סעריע "חצי שיעור" - הרב שאול קליין אויף קול מבשר

די אחראים: אחראי, געלעגער

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1333
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:12 pm

מיללער האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:ר' שאול איז די וואך פושט צורה ולובש צורה הפלא ופלא. ס'הייבט זיך מיט'ן דא לדא נקשן פארהער ביי רביה"ק מסאטמאר זי"ע אין סוגיא פון ישנה לשחיטה מתחילה ועד סוף פסחים ס"ג, מיט'ן מהרש"א ומהרש"ל צי 'רבא' אדער 'רבה', וואס ער ענטפערט כזקן וכרגיל אינאיינעם מיט'ן סוגיא אין זבחים, און ענדיגט זיך מיט'ן בעיסבאל שפיל מיט'ן שווארצן יונגאטש אויף לעיאפאלט סטריט און דעם שבת געשלעג מיט אים, און באזוך אין שטייער אמט ביורא.

צ"ל פאנטשבאל"ל

(ווער עס געדענקט פון טרופ עוו. הויף די גוים שפילן פאנטשבאל"ל צום וואנט, מסתם נאך היינט אויך.

ר' שאול'ס [חצי] שיעור גייט אריין אין די קאטעגאריע פון כל זמן שמזקינים דעתן מתיישבת! (אפי' ווען ער זאגט "וואס זאגסטו ר' יצחק שלמה" האט עס שוין ביי מיר א נייעם טעם, עפעס א טעם פון צפיחית בדבש וואס מ'קען נישט מסביר זיין, אבער איך טרעף מיך מיט אן אויסגעצויגענעם שמייכל, עטליכע מאל דורכאויס זיינע משועסן, און איך הער עס אויס בנשימה אית, נישט פארפאסנדיג קיין אטעם).

הרב לנו, איר האט אויסגעלאזט די [חצי] נייעס חלק, פון קאספערסקי מיט ר' שאול'ס אויג אין קאפ זעענדיג יארן צוריק אז די רוסקי'ס קען מען נישט געטרויען, א שטיק צוקער.....

ווען ער דערציילט מיט לעבעדיגע פארבן די פארהער ביי רביה"ק מסאטמאר זצ"ל האט ער מיך ממש אדורכגענומען, ער דארף ווען געבן אפאר שמועסן נאר פון זיינע 'סאטמארער' זכרונות (עטליכע ווייסן מיר שוין, די פארהער אלס זעקס יעריגער אינגל אין קראון הייטס, די יעצטיגע פארהער אלס זעכצן יעריגער בחור, ביים מלמד דער יארמאטער רב, אין אלטן ביהמ"ד) פאר אונז אינגעלייט סאטמארער חסידים וואלט דאס געווען אן אומשאצבארער אוצר.

יהי כן לשבוע ולשנה הבעל"ט מתוך חיי נחת ושמחה

די קאספערסקי נבואה איז אויך עפעס אויסערגעווענליך, כאטש ס'איז היבש איינזייטיג בנוגע אמעריקאנער פאליטיק.
אגב, ר' שאול רעדט כסדר פון די זויפיל אימיעלס קאמענטארן וואס ער באקומט, ווייסט עמיצער זיין אדרעססע?

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 3:22 pm

לא לנו האט געשריבן:אגב, ר' שאול רעדט כסדר פון די זויפיל אימיעלס קאמענטארן וואס ער באקומט, ווייסט עמיצער זיין אדרעססע?

איך זאג נישט וואס איך ווייס נאר וואס איך טראכט, אז ווען איר שיקט צו קול מבשר רעדאקציע, קומט עס אן צו אים.
212@4441100.com
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1333
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 5:27 pm

1.png
1.png (164.92 KiB) געזעהן 2472 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 6:54 pm

קען מען ערגעץ דאונלאודן די שיעורים פון ר' שאול?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 6:57 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:אגב, ר' שאול רעדט כסדר פון די זויפיל אימיעלס קאמענטארן וואס ער באקומט, ווייסט עמיצער זיין אדרעססע?

איך זאג נישט וואס איך ווייס נאר וואס איך טראכט, אז ווען איר שיקט צו קול מבשר רעדאקציע, קומט עס אן צו אים.
212@4441100.com

Sklein44@aol.com

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 7:32 pm

מיללער האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:אגב, ר' שאול רעדט כסדר פון די זויפיל אימיעלס קאמענטארן וואס ער באקומט, ווייסט עמיצער זיין אדרעססע?

איך זאג נישט וואס איך ווייס נאר וואס איך טראכט, אז ווען איר שיקט צו קול מבשר רעדאקציע, קומט עס אן צו אים.
212@4441100.com

Sklein44@aol.com



שכח

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1333
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 11:26 pm

הצדיק האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:
לא לנו האט געשריבן:אגב, ר' שאול רעדט כסדר פון די זויפיל אימיעלס קאמענטארן וואס ער באקומט, ווייסט עמיצער זיין אדרעססע?

איך זאג נישט וואס איך ווייס נאר וואס איך טראכט, אז ווען איר שיקט צו קול מבשר רעדאקציע, קומט עס אן צו אים.
212@4441100.com

Sklein44@aol.com



שכח

גא"מ

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1559
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 10:53 am

מיללער האט געשריבן:ווען ער דערציילט מיט לעבעדיגע פארבן די פארהער ביי רביה"ק מסאטמאר זצ"ל האט ער מיך ממש אדורכגענומען, ער דארף ווען געבן אפאר שמועסן נאר פון זיינע 'סאטמארער' זכרונות (עטליכע ווייסן מיר שוין, די פארהער אלס זעקס יעריגער אינגל אין קראון הייטס, די יעצטיגע פארהער אלס זעכצן יעריגער בחור, ביים מלמד דער יארמאטער רב, אין אלטן ביהמ"ד) פאר אונז אינגעלייט סאטמארער חסידים וואלט דאס געווען אן אומשאצבארער אוצר.



דאס וואס ער האט געהאט באשריבן אין 'די צייטונג' עטליכע יאר צוריק? דאס איז געווען אראפגעלייגט עד להפליא.

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 856
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דינסטאג סעפטעמבער 19, 2017 11:02 am

איז דא ערגעץ ווי מ'קען עס הערן אנליין?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג סעפטעמבער 24, 2017 10:38 pm

ר' שאול'ס געפילישע פרעזענטאציע פון 'דאס פארפאלק ביים דעברעצינער רב'ס קבר' האט דער עולם היינט געהערט? איי האט דאס א חן.

און נאכדעם זיין 'ביזנעס' אין סאוט אפריקא ביים זעהן די תנינים הגדולים, ביז רוסישער אפיצירס געניטע באשלוס יענעם חוהמ"ס ווען ר' שאול נעמט זיין פאמיליע אין בראנקס זו....

צוקער-זיס איז אן אונטער-סטעיטמענט, און עס איז פלעין 'שאול קליין' מיט זיין פולע טראגע פון הומאר, דראמא, סורפרייז, נאלעדזדש, פלעיוואר, דעליווערי, וכו'

חציה לכם!

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 2:12 pm

נעכטן געהערט די חצי שיעור, די ווייטסטע וואס די ווארט 'מתוק' גייט, וואלט איך געשטעלט די שיעור, לענ"ד איז דאס די סאמע שענסטע שיעור ארום גאנץ קול מבשר! (קוקענדיג אין דעי אשכול קוקט אויס ווי ווייניג הערן אויס לויט די תגובות און דיסקאסיעס, ס'מוז זיין ס'איז דא ווייניג קלוגע מענטשען אויף די וועלט, איא הרב מיללער?? פארפאלן צו גוטע וויין ברויך מען פארשטיין.....

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 2:19 pm

טעם וריח האט געשריבן:נעכטן געהערט די חצי שיעור, די ווייטסטע וואס די ווארט 'מתוק' גייט, וואלט איך געשטעלט די שיעור, לענ"ד איז דאס די סאמע שענסטע שיעור ארום גאנץ קול מבשר! (קוקענדיג אין דעי אשכול קוקט אויס ווי ווייניג הערן אויס לויט די תגובות און דיסקאסיעס, ס'מוז זיין ס'איז דא ווייניג קלוגע מענטשען אויף די וועלט, איא הרב מיללער?? פארפאלן צו גוטע וויין ברויך מען פארשטיין.....

ביי מיר איז דאס אויך #1 אויף קול מבשר איעדן זונטאג, שפעטסטנס מאנטאג.
פארוואס מיינסטו אבער אז מען הערט עס נישט אויס, ווייל דער אשכול איז נישט אקטיוו? און דער איד ליינט אויך נישט קיינער וויל מען דיסקאסירט עס נישט אויף אייוועלט? וואס איז שייך צו זאגן? יעדע וואך געשמאקע, טשיקאווע, באלערנדע אינהאלט.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
א. טראכטער
שר האלף
תגובות: 1294
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm

תגובהדורך א. טראכטער » מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 2:33 pm

מיללער האט געשריבן:ר' שאול'ס געפילישע פרעזענטאציע פון 'דאס פארפאלק ביים דעברעצינער רב'ס קבר' האט דער עולם היינט געהערט? איי האט דאס א חן.

און נאכדעם זיין 'ביזנעס' אין סאוט אפריקא ביים זעהן די תנינים הגדולים, ביז רוסישער אפיצירס געניטע באשלוס יענעם חוהמ"ס ווען ר' שאול נעמט זיין פאמיליע אין בראנקס זו....

צוקער-זיס איז אן אונטער-סטעיטמענט, און עס איז פלעין 'שאול קליין' מיט זיין פולע טראגע פון הומאר, דראמא, סורפרייז, נאלעדזדש, פלעיוואר, דעליווערי, וכו'

חציה לכם!

אוועטאר
אי-רעלעווענט
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 08, 2016 8:53 pm
לאקאציע: אין בונקער

תגובהדורך אי-רעלעווענט » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 4:12 am

מיר באלעקן זיך מיט רבי שאול׳ס פערל ווערטער יעדע וואך. יעדע שמועס איז א מסכת פאר זיך.

איך באדויער פארוואס ער איז האט נישט ממשיך געווען מיט די נחמתא, כאָטש וואס די איצטיגע שיעורים זענען נישט ווייניגער אינטרעסאנט.

אגב די עמאציענעלע געשיכטע פון זיין שווער דעברעצינע רב זצ״ל מיטן פארפאלק האט מיך באצוויגען צו לאזן אפאר טרערן, מיטהאלטענדיג פון די נאנט אזא פיינפולע געשיכטע וואס די רב האט פארמיטן מיט חכמת שלמה (א מאמע איז גרייט מוותר צו זיין אויפן קינד ווי איידער חלילה סזאל צושניטן ווערן... אין דעי פאל זיין א מעביר על מידותיו).

די שיעורים זענען א תענוג גשמי ורוחני ותיתי ליה לרבי שאול המזכה את הרבים, וכל המזכה את הרבים אין חטא בא לידו.

אידישע וועלט וואוטש איהם א גמר חתימה טובה ואריכת ימים ושנים טובים להגדיל תורה ולהאדירה.

אוועטאר
טשעירמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 277
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

תגובהדורך טשעירמאן » דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 11:22 am

טעם וריח האט געשריבן: (קוקענדיג אין דעי אשכול קוקט אויס ווי ווייניג הערן אויס לויט די תגובות און דיסקאסיעס, ס'מוז זיין ס'איז דא ווייניג קלוגע מענטשען אויף די וועלט, איא הרב מיללער?? פארפאלן צו גוטע וויין ברויך מען פארשטיין.....

בעצם אפי' אין די היינטיגע אינסטענט וועלט נעמט נאכאלץ צייט ביז א זאך ווערט פאפולער און איינגעגעסן ביים עולם און נאכדערצו ווען סאיז דא אזויפיל שיעורים און רעדנערס אויף קנעפיל ניין אליינס, סא סקוקט מיר נישט אויס אז דאס איז די מאקסעמום פאפולעטעיט וואס זיינע שיעורים קענען אנציען

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 6:11 pm

זאל איך נאכאמאל שרייבן אז ר' שאול'ס שיעור איז אויסטערליש? איך וועל דאך אויסזעהן ווי א צובראכענע טייפרעקארדירער

איך זאג אייך איין זאך, שמעו ותחי נפשכם, הערט ווי ר' שאול רעדט איבער די מלחמה, הערט וואס ער האט מקבל געווען פון א פוילישער איד אן איש מורם מעם און וויאזוי ער לערנט עס אפ מיט זיין פערספעקטיוו און איז מסביר א קאפיטל אין נ"ך, און א רמב"ם אין הל' תשובה

וויינט מיט מיט ר' שאול ווען ער ברענגט דראמאטישע ציטאטן פון א באשרייבונג פון א ערליכע איבערלעבערין, און אל תשכח פון די נאצישע אכזריות ווען ר' שאול ברענגט ארויס זייער בארבאריזם, הארכט אויס ווי ר' שאול לערנט אפ דעם ווייצענער רב'ס מלחמה'דיגע שאלות און פארלאזט א טרער על שבר בת עמי ווען דער מייסטער ידען און היסטאריקער שטיקט זיך איבערצוגעבן די שוידערליכע פאקטן.

איי ר' שאול, אויף ענגליש וואלט איך געשריבן: וו"י קענ"ט גע"ט אינא"פ או"ו י"ו

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מאנטאג אוקטובער 02, 2017 6:48 pm

מיללער האט געשריבן:זאל איך נאכאמאל שרייבן אז ר' שאול'ס שיעור איז אויסטערליש? איך וועל דאך אויסזעהן ווי א צובראכענע טייפרעקארדירער

איך זאג אייך איין זאך, שמעו ותחי נפשכם, הערט ווי ר' שאול רעדט איבער די מלחמה, הערט וואס ער האט מקבל געווען פון א פוילישער איד אן איש מורם מעם און וויאזוי ער לערנט עס אפ מיט זיין פערספעקטיוו און איז מסביר א קאפיטל אין נ"ך, און א רמב"ם אין הל' תשובה

וויינט מיט מיט ר' שאול ווען ער ברענגט דראמאטישע ציטאטן פון א באשרייבונג פון א ערליכע איבערלעבערין, און אל תשכח פון די נאצישע אכזריות ווען ר' שאול ברענגט ארויס זייער בארבאריזם, הארכט אויס ווי ר' שאול לערנט אפ דעם ווייצענער רב'ס מלחמה'דיגע שאלות און פארלאזט א טרער על שבר בת עמי ווען דער מייסטער ידען און היסטאריקער שטיקט זיך איבערצוגעבן די שוידערליכע פאקטן.

איי ר' שאול, אויף ענגליש וואלט איך געשריבן: וו"י קענ"ט גע"ט אינא"פ או"ו י"ו

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1333
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 12:05 pm

[10]זקניך_ויאמרו_לך_סוכות.pdf
(165.31 KiB) דאונלאודעד 137 מאל

איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

תגובהדורך איש החסד » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 3:18 pm

אויב האב איך נאך ביז איצט געקענט איינהאלטן מיין באגייסטערונג פון ר' שאול'ן, איז שוין אצינד געקומען די צייט, די התפעלות און דאנגבארע געפילן ערלויבן מיר נישט צו שטיל בלייבן, ס'איז העכסט צייט דאס אויסצורופן בשער בת רבים...

רבותי, איך גאראנטיר אייך, אויב גלייכט איר נאלעדש אין סיי וואספארא נושא, ביהדות, בהשקפה, בהיסטאריע, במילה דעלמא, אט הערט ר' שאול'ן אויף זיין חצי שיעור פראגראם והם מתוקים לחייך דבש מצור, אין כדוגמתו, א כלבו אויפן העכסטן און אינטערסאנטסטן פארנעם...

עס איז וויכטיג מיר זאלן דאס נישט אינטערשאצן, זאלן די אנדערע קול מבשר רעדנער'ס געוואויר ווערן אז דער עולם באשטייט נישט בלויז פון קעלבער, פארהאנען קלוגע און פארשטענדליכע אויך, וועלכע זוכן יא עפעס אינהאלטסרייך...

ר' שאול איז א יחיד במינו פון יעדן אספעקט, זקן זה שקנה חכמה, קלוג און אינטעלעגענט, א געוואלדיגע שפראך און אויסטערלישע קענטעניס!

ר' שאול כה לחי

איש החסד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 422
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 11:37 pm
לאקאציע: בבית ה'

תגובהדורך איש החסד » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 3:20 pm

נ. ב.

וואלט ר' שאול געבעטן באצאלט פאר זיינע שעורים, וואלט איך גערן באצאלט דערפאר. עס איז ווערטפול אנע צווייפל!

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 3:21 pm

געזאגט פאר א ידיד, עס לוינט צו ספענדן א גאנצע חוה"מ טאג בלויז צו הערן אלע שיעורים! קיין בעסערע חוה"מ האלטן איז נישט פארהאן!

Surface
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 14, 2013 10:29 pm

תגובהדורך Surface » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 3:30 pm

מיללער האט געשריבן:ר' שאול'ס געפילישע פרעזענטאציע פון 'דאס פארפאלק ביים דעברעצינער רב'ס קבר' האט דער עולם היינט געהערט? איי האט דאס א חן.

און נאכדעם זיין 'ביזנעס' אין סאוט אפריקא ביים זעהן די תנינים הגדולים, ביז רוסישער אפיצירס געניטע באשלוס יענעם חוהמ"ס ווען ר' שאול נעמט זיין פאמיליע אין בראנקס זו....

צוקער-זיס איז אן אונטער-סטעיטמענט, און עס איז פלעין 'שאול קליין' מיט זיין פולע טראגע פון הומאר, דראמא, סורפרייז, נאלעדזדש, פלעיוואר, דעליווערי, וכו'

חציה לכם!

געהערט הערשט די וואך דעם שמועס, קענט אגרי מאור! אינטערעסאנט, אינפארמאטיוו און הערט זיך עפעס אויסטערליש געשמאק (ולואי ווען ער קען ווען אויך פארליינען זיין וועכענטליכע טאג-בוך קאלום...)
דער איז עפעס סופער! א מין חידוש פון א קאמבינאציע...

אוועטאר
שעפעריש
שר חמישים
תגובות: 54
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 9:38 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך שעפעריש » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 3:43 pm

יא, סאיז זייער א שעפערישע ווינקל אויף די שעפערישע קול מבשר

חלה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 13, 2014 5:24 pm
לאקאציע: אין דארף

תגובהדורך חלה » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 3:58 pm

מיללער האט געשריבן:קען מען ערגעץ דאונלאודן די שיעורים פון ר' שאול?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25324
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוקטובער 03, 2017 4:01 pm

בדרך אגב, ר' שאול רעדט די וואך וועגן די רשעים הארורים און זייער פילם וואס זיי האבן צוגעגרייט, אויב געדענק איך גוט זענען די בילדער פונעם ווארשעווער געטא א טייל פון יענע פילם
viewtopic.php?p=593339#p593339

viewtopic.php?p=593533#p593533
ימח שמם וזכרם, וינקום ה' לעינינו נקמת דם הקודש ששיפכו ברציחתם האיומה


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: shalsheles, לאקשן קוגל און 10 געסט