ר' פנחס גלויבער אנאליזן אויף קול מבשר

די אחראים: אחראי, געלעגער

מחאה
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 08, 2018 10:23 am

תגובהדורך מחאה » דינסטאג יולי 03, 2018 3:09 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:איך האב אויסגעהערט א גרויס טייל פון די מעשה. עפעס בין איך נישט רואיג דערמיט... איך גלייב נישט אז מיין זיידע האט\וואלט אמאל געליינט אזא מעשה...איך געדענק נישט אז אין "די שבת ליכט" זאל מען אויסשמועסן ענינים פון אנדערע רעילגיעס מיט אזוי פיל פרטים... ס'פילט עפעס ראנג.

איינער פארשטייט מיר?

נאטינג ראנג...
אם יש בידו למחות ואינו מוחה הרי זה רשע גמור

געקומען
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 31, 2018 12:16 pm

תגובהדורך געקומען » דינסטאג יולי 03, 2018 3:16 pm

מחאה האט געשריבן:לפענ"ד איז דאס זיין בעסטע שמועס אויף ק"מ הגם אלע זיינע שמועסן זענען ממש מוראדיג און יעדע וואך נאכן הערן זיין שמועס ווארט איך מיט שפאנונג אויף נעקסטע וואך

גם אני מצטרף, אז דאס איז זיין בעסטע שמועס!!!
ר' פנחס איבערראשט אונז יעדע וואך עקסטער.

געדענקסט נאך
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

תגובהדורך געדענקסט נאך » דינסטאג יולי 03, 2018 4:59 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:איך האב אויסגעהערט א גרויס טייל פון די מעשה. עפעס בין איך נישט רואיג דערמיט... איך גלייב נישט אז מיין זיידע האט\וואלט אמאל געליינט אזא מעשה...איך געדענק נישט אז אין "די שבת ליכט" זאל מען אויסשמועסן ענינים פון אנדערע רעילגיעס מיט אזוי פיל פרטים... ס'פילט עפעס ראנג.

איינער פארשטייט מיר?

איך בין מיט אייך !
איך האב גראדע זייער ליב גלויבער'ס שמועסן, כ'הער עס יעדע איינציגסטע וואך און ס'איז געוואלדיג! ס'איז נישט צום באשרייבן וואס דער קען און ווייסט אין איבער אלעם די קלארקייט מיט וואס ער לייגט עס אראפ, אבער דא בין איך געווען אביסל דיסעפוינטעט, קען זיין ס'איז נאטינג ראנג צו פארציילן אזא מעשה אבער ער איז צו שטארק מסביר די אלע ע"ז אין די כוחות הטומאה, וואס דאס אליינס איז שוין עפעס וואס מ'קען דן זיין צו ס'איז אויסגעהאלטן אראפ צולייגן אזוי דיטעילט, אין איבערהויפט האט מיך געבאדערט, געווענליך ר' פנחס נעמט נישט קיין שטעלונג און קיין זייטן ביי זיינע שיעורים אין ער רעדט פארעווע, צו איז עס ווען ער רעדט פאליטיק, מלחמות צווישן די אראבער אין מדנ"י וכדו', אבער ווען מען רעדט פון די אלע ע"ז למיניהם וואלט מען לענ"ד געדארפט מער ממאס זיין אין רעדן לגנאי פון די אלע ע"ז אין רעליגיע'ס אין נישט אזוי פארעווע.
אנטשולדיג ר' פנחס פאר די קריטיק, כ'מיין גארנישט פרעזענליך, אין ש'כח גדול פאר אלע אייערע שמועסן

אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

תגובהדורך נתנאל מינצבערג » מיטוואך יולי 04, 2018 6:42 pm

געדענקסט נאך האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:איך האב אויסגעהערט א גרויס טייל פון די מעשה. עפעס בין איך נישט רואיג דערמיט... איך גלייב נישט אז מיין זיידע האט\וואלט אמאל געליינט אזא מעשה...איך געדענק נישט אז אין "די שבת ליכט" זאל מען אויסשמועסן ענינים פון אנדערע רעילגיעס מיט אזוי פיל פרטים... ס'פילט עפעס ראנג.

איינער פארשטייט מיר?

איך בין מיט אייך !
איך האב גראדע זייער ליב גלויבער'ס שמועסן, כ'הער עס יעדע איינציגסטע וואך און ס'איז געוואלדיג! ס'איז נישט צום באשרייבן וואס דער קען און ווייסט אין איבער אלעם די קלארקייט מיט וואס ער לייגט עס אראפ, אבער דא בין איך געווען אביסל דיסעפוינטעט, קען זיין ס'איז נאטינג ראנג צו פארציילן אזא מעשה אבער ער איז צו שטארק מסביר די אלע ע"ז אין די כוחות הטומאה, וואס דאס אליינס איז שוין עפעס וואס מ'קען דן זיין צו ס'איז אויסגעהאלטן אראפ צולייגן אזוי דיטעילט, אין איבערהויפט האט מיך געבאדערט, געווענליך ר' פנחס נעמט נישט קיין שטעלונג און קיין זייטן ביי זיינע שיעורים אין ער רעדט פארעווע, צו איז עס ווען ער רעדט פאליטיק, מלחמות צווישן די אראבער אין מדנ"י וכדו', אבער ווען מען רעדט פון די אלע ע"ז למיניהם וואלט מען לענ"ד געדארפט מער ממאס זיין אין רעדן לגנאי פון די אלע ע"ז אין רעליגיע'ס אין נישט אזוי פארעווע.
אנטשולדיג ר' פנחס פאר די קריטיק, כ'מיין גארנישט פרעזענליך, אין ש'כח גדול פאר אלע אייערע שמועסן

יא איך, איך האב מיך געוואונדערט אז קיינער איז נישט מעיר דא
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך יולי 04, 2018 10:01 pm

וואס א חילוק האט געשריבן:רבותי ווער עס וויל ארויס שפאצירן פון דער וועלט פאר צוויי שטונדן רופט אריין און הערט!!!

פינחס (אויב די ליינסט דא) כה לחי!!! די ווערסט בעסער און בעסער פון וואך צו וואך!!!
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » מיטוואך יולי 04, 2018 10:13 pm

וואס א חילוק האט געשריבן:א חידוש..

א חידוש און אנאליזן..

א חידוש אין פונקטליכקייט..

א חידוש און ארויסהאבן א זאך..

א חידוש אין מסביר'ן א זאך..

און ס'איז א חידוש אז ס'נאכנישט דא אויף דעם עולם, אן אשכול (צוויי) פונעם אלעמען באקאנטן שריפטשטעלער און אנאליז געבער ר' "פנחס גלויבער"!

(לאפרושי מאיסורא, דאס איז נישט קיין אדווערטייזמענט. און איך ביניש פינחעסנס ברודערקע אדער שוואגערס קאזין.. איך האב פנחס'ן אין מיין לעבן נאכנישט געזעהן!!)

יעדע וואך מאנטאג (אבער פונקטליך אויפן טאג..) איז דא א פרישע אנאליז אויף קולמע פון ר' פנחס אויף נומער 3 דערנאך 8 פון מעין מעניוא

צום אלעם ערשט וויל איך פערזענליך בעטן קולמעוואסער (זאל עס זיין ר' זלמן, אדער דער אנדערער דארט נא ווי אזוי הייסט ער??!!) אויב מ'קען אים איבערלייגן אויף אן עקסטערן קנעפל.. מהיכן דנתנו אז ער דארף זיין צוזאמען מיט יעדן? און ר' ר' הערשלען האט פארכאפט א קנעפל פאר זיך?!?!

מילא די אנדערע שריפטשטעלער און אנאליז טרייבער ווי ר' שמעון ראליצקי(/ראלניצקי/ראלינצקי) אדער דער נייער ר' יואל פעלזן און ר' יונה הכהן כהן הערט מען נישט פון זיי יעדן איינציגסטן וואך! לאפיקו ר' פנחס וואס קומט ארויף מיט א פרישקייט יעדן מאנטאג..

ר' פנחס האט אסאך מעלות וואס איז וויכטיג פאר אן אנאליז רעדער ווי למשל:
1) ער האט גוט און קלאר ארויס א נושא
2) ער נעמט נישט קיין צד (און 'נישט' אזויווי "אלע" אנאליז שטעלער וואס נעמען נישט קיין צד, ער נעמט 'טאקע' נישט קיין צד)
3) ער טרעפט אלעמאל גוטע און ברענעדיגע נושאים וואס דורכצוטון (למשל דעי וואך [וואס טוט זיך ארום טראמפערס עקזעקעטיוו ארדער פון אימיגראציע] האט ער מסביר געווען וואס איז דאס אן עקזעקעטיוו ארדער, וואס פארא כח עס האט.. וגו')
4) ער איז פונקטליך און צייטליך יעדן וואך..
5) צולייגט זייער גוט און מסודר די טעמע. (ווי האט דער ליטפישער גדול געזאגט "אז עס פעלט אין הסברה, פעלט אין הבנה".. ומכלל הן..)

וואס נאך??!! הערט אליין און קומט ארויף אהער צוצולייגן די מעלות וואס איך האב נישט אויסגערעכנט!!

צום סיום: א ריזיגן יישר כח ר' פנחס פארן מיר באקאנט מאכן מיט אזויפיל זאכן וואס זענען מיר שווער געווען! אין שמחה כהתרת הספקות!

אין נאך אזאך ער הייבט אן פון בית המקדש/ווי אזוי די מח ארבעט/ביז טראמפ/יאפ אלעס אזוי קלאר ארויסגעברענג שכח ר'פנחס
ווען איר ליינט א שרעקעדיגע מעשה זייט נישט
דערשראקן,דער שרייבער באקומט באצאלט אין צייט...

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » מיטוואך יולי 04, 2018 10:18 pm

נתנאל מינצבערג האט געשריבן:
געדענקסט נאך האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:איך האב אויסגעהערט א גרויס טייל פון די מעשה. עפעס בין איך נישט רואיג דערמיט... איך גלייב נישט אז מיין זיידע האט\וואלט אמאל געליינט אזא מעשה...איך געדענק נישט אז אין "די שבת ליכט" זאל מען אויסשמועסן ענינים פון אנדערע רעילגיעס מיט אזוי פיל פרטים... ס'פילט עפעס ראנג.

איינער פארשטייט מיר?

איך בין מיט אייך !
איך האב גראדע זייער ליב גלויבער'ס שמועסן, כ'הער עס יעדע איינציגסטע וואך און ס'איז געוואלדיג! ס'איז נישט צום באשרייבן וואס דער קען און ווייסט אין איבער אלעם די קלארקייט מיט וואס ער לייגט עס אראפ, אבער דא בין איך געווען אביסל דיסעפוינטעט, קען זיין ס'איז נאטינג ראנג צו פארציילן אזא מעשה אבער ער איז צו שטארק מסביר די אלע ע"ז אין די כוחות הטומאה, וואס דאס אליינס איז שוין עפעס וואס מ'קען דן זיין צו ס'איז אויסגעהאלטן אראפ צולייגן אזוי דיטעילט, אין איבערהויפט האט מיך געבאדערט, געווענליך ר' פנחס נעמט נישט קיין שטעלונג און קיין זייטן ביי זיינע שיעורים אין ער רעדט פארעווע, צו איז עס ווען ער רעדט פאליטיק, מלחמות צווישן די אראבער אין מדנ"י וכדו', אבער ווען מען רעדט פון די אלע ע"ז למיניהם וואלט מען לענ"ד געדארפט מער ממאס זיין אין רעדן לגנאי פון די אלע ע"ז אין רעליגיע'ס אין נישט אזוי פארעווע.
אנטשולדיג ר' פנחס פאר די קריטיק, כ'מיין גארנישט פרעזענליך, אין ש'כח גדול פאר אלע אייערע שמועסן

יא איך, איך האב מיך געוואונדערט אז קיינער איז נישט מעיר דא

איך קען מלמד זכות זיין אז אזוי ווי ער לייגט אלע זיינע שמוסען אראפ
אזוי קלאר פון אלע זייטן טוט ער עס דא אויכעט און בכלל טעות לעולם חוזר
ווען איר ליינט א שרעקעדיגע מעשה זייט נישט
דערשראקן,דער שרייבער באקומט באצאלט אין צייט...

אוועטאר
בילדער
שר חמש מאות
תגובות: 528
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 3:05 pm

תגובהדורך בילדער » מיטוואך יולי 04, 2018 11:21 pm

נאך איינער האט באמערקט אז די שמועס ווערט אפגעהאקט צום סוף?

סופער סופער דשאב!

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4050
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » דאנארשטאג יולי 05, 2018 12:53 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:איך האב אויסגעהערט א גרויס טייל פון די מעשה. עפעס בין איך נישט רואיג דערמיט... איך גלייב נישט אז מיין זיידע האט\וואלט אמאל געליינט אזא מעשה...איך געדענק נישט אז אין "די שבת ליכט" זאל מען אויסשמועסן ענינים פון אנדערע רעילגיעס מיט אזוי פיל פרטים... ס'פילט עפעס ראנג.

איינער פארשטייט מיר?

קאם אן
דאס ווערט אנגעריפן אנגעצויגענע אידישקייט, מאכט פון יעדע ריר א מצב, ביי די שבת ליכט רעד מען טאקע נישט דערפין אבער וואץ די פראבלעם פאר איינער וואס איז פעסט מיט אידישקייט און ער האט פעסטע גרינדן?? מ'קען נישט און מ'טאר נישט פארלוירן ווערן ווען מ'הערט אנדערע זאכן

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9169
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג יולי 05, 2018 1:15 am

אמביציע, כ'האב אים נישט אויסגעהערט, ממילא ווייס איך נישט וואס די אומבאקוועמקייט איז, און מיט וואס מען דארף זיין פעסט.

אבער להוי ידועה ווען ס'קומט כלפי עבו"ז איז דא זאכן וואס ע"פ הלכה טאר מען נישט ליינען הערן אדער זען, ממילא איז גאנץ פארשטענדליך אז מען זאל זיך שפירן אומבאקוועם אפילו ער זאל נישט רעדן ממש פון וואס ס'איז אסור נאר ארום און ארום. און אויף די זאכן העלפט נישט דאס וואס מען איז פעסט, ווייל ס'איז ממש אן איסור דאורייתא.

זע וואס די רמב"ם שרייבט אין הל' עבו"ז (פ"ב ה"ב וה"ג)

ספרים רבים חברו עובדי כוכבים בעבודתה היאך עיקר עבודתה ומה מעשיה ומשפטיה, צונו הקדוש ברוך הוא שלא לקרות באותן הספרים כלל ולא נהרהר בה ולא בדבר מדבריה, ואפילו להסתכל בדמות הצורה אסור שנאמר אל תפנו אל האלילים, ובענין הזה נאמר ופן תדרוש לאלהיהם לאמר איכה יעבדו שלא תשאל על דרך עבודתה היאך היא אף על פי שאין אתה עובדה שדבר זה גורם להפנות אחריה ולעשות כמה שהן עושין שנאמר ואעשה כן גם אני.

וכל הלאוין האלו בענין אחד הן והוא שלא יפנה אחר עבודת כוכבים וכל הנפנה אחריה בדרך שהוא עושה בו מעשה הרי זה לוקה, ולא עבודת כוכבים בלבד הוא שאסור להפנות אחריה במחשבה אלא כל מחשבה שהוא גורם לו לאדם לעקור עיקר מעיקרי התורה מוזהרין אנו שלא להעלותה על לבנו ולא נסיח דעתנו לכך ונחשוב ונמשך אחר הרהורי הלב, מפני שדעתו של אדם קצרה ולא כל הדעות יכולין להשיג האמת על בוריו, ואם ימשך כל אדם אחר מחשבות לבו נמצא מחריב את העולם לפי קוצר דעתו, כיצד פעמים יתור אחר עבודת כוכבים ופעמים יחשוב ביחוד הבורא שמא הוא שמא אינו, מה למעלה ומה למטה מה לפנים ומה לאחור, ופעמים בנבואה שמא היא אמת שמא היא אינה, ופעמים בתורה שמא היא מן השמים שמא אינה, ואינו יודע המדות שידין בהן עד שידע האמת על בוריו ונמצא יוצא לידי מינות, ועל ענין זה הזהירה תורה ונאמר בה ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם אשר אתם זונים, כלומר לא ימשך כל אחד מכם אחר דעתו הקצרה וידמה שמחשבתו משגת האמת, כך אמרו חכמים אחרי לבבכם זו מינות ואחרי עיניכם זו זנות, ולאו זה אף על פי שהוא גורם לאדם לטרדו מן העולם הבא אין בו מלקות.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דאנארשטאג יולי 05, 2018 1:38 am

אמביציע האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:איך האב אויסגעהערט א גרויס טייל פון די מעשה. עפעס בין איך נישט רואיג דערמיט... איך גלייב נישט אז מיין זיידע האט\וואלט אמאל געליינט אזא מעשה...איך געדענק נישט אז אין "די שבת ליכט" זאל מען אויסשמועסן ענינים פון אנדערע רעילגיעס מיט אזוי פיל פרטים... ס'פילט עפעס ראנג.

איינער פארשטייט מיר?

קאם אן
דאס ווערט אנגעריפן אנגעצויגענע אידישקייט, מאכט פון יעדע ריר א מצב, ביי די שבת ליכט רעד מען טאקע נישט דערפין אבער וואץ די פראבלעם פאר איינער וואס איז פעסט מיט אידישקייט און ער האט פעסטע גרינדן?? מ'קען נישט און מ'טאר נישט פארלוירן ווערן ווען מ'הערט אנדערע זאכן

האסט אפשר א וועג צו וויסן, וויפיל פון די אויסהערער זענען נאכדעם געגאנגען גוגלען דאס און יענץ?

אוועטאר
פארשטיין טיף
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 09, 2018 10:30 am

תגובהדורך פארשטיין טיף » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:07 am

געדענקסט נאך האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:איך האב אויסגעהערט א גרויס טייל פון די מעשה. עפעס בין איך נישט רואיג דערמיט... איך גלייב נישט אז מיין זיידע האט\וואלט אמאל געליינט אזא מעשה...איך געדענק נישט אז אין "די שבת ליכט" זאל מען אויסשמועסן ענינים פון אנדערע רעילגיעס מיט אזוי פיל פרטים... ס'פילט עפעס ראנג.

איינער פארשטייט מיר?

איך בין מיט אייך !
איך האב גראדע זייער ליב גלויבער'ס שמועסן, כ'הער עס יעדע איינציגסטע וואך און ס'איז געוואלדיג! ס'איז נישט צום באשרייבן וואס דער קען און ווייסט אין איבער אלעם די קלארקייט מיט וואס ער לייגט עס אראפ, אבער דא בין איך געווען אביסל דיסעפוינטעט, קען זיין ס'איז נאטינג ראנג צו פארציילן אזא מעשה אבער ער איז צו שטארק מסביר די אלע ע"ז אין די כוחות הטומאה, וואס דאס אליינס איז שוין עפעס וואס מ'קען דן זיין צו ס'איז אויסגעהאלטן אראפ צולייגן אזוי דיטעילט, אין איבערהויפט האט מיך געבאדערט, געווענליך ר' פנחס נעמט נישט קיין שטעלונג און קיין זייטן ביי זיינע שיעורים אין ער רעדט פארעווע, צו איז עס ווען ער רעדט פאליטיק, מלחמות צווישן די אראבער אין מדנ"י וכדו', אבער ווען מען רעדט פון די אלע ע"ז למיניהם וואלט מען לענ"ד געדארפט מער ממאס זיין אין רעדן לגנאי פון די אלע ע"ז אין רעליגיע'ס אין נישט אזוי פארעווע.
אנטשולדיג ר' פנחס פאר די קריטיק, כ'מיין גארנישט פרעזענליך, אין ש'כח גדול פאר אלע אייערע שמועסן

וויפיל מיינט איר אז מען קען שניידען פון מעשה, ער איז געגנגען צוושען די טראפען אין נאר דרציילט אז מען זאל בערך פאר שטיין,
סאיז פרהאנען אלע סארטן מנטשען,אין נישט פאר יעדעם איז געמאכט אלעס, אין טאמער מען הערט אדער מען ליינט א זאך וואס מען פילט אז דאס דער ווארטערט אייך פון עבודת ד'
אין איר קענט נישט ניצען די אינפרמשען אויפן ריכטגער וויג איז דאס מיט אייער יעצטגער פראשטאנד נישט געמכט פאר אייך אין איר קענט אין זאלט פאר געסען פון דעם,

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג יולי 05, 2018 4:04 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:אמביציע, כ'האב אים נישט אויסגעהערט, ממילא ווייס איך נישט וואס די אומבאקוועמקייט איז, און מיט וואס מען דארף זיין פעסט.

אבער להוי ידועה ווען ס'קומט כלפי עבו"ז איז דא זאכן וואס ע"פ הלכה טאר מען נישט ליינען הערן אדער זען, ממילא איז גאנץ פארשטענדליך אז מען זאל זיך שפירן אומבאקוועם אפילו ער זאל נישט רעדן ממש פון וואס ס'איז אסור נאר ארום און ארום. און אויף די זאכן העלפט נישט דאס וואס מען איז פעסט, ווייל ס'איז ממש אן איסור דאורייתא.

זע וואס די רמב"ם שרייבט אין הל' עבו"ז (פ"ב ה"ב וה"ג)

ספרים רבים חברו עובדי כוכבים בעבודתה היאך עיקר עבודתה ומה מעשיה ומשפטיה, צונו הקדוש ברוך הוא שלא לקרות באותן הספרים כלל ולא נהרהר בה ולא בדבר מדבריה, ואפילו להסתכל בדמות הצורה אסור שנאמר אל תפנו אל האלילים, ובענין הזה נאמר ופן תדרוש לאלהיהם לאמר איכה יעבדו שלא תשאל על דרך עבודתה היאך היא אף על פי שאין אתה עובדה שדבר זה גורם להפנות אחריה ולעשות כמה שהן עושין שנאמר ואעשה כן גם אני.

וכל הלאוין האלו בענין אחד הן והוא שלא יפנה אחר עבודת כוכבים וכל הנפנה אחריה בדרך שהוא עושה בו מעשה הרי זה לוקה, ולא עבודת כוכבים בלבד הוא שאסור להפנות אחריה במחשבה אלא כל מחשבה שהוא גורם לו לאדם לעקור עיקר מעיקרי התורה מוזהרין אנו שלא להעלותה על לבנו ולא נסיח דעתנו לכך ונחשוב ונמשך אחר הרהורי הלב, מפני שדעתו של אדם קצרה ולא כל הדעות יכולין להשיג האמת על בוריו, ואם ימשך כל אדם אחר מחשבות לבו נמצא מחריב את העולם לפי קוצר דעתו, כיצד פעמים יתור אחר עבודת כוכבים ופעמים יחשוב ביחוד הבורא שמא הוא שמא אינו, מה למעלה ומה למטה מה לפנים ומה לאחור, ופעמים בנבואה שמא היא אמת שמא היא אינה, ופעמים בתורה שמא היא מן השמים שמא אינה, ואינו יודע המדות שידין בהן עד שידע האמת על בוריו ונמצא יוצא לידי מינות, ועל ענין זה הזהירה תורה ונאמר בה ולא תתורו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם אשר אתם זונים, כלומר לא ימשך כל אחד מכם אחר דעתו הקצרה וידמה שמחשבתו משגת האמת, כך אמרו חכמים אחרי לבבכם זו מינות ואחרי עיניכם זו זנות, ולאו זה אף על פי שהוא גורם לאדם לטרדו מן העולם הבא אין בו מלקות.

ער האט נישט גערעדט פון קיין עו"ז, ס"ה פון געוויסע סעקטעס - קולט'ס, קען זיין זיי זענען עובדי עו"ז אבער ער איז בכלל נישט אריין אין די חלק העו"ז שבו.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 946
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » דאנארשטאג יולי 05, 2018 4:13 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:
אמביציע האט געשריבן:
שטאלצער יוד האט געשריבן:איך האב אויסגעהערט א גרויס טייל פון די מעשה. עפעס בין איך נישט רואיג דערמיט... איך גלייב נישט אז מיין זיידע האט\וואלט אמאל געליינט אזא מעשה...איך געדענק נישט אז אין "די שבת ליכט" זאל מען אויסשמועסן ענינים פון אנדערע רעילגיעס מיט אזוי פיל פרטים... ס'פילט עפעס ראנג.

איינער פארשטייט מיר?

קאם אן
דאס ווערט אנגעריפן אנגעצויגענע אידישקייט, מאכט פון יעדע ריר א מצב, ביי די שבת ליכט רעד מען טאקע נישט דערפין אבער וואץ די פראבלעם פאר איינער וואס איז פעסט מיט אידישקייט און ער האט פעסטע גרינדן?? מ'קען נישט און מ'טאר נישט פארלוירן ווערן ווען מ'הערט אנדערע זאכן

האסט אפשר א וועג צו וויסן, וויפיל פון די אויסהערער זענען נאכדעם געגאנגען גוגלען דאס און יענץ?

ממ"נ האט ער א פילטער, וועט עס זיין געבלאקד
האט ער נישט, ---

נשמת השכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 1:04 pm
לאקאציע: ערגעץ וואו, נאכנישט באשטימט...

תגובהדורך נשמת השכל » דאנארשטאג יולי 05, 2018 6:14 pm

גא"מ אז דער שמועס איז עפעס אויסנאם געוואלדיג!!!
אנשטאט צו דרייען דיין קאפ און דיך האלטן גראד, דריי דיך און האלט דיין קאפ גראד....

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » דאנארשטאג יולי 05, 2018 8:24 pm

שוין דא א נייע שמועס
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

blue moon
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » דאנארשטאג יולי 05, 2018 11:07 pm

ייש"כ ר' פנחס.
און מיין אפיניען דעליווערט איר פון די העכסטע קוואליטי אויף קולמע.
אינטערסאנטע זייטיגע באמערקונג....
עס איז דא אַ חיבור פון איינע פון די גרעסטע גדולים בימינו, וואס ארבעט שטארק ארום מיט די ענינים פון די ניסים פון די סטרא אחרא. דער חיבור הייסט על הגאולה ועל התמורה.
אין דעם חיבור רייסט דער מחבר שטארק אראָפ די אלע וואס זענען זיך מתעסק מיטן תפילין לייגען פאר פרייע און דאס גלייכען.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דאנארשטאג יולי 05, 2018 11:34 pm

אז דו ברענגסט שוין ארויף.

עס איז קאמיש ביז גאר, אז וועגן אלע כוחות הטומאה און שווארץ יאר איז ער אזוי שיין מאריך און צולייגט עס אויף פיצלעך, און ווען ס'קומט צו דערמאנען חב"ד אדער די כותל און אלץ וואס טוט זיך אפ דארט, פונקט דארט ווערט ער אזוי קאלט, און פארט גלייך ווייטער.

ולא תהא כהנת כפונדקית.

אוועטאר
פרינדזשעס..
שר מאה
תגובות: 179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 08, 2018 4:27 pm
לאקאציע: מונקאטש

תגובהדורך פרינדזשעס.. » פרייטאג יולי 06, 2018 10:15 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:אז דו ברענגסט שוין ארויף.

עס איז קאמיש ביז גאר, אז וועגן אלע כוחות הטומאה און שווארץ יאר איז ער אזוי שיין מאריך און צולייגט עס אויף פיצלעך, און ווען ס'קומט צו דערמאנען חב"ד אדער די כותל און אלץ וואס טוט זיך אפ דארט, פונקט דארט ווערט ער אזוי קאלט, און פארט גלייך ווייטער.

ולא תהא כהנת כפונדקית.

צוויי זאכן:
איינס: דארטן ווייסטו אליינס די אינפא און דארפסט נישט צוקומען צו אים.
צוויי: שרייב "להבדיל".
זאג איך צו אייך מיינע טייערע ברודער אין אמעריקא
איר קאנט האלטן שבת!!! (הרה"ק המנחת אלעזר ממונקאטש זצוקללה"ה)

blue moon
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » פרייטאג יולי 06, 2018 10:48 am

שטאלצער יוד האט געשריבן:אז דו ברענגסט שוין ארויף.

עס איז קאמיש ביז גאר, אז וועגן אלע כוחות הטומאה און שווארץ יאר איז ער אזוי שיין מאריך און צולייגט עס אויף פיצלעך, און ווען ס'קומט צו דערמאנען חב"ד אדער די כותל און אלץ וואס טוט זיך אפ דארט, פונקט דארט ווערט ער אזוי קאלט, און פארט גלייך ווייטער.

ולא תהא כהנת כפונדקית.


איך האב נישט געהערט ווי ער רעדט פון כותל. אבער די חב"ד חלק ווי אַ געלע טעקסי האט אים פלוצים גענומען פונעם פ.ד.ר. פאר אומזיסט, און געטראגען אום געבעטען, פונקט קיין 770 הערט זיך עפעס זייער קאָמיש. און איז ווארשיינליך ליגענט ווי די עבודה זרה.
איך בין נישט חושד לאקס און אוודאי נישט גלויבער מיטן פאבריצירען די נאנ-סענס, עס איז לכואורה איינער פון די פאבלישערס, אין מיטן פון די פאָד טשעין וואס האט אן אגענדע גרויס צו מאכן 770 האט מחליט געוועהן אז אזא קאלירפולע גשיכטע מיז זיין קאנעקטעד מיט 770.

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » פרייטאג יולי 06, 2018 11:31 am

איבער די שמועס פון שבעה עשר בתמוז, כ'האלט עס אינמיטן הערן, דאס איז עפעס נישט פשוט! א מחיה, דראמאטיש, אינטערעסאנט און לערנבאר.

כה לחי ר' פנחס, ביסט מחיה אידישע קינדערלעך!

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 508
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » פרייטאג יולי 06, 2018 11:34 am

ל.רוזן האט געשריבן:Before & after

פאלגענד איז א בוך וואס גיל האט ארויסגעגעבן
צוגעלייגטע
51KT6pHYsmL._SX326_BO1,204,203,200_.jpg
51KT6pHYsmL._SX326_BO1,204,203,200_.jpg (34.06 KiB) געזעהן 798 מאל

קעניגליך
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 05, 2018 7:46 pm

תגובהדורך קעניגליך » דינסטאג יולי 10, 2018 5:39 pm

ר פנחס, ממש אה מחיה, א געשמאק צי הערן, רעט צים דבר, שלעפט נישט, אינפארמאטיוו, קלארע שפראך, יעידע שעיור a1.

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1869
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דינסטאג יולי 10, 2018 5:45 pm

פרישע שמועס, ביגראפיע פון פרעזידענט טראמפ.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » דינסטאג יולי 10, 2018 6:08 pm

אהער און אהין האט געשריבן:
ל.רוזן האט געשריבן:Before & after

פאלגענד איז א בוך וואס גיל האט ארויסגעגעבן

עמעזאן לינק.
און דאס איז זיין אנדערע ספר: The Spice of Torah: Gematria
צוגעלייגטע
41VHF2gL3LL.jpg
41VHF2gL3LL.jpg (25.72 KiB) געזעהן 1968 מאל


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פ' לך לך און 12 געסט