"קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1451
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » מאנטאג דעצמבער 15, 2014 4:45 pm

איבערגעבליקט, קוקט אויס ווי עס איז גאר גוטע נייעס ב"ה!, שמעלקא, כ'מיין וועסט נישט ווערן אנטוישט.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
טאלאנטפולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 06, 2013 2:51 pm

שוין אין געשעפטן.

תגובהדורך טאלאנטפולער » מאנטאג דעצמבער 15, 2014 7:49 pm

יעצט געזען אין בארא פארק אין א געשעפט.

די דעקל איז אביסל צו טינקל. אבער איך האב עס געקויפט, און אידן ס'איז ווערט יעדע גרייצער. אנגעפילט ווי ס'דארף צו זיין. וואס א צווייטער וואלט אריינגעשטיפט אין 72 בלעטער האבן זיי געטון אין 32.

איין זאך ווייס איך נאכנישט, וויאזוי זיי פלאנען עס צו ארויסגעבן יעדע וואך. זיי האבן זיך אינטערגענומען עפעס וואס זעהט אויס כמעט אוממעגליך.
עס איז מער א חודשליכע מאגאזין.
ימים ידברו.
צוגעלייגטע
IMG-20141215-WA0173.jpg
כך נראה לפי עניית דעתי.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג דעצמבער 15, 2014 8:17 pm

טאלאנטפולער האט געשריבן:יעצט געזען אין בארא פארק אין א געשעפט.

די דעקל איז אביסל צו טינקל. אבער איך האב עס געקויפט, און אידן ס'איז ווערט יעדע גרייצער. אנגעפילט ווי ס'דארף צו זיין. וואס א צווייטער וואלט אריינגעשטיפט אין 72 בלעטער האבן זיי געטון אין 32.

איין זאך ווייס איך נאכנישט, וויאזוי זיי פלאנען עס צו ארויסגעבן יעדע וואך. זיי האבן זיך אינטערגענומען עפעס וואס זעהט אויס כמעט אוממעגליך.
עס איז מער א חודשליכע מאגאזין.
ימים ידברו.


דער אידישער אוצר איז געניג איבערגעפילט דורכאויס די טויזענטער יארן אז ס'דא געניג פאר יעדען טאג ממש!

מ'דארף נאר וויסן פון וואו צו נאשן, וויאזוי צו נאשן און ועל כולם וואס צו נאשן. סחורה וואס זענען געליפטערט געווארן אויף וויקי וכו', אדער סתם נאכבאמבלען ביכער און ארטיקלען פון אנגלא אידישע אויסגאבעס איז נישט אינטערסאנט יעדע וואך. סחורה ווי גאלד פון השקפה, מוסר, שיינע מעשות, קורות הדורות, תולדות הראשונים כמלאכים, תולדות תלמידי בעשטה"ק, חידות וכו', דאס איז שווער צו מאכן יעדע וואך, אבער ס'איז דא געניג און נאך סחורה פאר דעם, מ'דארף פארשטיין דערצו און נאך מער האלטן דערביי!

אויב ס'איז ווי איר זאגט, כ'האב עס נאכנישט געזעהן דערווייל, תחזקנה ידכם טייערע עסקנים, שכרכם הרבה מאד, איר ראטעוועט אפ דעם איגענט פון דארפן אנפילן דעם קאפ מיט הבל הבלים, נארישקייטן שבתוך הנארישקייטן, זאכן וואס מאכן דעם מוח פשוט נאריש אדער פילט מען עס אן מיט אפפאַל כפשוטו!

מיר וועלן עס בעז"ה קויפן!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » מאנטאג דעצמבער 15, 2014 8:28 pm

טאלאנטפולער האט געשריבן:איין זאך ווייס איך נאכנישט, וויאזוי זיי פלאנען עס צו ארויסגעבן יעדע וואך. זיי האבן זיך אינטערגענומען עפעס וואס זעהט אויס כמעט אוממעגליך.
עס איז מער א חודשליכע מאגאזין.
ימים ידברו.

וואס רעדסטו, פון אידישע היסטאריע אליין קען מען שרייבן און נישט פערטיג ווערן, ווער רעדט פון נפלאות הבורא, מעשיות, תורות...

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 903
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » מאנטאג דעצמבער 15, 2014 8:29 pm

וויפיל בעטן זיי דערפאר?

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » מאנטאג דעצמבער 15, 2014 8:47 pm

פינף דאלער

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 903
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » מאנטאג דעצמבער 15, 2014 9:13 pm

דע מה שתשיב האט געשריבן:פינף דאלער


נישט טייער פאר א 32 בלאט אויסגאבע?

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4075
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » מאנטאג דעצמבער 15, 2014 9:38 pm

פאר וועלכע עידזש קינדער איז עס אינטערסאנט?

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 12:05 pm

אבי.גערעדט האט געשריבן:
דע מה שתשיב האט געשריבן:פינף דאלער


נישט טייער פאר א 32 בלאט אויסגאבע?


ס'איז יא טייער, אויב ס'איז פאר טייערע ווערק איז עס ווערד די געלט, א דיקע ליידיגע אויסגאבע איז ווייניגער ווערד!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3759
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 1:00 pm

וואס איז די מתנה וועלכע קומט מיט אינערווייניג?
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1112
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

תגובהדורך מבין נומ 1 » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 4:32 pm

געהערט עפעס א ספעציעלן ניגון פאר 'קינדליין' קען עס איינער אפשר ארויפלייגן דא?

די אויסגאבע קוקט אויס גאר פיינע נייעס, נאכנישט געזען אזאנס ביי היימישע אידן! (איך צאל צוואנציג דאלער פאר א ביכל פון גדי פאלאק קאמיקס, און דא זע איך זעקס בלעטער קאמיקס א וואך, פלאס פלאס פלאס פאר בלויז פינף דאלער)
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...

מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

תגובהדורך מגיה » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 9:27 pm

קוקט אויס פיין. האפנטליך וועט דאס זיין א דורכברוך, מיינע יונגע קענען נוצן עפעס רייך.
אויב כדרכו של עולם מוז מען טרעפן עפעס צו זאגן, וואלט איך נישט געראטן צו לייגן דאס ערשטע מאל פונקט די ווערטער "דער גנב" אויפ'ן קאווער, נאר עפעס מער פאזיטיוו.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5064
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג דעצמבער 16, 2014 9:29 pm

ווער גייט באצאלן פאר די מאלעריי? עס קאסט דאך אוצרות?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » מיטוואך דעצמבער 17, 2014 5:05 pm

דו און איך...

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16035
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מיטוואך דעצמבער 17, 2014 5:09 pm

אפשר יעך אויך, עכ"פ 1 מאל זיכער אי"ה...

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5648
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך דעצמבער 17, 2014 10:00 pm

יאפס, אויבנאויף קוקט עס אויס מורא'דיג, א געוואלדיגע סופער דזשאב, כ'האף זיי וועלן עס אנהאלטן אויף די ניווא

ווער ס'באצאלט די קאמיקס? מן הסתם מאכט מען דערנאך דערפון א ביכל, אזוי מאכט מען צוויי מאל געלט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 8:18 am

איך האב געקויפט די קינדליין, נישט איינס נאר צוויי, און איך מוז זאגן אז איך בין נבהל ונשתומם פון די הערליכע ארבעט וואס זיי האבן אהערגעשטעלט. הלוואי זאל עס אנהאלטן. עס איז אזוי וויכטיג פאר'ן היינטיגן דור. ס'איז גאר שווער צו צושטעלן פאר די היימישע עולם ליינווארג, אזויפיל קנאים, אזויפיל דעה-זאגער, אזויפיל געלט-שפארער, און אזויפיל אנדערע ליינווארג. איך האף אז די קינדליין וועט עס דורכשוויצן און באווייזן צו ווערן א שטארקע אויסגאבע פאר די קינדער וועלכע לעכצן נאך אביסל ערליכע סחורה.
איך וועל זיי בלי נדר שטיצן ווי ווייט מעגליך.

אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 587
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

תגובהדורך אליקים געציל » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 9:07 am

דע מה שתשיב האט געשריבן:איך האב געקויפט די קינדליין
איך בין נבהל ונשתומם פון די הערליכע ארבעט וואס זיי האבן אהערגעשטעלט.
הלוואי זאל עס אנהאלטן.
עס איז אזוי וויכטיג פאר'ן היינטיגן דור.
איך האף אז די קינדליין וועט עס דורכשוויצן און באווייזן צו ווערן א שטארקע אויסגאבע פאר די קינדער וועלכע לעכצן נאך אביסל ערליכע סחורה.
איך וועל זיי בלי נדר שטיצן ווי ווייט מעגליך.

האסטע מער אויסגעכאפט די ווערטער פון מויל, טשולדיגט פענע (קינד-ליין: קיבארד).
ידידכם
אליקים געציל
elyokimgetzil@gmail.com

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 10:23 am

געקויפט און שטארק הנאה געהאט. מיינע קינדער האבן זיך באלעקט דערמיט.
מ'מוז דאך אבער אויך זאגן קריטיק.... מיין זון פרעגט מיר "טאטי, האסט מיר געזאגט אז שמן זית איז אויל פון איילבירטן, און קינדליין שטייט אז סאיז אויל פון אליווען"

איין זאך זע איך אז קינדער זענען גאר א געטרייע קאסטאמער בעיס.. מיינע קינדער מיטשענען מיר שוין יעצט כ'זאל עס נאכאמאל קויפן נעקסטע וואך. אין עני קעיס, ווינטש איך זיי גרויס הצלחה.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1451
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 10:57 am

כ'האב געפרעגט גראדע איינער פון די ראשי העורכים פארוואס מען שרייבט אליוון און נישט איילבירטן, האט ער מיר געענטפערט אז אויף דייטש הייסט עס אליוו, און ווען מען וויל וויסן דער ריכטיגער אפטייטש פון א ווארט אויף אידיש ברויך מען קוקן אין דייטש'ן דיקשאנערי, זינט אידיש שטאמט פון דייטש.

העלמיר זעהן צו די מעלות גייט אים פארשווייגן, ער געט א וויש אפ מיט אזא ענטפער דעם גאנצן "מאמע לשון" רובריק פון די אויסגאבע "מאמע-ליין", אממ.. כ'מיין צו זאגן "מעלות". די גאנצע דילעמא - וועלכע ווערט נאר מער און מער פארפלאנטערט מיט יעדן פארבייגייענדן חודש - וועלכע וואָרט קומט פון וועלכן פאלק אין וועלכן לאנד אין וועלכע תקופה, ווערט אזוי אפגעווישט מיט א מאך מיט די האנד.. אז מ'קוקט אין די דייטשע דיקשאנערי און פטור אנ'עסק...

אבער, כ'מוז זאגן, באמת קומט זיך קאנגראטולאציעס פאר אזא ענטפער, ווי מען קען זעהן אז מ'דילט דא מיט מענטשן וועלכע האבן א מהלך, און ווייסן וואס מען דארף שרייבן וואו, אפגעזעהן צו מען נעמט טאקע אן דעם דייטשן ווערטער בוך אלס מקור, איז עס פארט בעסער ווי סיי וועלכע צייטונג וועלכע מאכט ווערטער פון מקוה געפלוישעריי.

ולגופו של ענין, גראדע האב איך נאכגעקוקט אין א אלטע ווערטער-בוך, וואו איך האב געטראפן אז אינ'אמת'ן הייסט עס "מאסלינע" אויף אידיש, שוין, יבואו השפרעכערס ויפלפלו.
לעצט פאראכטן דורך צולייגער אום דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 12:19 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:04 am

הייסט עס אז עפל גייט מען רופן עפּפעל? באר גייט הייסן בירן? טיש גייט הייסן טאבעלע? שיך גייט הייסן שוה? ווי ווייט גייט מען מיט דעם כלל?
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

תגובהדורך שרעבי » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:40 am

דע מה שתשיב האט געשריבן:איך האב געקויפט די קינדליין, נישט איינס נאר צוויי, און איך מוז זאגן אז איך בין נבהל ונשתומם פון די הערליכע ארבעט וואס זיי האבן אהערגעשטעלט. הלוואי זאל עס אנהאלטן. עס איז אזוי וויכטיג פאר'ן היינטיגן דור. ס'איז גאר שווער צו צושטעלן פאר די היימישע עולם ליינווארג, אזויפיל קנאים, אזויפיל דעה-זאגער, אזויפיל געלט-שפארער, און אזויפיל אנדערע ליינווארג. איך האף אז די קינדליין וועט עס דורכשוויצן און באווייזן צו ווערן א שטארקע אויסגאבע פאר די קינדער וועלכע לעכצן נאך אביסל ערליכע סחורה.
איך וועל זיי בלי נדר שטיצן ווי ווייט מעגליך.

איך האב עס געקויפט
צו צושטעלן א ביכל כגון דא איז ביטער שווער, מען זעט אז עס ליגט דערין גאר אסאך ארבעט ממש א עבודה קשה שבמקדש
עס איז הערליך עס איז שיין, תורה נאה בכלי נאה
דאס צוצושטעלן איז א גרויסע עבודה און א גרויסע קונץ, אבער צו זאגן קריטיג דארף מען נישט קיין ציין דאס איז נישט קיין קונץ
איך האב ב"ה בנים פון די 19 ביז די 3. לאנגע יארן ווארט איך אויף א ביכל ווי קינדליין, און נישט נאר איך נאר אסאך טאטע'ס
איך האלט אז עס קומט זיי חיזוק און נישט קיין קריטיג אויף זאכן ווי די אליווען "עוולה" וואס אגב מיין מלמד ע"ה (א פוילישער) פלעט אייביג אזוי טייטשן "שמן זית אליווען אויל"

אוועטאר
pcsolutions
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 26, 2014 9:48 am
פארבינד זיך:

תגובהדורך pcsolutions » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:45 am

לאצי - גדי פאללאק - בעלי מחנכים??

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:48 am

שרעבי האט געשריבן:
דע מה שתשיב האט געשריבן:איך האב געקויפט די קינדליין, נישט איינס נאר צוויי, און איך מוז זאגן אז איך בין נבהל ונשתומם פון די הערליכע ארבעט וואס זיי האבן אהערגעשטעלט. הלוואי זאל עס אנהאלטן. עס איז אזוי וויכטיג פאר'ן היינטיגן דור. ס'איז גאר שווער צו צושטעלן פאר די היימישע עולם ליינווארג, אזויפיל קנאים, אזויפיל דעה-זאגער, אזויפיל געלט-שפארער, און אזויפיל אנדערע ליינווארג. איך האף אז די קינדליין וועט עס דורכשוויצן און באווייזן צו ווערן א שטארקע אויסגאבע פאר די קינדער וועלכע לעכצן נאך אביסל ערליכע סחורה.
איך וועל זיי בלי נדר שטיצן ווי ווייט מעגליך.

איך האב עס געקויפט
צו צושטעלן א ביכל כגון דא איז ביטער שווער, מען זעט אז עס ליגט דערין גאר אסאך ארבעט ממש א עבודה קשה שבמקדש
עס איז הערליך עס איז שיין, תורה נאה בכלי נאה
דאס צוצושטעלן איז א גרויסע עבודה און א גרויסע קונץ, אבער צו זאגן קריטיג דארף מען נישט קיין ציין דאס איז נישט קיין קונץ
איך האב ב"ה בנים פון די 19 ביז די 3. לאנגע יארן ווארט איך אויף א ביכל ווי קינדליין, און נישט נאר איך נאר אסאך טאטע'ס
איך האלט אז עס קומט זיי חיזוק און נישט קיין קריטיג אויף זאכן ווי די אליווען "עוולה" וואס אגב מיין מלמד ע"ה (א פוילישער) פלעט אייביג אזוי טייטשן "שמן זית אליווען אויל"

א הערה איז נישט קיין קריטיק, אן קיין הערות (און קריטיק) וועלן די ארויסגעבער נישט וויסן וואס דער עולם וויל.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19054
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 12:16 pm

צולייגער האט געשריבן:כ'האב געפרעגט גראדע איינער פון די ראשי העורכים פארוואס מען שרייבט אליוון און נישט איילבירטן, האט ער מיר געענטפערט אז אויף דייטש הייסט עס אליוו, און ווען מען וויל וויסן דער ריכטיגער אפטייטש פון א ווארט אויף אידיש ברויך מען קוקן אין דייטש'ן דיקשאנערי, זינט אידיש שטאמט פון דייטש.



נעבעך אויף אים און אויף זיינע ליינער, גאר א קליינע קאפ.

סיי אין אלטער אידיש און סיי אין אידיש המדוברת איז עס אייל-בירטן, וואס דער מקור איז? מן-הסתם פון אלט-דויטש, וכמובן לכל בר דעת האט קיין פשט צו טוישן פון דעם גערעדטן אידיש על סמך פון דעם היינטיג דויטש בכלל.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט