ר' פנחס גלויבער אנאליזן אויף קול מבשר

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

ר' פנחס גלויבער אנאליזן אויף קול מבשר

תגובהדורך וואס א חילוק » מיטוואך פאברואר 08, 2017 12:39 pm

א חידוש..

א חידוש און אנאליזן..

א חידוש אין פונקטליכקייט..

א חידוש און ארויסהאבן א זאך..

א חידוש אין מסביר'ן א זאך..

און ס'איז א חידוש אז ס'נאכנישט דא אויף דעם עולם, אן אשכול (צוויי) פונעם אלעמען באקאנטן שריפטשטעלער און אנאליז געבער ר' "פנחס גלויבער"!

(לאפרושי מאיסורא, דאס איז נישט קיין אדווערטייזמענט. און איך ביניש פינחעסנס ברודערקע אדער שוואגערס קאזין.. איך האב פנחס'ן אין מיין לעבן נאכנישט געזעהן!!)

יעדע וואך מאנטאג (אבער פונקטליך אויפן טאג..) איז דא א פרישע אנאליז אויף קולמע פון ר' פנחס אויף נומער 3 דערנאך 8 פון מעין מעניוא

צום אלעם ערשט וויל איך פערזענליך בעטן קולמעוואסער (זאל עס זיין ר' זלמן, אדער דער אנדערער דארט נא ווי אזוי הייסט ער??!!) אויב מ'קען אים איבערלייגן אויף אן עקסטערן קנעפל.. מהיכן דנתנו אז ער דארף זיין צוזאמען מיט יעדן? און ר' ר' הערשלען האט פארכאפט א קנעפל פאר זיך?!?!

מילא די אנדערע שריפטשטעלער און אנאליז טרייבער ווי ר' שמעון ראליצקי(/ראלניצקי/ראלינצקי) אדער דער נייער ר' יואל פעלזן און ר' יונה הכהן כהן הערט מען נישט פון זיי יעדן איינציגסטן וואך! לאפיקו ר' פנחס וואס קומט ארויף מיט א פרישקייט יעדן מאנטאג..

ר' פנחס האט אסאך מעלות וואס איז וויכטיג פאר אן אנאליז רעדער ווי למשל:
1) ער האט גוט און קלאר ארויס א נושא
2) ער נעמט נישט קיין צד (און 'נישט' אזויווי "אלע" אנאליז שטעלער וואס נעמען נישט קיין צד, ער נעמט 'טאקע' נישט קיין צד)
3) ער טרעפט אלעמאל גוטע און ברענעדיגע נושאים וואס דורכצוטון (למשל דעי וואך [וואס טוט זיך ארום טראמפערס עקזעקעטיוו ארדער פון אימיגראציע] האט ער מסביר געווען וואס איז דאס אן עקזעקעטיוו ארדער, וואס פארא כח עס האט.. וגו')
4) ער איז פונקטליך און צייטליך יעדן וואך..
5) צולייגט זייער גוט און מסודר די טעמע. (ווי האט דער ליטפישער גדול געזאגט "אז עס פעלט אין הסברה, פעלט אין הבנה".. ומכלל הן..)

וואס נאך??!! הערט אליין און קומט ארויף אהער צוצולייגן די מעלות וואס איך האב נישט אויסגערעכנט!!

צום סיום: א ריזיגן יישר כח ר' פנחס פארן מיר באקאנט מאכן מיט אזויפיל זאכן וואס זענען מיר שווער געווען! אין שמחה כהתרת הספקות!
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2555
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מיטוואך פאברואר 08, 2017 12:44 pm

יעפ, מיר האבן זייער הנאה פון זיינע אנאליזן, און רעדט זייער קלאר און מסודר'דיג איבער א נושא, און מאלט נישט קיין וואסער, נאר פול מיט חידושים, ועל כולם א געשמאקע סענס אף היומער.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך פאברואר 08, 2017 12:50 pm

כמיין אז מען האט שוין יא אמאל ערווענט. אבער עס איז העכסט קלארע און געשמאקע אנאליזן, שטעלט זיך אינדערמיט און אנאליזירט צדדים, מסודר, אינפאו, נאלידזש, א מחי׳.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » מיטוואך פאברואר 08, 2017 12:55 pm

ער איז amazing !!

יעדע וואך מאנטיג מיט א פרישע אנאליז
איך האב זייער הנאה פון זיין קלאר קייט און ווי אזוי ער גייט צוריק פון ווען די זאך האט זיך אנגעהויבן


איך האב אים שוין כמה פעמים געוואלט שיקן א שכח


יא אזוי ווי...........
וואס א חילוק האט געשריבן:צום סיום: א ריזיגן יישר כח ר' פנחס פארן מיר באקאנט מאכן מיט אזויפיל זאכן וואס זענען מיר שווער געווען! אין שמחה כהתרת הספקות!

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מיטוואך פאברואר 08, 2017 12:56 pm

יא, גא"מ.

ער איז סאמטינג סאמטינג טאקע.

נייעס האקט ----
מיר ארויס די ווערטער פון קיבארד...

האסט נייעס האט געשריבן:ער איז amazing !!

יעדע וואך מאנטיג מיט א פרישע אנאליז
איך האב זייער הנאה פון זיין קלאר קייט און ווי אזוי ער גייט צוריק פון ווען די זאך האט זיך אנגעהויבן


איך האב אים שוין כמה פעמים געוואלט שיקן א שכח


יא אזוי ווי...........
וואס א חילוק האט געשריבן:צום סיום: א ריזיגן יישר כח ר' פנחס פארן מיר באקאנט מאכן מיט אזויפיל זאכן וואס זענען מיר שווער געווען! אין שמחה כהתרת הספקות!

אוועטאר
טשעירמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 278
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

תגובהדורך טשעירמאן » מיטוואך פאברואר 08, 2017 1:20 pm

איך צייל מיך אויך פון די שווערע הונדערטע צוהערער יעדע וואך, און איך וועלט נישט אריינגיין און צונעמען די צענדליגער רייכע מעלות וואס עס ליגט אין זיינע אנעליזעןת איך וועלט נאר ארויסברענגען א זייטיגע קליינעקייט אז סהערט זיך אויס קלאר נישט שנעל אדער שטייט וכדו' און סאיז זייער באקוועם אים צו הערן

אפי' סקוקט אויס ווי א זייטיגע קליינעקייט אבער אויב סאיז נישט באקוועם אויסצוהערן א בעל דרשן מאכט עס שטארק נערוועז

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך פאברואר 08, 2017 2:07 pm

נו יא יעדער דא איז גערעכט
סיי דער וואס זאגט אז ער רעדט זייער גיט
אין סיי דער וואס זאגט אז ס'איז געשמאק אים צוהערן
ווי אויך האב איך הנאה אז ער געט פארן עולם צו זאגן פון וואס מען וויל הערן

ha ha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 18, 2016 9:12 am

תגובהדורך ha ha » מיטוואך פאברואר 08, 2017 7:24 pm

ווי אויך האט ער זייער גיט מסביר געוועהן די סטאק מארקעט אפאהר וואכן ציריק מיט א געוואלדיגער קלארקייט!!!
וואס א חילוק האט געשריבן:צום סיום: א ריזיגן יישר כח ר' פנחס פארן מיר באקאנט מאכן מיט אזויפיל זאכן וואס זענען מיר שווער געווען! אין שמחה כהתרת הספקות!

א ריזיגן יישר כח ר' פנחס!!!

אוועטאר
פרוביר אויך
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

תגובהדורך פרוביר אויך » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 9:58 am

עקבי הצאן האט געשריבן:יעפ, מיר האבן זייער הנאה פון זיינע אנאליזן, און רעדט זייער קלאר און מסודר'דיג איבער א נושא, און מאלט נישט קיין וואסער, נאר פול מיט חידושים,

;l;p-
אז יענער קען קענסטו אויך

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5817
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 10:24 am

איך האב אויך מורא'דיג הנאה פון זיינע שמועסן.

פנחס גיי אן!!

---
איין נקודה נאר, דער פותח טענה'ט אז דאס איז ריכטיגע אנאליזן אומפארטיאיש, ער געט נישט קיין פאלטישיע אנאליזן בכלל.

ר' פנחס געט 'ידיעות' און 'אינפארמאציע' אויף נושאים וואס זענען נוגע, און ס'איז מורא'דיג אינפארמאטיוו און אינטערסאנט, און קען זין אז רוב מענטשן גלייכן דאס מער ווי אן אנאליז, אבער א אנאליז איז עס נישט.

א אנאליז מיינט אז מען ווייסט שוין די פאקטן, און אויף דעם אנאליזירט מען די סברות און פאליטיק אויף אלע צדדים.

לגבי אן עקסטערע קנעפל, ר' הערשל האט אן עקסטערע קנעפל ווייל ער איז געווען דער ערשטער לאנג בעפאר די אנדערע האבן אנגעהויבן, און ס'שוין געבליבן אזוי.

(די פארטייאישקייט פון די אנאליזירער איז עפעס וואס באדערט טאקע שטארק)
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 12:36 pm

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:ר' פנחס געט 'ידיעות' און 'אינפארמאציע' אויף נושאים וואס זענען נוגע, און ס'איז מורא'דיג אינפארמאטיוו און אינטערסאנט, און קען זין אז רוב מענטשן גלייכן דאס מער ווי אן אנאליז, אבער א אנאליז איז עס נישט.


לאמיר זאגן ביזט גערעכט!

אבער אויך ביים געבן אינפארמאציע איז דא צוויי וועגן ווי אזוי מ'קען עס איבערגעבן, אזוי ווי די זעהסט די רעכטע מידיע און די לינקע..

אבער ר' פנחס געט איבער טריקענע 'און קראנטע' אינפארמאציע פון ביידע זייטן!
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

פארנעפלט
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2016 11:31 am
לאקאציע: ...

תגובהדורך פארנעפלט » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 3:09 pm

יאפ..ער קומט אריין היפש קלאר'לך

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5817
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » פרייטאג פאברואר 10, 2017 1:17 pm

וואס א חילוק, איך האב גארנישט אוועק געמאכט, איך האלט זייער פון זיינע שמועסן.

סתם געוואלט קלאר מאכן די חילוק צווישן 'פאקטן' און 'אנאליזן'.
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

גלאבעל ווארמינג!

תגובהדורך וואס א חילוק » מאנטאג פאברואר 13, 2017 12:40 pm

ווי א שווייצן זייגער איז דא א פרישן אנאליז!

און דאס מאל "גלאבעל ווארמינג"..
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1693
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך פאברואר 15, 2017 2:09 pm

דא קוקט יא אויס אביסל ווי ער נעמט א צד
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2042
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מיטוואך פאברואר 15, 2017 2:47 pm

האט ער היינט א פרישע אנאליעז

פייער וואסער
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:53 pm

תגובהדורך פייער וואסער » מיטוואך פאברואר 15, 2017 7:57 pm

וואס א חילוק האט געשריבן:א חידוש..

א חידוש און אנאליזן..

א חידוש אין פונקטליכקייט..

א חידוש און ארויסהאבן א זאך..

א חידוש אין מסביר'ן א זאך..

און ס'איז א חידוש אז ס'נאכנישט דא אויף דעם עולם, אן אשכול (צוויי) פונעם אלעמען באקאנטן שריפטשטעלער און אנאליז געבער ר' "פנחס גלויבער"!

(לאפרושי מאיסורא, דאס איז נישט קיין אדווערטייזמענט. און איך ביניש פינחעסנס ברודערקע אדער שוואגערס קאזין.. איך האב פנחס'ן אין מיין לעבן נאכנישט געזעהן!!)

יעדע וואך מאנטאג (אבער פונקטליך אויפן טאג..) איז דא א פרישע אנאליז אויף קולמע פון ר' פנחס אויף נומער 3 דערנאך 8 פון מעין מעניוא

צום אלעם ערשט וויל איך פערזענליך בעטן קולמעוואסער (זאל עס זיין ר' זלמן, אדער דער אנדערער דארט נא ווי אזוי הייסט ער??!!) אויב מ'קען אים איבערלייגן אויף אן עקסטערן קנעפל.. מהיכן דנתנו אז ער דארף זיין צוזאמען מיט יעדן? און ר' ר' הערשלען האט פארכאפט א קנעפל פאר זיך?!?!

מילא די אנדערע שריפטשטעלער און אנאליז טרייבער ווי ר' שמעון ראליצקי(/ראלניצקי/ראלינצקי) אדער דער נייער ר' יואל פעלזן און ר' יונה הכהן כהן הערט מען נישט פון זיי יעדן איינציגסטן וואך! לאפיקו ר' פנחס וואס קומט ארויף מיט א פרישקייט יעדן מאנטאג..

ר' פנחס האט אסאך מעלות וואס איז וויכטיג פאר אן אנאליז רעדער ווי למשל:
1) ער האט גוט און קלאר ארויס א נושא
2) ער נעמט נישט קיין צד (און 'נישט' אזויווי "אלע" אנאליז שטעלער וואס נעמען נישט קיין צד, ער נעמט 'טאקע' נישט קיין צד)
3) ער טרעפט אלעמאל גוטע און ברענעדיגע נושאים וואס דורכצוטון (למשל דעי וואך [וואס טוט זיך ארום טראמפערס עקזעקעטיוו ארדער פון אימיגראציע] האט ער מסביר געווען וואס איז דאס אן עקזעקעטיוו ארדער, וואס פארא כח עס האט.. וגו')
4) ער איז פונקטליך און צייטליך יעדן וואך..
5) צולייגט זייער גוט און מסודר די טעמע. (ווי האט דער ליטפישער גדול געזאגט "אז עס פעלט אין הסברה, פעלט אין הבנה".. ומכלל הן..)

וואס נאך??!! הערט אליין און קומט ארויף אהער צוצולייגן די מעלות וואס איך האב נישט אויסגערעכנט!!

צום סיום: א ריזיגן יישר כח ר' פנחס פארן מיר באקאנט מאכן מיט אזויפיל זאכן וואס זענען מיר שווער געווען! אין שמחה כהתרת הספקות!


זייער געשמאק אראפ געלייגט,
ראליצקי(/ראלניצקי/ראלינצקי) וואס גיבט דעס צי צי דיין לאנגע תגובה

געדענקסט נאך
שר מאה
תגובות: 177
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 25, 2017 3:02 pm

תגובהדורך געדענקסט נאך » דאנארשטאג מאי 11, 2017 3:10 pm

לעצטענס אנעגהויבען הערן אין מזעמיר מודה אויף אלע אויבנדערמאנטע מעלות זיינע, איין מעלה וואס איך האב נישט געזען קיינער זאל שרייבן ( אין אפשר גאר איז עס נישט קיין מעלה פאר יעדן איינעם ) ער מאכט נישט קיין לאנגע הקדמות נאר גייט גראד צו צום נושא אין רעדט קורץ אין שארף ! 25 35 מינוטיגע אנאליזן מיט א ים אינפארמאציע
האט איינער אפשר א ליסט פון זיינע אנאליזן ? איך האב אים אנגעהויבן הערן ממש לעצטענס אין ס'דא אסאך ביז אהער וואס איך וואלט זייער געוואלט הערן ?
בד"וו ער אדווערטייזט אסאך מאל עפעס א באנק פאר Mortgages, איינער מיט מער אינפערמאציע אויף דעם באנק ?

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 503
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » דאנארשטאג מאי 11, 2017 3:13 pm

וויל איך נישט זיין דער ערשטער וואס וועט קריטיקירן. קען זיין איך בין דער איינציגער דא וואס פארשטייט נישט צו קיין אנאלעזירונגען.
אבער אויב איינער האט עפעס צו זאגן פארקערט ווי אויבנדערמאנט, זאל ער מיך ציטירן און דאן אפשר וועל איך מיך עפענען און זאגן מיין מיינונג.
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

אוועטאר
אלטן דור
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 06, 2013 5:53 am

תגובהדורך אלטן דור » דאנארשטאג מאי 11, 2017 4:00 pm

איינער קען איהם אפשר מעורר זיין, ער זאגט ד וואך אז אותו האיש האבן די רומער געהרג'ט איך מיין עס איזא טעות ווייל די סנהדרן האבן איהם געהרג'ט ערב פסח

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4831
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג מאי 11, 2017 4:53 pm

איינמאל אויסגעהערט ווען ער האט גערעדט פון גרעוועטי, ער האט נאכגעבאמבעלט א באנטש שטותים פון די סיינטיסטען.
וואס הייט בכלל נישט אן ו שטימען, אויב איך וועל אמאל האבן צייט וועל איך עס איבער הערן און ווייזן ווי לעכערליך עס איז
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4831
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג מאי 11, 2017 4:54 pm

איך מיין אז ער איז די איינציגסטע פון קול מבשר וואס די פאקט איז שטערקער ווי די פארטיי
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

Potus
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 11:21 pm

תגובהדורך Potus » זונטאג מאי 28, 2017 3:00 am

ער האט געפענט א טעלעגראם טשענעל מיט זיינע זאגן
T.me/Pglauber
יחי אדונינו מלך טראמפ לשמונה שנה

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2111
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » זונטאג מאי 28, 2017 9:11 am

מיין געפיל פינעם ערשטן שמועס וואס איך האב געהערט פין אים איז, אז ער לייגט אראפ זאכן מיט א רואיגקייט, קלארקייט און כראנאלאגישן סדר, און בכלליות אומפארטייאישקייט, וואס גיט דעם "געפיל" פארן צוהערער פין ארויסהאבן די זאך קלאר מתחילתו ועד סופו. אבער למעשה, איז עס מער די חכמה/טאלאנט פין אראפלייגן א מעשה מיט'ן גאנצן היקף, געבויט אויף פאקטן, אויף אן אופן וואס מאכט סענס פינעם גאנצן פיקטשער, און דאדורך שפורט זיך עס קלאר און סעטיספייאינג, ווען אין אמת'ן מוזן נישט די פאקטן זיין די ריכטיגע פאקטן. נישט אז "ס'איז" טאקע נישט, נאר "ס'מוז" נישט זיין אזוי.

גראדע גלייך איך אויך דעם סטיל, און מן הסתם רוב מאל זענען די פאקטן יא אמת, נאר וויבאלד מאנכע האבן אנגעמערקט קריטיק אויף געוויסע מאלן וואס ער זאגט נישט ריכטיגע זאכן, איז עס מיר אינטרעסאנט קלארצושטעלן. ואגב דאגב, שמעון ראלניצקי האט אויך זייער שטארק דעם כח, אבער ס'קומט ארויס מער ביים שרייבן (אפשר נאר אומפארטייאישע) ארטיקלען, והיינו אז בשעת'ן ליינען לעבט מען מיט די מעשה, און ביים ענדיגן שפורט מען נישט ווי מען איז געבליבן הענגען אינדערמיט מיט אומקלארקייטן וכדו'.

און אנדערע ווערטער, ס'איז בעיסיקלי די חכמה פין זיין א גוטע שרייבער. נאר די חידוש איז, אז פנחס טוט דאס מיט סוקסעס אויך ביים רעדן, וואו ס'איז אסאך שווערער. #סתם א נקודה למחשבה.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » זונטאג מאי 28, 2017 9:37 am

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:איך האב אויך מורא'דיג הנאה פון זיינע שמועסן.

פנחס גיי אן!!

---
איין נקודה נאר, דער פותח טענה'ט אז דאס איז ריכטיגע אנאליזן אומפארטיאיש, ער געט נישט קיין פאלטישיע אנאליזן בכלל.

ר' פנחס געט 'ידיעות' און 'אינפארמאציע' אויף נושאים וואס זענען נוגע, און ס'איז מורא'דיג אינפארמאטיוו און אינטערסאנט, און קען זין אז רוב מענטשן גלייכן דאס מער ווי אן אנאליז, אבער א אנאליז איז עס נישט.

א אנאליז מיינט אז מען ווייסט שוין די פאקטן, און אויף דעם אנאליזירט מען די סברות און פאליטיק אויף אלע צדדים.

לגבי אן עקסטערע קנעפל, ר' הערשל האט אן עקסטערע קנעפל ווייל ער איז געווען דער ערשטער לאנג בעפאר די אנדערע האבן אנגעהויבן, און ס'שוין געבליבן אזוי.

(די פארטייאישקייט פון די אנאליזירער איז עפעס וואס באדערט טאקע שטארק)



הערשל פר''מ האט אן עקסטרע קנעפל כדי איינער זאל נישט בטעות דריקן ביי זיינס אן אינטערוויו און גלייך אראפהאקן דער טעלעפאן

איך ווייס אז אסאך מענטשען האבן זייער ליב עם צו הערן (וגם אני בתוכם) אבער איינער וואס כאפט נישט דער געשמאק איז ממש געפערליך


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט