"בי טענק" - נייע חודש'ליכע ביזנעס מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

ל. שווימער
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 8:36 pm

תגובהדורך ל. שווימער » זונטאג דעצמבער 17, 2017 4:57 pm

געקויפט יעצט די ערשטע מאל פאר שבת חנוכה.
עס איז פיל מיט אינפארמאטיווע ביזנעס ארטיקלען.
עס איז נישט ציענד צו ליינען פאר איינער וואס איז נישט אינטרעסירט אין ביזנעס.
סאיז א פולע מאגאזין, איבער 100 זייטן מיט ווייניג אדוועטייזמענטס.
די ביז טאנק גייט אן ווי ביז היינט.
צום סוף איז דא א סניף וואס הייסט experts speek. ווי אידישע ביזנעסלייט שרייבן אריין פראקטישע עדווייס אויף פארשידינע ביזנעס ענינים.

וואס פעלט יא, איז א אפטיילונג אויף נייעס פון די ביזנעס וועלט, ווי אויך ביזנעס אנאליזן אויף קארענט איווענטס און סטאקס וכדו' איז א זאך וואס איך האב עקספעקטעד אין אזא מאגאזין. און כהאב עס נישט געפונען.

אלל און אלל. נישט קיין שלעכטע געדאנק. עס דארף נאך פארברייטערט ווערן ווי געשריבען. עמיר זעהן צו סוועט אנהאלטן.

נאך איין מאדנע זאך. אויפן דעקל שטייט 5.99 און אויפן ריסיט זעה איך אז די גראסערי האט געסקענט פאר 4.99.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1291
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג דעצמבער 17, 2017 7:30 pm

מאטכע האט געשריבן:איך האב שוין געשריבן דא אויפן וועלטל אפאר חדשים צוריק

איך זעה נישט ווי ער זאל קענען מצליח זיין ,

איינמאל א חודש ארויסקומען פאר $5 א מאגאזין נאר ביזנעס איז נישט קיין גוטע ביזנעס איידיע .........

רוב מענטשן זענען נישט נייגעריג צו ליינען 60 זייטן Bussines only פאר $5 ,

אדרבה זאל עס מאכן אסאך געלט ......

פארוואס זאגסטו אזוי? איך פיל ווען ס'וואלט געווען אין אידיש וואלט איך עס ענדערש געקויפט ווי עני אנדערע נאר שטותים אויסגאבעס, תוכן האט א ווערט!
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

שטאטסמאן
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2016 7:01 pm

בי טענק פעב. 2018

תגובהדורך שטאטסמאן » מיטוואך מארטש 07, 2018 7:27 pm

נעכטן געקויפט די נייע בי טענק וואס איז ארויסגעקומען סוף פעב.,
נאכנישט געהאט קיין צייט צו ליינען, נאר דורך צו בליקן אזוי אויבן אויף.

די קאווער סטאר"י איז פין איינער וואס הייסט דניאל פינקעלמאן, וואס איז געווען כמעט\האלב בלינד אלץ קינד, אבער איז היינט זייער א גרויסע ארט און ווידיאו פרודוסער פאר קאמפעניס. (נאכנישט געליינט, נאר אזוי פארשטאנען אויבן אויף.)

די חודש האט ער אנגעהויבן א נייע סעריע איבער די גאנצע נושא פין ביזנעס מארקעטינג, ווי אסאך גרויסע אין פראמינענטע מארקעטינג פיגורן שרייבן ארטיקלען. צום ביישפיל, ר' איתמר גינזבורג, שלמה זלמן הורוויץ, דוד קויפמאן, מארק (מרדכי) ווייס, און נאך אסאך וואס איך קען נישט.
ווי אויך א ליסטע פון די בעסט סעללינג מארקעטינג און אנטרעפענאור (entrepreneur) בוק"ס וואס ס'איז דא צובאקומען.

פארשטייט זיך אז ס'איז דא צוויי ביז-טענק pitches, ווי אויך די עקספערט"ס ספי"ק סעקשאן, ווי מרדכי וויינבערגער ענטפערט אויף א שאלה וואס איז אריינגעשיקט געווען, ווי אויך ארטיקלען פין אנדערע עקספערטן.

ס'קוקט אויס זייער אינטערעסאנט, לאמיר האפן אז מיר וועלן הנאה האבן.
אויב האסטו גארנישט צו פארלירן, קענסטו נאר געווינען!


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט