סעריע "חצי שיעור" - הרב שאול קליין אויף קול מבשר

די אחראים: אחראי, געלעגער

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2376
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 4:15 pm

אגרי יעדע ווארט

מיללער האט געשריבן:צוקער-זיס איז אן אונטער-סטעיטמענט, און עס איז פלעין 'שאול קליין' מיט זיין פולע טראגע פון הומאר, דראמא, סורפרייז, נאלעדזדש, פלעיוואר, דעליווערי, וכו'
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1428
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 4:18 pm

איך האב נישט געהערט אלע שיעורים , אבער דאס ביסל וואס יא איז ממש בלי מילים , אזויפיל אינטעלעגענץ אריינגעפאקט אין א קורצע 20 מינוט- 1/2 שעה,

ייש"כ ר' שאול מיר זענען זיך מחיה!
זוכט איר דוי?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25349
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 16, 2017 6:04 pm

במקום שאין אנשים אשתדל להיות איש, ארויפצוברענגען די לעצטע צוויי חצאי שיעור פון ר' שאול'ן זז"ג

גאר א שיינעם שמועס חול המועד מיט א זיסע ענדע וואס דערציילט גאר אסאך איבער די היסטאריע פון די ערשטע יארן נאכן קריג און וויאזוי מ'האט אנגעהויבן אויפשטעלן א נייעם דור, צוועלף אינגלעך אין א חדר, און איך דערצייל נישט וואס זייער הויפט אינטערעסע איז געווען און וואס פון זיי איז אויסגעוואקסן, ווייל דאס מוז מען הערן פון ר' שאול אליינס מיט זיין אריגינעלקייט און מתיקות!


וואף, נעכטן האט מיך ר' שאול דערשראקן מיט זיין לעקציע איבער נארט קאריע און א נוקלאעראר וואפן מלחמה, פערציג מינוט פון פאראנאיע, אקעי אריינגעווארפן א גוט ווארט ווי ער האט צוגעפיקסט יענעם אנטיסעמיט מיט 35 יאר צוריק!

וואס זאל איך מסיים זיין? ר' שאול איז אן אנטיק! דאס מאכט מען נישט נאך איינע, צו לאנגע געזונטע יארן.

איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

תגובהדורך איש החסד » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 1:43 pm

היות איך האב זיך דערוואוסט אז דער לעגענדארער הרב שאול קליין באזוכט דא מזמן לזמן און ליינט דיזע אשכול דעריבער בין איך מודיע דעם ברייטן ציבור איבער די געוואלדיגע תועלת פון שרייבן דא אייערע הערות און קאמענטארן אויף ר' שאול'ס שיעורים.
דאס וועט אים זיכער געבן א שטיפ ממשיך צו זיין מיט זיינע אויסערגעווענליכע אינפארמאטיווע שיעורים כחד מהפראפעסארן.

מורי ורבותי, שעמט אייך נישט, קומט'ס אריין, לאזט אייך הערן...

איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

תגובהדורך איש החסד » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 2:06 pm

(קריינא דאיגרתא להוי פריוונקא)

א חידוש..

א חידוש אפילו אין עולם החידושים..

א חידוש אין פונקטליכקייט..

א חידוש און ארויסהאבן א זאך..

א חידוש אין מסביר זיין א זאך..

א חידוש אין ברייטקייט..

א חידוש אין ידיעות אין יעדע נושא..

און ס'איז א חידוש אז דער עולם כאפט ניטאמאל וואספארא אנטיק מיר פארמאגן דא אזוי צווישן אונז, די דאזיגע אשכול וואלט נאכאנאנד געדארפט געאפטעד ווערן מיט פרישע תגובות אויף די שיעורים פון דעם אלעמען באקאנטן שריפטשטעלער און אנאליז געבער ר' "שאול קליין"!

(לאפרושי מאיסורא, דאס איז נישט קיין אדווערטייזמענט. און איך ביניש שאולס ברודערקע אדער שוואגערס קאזין.. איך האב שאול'ן אין מיין לעבן נאכנישט געזעהן!!)

יעדע וואך זונטאג (אבער פונקטליך אויפן טאג..) איז דא א פרישע שמועס אויף קולמע פון ר' שאול אויף נומער 3 דערנאך 9 - 1 פון מעין מעניוא

צום אלעם ערשט וויל איך פערזענליך בעטן קולמעוואסער (זאל עס זיין ר' זלמן, אדער דער אנדערער דארט נא ווי אזוי הייסט ער??!!) אויב מ'קען אים איבערלייגן אויף אן עקסטערן קנעפל.. מהיכן דנתנו אז ער דארף זיין צוזאמען מיט יעדן? אזא פערזענדליכקייט קומט זיך איבערהויפט אן אייגענע קווארטיר נאכדערצו ווען די אלע אנדערע דעות זאגע'ס קומען נישט צי לקרסיליו...

מילא די אנדערע שריפטשטעלער און אנאליז טרייבער ווי ר' שמעון ראליצקי(/ראלניצקי/ראלינצקי) אדער דער נייער ר' גדליה מעהרינג און יואל פעלזן ור' יונה הכהן כהן הערט מען נישט פון זיי יעדן איינציגסטן וואך! לאפיקו ר' שאול וואס קומט ארויף מיט א פרישקייט יעדן זונטאג..

ר' שאול האט אסאך מעלות וואס איז וויכטיג פאר א פאבליק שמועס-געבער ווי למשל:
1) ער האט גוט און קלאר ארויס א נושא
2) ער נעמט נישט קיין צד (און 'נישט' אזויווי "אלע" אנאליז שטעלער וואס נעמען נישט קיין צד, ער נעמט 'טאקע' נישט קיין צד)
3) ער טרעפט אלעמאל גוטע און ברענעדיגע נושאים וואס דורכצוטון
4) ער איז פונקטליך און צייטליך יעדן וואך..
5) צולייגט זייער גוט און מסודר די טעמע. (ווי האט דער ליטפישער גדול געזאגט "אז עס פעלט אין הסברה, פעלט אין הבנה".. ומכלל הן..)
7) געט א שלל אינפארמאציע אין פילע קעגנזייטיגע נושאים שאינם תלוים זו בזו
8) רובה דרובה איז דאס נושאים צו וועלכע ''יעדער'' פון אונז קען רילעטן און נאשן דערפון וואס איז אים פרעזענליך נוגע

וואס נאך??!! הערט אליין און קומט ארויף אהער צוצולייגן די מעלות וואס איך האב נישט אויסגערעכנט!!

צום סיום: א ריזיגן יישר כח ר' שאול פארן מיר באקאנט מאכן מיט אזויפיל זאכן וואס זענען מיר שווער געווען! אין שמחה כהתרת הספקות!

אוועטאר
טשעירמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

תגובהדורך טשעירמאן » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 2:37 pm

אזוי ווי דו בעטסט שיין.. און כהאב הנאה פון ר' שאול'ס שיעורים וועל איך פורבירען צו קאמענטען..

איך בין כמעט געווען זיכער אז ער וועט אויסלויפען פון טעמעס אדער עכ''פ איבערחזר'ן און איבערדעציילען מעשיות, סיי צוליב ער שרייבט שוין יארען א טאגבוך (לויטען טאגבוך דארף ער שוין זיין איבער די הונדערט.. אברהם בא בימים.. מיט פילע טעג..) און אנדערש ווי אנדערע רעדנערס איז ער מער געבעסט אויף זיינע ערפארונגען און מחשבות, נו? וויפיל עקספיריענס און חומר למחשבה קען איין מענטש האבען? אבער למעשה מיט סהאלט שוין קניינע הארע ביי זעכצען שיעורים ולא נס ליחו וואס זאל איך זאגען? איך בלייב ספיעטשלעס און בפרט ביי אזעלכע נקידות ווי ''כהאב אריינגעטראכט ביי הושענה תולה על בלימה'' יא סאיז נאך דא א איד וואס האט אינזין וואס מזאגט ביים דאווענען..

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1394
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג אוקטובער 17, 2017 4:07 pm

אלבערט איינשטיין האט אמאל געזאגט אין אן אינטערוויו: "Imagination is more important than knowledge" (דמיון איז מער חשוב ווי וויסענשאפט).

איך מיין אז דער דאזיגער סטעיטמענט שפיגלט אפ דעם מהות און מהלך המחשבה פונעם ידען נפלא, ספרא רבא, ופה מפיק מרגליות רבי שאול קליין. רבי שאול'ס אראטישע שפראך, טיפע פארשטאנד, און גאלדענע פעדער איז בלויז א טפל צו זיין אויסטערלישער כח הדמיון. ("חצי שיעור", "חצי נייעס"; סיי די עצם נאמען און סיי די מערערע פירושים אויפן נאמען, טיפיקל ר' שאול...) זיין געוואלדיגע טאלאנט אין מקשר זיין נימא בנימא און מדמה זיין מילתא למילתא, נעמען ווילד פרעמדע נושאים און זיי קאמבענירן אזש דער אודיענץ שפירט אז זי שפרינגט פונעם בענקל. ביי אים איז די גאנצע וועלט - פון נארט קארעא ביז באליוויע - איין גרויסע מרקחת. אן אויפשאקלנדע אקינות רייזע אויף א ספינה צווישן אפריקאנע תנינים גדולים איז א משל אויף חינוך מיוחד, די ביטערע שואה איז א נמשל פון זיין עקספיריענס אין די געקניפטע גאווערנמענט ביוראען, וכו' וכו', א יעדע וואך מיט אירע אייגנארטיגע חידושים.

ועל כולם, אין צוגאב צו זיינע וועלטליכע ידיעות און ברייטע פארשטאנד, איז ער א חסידישער איד מיט ערליכע השקפות. (זיין פאטער רבי אייזיק ע"ה, מחסידי ק"ק סאטמאר ב"פ, איז געוועהן א שטארקע קנאי.) א פאר יאר צוריק אין א טאג-בוך ארטיקל איבערן שואה האט ער געשריבן אז פילע מאל ווען מען ליינט האלאקאוסט ביכער פון די אלגעמיינע סעקולערע שרייבער קאן זיך אנקלעבן א קאלטע בליק אויפן חורבן, דערפאר מאכט ער זיכער אז יעדעס מאל נאכן לעזן זייערע יצירות וועט ער דערנאך לערנען איין פון די היימישע ספרים איבער די נושא.

בלייבט מיר נאר צו וואונטשן פאר רבי שאול, כה לחי וחזק ואמץ! השי"ת זאל אים שענקן די כוחות להגדיל תורה ולהאדירה ביי זיינע חינוך-מיוחד פראגראמען, און ער זאל אונז ווייטער מהנה זיין שריפטליך און מונדליך, עדי נזכה לשמוע דעם ריכטיגן "קול מבשר" בקרוב ממש, בב"א.

אוועטאר
טשעירמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 279
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

תגובהדורך טשעירמאן » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 11:46 am

פיל קענען די וויצעלדיגע מעשה: ווי איינער ביי א שמחה האט זיך אויפגעשטעלט און אנגעהויבען זיין דרשה '' רבותי די מחותן האט מיר געבעטן צו רעדן אפאר ווערטער.. כהאב מיר באמת נישט צוגעגרייט..'' און זיין לינקע האנט קריכט אריין שטאטערהייט אין זיין רעכטע בוזעם טאש אין שלעפט ארויס א בינטעל פאפירען און פאנגט אן צו נאכזאגען...

ביי ר' שאול איז די חכמה נישט נאר וואס ער שטייט אוועק פון שקר, נאר ער דערציילט דעם ריינעם אמת, און שמועסט אויס דייקא נושאים וואס איז אקטועל, אנדערש ווי מאנכע וואס האלטען זיך צו ''שקר טאר מען נישט אבער די אמת מוז מען נישט זאגען'' איין ביישפיל איז די אנקעדאט וואס כהאב אנגעפאנגען, ביי איינע פון די שיעורים האט ר' שאול דערציילט אז ביי אים איז איעדע זאך -זאל עס זיין אן ארטיקעל אדער א שיעור- קוקט ער זיך פאר און ער מאכט הומווארק בעפאר, און וואס איך בין נתפעל געווארן איז, פון זיין אפענקייט ווי ער האט צוגעלייגט, אז ער האט שוין איינמאל פורבירט צו שרייבען אומצוגעגרייט, און ער איז נישט געווען צופרידען.. איך וואלט נישט דערציילט מיינע פלאפס.

און זיינע צוהערער קענען מעיד זיין אז סאיז נישט קיין זעלטענע פאל ביי אים, כהאב נאר געברענגט איינע פון די פעלער.

בדרך אגב וויל איך צולייגען, אז זיך צוגרייטען איז א געוואלדיגע זאך, קודם ווי ר' אהרן פריעדמאן זאגט אז ביי אים איז בכלל נישט קיין גדולה צו רעדן אומצגעגרייט, אויב עפעס אדרבה סאיז א זילזול אינעם ציבור, כהאב אמאל געזאגט פאר מיין חבר איז כהאלט אז בעפאר א שבת סעודה מוז מען זיך פארקוקען, האט ער געטענה'ט אז ער האט אלעמאל א מעשה אין א תורה צו דערציילען, אפי' ער קוקט זיך נישט פאר, האב איך אים געזאגט אז זייער פיין, דו ביזט זייער טלאנטפול, אבער כבין זיכער אז ווען דו קוקסט זיך ווען פאר, דאן וואלסטו געהאט א בעסערע טייטש נאכצוזאגען.

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1343
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 12:13 pm

איין מעלה איז....
און ווידער א מעלה איז...
אקעי, אמת ויציב א יעדעס ווארט אין דעם אשכול
כ'וויל נאר צולייגן נאך א מעלה אויף ר'' שאול זז"ג, וואס כ'מיין אז מיט דעם איז ער כמעט א יחיד במינו!
דהיינו
ער איז א היינטיגער ידען, א וועלטס קענער און ווייסער, א מוח נפלא עד להפליא,
ועל כל זאת אזא פארצייטישער יוד... א זאפטיגער אלטער [עה, ער איז נישט אזוי אלט....] סאקמערער סענדז סטריט חסיד....
דאכציך אזא קאמבינאציע, זעהט מען נישט כהיום!
חזק ואמץ, כ'לייען אילע וואך אייערע ארטיקלען און כ'הער אויס אלע אייערע שיעורים!

אוועטאר
גארגארפיק
שר האלף
תגובות: 1322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 11:48 am
לאקאציע: עה.. איין מינוט... וואס האסטע געפרעגט? אה די ווילסט דווקא וויסן? עה... מאכסט זיכער א ווערטל נו שוין
פארבינד זיך:

תגובהדורך גארגארפיק » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 11:01 am

אויב דרייט ער זיך דא איז ער מכובד אנצונעמען מיין דאנק


שכח ר' שואל דער אייבערשטער זאל אייך געבן געזונט פרנסה און נחת און די כוחות אנצוהאלטן דעם וואונדערבארן שיעור און מהנה זיין כלל ישראל מיט אייער זיסע שפראך און אויסדריק מליצות און וועטלעך און בעיקר די נאלעדזש
כה לחי

א שטענדיגע צוהערער

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 7:58 pm

אין די וואך חצי שיעור ווערט געקוואט א שטיקעל ״זאלצוואסער״

מי הוא זה
שר מאה
תגובות: 222
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 7:52 pm

תגובהדורך מי הוא זה » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 8:47 pm

פיצי קעפעלע האט געשריבן:אין די וואך חצי שיעור ווערט געקוואט א שטיקעל ״זאלצוואסער״


viewtopic.php?p=702227#p702227

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1817
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מאנטאג אוקטובער 23, 2017 10:20 pm

הלוואי איינער לאדענט אראפ זיינע שיעורים צו דאנלוידן דא

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25349
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 12:36 am

א בילד לכבוד די 'חצי שיעור' פון פרשת לך - שמואל רעשעווסקי ע"ה אלס אכט יעריג אינגל געווינט צוואנציג מייסטער שאך שפילער אין פאריז
צוגעלייגטע
samr620.jpg
samr620.jpg (194 KiB) געזעהן 2059 מאל

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 1:00 am

Wow יישר כוח הרב מיללער עס גיבט א שלימות צום שיעור!

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 7:24 am

אי-רעלעווענט האט געשריבן:Wow יישר כוח הרב מיללער עס גיבט א שלימות צום שיעור!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25349
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 12:14 pm

אי-רעלעווענט האט געשריבן:Wow יישר כוח הרב מיללער עס גיבט א שלימות צום שיעור!

און וואס האט עס א שייכות צו 'מורשת חכמי אמעריקא' (אויסער דעם וואס ער איז געווען א 'חכם' אבער דער מורשת רעדט דאך פון חכמת התורה) ווייל דער שמואל חיים רעשעווסקי (וואס ליגט אגב אין מאנסי און ער האט דארט ערליכע קינדער/אייניקלעך) איז געווען אייניקל פון הגאון רבי שמואל חיים רעשעווסקי מאזארקאוו מח"ס חקי דעת שנדפס בעיר מילוואקי בשנת תרצ"ג און דארט ווערט דער דערמאנטער אייניקל דערמאנט אלס דער "עילוי המפורסם שמואל חיים רעשעווסקי"
Untitled.png
Untitled.png (79.67 KiB) געזעהן 1934 מאל

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1560
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 12:51 pm

און דא האט איר א שפיל פון דעם אידישן אנטיסעמיט 'באבי פישער' (לינקס) מיט 'שמואל רעשעווסקי' (רעכטס).

bobby-fischer-1957-020-full.jpg
bobby-fischer-1957-020-full.jpg (41.12 KiB) געזעהן 1901 מאל


נאך א בילד

bobby-fischer-1957-005.jpg
bobby-fischer-1957-005.jpg (16.59 KiB) געזעהן 1901 מאל


גאר פארטיפט

1.jpg
1.jpg (22.41 KiB) געזעהן 1901 מאל


וואס חב"ד האט צו זאגן איבער די מעשה.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5178
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 1:10 pm

העכסט אינטערסאנט, רב מיללער.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

פראהביטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 5:12 pm

fiena nieas האט געשריבן:הלוואי איינער לאדענט אראפ זיינע שיעורים צו דאנלוידן דא

גא"מ

גרויסע-גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

תגובהדורך גרויסע-גדולה » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 12:06 am

פראהביטש האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:הלוואי איינער לאדענט אראפ זיינע שיעורים צו דאנלוידן דא

גא"מ

ביטע. פליז. פיזשאליסטא.
קען איינער לייגן ר' שאול'ס (חציי) שיעורים?

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 12:44 am

fiena nieas האט געשריבן:הלוואי איינער לאדענט אראפ זיינע שיעורים צו דאנלוידן דא

הלואי שרייבט עס איינער איבער ווארט ביי ווארט.
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

סטראפקאוו
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 13, 2017 3:04 pm

תגובהדורך סטראפקאוו » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 10:37 am

יאיר גאלד האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:הלוואי איינער לאדענט אראפ זיינע שיעורים צו דאנלוידן דא

הלואי שרייבט עס איינער איבער ווארט ביי ווארט.

יעדער קען עס הערן אויף קול מבשר ! ס'קאסט נישט קיין געלט אין משומר בלאקט עס נישט .....

Surface
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 10:29 pm

תגובהדורך Surface » מיטוואך אוקטובער 25, 2017 11:57 am

יאיר גאלד האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:הלוואי איינער לאדענט אראפ זיינע שיעורים צו דאנלוידן דא

הלואי שרייבט עס איינער איבער ווארט ביי ווארט.

הלואי איינער ליינט מיר עס פאר.
הלואי איינער פיטערט מיר עס אריין גראד אין מח.
הלואי איינער איז מיר עס מסביר.

כ'מיין קיינעם נישט פערזעהנליך, באט קאם אן!
ס'גאנצע חן ליגט אין די קאמבינאציע פון די תוכן + ר' שאול'ס רעדן.

אויב נישט הערן פערזעהנליך קען מען דאך ליינען וויקי פאר די ידיעות אדער זיין טאג-בוך.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1862
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג אוקטובער 29, 2017 9:39 pm

האט ר' שאול היינט געגעבן זיין אימעיל אדרעס אויפ'ן שיעור.

אבער ביי מיר ארבייט עס נישט.

וואס איז נישט גוט?

Sklein44@aol.com


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט