט די זעלבע נאצי סאלוט אויף טוויטער וואס איינער האט טאקע ארויף געברענגט גלייך נאכדעם וואס דער סי ען ען שרייבער האט גענוצט דעם העק ליגענט. נאכמער, געווענליך אויב איינער ווערט ארויסגעשפארט פון זיין אקאונט די ערשטע זאך וואס מען טוט ביים צוריק באקומען קאנטראל איז אז מען מעקט אויס אלע טוויטס וואס די העקערס האבן געשיקט אין דיין נאמען די לעצטע טאג צוויי, אבער ביי דעם פאל איז דאס נישט געטוהן געווארן, ווייל יענע אקאונט איז קיינמאל נישט געווארן געהעקט, און אויב עס וואלט געהעקט געווארן אין יאנואר פון 2016 אין עס איז געשריבן געווארן זיג הייל, וויאזוי איז פונקט דער זעלבער נאכאמאל געהעקט געווארן א האלבע יאר שפעטער און זיג הייל איז ווידעראמאל געשריבן געווארן? און אין ביידע פעלער האט דער שרייבער נישט אפגעמעקט די טוויטס? לייגט זיך נישט אויף די שכל

אינטערסאנט איז אז צוויי יאר צוריק האט סי ען ען ארויסגעווארפן א קאנסערוועטיווע קאמענטאטאר דזשעפערי לארד פאר'ן שרייבן די זעלבע זאך, דא אבער זעט נישט אויס ווי זיי פלאנען ארויסצואווארפן דעם שרייבער פארן נוצן די זעלבע שפראך. נאכמער איז אז די פראפעגאנדע ארעם פון סי ען ען איז גרייט מיטצוגיין מיט די ליגנט אז עס איז געווען א געהעקטע טוויט

דאס ווייזט אז זייער אסאך מענטשן ביי סי ען ען זענען נישט נאר אייז זייטיג. זיי זענען שקרנים, און נישט סתם עפעס א שרייבער געבט א זאג א ליגנט, נאר די קארפארעישען ארעם, גייט מיט מיט די ליגנט

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

The HATE Attack In Borough Park

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » זונטאג אוקטובער 21, 2018 6:26 pm

קלעפ אין בארא פארק

מען האלט א וואך נאכדעם וואס א איד אין די זעכציגער יארן איז אנגעקלאפט געווארן אין די גאסן פון בארא פארק דורך א העסליכער פארברעכער. די מידיא נעצן אין ניו יארק האבן באריכטעט אז דער שלעגער האט געזאגט אז א איד האט געהאקט אויף זיין אויטא און ער האט געמיינט אז הרב שווראץ וואס איז געשטאנען אינמיטן גאס איז געווען דער וואס האט געהאקט


דאס איז אבער גענצליך נישט אמת ווייל ווידיאו צייגט אז פאר צוואנציג בלאק האט דער שלעגער נישט געהאט א פארקער מיט קיינעם. נאכמער, ער איז געפארן רואיג אויף די רעכטע ליניע ווען פלוצים האט ער זיך גענומען יאגן אריבער צו די לינקע ליניע צו א חסידישער איד וואס האט אריבער שפאצירט די גאס. זעענדיג דעם מטורף, האט דער איד זיך גענומען לויפן און פארמיטן דעם אויטא. דער אויטא איז ווייטער געפלויגן, אריבער געיאגט איין אינטערסעקשאן; דערנאך נאך איינס וואס איז געווען רויט, און דאן האט ער ווילד אפגעשטעלט דעם קאר. ער איז ארויס געקומען, אגנארירט דעם דעליווערי מאן וואס איז געשטאנען אינמיטן בלאק נאנט צום קאר, און דער רוצח איז געלאפן צום חסידישער איד וואס איז געשטאנען ווייטער און אים אנגעהאקט


די ווידיאו וואס צייגט די גאנצע געשיכטע, דהיינו אז דער שלעגער האט כמעט אראפ געקלאפט א איד מיט זיין אויטא, איז ארויס געקומען צום גאס ערשט א טאג צוויי שעפעטער און אפילו דאן איז עס עפעס נישט אנגעקומען צו די מידיא וועלכער האט ווייטער גערעדט איבער א שטראז אויפברויז, ראוד רעידזש, אינצידענט און דאס האט געהאט א דריי פאכיגע נעגאטיווע אפעקט


ערשטענס, האט עס אפגעקלינגען אין גאנץ ניו יארק סיטי און אומגעגענט אז א חסידישער איד האט געהאט א ווילדער פארקער מיט א טעקסי דרייווער. נישט אז די אומרעכט דורך איין חסיד איז עפעס די אחריות פונעם ציבור אין אלגעמיין אבער עס איז פארט א נעגאטיווע באריכט


צווייטענס האבן די באריכטן שטארק וויי געטאן פאר הרב שווארץ ווייל נישט בלויז וואס פיזיש האט ער געכאפט ביטערע קלעפ נאר א דאנק די פאלשע באריכטן האבן פיל מענטשן געהאלטן אז ער האט געטאן עפעס שלעכט עטליכע מינוט פריער דורך האבן עפעס א פארקער מיט'ן דרייווער. אין פאקט, איינער האט מיר געזאגט עס איז גאר דא ווידיאו וואו א צווייטער איד האט עפעס א געפעכט מיט'ן טעקסי מאן א מינוט פאר די אטאקע. הייבט זיך נישטא אן


דריטענס, ווייל די פאלשע ווערסיע איבער א ראוד רעידזש אינצידענט איז געווארן אנגענומען אין די גאסן, האט מען פאר באלד א וואך נישט אנגעקלאגט דעם שלעגער מיט א האסן פארברעך; ווייל ער האט זיך אנגעבליך בלויז טועה געווען מיט א צווייטע חסיד. איך פארשטיי ניטאמאל דעם אויסרייד: דו ביסט מודה אז די איינציגסטע פארבינדונג מיט הרב שווארץ איז אז ער זעט אויס ווי דער מענטש מיט וועם דו האסט געהאט צו טאן און די אויסזען איז... חסידיש. איז דען דאס נישט א האסן פארברעך? געזעץ מענטשן זאגן אז אין אזא פאל הייסט עס נישט א האסן פארברעך ווייל ער האט געצילט יענעם צוליב א טעות מיט א צווייטן און נישט סתם אלס א חסיד


שאד זיך צו טעהנ'ן דערויף אבער די שפיץ איז אז דא האט די ציבור א קלארע ביישפיל וויאזוי אומריכטיגע מידיא באריכטן האט א דירעקטע אפעקט סיי אויף די אנזען פונעם ציבור; סיי אויף די געפילן פון א יחיד, און סיי אויף די וועג וויאזוי די סיסטעם גייט זיך אים מיט קלאגעס. עס וואלט זיך אויסגעפעלט שווערע שעות פון זיין אין פארבינדונג מיט די מידיא נעצן אנפאנג פאריגע וואך צו שטעלן דעם רעקארד גראד, אבער ליידער האט זיך נישט געטראפן גענוג מענטשן וועלכע זאלן ביישטייערן פאר דעם צוועק בעפאר די קריזיס איז אנגעקומען, האט מען ליידער געהאט וואס מען האט געהאט


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט