מזל מידיע - שרייבן און מארקעטינג טיפס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4570
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג יולי 23, 2015 3:48 pm

הרב מזל שוין יארן לאנג וואס אונזערע צייטונגען באשרייבן די איזרעלי פאליטיק מיט אלע קלאפערלאך, געווינסן און פארלוסטן צוגלייך, ווי איז דער באלאנץ? איז די מדינה ווייניגער א פראבלעם ווי טעכנעלאגיע? (וכבר צעקו על זה הרב דאמב ודעימיה) נאר וואס דען, כבר נמנו וגמרו האקען לחוד ונייעס לחוד!!, ס'נישט קיין סתירה, אין איין זייט האקט מען אויף די מדינה אדער טעכנעלאגיע און אין די אנדערע באשרייבט מען עס, צום בעסטען פאל שרייבט ביים סוף פונעם ארטיקל עפעס א פסוק אדער מליצה וואס מאכט אוועק די נייעס.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » דאנארשטאג יולי 23, 2015 4:03 pm

ווי האט עמיצער געזען א נייעס אין א היימישן צייטונג וואס איז מחשיב סמארטפאונס?

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דאנארשטאג יולי 23, 2015 4:04 pm

בס"ד

מ'רעדט נישט פון "מחשיב" זיין דירעקט, נאר אומדירעקט דורך דעקן פאזיטיווע נייעס ארום דעם.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » דאנארשטאג יולי 23, 2015 4:04 pm

נא_שכל האט געשריבן:הרב מזל שוין יארן לאנג וואס אונזערע צייטונגען באשרייבן די איזרעלי פאליטיק מיט אלע קלאפערלאך, געווינסן און פארלוסטן צוגלייך, ווי איז דער באלאנץ? איז די מדינה ווייניגער א פראבלעם ווי טעכנעלאגיע? (וכבר צעקו על זה הרב דאמב ודעימיה) נאר וואס דען, כבר נמנו וגמרו האקען לחוד ונייעס לחוד!!, ס'נישט קיין סתירה, אין איין זייט האקט מען אויף די מדינה אדער טעכנעלאגיע און אין די אנדערע באשרייבט מען עס, צום בעסטען פאל שרייבט ביים סוף פונעם ארטיקל עפעס א פסוק אדער מליצה וואס מאכט אוועק די נייעס.


ווי האסטו געזען מען זאל באשרייבן מדינת ישראל נייעס מיט אלע קליפערלעך

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » דאנארשטאג יולי 23, 2015 4:12 pm

גרויזאמער האט געשריבן:
ווען מען נוצט שכל הישר קען מען דערמאנען די גרעסטע ציונים, ווערטער אין עברית, און באשרייבן גוי'שע פערזענליכקייטן און טעכנאלאגיע.

יתכן אז איך בין קאליר-בליינד אדער אפשר האבעך נישט קיין שכל הישר אבער ילמדינו רבינו און ברייטער אביסל אויס די דאזיגע פאראגראף...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » דאנארשטאג יולי 23, 2015 4:16 pm

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

מ'רעדט נישט פון "מחשיב" זיין דירעקט, נאר אומדירעקט דורך דעקן פאזיטיווע נייעס ארום דעם.


כ'וואלט באמת געוואלט הערן א משל, ווייל דאס טאר נישט זיין. אדרבה אז דו קענסט ערווענען

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19461
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יולי 23, 2015 4:25 pm

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:וואו האסטו געזען מען זאל באשרייבן מדינת ישראל נייעס מיט אלע קליפערלעך

נאך אין די אמאליגע "דער איד" בימי ר' סענדער ז"ל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » זונטאג יולי 26, 2015 11:55 pm

farshlufen האט געשריבן:
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:וואו האסטו געזען מען זאל באשרייבן מדינת ישראל נייעס מיט אלע קליפערלעך

נאך אין די אמאליגע "דער איד" בימי ר' סענדער ז"ל.

פונקט היינט געליינט אין בלאט אין די סעריע אינטערוויוס מיטן ראב"ד ווי ער פארציילט אז ער געדענט ווי איינמאל איז אריינגעקומען א נגיד צו רבין אז ער וויל עפענען א טעגליכע צייטונג געשטימט אנטי ציונות, פארן ברייטן אמעריקאנעם אידענטום.
דער רבי האט געבעטן אפאר טאג איבערצוטראכטן, און געענטפערט אז ער וויל נישט ווייל אפי' דער וועכענטליכער 'דער איד', קאסט אים אסאך כוח בודק צו זיין אז ס'זאל זיין נקי, און ער זעהט נישט וויאזוי ער זאל קענען האבן קאנטראל אויף א טעגליכע צייטונג.

איך געדענק נישט דעם איד (און נישט דעם בלאט) אז סזאל זיין ריין פון פרייד אויף ציוניסטישע נצחונות, צו מערסטנס האט מען אריינגעווארפן צום סוף אםאר סאטמערע שורות, און מיט דעם גכשרט דעם גאנצן ארטיקל/נייעסל,
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

די ווארט "פיסטאן"

תגובהדורך מזל מידיע » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 5:13 pm

בס"ד

נו, רבותי, ווי זאגט מען אויף אידיש די ווארט "פיסטאן," אזוי ווי אין א מאטאר. PISTON. אפילו מ'קען נישט זאגן די ווארט ממש, אבער ווי קען מען עס מסביר זיין אנדערש ווי "די זאך וואס טרייבט די זאך וואס איז קאנעקטעד צו די זאך וואס," ווי יענער ערב סוכות אין האום דיפאו צו טרעפן פארטס פאר'ן שלאק.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1390
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 5:35 pm

די אייזן וואס געפינט זיך אין א צילינדער?
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 5:52 pm

בס"ד

פון דעם רעדט מען, אבער "אייזן" איז צו א כלליות'דיגע ווארט.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19461
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוגוסט 06, 2015 5:55 pm

ווי וואלסטו געטייטשט:
Rod
Shaft
?

אולי א "שטאנג".
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

איבערטייפן טעקסט פון אודיאו

תגובהדורך מזל מידיע » מיטוואך אוגוסט 12, 2015 10:26 am

בס"ד

מיר האבן יעצט ארבייט איבערצוטייפן אידישע ווערטער פון עם. פי. 3. ממש שוין.

אויב מ'זעמיר אי"ה צופרידן, וועט זיין נאך ארבייט בהרחבה.

ביטע לאזן וויסן דא, אין אישי אדער אויף אימעיל Isaac@mazalmedia.com
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:40 am

בס"ד

רבותי, ידידי, וועלכע איז בעסער?

ווערטער ווי מוזיק, ארטיקלען ווי נוי סוכה, רעזולטאטן ווי... WOW. פאר אלע לשנה טובה שרייב ארבייט און מארקעטינג רופט ווי שנעלער.
(כאפט אריין ווילאנג יעדער איז נאך אין קאנטרי.) מזל מידיע, יצחק אייזיק שניטצלער. Isaac@mazalmedia.com אדער 845-827-5330

א ד ע ר

ווערטער ווי מוזיק, ארטיקלען ווי פאעזיע, רעזולטאטן ווי... WOW. פאר אלע לשנה טובה שרייב ארבייט און מארקעטינג רופט ווי שנעלער.
(כאפט אריין ווילאנג יעדער איז נאך אין קאנטרי.) מזל מידיע, יצחק אייזיק שניטצלער. Isaac@mazalmedia.com אדער 845-827-5330

א ד ע ר

BEAT THE RUSH BEFORE ROSH HASHANA
For all your corporate Lshana Tova writing and marketing needs
call Mazal Media: 845-827-5330 or email Isaac@mazalmedia.com.
לעצט פאראכטן דורך מזל מידיע אום דינסטאג אוגוסט 18, 2015 8:56 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 8:10 am

די 2'טע אידישע און אויך די ענגלישע, לדעתי קען מען ניצן ביידע און באזונדערע פלעצער.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:13 am

כ'האב הנאה אז גרויסע ווערטעראגיסטן קומען אנפרעגן אין אייוועלט איבער ווערסיעס...
צו מיר רעדן נישט די ערשטע צוויי, כ'ווייס נישט וואס מיינט ווערטער ווי מוזיק אדער ארטיקלען ווי נוי סוכה. כ'פארשטיי איר ווילט נוצן א נוטראלע זאך פאר ר"ה+יו"כ+סוכות. אבער איך מיין מיט פשוטע שפראך קען מען עס בעסער ארויסברענגען.
למשל
מיר וועלן העכסט פראפעסיאנאל שרייבן (און אויפסעטן) אייער "לשנה טובה" קארטלעך מיט טרעפליכע וואונטשן און גאר געלונגענע גראמען, אין סיי וועלכען פארמאט. רופט שוין בעפאר מיר ווערן זייער פארנומען (נ"א ווילאנג דער עולם איז נאך אין קאנטרי)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
טרעוולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 261
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

תגובהדורך טרעוולער » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:22 am

די ענגלישע רעדט די מערסטע, קורץ און צום פינטל.

שרייב די ענגלישע נוסח אין אידיש און נאכדעם פרעג אויף אלע פיר וועגן.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 1:21 pm

איך האב די מערסטע ליב די ערשטע אין אידיש.

וועלכע איז בעסער פאר א עד, דארפסטו פרעגן א מארקעטער........ כ'הער עס איז דא איינער שניצלער זייער גוט.........
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 9:46 pm

ווערטער ווי תקיעות, ארטיקלען ווי טאביק, רעזולטאטן ווי וויין...
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 10:14 pm

יואל שווארטץ האט געשריבן:ווערטער ווי תקיעות, ארטיקלען ווי טאביק, רעזולטאטן ווי וויין...

איז דאס פאר א שיך סטאר?
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אוגוסט 18, 2015 10:46 pm

יואל שווארטץ האט געשריבן:ווערטער ווי תקיעות, ארטיקלען ווי טאביק, רעזולטאטן ווי וויין...

רעזאלט ווי "פון" וויין... כצ"ל
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » מיטוואך אוגוסט 19, 2015 1:48 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
יואל שווארטץ האט געשריבן:ווערטער ווי תקיעות, ארטיקלען ווי טאביק, רעזולטאטן ווי וויין...

רעזאלט ווי "פון" וויין... כצ"ל

כ׳האב בלויז פרובירט צו מאכן א [קארנדיגע] וויץ, על דרך ר״ה יו״כ סוכות.

אבער כ׳מיין אז הער מזל וויל יעצט בעיקר ארויסברענגען די לשנה טובה׳ס, און בדרך אגב אויך מארקעטינג, אין 2 שורות.
ער וויל זאגן אז מיט זיין הילף וועט דער וואס באקומט א לשנה טובה ״מזל מידיע-סטייל״ זאגן wow אויף זיבעציג שפראכן פאר 365 טעג נאכאנאנד...

@פלטיאל, פאר א wow סטאר.
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

פארבעסערן די מידיע

תגובהדורך מזל מידיע » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2015 12:30 pm

בס"ד

נארוואס באקומען אן אימעיל פון א דזשורנאליסט, אז די שטארקע פאלשקייט אין א קעפל פון א נייעס באריכט אויף די "חסידים" איז טאקע אומפאסיג, און מען האט עס געטוישט צום ריכטיגן, אויפ'ן פלאץ.

You are correct regarding the headline. I'm having it corrected. Thank you.

מוסר השכל: ווען מען זעהט עפעס, זאגט מען עפעס, אויב מ'קען דערביי מאכן א קידוש השם און עס טאן אויף א ריכטיגן באשיידענעם אופן.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

מזל מידיע
שר חמש מאות
תגובות: 763
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

אכטונג אויף שמות הקדושים

תגובהדורך מזל מידיע » דאנארשטאג אוגוסט 20, 2015 12:37 pm

בס"ד

ווייטער וועגן גיין שטיל און באשיידן, האט מען מעורר געווען דריי גרויסע אויסגאבעס לעצטנס, ווען בילדער האבן געהאט דעם שם המפורש ב"ה און עס איז געווען אן ערנסטע שאלה דאורייתא פון בזיון ח"ו.

אלע דריי האבן עס גענומען זייער ערנסט, באמת, און מבטיח געווען מער אחריות דערויף. ממילא דארף מען נישט זאגן די נעמען.

ומכאן הקריאה יוצאת, יעצט ווען מען גרייט שוין צום דרוק די גרויסע אויסגאבעס אויף די קומענדיגע ימים טובים, ביטע, למען ד' ולמען הרחמים, אכטונג געבן אויף בילדער מיט שמות הקדושים שאינם נמחקים און עס איז א שאלה דאורייתא. אידן באצאלן געלט צו ליינען אייערע אויסגאבעס, נישט נכשל צו ווערן ח"ו. בברכת כתיב"ה וחתימה טוב"ה.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » פרייטאג אוגוסט 21, 2015 9:15 am

יואל שווארטץ האט געשריבן:ווערטער ווי תקיעות, ארטיקלען ווי טאביק, רעזולטאטן ווי וויין...

:grin:
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט