קול מבשר היסטאריע אפטיילונג - הרב שמואל פוקס 5-2-1

די אחראים: אחראי, געלעגער

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2363
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » מיטוואך סעפטעמבער 30, 2015 10:30 pm

60 – שטיין מעגליך אויסגעקריצט דורך יואש מלך יהודא פון זמן בית ראשון.

61 - ווער זענען די פאלאשן, און צו זיי זענען פון די אפשטאמיגע פון די עשרת השבטים.
פאר קריטיק דריקט דא

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2363
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 10:16 pm

62 - ווי קרח איז איינגעשלינגען געווארן און צו די גיהנם איז אין ירושלים.

63 – אור אלטע אידישע קהלה אויפן אינזל זשערבא, אזויגערופונער ירושלים ד'אפריקע, עלטסטע קהלה אין כלל ישראל וואס גייט אן טויזנטער יאר נאכאנאנד.

64 - גלגולים און דיבוקים פון דער ערשטער מענטש וואס האט די ערשטע געווארפן א שטיין אויף זכרי' הנביא.
פאר קריטיק דריקט דא

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2363
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 10:18 pm

דערווייל איז נומ. 64 די לעצטע אין די סעריע רייכע שיעורים אין היסטאריע און ארכיעלאגיע פון ר' שמואל פוקס, מיר האפן בקרוב צו מאכן א PDF פון די אלע שיעורים.
פאר קריטיק דריקט דא

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2363
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 11:37 pm

.
צוגעלייגטע
שמואל פוקס...pdf
(169.9 KiB) דאונלאודעד 185 מאל
פאר קריטיק דריקט דא

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2363
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » מוצ"ש נובעמבער 07, 2015 10:05 pm

65 - צו לעבט נאך שם בן נח די היינטיגע טעג און צו איז ער לעבעדיגערהייט אריין אין גן עדן.
פאר קריטיק דריקט דא

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2363
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:02 pm

66 - 72 שאלות ותשובות פיל מיט חכמה און פראקטיק צווישן תלמי המלך און די אידישע זקנים. (לכבוד ניטל)
פאר קריטיק דריקט דא

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2363
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » פרייטאג אפריל 15, 2016 8:47 am

67 - שמועס איבער די שאך שפיל.

68 - שמועס איבער די הדה של פסח, ווער האט עס מחבר געווען און איבער פארשידענע נוסחאות אין די הגדה.
פאר קריטיק דריקט דא

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2363
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » מאנטאג יוני 06, 2016 8:35 pm

69 - איבער די מגלת ים המלח, און ווער עס האט עס געשריבן
פאר קריטיק דריקט דא

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2363
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » זונטאג יוני 26, 2016 4:58 pm

70 - שמועס איבער וואס איז די מקור פון ר' דן פון די מעשה פון אקדמות
פאר קריטיק דריקט דא

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2363
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » דאנארשטאג יוני 30, 2016 8:03 pm

71 - "בענטשן ראש חודש" - די מקור פון דעם מנהג און איר היסטאריע
פאר קריטיק דריקט דא

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2363
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » דינסטאג דעצמבער 06, 2016 5:47 pm

72 - אינטערסאנטע געשיכטעס פון שידים און רוחות

73 - א שמועס איבער די הר גריזים און הר עיבל און אלעס ארום די הר גריזים

74 - איבער די ספרד'ישע פיוט עת שערי רצון, די ניגון אויפגעשפילט

76 - שמועס אויב עס איז דא לעבן אויף אנדערע פלאנעטן

77 - שמועס איבער די ספרד'ישע פיוט חביבי און אויך די ניגון אויפגעשפילט
פאר קריטיק דריקט דא

ha ha
שר חמישים ומאתים
תגובות: 461
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 18, 2016 9:12 am

תגובהדורך ha ha » מיטוואך דעצמבער 07, 2016 9:36 am

נאך קיין מאהל נישט געהערט, אין איך זעה אויך נישט קיין קאמענטארן מיז זיין אז עס איז יא גיט, ווייל ווען נישט וואלט שוין דא געוועהן טישן אין בענק...

באבל
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 29, 2015 4:18 pm

תגובהדורך באבל » זונטאג דעצמבער 11, 2016 12:48 pm

איך הער עס נישט אויס אזוי אפט, אבער די וואך דאנערשטאג האט ער דערליווערט א שיעור, איינס אין די וועלט, מיט אזא ברירות און היקף, אזוי קלאר און שיין אראפגעלייגט. עס איז ווערד פאר יעדן אויסצוהערן. ער איז מסביר די גאנצע זאך פון נעמען פון שטעט און פון מענטשן, וואס איז פשט אז מען איז אנגעקומען צו א שטאט און מען האט געגעבן א נאמען על שם די מאורע און ווער האט עס גערופן דערמיט, און אויך נעמען פון די שבטים... ער עפנט אויף אויגן און מאכט קלאר דעם גאנצן נושא. זייער שיין.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2088
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

איז געווען א דריטע בית המקדש?

תגובהדורך סידיראם » זונטאג יוני 24, 2018 9:32 pm

זיינע שיעורים לעצטנס (אייביג געווען אבער לעצטנס ביותר) ווערן אראפגעלייגט זייער שיין און קלאר. יישר כחכם.

אין איינס פון די לעצטע תגובות האט ר' שמואל גערעדט פון א קאנטריווערסיאלע נושא, דהיינו אז עס איז געווען א דריטע בית המקדש!!! איינער האט שוין אמאל געהערט דערפון? איך נישט.
ער פרעגט דארט א קשיא אז וויאזוי קען זיין אז ר' ישמעאל בן אלישע זאגט - אין ברכות - פעם אחת נכנסתי להקטיר קטורת לפני ולפנים וכו', אמער, מען טרעפט דאך אין מדרש אז ר' ישמעאל בן אלישע איז געווען פון די געפאנגענע פון רום און ער האט געענטפערט הלא ה' זו חטאנו לו וגו', כדאיתא במדרש. זעען מיר דאך פון דעים אז ער האט שוין געלעבט נאך די צייטן פון די בית המקדש. (בפשטות איז די תירוץ אז עס איז געווען צוויי צדיקים מיט די זעלבע נאמען, וצ"ע, ועי' במאמר טובים השנים מן האחד בקובצי בית ועד לחכמים שע"י מבצר הכוללים דק"י).

וויל ר' שמואל פארענטפערן פשוט. אז היות עס ווערט "ערגעץ" ארומגערעדט אז עס איז געווען א דריטע בית המקדש, ממילא מיינט אז ער האט משמש געווען אין די דריטע בית המקדש.

איך האלט אז ר' שמואל אויב ער דערמאנט אזא סארט נושא, זאל ער דאס נישט געבן א ווארף אריין דא דארט, נאר ער זאל מאכן דערפון א עקסטערע שמועס, און אויסשמועסן די ראיות דערפון.

אונז אלע ווייסן מיר אז עס איז געווען צוויי בתי מקדשות, און מיר ווארטן און האפן בכליון עינים אויף די דריטע בית המקדש, וואס איז פשט פון די ווערטער אז עס איז געווען א דריטע בית המקדש? וואס זענען די ראיות דערצו, ווי ווערט דאס דערמאנט?

און אפילו אויב יא, האט דאס דען געהאט די קדושת בית המקדש אז די שכינה זאל זיך דארט מגלה זיין צו ר' ישמעאל בן אלישע.

אז מען רעדט שוין, האלט איך אז ר' שמואל זאל געבן נאך א לענגערע ערקלערונג איבער דעים וואס ער זאגט אסאך מאל אז נישט אלע אידישע קינדער זענען געווען אין מצרים. דאס איז אויך א דבר פלא ועצום, צו זענען נישט אלע אידישע קינדער געווען ביי מתן תורה? ווי שטימט עס אז די מספר בני ישראל זענען געווען ששים רבוא בדיוק? ווי שטימט דאס אז אונז אלע זאגן אז אבותינו זענען געווען במצרים. ועוד תמיהות.

אזא זאך וואלט אויך געדארפט ווערן אויסגעשמועסט באריכות יותר, ולא רק אויפ'ן שפיץ גאפל.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » זונטאג יוני 24, 2018 9:42 pm

בפשטות היו שני ר' ישמעאל בן אלישע כדמוכח בגיטין נח. אחד כהן גדול ובן בנו שעליו העיד ר' יהושע שעתיד הוא להורות הוראה בישראל. ולק"מ.

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1477
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » זונטאג יוני 24, 2018 10:01 pm

ר' שמואל זאל מיר מוחל זיין
אבער אפילו לו יהא ס'יז געווען א דריטע ביהמ"ק איז עס נישט געווען בהסכמת חכמי ישראל, ווי רבי ישמעאל זאל משמש זיין בכהונה גדולה, עס איז דא עפעס אזא דיעה אויף בר כוכבא אז ער האט געבויט עפעס א דריטע ביהמ"ק, אבער ווי געזאגט איז נישט שייך צו זאגן אז רבי ישמעאל זאל דארט האבן משמש געווען בכהונה ביוה"כ
ולעצם הקושיא, קאן זיין אז 'נכנסתי לפני ולפנים' גייט ארויף אויפן ביהמ"ק של מעלה, און דארט האט ער געזעהן אכתריאל וכו'

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » זונטאג יוני 24, 2018 10:18 pm

סידיראם האט געשריבן:זיינע שיעורים לעצטנס (אייביג געווען אבער לעצטנס ביותר) ווערן אראפגעלייגט זייער שיין און קלאר. יישר כחכם.

אין איינס פון די לעצטע תגובות האט ר' שמואל גערעדט פון א קאנטריווערסיאלע נושא, דהיינו אז עס איז געווען א דריטע בית המקדש!!! איינער האט שוין אמאל געהערט דערפון? איך נישט.
ער פרעגט דארט א קשיא אז וויאזוי קען זיין אז ר' ישמעאל בן אלישע זאגט - אין ברכות - פעם אחת נכנסתי להקטיר קטורת לפני ולפנים וכו', אמער, מען טרעפט דאך אין מדרש אז ר' ישמעאל בן אלישע איז געווען פון די געפאנגענע פון רום און ער האט געענטפערט הלא ה' זו חטאנו לו וגו', כדאיתא במדרש. זעען מיר דאך פון דעים אז ער האט שוין געלעבט נאך די צייטן פון די בית המקדש. (בפשטות איז די תירוץ אז עס איז געווען צוויי צדיקים מיט די זעלבע נאמען, וצ"ע, ועי' במאמר טובים השנים מן האחד בקובצי בית ועד לחכמים שע"י מבצר הכוללים דק"י).

איך האב אים נישט אויסגעהערט קיינמאל. זענט איר זיכער אז דאס איז וואס ער זאגט?

מען דארף נישט קריכן צום מדרש, כן איתא בגיטין (נח.), וראה בתוספות יבמות (קד.) דהיו תרי ר' ישמעאל בן אלישע.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2088
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » זונטאג יוני 24, 2018 10:24 pm

יא איך בין זיכער. ר' שמואל איז א ידען נפלא, ער ווייסט זיכער פון די תוס', ואולי האט ער ראיות פון אנדערע ראשונים וואס שרייבן אנדערש ווי תוס'. איך טראכט נאר הויך. ועל כל פנים ר' שמואל דערמאנט דאס נאר אויפ'ן שפיץ גאפל אז עס איז געווען א דריטע בית המקדש וכו' ובזה מתרץ הקושיא.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2088
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג יוני 25, 2018 4:43 pm

למעלה איך פארשטיי נישט דיין קשיא אויף ר' שמואל. איך האב אריינגעקוקט אין תוס' יבמות, דארט האט תוס' צוויי תירוצים, און לויט איין תירוץ איז דאס יא געווען די זעלבע ר' ישמעאל בן אלישע, ממילא לויט דעים קען דא אריינקומען די ווערטער פון ר' שמואל פוקס
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9025
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג יוני 25, 2018 7:10 pm

תוס' האט נישט דארט קיין צווייטע מהלך 'אנדערש' ווי די ר"י, ווייל די ר"י איז נישט געבויעט אויף יענעם גמרא [קלאר אזוי משמע אין תוס'], נאר תוס' וויל דארט פארענטפערן יענעם גמרא ווי אזוי ס'קען זיין אז רבי ישמעאל ב"ר יוסי זאל האבן געזען רבי ישמעאל בן אלישע, אפי' איך זאל לערנען אז ר' ישמעאל ב"ר יוסי רעדט יא פון דעם זעלביגן, און פירט אויס אז לויט ווי די ר"י האט מפרש געווען אז ס'איז געווען צוויי, שטימט די גמרא אויך.

אגב זע דא http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=87 ווי ער ברענגט בשם דעם ר"י הזקן [רבי] און אויך בשם רבינו תם.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2088
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג יוני 25, 2018 10:06 pm

אקעי צו זיין אביסל מער קלאר וואס דא גייט פאר, האב איך אויסגעהערט פון ר' שמואל פוקס וואס ער זאגט ביי נומער 21, דארט איז ער טאקע מאריך אז מען האט "געוואלט" בויען א דריטע בית המקדש. דהיינו, ווער האט געוואלט? אנדריינוס קיסר האט געוואלט מיט א גאנצע חשבון צו קנאקן די נוצרים דורכ'ן בויען די בית המקדש, ווי ר' שמואל איז דארט מאריך אז די קיסר האט געשטיצט מען זאל בויען א דריטע בית המקדש.

דאך, ווי ר' שמואל אליין זאגט דארט, האבן די אלע גדולי ישראל וחכמי' נישט געהאלטן דערפון וויבאלד די דריטע בית המקדש גייט אראפקומען בנוי ומשוכלל משמים און וועגן נאך סיבות וואס מען האט פארשטאנען אז דער קיסר זיכט נישט דערמיט די טובה פון די אידן.

למעשה האט מען געבויעט די יסודות פון די בית אבער דאן איז געקומען א בליץ פון הימל און האט אלעס פארברענט און צוריק חרוב געמאכט, דאס איז געווען נאך א צייכן אז פון הימל וויל מען דאס נישט.

ר' שמואל אליין זאגט דארט אז פון די גאנצע זאך איז גארנישט געבליבן, מען האט נישט געבויעט און אוודאי האט מען דאס נישט צוגעענדיגט. חוץ לויט "איין שרייבער" - ווי ר' שמואל זאגט - האט מען שוין יא אנגעפאנגען אפילו צו טוהן די עבודה דארט.

אבער דא איז נאך אלס דא מיין תמי', למעשה זעהט דאך אויס בפשטות אז מען האט גארנישט מיט נישט געבויעט, און אוודאי נישט מקריב געווען קרבנות, נו אויב אזוי וויאזוי קען מען בויען אויף האלבע ווערטער פון א שרייבער, ווער איז דער שרייבער, און ווי שטארק מוסמך איז ער.

והעיקר, זעסט דאך אז אלע חכמי ישראל זענען בכלל נישט מיטגעשטאנען מיט דעים, איז ווי קען מען זאגן אז ר' ישמעאל בן אלישע זאל גאר דארט מקריב זיין קרבנות? לפני ולפנים? און ווי קען מען זאגן אז דארט איז געווען השראת השכינה דעמאלס?

לאמיר זאגן אז מען קען יא עפעס זאגן בדרך אפשר, וואלט איך נאך אלס געהאלטן אז מען זאל נישט אריינווארפן קיין קאנטריווערסיאלע ווערטער אן דאס געבן א ברייטע דעקונג אויפ'ן פלאץ.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

רוויגו
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 07, 2013 1:59 am

תגובהדורך רוויגו » מאנטאג יוני 25, 2018 11:56 pm

זייענדיג אין גוטן מיט ר' שמואל, האב איך אים אנגעפרעגט וואס דער עולם פרעגט דא, ולהלן 'תשובתו הרמה' (שמואל א' ז' יז):

עיי' רש"ש ריש פרק אין צולין בפסחים, עיי' גם שו"ת מהרי"ץ חיות סימן ע"ו, שבמשך תקופה ממושכת אחרי החורבן הקריבו שם קרבנות, ויש עוד מקורות בזה. בפרט לשיטת רבן גמליאל "מקריבין אף על פי שאין בית", האמירה על קרבן פסח, והוא אכן צוה על עבדו לצלות את הפסח, כדקתני בפסחים. בעצם כל שנה שלא מקריבים קרבן פסח עוברים על איסור כרת.

בדורות האחרונים ידוע גם מהר"י מפריס שרצה לעלות להר הבית ולהקריב קורבן, ידוע גם הפולמוס עם הרצ"ה קאלישער שרצה לחדש עבודת הקרבנות והתכתב על זה עם רבו הגרעק"א, ומה שכתב החתם-סופר, והכל מתועד בספרו 'דרישת ציון' כידוע ליודעים. גם רבה של ערלוי, רבי שמעון סופר זצ"ל, פעל בענין להשיג רשיון להקריב קרבנות, וסבר שגם החתם-סופר סובר שיש ענין להקריב קרבנות בימינו אלה. לפי הלכה אין בית-המקדש מעכב הקרבת הקרבנות, כולל קורבן פסח. לפי הרמב"ם נשאר קדושת הר הבית גם אחרי החורבן, והקרבת הפסח חובה הוא לדברי הרמב"ם.

בנוגע בנין בית-שלישי:
כבר הארכנו באחד מהשיחות שלנו על 'קול מבשר', אמנם לא היתה זאת בית-שלישי אלא בית-רביעי, כי הרי הורדוס כבר חידש בית-המקדש, ויש מחלוקת אם הרס מקודם בנין הישן ואחרי זה בנה החדש, או אם נטל דופן ובנה דופן בסירוגין.

על כל-פנים, הפעם הראשון שדברו על בנין בית-המקדש לאחר חורבנה, הוא בימי רבי יהושע בן חנניה, כמה עשרות שנים אחרי החורבן, כדאיתא במדרש. אז כבר לקחו כסף מהציבור, אך בעיקבות הלשנה נמנע בנין בית-המקדש. יש סימנים שאחד מהמטרות של המרד בימי בר-כוכבא, היתה בנין בית-המקדש, וכך גם נחקק במטבעות המרד, בנין בית-המקדש.

נסיון נוסף נעשה בימי יוליאנוס קיסר, ושם היתה המטרה לערער על האמונה הנוצרית. יש הרבה גרסאות מה נעשה שם, אם אכן התחילו לבנות, או אפילו לא הספיקו להתחיל, או שכבר גמרו עבודת הבניה. דבר אחד הוא ברור, שלא היתה דעת הקהל מרוצה מזה, והיהודים לא שמחו לקרת הבניה, מאיזה טעם שיהיה. לבסוף לא נעשה מזה כלום.

אי"ה אשתדל בשיחת השבוע להאריך קצת יותר בענין זה, ליתן בהירות לקהל השומעים.

בכבוד רב.

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלף
תגובות: 1739
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דינסטאג יוני 26, 2018 12:25 am

זייער קלאר און זייער רייך.

אבער, היוצא מדברי ר' שמואל פוקס וואס רוויגו ברענגט, איז קוים געווען א צייט וואס מ'האט געקלערט און געוואלט בויען א ביהמ"ק. אבער צו גיין זאגן אז ר' ישמעאל בן אלישע האט דארט געטון די עבודה איז א ווייטע גאנג.

עס זעהט נישט אויס אז רוויגו האט גערעדט מיט ר' שמואל פוקס פון קול מבשר, יענע האט יא געוואלט טענה'ן אז ער האט געטוהן עבודה אין א דריטע בית המקדש. אפשר איז דא צווי ר' שמואל פוקס ולק"מ :lol:

יאיר גאלד
שר חמש מאות
תגובות: 502
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 3:16 pm

תגובהדורך יאיר גאלד » דינסטאג יוני 26, 2018 1:15 am

האט נאך איינער הנאה געהאט פון די יוסף קמצן קדוש אנאליז לעצטע וואך? ער גייט גג על גג מיט דעם חב''ד שליח און קרליבאך, איך האב זייער הנאה געהאט פון זיין בנין....
פארוואס טענה'סטו דיך מיט מיר? זעסטו דען נישט אז כ'הייב נישט אן צו וויסן וואס כ'רעד?!

אההה, ווייל דו ווייסט אויך נישט וואס דו רעדסט!

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2088
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דינסטאג יוני 26, 2018 12:39 pm

רוויגו האט געשריבן:זייענדיג אין גוטן מיט ר' שמואל, האב איך אים אנגעפרעגט וואס דער עולם פרעגט דא, ולהלן 'תשובתו הרמה' (שמואל א' ז' יז):

בנוגע בנין בית-שלישי:
כבר הארכנו באחד מהשיחות שלנו על 'קול מבשר', אמנם לא היתה זאת בית-שלישי אלא בית-רביעי, כי הרי הורדוס כבר חידש בית-המקדש, ויש מחלוקת אם הרס מקודם בנין הישן ואחרי זה בנה החדש, או אם נטל דופן ובנה דופן בסירוגין.

על כל-פנים, הפעם הראשון שדברו על בנין בית-המקדש לאחר חורבנה, הוא בימי רבי יהושע בן חנניה, כמה עשרות שנים אחרי החורבן, כדאיתא במדרש. אז כבר לקחו כסף מהציבור, אך בעיקבות הלשנה נמנע בנין בית-המקדש. יש סימנים שאחד מהמטרות של המרד בימי בר-כוכבא, היתה בנין בית-המקדש, וכך גם נחקק במטבעות המרד, בנין בית-המקדש.

נסיון נוסף נעשה בימי יוליאנוס קיסר, ושם היתה המטרה לערער על האמונה הנוצרית. יש הרבה גרסאות מה נעשה שם, אם אכן התחילו לבנות, או אפילו לא הספיקו להתחיל, או שכבר גמרו עבודת הבניה. דבר אחד הוא ברור, שלא היתה דעת הקהל מרוצה מזה, והיהודים לא שמחו לקרת הבניה, מאיזה טעם שיהיה. לבסוף לא נעשה מזה כלום.

אי"ה אשתדל בשיחת השבוע להאריך קצת יותר בענין זה, ליתן בהירות לקהל השומעים.

בכבוד רב.


די עצם ווערטער אנצורופן די בית המקדש פון הורדוס מיט'ן נאמען "בית המקדש שלישי" איז שוין קאנטריווערסיאל, עס ווערט קלאר איבעראל ווייטער אנגערופן די צווייטע בית המקדש, און אויף די בנין בית המקדש השלישי ווארטן מיר אפ ווען משיח וועט קומען במהרה.

ר' שמואל שרייבט דא אז דער קיסר האט געוואלט און געחלומ'ט פון בויען א דריטע בית המקדש כדי צו האקן קעגן די נוצרים, אבער למעשה איז דאס נישט צושטאנד געקומען, און ווי שטאלצער האט שוין געזאגט, האסטו אפשר גערעדט מיט א צווייטער ר' שמואל... וויבאלד דא ווערט כי הוא זה נישט פארענטפערט קיין איין הערה וואס מען האט דא מעורר געווען.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט