"קינדליין" - וועכנטליכע אידישע קינדער מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6383
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מיטוואך אפריל 19, 2017 3:40 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:עס וואונדערט מיר פארוואס עס איז געווען אין געשעפט היינט דער קינדליין און ביי אונזער טיר איז עס נאכנישט געווען.

-

דער פסח אויסגאבע? בלי מילים!

איך האב עס שוין געהאט ביי די טיר היינט, פרעג פארוואס, איך האב נאכנישט געענדיגט די פסח'דיגע
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

תגובהדורך שרעבי » מיטוואך אפריל 19, 2017 3:57 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:עס וואונדערט מיר פארוואס עס איז געווען אין געשעפט היינט דער קינדליין און ביי אונזער טיר איז עס נאכנישט געווען.

דארפט איר רופן די אפיס: 7186732428 #106
זיי וועלן קעיר נעמען פון אייך
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אוועטאר
lebediger berel
שר שלשת אלפים
תגובות: 3576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » מיטוואך אפריל 19, 2017 4:30 pm

יאסעלע האט געשריבן:איך האב דורכגעליינט די "קינדליין \ טאטע ליין" פראיעקט מיט איין אטעם, עס איז נישט נארמאל וואס דארט גייט פאר, כ'האב מורא אז עס איז בכלל נישט געמאכט פאר קינדער...

איין זאך זיכער, דעי שרייבער'ס דארט מאכן א לעבן, מ'פארט א טריפ אויף א וואך, איך גלייב אז דאס האט געקאסט פאר קינדליין אן אפותיקי...

איך מיין זיי זענען די איינציגסטע היימישע אויסגאבע וואס האבן אייגענע ריסוירטש אויף אזא פארנעם, רובא דרובא שרייבן נאך אנדערע אויסגאבעס ולכל היותר מאכט מען אינטערוויוס, אבער אייגענע פאטאגראפי מיט רעפארטער ריסוירטשערס וואס גייען פיזיש אראפ אינטערנאציאנאל. וואו
אז מ'לעבט דערלעבט מען

זבחי צדק
שר האלף
תגובות: 1345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 10, 2017 7:41 pm

תגובהדורך זבחי צדק » מיטוואך אפריל 19, 2017 4:40 pm

כ'אמיך דערזעהן ממש אין פראג.....
ווען דער שרייבט נישט דארט אז דער מיטן קוטשמע הייסט הרב קוואדראט, העטיך געמיינט אז דער איז דער אזוי געזוכטער גולם...
יוי איז עס אינטערסאנט
קיפ איט אפ!!

שמע מינה
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 18, 2014 1:59 pm

תגובהדורך שמע מינה » מיטוואך אפריל 19, 2017 5:01 pm

אויסערגעווענליכע ארבעט מיט דעם פראג, נישטא קיין ווערטער...

אויב מעג איך אבער פרעגן, איז דאס שוין געקאווערט גאנץ פראג, אדער עס קומט נאך א פארזעצונג?
ווייל עס פעלט נאך היבש יודישע באקאנטע היסטארישע אינפארמעישאן איבער דעם שטאט, די שולן און קלויזן, די מקוואות, די בריקן, די בערג פון צווייטן זייט פונעם טייך, א.א.וו.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2243
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מיטוואך אפריל 19, 2017 5:04 pm

שמע מינה האט געשריבן:אויסערגעווענליכע ארבעט מיט דעם פראג, נישטא קיין ווערטער...

אויב מעג איך אבער פרעגן, איז דאס שוין געקאווערט גאנץ פראג, אדער עס קומט נאך א פארזעצונג?
ווייל עס פעלט נאך היבש יודישע באקאנטע היסטארישע אינפארמעישאן איבער דעם שטאט, די שולן און קלויזן, די מקוואות, די בריקן, די בערג פון צווייטן זייט פונעם טייך, א.א.וו.

איך גלויב אז עס קומט נאך א המשך אדער צוויי, אויך האבן זיי מסתמא אויסגענוצט די נסיעה אויף נאך עטליכע שטעט און דערפער למועדים ולרגלים אחרים.
כתיבה וחתימה טובה לכל בית ישראל, שנה טובה מתוקה ונחמדה!
כ"ד המברך הק' איסר דאורייתא, פה אטליה יצ"ו

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » מיטוואך אפריל 19, 2017 5:09 pm

ער שרייבט דאך קלאר אז זיי זענען געווען אין קראקא אויך, און פראג האט ער לכאורה יא געענדיגט, כאטש וואס ער האט נישט אלעס געדעקט. עכ"פ אזוי האב איך פארשטאנען.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1471
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מיטוואך אפריל 19, 2017 5:14 pm

הרב קוואדראט שרייבט אינמיטן אז ער דעקט נישט אלעס צילוב מאנגל אין פלאץ,

קראקא לייגן זיי זיכער אוועק פאר סוכות, אזוי שטעל איך מיך פאר.
זוכט איר דוי?

אוועטאר
קעלנער
שר חמש מאות
תגובות: 839
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 18, 2009 4:34 pm

תגובהדורך קעלנער » מיטוואך אפריל 19, 2017 5:25 pm

שמע מינה האט געשריבן:אויסערגעווענליכע ארבעט מיט דעם פראג, נישטא קיין ווערטער...

אויב מעג איך אבער פרעגן, איז דאס שוין געקאווערט גאנץ פראג, אדער עס קומט נאך א פארזעצונג?
ווייל עס פעלט נאך היבש יודישע באקאנטע היסטארישע אינפארמעישאן איבער דעם שטאט, די שולן און קלויזן, די מקוואות, די בריקן, די בערג פון צווייטן זייט פונעם טייך, א.א.וו.

די באשרייבונג האקט זיך דאך אפ אינמיטן...ווען זיי ווילן אנהייבן צו רעדן פון די ראטהויז.

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1471
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » מיטוואך אפריל 19, 2017 5:27 pm

יא אויך באמערקט, איך זיך נאך יעצט ווי ס'זעצט פאר...
זוכט איר דוי?

זיס ווי האניג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 252
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 16, 2013 8:28 am

תגובהדורך זיס ווי האניג » מיטוואך אפריל 19, 2017 7:47 pm

איך האב אויך נישט באקומען ביי די טיר

אוועטאר
שרעבי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 18, 2014 11:10 am

תגובהדורך שרעבי » מיטוואך אפריל 19, 2017 7:57 pm

ראשית א גרויסן דאנק פאר די הארות און הערות
איך וועל פרובירן יעדעם צו ענפערען באופן כללי
איסר האטלקי האט געשריבן:
שמע מינה האט געשריבן:אויסערגעווענליכע ארבעט מיט דעם פראג, נישטא קיין ווערטער...

אויב מעג איך אבער פרעגן, איז דאס שוין געקאווערט גאנץ פראג, אדער עס קומט נאך א פארזעצונג?
ווייל עס פעלט נאך היבש יודישע באקאנטע היסטארישע אינפארמעישאן איבער דעם שטאט, די שולן און קלויזן, די מקוואות, די בריקן, די בערג פון צווייטן זייט פונעם טייך, א.א.וו.

איך גלויב אז עס קומט נאך א המשך אדער צוויי, אויך האבן זיי מסתמא אויסגענוצט די נסיעה אויף נאך עטליכע שטעט און דערפער למועדים ולרגלים אחרים.

דונש האט געשריבן:הרב קוואדראט שרייבט אינמיטן אז ער דעקט נישט אלעס צילוב מאנגל אין פלאץ,

קראקא לייגן זיי זיכער אוועק פאר סוכות, אזוי שטעל איך מיך פאר.

קעלנער האט געשריבן:
שמע מינה האט געשריבן:אויסערגעווענליכע ארבעט מיט דעם פראג, נישטא קיין ווערטער...

אויב מעג איך אבער פרעגן, איז דאס שוין געקאווערט גאנץ פראג, אדער עס קומט נאך א פארזעצונג?
ווייל עס פעלט נאך היבש יודישע באקאנטע היסטארישע אינפארמעישאן איבער דעם שטאט, די שולן און קלויזן, די מקוואות, די בריקן, די בערג פון צווייטן זייט פונעם טייך, א.א.וו.

די באשרייבונג האקט זיך דאך אפ אינמיטן...ווען זיי ווילן אנהייבן צו רעדן פון די ראטהויז.

די ערשטע נסיעה פון קינדליין האט גענומען א גאנצע וואך, ווי זיי האבן באזוכט פראג און קראקא מיטן פלאן צו ברענגען פארן עולם פון די סארט ווארע ווי די "צוריק צו וועגס"
פון ביידע שטעט גייען זיי שרייבן גאר אסאך, און זיי האבן טאקע צוגעגרייט אסאך זאפטיגע באשרייבונגען.

די פסח'דיגע "צוריק צו וועגס" איז בלויז "חלק א'", און פון פראג אליינס גייט נאך נאכפאלגן אפאר חלקים ווי מען גייט דורך גיין אסאך פלעצער באשרייבן אויפדעקן און חוקר זיין.
די זעלבע פון קראקא גייט זיין אפאר חלקים.
די קומענדיגע חלק גייט ארויס קומען בעז"ה בקרוב, פרטים וועלן נאכפאלגן.

צוליב א טעות הדפוס איז ארויס געפאלן די לעצטע שטיקל וועגן די ראט-הויז, און דאס וועט קומען בקרוב.

אין די זעלבע צייט אויב האט איר הערות והארות, אדער נאך מקומות וואס איר ווילט אז מען זאל מברר זיין, קענט איר דאס שרייבן דא אדער מיר אישי'ען און איך וועל עס איבער געבן פאר די רעדאקציע בלי נדר.

די עיקר ציל פון די נסיעה איז אויפצוהייבן די קוואליטעט פון אידישע ליין מאטריאל, און סעווירן דעם עולם מיט פרישע רייכע קראנטע חומר אויף וועלכע קינדליין שפארט נישט געלט און כח.
און קינדליין האט נאך גרויסע פלענער פארן עולם וועלכע וועט בקרוב נאכפאלגן בעז"ה.
צו ווערן א קינדליין סובסקרייבער קליק דא:

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2432
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » מיטוואך אפריל 19, 2017 8:03 pm

אבי.גערעדט האט געשריבן:נארוואס דורכגעבליקט דעם נייעם קינדליין, wow wow wow, וואס א ארבעט איר האט אראפגעלייגט, א ריזן דאנק, פעלט שוין נישט עכט אויס צו קויפן צופיל אנדערע אויסגאבעס דעם יום טוב, דער דעקט א געוואלד, תוכן און קוואליטעט בענאזאם, פאר אינג און אלט, באמת נישטא קיין ווערטער
זאג מיר ווער דו ביזסט, און איך וויל דיר זאגן וואס דיינע פאקטן זענען

יוקל
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 12:37 pm

תגובהדורך יוקל » מיטוואך אפריל 19, 2017 10:37 pm

שרעבי האט געשריבן:ראשית א גרויסן דאנק פאר די הארות און הערות
איך וועל פרובירן יעדעם צו ענפערען באופן כללי
איסר האטלקי האט געשריבן:
שמע מינה האט געשריבן:אויסערגעווענליכע ארבעט מיט דעם פראג, נישטא קיין ווערטער...

אויב מעג איך אבער פרעגן, איז דאס שוין געקאווערט גאנץ פראג, אדער עס קומט נאך א פארזעצונג?
ווייל עס פעלט נאך היבש יודישע באקאנטע היסטארישע אינפארמעישאן איבער דעם שטאט, די שולן און קלויזן, די מקוואות, די בריקן, די בערג פון צווייטן זייט פונעם טייך, א.א.וו.

איך גלויב אז עס קומט נאך א המשך אדער צוויי, אויך האבן זיי מסתמא אויסגענוצט די נסיעה אויף נאך עטליכע שטעט און דערפער למועדים ולרגלים אחרים.

דונש האט געשריבן:הרב קוואדראט שרייבט אינמיטן אז ער דעקט נישט אלעס צילוב מאנגל אין פלאץ,

קראקא לייגן זיי זיכער אוועק פאר סוכות, אזוי שטעל איך מיך פאר.

קעלנער האט געשריבן:
שמע מינה האט געשריבן:אויסערגעווענליכע ארבעט מיט דעם פראג, נישטא קיין ווערטער...

אויב מעג איך אבער פרעגן, איז דאס שוין געקאווערט גאנץ פראג, אדער עס קומט נאך א פארזעצונג?
ווייל עס פעלט נאך היבש יודישע באקאנטע היסטארישע אינפארמעישאן איבער דעם שטאט, די שולן און קלויזן, די מקוואות, די בריקן, די בערג פון צווייטן זייט פונעם טייך, א.א.וו.

די באשרייבונג האקט זיך דאך אפ אינמיטן...ווען זיי ווילן אנהייבן צו רעדן פון די ראטהויז.

די ערשטע נסיעה פון קינדליין האט גענומען א גאנצע וואך, ווי זיי האבן באזוכט פראג און קראקא מיטן פלאן צו ברענגען פארן עולם פון די סארט ווארע ווי די "צוריק צו וועגס"
פון ביידע שטעט גייען זיי שרייבן גאר אסאך, און זיי האבן טאקע צוגעגרייט אסאך זאפטיגע באשרייבונגען.

די פסח'דיגע "צוריק צו וועגס" איז בלויז "חלק א'", און פון פראג אליינס גייט נאך נאכפאלגן אפאר חלקים ווי מען גייט דורך גיין אסאך פלעצער באשרייבן אויפדעקן און חוקר זיין.
די זעלבע פון קראקא גייט זיין אפאר חלקים.
די קומענדיגע חלק גייט ארויס קומען בעז"ה בקרוב, פרטים וועלן נאכפאלגן.

צוליב א טעות הדפוס איז ארויס געפאלן די לעצטע שטיקל וועגן די ראט-הויז, און דאס וועט קומען בקרוב.

אין די זעלבע צייט אויב האט איר הערות והארות, אדער נאך מקומות וואס איר ווילט אז מען זאל מברר זיין, קענט איר דאס שרייבן דא אדער מיר אישי'ען און איך וועל עס איבער געבן פאר די רעדאקציע בלי נדר.

די עיקר ציל פון די נסיעה איז אויפצוהייבן די קוואליטעט פון אידישע ליין מאטריאל, און סעווירן דעם עולם מיט פרישע רייכע קראנטע חומר אויף וועלכע קינדליין שפארט נישט געלט און כח.
און קינדליין האט נאך גרויסע פלענער פארן עולם וועלכע וועט בקרוב נאכפאלגן בעז"ה.


איך האב נישט קיין ווערטער צו אויסדריקן ווי שטארק איך הנאה געהאט פונעם פראיעקט פאר מיר אליינס און פאר מיינע קינדער (און בכלל פונעם גאנצען אויסגאבע). איין זאך מוז איך אבער מעיר זיין לענ"ד דער גאנצע מצב ארום די פאטאגראפירער זעלבסט נישט אזוי געווינטשן פאר די אינגע מוחות, פאר א קינד וואס האט נאך נישט דעם ריכטיגן דעת צו שוקל זיין און מחשיב זיין יעדעם באזונדער אויף זיין שטאפל ווי ער באלאנגט, קען עס גיבן דעם רושם ווי א יעדע פערזאן וואס ווערט פארגעשטעלט ווי א גאנצע העלד איז פאר זיי א וועג ווייזער.
איך בין נישט אינעם פעלד פון חינוך אויסער מיין אייגענע שטוב אבער אזוי פארשטייט מיין קליינע שכל און איך האב געהערט די זעלבע פון אנדערע אויך, איך מיין אז אזא שיינע אינהאלטספולע אויסגאבע וואלט געמעגט דאס נעמען אין באטראכט בעתיד, ווייל עס איז א שאד אז עס זאל נישט זיין בתכלית השלימות ברמה הגבוה ביותר שמתאים לכל בית חרדי.

אוועטאר
יואל שווארטץ
שר האלף
תגובות: 1205
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2011 11:17 pm

תגובהדורך יואל שווארטץ » מיטוואך אפריל 19, 2017 10:41 pm

וואס האט דיר דער פאטאגראפירער שלעכט געטאן?
THE KEY TO SUCCESS: is, after all, just a key. You have to make sure that you have the right key, to the right door, to the right success.

אוועטאר
ישעי בלום
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 16, 2015 6:08 pm

תגובהדורך ישעי בלום » מיטוואך אפריל 19, 2017 10:59 pm

יואל שווארטץ האט געשריבן:וואס האט דיר דער פאטאגראפירער שלעכט געטאן?

ער האט קיינעם גארנישט קיין שלעכטס געטאן איך קען אים גראדע גוט, א טייערע אינגערמאן
נאר איך קען זע וואס קראצט אים, עס קראצט אביסל די דאשיקל מיטן קורצן דזשעקעט צווישן די כאניאקישע שרייבער
וְהָאֲחֲרֹנִים כָּתַב יְשַׁעְיָהוּ

יוקל
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 12:37 pm

תגובהדורך יוקל » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 12:07 am

ישעי בלום האט געשריבן:
יואל שווארטץ האט געשריבן:וואס האט דיר דער פאטאגראפירער שלעכט געטאן?

ער האט קיינעם גארנישט קיין שלעכטס געטאן איך קען אים גראדע גוט, א טייערע אינגערמאן
נאר איך קען זע וואס קראצט אים, עס קראצט אביסל די דאשיקל מיטן קורצן דזשעקעט צווישן די כאניאקישע שרייבער


ווער עס וויל קען זעהן ווי איך האב מתחילה געשריבן "...דעם ריכטיגן דעת צו שוקל זיין און מחשיב זיין יעדעם באזונדער אויף זיין שטאפל ווי ער באלאנגט..."
ער איז זייער א טייערער אינגערמאן און זיכער חשובער פון מיר. עס איז בכלל נישט געווען קיין שום כוונה צו איינעם אראפרייסן ח"ו, כ'מיין אבער אז פאר א בר דעת וואס וויל פארשטיין איז פארשטענדליך וואס כ'האב געמיינט און ווער עס וויל נישט פארשטיין וועט ממילא נישט פארשטיין, ממילא העמיר עס לאזן ביי דעם.

אוועטאר
מאכט סענס?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2017 3:28 pm
לאקאציע: בין תנור לכיריים

תגובהדורך מאכט סענס? » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 2:26 am

שוין וועט מען מוזן זאגן אז כ'בין נישט קיין בר דעת...

אוועטאר
יאסעלע
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 24, 2017 2:50 pm

תגובהדורך יאסעלע » דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:09 am

במחילת כבוד הקינדליין, עס איז דא איין זאך וואס איך פארשטיי נישט. געווענליך ווען א אויסגאבע איז מצליח, גייען זיי אראפ א ניווא, אז מ'קויפט אים סייווי, לאמיר כאטש פיטערן שטרוי פארן עולם, זיי זענען דאך אין מיין טאש...

אבער דא שרייבט גאר דער חבר המערכת ידידינו הרב שרעבי:

שרעבי האט געשריבן:די עיקר ציל פון די נסיעה איז אויפצוהייבן די קוואליטעט פון אידישע ליין מאטריאל, און סעווירן דעם עולם מיט פרישע רייכע קראנטע חומר אויף וועלכע קינדליין שפארט נישט געלט און כח.
און קינדליין האט נאך גרויסע פלענער פארן עולם וועלכע וועט בקרוב נאכפאלגן בעז"ה.


איך ווייס נישט וואס ער האט אין מיינונג, אבער חזקה על חבר שאינו מוציא מתחת ידו דבר שאינו מתוקן...

אגב, ייש"כ פאר די שיינע קינדליין פון די וואך, אזוי שנעל ארויס א פרישע, און מיט אזא שיינע קוואליטעט. משפחת יאסעלע האט עס יא באקומען אין טיר, די סחורה איז הערליך, און באזונדער די "קינד-קליין" וואס איז זייער זייער גוט פאר די גאר קליינע עופה'לעך.
כלל גדול: אז ס'טוט וויי שרייט מען. און אז נישט איז מען רואיג. אייגנס
יאסעלע'ס פריוואטער אשכול

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » פרייטאג אפריל 21, 2017 1:15 am

אפתח פי בתודה ובזמרה, אזא אויסגאבע איז ווערד אלע געלטער און צייט. איך האב דורכאויס דעם יו"ט דורכגעבליקט אסאך אויסגאבעס פון קינדליין זייענדיג אין אמעריקע (דורכליינען נעמט שוין צו לאנג...), און כ'בין געווארן פארגאפט פון די רייכע אינהאלט דערפון וואס איז צום שטוינען, און בכלל נישט איבערגעטריבן מיט אירע שבחים וואס ס'באקומט. נאר א שאד אז מ'קען דאס נישט באקומען אין א"י.

יעצט סתם אן הערה, וואס מאכט טאקע נישט אויס, אבער פטור בלא קריטיק הרי זה לא יצא ידי חובתו...
שרעבי האט געשריבן:קינדליין פרשת שמיני וועט בס"ד זיין צו באקומען אין אלע געשעפטן דעם קומענדיגע מיטוואך-אסרו חג
בילד

אינעם גליון פון די וואך האט מען געמאלן רבי איציקל סקווירער זי"ע מיט די היינט-באקאנטע 'סקווירא פיאות', די סארט פיאות איז ערשט אריין אינעם חסידות ביי זיין אייניקל רבי יעקב יוסף מסקווירא זי"ע נאכן קריג, א סקווירא חסיד איז דערמיט אויפגעקומען צו מאכן א פשרה פארן סקווירא רבי צווישן די וועג וויאזוי זיין טאטע רבי דוד'ל זי"ע און זיין ברודער מורו ורבו רבי איציקל קעשינובער זי"ע זענען געגאנגען מיט די פיאות.

טאקע נישט וויכטיג, סיי ווייל ס'איז לאחר מעשה און סיי ווייל די בילדער זענען ממילא נישט קיין אמת'ע בכלל (פון רבי איציקל איז בכלל נישט פארהאן קיין בילדער, איינמאל ווען א פאטאגראפירער האט געוואלט כאפן א בילד פון אים האט רבי איציקל אים געווארנט אז ער וועט אים שעלטן אויב כאפט ער א בילד פון אים), אבער כ'האב אויך געוואלט עפעס קריטיקירן (דאס איז דאס גרעסטע קריטיק וואס כ'האב...).

Newer
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אפריל 21, 2017 2:40 pm

תגובהדורך Newer » פרייטאג אפריל 21, 2017 3:50 pm

כ'האב באמת נישט קיין ווערטער אין מויל צו זיך באדאנקן פאר די אויסגאבע, סיי די תוכן, די זהירות [וואס אויף דעם דארף מען א באזונדערע סייעתא דשמיא, ווייל נאך אלעמען איז א מענטש דאך נאר א מענטש, אבער מען דערקענט עס], ואחרון חביב די גראפיק'ס, די ריינקייט די נארמאלקייט, כ'קען נישט פונקטליך די אלע מעלער'ס, אבער ווי עס זעט מיר אויס האבן אלע [מער ווייניגער] געלערנט אינעם זעלבן גראפיק'ס חדר, דאס ארויסברענגן א בילד מיט אזא שיינקייט און ריינקייט, עפעס אויסערגעווענטליך.

אבער פטור בלא כלום אי אפשר, איך האב א שטארק וויכטיגע הערה, א זאך וואס כ'גלייב די ארויסגעבער האבן זיך נישט געכאפט אז ס'איז וויכטיג. דאס איז אריין לייגן אן הסכמה אפי' עס זאל דארפן זיין גאר גאר קליין, פשוט צו אויסלערנען די קינדער אז א ביכל ליינט מען נישט אן קיין הסכמה פון אן ערליכן רב [באמת האב איך די הערה אויף די קינדער שפיל פירמע אויך, היתכן זיי דרוקן קאמיק'ס ביכער אן קיין הסכמות, אבער זיי כנראה איז דאס א ביזנעס דעסישען... און אז מען רעדט שוין, האט מיר געבאדערט אז מען עדווערטייזט אין 'קינדליין' זייערע אזעלכע ביכער].

בכל אופן זאלט איר האבן אסאך הצלחה

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 13258
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » פרייטאג אפריל 21, 2017 4:28 pm

OOPS
שלא במקומה
לעצט פאראכטן דורך קיקיון אום פרייטאג אפריל 28, 2017 9:14 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » פרייטאג אפריל 21, 2017 4:46 pm

טריסקער האט געשריבן:יעצט סתם אן הערה, וואס מאכט טאקע נישט אויס, אבער פטור בלא קריטיק הרי זה לא יצא ידי חובתו...
שרעבי האט געשריבן:קינדליין פרשת שמיני וועט בס"ד זיין צו באקומען אין אלע געשעפטן דעם קומענדיגע מיטוואך-אסרו חג
בילד

אינעם גליון פון די וואך האט מען געמאלן רבי איציקל סקווירער זי"ע מיט די היינט-באקאנטע 'סקווירא פיאות', די סארט פיאות איז ערשט אריין אינעם חסידות ביי זיין אייניקל רבי יעקב יוסף מסקווירא זי"ע נאכן קריג, א סקווירא חסיד איז דערמיט אויפגעקומען צו מאכן א פשרה פארן סקווירא רבי צווישן די וועג וויאזוי זיין טאטע רבי דוד'ל זי"ע און זיין ברודער מורו ורבו רבי איציקל קעשינובער זי"ע זענען געגאנגען מיט די פיאות.

טאקע נישט וויכטיג, סיי ווייל ס'איז לאחר מעשה און סיי ווייל די בילדער זענען ממילא נישט קיין אמת'ע בכלל (פון רבי איציקל איז בכלל נישט פארהאן קיין בילדער, איינמאל ווען א פאטאגראפירער האט געוואלט כאפן א בילד פון אים האט רבי איציקל אים געווארנט אז ער וועט אים שעלטן אויב כאפט ער א בילד פון אים), אבער כ'האב אויך געוואלט עפעס קריטיקירן (דאס איז דאס גרעסטע קריטיק וואס כ'האב...).


זעה די בילדער דא

viewtopic.php?t=6178
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.

Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 28, 2016 1:18 am

תגובהדורך Naftule » פרייטאג אפריל 21, 2017 4:50 pm

געליינט אן ארטיקל אין איד מיט א עקספערט וואס זאגט אז קאמיקס איז נישט גוט פאר קינדער אין יארגאנג וואס מ'לערנט זיך אויס צו ליינען און שרייבן

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4299
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » פרייטאג אפריל 21, 2017 5:07 pm

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:יעצט סתם אן הערה, וואס מאכט טאקע נישט אויס, אבער פטור בלא קריטיק הרי זה לא יצא ידי חובתו...
שרעבי האט געשריבן:קינדליין פרשת שמיני וועט בס"ד זיין צו באקומען אין אלע געשעפטן דעם קומענדיגע מיטוואך-אסרו חג
בילד

אינעם גליון פון די וואך האט מען געמאלן רבי איציקל סקווירער זי"ע מיט די היינט-באקאנטע 'סקווירא פיאות', די סארט פיאות איז ערשט אריין אינעם חסידות ביי זיין אייניקל רבי יעקב יוסף מסקווירא זי"ע נאכן קריג, א סקווירא חסיד איז דערמיט אויפגעקומען צו מאכן א פשרה פארן סקווירא רבי צווישן די וועג וויאזוי זיין טאטע רבי דוד'ל זי"ע און זיין ברודער מורו ורבו רבי איציקל קעשינובער זי"ע זענען געגאנגען מיט די פיאות.

טאקע נישט וויכטיג, סיי ווייל ס'איז לאחר מעשה און סיי ווייל די בילדער זענען ממילא נישט קיין אמת'ע בכלל (פון רבי איציקל איז בכלל נישט פארהאן קיין בילדער, איינמאל ווען א פאטאגראפירער האט געוואלט כאפן א בילד פון אים האט רבי איציקל אים געווארנט אז ער וועט אים שעלטן אויב כאפט ער א בילד פון אים), אבער כ'האב אויך געוואלט עפעס קריטיקירן (דאס איז דאס גרעסטע קריטיק וואס כ'האב...).


זעה די בילדער דא

viewtopic.php?t=6178

די רבי שליט''א האט דאס די ערשטע געמאכט, די רבי ז''ל איז געגאנגען מיט גאר קליינע קראזעלדיגע פיאות,


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א. לערנער, פישל און 5 געסט