צוהערער'ס פארשלאגן פאר קול מבשר

די אחראים: אחראי, געלעגער

Potus
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 10:03 pm

רה''ק דקהל פורים האט געשריבן:
יהודי האט געשריבן:א שטארקע איידיע.
זייטיגע נאטיץ
על דא ועל הא דרוקט נישט... :lol: :lol:


?vu timer האט געשריבן:וואס זאגסטו צו דעם אז קולמע זאל עפענען א זייטל ווי מען זאל קענען ליינען און הערן אלעס????
אלעס מיינט איטערוויס. אנאליזן. נייעס. א.א.וו.
ער קען מאכן אסאך געלט פון אדווערטייזמענט דארט

א סייט צו ליינען פאדערט גאר אסאך ארבעט און מעינטענענס אפצושרייבן יעדע אינטערוויו, שמועס, אנאליז וכו'.
לע"ע ארבעטן זיי אויף א טעלעפאן עפפ, ווי מ'זאל קענען סקראולן די מעניוס און ליינען די ליסטעס פון אינטערוויוס וכדו', אבער די עצם שמועס וועט נאר זיין צו הערן.

ווי האלט די עפפ?
יחי אדונינו מלך טראמפ לשמונה שנה

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2492
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 10:04 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:איך וואלט מציע געווען די בעלי בתים פון קולמע א געוואלדיגע הצעה וואס וועט זיין א טובה פאר מיר און גאנץ כלל ישראל שומעי הקול.

זיי זאלן אוועקרוקן לאטערי ערגעצוואו... לייגן דעם 2 קנעפל אויפן מעין מעניו פאר "פאליטישע אנאליזן", און 3 קענען זיי לאזן פאר וועטער.
(אויב נישט 2 זאל זיין ערגעץ אנדערש, אבער כאטש מיט דעם פאלגענדן סדר).

נאכן אריינקומען דארט אינעם פאליטישן פארצימער וועלן זיין די אפציעס ווי פאלגענד:

פאר יאסי געשטעטנער דרוקט איינס
פאר הערשל פריעדמאן דרוקט צוויי
פאר יונה כהן דרוקט זיבן
פאר יצחק קלאר צוואנציג
על דא ועל הא דרוקט נישט...

יעדער זאל זיך האבן זייער אייגענער באקסל, דארט זאל ביי יעדעם איינעם ליגן זייערע אייגענע דרשות און שיעורים, און יעדער וועט זיך אויסקלויבן זיינע קעסטלעך.

גא"מ
כשמ"ו כן הוא

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 10:01 am

עס איז פאראן פארשידנארטיגע פאליטישע אנאליזן אויפן פעדעראלן פארנעם, אבער ס'פאראן א חלל אין לאקאלע פאליטיק, וועלכע איז פיל מער נוגע פארן ציבור, דערצו אין די היינטיגע היציגע אטמאספערע וואס מען האט געזען אין די יעצטיגע פריימערי וואלן. דאס נעמט אויך אריין די באציאונגען פון די באהערדע כלפי אונזער געמיינדע אין אלע געגנטער.
געשריבן - געמעקט. געשריבן - געמעקט. ---- געשריבן!

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 7:05 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:עס איז פאראן פארשידנארטיגע פאליטישע אנאליזן אויפן פעדעראלן פארנעם, אבער ס'פאראן א חלל אין לאקאלע פאליטיק, וועלכע איז פיל מער נוגע פארן ציבור, דערצו אין די היינטיגע היציגע אטמאספערע וואס מען האט געזען אין די יעצטיגע פריימערי וואלן. דאס נעמט אויך אריין די באציאונגען פון די באהערדע כלפי אונזער געמיינדע אין אלע געגנטער.

ר' יום טוב, עס קוקט מיר אויס ווי איר האט א שטיקל וויסענשאפט אין לאקאלע פאליטיק, איך גלייב אז קול מבשר וועט אייך גערן אננעמען אלס קאמענטירער.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
שמשון הגיבור
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
לאקאציע: אויפן פראנט

תגובהדורך שמשון הגיבור » זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 11:33 am

צום קעפל.

איך וואלט גע׳עצט די ״קול מבשר״ פארוואלטונג זאלן אויפנעמען נאך א אפציעלע רעדנער, עכ״פ פאר נייעס.

כ׳שוין פשוט ר׳ זלמן, כ׳קאן אים נישט, אבער דער רעדט שוין 10 15 יאר נאן סטאפ, אהן א געלעגנהייט אפילו צו ווערן הייזעריג. בייטאג און ביינאכט, ערב׳ס, מאצע׳ס אא״וו.

כ׳שטעל מיר פאר אז כ׳בין נישט דער קארפן קאפ וואס ערפונד יעצט אמעריקא, כ׳שטעל מיר פאר אז זיי/ער זענען שוין לאנג פארנומען צו זיכן איינעם וואס קען זיין און האט די חושים פאר דעם צוועק. פארוואס כ׳זאג עס אבער יעצט איז ווייל כ׳מיין אז כ׳האב אים א קאנדידאט.

אלטס א קול מבשר צוהערער האלט איך אז ר׳ יואל פעלזן וואלט געווען א געוואלדיגע אפציע פארדעם צוועק! ער האט א געוואלטיגע וועג וויזוי ער רעדט, מיט באק-ציינער און אפאטיט!.. קעקעצט קיינמאל, און זיינע וועטער זענען זייער גוט אויסגעשטעלט מיט א סדר.

הגם, ר׳ פנחס גלויבער איז אויך א גאר גוטע רעדנער, ער לייגט אראפ און קען צונעמען א נושא בעסער עני וואן אויפן סיסטעם, אבער פאר מעלדונגען וואלט ר׳ יואל געווען א געוואלטיגע אויסוואל. לפענ״ד
אֵיזֶהוּ גִּבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ. - מס׳ אבות, ד משנה א

אוועטאר
פעלעד
שר האלף
תגובות: 1150
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 22, 2015 3:04 pm

תגובהדורך פעלעד » דינסטאג סעפטעמבער 25, 2018 9:22 am

איינעק ווייסט וואס איז געשען מיט חורבן אירופא אפטיילונג וואס פלעגט זיין אויף נאמבער 36
לעצטנס ארבעט עס נישט.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5954
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 12:07 pm

שמשון הגיבור האט געשריבן:צום קעפל.

איך וואלט גע׳עצט די ״קול מבשר״ פארוואלטונג זאלן אויפנעמען נאך א אפציעלע רעדנער, עכ״פ פאר נייעס.



שוין געווען אמאל אזא פלאן נאך בעפאר ער פלעג געבן אנאליזן
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

שלום עליכם אייך
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 29, 2015 12:28 pm

תגובהדורך שלום עליכם אייך » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 9:46 am

צ\ק
איינער אין א"י זאל אן הייבן די נייעס ביז עלף אזייגער (ווען אויף ק"מ ווערט פליצלינג 9 אזייגער....)

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1087
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 10:30 am

יוסף לייב יאקאב... ער באריכטעט שוין נישט אויף קול הציבור ווי כ'האב געהערט לעצטנס
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

נאר מיט שמחה
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 11:35 am

א אינטערוויו מיט:
זאנוויל וויינבערגער
משה לאופר
יקיר ברוין
און נאך...

דער עיקר אז ס'זאל זיין דורך ר' וועלוול שמעלצער....



נאך א זאך וואס כ'וויל און ס'ישטערט מיר זייער, ס'זאל זיין א מעגליכקייט צוריקקומען צום אינטערוויו וכדו' און צוריקגיין ווי מ'האט'צעך אפגעשטעלט די פאריגע מאל..., אזוי אז ווען איך האב נישט געהערט די גאנצע אינטערוויו וועל איך קענען עס צוענדיגן שפעטער, (דאכט'צעך אז אויף קול הלשון איז עס שוין דא...)

Shuli
שר מאה
תגובות: 130
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 2:23 pm

תגובהדורך Shuli » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 11:44 am

נאר מיט שמחה האט געשריבן:נאך א זאך וואס כ'וויל און ס'ישטערט מיר זייער, ס'זאל זיין א מעגליכקייט צוריקקומען צום אינטערוויו וכדו' און צוריקגיין ווי מ'האט'צעך אפגעשטעלט די פאריגע מאל..., אזוי אז ווען איך האב נישט געהערט די גאנצע אינטערוויו וועל איך קענען עס צוענדיגן שפעטער, (דאכט'צעך אז אויף קול הלשון איז עס שוין דא...)

עס איז שוין דא.
0 ווען דו שטעלסט דיך אפ
# ווען דו ווילסט צוריקגיין

אוועטאר
moishy56
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4804
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 12:01 pm

שלום עליכם אייך האט געשריבן:איך וואלט גע׳עצט די ״קול מבשר״ פארוואלטונג זאלן אויפנעמען נאך א אפציעלע רעדנער, עכ״פ פאר נייעס.

איינער אין א"י זאל אן הייבן די נייעס ביז עלף אזייגער (ווען אויף ק"מ ווערט פליצלינג 9 אזייגער....)

;l;p- ;l;p-

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » מיטוואך אוקטובער 03, 2018 1:23 pm

מיר פארשטייען אז ס'איז טאקע אוממעגליך אויפן טעלעפאן צו האבן א מפתח פון אלע אלטע שמועסן/אינטערוויא'ס איינגעטיילט אויף נושאים - רעדנערס - מאורעות וכו' ווייל ס'איז צו סאך שמועסן-נושאים

אבער זיי קענען עס צושטעלן פארן ציבור דורך fax-on-demand, ד"ה איר רופט אריין א דורך א פעקס ליין און קוועטשט א געוויסע נומער פון זייער מעניו און עס שיקט אייך אריין א פעקס מיט די אלע מפתחות

אדער email on demand ד"ה זיי קענען גיבן אויפן טעלעפאן אן אימעל אדרעס ווי איר שיקט אריין אן אימעל מיט א געוויסע ווארט אין די סאבדשעקט און איר באקומט אטאמאטיש צוריק אן אימעל מיט די אלע מפתחות

ס'איז איבעריג צו זאגן ווי שטארק דער עולם וועט עס אפרישיעטען און נוצן
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

נאר מיט שמחה
שר מאה
תגובות: 246
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 1:05 pm

Shuli האט געשריבן:
נאר מיט שמחה האט געשריבן:נאך א זאך וואס כ'וויל און ס'ישטערט מיר זייער, ס'זאל זיין א מעגליכקייט צוריקקומען צום אינטערוויו וכדו' און צוריקגיין ווי מ'האט'צעך אפגעשטעלט די פאריגע מאל..., אזוי אז ווען איך האב נישט געהערט די גאנצע אינטערוויו וועל איך קענען עס צוענדיגן שפעטער, (דאכט'צעך אז אויף קול הלשון איז עס שוין דא...)

עס איז שוין דא.
0 ווען דו שטעלסט דיך אפ
# ווען דו ווילסט צוריקגיין

א גרויסן שכויעח

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4578
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 6:04 pm

שמשון הגיבור האט געשריבן:צום קעפל.

איך וואלט גע׳עצט די ״קול מבשר״ פארוואלטונג זאלן אויפנעמען נאך א אפציעלע רעדנער, עכ״פ פאר נייעס.

כ׳שוין פשוט ר׳ זלמן, כ׳קאן אים נישט, אבער דער רעדט שוין 10 15 יאר נאן סטאפ, אהן א געלעגנהייט אפילו צו ווערן הייזעריג. בייטאג און ביינאכט, ערב׳ס, מאצע׳ס אא״וו.

כ׳שטעל מיר פאר אז כ׳בין נישט דער קארפן קאפ וואס ערפונד יעצט אמעריקא, כ׳שטעל מיר פאר אז זיי/ער זענען שוין לאנג פארנומען צו זיכן איינעם וואס קען זיין און האט די חושים פאר דעם צוועק. פארוואס כ׳זאג עס אבער יעצט איז ווייל כ׳מיין אז כ׳האב אים א קאנדידאט.

אלטס א קול מבשר צוהערער האלט איך אז ר׳ יואל פעלזן וואלט געווען א געוואלדיגע אפציע פארדעם צוועק! ער האט א געוואלטיגע וועג וויזוי ער רעדט, מיט באק-ציינער און אפאטיט!.. קעקעצט קיינמאל, און זיינע וועטער זענען זייער גוט אויסגעשטעלט מיט א סדר.

הגם, ר׳ פנחס גלויבער איז אויך א גאר גוטע רעדנער, ער לייגט אראפ און קען צונעמען א נושא בעסער עני וואן אויפן סיסטעם, אבער פאר מעלדונגען וואלט ר׳ יואל געווען א געוואלטיגע אויסוואל. לפענ״ד

כ'טאנע שוין לאנג דאס. א מענטש איז נאר א מענטש און ביי א מענטש קען זיך מאכן צייטן שמחות אןואזוי אויך ליידער פארקערט וואס מ'קען נישט ווייטער ממשיך זיין (עכ"פ פאר א שטיק צייט)
ס'איז אייביג בעסער ווען ס'איז שוין אנגעגרייט פון פאראויס.
און יואל פעלזען גלייב כ'גייט נישט קענען נאכזאגן א פאזעטיווע נייעס פון טראמפ סא ס'איז קיין אפשען....
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

פלאחותיך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 10, 2014 1:57 pm

תגובהדורך פלאחותיך » מאנטאג אוקטובער 22, 2018 9:10 pm

איז שוין דא ערגעץ א פשוטע מפתח פון די מעין מעניו?
אזוי ווי:
1-1-1 אידישע נייעס
1-1-2. אלגעמיינע נייעס
1-1-3. בולעטין אפטיילונג
1-1-4. אידישע ווינקל
וכו'וכו'

איך מיין אז רוב קול מבשר צוהערער אפילו די וואס הערן שוין אויס יארן, ווייסן נישט אפילו האלב פון די זאכן וואס איז אלץ דא דארט צו הערן, יעדער קומט און דריקט די זעלבע פאר קנעפליך וואס ער איז געוואוינט און דעטס איט

שולדיג אין דעם איז אויך אביסל ווייל נאכן דריקן א געוויסע קנעפל הערט מען נישט גלייך די מעניו אפציעס וואס מ'קען דארט אלץ דריקן, נאר עס שפילט גלייך אן עדווערטייזמענט, (כ'האב נישט קיין טענות, איך פארשטיי אז ער דארף אויך אהיימברענגען אויף שבת צו מאכן), אבער למעשה לאזט עס נישט דער עולם זאל גרינג קענען אויסטשעקן אלעס, און זיך גרינג קענען איינחזרן די מעניו

אויב איז שוין דא דא ערגעץ אזא מפתח, ביטע מיר צו ווייזן, און אויב נישט איז עס א גרויסע זכות פאר דער וואס וועט עס אהער שטעלן
ישר כח למפרע
אז ס'גייט ניט ווי עס וויל זאך, זאל זיך ווילן ווי ס'גייט זאך

קוואל וואסער
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 04, 2018 5:44 pm

תגובהדורך קוואל וואסער » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 3:22 pm

ענדליך איז 116 צוריק אין פול פארס!
סייעתא דשמיא איז די ערשטע זאך

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1871
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 8:20 pm

קוואל וואסער האט געשריבן:ענדליך איז 116 צוריק אין פול פארס!

וואס טוט מען דארט?

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 9:57 pm

פ"וו זאל נישט ק"מ האבן א וועכענטליכע פאנעל פון רבנים און כולל יינגעלייט בעניני הלכה העומדים על הפרק, מיט רמי"ם און מלמדים בעניני חינוך העומדים על הפרק, מיט עסקנים און פאליטיקאנטן בעניני כלל ופאליטיק העומד על הפרק.
איך רעד נישט פון א פשוט'ע אינטערוויו, נאר טאקע א פאנעל מיט א "פרעגער" און ברענגען רעפרעזענטירער פון ביידע זייטן.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

מחשב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » מיטוואך אוקטובער 24, 2018 10:05 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
קוואל וואסער האט געשריבן:ענדליך איז 116 צוריק אין פול פארס!

וואס טוט מען דארט?


ווען מ'קומט אן דארט גייט מען אריין אין די 'גינעס'..
הוי 'מחשב'...

א גאנץ יאר פרייליך
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

תגובהדורך א גאנץ יאר פרייליך » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 12:29 am

איסר האטלקי האט געשריבן:רבותי! אייערע סוכה ברעטער וואלגערן זיך נאך ארום אין בעק-יארד? די פיטום ליגט נאך אויפן אתרוג? אבער אין קול מבשר גרייט מען זיך שוין צום חוה"מ פסח!
יא, אזוי ווי איר הערט. אזעלכע דרעזנער אינטערוויוען קומען נישט צופיס, לאנגע חדשים האט מען געזוכט עלעוועטאר פארכאפטע און פייער געראטעוועטע. פונעם ווייסן הויז ביז צום קאלעך אויוון, פון איבעראל איבער דער וועלט ברענגט אייך קול מבשר גריסן און שמועסן.

אצינד ווען זיי גרייטן זיך צו די קומענדיגע חגים וימים טובים הבאים לקראתינו ווילן מיר צולייגן א האנט און זען וויאזוי מיר קענען זיי העלפן. אלזא, ווער פון אייך טייערע ליינער - אדער אייערע קרובים און פריינט - זענען אריבער איינער פון די פאלגאנדע עפיזאדן און איבערלעבענישן - ביטע אריינקומען מיט פרטים באישי, מיר וועלן זיי איבערגעבן אלע אייער קאנטאקט אינפאו. מיר זוכן קאנדידאטן אויף די קומענדיגע פאזיציעס.

שיר ורננים פראיעקט חנוכה תשע"ח:
אויב האט איר אלץ געהאט א תאוה צו קאמפאזיטירן ניגונים נאר עס גייט אייך נישט.
אויב האט איר אמאל קאמפאזירט א ניגון און עס דערנאך פארגעסן און איר קענט אייך עס נישט דערמאנען.
איר האלט אז איר האט א חוש אין נגינה אבער אייערע ארומיגע כאפן עס נישט אויף.

חול המועד פסח תשע"ח פראיעקטן:
ומי בחניקה: אויב האט איר זיך אמאל געוואלט נעמען דאס לעבן און עס איז אייך נישט געלונגען.
מלאך החלומות ישמע: אויב האט איר אמאל געהאט גאר א שרעקליכן קאשמארישער חלום וואס איר וועט קיינמאל פארגעסן.
ובעל הסוד בסודו: אויב האט איר א סוד וואס איר גייט מיטטראגן אין קבר אריין אן אנטדעקן פאר קיינעם.
מאשפות ירים: אויב האט איר זיך אמאל אויסגעגליטשט אויף גארבעזש אינמיטן גאס און פארשטינקן געווארן פון קאפ ביז פיס.
און וואס זאגט דער עקסטערמינעטאר: וואס אלע עקסטערמינעטארס האבן צו זאגן אויפן פרעזידענט טראמפ.
הימל און ערד און עפל קוגל: אויב גלייכט איר בעסער די פסח'דיגע קוגל ווי די גאנץ-יאריגע.

אויב האט איר ענליכע איידיעס - שעמט אייך נישט. אל תמנע טוב מבעליו!
האלט אייך געשפאנט, עס קומט גוטע צייטן!


Cant stop laughing ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
פריטלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 3:00 pm

תגובהדורך פריטלעך » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 12:23 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:פ"וו זאל נישט ק"מ האבן א וועכענטליכע פאנעל פון רבנים און כולל יינגעלייט בעניני הלכה העומדים על הפרק, מיט רמי"ם און מלמדים בעניני חינוך העומדים על הפרק, מיט עסקנים און פאליטיקאנטן בעניני כלל ופאליטיק העומד על הפרק.
איך רעד נישט פון א פשוט'ע אינטערוויו, נאר טאקע א פאנעל מיט א "פרעגער" און ברענגען רעפרעזענטירער פון ביידע זייטן.

ווייל ער וויל בלייבן אין ביזנעס. 'עומד על הפרק' אין אונזער היימישע וועלט איז א דירעקטע סתירה.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2816
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » דאנארשטאג אוקטובער 25, 2018 5:14 pm

פריטלעך האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:פ"וו זאל נישט ק"מ האבן א וועכענטליכע פאנעל פון רבנים און כולל יינגעלייט בעניני הלכה העומדים על הפרק, מיט רמי"ם און מלמדים בעניני חינוך העומדים על הפרק, מיט עסקנים און פאליטיקאנטן בעניני כלל ופאליטיק העומד על הפרק.
איך רעד נישט פון א פשוט'ע אינטערוויו, נאר טאקע א פאנעל מיט א "פרעגער" און ברענגען רעפרעזענטירער פון ביידע זייטן.

ווייל ער וויל בלייבן אין ביזנעס. 'עומד על הפרק' אין אונזער היימישע וועלט איז א דירעקטע סתירה.

כ'האלט נישט אז דו ביסט גערעכט.
ער קען נישט האבן א פאנעל אנהויב זמן פון מחנכים און עסקנים לגבי די נושא פון בחורים און מיידלעך אן ישיבות און סקולס?
ער קען נישט האבן א פאנעל צו מ'מעג נוצן פרעש ווייפס שבת?
ער קען נישט האבן א פאנעל צו יידן זאלן שטימען דעמאקראטיש אדער רעפאבליקען?
אאז"וו
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

טראכט איבער
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 18, 2017 3:15 pm

תגובהדורך טראכט איבער » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 9:54 am

יידישע קהילות האט געשריבן:
פריטלעך האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:פ"וו זאל נישט ק"מ האבן א וועכענטליכע פאנעל פון רבנים און כולל יינגעלייט בעניני הלכה העומדים על הפרק, מיט רמי"ם און מלמדים בעניני חינוך העומדים על הפרק, מיט עסקנים און פאליטיקאנטן בעניני כלל ופאליטיק העומד על הפרק.
איך רעד נישט פון א פשוט'ע אינטערוויו, נאר טאקע א פאנעל מיט א "פרעגער" און ברענגען רעפרעזענטירער פון ביידע זייטן.

ווייל ער וויל בלייבן אין ביזנעס. 'עומד על הפרק' אין אונזער היימישע וועלט איז א דירעקטע סתירה.

כ'האלט נישט אז דו ביסט גערעכט.
ער קען נישט האבן א פאנעל אנהויב זמן פון מחנכים און עסקנים לגבי די נושא פון בחורים און מיידלעך אן ישיבות און סקולס?
ער קען נישט האבן א פאנעל צו מ'מעג נוצן פרעש ווייפס שבת?
ער קען נישט האבן א פאנעל צו יידן זאלן שטימען דעמאקראטיש אדער רעפאבליקען?
אאז"וו

הונדרעט פראצענט............
פארוואס זאל נישט זיין געשמאקע אקטואלע הלכות אדער פראקטישע חינוך געדאנקען ווי לאנג די רעדנערס זענען געשמאק
עס איז דא און כלל ישראל געניג אידן וואס וואלטן הנאה געהאט פון זיך אויסליפטערן מיט תוכן

אוועטאר
פריטלעך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 267
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 3:00 pm

תגובהדורך פריטלעך » פרייטאג אוקטובער 26, 2018 12:05 pm

טראכט איבער האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:
פריטלעך האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:פ"וו זאל נישט ק"מ האבן א וועכענטליכע פאנעל פון רבנים און כולל יינגעלייט בעניני הלכה העומדים על הפרק, מיט רמי"ם און מלמדים בעניני חינוך העומדים על הפרק, מיט עסקנים און פאליטיקאנטן בעניני כלל ופאליטיק העומד על הפרק.
איך רעד נישט פון א פשוט'ע אינטערוויו, נאר טאקע א פאנעל מיט א "פרעגער" און ברענגען רעפרעזענטירער פון ביידע זייטן.

ווייל ער וויל בלייבן אין ביזנעס. 'עומד על הפרק' אין אונזער היימישע וועלט איז א דירעקטע סתירה.

כ'האלט נישט אז דו ביסט גערעכט.
ער קען נישט האבן א פאנעל אנהויב זמן פון מחנכים און עסקנים לגבי די נושא פון בחורים און מיידלעך אן ישיבות און סקולס?
ער קען נישט האבן א פאנעל צו מ'מעג נוצן פרעש ווייפס שבת?
ער קען נישט האבן א פאנעל צו יידן זאלן שטימען דעמאקראטיש אדער רעפאבליקען?
אאז"וו

הונדרעט פראצענט............
פארוואס זאל נישט זיין געשמאקע אקטואלע הלכות אדער פראקטישע חינוך געדאנקען ווי לאנג די רעדנערס זענען געשמאק
עס איז דא און כלל ישראל געניג אידן וואס וואלטן הנאה געהאט פון זיך אויסליפטערן מיט תוכן

פטפוטי מילי יא. אויסלופטערן אויך.
אבער וואס אידישע קהילות און נאך אסאך ערוואקסענע וועלן עקספעקטן צו הערן דארט וועט נישט קענען ווערן אויסגעשמועסט אויב וויל ער בלייבן אין ביזנעס.

ריכטיג ארויסברענגען וואס די פראבלעם מיט די ישיבות סיסטעם וכו'.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], ויכתב, מזל מידיע און 21 געסט