״די צייטונג״ מיט איר לינקע אגענדע (אויך אנקעטע)

די אחראים: אחראי, געלעגער

איז ״דער צייטונג״ שטארק ניכר מיט א לינקע און פארפירערישע אגענדע?

די וואלן האבן זיך פארמאכט מיטוואך פאברואר 15, 2017 12:34 pm

די צייטונג באריכטן אין פאליטיקס זענען איבערגעטריבן ניכר׳דיג בייעסד, ער מעג היפש פארבעסערן.
65
60%
ניין עס איז אקוראט וויזוי די פאקטן זענען, און איך גלייך עס, סזאל בלייבן וויזוי עס איז.
32
29%
איך ליין בכלל נישט די ערשטע חלק די צייטונג, עס איז אירעלעוואנט פאר מיר.
12
11%
 
סך הכול שטימען: 109

יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 30, 2011 4:03 pm

תגובהדורך יקוםפרקן » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 8:33 am

אויסגערעכנט האט געשריבן:איך גלייך זייער צו ליינען די צייטונג כאטש ער איז גאר לינק.... פארוואס איך ליין עס ווייטער??? איך ווייס נישט, אבער ער האט עפעס א ארגינעלקייט... איך ווייס אליינס נישט וואס אבער עס ציט מירמצו אים ליינען מער ווי די אנדערע.


כ'וועל פרובירן מסבר צו זיין דעם הרגש:

דער הסבר איז פשוט מ'קען לעבן אין אן אילוזשין (איינרעדעניש) אז אלעס אז פיין און גוט, אמעריקע האט געווינען די לאטערי...!

- אבער דער גלייכדענקערדיגער מענטש וויל דאך אבער וויסן דעם "אמת" (אדער פעיק ווי אונזער פרעזידענט רופט עס), ווייל סוף כל סוף וועט מען זיך אנקלאפן מיט זיינע ערנסטע משוגעת'ן - דעריבער מוז מען לייענען די "ארגינעלקייט"...

באזעסענער
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 24, 2009 10:00 am

תגובהדורך באזעסענער » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 8:43 am

מי חכם האט געשריבן:נו וואס איז למעשה דער קעפל היינט?

פארשטייט זיך דו וועסט נישט טרעפן דעם ווארט "קרימינאלע אויספארשונג", ווייל אין די פראפעסיאנאלע מידיא וואס דו האסט אזוי, שרייבט מען נישט קיין ליגנט. עס איז נישט דער מנהג. ברייטבארט צי אנדערע זייער סטייל וואלטן מסתמא יא אזוי געשריבן.

בד"וו, אז דו רעדסט פון ערשטע זייט קעפלעך, כ'דערמאן זיך כ'האב זיך זייער געוואונדערט די ערשטע וואך נאכן איינשווערונג אז די צייטונג (ובעקבותיו אויך דער איד און בלאט) האט נישט געמאכט קיין גרויס וועזן פון די היסטארישע מאסן פראטעסטן פון מיליאנען קעגן טראמפ. (עכ"פ אויף די ערשטע זייט).

אמת אז טראמפ האט שוין אינצווישן פארדרייט דעם שמועס מיט נאך מער שטותים, מיט דעם אלעם איז דאס געווען גאר א וויכטיגער מאמענט אין די וואך'ס נייעס. און עס וואלט געווען זייער פארשטענדליך ווען ער שרייבט עס יא. - סתם להודיעך אז ער האט נישט קיין פיור לינקע אגענדע.


אין די פאליטישע וועלט זענען די עשירים און פאליטישאנס קעגן די מידיא (וויייל זיי דעקן אויף זייערע סקאנדאלן)
אין די "אידישע וועלט" זענען די "רבניש" קעקן די מידיא, ווייל...

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4079
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 9:09 am

רבני'ש אויב איז טאקע אזוי אז ער ברענגט נישט די אנדערע נייעס פון די וואך (נאר די טרוקענע - און לאו דוקא צוגעפוצטע, אבער דאך - נעגאטיווע נייעס), האסטו א שטארקע פוינט. כ'מיין אבער אז דו דארפסט פשוט נעמען נאך א נאכט און דורכזוכן דעם צייטונג פאר 'פאזיטיווע טראמפ 'נייעס' וועסטו אפשר אויך טרעפן.

גראדע, אויב וואלט ער געוואלט שרייבן נעגאטיוו פון טראמפ און ער האט א לינקע אגענדע, וואלט ער ווען געהאט א ברייטבארט סארט קעפל: פרעזידענט טראמפ דרוקט יאפאן פרעמיער'ס האנט פאר לאנגע פיינליכע סעקונדן...

אגב, איך טרעף נישט - צווישן דיינע אראפ געברענגטע קעפלעך - וועגן די גאנצע מאר א לאגא סעקיורעטי הפקירות. כ'האב מורא די צייטונג קומט טאקע נישט אן צו דעקן אלע 'שטאף' וואס טראמפ סופלייד אין א וואך... נו וויאזוי ווילסטו נאך ער זאל געדענקען אזאלכע וויכטיגע געשעענישן ווי "נידריג ראנקיגע ווייסע הויז געהילפן נעמען אוט אוו אפיס"...
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 9:38 am

מי חכם האט געשריבן:גראדע, אויב וואלט ער געוואלט שרייבן נעגאטיוו פון טראמפ און ער האט א לינקע אגענדע, וואלט ער ווען געהאט א ברייטבארט סארט קעפל: פרעזידענט טראמפ דרוקט יאפאן פרעמיער'ס האנט פאר לאנגע פיינליכע סעקונדן...

;l;p- נהניתי
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2813
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג פאברואר 16, 2017 11:33 am

אהההה און פאר מעפארגעסט.....
נאך איין גאר וויכטיגע שטיקל אינפארמאציע פאר די תמימותדיגע כולל יונגעלייט.
RenderedContent-1BBCB5FF-C725-4605-8255-A57F400B5528.JPG

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25427
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג פאברואר 17, 2017 2:27 pm

רבניש,

די צייטונג האט א לינקע אגענדע, און וואס איז אייער אגענדע?

איך האלט אז די צייטונג גייט מיט זיין לאנגיעריגע ליבארעלע שטעלונג אין פאליטיק, ובפרט ווען ער האט דעם משוגענעם פרעזידענט וואס שפילט אים אריין אין די הענט.

אבער טראץ דעם וואס אונז האמיר געווענליך א מיינונגס דיפרענס מיטן 'די צייטונג' אין פאליטיק, בין איך נאך שטארק ביי די מיינונג אז דאס מינערט נישט די קוואליטעט און ניווא פונעם צייטונג זעלבסט, און שטייט נאך אלס 'מיין בעסטע אידישע צייטשריפט'.

ממילא וויל איך דא ברבים מוחה זיין קעגן אראפרייסן 'די צייטונג' אלס געשריבן פאר 'תמימותדיגע כולל אינגעלייט' (בד"וו די תמימות אין אייערע תגובות זעהט מיר אויס שטארקער ווי פון די כולל אינגעלייט וועם איך קען), זייער אסאך באזעצענע און אינטעליגענטע היימישע ליינער באלעקן זיך וועכנטליך די פינגער מיט 'די צייטונג' אפגעזעהן פון זיינע פאליטישע שטעלונגען.

ר' אברהם כה לחי! גייט ווייטער אן, איר זענט פון די געציילטע פארבליבענע פראפעסיאנאלע זשורנאליסטן ביים היימישן ציבור, מיר קענען נישט עפארדן אייך צו פארלירן, ווערט נישט צובראכן פון אםאר תמימות'דיגע רבנישע תגובות.

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1488
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » פרייטאג פאברואר 17, 2017 2:47 pm

מסכים צו יעדן ווארט פון "הרב מיללער"!

מיר זענען זיך מחי' יעדע וואך מיט די רייכע ארטיקלען דארט, אפילו ס'איז מעט הכמות אבער ס'איז רב האיכות, געשריבן שיין פראפעשענעל און צום זאך, ספעציעל די "אידישע צייט" אפטיילונג איז ממש יעדע וואך א גאר שיינע ארבעט וואס ס'איז א נחת צו ליינען.

און לגבי זיינע לינקס גענויגטע פאליטישע באשרייבונגען און אנאליזן, ר' אברהם איז נישט היינט ארויפגעקומען אויפן ארענע, און בשעת'ן עפענען דעם צייטונג ווייסט יעדער פונקטליך ווער עס שרייבט עס און וועלכען ליניע ער נעמט און ער פרובירט עס נישט צו באהאלטן, וכזה ראה וקדש.

אויב איך גלייך נישט יענעם שטיקל האב איך די ברירה צו מישן צום נעקסטן בלאט... אבער עס מאכט נאכנישט אוועק זיין גאנצן צייטונג.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » פרייטאג פאברואר 17, 2017 2:53 pm

מיללער, ווי עס שיינט האסטו פארזעהן די קאנטענט וואס רביש האט אראפגעברענגט.

איך פרוביר נישט זיך צו פארגלייכען צו אייער פראפעשאנעל מיינונג אין זשורנאליזעם, אבער פאר די וואס האבען א אנדערע מיינונג פון אים אין פאליטיק איז עס געפאלען פון א דיסעגרימענט צו א ספק אויב ער שרייבט אמת אדער נישט.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

קאמפיוטער עקספערט
שר האלפיים
תגובות: 2190
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 18, 2016 8:42 am

תגובהדורך קאמפיוטער עקספערט » פרייטאג פאברואר 17, 2017 4:53 pm

מיללער האט געשריבן:רבניש,

די צייטונג האט א לינקע אגענדע, און וואס איז אייער אגענדע?

איך האלט אז די צייטונג גייט מיט זיין לאנגיעריגע ליבארעלע שטעלונג אין פאליטיק, ובפרט ווען ער האט דעם משוגענעם פרעזידענט וואס שפילט אים אריין אין די הענט.

די חסרון איז נישט אזוי ווייט די איינזייטיקייט נאר א חלק איז ווי אזוי זיי טוען עס איז קינדעריש

אדיר איום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 376
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 16, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אדיר איום » מוצ"ש פאברואר 18, 2017 9:15 pm

רבניש האט געשריבן:
צ ווייסט איינער אז רוב פון די טראמפ אדמיניסטראציע געהילפן האבן די וואך געהאלטן א בּייבּל מיט גרויס פּאראדע מיט זייער משפחת ארום צו נעמען דעם אויט אף אפיס?
אדער איז דאס פארגעקומען און א דארף אין אפגאניסטאן

וואס איז מיר א נפק״מ וואס זיי האבן געהאלטן

אוועטאר
נגיד
שר האלף
תגובות: 1960
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2015 10:39 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נגיד » דאנארשטאג פאברואר 23, 2017 2:25 am

די אנטווארט אויף רבניש'ס תגובות זענען "מיינד באגעלינג"
חוץ חוזק מאכן און אראפ רייסן איז נישטא קיין נארמאלער אנטווארט, איז ער דאך גערעכט
...I reserve the right to disagree

קאנספיראציע טעאריעס זענען פאלש, פאקטן זענען נישט...

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2813
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג מארטש 02, 2017 10:35 pm

ווארימע מזל טוב וואונטשען הערן זיך צווישן דעם חלק הכלל ישראל די ליינער פון די צייטונג, וואס האבן ענדליך נאך לאנג פארצויגענע וואכן זיין נע ונד, באקומען א פרעזידענט פאר זייער געבורטס לאנד אמעריקא....
צוגעלייגטע
RenderedContent-87D50BC6-F9AB-43DA-9954-3729D5EA93D5.JPG

אוועטאר
שואף
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 28, 2017 2:18 pm
לאקאציע: אויף די לינקע זייט פון די תגובה

תגובהדורך שואף » פרייטאג מארטש 03, 2017 8:06 am

ליינט די עדיטאריעל די וואך וועגן מייק פענס ווי נאך א האלבע ארטיקל הייבט ער אן צו רעדן א קייגן טראמפ
און ער שרייבט אריינגערינגלט אה מיר קענען אייך הערן טראכטן אז ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן פון שרייבן א קייגן טראמפ
בערך אזוי
איז דאך פשט אז ער ווייסט אז ער איז בייעס. האלט מיר דאך אויף א וועג מיט אים.....

Potus
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » מיטוואך מארטש 15, 2017 5:56 am

איינער ווייסט אפשר וואס די אימעיל אדרעס פון די צייטונג ווי זיי שיקן די ברעקינג ניוס?
יישר כח
יחי אדונינו מלך טראמפ לשמונה שנה

נכד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » פרייטאג מארטש 24, 2017 2:22 am


נכד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » פרייטאג מארטש 24, 2017 2:22 am


Potus
שר מאה
תגובות: 230
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » פרייטאג מארטש 24, 2017 9:46 am

נכד האט געשריבן:news@tzeitung.com
נכד האט געשריבן:http://www.tzeitung.com

יישר כח
יחי אדונינו מלך טראמפ לשמונה שנה

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1502
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2017 11:11 pm

געליינט די "מייקל פלין" אפהאנדלונג אין די צייטונג. איינזייטיג ביז גאר; אויסגעלאזט וויכטיגע פרטים (למשל. קען זיין אז איך האב א טעות, אבער איך מיין אז אין דעם גאנצן ארטיקל ווערט נישט דערמאנט דעם וויכטיגן פרט אז לעת עתה איז נישט פארהאן קיין שום באווייז אויף א רוסלאנד "קאלוזשן" דוראויס דעם קאמפיין.); פרא אבאמא-קלינטאן; יעדע פאראגראף איז אנטי טראמפ; אנטי רייט-ווינגער מייקל פלין; פארוואסערט די גאנצע ברייען ראס סקאנדאל (ניטאמאל איז ער מסביר וואס זיין שגץ-שטיק איז געווען).

בקיצור, די גאנצע אפהאנדלונג איז געשריבן פון א לינקע שטאנדפונקט, א וועיסט אוו טיים פאר ליינער וואס זוכן א דעטאלירטע, אבער זעלבשטענדיגע באריכט. אויף זיין "פאליטישע אפשאצונג" און "וואס מיר/אנדערע זאגן" קאלומס האב איך שוין לאנג אויפגעגעבן. איצט זעה איך אז די אנדערע בלעטער זענען אויך אן אנטוישונג. וועלן מיר אנהאלטן וואס מיר טיהן יעדע וואך; לייגן די ערשטע סעקשן אין די זייט, און לעזן בלויז די אידישע צייט.
לעצט פאראכטן דורך מונאוויטש אום דאנארשטאג דעצמבער 07, 2017 11:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1083
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2017 11:14 pm

פארגעסן אויסצופירן: אזויווי יעדע וואך...
כלל גדול: נעם נישט אן מיינע ווערטער אזוי ערנסט. קרעדיט: ק"ק
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1683
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2017 11:17 pm

;l;p- ;l;p-
יאסעלע האט געשריבן:פארגעסן אויסצופירן: אזויווי יעדע וואך...

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2813
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » דאנארשטאג דעצמבער 07, 2017 11:22 pm

מונאוויטש האט געשריבן:געליינט די "מייקל פלין" אפהאנדלונג אין די צייטונג. איינזייטיג ביז גאר; אויסגעלאזט וויכטיגע פרטים (למשל. קען זיין אז איך האב א טעות, אבער איך מיין אז אין דעם גאנצן ארטיקל ווערט נישט דערמאנט דעם וויכטיגן פרט אז לעת עתה איז נישט פארהאן קיין שום באווייז אויף א רוסלאנד "קאלוזשן" דוראויס דעם קאמפיין.); פרא אבאמא-קלינטאן; יעדע פאראגראף איז אנטי טראמפ; אנטי רייט-ווינגער מייקל פלין; פארוואסערט די גאנצע ברייען ראס סקאנדאל (ניטאמאל איז ער מסביר וואס זיין שגץ-שטיק איז געווען).

בקיצור, די גאנצע אפהאנדלונג איז געשריבן פון א לינקע שטאנדפונקט, א וועיסט אוו טיים פאר ליינער וואס זוכן א דעטאלירטע, אבער זעלבשטענדיגע באריכט. אויף זיין "פאליטישע אפשאצונג" און "וואס מיר/אנדערע זאגן" קאלומס האב איך שוין לאנג אויפגעגעבן. איצט זעה איך אז די אנדערע בלעטער זענען אויך אן אנטוישונג. וועלן מיר אנהאלטן וואס מיר טיהן יעדע וואך; לייגן די ערשטע סעקשן אין די זייט, און לעזן בלויז די אידישע צייט.


שיין פון דיר אזוי אויפצוגעבן אזוי ביסלעכווייז...

איך האב נישט אנגעהויבן איינצוגעבן לכתחילה..

א וועיסט אף יעדעס שטיקעלע פּאפיר.!

סמוז זיין אז ער שפירט ווי ער פיקסט צו די גאנצע חברה יעדע וואך עקסטערע :lol:
ער לאכט זיך אונטער ווי יעדן מיטוואך צופרי רופט מען דעם טעראפיסט צום ווייסן הויז....
עפעס אן אנדערע וועג האב איך נישט צו טראכטן

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1365
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » פרייטאג דעצמבער 08, 2017 10:57 am

די טעקס רעפארם ביל, א פיצעלע טריצקעלע טרוקענע נייעס ערגעץ אין צום סוף צייטונג, בעת פאריגע וואך האט מען געווידמעט בלעטער ווי אנטוישט מ'איז אין טראמפ ווען ער וועט ווארשיינליך נישט קענען דאס דורכפירן, ס'וועט פילייכט דורכפאלן, בלא בלא בלא.
ווען ס'גייט ווען נישט דורך אין סענאט וואלט זיכער געווען 5-6 זייטן אפצולעקן יעדעס ביינדל פונעם דורכפאל.

אוועטאר
איינפאכער איד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 409
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 28, 2017 12:52 pm

תגובהדורך איינפאכער איד » פרייטאג דעצמבער 08, 2017 10:59 am

שמעו נא רבותי אהובים יקרים, איך וויל נישטא ח"ו פוגע זיין בכבוד פונעם חשוב'ן רעדאקטאר פון די צייטונג הרה"ח ר' אברהם שליט"א, וואס זיין אויסגאבע "די אידישע צייט" איז מלא תוכן אויף אזא פארנעם אז ס'איז ממש איבעריג יעדע קאמפלימענט דערויף.
וואס איך וויל נאר זאגן איז אז די הערות [קריטיק בלע"ז...] אז "די צייטונג" איז געפערליך לינק געשטימט האבן ליידער אסאך אמת אין זיך, און איך וויל דא בארירן א נקודה וואס קיינער האט נאך נישט צוגעברענגט: מיט כמעט 2 יאר צוריק איז פלוצלינג געשטארבן דער בארימטער אמעריקאנער סופרים קארט ריכטער ענטאנין סקאליע, וואס איז געווען א בארימטער און כאריזמאטישער פיגור אין די יוריסטישע וועלט, און זעלטן ווען וואס אין די היסטאריע פון סופרים קאורט איז געווען וואס א ריכטער זאל ציען אזויפיל שעצונג און עהרע פון יעדן איינעם - אפילו די וועלכע זענען געווען גענצליך אפגענויגט פון זיינע מיינונגען.
ריכטער סקאליע איז געווען אן אויסגעשפראכענער קאנסערוואטיווער ריכטער, און איבער אלעם איז ער אנגערופן געווארן אין די יוריסטישע קרייזן אלץ אן ORIGINALIST ד.מ. אז ער האט אויסגעטייטשט די קאנסטיטוציע פון לאנד אריגינעל, כמות שהוא, וואס טראץ דעם וואס דאס האט אויפגעברויזט די היינטיגע ליבעראלן - וועלכע האבן געהאלטן אז מען דארף צופאסן די געזעצן צום רוח הזמן - האבן זיי אלע דאך שטארק געשעצט וויסנדיג אז ער איז אן עכטער קעמפער פאר'ן געזעץ.
און אצינד די אידישע נקודה: דער באוואוסטער אידישער לויער ר' נתן לעווין הי"ו וועלכער האט שטודירט געזעץ אינאיינם מיט ריכטער סקאליע, פלעגט אים באטיטולען "דער גוי'אישער תלמוד'יסט" אדער "דער אידישער גוי אינעם סופרים קאורט, פארוואס? ווייל סקאליע זייענדיג א שטרענג רעליגיעזער קאטאליק האט גאר שטארק געשעצט דעם תלמוד און בכלל דעם אידישן פאלק, און פלעגט כסדר בויען זיינע אורטיילן און מיינונגען געבויט אויף די ווערטער פון - להבדיל - חכמינו ז"ל. וואס דארף מען מער א באווייז אויף זיין אהבת ישראל איז דער פאקט בנוגע די רעגירונג שטיצע פאר מוסדות התורה, וואס טראץ דעם וואס זייענדיג א קאנסערוואטיווער האט ער שטרענג זיך געהאלטן צום קאנסטיטוציע - ווי דערמאנט - האט ער אבער מיט דעם אלעם געהאלטן און געקעמפט דערפאר אז די רעגירונג זאל "יא" שטיצן רעליגיעזע אינטערעסן, פארשטייט זיך אויף אן אופן וואס איז ערלויבט לויט'ן געזעץ.
און ווען סקאליע איז פלוצלינג געשטארבן זייענדיג אויף וואקאציע, האבן די צייטונגען ווי "המודיע" [און דער בלאט וואס האט ציטירט געוויסע חלקים דערפון] ברייט באשריבן דעם געערטן ריכטער וועלכער איז געווען אזוי גוט צו די אידן - און צווישן אנדערע איז געווען דארט באשריבן א רעדע וואס ריכטער סקאליע האט אמאל געהאלטן ביי א דינער לטובת "בית המדרש גבוה" - וכו' וכו' וכו'.
אבער וואס האט "די צייטונג" געהאט צו שרייבן איבער דעם געשעצטן ריכטער? [איך געדענק נישט פונקטליך אבער בערך אזוי:] "אזוי ווי די וואך איז פלוצלינג געשטארבן דער ארכי-קאנסערוואטיווער סופרים קאורט ריכטער אנטאנין סקאליע, דעריבער ערווארט מען יעצט אז פרעזידענט אבאמא זאל נאמירירן א צווייטן אויף זיין פלאץ". נישט מער און נישט ווייניגער!
נו איז דאס נישט בלינדע נייגונג פאר לינקס און ליעבארעליזם?!
לעצט פאראכטן דורך איינפאכער איד אום פרייטאג דעצמבער 08, 2017 11:46 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » פרייטאג דעצמבער 08, 2017 11:14 am

אלבערט איז בארעכטיגט צו זאגן זיין מיינונג די וועג וויאזוי ער שפירט. יעדער וואס ליינט זיין ארטיקל ווייסט אז ער גייט ליינען עפעס וואס פאקס זאגט נישט. אלזא, וואס איז די טענה׳ריי דא?

אוועטאר
רבניש
שר האלפיים
תגובות: 2813
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2012 4:24 pm
לאקאציע: בחלקת הרבנים...אויף אפרוה!

תגובהדורך רבניש » פרייטאג דעצמבער 08, 2017 11:21 am

געלעגער האט געשריבן:אלבערט איז בארעכטיגט צו זאגן זיין מיינונג די וועג וויאזוי ער שפירט. יעדער וואס ליינט זיין ארטיקל ווייסט אז ער גייט ליינען עפעס וואס פאקס זאגט נישט. אלזא, וואס איז די טענה׳ריי דא?

די נקודה איז אז ער שטייגט איבער ״סי ען ען״ מיטן ״פעיק נויז״ גאנג....

און ווען זיי ווייסן ווען פון הרב אלבערטס געשליפענעם דזורנאליזם קען ער ווען זיין יעצט א גביר אדיר ארבייטענדיג פאר זיי..
וויי איידער אויסגיסן זיין גרימצארן פאר אונז נאיווע יודעלך וואס ברענגט גארנישט!


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט