אנקעטע: וואס ליינט איר?

די אחראים: אחראי, געלעגער

וועלכע פובליקאציע ליינסטע אפט?

1. שערי ציון
8
1%
2. יתד נאמן
3
0%
3. בינה
8
1%
4. די צייטונג
46
7%
5. קינדליין
65
10%
6. Jewish Press
1
0%
7. עמי
31
5%
8. אוצרות
16
2%
9. דער איד
63
9%
10. שטערן
46
7%
11. קידעלינגאו
7
1%
12. מאמענט
60
9%
13. דער בלאט
53
8%
14. משפחה - ענגליש
11
2%
15. קינדערליך
16
2%
16. מעלות
67
10%
17. המודיע
12
2%
18. משפחה - העברעאיש
13
2%
19. באלייכטונגען
20
3%
20. דער אוצר
20
3%
21. די וואך
17
3%
22. בליץ
23
3%
23. אידישע ליכט
5
1%
24. א בליק
8
1%
25. עונג שבת
9
1%
26. זמן
6
1%
27. לעכטיגער היים
7
1%
28. Circle
3
0%
29. דבר בעטו
13
2%
30. B-Tank
12
2%
 
סך הכול שטימען: 669

Naftule
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

אנקעטע: וואס ליינט איר?

תגובהדורך Naftule » זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:24 am

פליז טוט א שטים אויף וואס און וויפיל איר טוט ליינען. אנקעטע איז אויף 'ליינען' אפילו אן 'קויפן'.

Naftule
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 3:19 pm

זייער ווייניג שטימעס :cry:

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1608
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 3:57 pm

תכלית, א היימישע אנגלא-אידישע מאגאזין, פאפולער ביי די עזרת נשים.

Naftule
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 4:53 pm

איך האב נישט געלייגט אומזיסטע דזשורנאלן

איטשע
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 11:44 am

לדעתי, פעהלט א היימישע ענגלישע אויסגאבע פאר די חסידישע חדר, בעיקר פאר די נשים וואס ליינען נישט קיין אידיש.

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 12:23 pm

נשים וואס ליינען נישט קיין אידיש, אבער זיי דארפן דוקא א היימישע און חסיד'ישע אויסגאבע?
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2489
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 12:52 pm

אז נדברו

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4578
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 4:39 pm

די אידישע ליכט מיט בעלייכטונגען זענען איינס.
נישט אזוי ?
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
געשמאקע ווינטל
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:06 pm

תגובהדורך געשמאקע ווינטל » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 11:53 am

איטשע האט געשריבן:לדעתי, פעהלט נאך היימישע אידישע אויסגאבעס פאר די חסידישע חדר, בעיקר פאר די נשים וואס ס'זאל זיין אינטערעסאנט צו ליינען אפילו ס'איז אין אידיש.

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:נשים וואס ליינען נישט קיין אידיש, אבער זיי דארפן דוקא א היימישע און חסיד'ישע אויסגאבע?

אויב דו טראכסט אריין, זענען רוב אידישע אויסגאבעס
אדער געמאכט מער פאר מענער (צב''ש צייטונגען)
אדער נישט אזוי אינטערעסאנט
און די וואס זענען יא אינטערעסאנט פאר פרויען קומען רוב ארויס נאר חודש'ליך - וועכנטליך איז אויך דא, אבער ממש געציילטע
אזוי איז געשען אז אונזערע פרויען האבן זיך אריינגענומען אין קאפ אז 'נאר ענגלישע זענען אינטערעסאנט', אין דער צייט ווען ס'איז בכלל נישט אזוי. אידישע אויסגאבעס קענען זיין פונקט אזוי אינטערעסאנט, ציענד, רייך, ווי מען זעט פון די געציילטע וואס זענען יא גוט.
אויב אזוי, פארוואס איז עס טאקע נישט אזוי? און פארוואס איז דא אזוי ווייניג?
דער ענטפער איז לכאורה דער מאנגל אין גוטע אידישע (פרויען) שרייבערס,
וואס קומט פון דעם וואס מ'צאלט נישט גענוג פאר שרייבערס אז ס'זאל זיך זיי לוינען זיך אמת'דיג אריינצולייגן דערין,
וואס קומט פון דעם וואס די אויסגאבעס האבן ווייניג געלט,
(וואס קומט פון דעם וואס מענטשן קויפן ענגלישע אויסגאבעס אנשטאט אידישע, און יעצט הייבט אן פון אנהייב...)

וועט איר פרעגן וואס איז דער פראבלעם דערין? זייער פשוט, פאקטיש זענען די ענגלישע אויסגאבעס נישט היימיש, און זיי ברענגען אריין פרעמדע השקפות צווישן אונזער היימישן עולם וואס איז קיינמאל נישט געווען. דאס זעט מען קלאר, פרעגט יעדן וואס קען זיך נאר אביסל אויס.

אויב דאס איז טאקע דער מצב, וואס קען מען טון דערצו?
איין עצה: עס זאל אריינקומען א נדבן (בעסער געזאגט, אן אינוועסטער) וואס זאל אינוועסטירן אין א היימישע אויסגאבע גענוג א גרויסע סומע, עס זאל זיך זיי לוינען צו באצאלן פאר די בעסטע שרייבערס אויפ'ן מארקעט, און פאר די שרייבערס זאל לוינען זיך אריינצולייגן דערין. אזוי וועט די אויסגאבע זיך שטארק ארויפארבעטן, ווערן גענוג אינטערעסאנט צו ווערן אויפגעכאפט ביי אלע חסיד'ישע פרויען, און ביז נישט לאנג וועלן זיי זיך בעז''ה קענען אליין אויסצאלן און זיך אויך ווייטער ארויפארבעטן.
ווער נישט געפירט דורכ'ן וועטער. אפילו ס'איז פארוואלקנט, רעגנדיג, די זון בראט, די קעלט ציפט, נישטא קיין לופט... דאך, גיב א שמייכל!

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:18 pm

איטשע האט געשריבן:לדעתי, פעהלט א היימישע ענגלישע אויסגאבע פאר די חסידישע חדר, בעיקר פאר די נשים וואס ליינען נישט קיין אידיש.


להוי ידוע לך
עס איז דא א צייטונג וואס הייסט המודיע
עס איז ענגליש
עס איז זייער גוט איבערגעקוקט
קיינמאל נאכנישט געהאט דורכפעלער
עס קאסט ס״ה א דאלער מיט 25 צענט פער וואך פאר סובסקרייבעס
עס האט מאטריאל פאר אינג און אלט מיט א שיינע מאגעזין
עס האט די ״ מערסטע״ סובסקרייבעס פון אלע אידישע אויסגאבעס ( טיילוייז צוליב די גאר ביליגע פרייז)

פאר די וואס האבן א פראבלעם אז זיי זענען אגודיש געשטימט, די מעגן בכלל נישט קויפן קיין ענגלישע מאטריאל כהוראת רבותיהם
ממילא זעה איך נישט דיין פראבלעם

( בדרך אגב געט די המודיע ארויס די ״בינה״ מאגעזין געאייגענט פארן עזרת נשים)

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:23 pm

פעלט ״ המחנה החרדי
און אויב לייגסטו בטעונים אזוי וואו שערי ציון מיט אוצרות דאן ווי איז אור הצפון?

נכד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 429
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » מיטוואך דעצמבער 27, 2017 7:00 pm

פאר די וואס האבן א פראבלעם אז זיי זענען אגודיש געשטימט, די מעגן בכלל נישט קויפן קיין ענגלישע מאטריאל כהוראת רבותיהם
ממילא זעה איך נישט דיין פראבלעם.

פון עטליכע באמערקונגן אויף דיין תגובה שטעל איך מיך אויף איינס.

>וואס מישטו אויס די נושא פון ענגלישע שפראך מיט שאני מינות דמשכי??

אוועטאר
געשמאקע ווינטל
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש מארטש 18, 2017 9:06 pm

תגובהדורך געשמאקע ווינטל » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 4:42 pm

eller האט געשריבן:די אידישע ליכט מיט בעלייכטונגען זענען איינס.
נישט אזוי ?

די באלייכטונגען רופט זיך טאקע לעצטנס 'דאס אידישע ליכט', אבער אמת'דיג איז זייער נאמען 'ירושלים'ער אידישע ליכט'. עס איז דא אן אלטע אויסגאבע וואס קומט נאך אלץ ארויס אינ'ם זעלבן פארעם ווי אמאל, מיט'ן נאמען 'אידישע ליכט' (ענליך צו עונג שבת)
ווער נישט געפירט דורכ'ן וועטער. אפילו ס'איז פארוואלקנט, רעגנדיג, די זון בראט, די קעלט ציפט, נישטא קיין לופט... דאך, גיב א שמייכל!

אוועטאר
Horizontal
שר מאה
תגובות: 138
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

תגובהדורך Horizontal » דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:04 pm

איך ליין נישט צו אפט אבער ווען איך ליין, ליין איך די קינדליין אין די אוצרות וואס די קינדער קויפן
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3348
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » זונטאג ינואר 14, 2018 10:41 pm

איך קויף דער איד צו ליינען די אידישע נייעס און אפאר אידישע ארטיקלען, מעלות קויפן די בני בית און איך ליין בעיקר די וויצן און אמאל מאמע לשון, דער אוצר אמאל אמאל פאר די איטערוויוס.

איינזייטיג
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 17, 2017 12:25 am

תגובהדורך איינזייטיג » מאנטאג ינואר 15, 2018 10:22 pm

איך מיין אז קינדליין דארף ארויסקומען אויך פאר קינדער
אלץ איד בין איך איינזייטיגע

חיימ'ל
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2014 8:20 pm
לאקאציע: געפינט זיך נישט דאס פלאץ

תגובהדורך חיימ'ל » מאנטאג ינואר 15, 2018 10:29 pm

איך ליין נישט קיין שום פרעמדע אויסגאבעס, נאר וואס איך קען זען אויף מיין אייגענע סקרין.

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » דינסטאג ינואר 16, 2018 4:38 am

איינזייטיג האט געשריבן:איך מיין אז קינדליין דארף ארויסקומען אויך פאר קינדער


:lol: :lol: :lol: :lol:

אוועטאר
tech yid
שר חמש מאות
תגובות: 671
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 7:09 pm
לאקאציע: נישט ביים קאמפיוטער

תגובהדורך tech yid » דינסטאג ינואר 16, 2018 10:06 am

כהאב הנאה אז קיינער האט זיך נישט אנגערופן ביי די Jewish pres
טאמער רעכענסט אריין וואס מליינט אויפן טעלעפאן רעכן אריין ניו יארק טיימס פאסט, פאקס, וכו
הק׳ טעקעלע

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דינסטאג ינואר 16, 2018 10:09 am

טערעסאנט ווי עמי האט 27 שטימען, בעת וואס משפחה האט בלויז 9, כ'האב אלץ געמיינט אז ווער עס קויפט, קויפט ביידע..
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
dim
שר חמש מאות
תגובות: 676
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 28, 2014 3:57 pm

תגובהדורך dim » מאנטאג ינואר 22, 2018 11:44 am

און וואסי מיט די בינהבאנטש?


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט