״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

די אחראים: אחראי, געלעגער

איז ״דער צייטונג״ שטארק ניכר מיט א לינקע און פארפירערישע אגענדע?

די וואלן האבן זיך פארמאכט מיטוואך פאברואר 15, 2017 12:34 pm

די צייטונג באריכטן אין פאליטיקס זענען איבערגעטריבן ניכר׳דיג בייעסד, ער מעג היפש פארבעסערן.
65
60%
ניין עס איז אקוראט וויזוי די פאקטן זענען, און איך גלייך עס, סזאל בלייבן וויזוי עס איז.
32
29%
איך ליין בכלל נישט די ערשטע חלק די צייטונג, עס איז אירעלעוואנט פאר מיר.
12
11%
 
סך הכול שטימען: 109

אהער און אהין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

אן ''אינטערסאנטער קעפל''

תגובהדורך אהער און אהין » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 9:22 am

די ''די צייטונג" האט געהאט פאריגע וואך אט דעם ''אינטערסאנטן קעפל'' אויף זייער הינטערשטן זייט.
''רעפובליקאנער קאנדידאט וויל אפשטעלן חרדישן דעוועלאפמענט''.
ווי כאילו דער דעמאקראטישער סקאופיס ''צייכנט זיך אויס'' מיט זיין 'ליבשאפט' צו אידן... (דער סקופיס איז פון די ''דעמאקראטן וואס טאלערירן אונז'' ווי די צייטונג שיטה לויטעט...)
אין פאקט, איז באסיל אראפגעריסן געווארן אין די לאקאלע פרעסע פארן מאכן זיין 'ערשטן' טעלעפאון רוף נאכן מעלדן זיין קאנדידאטור, קיין קרית יואל צו באקומען דעם בלאק וואוט, און לויט ווי ס'קוקט אויס וועט באסיל אינדאסירט ווערן דורך ווייניגסטענס איינס פון די צוויי הויפט שטראמען בלאק וואוטס אין קרית יואל.
אזוי קוקט מען אויס ווען מען וויל זעהן איבעראל איין זאך: ליבעראליזם...
Capture.PNG
Capture.PNG (63.83 KiB) געזעהן 1394 מאל

monroe10950
שר העשר
תגובות: 23
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 10:09 am

תגובהדורך monroe10950 » מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 12:39 pm

אהער און אהין האט געשריבן:די ''די צייטונג" האט געהאט פאריגע וואך אט דעם ''אינטערסאנטן קעפל'' אויף זייער הינטערשטן זייט.
''רעפובליקאנער קאנדידאט וויל אפשטעלן חרדישן דעוועלאפמענט''.
ווי כאילו דער דעמאקראטישער סקאופיס ''צייכנט זיך אויס'' מיט זיין 'ליבשאפט' צו אידן... (דער סקופיס איז פון די ''דעמאקראטן וואס טאלערירן אונז'' ווי די צייטונג שיטה לויטעט...)
אין פאקט, איז באסיל אראפגעריסן געווארן אין די לאקאלע פרעסע פארן מאכן זיין 'ערשטן' טעלעפאון רוף נאכן מעלדן זיין קאנדידאטור, קיין קרית יואל צו באקומען דעם בלאק וואוט, און לויט ווי ס'קוקט אויס וועט באסיל אינדאסירט ווערן דורך ווייניגסטענס איינס פון די צוויי הויפט שטראמען בלאק וואוטס אין קרית יואל.
אזוי קוקט מען אויס ווען מען וויל זעהן איבעראל איין זאך: ליבעראליזם...
Capture.PNG

אין קרית יואל וואוטן גאר גאר א קליינע פראצענט לויט די פארטיי ליניעס, מען וואוט לויט די לאקאלע טעמעס.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1887
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 3:53 pm

די וואך אן קיין שום בישה טיט ער באריכטען א שמועס מיט א מחלל שבת ווי ער פארציילט קלאר זיין חילול שבת מיטען גרעסטען קאלטקייט, ווי אן אלטער קראכער פארציילט ווי ער איז אנגעקומען מיט זיין קאר שבת צום טעמפל וכו'
מיט א קעפל איבערלעבער דאנקט "דעם באשעפער" אז ער האט געשפעטיגט קומענדיג אין "שוהל"
צוגעלייגטע
510871503067354792.jpg
510871503067354792.jpg (93.24 KiB) געזעהן 1060 מאל
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1478
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 10:24 am

אלט מאנרא האט געשריבן:די וואך אן קיין שום בישה טיט ער באריכטען א שמועס מיט א מחלל שבת ווי ער פארציילט קלאר זיין חילול שבת מיטען גרעסטען קאלטקייט, ווי אן אלטער קראכער פארציילט ווי ער איז אנגעקומען מיט זיין קאר שבת צום טעמפל וכו'
מיט א קעפל איבערלעבער דאנקט "דעם באשעפער" אז ער האט געשפעטיגט קומענדיג אין "שוהל"


אויך באמערקט. ס׳האט מיר וויי געטאן עס צו ליינען דעם ארטיקל וועלכע שילדערט חילול שבת מיט אזא פרעכקייט.

לדעתי האט דער אלבערט (א. פ. מאן) מחלל שם שמים געווען ביים שרייבן אזויפיל מאל איבער דעם עקעלהאפטיגן קאנסערוועטיווען ׳פליגעל׳ פון אידישקייט. זיי זענען מחללי שבתים בפרהסיא, און האבן גארנישט מיט אידישקייט איינגעלייגט. ס׳האט מיר זייער וויי געטאן צו ליינען נאכאמאל און נאכאמאל וויאזוי דער ׳ראביי׳ האט געהאט זיין סעלפאן שבת ווייל ער האט געהאלטן אז עס פיקוח נפש, (און א. פ. מאן שעמט זיך נישט צו שרייבן אז למעשה זעט מען דאך אז עס איז געווען פיקוח נפש וייל ער, דער ראביי, איז געווען דער ערשטער צו רופן פאליציי ווען די שיסעריי האט זיך אנגעהויבן. איי אפשר ווען ער וואלט נישט אזוי דערצערענט דעם רבוש״ע מיט אזויפיל עבירות חמורות, וואלט אינגאנצען נישט פארגעקומען די שרעקליכע טראגעדיע. ).

נאכמאל און נאכמאל ברענגט ער דארט אז ווען זיי האבן אנגעהויבן תפילת שחרית שבת אינדערפרי... א בושה.
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20054
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 10:47 am

יאך קלער די וואך צו איבערלאזן די "די צייטונג" אויפן פאליצע אין געשעפט.

אנטשולדיגט, באריכטן נייעס ערשט האנטיג שטייט נישט פאר די תרי"ג מצוות.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1478
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 10:59 am

פשוט צו קלאר מאכן, די טראגעדיגע איז זייער זייער גרויס. די רציחה איז געטריבן געווארן מיט וויסטע האס קעגן גאנץ כלל ישראל און לאו דוקא יענע שול און יענע מענטשן. נאר מען דארף נאך אלץ וויסן וויאזוי עס צו באריכטן און זיי נישט מאכן ח״ו איין קוגל מיט דעם אלגעמיינעם ארטאדאקסישע אידנטום. ס׳איז מיר א פלא בכלל אויף די גאנצע חרדי׳שע מידיע וואס באריכטן עס מיט אזא ווארימקייט כאילו מען רעדט דא פון היימישע מענטשן. סתם להוי ידוע אז די קאנסערוועטיוון האבן פיינט די ארדאקסישע אידן מיט א שנאה גמורה. איך פארשטיי נישט וואס די פשט איז פון ממש זיי מאכן ווי צדיקים גמורים. לדעתי דארף מען עס באריכטן, עס דארף וויי טון פאר יעדן אז דאס האט פאסירט, בפרט אז דאס עס אן אנטעסעמיט וואס וואלט אלע אידן געהארגעט ווען ער קען נאר. אבער מען דארף זיי נישט מאכן א טייל פון כלל ישראל.
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 30, 2011 4:03 pm

תגובהדורך יקוםפרקן » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 11:15 am

ממש אזוי האט געשריבן:פשוט צו קלאר מאכן ... אבער מען דארף זיי נישט מאכן א טייל פון כלל ישראל.


farshlufen האט געשריבן:יאך קלער די וואך צו איבערלאזן די "די צייטונג" אויפן פאליצע אין געשעפט.


פאר הרב י.מ. סופר'ס קלאר שטעלן דעם דעת וויאזוי אנצונעמען די שרעקליכע טראגעדיע, און צו זעהן דעם יד ה' דערין, איז שוין ווערד געווען די 3 דאללאר.

לדעתי דארף יא נייעס באריכטעט ווערן טריקן כמו שהוא, און אדרבא זאל יעדער אליין זעהן און פארשטיין פון וועם מ'רעדט דא... און ליידער זעען אזוי אויס רוב כלל ישראל בדורינו והשי"ת ילמד תועים בינה ובמהרה יבוא הגוא"צ און אויסלייזן אלע אידן.

אוועטאר
בן מנחם
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 15, 2016 12:19 am

תגובהדורך בן מנחם » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 12:13 pm

פארוואס אלבערט דעקט אזוי דעם טעראר אינצידענט איז זייער פשוט. (נאר א קלער - איך האב שוין די צייטונג נישט געקויפט א לאנגע תקופה - האב איך נישט געלייט דעם עצם ארטיקל, ווייל דער חלק שני ״די אידישע צייט״ וועפט שוין אויך.. א דוגמא די ״אויפפּאסונגען״ ווערן קארני מידי שבוע בשבוע און סתם קינדיש מער און מער)

איז ווייל דער פרעזידענט איז דאך דער שולדיגער דערין... מוז מען עס אראפגעבן מיט די עכטע פארבן אן חלילה אויסלאזן א דעטאל.! אפשר וועלן די נאוויע ליינער זיך איבערציייגן אז דער פרעזידענט איז טאקע א ראסיסט.

אהער און אהין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 12:14 pm

ממש אזוי האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:די וואך אן קיין שום בישה טיט ער באריכטען א שמועס מיט א מחלל שבת ווי ער פארציילט קלאר זיין חילול שבת מיטען גרעסטען קאלטקייט, ווי אן אלטער קראכער פארציילט ווי ער איז אנגעקומען מיט זיין קאר שבת צום טעמפל וכו'
מיט א קעפל איבערלעבער דאנקט "דעם באשעפער" אז ער האט געשפעטיגט קומענדיג אין "שוהל"


אויך באמערקט. ס׳האט מיר וויי געטאן עס צו ליינען דעם ארטיקל וועלכע שילדערט חילול שבת מיט אזא פרעכקייט.

לדעתי האט דער אלבערט (א. פ. מאן) מחלל שם שמים געווען ביים שרייבן אזויפיל מאל איבער דעם עקעלהאפטיגן קאנסערוועטיווען ׳פליגעל׳ פון אידישקייט. זיי זענען מחללי שבתים בפרהסיא, און האבן גארנישט מיט אידישקייט איינגעלייגט. ס׳האט מיר זייער וויי געטאן צו ליינען נאכאמאל און נאכאמאל וויאזוי דער ׳ראביי׳ האט געהאט זיין סעלפאן שבת ווייל ער האט געהאלטן אז עס פיקוח נפש, (און א. פ. מאן שעמט זיך נישט צו שרייבן אז למעשה זעט מען דאך אז עס איז געווען פיקוח נפש וייל ער, דער ראביי, איז געווען דער ערשטער צו רופן פאליציי ווען די שיסעריי האט זיך אנגעהויבן. איי אפשר ווען ער וואלט נישט אזוי דערצערענט דעם רבוש״ע מיט אזויפיל עבירות חמורות, וואלט אינגאנצען נישט פארגעקומען די שרעקליכע טראגעדיע. ).

נאכמאל און נאכמאל ברענגט ער דארט אז ווען זיי האבן אנגעהויבן תפילת שחרית שבת אינדערפרי... א בושה.

אין געשעפט ביי די פאליצעס האט זיך א יונגערמאן הויעך געוואונדערט אויף דעם ארטיקל.
למעשה איז עס טאקע א שטיקל וואונדער וויאזוי ער לייגט עס אראפ.
עס איז א אלטע זאך ביי 'די צייטונג' אז ער פרובירט צוזאמצודרייען אידישקייט אין אלע נייעסן פונעם טאג, ער איז זיך מחי' דערמיט, און גראדע גלייך איך עס, עס געט צו זאפט צו די ארטיקלען.
דא האט ער אביסל איבערגעצויגן דעם שטריקל. (כאטש ער ברענגט געוויסע פעלער יא ארויס דעם ווייטאג אויף זייער אומ-אידישקייט, צב''ש ביי יודא סאמעט) אבער חוץ פון דעם האב איך זיך פארסמאקעוועט מיט די קלארקייט פונעם ארטיקל אויף די אידישע שפראך, אראפגעלייגט זאפטיג (און נאך אלעם ברויך מען נישט ליינען דעם ניו יארק טיימס, האט ער שוין עפעס אויפגעטון) און אודאי דארף מען פארדאמען די עקסטרעם שארפע רייד וואס דו שרייבסט דא פערזענליך קעגן דעם חשובן איידעלן רעדאקטאר פון 'די צייטונג'.

אוועטאר
בן מנחם
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 15, 2016 12:19 am

תגובהדורך בן מנחם » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 12:15 pm

יקוםפרקן האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:פשוט צו קלאר מאכן ... אבער מען דארף זיי נישט מאכן א טייל פון כלל ישראל.


farshlufen האט געשריבן:יאך קלער די וואך צו איבערלאזן די "די צייטונג" אויפן פאליצע אין געשעפט.


פאר הרב י.מ. סופר'ס קלאר שטעלן דעם דעת וויאזוי אנצונעמען די שרעקליכע טראגעדיע, און צו זעהן דעם יד ה' דערין, איז שוין ווערד געווען די 3 דאללאר.

לדעתי דארף יא נייעס באריכטעט ווערן טריקן כמו שהוא, און אדרבא זאל יעדער אליין זעהן און פארשטיין פון וועם מ'רעדט דא... און ליידער זעען אזוי אויס רוב כלל ישראל בדורינו והשי"ת ילמד תועים בינה ובמהרה יבוא הגוא"צ און אויסלייזן אלע אידן.


איך פריי מיך צו הערן אז דער צייטונג שרייבער הרב י. מ. סופר זאל זיין געזונט, שרייבט נאך פאר איינעם פאקטיש צום ליינען, איך האב געמיינט אז סיז נאר דארט יעדע וואך אלץ טראדיציע....

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20054
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 12:18 pm

בן מנחם האט געשריבן: ווייל דער חלק שני ״די אידישע צייט״ וועפט שוין אויך

ווען האט איר דאסגעלייענט דאס לעצטע מאל?

העכסט אינטערעסאנט און באלערנד וועכנטליך.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בן מנחם
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 15, 2016 12:19 am

תגובהדורך בן מנחם » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 12:19 pm

אהער און אהין האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:
אלט מאנרא האט געשריבן:די וואך אן קיין שום בישה טיט ער באריכטען א שמועס מיט א מחלל שבת ווי ער פארציילט קלאר זיין חילול שבת מיטען גרעסטען קאלטקייט, ווי אן אלטער קראכער פארציילט ווי ער איז אנגעקומען מיט זיין קאר שבת צום טעמפל וכו'
מיט א קעפל איבערלעבער דאנקט "דעם באשעפער" אז ער האט געשפעטיגט קומענדיג אין "שוהל"


אויך באמערקט. ס׳האט מיר וויי געטאן עס צו ליינען דעם ארטיקל וועלכע שילדערט חילול שבת מיט אזא פרעכקייט.

לדעתי האט דער אלבערט (א. פ. מאן) מחלל שם שמים געווען ביים שרייבן אזויפיל מאל איבער דעם עקעלהאפטיגן קאנסערוועטיווען ׳פליגעל׳ פון אידישקייט. זיי זענען מחללי שבתים בפרהסיא, און האבן גארנישט מיט אידישקייט איינגעלייגט. ס׳האט מיר זייער וויי געטאן צו ליינען נאכאמאל און נאכאמאל וויאזוי דער ׳ראביי׳ האט געהאט זיין סעלפאן שבת ווייל ער האט געהאלטן אז עס פיקוח נפש, (און א. פ. מאן שעמט זיך נישט צו שרייבן אז למעשה זעט מען דאך אז עס איז געווען פיקוח נפש וייל ער, דער ראביי, איז געווען דער ערשטער צו רופן פאליציי ווען די שיסעריי האט זיך אנגעהויבן. איי אפשר ווען ער וואלט נישט אזוי דערצערענט דעם רבוש״ע מיט אזויפיל עבירות חמורות, וואלט אינגאנצען נישט פארגעקומען די שרעקליכע טראגעדיע. ).

נאכמאל און נאכמאל ברענגט ער דארט אז ווען זיי האבן אנגעהויבן תפילת שחרית שבת אינדערפרי... א בושה.

אין געשעפט ביי די פאליצעס האט זיך א יונגערמאן הויעך געוואונדערט אויף דעם ארטיקל.
למעשה איז עס טאקע א שטיקל וואונדער וויאזוי ער לייגט עס אראפ.
עס איז א אלטע זאך ביי 'די צייטונג' אז ער פרובירט צוזאמצודרייען אידישקייט אין אלע נייעסן פונעם טאג, ער איז זיך מחי' דערמיט, און גראדע גלייך איך עס, עס געט צו זאפט צו די ארטיקלען.
דא האט ער אביסל איבערגעצויגן דעם שטריקל. (כאטש ער ברענגט געוויסע פעלער יא ארויס דעם ווייטאג אויף זייער אומ-אידישקייט, צב''ש ביי יודא סאמעט) אבער חוץ פון דעם האב איך זיך פארסמאקעוועט מיט די קלארקייט פונעם ארטיקל אויף די אידישע שפראך, אראפגעלייגט זאפטיג (און נאך אלעם ברויך מען נישט ליינען דעם ניו יארק טיימס, האט ער שוין עפעס אויפגעטון) און אודאי דארף מען פארדאמען די עקסטרעם שארפע רייד וואס דו שרייבסט דא פערזענליך קעגן דעם חשובן איידעלן רעדאקטאר פון 'די צייטונג'.


עס איז א גרויסע ״אפשר״ אז אולי איז בעסער צו ליינען דעם נוי יארק טיימס גופא פון ווי סקומען רוב פון זיינע אידיאלען... ווי איידער א פארסם׳ט שטיקל באריכט אריינגעפלאכטן מיט שארף לינקע פארפוילטקייט.

ווייל דאס קומט פון אן ערליכער איד א שמור תורה ומצות האט עס אן השפעה! משא״כ ווען דער ליינער ווייסט אז סקומט פון א גוי טמא!

אוועטאר
בן מנחם
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 15, 2016 12:19 am

תגובהדורך בן מנחם » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 12:25 pm

farshlufen האט געשריבן:
בן מנחם האט געשריבן: ווייל דער חלק שני ״די אידישע צייט״ וועפט שוין אויך

ווען האט איר דאסגעלייענט דאס לעצטע מאל?

העכסט אינטערעסאנט און באלערנד וועכנטליך.


איך האב דאס געליינט גענוג לאנג ביז סהאט אנגעהויבן ארויס קריכן פון די נאז. בסך הכל איז דא געווענדליך נאר איין ארטיקל וואס איז אינטערסאנט - וואס דאס איז די ״לעצטע עדות״. נו פארדעם אליינס קען מען עס נאך מוותר זיין, פאר איין קורצע ארטיקל דארף איך נישט האלטן אין די הענט א ביליג שטיקל נייעס פאפיר וואס מאכט ליצנות פון אירע נאיווע ליינער..

איך קויף ליבערשט יעדע צוויי וואכן א ביכל ארויסגעגעבן דורך ״א לעצטע עדות״ מיט פיל מער תוכן און אריכת.

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4096
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 12:29 pm

farshlufen האט געשריבן:
בן מנחם האט געשריבן: ווייל דער חלק שני ״די אידישע צייט״ וועפט שוין אויך

ווען האט איר דאסגעלייענט דאס לעצטע מאל?

העכסט אינטערעסאנט און באלערנד וועכנטליך.

אמת אבער די וואך איז ביידע חלקים כמעט ליידיג.

אוועטאר
בן מנחם
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 15, 2016 12:19 am

תגובהדורך בן מנחם » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 12:35 pm

derech eretz האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
בן מנחם האט געשריבן: ווייל דער חלק שני ״די אידישע צייט״ וועפט שוין אויך

ווען האט איר דאסגעלייענט דאס לעצטע מאל?

העכסט אינטערעסאנט און באלערנד וועכנטליך.

אמת אבער די וואך איז ביידע חלקים כמעט ליידיג.

האב איך הנאה צו זעהן אז נאך יודן באמערקן דאס

סנישט די וואך - סיז שוין כמעט יעדע וואך! סיז אפגעוועפט!

מאכט נישט קיין היסטעריע פון: ווי באלערנד און באלעקונג פאר די פינגער דאס איז, ווייל סהאט בס״ה איין אויסגעדראשענעם ארטיקל עטוואס אינטערסאנט. די אנדערע היימישע צייטונגען לייגן אריין היינט צוטאג פיל מער כוחות אינעם אינהאלט!

אהער און אהין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 1:12 pm

די צייטונג איז די איינציגסטע צייטונג אויף די אידישע שפראך וואס איז באלערנד, אינהאלטספול, און ווערט מער ווי די 3 דאלער וואס כ'צאל אים.
איך ווייס נישט צו אפי' די אידישע צייטונגען אויף אנדערע שפראכן זענען אזוי אינהאלטספול.
די 'עליטע' צווישן אונזער היימישן ציבור,די ביזנעסלייט, די 'אינטעלעקטולען', די ליינען דעם 'די צייטונג'.
אדרבה, פרעגט אייך אליינס נאך ביים קלוגערן עלעמענט, אלע ליינען דעם - און נאר דעם - 'די צייטונג'.
(דאס אז ער איז א געפערליך לינקער, דאס יא, אבער דאס נעמט נישט אוועק פונעם געשמאק און בא'טעמ'טקייט פון דעם צייטונג).

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 1:21 pm

עס האט א שטארקע געשמאקייט, אלעס אינעם צייטונג, אפילו די פשוטע נייעס איז באריכטעט מיט זאפט נישט סתם טרוקן ווי אין ווי אנדערע צייטונגען.

נכד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 408
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 1:36 pm

איבער באריכטן נייעס ''ווי עס איז''.

טראץ וואס איך שעץ זייער הרב פריעדמאן, איז דאס זיין סטייל. כ'דערמאן מיך ווען די גוישע גאס האט געשטינקן איבער סימפסאן נאכן מערדעריי, איז דאס געווען באריכטעט אין קורצען אין ''די צייטונג'', פארשטייט זיך, איידעל און אידישליך.
אויף די פראגע דירעקט צו אים, פאסט דען צושרייבן פון אזא מעשה אין א ערליכע אידישע אויסגאבע?
זיין ענטפער: האט דאס דען נישט פאסירט? איז דא געשריבן איין ווארט ליגענט?

אוועטאר
בן מנחם
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 15, 2016 12:19 am

תגובהדורך בן מנחם » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 1:44 pm

נכד האט געשריבן:איבער באריכטן נייעס ''ווי עס איז''.

טראץ וואס איך שעץ זייער הרב פריעדמאן, איז דאס זיין סטייל. כ'דערמאן מיך ווען די גוישע גאס האט געשטינקן איבער סימפסאן נאכן מערדעריי, איז דאס געווען באריכטעט אין קורצען אין ''די צייטונג'', פארשטייט זיך, איידעל און אידישליך.
אויף די פראגע דירעקט צו אים, פאסט דען צושרייבן פון אזא מעשה אין א ערליכע אידישע אויסגאבע?
זיין ענטפער: האט דאס דען נישט פאסירט? איז דא געשריבן איין ווארט ליגענט?

פרעגט אים אויב פרעזידענט טראמפ זאגט דען ליגענט? ער זאגט די זאכן דברים כהוויתן! נאר נישט פאליטיקל קאררעקט... הייסט עס אז ער פארשטייט אז נישט אייביג ״מעג״ מען זאגן דעם אמת מיט די טריקענע פאקטן... נו אלא מאי, ווער מעג יא און ווער נישט.

אלא זאגט די תנא קמא - הא לן והא להו..!

איך מעג אלעס ווען איך וויל וויזוי איך וויל. יענער מעג גארנישט אפי וויזוי איך וויל עס. טיפיקאל ווילד לינק געטריבנער אגענדיסט!

אוועטאר
בן מנחם
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 15, 2016 12:19 am

תגובהדורך בן מנחם » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 1:45 pm

אהער און אהין האט געשריבן:די צייטונג איז די איינציגסטע צייטונג אויף די אידישע שפראך וואס איז באלערנד, אינהאלטספול, און ווערט מער ווי די 3 דאלער וואס כ'צאל אים.
איך ווייס נישט צו אפי' די אידישע צייטונגען אויף אנדערע שפראכן זענען אזוי אינהאלטספול.
די 'עליטע' צווישן אונזער היימישן ציבור,די ביזנעסלייט, די 'אינטעלעקטולען', די ליינען דעם 'די צייטונג'.
אדרבה, פרעגט אייך אליינס נאך ביים קלוגערן עלעמענט, אלע ליינען דעם - און נאר דעם - 'די צייטונג'.
(דאס אז ער איז א געפערליך לינקער, דאס יא, אבער דאס נעמט נישט אוועק פונעם געשמאק און בא'טעמ'טקייט פון דעם צייטונג).


סיז דא ״עליטע״ ביים כלל ישראל?

סנישט עפעס איין פאלק צוזאמען?

זעהט אויס סיז אייך נישט באקאנט דעם דעפעניציע פון אינטעלעקטועלן..!
ווייל זיי ליינען נישט קיין איינס פון די ״צייטונגען״

אהער און אהין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 343
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 2:28 pm

בן מנחם האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:די צייטונג איז די איינציגסטע צייטונג אויף די אידישע שפראך וואס איז באלערנד, אינהאלטספול, און ווערט מער ווי די 3 דאלער וואס כ'צאל אים.
איך ווייס נישט צו אפי' די אידישע צייטונגען אויף אנדערע שפראכן זענען אזוי אינהאלטספול.
די 'עליטע' צווישן אונזער היימישן ציבור,די ביזנעסלייט, די 'אינטעלעקטולען', די ליינען דעם 'די צייטונג'.
אדרבה, פרעגט אייך אליינס נאך ביים קלוגערן עלעמענט, אלע ליינען דעם - און נאר דעם - 'די צייטונג'.
(דאס אז ער איז א געפערליך לינקער, דאס יא, אבער דאס נעמט נישט אוועק פונעם געשמאק און בא'טעמ'טקייט פון דעם צייטונג).


סיז דא ״עליטע״ ביים כלל ישראל?

סנישט עפעס איין פאלק צוזאמען?

זעהט אויס סיז אייך נישט באקאנט דעם דעפעניציע פון אינטעלעקטועלן..!
ווייל זיי ליינען נישט קיין איינס פון די ״צייטונגען״

עס זענען דא קלוגע לייט און נאך קלוגערע.
מר. בן מנחם, אין וועלכע קאטעגאריע לייגט איר זיך אריין?

אוועטאר
בן מנחם
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 15, 2016 12:19 am

תגובהדורך בן מנחם » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 3:00 pm

אהער און אהין האט געשריבן:
בן מנחם האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:די צייטונג איז די איינציגסטע צייטונג אויף די אידישע שפראך וואס איז באלערנד, אינהאלטספול, און ווערט מער ווי די 3 דאלער וואס כ'צאל אים.
איך ווייס נישט צו אפי' די אידישע צייטונגען אויף אנדערע שפראכן זענען אזוי אינהאלטספול.
די 'עליטע' צווישן אונזער היימישן ציבור,די ביזנעסלייט, די 'אינטעלעקטולען', די ליינען דעם 'די צייטונג'.
אדרבה, פרעגט אייך אליינס נאך ביים קלוגערן עלעמענט, אלע ליינען דעם - און נאר דעם - 'די צייטונג'.
(דאס אז ער איז א געפערליך לינקער, דאס יא, אבער דאס נעמט נישט אוועק פונעם געשמאק און בא'טעמ'טקייט פון דעם צייטונג).


סיז דא ״עליטע״ ביים כלל ישראל?

סנישט עפעס איין פאלק צוזאמען?

זעהט אויס סיז אייך נישט באקאנט דעם דעפעניציע פון אינטעלעקטועלן..!
ווייל זיי ליינען נישט קיין איינס פון די ״צייטונגען״

עס זענען דא קלוגע לייט און נאך קלוגערע.
מר. בן מנחם, אין וועלכע קאטעגאריע לייגט איר זיך אריין?


פון די אומאינטועלעקעטע עמך יודן...

וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

תגובהדורך וואשינגטאן » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 3:13 pm

ממש אזוי האט געשריבן:פשוט צו קלאר מאכן, די טראגעדיגע איז זייער זייער גרויס. די רציחה איז געטריבן געווארן מיט וויסטע האס קעגן גאנץ כלל ישראל און לאו דוקא יענע שול און יענע מענטשן. נאר מען דארף נאך אלץ וויסן וויאזוי עס צו באריכטן און זיי נישט מאכן ח״ו איין קוגל מיט דעם אלגעמיינעם ארטאדאקסישע אידנטום. ס׳איז מיר א פלא בכלל אויף די גאנצע חרדי׳שע מידיע וואס באריכטן עס מיט אזא ווארימקייט כאילו מען רעדט דא פון היימישע מענטשן. סתם להוי ידוע אז די קאנסערוועטיוון האבן פיינט די ארדאקסישע אידן מיט א שנאה גמורה. איך פארשטיי נישט וואס די פשט איז פון ממש זיי מאכן ווי צדיקים גמורים. לדעתי דארף מען עס באריכטן, עס דארף וויי טון פאר יעדן אז דאס האט פאסירט, בפרט אז דאס עס אן אנטעסעמיט וואס וואלט אלע אידן געהארגעט ווען ער קען נאר. אבער מען דארף זיי נישט מאכן א טייל פון כלל ישראל.

א יוד בלייבט אייביג א יוד מדארף אים נישט מאכן! מיט וואס זענען אונז בעסער? אונז פאלן דורך ביי אונזער מלחמה פראנט מיטן יצר און זיי ביי זייער פראנט, און אפשר שלאגט ער זיך סאך שטערקער ווי אונז.
ולכו"ע אחרי מות קדושים, זיי האלטן שוין יעצט לאחר חזרתן לעולם האמת הנצחי, זיי האלטן שוין ביי די תיקון אדער שוין אפילו נאכן תיקון, וואס דארפן מיר רעדן כלפי זייער יודישקייט. נחפשה דרכינו ונשובה
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1478
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » דאנארשטאג נובעמבער 01, 2018 5:07 pm

וואשינגטאן האט געשריבן:א יוד בלייבט אייביג א יוד מדארף אים נישט מאכן! מיט וואס זענען אונז בעסער? אונז פאלן דורך ביי אונזער מלחמה פראנט מיטן יצר און זיי ביי זייער פראנט, און אפשר שלאגט ער זיך סאך שטערקער ווי אונז.
ולכו"ע אחרי מות קדושים, זיי האלטן שוין יעצט לאחר חזרתן לעולם האמת הנצחי, זיי האלטן שוין ביי די תיקון אדער שוין אפילו נאכן תיקון, וואס דארפן מיר רעדן כלפי זייער יודישקייט. נחפשה דרכינו ונשובה


אהא, אקעי.
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1887
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » פרייטאג נובעמבער 02, 2018 12:04 pm

וואשינגטאן האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:פשוט צו קלאר מאכן, די טראגעדיגע איז זייער זייער גרויס. די רציחה איז געטריבן געווארן מיט וויסטע האס קעגן גאנץ כלל ישראל און לאו דוקא יענע שול און יענע מענטשן. נאר מען דארף נאך אלץ וויסן וויאזוי עס צו באריכטן און זיי נישט מאכן ח״ו איין קוגל מיט דעם אלגעמיינעם ארטאדאקסישע אידנטום. ס׳איז מיר א פלא בכלל אויף די גאנצע חרדי׳שע מידיע וואס באריכטן עס מיט אזא ווארימקייט כאילו מען רעדט דא פון היימישע מענטשן. סתם להוי ידוע אז די קאנסערוועטיוון האבן פיינט די ארדאקסישע אידן מיט א שנאה גמורה. איך פארשטיי נישט וואס די פשט איז פון ממש זיי מאכן ווי צדיקים גמורים. לדעתי דארף מען עס באריכטן, עס דארף וויי טון פאר יעדן אז דאס האט פאסירט, בפרט אז דאס עס אן אנטעסעמיט וואס וואלט אלע אידן געהארגעט ווען ער קען נאר. אבער מען דארף זיי נישט מאכן א טייל פון כלל ישראל.

א יוד בלייבט אייביג א יוד מדארף אים נישט מאכן! מיט וואס זענען אונז בעסער? אונז פאלן דורך ביי אונזער מלחמה פראנט מיטן יצר און זיי ביי זייער פראנט, און אפשר שלאגט ער זיך סאך שטערקער ווי אונז.
ולכו"ע אחרי מות קדושים, זיי האלטן שוין יעצט לאחר חזרתן לעולם האמת הנצחי, זיי האלטן שוין ביי די תיקון אדער שוין אפילו נאכן תיקון, וואס דארפן מיר רעדן כלפי זייער יודישקייט. נחפשה דרכינו ונשובה


דיין מיסטעק איז נאר אז רעפארם קאנזערוועטיוו ריקאנסטאקשענאיסט זענען אויס געשלאסען פין כלל ישראל להלכה‎
סארי טא סעי זיי זענען אין שאול תחתית אין נישט נאכן פארן תיקון‎
זייערע קינדער (אפילו ווען עס וואלט געווען) טאר מען נישט מל זיין , אין יודאישען בית החיים "טאר מען זיי נישט לייגען" !‎
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אני מבין און 6 געסט