"קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

הערסטע?
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 23, 2014 12:51 pm

תגובהדורך הערסטע? » דינסטאג דעצמבער 30, 2014 12:32 pm

איך פארשטיי אבער נישט אזוי דעם דעקל. א בילד פון אנטיק-בינדעריי, און מען זעט איינעם האלטן א סחורה? וועלמיר מוזן ווארטן ביז פרייטאג ביינאכט נאך די סעודה צו פארשטיין

אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

תגובהדורך אליקים געציל » דינסטאג דעצמבער 30, 2014 12:39 pm

הערסטע? האט געשריבן:איך פארשטיי אבער נישט אזוי דעם דעקל. א בילד פון אנטיק-בינדעריי, און מען זעט איינעם האלטן א סחורה? וועלמיר מוזן ווארטן ביז פרייטאג ביינאכט נאך די סעודה צו פארשטיין

ס'אזוי שווער צו פארשטיין?

ער האלט א שטיקל אנטיק לעדער מיט וואס מען ציט איבער די דעקלעך.
ידידכם
אליקים געציל
elyokimgetzil@gmail.com

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"

אוועטאר
knowledge
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 12, 2012 11:51 am

תגובהדורך knowledge » מיטוואך דעצמבער 31, 2014 11:48 am

עס איז באמת א תוכנדיג'ע און ציענדע אויסגאבע פאר קינדער, איינע פון מיינע טעכטער וואס פלעגט נישט זיין קיין ליינער האט זיך גענומען ליינען אדאנק 'קינדליין' (אזוי איז שטיל ווען איר געשוויסטער ווילן ליינען..) חזק ואמץ

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » מיטוואך דעצמבער 31, 2014 3:02 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:יא ! איך האב עס געקויפט די ערשטע וואך , און איך בין סטאק מיט עס !


זעמיר אויך געווארן סטאק דערמיט.

כאב עס געקויפט דעם ערשטן וואך צו געבן א טריי.

היצטער רייסן מיר די קינדער ביי די 4 עקן פונעם רעקל כ'זאל ממשיך זיין.

איך זע אבער נישט קיין שום תועלת דערין. אדערווייל האמיר הערשט נעכטן געקויפט די פון לעצטע וואך נאך לאנגע איינבעטענישן.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » מיטוואך דעצמבער 31, 2014 4:16 pm

''טאטי האסט נישט געקויפט די 'זושא'לע בוק'....."




פאריגע וואך פרייטאג צונאכטס (מעשה שהי')

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

תגובהדורך שלום אויש » מיטוואך דעצמבער 31, 2014 6:54 pm

משה קארנפעלד האט געשריבן:
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:יא ! איך האב עס געקויפט די ערשטע וואך , און איך בין סטאק מיט עס !


זעמיר אויך געווארן סטאק דערמיט.

כאב עס געקויפט דעם ערשטן וואך צו געבן א טריי.

היצטער רייסן מיר די קינדער ביי די 4 עקן פונעם רעקל כ'זאל ממשיך זיין.

איך זע אבער נישט קיין שום תועלת דערין. אדערווייל האמיר הערשט נעכטן געקויפט די פון לעצטע וואך נאך לאנגע איינבעטענישן.

דיינע קינדער רייסן דיר די עקן פונעם רעקל און די זעהסט נישט קיין תועלת דערין?
דאס אז די פארמאגסט יעצט א זאך וואס דיינע קינדער קוקן ארויס דערויף, קען ווערן געניצט אינעם טעגליכן ווירטשאפט זיי צו באלוינען ביים אויספירן גוטע זאכן ברוחניות ובגשמיות.

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » דאנארשטאג ינואר 01, 2015 7:37 am

די שפילצייג געשעפט איז גענוג גרויס צו ערפילן דעם צוועק, איך קען זיי גרינג מאכן ארויס קוקן אויף א לאנגע ליסטע.

אגב די צווייטע קינדליין האב איך טאקע געקויפט נאכן פארשפרעכן פאר איינעם א מתנה'לע, אבער כאב עס געשטיפט ביז דינסטאג מיט האפענונג אז די דריטע זאל שוין בלייבן אין געשעפט.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » דאנארשטאג ינואר 01, 2015 8:18 am

קען עמיצער א טובה טאהן און ארופשטעלן די סעל. נמב. אדער אימעל - עדרעס פון'ם מערכת ?
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5794
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דאנארשטאג ינואר 01, 2015 8:35 am

שלום אויש האט געשריבן:דאס אז די פארמאגסט יעצט א זאך וואס דיינע קינדער קוקן ארויס דערויף, קען ווערן געניצט אינעם טעגליכן ווירטשאפט זיי צו באלוינען ביים אויספירן גוטע זאכן ברוחניות ובגשמיות.

100 פראצענט, ס'קומט מיר ב"ה גוט צונוץ בעסער ווי אסאך אנדערע שפילצייג
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » דאנארשטאג ינואר 01, 2015 8:41 am

משה האט געמיינט צו זאגן אז ער זעהט נישט קיין תועלת אין א רעקל וואס איז צוריסן פון אלע פיר עקן.
גראדע האט עס אבער יא א תועלת, מען קען עס ניצן ביים בויען די סוכה וכדומה.
?I DON'T CARE, DO YOU

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » דאנארשטאג ינואר 01, 2015 10:36 am

חחח...

און אלטע קינדליינס, מעלות, באלייכטונגן אא"וו אינטער צו לייגן די קניען ביים פסח'דיג מאכן.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » דאנארשטאג ינואר 01, 2015 2:33 pm

כתר ישועה האט געשריבן:קען עמיצער א טובה טאהן און ארופשטעלן די סעל. נמב. אדער אימעל - עדרעס פון'ם מערכת ?
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 347
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

קינדליין info

תגובהדורך שרעבי » דאנארשטאג ינואר 01, 2015 4:33 pm

אפיס: 7186732428
אימעיל: kindlineeditor@gmail.com
קינדליין-ליין: 6465254555
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » דאנארשטאג ינואר 01, 2015 5:10 pm

מיין קינד איז זיך מחי' מיט דעם קינדליין, און ער קריגט דאס שבת נאכמיטאג נאך דער סעודה - אויב ער האט שוין געזאגט די לימודים פון די וואך.
ער לייגט זיך נישט שלאפן שבת נאכמיטאג, און אז איך גיב אים די קינדליין האט ער וואס צו טון ביז דער טאטע שטייט אויף צו מנחה. (כ'האף אז זומער וועלן זיי זיין דאפלט אזוי דיק...)

אוועטאר
knowledge
שר חמישים ומאתים
תגובות: 281
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 12, 2012 11:51 am

תגובהדורך knowledge » פרייטאג ינואר 02, 2015 11:57 am

משה קארנפעלד האט געשריבן:
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:יא ! איך האב עס געקויפט די ערשטע וואך , און איך בין סטאק מיט עס !


זעמיר אויך געווארן סטאק דערמיט.

כאב עס געקויפט דעם ערשטן וואך צו געבן א טריי.

היצטער רייסן מיר די קינדער ביי די 4 עקן פונעם רעקל כ'זאל ממשיך זיין.

איך זע אבער נישט קיין שום תועלת דערין. אדערווייל האמיר הערשט נעכטן געקויפט די פון לעצטע וואך נאך לאנגע איינבעטענישן.


ר' משה, עס וואונדערט מיר זייער אז איר זעהט נישט די 'תועלת', ר' פישל שעכטער, גדי פאלאק, מידות טובות, און נאך און נאך. א מאגאזין בלויז פאר קינדער דורך ערליכע און באוויסטע מחנכים און שרייבער באמת'ע חשובע אינגעלייט, און די גראפיק'ס איז הערליך שיין, די תוכן איז מלא חן! און איר זעהט נישט דערין קיין תועלת? איך ווייס אז די וועסט טראכטן אז איך האב מתסמא א חלק דערין, ניין, לא מיניה ולא מקצתיה, איך בין פשוט נתפעל געווארן פון די שיינע ארבעט און מיינע קינדער דארפן מיר נישט שלעפן די רעקל, איך זעה דערין א תועלת און איך קויף עס פאר זיי...

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1437
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » מוצ"ש ינואר 03, 2015 4:51 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:געקויפט, נאכנישט דורכגעלייענט בעיון נאר בלויז געבלעטערט, אויבן-אויף זעהט עס אויס זייער זייער רייך, כ'האף זיי וועלן קענען אנהאלטן פינאנציעל, סחורה איז דא געניג און נאך!
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
אליקים געציל
שר חמש מאות
תגובות: 593
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 24, 2013 11:42 am
לאקאציע: אין i-בערשטענס וועלטל

תגובהדורך אליקים געציל » זונטאג ינואר 04, 2015 5:11 am

knowledge האט געשריבן:
משה קארנפעלד האט געשריבן:
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:יא ! איך האב עס געקויפט די ערשטע וואך , און איך בין סטאק מיט עס !


זעמיר אויך געווארן סטאק דערמיט.

כאב עס געקויפט דעם ערשטן וואך צו געבן א טריי.

היצטער רייסן מיר די קינדער ביי די 4 עקן פונעם רעקל כ'זאל ממשיך זיין.

איך זע אבער נישט קיין שום תועלת דערין. אדערווייל האמיר הערשט נעכטן געקויפט די פון לעצטע וואך נאך לאנגע איינבעטענישן.


ר' משה, עס וואונדערט מיר זייער אז איר זעהט נישט די 'תועלת', ר' פישל שעכטער, גדי פאלאק, מידות טובות, און נאך און נאך. א מאגאזין בלויז פאר קינדער דורך ערליכע און באוויסטע מחנכים און שרייבער באמת'ע חשובע אינגעלייט, און די גראפיק'ס איז הערליך שיין, די תוכן איז מלא חן! און איר זעהט נישט דערין קיין תועלת? איך ווייס אז די וועסט טראכטן אז איך האב מתסמא א חלק דערין, ניין, לא מיניה ולא מקצתיה, איך בין פשוט נתפעל געווארן פון די שיינע ארבעט און מיינע קינדער דארפן מיר נישט שלעפן די רעקל, איך זעה דערין א תועלת און איך קויף עס פאר זיי...

איך האב ב"ה יא תיכף איינגעזען דעם געוואלדיגן תועלת דערפון.
אבער מיינע קינדער שיחי' - מיידלעך ווי אינגלעך, גרויס ווי קליין - שלעפן מיר יא דעם 'בעקיטשע' (איך גיב עס נאר ארויס שבת ביים זמן הדלקה"נ).

ווייל איינס איז ווייט נישט גענוג, צוויי איז זוגות, און דריי קען איך מיר נישט ערלויבן...
און איינס קען איך מיר יא ערלויבן? יא, ווי געזאגט אויבן, ס'איז היבש ביליגער ווי פיהלע אנדערע צייט פארברענגענישן וואס ברענגן טאקע נישט קיין תועלת.

איז וואס טוט מען למעשה מיט קע"ה א געבענטשן שטוב געזינדל...?
טייערע ברידערלעך לאזט אייך הערן מיט אייערע מעטאדן פון איינטיילן ס'ליין מאטריאל אין די מינוט פון ווען ס'פאלט אריין אין פאסט קעסטל (מעלות, ליכטיגע היים וכדו') אדער ווען מען גיט עס פאר די קינדער (מי מנוחות, קינדליין וכדו') אז ס'זאל נישט קומען צו קיינע געשלעגן חלילה.

און מיט קינדער וואס דארשטן ב"ה נאך גוטע לייען מאטריעל איז דא נאך א פראבלעם;
וואס טוט מען אז ס'קינד זאל נישט איינזינקן דערין פאר דריי-פיר שטונדע אין איין צי?
וויאזוי לערנט מען איהם/איהר צו איינטיילן ס'ליינען אין נארמאלע פארציעס ביזן ס'דעקן מדאשקע לדאשקע?

ווארט מיר ווי געווענליך אויף אייערע הערות המחכימות.
ידידכם
אליקים געציל
elyokimgetzil@gmail.com

"געצי! ברענג נישט אן די צייט. גיי לערנען!"

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3760
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » זונטאג ינואר 04, 2015 10:12 am

קודם די מיידלעך קענען עס נאר האבן ווען די אינגלעך זענען אין שוהל
וואס דאס איז א גרויס חלק פון שבת
און פארשטייט זיך אז די אינגלעך קענען עס האבן ווען זיי זענען אינדערהיים
דעריבער איז טאקע דא מעשה ביכלעך מיט מעלות ביילאכטונגען און קינדליין וואס איז גענוג פאר יעדעם איינעם
און מען לערענט זיך אויס די מדה פון מותר זיין איינע פארן אנדערן
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1669
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » מאנטאג ינואר 05, 2015 2:02 pm

knowledge האט געשריבן:
משה קארנפעלד האט געשריבן:
יאנקעלע קליגער האט געשריבן:יא ! איך האב עס געקויפט די ערשטע וואך , און איך בין סטאק מיט עס !


זעמיר אויך געווארן סטאק דערמיט.

כאב עס געקויפט דעם ערשטן וואך צו געבן א טריי.

היצטער רייסן מיר די קינדער ביי די 4 עקן פונעם רעקל כ'זאל ממשיך זיין.

איך זע אבער נישט קיין שום תועלת דערין. אדערווייל האמיר הערשט נעכטן געקויפט די פון לעצטע וואך נאך לאנגע איינבעטענישן.


ר' משה, עס וואונדערט מיר זייער אז איר זעהט נישט די 'תועלת', ר' פישל שעכטער, גדי פאלאק, מידות טובות, און נאך און נאך. א מאגאזין בלויז פאר קינדער דורך ערליכע און באוויסטע מחנכים און שרייבער באמת'ע חשובע אינגעלייט, און די גראפיק'ס איז הערליך שיין, די תוכן איז מלא חן! און איר זעהט נישט דערין קיין תועלת? איך ווייס אז די וועסט טראכטן אז איך האב מתסמא א חלק דערין, ניין, לא מיניה ולא מקצתיה, איך בין פשוט נתפעל געווארן פון די שיינע ארבעט און מיינע קינדער דארפן מיר נישט שלעפן די רעקל, איך זעה דערין א תועלת און איך קויף עס פאר זיי...


איך מאך בכלל נישט אוועק די אויסגאבע, עס איז זייער שיין און באטעמט. אבער תועלת? קען זיין. יעדע פאמיליע מיט אירע קינדער זענען פון אנדערע טייג געקנאטן, ביי מיינע קינדער זע איך נישט קיין תועלת. אויב איר זעט יא קויפט עס יעדע וואך.

אז דו דערמאנסט ר' פישל שעכטער, ער איז טאקע אויך געווען איינס פון די נעמען וועלכע האבן מיך געכאפט עס צו געבן א טריי. כ'זע אבער נישט מיינע קינדער זאלן ליינען יענע עמוד.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 269
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

תגובהדורך מגיה » מאנטאג ינואר 05, 2015 8:54 pm

צו זיין אויסגעהאלטן דארף דער קאלום "אונטער די קוליסן" געטוישט ווערן צו "הינטער די קוליסן".

פיטום
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 19, 2014 9:02 pm
לאקאציע: אינעם קאמפאט לכ' חאמיש אסער

תגובהדורך פיטום » מיטוואך ינואר 07, 2015 12:01 pm

די קינדער אין ברסלב'ע חדר האבן געמאכט די שפיל פון "קינדליין"

https://copy.com/dXMC8bd0wf8PGFaj
אם ברצונך לקרוא לעוזרת
לחצי כאן
ואם הוא אינו בא - עשי זאת בעצמך...

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » מיטוואך ינואר 07, 2015 8:34 pm

די אימעזש איז געווען ביי מיר אז דאס זענען שטארק פרומע ארויסגעבער וועלכע זוכן בלויז אהערצושטעלן ריין ערליך ליין מאטריאל אויף א ציעהנדיגע אופן, און דאס האט מיר געצויגן דאס צו קויפן אפילו פאר דעם טייערן פרייז אירע. נישט אז כ'גיי אויפהערן קויפן, נאר כ'בין אביסל דיסעפוינטעט. אין מיינע אויגן, אדערווערטייזן דורך קליפס איז עטוואס א נחות דרגא.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מיטוואך ינואר 07, 2015 8:37 pm

קוקט נישט אויס וואו אפיציעל דורך זיי
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
טאלאנטפולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 373
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 06, 2013 2:51 pm

תגובהדורך טאלאנטפולער » מאנטאג ינואר 12, 2015 7:25 pm

נומער 5
צוגעלייגטע
IMG-20150112-WA014.jpg
כך נראה לפי עניית דעתי.

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 713
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » מאנטאג ינואר 12, 2015 8:03 pm

פרעג ר' שמחה'לע? וואו איז לאצי? געפארן קיין פלארידא?


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט