דער איד טעגליכע אויסגאבע אין אימעיל

די אחראים: אחראי, געלעגער

אמביציע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 10:24 pm

וואס גייט פאר? איך האב עס נישט באקומען היינט.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 10:28 pm

עס איז ביי מיר אנגעקומען אין די ספעם.

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2982
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 9:56 am

מה פתאום??? האט געשריבן:עס איז ביי מיר אנגעקומען אין די ספעם.

טשעק וואו דו באצאלסט מעמבערשיפ...
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6733
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 4:13 pm

אן אנאליז איבער דעם נייעם דעילי איד: ייש"כ משה שפיר קאמרת!

טייערער editor@YidDaily.com

די סאציאלע מידיע איז היינט זייער אריינגעריסן אין לעבן, מ'קען זיך אבסאלוט נישט אומגיין אן דעם. דאס האט פשוט איבערגענומען אונזער כסדר'דיגע אטעמען, דאס טשעקן דעם טעלעפאן, ווייל קיינער הייבט שוין נישט אויף א טרייבל מיך לאזן א מעסעדזש נאר אפאר אלטמאדישע קאנטעקטס.

מען איז כסדר מחובר צו די וועלט ארום אונז דורכן טעלעפאן היינט צוטאגס. דאס ברענגט אז מען ווערט אראפגעבינדן מיט מינדערוויכטיגע זייטיגע ענינים מער ווי אמאל.

אויף דעם דאנק איך אייך טייערער פובליקירער פונעם נייעם 'דעילי איד' הרה"ח רבי משה פרידמאן משמש בקודש ויד ימינם של אדמור"י סאטמאר בעל הברך משה וממלא מקומו כ"ק רבינו מסאטמאר מהרי"י טב שליט"א. ווייל אחוץ דעם וואס דארף שוין נישט אריינבליקן אין נישט ערליכע מקורות זיך צו וויסן טאן פון די נייעס, דארף מיך מער נישט הערן די נייעס פון מענטשן מיט אגענדעס שיטות השקפה מער ווי די טרוקענע פאקטן אויף די מאדערענע מידיע (הויפטזעכליך וואצעפפ, אמאל איז דאס געווען טאלק ראדיא) בשעת'ן דרייוון וואס די כסדרדיגע ''אפדעיטס'' זייערע, נעמט אוועק די קאפ פון דרייווען און מ'קען חלילה מאכן עקסידענטס ה"י.

אוודאי קען דער דעילי איד נאך האבן גרויסע תיקונים, ווי דאס מער פארקערצערן די נייעס פילפאכיג ווייניגער. - דאס אריכות לייענט זיך לענגער ווי מיין בלאט גמרא און הלכה וואס איך דארף דורכטאן יעדן טאג. איך טוה נאכלאץ איגנארירן 99 פראצענט וואס איר באריכט. איך לייען בלויז וואס אינטערסירט מיך ווייל איך דארף דאס וויסן ווען איך רעדט מיט א מענטש אין ביזנעס אדער פאר מיין אייגן באנוץ.

דעריבער איז כדי צו לאזן א שורה ליידיג נאך יעדע 3 אדער 4 שורות, ווי צו זאגן אז דאס איז א באזונדערע פאראגראף טאקע פון זעלבן נייעס באריכט אבער באזונדער ענין דערין.

נישט אלעס אריינפאקן אן קיין שורה אפגעטיילט. איר האט נייעס באריכטן גאנצעטע 30 שורות אויף איינמאל אן קיין הפסק אינדערמיט. דאס איז נישט קיין קיצור, נאר גאר א גרויסער אריכות. ספעציעל אין היינטיגען עפאכע ווי מיר לייענן די נייעס אויף פיציקעלע סעלפאון סקרינס.

איצט אז איר זענט שוין ארויס דריי מאל א חזקה לאור עולם מיט'ן דעילי איד קען איך זיך שוין אפלאזן פון וואצעפ און ראדיא פאר שטענדיג.

א ייש"כ איך טראסט אז איר וועט ווייטער מיר ווייטער שיקן יעדן אינדערפרי אן אימעיל בחינם.
עס קומט איין גוטע דזשאבס אדער עקאנאמיע רעפארט און עס צובלאזט צוויי וואכן פון רוסלאנד פוטין קעלוזשן קאנספיראציעס

אוועטאר
נעכטן
שר חמש מאות
תגובות: 630
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 4:18 pm

געשריבן דורך א ''איד'' ארבעטער.... ביטע
Trump is Toast
But I Loooovvvveeeeeee Toast

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 7:25 pm

שמאטע האט געשריבן:
מה פתאום??? האט געשריבן:עס איז ביי מיר אנגעקומען אין די ספעם.

טשעק וואו דו באצאלסט מעמבערשיפ...

פלצתי...

נכד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 11:39 pm

נעכטן האט געשריבן:געשריבן דורך א ''איד'' ארבעטער.... ביטע


דוכט זיך ״דער איד״ פארמאגן בעסערע שרייבער ווי דאס, סהאט זיך איינעם פארשמעקט...

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 11:42 pm

פון וואו קומט דאס?

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5788
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:48 am

פאליק האט געשריבן:אן אנאליז איבער דעם נייעם דעילי איד: ייש"כ משה שפיר קאמרת!

טייערער editor@YidDaily.com

די סאציאלע מידיע איז היינט זייער אריינגעריסן אין לעבן, מ'קען זיך אבסאלוט נישט אומגיין אן דעם. דאס האט פשוט איבערגענומען אונזער כסדר'דיגע אטעמען, דאס טשעקן דעם טעלעפאן, ווייל קיינער הייבט שוין נישט אויף א טרייבל מיך לאזן א מעסעדזש נאר אפאר אלטמאדישע קאנטעקטס.

מען איז כסדר מחובר צו די וועלט ארום אונז דורכן טעלעפאן היינט צוטאגס. דאס ברענגט אז מען ווערט אראפגעבינדן מיט מינדערוויכטיגע זייטיגע ענינים מער ווי אמאל.

אויף דעם דאנק איך אייך טייערער פובליקירער פונעם נייעם 'דעילי איד' הרה"ח רבי משה פרידמאן משמש בקודש ויד ימינם של אדמור"י סאטמאר בעל הברך משה וממלא מקומו כ"ק רבינו מסאטמאר מהרי"י טב שליט"א. ווייל אחוץ דעם וואס דארף שוין נישט אריינבליקן אין נישט ערליכע מקורות זיך צו וויסן טאן פון די נייעס, דארף מיך מער נישט הערן די נייעס פון מענטשן מיט אגענדעס שיטות השקפה מער ווי די טרוקענע פאקטן אויף די מאדערענע מידיע (הויפטזעכליך וואצעפפ, אמאל איז דאס געווען טאלק ראדיא) בשעת'ן דרייוון וואס די כסדרדיגע ''אפדעיטס'' זייערע, נעמט אוועק די קאפ פון דרייווען און מ'קען חלילה מאכן עקסידענטס ה"י.

אוודאי קען דער דעילי איד נאך האבן גרויסע תיקונים, ווי דאס מער פארקערצערן די נייעס פילפאכיג ווייניגער. - דאס אריכות לייענט זיך לענגער ווי מיין בלאט גמרא און הלכה וואס איך דארף דורכטאן יעדן טאג. איך טוה נאכלאץ איגנארירן 99 פראצענט וואס איר באריכט. איך לייען בלויז וואס אינטערסירט מיך ווייל איך דארף דאס וויסן ווען איך רעדט מיט א מענטש אין ביזנעס אדער פאר מיין אייגן באנוץ.

דעריבער איז כדי צו לאזן א שורה ליידיג נאך יעדע 3 אדער 4 שורות, ווי צו זאגן אז דאס איז א באזונדערע פאראגראף טאקע פון זעלבן נייעס באריכט אבער באזונדער ענין דערין.

נישט אלעס אריינפאקן אן קיין שורה אפגעטיילט. איר האט נייעס באריכטן גאנצעטע 30 שורות אויף איינמאל אן קיין הפסק אינדערמיט. דאס איז נישט קיין קיצור, נאר גאר א גרויסער אריכות. ספעציעל אין היינטיגען עפאכע ווי מיר לייענן די נייעס אויף פיציקעלע סעלפאון סקרינס.

איצט אז איר זענט שוין ארויס דריי מאל א חזקה לאור עולם מיט'ן דעילי איד קען איך זיך שוין אפלאזן פון וואצעפ און ראדיא פאר שטענדיג.

א ייש"כ איך טראסט אז איר וועט ווייטער מיר ווייטער שיקן יעדן אינדערפרי אן אימעיל בחינם.


נעבעך... פאסט פאר דער בלאט אזא בריוו
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6733
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:49 am

וועגן דעם האסטו מיר אריינגשלעפט אין דעם אשכול?
עס קומט איין גוטע דזשאבס אדער עקאנאמיע רעפארט און עס צובלאזט צוויי וואכן פון רוסלאנד פוטין קעלוזשן קאנספיראציעס

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:45 am

פאליק האט געשריבן:וועגן דעם האסטו מיר אריינגשלעפט אין דעם אשכול?

אז דו ביסט שוין יא דא,
מה פתאום??? האט געשריבן:פון וואו קומט דאס?

אוועטאר
פאליק
שר ששת אלפים
תגובות: 6733
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אין אוועל אפיס ביי די גאלדענע טעפיך

תגובהדורך פאליק » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 12:11 pm

מה פתאום??? האט געשריבן:
פאליק האט געשריבן:וועגן דעם האסטו מיר אריינגשלעפט אין דעם אשכול?

אז דו ביסט שוין יא דא,
מה פתאום??? האט געשריבן:פון וואו קומט דאס?


איינער האט דאס געשריבן אויף טעלעגראם
עס קומט איין גוטע דזשאבס אדער עקאנאמיע רעפארט און עס צובלאזט צוויי וואכן פון רוסלאנד פוטין קעלוזשן קאנספיראציעס

signout
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 01, 2014 11:37 am

תגובהדורך signout » מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 4:05 pm

דער איד האט עס ארומגעשיקט אויף זייער טעלעגראם גרופ

נכד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 2:02 pm

דערווייל גייט דאס אן גאנץ פיין.

נכד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » דאנארשטאג נובעמבער 24, 2016 1:05 am


ggg
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 15, 2013 9:45 am

תגובהדורך ggg » מיטוואך דעצמבער 28, 2016 9:00 am

נכד האט געשריבן:דערווייל גייט דאס אן גאנץ פיין.


din't get it today , whats going on? i

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2910
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » מיטוואך דעצמבער 28, 2016 10:15 am

Got it 9:30

אמביציע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מיטוואך ינואר 04, 2017 5:30 pm

private האט געשריבן:Got it 9:30

וואס גייט פאר?? איך האב עס נישט באקומען היינט.

sholom88
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש דעצמבער 20, 2008 6:11 pm

תגובהדורך sholom88 » מיטוואך ינואר 04, 2017 5:35 pm

אמביציע האט געשריבן:וואס גייט פאר?? איך האב עס נישט באקומען היינט.

לייען עס דא.

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מיטוואך ינואר 04, 2017 5:35 pm

אמביציע האט געשריבן:
private האט געשריבן:Got it 9:30

וואס גייט פאר?? איך האב עס נישט באקומען היינט.


געהעריג באקומען!

תורה סחורה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 328
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 13, 2016 8:12 pm

תגובהדורך תורה סחורה » מיטוואך ינואר 25, 2017 9:38 am

די הונדערטסטע אויסגאבע!
היינטיגן מיטוואך פרשת וארא תשע"ז צייכענען מיר אפ מיט סייעתא דשמיא די הונדערטסטע אויסגאבע פונעם "טעגליכן דער איד," וואס האט אנגעהויבן דערשיינען אין אימעיל זונטאג פרשת כי תבא תשע"ו, על פי הוראת ובהסכמת גדולי הרבנים שליט"א, און איז זיך פון דעמאלט ביז יעצט צעוואקסן ב"ה אויף אזא זעלטן שיינעם פארנעם.

דער טעגליכער דער איד האט שוין באוויזן צוצושטעלן הונדערט הערליכע אויסגאבעס, אלע רייך, אינפארמאטיוו, פריי פון גוי'אישן איבל און ריין פון ציוניסטישן נאציאנאליזם, געשריבן אויסגעהאלטן און אין איינקלאנג מיט דער ערליכער השקפה און דרך המסורה לנו מרבותינו הקדושים.

אויב אין אנהויב איז דער 'טעגליכער דער איד' געווען אן אויסגאבע אויף א קליינעם פארנעם, במתי מעט, געווידמעט בעיקר פאר די הויפט וויכטיגע נייעסן און געציילטע רובריקן יעדן טאג, האט זיך עס אנטוויקלט ביתר שאת וביתר עוז, וואס שטייענדיג ביים הונדערטסטן נומער, פילן מיר א פליכט צו צייגן אביסל פאר די לייענער, וואס אלץ מיר האבן שוין ב"ה אהערגעשטעלט ביז צום היינטיגן טאג.

אויסער די קביעות'דיגע רובריקן פון הויפט נייעס, וועלטליכע, אידישע, פאליטישע, אמעריקאנער, ניו יארקער, ביזנעס און פינאנציעלע, מערקווירדיגע און אינטערעסאנטע, און אויפ'ן שפיץ גאפל נייעס, האבן מיר אויך לעצטנס צוגעשטעלט די היסטאריע פונעם טאג, אידישע געשעענישן און וועלטליכע פאסירונגען, וואס מיר באקומען דערויף זייער גוטע גרוסן.

עקסטער האבן מיר איינגעשטעלט, אז יעדן טאג זאל זיין געווידמעט עטליכע נייעסן איבער בלויז איין ספעציפישער נושא: מאנטאג — ביזנעס; דינסטאג — געזונטהייט; מיטוואך — ריעל עסטעיט; דאנערשטאג — אוויאציע; פרייטאג — א דבר תורה פאר שב"ק און איבער א צדיק'ס יארצייט לכבוד מלוה מלכה מוצאי שבת, וואס אויך דאס האט ב"ה געהאט א גאר פאזיטיוון אפקלאנג צווישן די לייענער.
אויך דער צאל פון אונזערע סובסקרייבער האבן זיך אינצווישן מורא'דיג צעוואקסן. די טעגליכע אימעיל דערגרייכט היינט מדי יום ביומו צו צענדליגער טויזנטער אדרעסן, און נאך שרייבן זיך איין אויף א טעגליכן פארנעם, פון איבער אלע עקן וועלט.

ווען מיר ערהאלטן געוויסע באמערקונגען און אפילו קריטיק הערן מיר עס אויס און מיר רעכענען זיך דערמיט, און אדרבה, מיר שעצן דאס וואס די לייענער מערקן אונז כסדר אן.

מיר פלאנען אין דער צוקונפט זיך נאך מער צו פארגרעסערן און פארברייטערן, און ווי פארשטענדליך קוקן מיר ארויס פאר רעקלאמעס פון די אדווערטייזערס, וואס דינט אלס רוקנביין פאר דער אויסגאבע, עס זאל אונז צוהעלפן מיט'ן שטייגן פאראויס בעז"ה פי כמה.

בלייבט נאר צו בעטן ביי השי”ת מיט א תפילה אויף ווייטער, אז דער 'טעגליכער דער איד' זאל קענען ממשיך זיין צו ברענגען יעדן טאג דאס אידישע ווארט, געשריבן אין קורצן, לויט דער ריינער השקפה און געמאסטענער שפראך, און אויפגענומען ווערן מיט געשמאק און חשיבות דורך אונזערע צענדליגער טויזנטער לייענער.

די רעדאקציע

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4428
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך ינואר 25, 2017 1:32 pm

כ'ווייס נישט ווי כ'קען מיר באדאנקען פאר זיי
טא כאטשיק דא
באמת א דאנק כ'האב גאר גאר שטארק הנאה פון אייך
יהיו רצון איר זאלט ווייטער קענען מהנה זיין אידן אויף א ערליכע וועג אין עס זאל אייך זיין א גיטע הכנסה
אייער שטענדיגע ליינער.. עלער בשם כל איי וועלט
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » מיטוואך ינואר 25, 2017 1:34 pm

קיפ אן!
צוגעלייגטע
unnamed.png

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג פאברואר 09, 2017 6:35 am

נכד האט געשריבן:
נעכטן האט געשריבן:געשריבן דורך א ''איד'' ארבעטער.... ביטע


דוכט זיך ״דער איד״ פארמאגן בעסערע שרייבער ווי דאס, סהאט זיך איינעם פארשמעקט...

נאופס. נישט דער טעגליכע. אזא באשעפעניש ווי
פאליק האט געשריבן:פובליקירער

טרעפט זיך דארט א גאנץ באקוועם פלאץ.
די טעותים דארטן פאסט באמת נישט פאר זיי.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

נכד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » פרייטאג פאברואר 10, 2017 12:58 am

משהזוךמיר האט געשריבן:
נכד האט געשריבן:
נעכטן האט געשריבן:געשריבן דורך א ''איד'' ארבעטער.... ביטע


דוכט זיך ״דער איד״ פארמאגן בעסערע שרייבער ווי דאס, סהאט זיך איינעם פארשמעקט...

נאופס. נישט דער טעגליכע. אזא באשעפעניש ווי
פאליק האט געשריבן:פובליקירער

טרעפט זיך דארט א גאנץ באקוועם פלאץ.
די טעותים דארטן פאסט באמת נישט פאר זיי.


עס האט אייך גענומען איבער פיר מאנאטן צו געפינען איינס אדער צוויי גרייזן. נאך אלץ זייער גוט בכלל.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט