דער איד טעגליכע אויסגאבע אין אימעיל

די אחראים: אחראי, געלעגער

יונה
שר האלף
תגובות: 1257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 8:20 pm

איך האב עס נישט באמערקט ביזן זעהן דא. די בילד איז אבי א בילד נישט עפעס מערקעוודיג מ'זאל דאס וועלן באטראכטן..

אוועטאר
מים שלנו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 23, 2014 11:21 pm
לאקאציע: אין פאס

תגובהדורך מים שלנו » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 10:04 pm

גא"מ געדארפט זיכען אפילו נאכען וויסן אז סאיז דא
די תגובה איז געשריבן געווארן בלויז מיטן ציהל להנאות בהם בני אדם יושבי חושך וצלמות און פאר די הינער וואס קוקן אויך אריין...
קרעדיט טריסקער

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 11:06 pm

איך האב ערווארטעט אז זיי זאלן זיך היינט אנטשולדיגן, איך בין אביסל אנטוישט.
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

Naftule
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » מאנטאג נובעמבער 13, 2017 11:15 pm

וויל זיין גוט האט געשריבן:איך האב ערווארטעט אז זיי זאלן זיך היינט אנטשולדיגן, איך בין אביסל אנטוישט.

זיי האבן זיך נאך נישט אנטשולדיגט אויף דאס וואס זיי האבן געלייגט פרויען בילדער אינעם איד אין די למ''ד און מ''ם יארן.

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1666
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 8:01 am

Naftule האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:איך האב ערווארטעט אז זיי זאלן זיך היינט אנטשולדיגן, איך בין אביסל אנטוישט.

זיי האבן זיך נאך נישט אנטשולדיגט אויף דאס וואס זיי האבן געלייגט פרויען בילדער אינעם איד אין די למ''ד און מ''ם יארן.



What

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » דינסטאג נובעמבער 14, 2017 8:56 am

Naftule האט געשריבן:
וויל זיין גוט האט געשריבן:איך האב ערווארטעט אז זיי זאלן זיך היינט אנטשולדיגן, איך בין אביסל אנטוישט.

זיי האבן זיך נאך נישט אנטשולדיגט אויף דאס וואס זיי האבן געלייגט פרויען בילדער אינעם איד אין די למ''ד און מ''ם יארן.

דוכט זיך אין יענע תקופה האט זיך געטוישט בעלות'שאפט, סא קען זיין ווילאנג ר' סנדר האט זיך אנטשולדיגט איז עס שוין געווען ביי ר' משה און ער מוז זיך נישט אנטשולדיגן פאר ר' סנדר.
ס'איז בדרך אפשר.

א גולם
שר חמש מאות
תגובות: 851
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » מיטוואך נובעמבער 15, 2017 12:10 pm

איך בין יעצט צוריק געגאנגען זיכן פין וואסערע בילד מרעד, נישט ביימערקט ביים ליינען, סא קען זיין די שרייבער האט אויך נישט ביימערקט

נכד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » זונטאג דעצמבער 10, 2017 4:38 pm

זיך געוואונדערט פארוואס נישט א קורצע באריכט פון סאטמארן יום טוב וואס האט אפעקטירט אידישקייט איבער די וועלט?

אפשר מארגן?#

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » מיטוואך ינואר 03, 2018 9:29 am

דער איד דעלי אימעיל איז לעצטענס ממש נאכקאפירט פון קול מבשר, און פון אויסגעקייעטע נייעס. וואסע פשט?
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1425
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מיטוואך ינואר 03, 2018 9:35 am

ממש אזוי האט געשריבן:דער איד דעלי אימעיל איז לעצטענס ממש נאכקאפירט פון קול מבשר, און פון אויסגעקייעטע נייעס. וואסע פשט?

אז דו הערסט לעצטענס צופיל קול מבשר, און דו זעהסט צופיל פון די נייעס אויף אנדערע פלעצער אויך...

נייעס קען מען נישט באשאפן (איך פארשטיי אז געוויסע פעיק ניוז קענען יא, אבער מ'רעדט דאך פון די נארם....) און די העדליינס און עיקר נייעס זענען דאך איבעראל כמעט די זעלבע, ס'איז נאר אז די דעילי איד ברענגט עס אראפ אינעם היימישן שפראכן פאר אידיש רעדנדע, און אויטאמאטיש אז מ'האט שוין געליינט נאך ערגעץ וועט די נייעס אויסזעהן ווי נאכגעקאפיט, אבער דאס איז דאך דער מציאות פון נייעס.

כך נראה לענ"ד...

פאטעטא קוגל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 13, 2014 5:18 pm

תגובהדורך פאטעטא קוגל » מיטוואך ינואר 03, 2018 12:31 pm

בשבילי נברא האט געשריבן:
ממש אזוי האט געשריבן:דער איד דעלי אימעיל איז לעצטענס ממש נאכקאפירט פון קול מבשר, און פון אויסגעקייעטע נייעס. וואסע פשט?

אז דו הערסט לעצטענס צופיל קול מבשר, און דו זעהסט צופיל פון די נייעס אויף אנדערע פלעצער אויך...

נייעס קען מען נישט באשאפן (איך פארשטיי אז געוויסע פעיק ניוז קענען יא, אבער מ'רעדט דאך פון די נארם....) און די העדליינס און עיקר נייעס זענען דאך איבעראל כמעט די זעלבע, ס'איז נאר אז די דעילי איד ברענגט עס אראפ אינעם היימישן שפראכן פאר אידיש רעדנדע, און אויטאמאטיש אז מ'האט שוין געליינט נאך ערגעץ וועט די נייעס אויסזעהן ווי נאכגעקאפיט, אבער דאס איז דאך דער מציאות פון נייעס.

כך נראה לענ"ד...

לענ"ד נראה אז די זעלבע מענטש שרייבט עס

נכד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » מאנטאג ינואר 08, 2018 7:36 pm

איינע פון די היינטיגע קעפלעך;

- פרישס איבער לאס וועגאס שיסעריי -

כפארשטיי ״פרישס״ באדייט פרישע נייעס, אבער פארוואס שרייבן אזא נארישן אויסדריק?!

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 905
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 12:44 pm

אינעם היינטיגן אימעיל

"זייער ציל איז געווען אויפצושטעלן א טעראר צעל אין דייטשלאנד צו אטאקירן אידישע און להבדיל מדינת ישראל צילן אין לאנד."...

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דאנארשטאג ינואר 18, 2018 1:06 pm

פ' לך לך האט געשריבן:אינעם היינטיגן אימעיל

"זייער ציל איז געווען אויפצושטעלן א טעראר צעל אין דייטשלאנד צו אטאקירן אידישע און להבדיל מדינת ישראל צילן אין לאנד."...

;l;p-
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

Working
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2016 3:14 pm

תגובהדורך Working » פרייטאג ינואר 26, 2018 7:51 am

נאך איינער האט נישט באקומען די לעצטע צוויי טאג?

מאתים
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 24, 2014 12:19 pm

תגובהדורך מאתים » פרייטאג ינואר 26, 2018 7:53 am

יא באקומען. סיי נעכטן סיי היינט.
'ומאתים לנוטרים את פריו'' פי' הרמב"ן שתה"מ יהיה בוודאי מאתים שנה לפני אלף הששי וע"ז אין צריך אפי' להתפלל רק על קודם זה.

Working
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2016 3:14 pm

תגובהדורך Working » פרייטאג ינואר 26, 2018 8:25 am

ייש״כ.
זעט אויס עפעס גייט פאר מיט מיין אימעיל.
איז דא ערגעץ צובאקומען די אימעילס?

sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 20, 2008 6:11 pm

תגובהדורך sholom88 » פרייטאג ינואר 26, 2018 8:49 am

Working האט געשריבן:ייש״כ.
זעט אויס עפעס גייט פאר מיט מיין אימעיל.
איז דא ערגעץ צובאקומען די אימעילס?

קענסט עס באקומען אויף זייער טעלעגראם טשענעל אלס א פי.די.עף.

אוועטאר
פארשלעפטער
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 23, 2016 3:29 pm
לאקאציע: איין מינוט שפעט

תגובהדורך פארשלעפטער » פרייטאג ינואר 26, 2018 8:59 am

Working האט געשריבן:נאך איינער האט נישט באקומען די לעצטע צוויי טאג?

קוק אין ספעם פאלדער, איך האב דארט אפגעפונען די לעצטע צוויי.
ווען איך זאל ווען זיין דער "שלעפ" דאן ווילט איך געהייסן "פארשלעפט", עכשיו אז מיין ווייב איז די "פארשלעפטע" בין איך "פארשלעפטער"...

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1255
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » פרייטאג ינואר 26, 2018 9:13 am

מאתים האט געשריבן:יא באקומען. סיי נעכטן סיי היינט.
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1478
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » פרייטאג ינואר 26, 2018 10:53 am

סעיוו די אימעיל אדרעססע אלס א קאנטאקט, וועט דאס נישט אריינגיין אין ספעם.

העניך
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 27, 2017 1:02 pm

תגובהדורך העניך » דינסטאג פאברואר 06, 2018 12:20 pm

נאך איינער האט נישט באקומען היינט?

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1957
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג פאברואר 06, 2018 12:22 pm

העניך האט געשריבן:נאך איינער האט נישט באקומען היינט?

viewtopic.php?p=1599457#p1599457

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

דער יוד דעילי

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך פאברואר 07, 2018 11:31 am

11.JPG
11.JPG (51.23 KiB) געזעהן 849 מאל

וואשינגטאן – קאנגרעס, סענאט און דאס ווייסע הויז זענען ווידער פארכאפט אין פיבער איבער א מעגליכע רעגירונג שאטדאון, וואס וועט פאסירן אויב עס ווערט נישט באשטעטיגט א בודזשעט ביל ביז דאנערשטאג נאכט, וואס דאן לויפט אויס די געלטער וואס קאנגרעס האט געהאט באשטעטיגט מיט 3 וואכן צוריק, אפשטעלנדיג דעם דעמאלטדיגן דריי-טאגיקן שאטדאון.

פרעזידענט טראמפ האט נעכטן קאמענטירט אז "איך וואלט זייער שטארק געגליכן צו זען א שאטדאון", אויב די דעמאקראטן בלאקירן א בודזשעט ביל ווייל זיי ווילן זיך נישט ברעכן אויף דער אישו פון אימיגראנטן". טראמפ'ס קאמענטארן זענען שטארק אראפגעריסן געווארן, ברענגענדיג ווייסע הויז ווארטזאגערין סערע סענדערס אויסצוקלארן שפעטער אז "דער פרעזידענט גלייכט נישט קיין שאטדאונס".

אויפ'ן פאזיטיוון פראנט, האט מען געהערט אז די סענאט פירער, רעפובליקאנער מיטש מעקאנעל און דעמאקראט טשאק שומער, ארבעטן אויף א בודזשעט ביל וועלכע וועט אפשטעלן די נאכאנאנדיגע שאטדאון דראמא און קאפ-ווייטאג, דורכ'ן צושטעלן פערמאנענטע רעגירונג פאנדינג פאר 2 יאר, און וועט ארייננעמען אין זיך אויסגעברייטערטע פענטאגאן שפענדונג און מער געלט פאר געוויסע רעגירונג פראגראמען.

מעקאנעל און שומער ארבעטן אויס דעם ביל, אז עס זאל באפרידיגן די רעפובליקאנער און דעמאקראטן, סיי אין סענאט און סיי אין קאנגרעס, און אויך אז טראמפ זאל זיין צופרידן אז מען שטעלט צו מער געלט פאר'ן פענטאגאן – א הויפט פריאריטעט פאר אים. מעקאנעל און שומער האבן נעכטן געזאגט אז זיי זענען אפטימיסטיש אז זיי קענען גרייכן דעם דיעל.
11.JPG
11.JPG (63.72 KiB) געזעהן 849 מאל

טאיפעי – א מאסיווע ערדציטערניש האט אויפגעטרייסלט טיילן פון טייוואן, אומברענגענדיג 2 מענטשן און פארוואונדענדיג נאענט צו 150 אנדערע. דער ערדציטערניש, געשאצט ביי א שטארקייט פון 6.4 אויפן ריכטערוואג, האט פאסירט נעבן די בארטנס פון טייוואן, אינעם האוליען ראיאן, ביי א טיפקייט פון זעקס מייל אונטער דער ערד, און האט געברענגט אז דער גרויסער "מארשאל האטעל" וועלכע געפינט זיך נאענט צום וואסער, זאל טיילווייז איינפאלן, איבערלאזנדיג הונדערטער מענטשן באגראבן אונטער הויפנס ברוכווארג. די צוויי אומגעקומענע זענען אידענטיפיצירט געווארן אלס איינגעשטעלטע אינעם האטעל, און באזונדער האט מען געהערט אז אנדערע הויכע געביידעס אינעם ראיאן זענען איינגעפאלן אדער זענען אין באלדיגן געפאר פון צוזאמפאל. די ערדציטערניש קומט נאכדעם וואס בערך א וואך צוריק האט א קליינעם ערדציטערניש פאסירט אין די וואסערן נעבן האוליען, טייוואן, וואס האט זיך אויך געשפירט אין טיילן אלאסקע.
אסאך מאל פראקטיציר איך מיין ניק...

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר חמש מאות
תגובות: 511
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » מיטוואך פאברואר 07, 2018 11:36 am

אסאנדזש ארעסט
באפעל אין קראפט

לאנדאן – א בריטישער ריכטער האט נעכטן געזאגט, אז דער ארעסט באפעל פון דער בריטישער רעגירונג אויף דזשוליען אסאנדזש, דער גרינדער און פירער פון וויקיליעקס, איז נאך אלץ אין קראפט. אסאנדזש האלט זיך שוין אויף אין דער עקוואדאר אמבאסאדע אין לאנדאן פאר 5 יאר, מורא האבנדיג אז ווען ער וועט ארויסקומען פון דארטן, וועט ער גלייך ארעסטירט ווערן דורך די בריטישע פאליציי, וועלכע וועלן אים אויסליפערן קיין אמעריקע, וואו ער וועט גאנץ ווארשיינליך אויסשטיין א פראצעס איבער די אומצאליגע רעגירונג סודות און דאקומענטן וואס ער האט פובליצירט אין די לעצטערע יארן. זיינע לאיערס האבן געהאט אריינגעגעבן א ביטע צו ריכטערין עמא ארבוטנאט, אז זי זאל אנולירן דעם ארעסט–באפעל פון דער בריטישער רעגירונג, וויבאלד די שוועדישע רעגירונג וועלכע האט אים אריגינעל געזוכט צו ארעסטירן פאר א פראצעס איבער פערזענליכע מיסברויכן, האט צוריקגעצויגן פון זייערע קלאגעס קעגן אים. למעשה האט ריכטערין ארבוטנאט זיך אנטזאגט צו אנולירן דעם ארעסט באפעל.
11.JPG
11.JPG (46.09 KiB) געזעהן 854 מאל

קעיפטאון – הויכע דראמא שפילט זיך אפ אין דרום אפריקע, וואו דער פרעזידענט דזשעיקאב זומא אנטזאגט זיך אפצוטרעטן פון אמט. זומא איז שוין אין אמט זינט יאר 09', און אצינד וויל זיין פארטיי, די "אפריקען נעשאנעל קאנגרעס", אז ער זאל אפטרעטן, צוליב וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן מאסיווע קארופציע און ער שטייט אויס געריכטליכע קלאגעס איבער דעם. זומא'ס געסקעדזשועלטע "סטעיט אוו די יוניאן" רעדע איז שוין אפגעשטופט געווארן דערווייל, אלס רעזולטאט פון דער אנגייענדיגער אומרואיגקייט איבער זיין צוקונפט. נעכטן איבער'ן טאג זענען אנגעגאנגען העפטיגע געשפרעכן צווישן די פירערשאפט פון די "אפריקען נעשאנעל קאנגרעס" און זומא, און אומבאשטעטיגטע באריכטן האבן געזאגט אז זומא האט מסכים געווען אפצוטרעטן. אויב וועט ער טאקע אפטרעטן, איז דער פלאן אריינצושטעלן אויף זיין פלאץ דעם פארטיי פירער סעריל ראמאפוסא.
אסאך מאל פראקטיציר איך מיין ניק...


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Majestic-12 [Bot], באגלייבט, הערשעל פאסטעכער און 4 געסט