״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

די אחראים: אחראי, געלעגער

איז ״דער צייטונג״ שטארק ניכר מיט א לינקע און פארפירערישע אגענדע?

די וואלן האבן זיך פארמאכט מיטוואך פאברואר 15, 2017 12:34 pm

די צייטונג באריכטן אין פאליטיקס זענען איבערגעטריבן ניכר׳דיג בייעסד, ער מעג היפש פארבעסערן.
65
60%
ניין עס איז אקוראט וויזוי די פאקטן זענען, און איך גלייך עס, סזאל בלייבן וויזוי עס איז.
32
29%
איך ליין בכלל נישט די ערשטע חלק די צייטונג, עס איז אירעלעוואנט פאר מיר.
12
11%
 
סך הכול שטימען: 109

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » פרייטאג דעצמבער 08, 2017 11:25 am

געלעגער האט געשריבן:אלבערט איז בארעכטיגט צו זאגן זיין מיינונג די וועג וויאזוי ער שפירט. יעדער וואס ליינט זיין ארטיקל ווייסט אז ער גייט ליינען עפעס וואס פאקס זאגט נישט. אלזא, וואס איז די טענה׳ריי דא?

טעקס רעפארם אפשטימונג איז ברייט געדעקט געווארן אין טיימס, אפשר אויף א געצוימטן פארנעם אין עדיטאריעלס, אבער נייעס איז נייעס, ס'איז געווען לענגערע באריכטן דערוועגן.
ווידעראום ר' אלבערט האט פונקט ביי דעם גרויסן נייעס נישט געמיט זיך אראפצושרייבן ווי אזוי ס'איז דורך, די צוגרייטונגען, די ערווארטונגען, די קאמענטארן, די פרעזידענט טוויטס, אזוי ווי מ'זעט וועכנטליך גאנצע בלעטער ביי אנדערע נייעס, ער האט זיך באגנוגנט מיט א קורצן טרוקענעם נייעס מיט ציפערן מיט וויפיל ס'איז אריבער.

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2813
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » פרייטאג דעצמבער 08, 2017 11:31 am

סיז סטופיד יעדע וואך, אבער סווערט נאר אויפגעוועקט דער סטופידעטי יעדע וואך עקסטערע...

דער פראבלעם איז אז דער אידישער צייט איז דאך די בעסט.
אמילא קויפט מען דאס, באמערקט מען עס.

ווען נישט וועם וואלט עס דען געהארט וואס אן אלט געזעצענער שרייבט זיך אויס...

און ער ווייסט אז זיינע ליינער זענען נישט פאראינטערסירט און דעם גאנג פון העצן און שטיפן אגענדעס אויפן פאליטשן פראנט (ווען עס מאכט סיימווי גארנישט אויס נאר אז איינער שפירט זיך גוט!)

אבער דאך טוען זיי דאס ווייל זיי ווייסן אז די קויפער זענען ״נאר״ פארן אידישער צייט! וועט מען דאך עס סיי ווי קויפן.

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2813
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » פרייטאג דעצמבער 08, 2017 11:33 am

אבער ליינט מען עס דען ? כמעט וואס נישט!!

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1083
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » פרייטאג דעצמבער 08, 2017 11:36 am

זעסט דאך אז מ'ליינט עס... והא ראיה מ'ווייסט פונקטליך אויף וואס מוחה צו זיין וואך איין וואך אויס...
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2813
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » פרייטאג דעצמבער 08, 2017 11:41 am

יאסעלע האט געשריבן:זעסט דאך אז מ'ליינט עס... והא ראיה מ'ווייסט פונקטליך אויף וואס מוחה צו זיין וואך איין וואך אויס...

אלץ איז דא עפעס ליינער

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » פרייטאג דעצמבער 08, 2017 11:47 am

קען איינער פארענטפערן פארוואס יעדע וואך דארף ער פארנוצן פילע בלעטער צו דעקן די "פראבלעמען אינעם ווייסן הויז"?

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1083
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » פרייטאג דעצמבער 08, 2017 11:49 am

ווייל ער זעט בלויז דאס אין יעדע זאך וואס פאסירט דארט, אלעס אלעס איז א פראבלעם, די עצם ווייסע הויז איז א פראבלעם...
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג דעצמבער 08, 2017 12:45 pm

נאכאמאל, ער שטעלט צו א צייטונג מיט זאפטיגע גוטע ארטיקלן. צו די זייט האט ער א שוואכקייט אז טראמפ איז פאר אים א רויטע שמאטע, ער קען נישט דורכגיין א וואך אן זיך אויסבלאזן אויף אים. נו, טאר ער נישט?

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2813
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » פרייטאג דעצמבער 08, 2017 12:49 pm

געלעגער האט געשריבן:נאכאמאל, ער שטעלט צו א צייטונג מיט זאפטיגע גוטע ארטיקלן. צו די זייט האט ער א שוואכקייט אז טראמפ איז פאר אים א רויטע שמאטע, ער קען נישט דורכגיין א וואך אן זיך אויסבלאזן אויף אים. נו, טאר ער נישט?

ער מעג ער מעג...

מעבפראביר מיר נאר אויסצוהאמערן א הילף׳ס פלאן.. אים ארויסצורעדן רעדן פון זיין קאשמאר
מעוויל נאר העלפן א איד פון א קלעם פון וואס ער דערזעהט זיך נישט ארויס...
:lol:

להוסיף
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2015 1:50 pm

תגובהדורך להוסיף » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 10:32 am

רבניש האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:נאכאמאל, ער שטעלט צו א צייטונג מיט זאפטיגע גוטע ארטיקלן. צו די זייט האט ער א שוואכקייט אז טראמפ איז פאר אים א רויטע שמאטע, ער קען נישט דורכגיין א וואך אן זיך אויסבלאזן אויף אים. נו, טאר ער נישט?

ער מעג ער מעג...

מעבפראביר מיר נאר אויסצוהאמערן א הילף׳ס פלאן.. אים ארויסצורעדן רעדן פון זיין קאשמאר
מעוויל נאר העלפן א איד פון א קלעם פון וואס ער דערזעהט זיך נישט ארויס...
:lol:

ער האסט אזוי דעם טראמפ. אז חוץ די באקאנטע רוסלאנד אויספארשונג פון ראבערט מוללער - וואס יעדער ווייסט פון עס - שרייבט ער איבער א געהיימע אויספארשונג פון איינעם מאולער. ער ווארענט אז עס קען צווינגן טראמפ צו ריזיינען!!

שוין געגוגעלט מאולער'ן אויף ענגליש און יודיש און נישט געטראפן מי הוא זה ואיזהו..

פעיק ניוז!!

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2813
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 10:37 am

להוסיף האט געשריבן:

דער טראמפ איז ביי די חברה ווי דער ביטקוין... טאנצט ארויף און אראפ פון בענקל און מינוטן...

וויפיל מאל דער טראמפ האט שוין נעבעך אין דעם יאר געדארפט ריזיינען....
אימפיטשעט געווארן מן דכר אפי׳.

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2975
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 4:14 pm

געלעגער האט געשריבן:נאכאמאל, ער שטעלט צו א צייטונג מיט זאפטיגע גוטע ארטיקלן. צו די זייט האט ער א שוואכקייט אז טראמפ איז פאר אים א רויטע שמאטע, ער קען נישט דורכגיין א וואך אן זיך אויסבלאזן אויף אים. נו, טאר ער נישט?

ער מעג טון וואס ער וויל, עס איז אבער א געוואלדיגע דיס-סערוויס פאר זיינע ליינער אז ער גייט מיט'ן קאפ אין וואנט און א מיט א בלינדע שנאה שרייבט ער יעדע וואך נאר אנטי-טראמפ נייעס,
יעדע וואך קען מען מיינען אז יעצט גייט מען אים שוין ענדליך אימפיטשען.

וועסטו אוודאי פרעגן אויב אזוי פארוואס קויף איך עס, די ענטפער איז איך קויף עס טאקע נישט נאר פון די פאר מאל א יאר וואס עס קומט מיר אויס צו ליינען גייט מיר די בלוט ארויף אין קאפ פון די הוילע דעמאגאגיע וואס ער ריקט אריין אין זיינע ליינער יעדע איינציגע וואך.

עס באדערט מיר ווייל איך וואלט ווען יא געוואלט קויפן די צייטונג צוליב איר רייכע אינהאלט אבער זיין ארכי-לינקע-ראסיסטישע נייגונג איז וואס האלט מיך אפ.

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1174
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 4:28 pm

זייער הנאה פון אים יעדע וואך עקסטערע, יא מסכים מיט זיינע מיינונגען אדער נישט איז אמאל זיכער יעדע נייעס און ארטיקעל ליינט זיך געשמאק, און ב"ה אז קיין שום פאליטישע נייעס לטב ולמוטב גייט מיר נישט ארויף קיין בלוט אין קאפ, יא, אסאך מאל שמייכלן מיר זיך אונטער וויאזוי ער ספינט א נייעס, אבער נאך אלץ אסאך געשמאקער און אינטערעסאנטער פון אלע אנדערע צייטונגען אויף די אידישע מארקעט.
1 + 1 = חלה דעקל...

אוועטאר
פארשלעפטער
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 23, 2016 3:29 pm
לאקאציע: איין מינוט שפעט

תגובהדורך פארשלעפטער » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 4:35 pm

חלהדעקל האט געשריבן:זייער הנאה פון אים יעדע וואך עקסטערע, יא מסכים מיט זיינע מיינונגען אדער נישט איז אמאל זיכער יעדע נייעס און ארטיקעל ליינט זיך געשמאק, און ב"ה אז קיין שום פאליטישע נייעס לטב ולמוטב גייט מיר נישט ארויף קיין בלוט אין קאפ, יא, אסאך מאל שמייכלן מיר זיך אונטער וויאזוי ער ספינט א נייעס, אבער נאך אלץ אסאך געשמאקער און אינטערעסאנטער פון אלע אנדערע צייטונגען אויף די אידישע מארקעט.

;l;p-
ווען איך זאל ווען זיין דער "שלעפ" דאן ווילט איך געהייסן "פארשלעפט", עכשיו אז מיין ווייב איז די "פארשלעפטע" בין איך "פארשלעפטער"...

Naftule
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 5:22 pm

מצב כללי האט געשריבן:
געלעגער האט געשריבן:נאכאמאל, ער שטעלט צו א צייטונג מיט זאפטיגע גוטע ארטיקלן. צו די זייט האט ער א שוואכקייט אז טראמפ איז פאר אים א רויטע שמאטע, ער קען נישט דורכגיין א וואך אן זיך אויסבלאזן אויף אים. נו, טאר ער נישט?

ער מעג טון וואס ער וויל, עס איז אבער א געוואלדיגע דיס-סערוויס פאר זיינע ליינער אז ער גייט מיט'ן קאפ אין וואנט און א מיט א בלינדע שנאה שרייבט ער יעדע וואך נאר אנטי-טראמפ נייעס,
יעדע וואך קען מען מיינען אז יעצט גייט מען אים שוין ענדליך אימפיטשען.

וועסטו אוודאי פרעגן אויב אזוי פארוואס קויף איך עס, די ענטפער איז איך קויף עס טאקע נישט נאר פון די פאר מאל א יאר וואס עס קומט מיר אויס צו ליינען גייט מיר די בלוט ארויף אין קאפ פון די הוילע דעמאגאגיע וואס ער ריקט אריין אין זיינע ליינער יעדע איינציגע וואך.

עס באדערט מיר ווייל איך וואלט ווען יא געוואלט קויפן די צייטונג צוליב איר רייכע אינהאלט אבער זיין ארכי-לינקע-ראסיסטישע נייגונג איז וואס האלט מיך אפ.

RT ;l;p-
און וועגן זיין רייכן אינהאלט האט מיר איינער וואס קען זיך אויס מיר געזאגט אז רוב ארטיקלן אינעם אידישע צייט זענען איבערגעדרוקט פון אר''ילישע אויסגאבעס. ווייס איך נישט צי ס'איז אמת

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2813
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דינסטאג דעצמבער 12, 2017 9:18 pm

Naftule האט געשריבן:

ניין נישט אזוי!
נאר ביים אנהייב פונעם אידישע צייט ביי ״אויפפּאסונגען״ שטעלן זיי אינטערסאנטע נקודת גענומען פון פרעמדע צייטונגען, זיי ברענגן עס מיטן מראה מקום.

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3920
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 12:59 am

עמו אנכי בצייטונג, עס קריכט באמת פון די נאז לעכער אז אויף איעדע פעידזש ברויך מען לייענען איבער דעם דורכפאל טראמפ. אויסער זיינע אפיציעלע לייט ארטיקלען, פאליטישע אפהאנדלונג, נייעס ארום וואשינגטאן, סתם העדליינס, אלעס איז ארום דעם דורכפאל. העולה על כולנה איז די נייעסלעך פון ניו יארק און אומגעגענט, אדער סיטי נייעס און אלעס ארום, אלעס ברויך זיך דרייען ארום טראמפ'ן, און אויב איז עס סתם א שיכור'ישע געשעעניש טרעפט מען שוין א קייט צו טראמפ'ן.

עס איבלט ווען מען מוז עס נאך לייענען נאכן מיינען אז ס'יז סתם עפעס א באורינג נישט-נייעס... און דערווייל.. ווידער מיט טראמפ און איעדע איינציגע סקאנדאל וואס מען קלעבט צו ווי פאוסט איט נאוטס צו טראמפ'ן.

CUT IT!
נאט אייך א גרינע...

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2813
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 1:09 am

און איך קען שוין קוים ווארטן אויף די מארגענדיגע נייעס איבער א געלויף אין אלאבאמא

טראסט מי עס וועט אויסקוקן ווי מר. טראמפ האט ענדליך פארלוירן דעם ווייסן הויז אין אלאבאמא....

להוסיף
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2015 1:50 pm

תגובהדורך להוסיף » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 12:25 pm

;l;p-
און וועגן זיין רייכן אינהאלט האט מיר איינער וואס קען זיך אויס מיר געזאגט אז רוב ארטיקלן אינעם אידישע צייט זענען איבערגעדרוקט פון אר''ילישע אויסגאבעס. ווייס איך נישט צי ס'איז אמת[/quote]

ניין נישט אזוי!
נאר ביים אנהייב פונעם אידישע צייט ביי ״אויפפּאסונגען״ שטעלן זיי אינטערסאנטע נקודת גענומען פון פרעמדע צייטונגען, זיי ברענגן עס מיטן מראה מקום.
[/quote]

נפתלה. אויב ס'איז רייך. וואס איז מיר א חילוק פון וואו ס'קומט. דו ביזט עפעס דא פארן' אויפריכטיקייט. אדער צו ליינען גוטע ארטיקלן?? שטיות.

די אויפפאסונגען שרייבן זיי פון ווי ס'קומט. די אנדערע ארטיקלן איז גוטע סחורה. צום באלעקן. די בעסטע אויפ'ן מארק. בכל אופן זעט עס אויס ווי ארידזשינעל גוטע סחורה. מסתם נישט איבערגעשריבן. BUT WHO CARES.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 12:37 pm

ביודעי ומכירי האלב ארטיקלען אין אידישע צייט איז פון אנדערע צייטונגען, אבער ווי להוסיף זאגט, וועם גייט אן, ס'איז צום באלעקן די פינגער, ער מאכן א גוטן קאלעקטינג, מסלתה ומשמנה פון אלע אנגלא-אידישע צייטונגען אז ס'איז אונז אן עונג שבת יעדע וואך (ס'קען גאר זיין ער האט אן אפמאך מיט אנדערע צייטשריפטן, מ'פארקויפט זיך ארטיקלען, ווי אסאך צייטונגען טוען שוין היינט).

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3920
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 12:46 pm

די ארטיקלען פון ר' מנשה'ן זענען אייגענס.
אסאך גוטע ארטיקלען זענען מעשה ידי ר' אז"י פר"מ.
די אויפפאסונגען שרייבט ער דעם מקור.
מי כעמך ישראל שרייבט ער אויך דעם מקור.
ר' שאול קליינס זאג'ך נישט וואנעט ס'קומט.
די בילדער איז פון איי דאונט קעיר...

סא וואס קען שוין קומען פון דרויסן? אמאל דא דארט?
נאט אייך א גרינע...

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מיטוואך דעצמבער 13, 2017 12:49 pm

פליגל האט געשריבן:די ארטיקלען פון ר' מנשה'ן זענען אייגענס.
אסאך גוטע ארטיקלען זענען מעשה ידי ר' אז"י פר"מ.
די אויפפאסונגען שרייבט ער דעם מקור.
מי כעמך ישראל שרייבט ער אויך דעם מקור.
ר' שאול קליינס זאג'ך נישט וואנעט ס'קומט.
די בילדער איז פון איי דאונט קעיר...

סא וואס קען שוין קומען פון דרויסן? אמאל דא דארט?

די ארטיקלען פון נאך אויפפאסונגען ביז די בילדער (חוץ לעצטע עדות)
האלסט טאקע ער האט גערעדט מיט ר' שמואל קאמינעצקי?

בארואיגט-אייך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

די צייטונג - לינקע אגענדעס

תגובהדורך בארואיגט-אייך » זונטאג ינואר 14, 2018 2:08 pm

די צייטונג איז נישט אנטי טראמפ: שבת נאכמיטאג נאך די סעודה א מידער פאק איך זיך אריין אין ריקליינער וועלנדיג נהנה זיין פון די רייכע אידישע ליין מאטרייל וואס אונז פארמאגן, הייבן הייב איך אן מיט די בארימטע צייטונג וואס איז באקאנט מיטן ציענד-לייענד לשון וואס זי פארמאגט מיט די גרעסטע אין בעסטע קוואליטעט נייעס על טהרת הקודש, פארשטייט זיך אז די ערשטע צו ליינען איז די דריטע פעדזש, דארטן ליינט זיך ביים אונהייב פון א שורה ווי פאלגנד, "אויב זענט איר א שטיצער אין אונהענגער פון טראמפ דאן ליינט נישט די ארטיקל..."
שוין ווייס איך ווי יא ליינען, אין געליינט... איך גיי נישט צירטירן קיין סטעיטמענט'ס, אדער שטיקלעך פון זיינע ארטיקלעך, איר קענט עס אליין נאכקיקן, אבער איין זייך יא,
ער האט צישטערט מיין רואיגע שבת נאכמיטאג ליינען-צייט, די ארטיקל איז פול מיט קאנספעראציעס אין דימיונת, שלעכטע רייד אויף די פרעזידענט, פארקערט פון רעספעקטפול, אראפ געברענגט מאמרים וואס איך האב זיך געשמעט צו ליינען צילוב די קינדערישע תוכן, ווירדע לאז, ממש א שאנדע אז די עמך יודן פון די מסלתה וואס אונז פארמאגן זאלן אזוי אראפ רייסן א פרעזידענט פשוט ווייל ער איז קעגן די לינקע פארקראנקעט אגענדע וואס פירט דאס פאלק צום עזזאל.
איך בין געקומען צו איין אנערקענונג אין לאמיר זען צו עצט האלצט אויך אזוי,
"די צייטונג איז נישט אנטי טראמפ, אין נישט אנטי רעפובליקאנס. נאר ער איז גאר שטארק פאר די פרא געפילן אגענדע וואס ווערט געטריבן דורך די לינקע פרעסע מיט זייער פירער די באקאנטע אלט געזעצענע פאלק'ס פארשטייער'ס אין וואגשינגטאן"
איך בין גערעכט אדער נישט?
לעצט פאראכטן דורך בארואיגט-אייך אום זונטאג ינואר 14, 2018 2:13 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 440
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

תגובהדורך וואשינגטאן » זונטאג ינואר 14, 2018 2:11 pm

בארואיגט-אייך האט געשריבן:"די צייטונג איז נישט אנטי טראמפ, אין נישט אנטי רעפובליקאנס. ער איז שטארק פאר די פרא געפילן אגענדע וואס ווערט געטריבן דורך די לינקע פרעסע מיט זייער פירער די באקאנטע אלט געזעצענע פאלק'ס פארשטיער'ס אין וואגשינגטאן"
איך בין גערעכט אדער נישט?

דאס איז בגימטריא אנטי טראמפ!
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2850
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » מוצ"ש פאברואר 10, 2018 10:11 pm

וואשינגטאן האט געשריבן:
בארואיגט-אייך האט געשריבן:"די צייטונג איז נישט אנטי טראמפ, אין נישט אנטי רעפובליקאנס. ער איז שטארק פאר די פרא געפילן אגענדע וואס ווערט געטריבן דורך די לינקע פרעסע מיט זייער פירער די באקאנטע אלט געזעצענע פאלק'ס פארשטיער'ס אין וואגשינגטאן"
איך בין גערעכט אדער נישט?

דאס איז בגימטריא אנטי טראמפ!

:lol:
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: חושב מחשבות... און 11 געסט