"קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 12:31 pm

געקויפט, נאכנישט דורכגעלייענט בעיון נאר בלויז געבלעטערט, אויבן-אויף זעהט עס אויס זייער זייער רייך, כ'האף זיי וועלן קענען אנהאלטן פינאנציעל, סחורה איז דא געניג און נאך!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1389
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 24, 2009 8:12 am

תגובהדורך יאפין » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 12:35 pm

מען ווערט נישט אזוי שנעל א נעבעך און א קליינע קאפ. פון איין ווארט אנדערש וואו דו ביסט צוגעוואוינט.

אין בעלגיע ניצט מען אליווען נישט איילבירטען
(כ'געדענק ווען כ'האב די ערשטע מאל געהערט די ווארט איילבירטען האב איך געמיינט אז ס'האט עפעס א שייכות מיט רמונים)
ס'האט גענומען לאנג אבער, יאפס. איי עם אין.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24904
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 12:43 pm

שרעבי האט געשריבן:
דע מה שתשיב האט געשריבן:איך האב געקויפט די קינדליין, נישט איינס נאר צוויי, און איך מוז זאגן אז איך בין נבהל ונשתומם פון די הערליכע ארבעט וואס זיי האבן אהערגעשטעלט. הלוואי זאל עס אנהאלטן. עס איז אזוי וויכטיג פאר'ן היינטיגן דור. ס'איז גאר שווער צו צושטעלן פאר די היימישע עולם ליינווארג, אזויפיל קנאים, אזויפיל דעה-זאגער, אזויפיל געלט-שפארער, און אזויפיל אנדערע ליינווארג. איך האף אז די קינדליין וועט עס דורכשוויצן און באווייזן צו ווערן א שטארקע אויסגאבע פאר די קינדער וועלכע לעכצן נאך אביסל ערליכע סחורה.
איך וועל זיי בלי נדר שטיצן ווי ווייט מעגליך.

איך האב עס געקויפט
צו צושטעלן א ביכל כגון דא איז ביטער שווער, מען זעט אז עס ליגט דערין גאר אסאך ארבעט ממש א עבודה קשה שבמקדש
עס איז הערליך עס איז שיין, תורה נאה בכלי נאה
דאס צוצושטעלן איז א גרויסע עבודה און א גרויסע קונץ, אבער צו זאגן קריטיג דארף מען נישט קיין ציין דאס איז נישט קיין קונץ
איך האב ב"ה בנים פון די 19 ביז די 3. לאנגע יארן ווארט איך אויף א ביכל ווי קינדליין, און נישט נאר איך נאר אסאך טאטע'ס
איך האלט אז עס קומט זיי חיזוק און נישט קיין קריטיג אויף זאכן ווי די אליווען "עוולה" וואס אגב מיין מלמד ע"ה (א פוילישער) פלעט אייביג אזוי טייטשן "שמן זית אליווען אויל"

שלום עליכם הרב שרעבי, ספעציעל אנקומען צום קינדליין אויסאגבע, יהא בואכם לברכה, ואויסגאביכם להצלחה.

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16036
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 12:57 pm

האבן מיר זיי געשטיצט דעם וואך און
שמעלקא טויב האט געשריבן:געקויפט, נאכנישט דורכגעלייענט בעיון נאר בלויז געבלעטערט, אויבן-אויף זעהט עס אויס זייער זייער רייך, כ'האף זיי וועלן קענען אנהאלטן פינאנציעל, סחורה איז דא געניג און נאך!

בלעטערדיג האב איך באמערקט אז זיי האבן אויך א "נייע" סעריע, דהיינו די איבריגע איז נישט ניי? וואו קען מען באקומען די פריערדיגע? עכ"פ ס'קוקט אויס אז אויב זיי וועלן ממשיך זיין אויף דעם אופן [אויב יא קוקט אויס אז די פאר קליינע דריקענישן וועלן זיי אפילו אליינס בעסער'ן] וועט מען מוזן קויפן מערערע יעדע וואך
כה לחי!

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 3:33 pm

farshlufen האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:כ'האב געפרעגט גראדע איינער פון די ראשי העורכים פארוואס מען שרייבט אליוון און נישט איילבירטן, האט ער מיר געענטפערט אז אויף דייטש הייסט עס אליוו, און ווען מען וויל וויסן דער ריכטיגער אפטייטש פון א ווארט אויף אידיש ברויך מען קוקן אין דייטש'ן דיקשאנערי, זינט אידיש שטאמט פון דייטש.



נעבעך אויף אים און אויף זיינע ליינער, גאר א קליינע קאפ.

סיי אין אלטער אידיש און סיי אין אידיש המדוברת איז עס אייל-בירטן, וואס דער מקור איז? מן-הסתם פון אלט-דויטש, וכמובן לכל בר דעת האט קיין פשט צו טוישן פון דעם גערעדטן אידיש על סמך פון דעם היינטיג דויטש בכלל.

כ'וואלט עס נישט באטיטעלט "קליינע קאפ", אבער עס איז א פוינט. עס איז נישט די תחלית צו זיין "גערעכט", עס איז די תכלית צוצושטעלן וואס דער עולם וויל. אז דער עולם נוצט "איילבירטן", קום נישט "אויסגראדען" די מענטשהייט. נישט אז מען טאר נישט, נאר עס איז נישט כדאי.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר חמש מאות
תגובות: 566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

תגובהדורך קיווי סטראבערי » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 9:37 pm

האמיר היינט דורכגעבלעטערט דעם קינדליין, קוקט אויס ווי א פיינע זאך, כ'וואונטש זיי אסאך הצלחה!
כ'האב געזוכט אינעווייניג דעם היסטאריע ארטיקל איבער די גרעסטע פייער אין ניו יורק וואס זיי האבן אויסגעלייגט אויפן דעקל, למעשה ווערט עס געדעקט בלויז אין קורצן צווישן איינע פון די אנדערע טעגליכע היסטאריע ארטיקלען צוזאמען מיט די פטירה פונעם באר מים חיים. ס'איז גראדע גאנץ א גוטע איידיע יענע ארטיקל, אבער אויפן דעקל קומט עס עפעס נישט לענ"ד.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » פרייטאג דעצמבער 19, 2014 8:55 am

קיווי סטראבערי האט געשריבן:האמיר היינט דורכגעבלעטערט דעם קינדליין, קוקט אויס ווי א פיינע זאך, כ'וואונטש זיי אסאך הצלחה!
כ'האב געזוכט אינעווייניג דעם היסטאריע ארטיקל איבער די גרעסטע פייער אין ניו יורק וואס זיי האבן אויסגעלייגט אויפן דעקל, למעשה ווערט עס געדעקט בלויז אין קורצן צווישן איינע פון די אנדערע טעגליכע היסטאריע ארטיקלען צוזאמען מיט די פטירה פונעם באר מים חיים. ס'איז גראדע גאנץ א גוטע איידיע יענע ארטיקל, אבער אויפן דעקל קומט עס עפעס נישט לענ"ד.


איך האלט זיי זאלן מאכן א דעקל ווי די מעלות, נישט לייגן קיין ספעציפישע זאך אויפ'ן דעקל, לאז סתם א שיין בילד יעדע חודש, מאך נישט קיין ערווארטונגן וועט נישט זיין קיין דיסעפוינטמענטס.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » פרייטאג דעצמבער 19, 2014 10:13 am

צולייגער האט געשריבן:כ'האב געפרעגט גראדע איינער פון די ראשי העורכים פארוואס מען שרייבט אליוון און נישט איילבירטן, האט ער מיר געענטפערט אז אויף דייטש הייסט עס אליוו, און ווען מען וויל וויסן דער ריכטיגער אפטייטש פון א ווארט אויף אידיש ברויך מען קוקן אין דייטש'ן דיקשאנערי, זינט אידיש שטאמט פון דייטש.

העלמיר זעהן צו די מעלות גייט אים פארשווייגן, ער געט א וויש אפ מיט אזא ענטפער דעם גאנצן "מאמע לשון" רובריק פון די אויסגאבע "מאמע-ליין", אממ.. כ'מיין צו זאגן "מעלות". די גאנצע דילעמא - וועלכע ווערט נאר מער און מער פארפלאנטערט מיט יעדן פארבייגייענדן חודש - וועלכע וואָרט קומט פון וועלכן פאלק אין וועלכן לאנד אין וועלכע תקופה, ווערט אזוי אפגעווישט מיט א מאך מיט די האנד.. אז מ'קוקט אין די דייטשע דיקשאנערי און פטור אנ'עסק...

אבער, כ'מוז זאגן, באמת קומט זיך קאנגראטולאציעס פאר אזא ענטפער, ווי מען קען זעהן אז מ'דילט דא מיט מענטשן וועלכע האבן א מהלך, און ווייסן וואס מען דארף שרייבן וואו, אפגעזעהן צו מען נעמט טאקע אן דעם דייטשן ווערטער בוך אלס מקור, איז עס פארט בעסער ווי סיי וועלכע צייטונג וועלכע מאכט ווערטער פון מקוה געפלוישעריי.

ולגופו של ענין, גראדע האב איך נאכגעקוקט אין א אלטע ווערטער-בוך, וואו איך האב געטראפן אז אינ'אמת'ן הייסט עס "מאסלינע" אויף אידיש, שוין, יבואו השפרעכערס ויפלפלו.

נישט קיין מהלך.

אליוו קען ער נוצן ווען עס איז נישט דא די פשוטער אידישער, ברייטבאנוצטער ווארט איילבירט (אדער -אין מזרח אידיש- מאסלינע). כאטש היסטאריש האט מען אויך אמאל גענוצט 'אליוו' אין אידיש (און ווי אן אנטווערפענער שרייבט נוצט מען אליוו ביז היינט, אין בעלגיע).

אבער זוכן אינעם דייטשן ווערטערבוך די טייטש פון olive ווייל איילבירט געפעלט אים נישט? אדער ווייל ער האט פארגעסן?
זייער נישט אויסגעהאלטן.
I'm calling for a complete and total shutdown of polling and punditry until we can figure out what the hell is going on.

להודיע
שר האלף
תגובות: 1994
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » פרייטאג דעצמבער 19, 2014 10:37 am

היינו דאמרי אנשי: א אישא פון א טישא

מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

תגובהדורך מגיה » פרייטאג דעצמבער 19, 2014 10:38 am

עס איז איבעריג זיך צו דינגען אויף דער ריכטיגקייט פון נוצן אין אידיש "אליווען" פאר איילבירטן. עס איז הונדערט פראצענט נישט אידיש (עכ"פ דערווייל. אויב זאלן מיר אלע פאר סיי וועלכע סיבה זיך אנהייבן באניצן דערמיט וועט עס נאטורליך אריינגענומען ווערן אין אונזער שפראך און עווענטועל וועט עס אפילו דער ווערטער-בוך מוזן אריינשטעלן. כך דרכה של שפראך.)
דער אמת איז מסתמא זייער פשוט, ווי שרעבי האט דא פריער געשריבן אז "מיין מלמד ע"ה (א פוילישער) פלעגט אייביג אזוי טייטשן "שמן זית" אליווען אויל", דאס מיינט אז דער שרייבער האט בטעות געמיינט אז דאס איז עפעס א אידישע ווארט.
נאר באמת זע איך נישט אז דאס זאל זיין עפעס א גרעסערע טעות ווי די אלע טעותים אין די אנדערע צייטונגען און אויסגאבעס (און זעענדיג אויפ'ן דעקל "צום 1'טע אויסגאבע" האט מען דאך שוין געזען אז זיי זענען בכלל נישט מדייק אויף יעדן גראמאטיק). אפשר איז מען שווערער דן א פרישע אויסגאבע, אבער מען דארף וויסן נישט צו ערווארטן דא קיין "מעלות", וואו עס שטימט [כמעט] יעדעס ווארט.

אוועטאר
גלייכגילטיג
שר חמש מאות
תגובות: 520
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:23 pm
לאקאציע: ששש.. ס'גילו!!

תגובהדורך גלייכגילטיג » פרייטאג דעצמבער 19, 2014 12:46 pm

למעשה זעה איך נישט צו איינער האט שוין געענטפערט אויף די פראגע: פאר וועלכע יארגאנג קינדער איז עס געאייגנט?
איך שרייב נישט אונטער בשום אופן!!!

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר חמש מאות
תגובות: 566
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

תגובהדורך קיווי סטראבערי » פרייטאג דעצמבער 19, 2014 12:48 pm

גלייכגילטיג האט געשריבן:למעשה זעה איך נישט צו איינער האט שוין געענטפערט אויף די פראגע: פאר וועלכע יארגאנג קינדער איז עס געאייגנט?

מער פאר עלטערע

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2310
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » זונטאג דעצמבער 21, 2014 12:38 am

האמער עס פארזיכט און ב"ה נישט געבליבן דיסעפוינטעט, הערליך רייכע סחורה איינס ביי איינס, מיין עלטסטע האט דאס קונה געווען גלייך פון די גראסערי ארדער באקס ארויס, אין איז פארשוויגן געווארן פאר וויסעך ווי לאנג...

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » זונטאג דעצמבער 21, 2014 2:39 am

שמעלקא טויב האט געשריבן:געקויפט, נאכנישט דורכגעלייענט בעיון נאר בלויז געבלעטערט, אויבן-אויף זעהט עס אויס זייער זייער רייך, כ'האף זיי וועלן קענען אנהאלטן פינאנציעל, סחורה איז דא געניג און נאך!

אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1433
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע: אינעם ניגון

תגובהדורך ניגון עתיק » זונטאג דעצמבער 21, 2014 11:37 am

געקויפט ב"ה, און מיינע קינדער (אנגעהויבן פון כיתה ד' און העכער) האבן שוין כמעט אלע דורכגעליינט בעיון. ס'זעט אויס ווי זיי האבן שטארק הנאה געהאט (פארשטייט זיך כ'האב עס קודם דורכגעבליקט, אלס השקפה).

יעצט מיינע 2 סענט.
מיר האט געשטערט די טעותים וואס געפינען זיך דערין, עטליכע שטארקע און דערנאך שוואכערע, א שטייגער ווי ביי נומער 5 ביי די מדרשים אין בילדער, ווי דער שרייבער שרייבט אז מ'זאל צולייגן א בילד און צושרייבן ווערטער, איז דאס געווארן איינע פון די מדרשים.

ווי אויך אסאך, אפשר אלעמאל, ווי ס'איז דא עפעס אין ענגליש אדער נומערן זענען זיי אלע פארקערט פון רעכטס צו לינקס.

לדעתי איז דאס א גרויסע פארלוסט, ס'ליגט מיר אין די ביינער ווען יארן צוריק איז ארויסגעקומען אן אויסגאבע, און די ערשטע מאל כ'האב עס געליינט האב איך זיך אנגעשטויסן אין אסאך ספעלינג מיסטעיקס, און עד היום קען איך נישט אריינקוקן דערין ווייל מיין ערשטע אימפרעשן איז געווען נישט קיין גוטע.
כ'האף אז די וואס דארפן דאס הערן וועלן דאס זען צו פארבעסרן, ס'איז נישט 'נאך עפעס' וואס אן אויסגאבע דארף האבן, ס'איז איינס פון די יסודות.

וברכתי ברכת הדיוט, שתצליח בדרככם להרים קרן התורה בטפינו, ויהי' חלקכם בין מזכה את הרבים שאין מביאים לידי חטא.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)

אוועטאר
מאגר
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 12, 2014 5:38 pm

תגובהדורך מאגר » זונטאג דעצמבער 21, 2014 11:48 am

וועלעכע ארטיקלן זענען פארהאנען דערין?

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג דעצמבער 21, 2014 12:16 pm

ניגון עתיק האט געשריבן:מיר האט געשטערט די טעותים וואס געפינען זיך דערין, עטליכע שטארקע און דערנאך שוואכערע, א שטייגער ווי ביי נומער 5 ביי די מדרשים אין בילדער, ווי דער שרייבער שרייבט אז מ'זאל צולייגן א בילד און צושרייבן ווערטער, איז דאס געווארן איינע פון די מדרשים.

ווי אויך אסאך, אפשר אלעמאל, ווי ס'איז דא עפעס אין ענגליש אדער נומערן זענען זיי אלע פארקערט פון רעכטס צו לינקס.


כ'האף אז די וואס דארפן דאס הערן וועלן דאס זען צו פארבעסרן, ס'איז נישט 'נאך עפעס' וואס אן אויסגאבע דארף האבן, ס'איז איינס פון די יסודות.

וברכתי ברכת הדיוט, שתצליח בדרככם להרים קרן התורה בטפינו, ויהי' חלקכם בין מזכה את הרבים שאין מביאים לידי חטא.
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
kyshtiper
שר שלשת אלפים
תגובות: 3010
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 11, 2013 4:31 pm

תגובהדורך kyshtiper » דינסטאג דעצמבער 23, 2014 8:06 am

#2
צוגעלייגטע
image.jpg
דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(מיכאל שניטצלער - א נקודה'לע)

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3759
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » דינסטאג דעצמבער 23, 2014 1:30 pm

פון וויפיל בלעטער די וואך?
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
טאלאנטפולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 06, 2013 2:51 pm

תגובהדורך טאלאנטפולער » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 6:54 pm

קינדליין האט געמאלדן, אז זיי גייען צולייגן נקודות, אז ס'זאל זיין צוגעפאסט פאר אינגערע קינדער אויך.

בכלל איז צום באוואונדערן וויאזוי זיי ווארפן אריין מאמרי חז" ל אויך אין די וועלטליכע ידיעות, מ'זעהט אז די תוכן איז זייער הויפט ציהל.

לאמיר האפן אז עס וועט ווייטער פארזעצן אויף דעם סטאנדארט.
כך נראה לפי עניית דעתי.

אוועטאר
טאלאנטפולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 06, 2013 2:51 pm

תגובהדורך טאלאנטפולער » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 7:05 pm

דא האטעץ די דריטע אויסגאבע
צוגעלייגטע
IMG-20141229-WA0134.jpg
כך נראה לפי עניית דעתי.

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג דעצמבער 29, 2014 8:04 pm

מורא'דיג! געוואלדיג! כה לחי!
מיין אינגל האט זיך מיר אויסגעדריקט די וואך, טאטי איך דארף נישט קיין באלייכטונגען, נישט קיין מעלות, נישט קיין אוצרות, נאר קינדליין!
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דינסטאג דעצמבער 30, 2014 11:26 am

יא ! איך האב עס געקויפט די ערשטע וואך , און איך בין סטאק מיט עס !
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
והנה און נון
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 24, 2012 3:02 am

תגובהדורך והנה און נון » דינסטאג דעצמבער 30, 2014 11:36 am

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:יא ! איך האב עס געקויפט די ערשטע וואך , און איך בין סטאק מיט עס !

''דערמיט''

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דינסטאג דעצמבער 30, 2014 11:53 am

גערעכט ,שכח
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: גם זה יעבור און 4 געסט